פארומס › באגריסונגען

באגריסונגען

512 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #18
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 1:17 pm#175048
עליכם השלום רב הצעיר, איך האף איר האט נישט א ברודער ווייל אויב יא דארפט איר שוין גיין אין צימעס. לאל
דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 1:25 pm#175053
מיין ברודער איז און אייוועלט אויפדערווייל....
דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 1:29 pm#175057
שלום עליכם רב, איך זעה אז דאס בילד ניצט דו פון אן אלטן רב
דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 1:33 pm#175060
שלום עליכם
העלא
מיין נאמען איז שאולי
עס איז מיר א כבוד צו ווערן א מעמבער דא
מיין אגענדע איז צו הערן און זיך צו לאזן הערן
זאל מען נאר הערן גוטס!
דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 1:47 pm#175070
שלום עליכם רב הצעיר און שלום עליכם שאולי מאכטס א קאווע און גיסטס אויס טינט דא..
דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 1:49 pm#175072
שאולי איך בין אויך א גרינער דא איך מיין אז אונז דארפן מאכן א שטיקל יוניאן פון די נייע מעמבער'ס מיר זאלן נישט צוריבן ווערן/פארדעקט ווערן אין שאטן פון די אלטגעזעסענע לייבן, מיין הענט ציטערן ביים לייגן די הענט אויפ'ן שיק קנעפל,
דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 1:52 pm#175076
שאולי
העלא
מיין נאמען איז שאולי
עס איז מיר א כבוד צו ווערן א מעמבער דא
מיין אגענדע איז צו הערן און זיך צו לאזן הערן
זאל מען נאר הערן גוטס!

עליכם שלום שאולי
welcome to the club
א ערנסטע שרייבער איז קיינמאל נישט קיין חיסרון
פתח פיך, רעד זאג עפעס
🙂
דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 1:57 pm#175080
ווען איך ליין די ווערטער פון די גרויסע חכמי השטיבל ווי קופערניקוס לעקיוואוד כאפט מיר א ציטער אז איך פיל ווי א חדר יונגעל וואס האט אריינגעבלאנשעט אין א כולל, און איך וויל ענדערש לייגן מיין פינגער אין מויל ווי אויפ'ן שיק קנעפל, אבער זאת נחמתינו אז סאיז דא ב"ה עטליכע ניקס וואס איך קען נישט איבערשטייגן זייער נארישקייט אפילו איך זאל שווער ארבעטען [זאל איך שרייבן נעמען אדער סאיז נישט לפי תקנת המקום?]
דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 1:58 pm#175081
איך זיץ מיר פארענט מיין פ.ס. איין שייינעם טאג ליינענדיג קאווע שטיבל, מיטאמאל.. שפרינגט מיר ארויף א מראה נהדר ... פאר גרויס דביקות געב איך א קלאפ אפ, אוי דערבארעמדיגער!... פופצן מינוט שפעטער, והנה: איך בין א מעמבער.
דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 2:00 pm#175082
א ענדליכע מעשה האט פאסירט מיט אסאך יאהרן צוריק מיט א איד רבי לוי יצחק פון שטאט בארדיטשוב, אויב וועסטו שרייבן דברים של טעם וואט מען נאך פארציילן דיין מעשה פאר די קומענדיגע דורות אין די קאווע שטיבלעך
דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 5:08 pm#175086
איש עברי
א ענדליכע מעשה האט פאסירט מיט אסאך יאהרן צוריק מיט א איד רבי לוי יצחק פון שטאט בארדיטשוב, אויב וועסטו שרייבן דברים של טעם וואט מען נאך פארציילן דיין מעשה פאר די קומענדיגע דורות אין די קאווע שטיבלעך

איש עברי;
וואס דארפסטו קריכן ביז ר' לוי יצחק? מיר האבן דא דעם איש עברי........
ר' איש עברי איהר שרייבט זייער זייער גוט שוין אסאך צוריק געהערט אין גאס וועגן דיינע געלונגענע תגובות
דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 5:30 pm#175096
סאו די אלע נייע חברהלייט האבען געקראכט די סיסטעם היינט? וואס גייט פאר?

