פארומס › באגריסונגען

באגריסונגען

512 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #18
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג מערץ 15, 2016 2:19 pm#325137
ווען ער וואלט געקומען פארגיינגענע מיטוואך וואלט מען עם זיכער אויפגענומען בכבוד הראוי לו ביותר. אבער במשך די לעצטע פאר טעג וואס ס'איז ממילא געווען א גרויסע התגלות פון די אבוה"ק (אזוי ווי ס'באוויסט אויף צדיקים פאר זייער יציאת נשמה), און מ'איז נאך געווען אוטערן רושם פון די פריערדיגע זיידעס, און מ'האט נישט געקענט געהעריג באגריסן די שפעטערע זיידעס. ומובן הוא
מיטוואך אוגוסט 03, 2016 12:15 am#344349
שלום עליכם @הילל וועלקאם בעק!!

איך האף אייער צוריקקער איז צום בלייבען, און ווייטער גיבן דיינע אייגנארטיגע שיעורים און אנאליזן והדרכה.

l viewtopic.php?p=344345#p344345 l
דאנערשטאג יוני 22, 2023 1:18 am#529342
קורץ און שארף
שלום עליכם טייערע ברודער!

אט דאס איז די גליקליכע ערשטע תגובה מיינער.

לאמיר האפן אז גוטע תגובות וועלן נאכפאלגן צו די הנאה פון אייך און פון מיך.
וועמען האב איך דא אנגעטראפן??
כ'האף אז עס קומט נישט א לעגאלע טרעיד-מארק מלחמה!
מוצ"ש אוגוסט 5, 2023 8:53 pm#532974
כ'שפאן מיינע ערשטע טריט דא, מיט דרך ארץ און כבוד הראוי, איך האף צו זיך דערווארעמען דא דאס הארץ, בררר...
מאנטאג אוגוסט 7, 2023 9:44 am#533061
שלום עליכם @כספי
א פלייץ פון אויפגעפרישטע אשכולות!
טענק'ס!!
קיפ איט אפ!!
דינסטאג אוגוסט 8, 2023 9:59 am#533126
שעפטאל
שלום עליכם @כספי
א פלייץ פון אויפגעפרישטע אשכולות!
טענק'ס!!
קיפ איט אפ!!
ייש"כ פאר די שיינע קבל"פ!

עכט האב איך אביסל מורא געהאט צו אויפרישן אשכולות, אסאך מאל טרעפט מען ווען איינער פרישט אויף א אשכול, ווי איינער איז עם מקב"פ מיטן זאגן, אלערט: א פרישע אשכולות אויפוועקער! אבער למעשה האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן - כ'האב דאך געוואלט וויסן וואס כ'בין נישט קלאר

און פארוואס דען איז קאווע שטיבל דא, אויב נישט צו קלאר מאכן די אומ-קלארע, ס'איז ממש צום שטוינען וואס פארא אוצרות מ'קען דא טרעפן, אוצרות פון חכמה ידיעות אא"וו, כ'האף עפעס וועט זיך אנקלעבן אין מיר (פארשטייט זיך נאר די גוטע חלקים...)
דינסטאג אוגוסט 8, 2023 11:01 pm#533152
קורץ שארף צום פוינט!
קורץ און שארף
שלום עליכם טייערע ברודער!

אט דאס איז די גליקליכע ערשטע תגובה מיינער.

לאמיר האפן אז גוטע תגובות וועלן נאכפאלגן צו די הנאה פון אייך און פון מיך.
וועמען האב איך דא אנגעטראפן??
כ'האף אז עס קומט נישט א לעגאלע טרעיד-מארק מלחמה!
אינטערעסאנט. איך מיין אז בדרך כלל לאזט מען נישט צו אז 2 נקיים זאלן האבן ענליכע נעמען.
זונטאג אפריל 7, 2024 6:08 pm#558061
Re: באגריסונגען
שלום עליכם!
זונטאג אפריל 7, 2024 8:02 pm#558069
Re: באגריסונגען
שלום שלום
זונטאג אפריל 7, 2024 10:42 pm#558100
Re: באגריסונגען
איך זעה אז דא איז דא אזא מין מנהג צי באגריסן, איז העלאוו און וועלקאם איעדער איינער איך בין א ראדני׳ער איד איך גיי מיט דער קוטשמע אין דער ברייט מיט ווייסע זאקן על גבי הויזן מגורשת, און איך זאל אויסזאגן? אקעי ענק קען מען טראסטן, איך בין דער וואס טראגט אריין די קאפס פון וואסער ביים לפני ולפנים…..
זונטאג אפריל 7, 2024 11:14 pm#558112
Re: באגריסונגען
שלום עליכם ווער איז דא יעצט?? כ'קלאץ אריין אין הימל יעצט ווי ביידן ווען ער ליינט די שטערנס. כ'געב א שריי און כ'הער נאר מיין ווידער קול. סאונד אביסעל שרעקעדיג, ווער וואוינט דא? שדים?? כ'טראג אפ פון דאנעט, כ'וויל שוין לויפן אבער כ'שפיר ווי איינער כאפט מיך אן, נאפ דו לויפסט נישט אינערגעץ ביז דו געבסט א שמייכל...
מאנטאג אפריל 8, 2024 12:49 am#558154
Re: באגריסונגען
Welcome back!!! @שבת אחים!!!

ס'פעלט זיך אויס א גאנצע סומאטאכע אונז זאלן מיר דיר דא האבן אביסל?
קום אריין אביסל אפטער צו מחיה זיין די עצמות היבשות

אונז ליין'מער דיינע באשרייבונגען מיט אזויפיל דארשט, הלואי ווען דו דרייסט זיך דא מער