עניוועי שלום עליכם ברידערס.
דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 6:40 pm#175136
א גרויסן ישר כח, סאיז מיר א פארגעניגן צו ווערן באגריסט דורך דיר, איך גלייך זייער דיינע שרייבעריי. דו ביסט אין מיינע אויגן א ריז!
דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 7:04 pm#175147
שלום עליכם אלע געסט, עס איז א פארפלייצונג פון נייע ניקס, די הארץ וואקסט פון פרייד, בקרוב וועט עטץ מער נישט זיין געסט נאר זיך שפירן היימיש,
ווי מער אידן קומען אריין אין דעם שטיבל און זוכן צו פארברענגען באהבה ואחוה מיט א ברודערליכע געשמאקקייט, אלס בעסער איז דאס, נאה להם ונאה לעולם,

אמת, יאנקל, קופערניקוס, קאווע טרינקער, מאראנצן זאפט, ברסלבער, וכו', אלע סארטן ריזן זענען דא, אבער די "ריזן" ליינען מיט דארשט יעדנ'ס תגובה, זושא דארף זיין זושא, נישט פרובירן נאכמאכן יענעם, יעדער האט זיך זיינע טאלאנטן.
אויב האט איר א פראבלעם צו שרייבן צוליב די אנדערע ריזן, איז שוין דא היינט די פראדוקטיוו קלאסן אדער להשיג קורסן.....

נעמט אייך שרייבן פלייסיג, מאכטס א גוטן אטמאספערע. ויהא בואכם לטובה ולברכה ולתפארת השטיבל.
דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 7:08 pm#175148
אוי דערבארעמדיגער
איך זיץ מיר פארענט מיין פ.ס. איין שייינעם טאג ליינענדיג קאווע שטיבל, מיטאמאל.. שפרינגט מיר ארויף א מראה נהדר ... פאר גרויס דביקות געב איך א קלאפ אפ, אוי דערבארעמדיגער!... פופצן מינוט שפעטער, והנה: איך בין א מעמבער. 

עךליכם שלום דערבארעמדיגער
שוין זעסטי פארוואס די ערליכע אידען האלטען פון די טריפהנעם כלי?
דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 7:20 pm#175154
שמעקעדיג
שלום עליכם אלע געסט, עס איז א פארפלייצונג פון נייע ניקס, די הארץ וואקסט פון פרייד, בקרוב וועט עטץ מער נישט זיין געסט נאר זיך שפירן היימיש,
ווי מער אידן קומען אריין אין דעם שטיבל און זוכן צו פארברענגען באהבה ואחוה מיט א ברודערליכע געשמאקקייט, אלס בעסער איז דאס, נאה להם ונאה לעולם,

אמת, יאנקל, קופערניקוס, קאווע טרינקער, מאראנצן זאפט, ברסלבער, וכו', אלע סארטן ריזן זענען דא, אבער די "ריזן" ליינען מיט דארשט יעדנ'ס תגובה, זושא דארף זיין זושא, נישט פרובירן נאכמאכן יענעם, יעדער האט זיך זיינע טאלאנטן.
אויב האט איר א פראבלעם צו שרייבן צוליב די אנדערע ריזן, איז שוין דא היינט די פראדוקטיוו קלאסן אדער להשיג קורסן.....

נעמט אייך שרייבן פלייסיג, מאכטס א גוטן אטמאספערע. ויהא בואכם לטובה ולברכה ולתפארת השטיבל.

שמעקעדיג, די אלע ריזן וואס דו רעכנסט אויס זענען אויך געווען אמאהל ניי, you never know who's going to hit the Jackpot
דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 8:24 pm#175195
רויטע וואנצעס
לייג מיך אויף די רויטע ליסטע.

בד"וו טאמעס דזעפערסאן איז געווען א כופר ער האט נישט געגלייבט אין גאט. אפשר ביסטו א גלגול פון אים געקומען מתקן זיין.

דשעפרעסאן איז, הפנים, ווי ווייט מ'ווייסען מיר, און לויט ווי ער האט זיך אויסגעדריקט, קלאר נישט געוועזן אן עטיעסט. מ'גלייבט ער איז געוועזן רוב פון זיין לעבן א דיעסט. ער האט ליב געהאט רעליגיע פאר איר מאראליטעט, נישט הימלישקייטן. זיינע דם שונאים -- די פעדראליסטן -- האבן געפריווט אים צו פארבן אלס עטיעסט.

דזשעפרעסאן איז געוועזן א קלוגער, געלערנטער און געלונגער מאן, און האט אגב בראוויש געקעמפט קעגן סעפערעציע פון רעליגע און סטעיט.
זונטאג יאנואר 12, 2014 9:03 am#175665
שלום עליכם!
It feels good to be part of the crew
ווער ס'האט סיי וואספארא ספיקות אין מיין ייחוס, און ווארט אויף תירוצים צו זיינע קשיות, זאל קודם צו שטעלן א ייחוס בריוול פון וועמען ער שטאמט.
זונטאג יאנואר 12, 2014 9:37 am#175676
שלום עליכם, איים עם ווערי סארי אבער אלמודד איז א זוהן פון יקטן.
אבער וואס גייט מיר אהן, וועלקאם ענד דזוין די קלאב!
דינסטאג יאנואר 14, 2014 10:24 pm#176464
טעפל
שלום עליכם, איים עם ווערי סארי אבער אלמודד איז א זוהן פון יקטן.
אבער וואס גייט מיר אהן, וועלקאם ענד דזוין די קלאב!

הייסט עס יקטן האט רעזעווירט די רעכטן איבער דעם נאמען אלמודד, למשל אזוי ווי אברהם איבער יצחק?

צווייטנס, איך זאג דאך קלאר בן הכנענית. ס'טייטש נישט יקטן. ס'קומט מיך פאר אזוי ווי איך זאל זאגן שאול בן הכנענית, און דו וועסט זאגן ניין:שאול איז א זון פון קיש.
מיטוואך יאנואר 15, 2014 9:34 am#176532
שוין, אלמודד גוט געענטפערט, ביסט אינסייד!! לאמיר הערן פון דיר גוטע זאכען שטענדיג.
זונטאג פעברואר 2, 2014 4:20 pm#180980
עלעבאריר. מיינסט צוזאגן אז ישרות וועט דינען ווי א מאדערעטער אין א היציגע דעבאטע?
זונטאג פעברואר 2, 2014 7:14 pm#181022
ברוך הבא
מיטוואך פעברואר 5, 2014 12:03 am#181669
בריכאבע
מיטוואך פעברואר 5, 2014 12:11 am#181672
וואס איז שלעכט געווען מיט דיין אלטע ניק?

--
Just kidding
מיטוואך פעברואר 5, 2014 12:13 am#181673
ווינער איז טאקע מיין אלטע ניק-נאמען, איך גלייך מער סעוועדזש
דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 4:12 pm#187235
איך וויל באגריסען די נייע מנהל כמר @root,
איך מיין אז מען האט אים אויפגענומען מיט די ענגלישע נאמען, צוליב די לעצטערע איבערפלוס פון שרייבערס אויף די ענגלישע שפראך!
דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 8:34 pm#187319
ווילאנג ער אינישט קיין רוט קאנאל איז גוט.
פרייטאג מערץ 7, 2014 11:36 am#189306
שלום עליכם, נאך יארן ליינען האב איך זיך איינגעשריבן לאכול מפריה ולשבוע מטובה צו מיטטרינקען קאווע. איך האב ליב א פלאץ ווי נאר פרייליך און שלום דין האבן אייניגע רעכטן, ווי מען קען סתם קוועטשן קעגן סטארס וואס געבן נישט סערוויס און אריינגיין אין טיפע לעיקוואדישע דיסקוסיעס, ווי מען קען זיך טענהן צימעסדיג און נאכדעם ליינען די גאונישע מאטעמאטיקס פון פארוואס. עס קוועטשט מיר וואס עס קוועטשט דעם רוב עולם דא, איך האב ליב צו ליינען און זאגן דעות און קווענקלענישן און אט דא פה אשב כי איוותיה נעמט מיר אויף מיט אפענע ארעמס, איך דארף אביסל ליבשאפט
פרייטאג מערץ 7, 2014 11:45 am#189310
עליכם השלום בר דעת, אט האט איר ליבשאפט...

מאכט אייך באקוועם, און נעמט אייך שרייבן. איר שיינט צו האבן א גוטע פעדער און א בא'טעמ'טע שפראך. יהא בואך לברכה.
פרייטאג מערץ 7, 2014 12:07 pm#189317
גם אני מצטרף לדברי חברינו אפטעמיסט, שרייבסט פיין, אז חז"ל זאגן צרת רבים חצי נחמה, ווי גרעסער דער רבים, אלס גרעסער די נחמה.
מיר ווארטן צו הערן פון אייך דברים כדרבונות.
פרייטאג מערץ 7, 2014 12:37 pm#189328
איר גייט אין די ריכטיגע דירעקציע, אביסעלע ליבשאפט האט נאך קיינעם נישט געשאדט. עס איז מיר א כבוד אז שמעקעדיג באגריסט מיר, און אפעטמיזם איז וויכטיג אין א זייטל ווי פעסימיזם איז גאנץ אפט.
איך האף צו שרייבן ווען איך האב צייט און פארברענגען בשבת אחים
מיטוואך מערץ 19, 2014 11:20 pm#191439
ATUB @ראשעקאל ATUB ווילאנג האט דיך גענומען אים צו טעגן?!.. :lol: :lol:
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 9:46 am#191495
ראשעקאל האט געשריבן:@נעמ-טא-דאם קיקט אויס ווי פיינע נייעס
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 12:44 pm#191517
כ'האב געמיינט אז ס'איז איין ווארט?! נעמטאדאם..
על כל פנים שלום עליכם, אינגארשיע אידען זייט איהם מקרב פליז..
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 1:42 pm#191539
זיינע לשונות פאסט מער ווי א פוילישע אבער וואס ווייס איך
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:40 pm#191629
מיט פארגעניגן מיינע ליבע פריינט. און א שיינעם דאנק אייך פאר דעם אנגענעמע אויפנאמע.
איך פארהאף צום אויבירשטן ער זאל מיר שענקן דאס גענאדע יאך זאל קענען מהנה זיין מיינע קאלעגען מיטליינער/שרייבערס. בבחי׳ יקראו ענווים וישבעו. עס זאל נישט אויפהערן דעם זכר עמלק (אל תקרי אלא ליי״ק).... במהרה בימינו איגען.
דינסטאג אפריל 01, 2014 4:38 pm#194122
וויאזוי ערלעדיגט מען זיך א שלום עליכם אויב מען האט נאר איין ניק?
מאנטאג אפריל 14, 2014 12:51 pm#196162
האטס מיר אלע א גוטן טאג.
אוי, אנטשולדיגט, כ'האב פארגעסען דאס צו זאגן אין לשון הקודש:
האטס מיר אלע א גוט יום טוב!
דינסטאג יוני 10, 2014 4:11 pm#205284
שלום
דינסטאג יוני 10, 2014 4:28 pm#205293
א גוטן
דינסטאג יוני 10, 2014 4:32 pm#205295
שלום עליכם, יהא בואכם לברכה!
מאכט אייך היימיש און באקוועם און לאזט אייך הערן.
דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 7:37 am#243176
שוין נישט געווען דא א שטיקל צייט, אויף אזא אנגענעמע איבעראשונג האב איך מיך נישט געראכטן, יוסל שרייבר פון אייוועלט איז אריינגעקומען ביינונז!
יוסל איז א פאנעמענאלע ידען, אויב איך האב אמאל פארבלאנזשעט קיין אייוועלט איז עס געווען צו זעהן יוסל'ס ווערק, אצינד ברויך מען מער נישט פאשען אין פרעמדע פעלדער! יוסל יהא בואך לברכה, דא איז דיין נאטורליכע פלאץ ווי די וועסט קענען מהנה זיין דעם עולם מיט דיינע זעלטערנע כשרונות, און לאזן דיין פעדער גיין א גאנג אן קיין פחדים....
דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 2:22 pm#243276
א גרויסען ייש''כ אייך הרב איש פאר די ווארימע אויפנאמע (מיינע מוח קעמערלעך דרייען זיך ארום, זאל איך פראווען עניוות נעה איך בין כלל נישט אזא זעלטענהייט, א צווייטע מחשבה שרייט אריין זיכער מאך א גוטע רושם עס וועט דיר נאר ברענגען מער כבוד. שוין לאז איך געמאכט), איך עפרישיעט ספעציעל די פיר פינטעלעך....(ווער עס פארשטייט פארשטייט).

איך קלער צו איך זאל אנהייבען דא צו שטעלען די חתימות, חותמות, הגהות והארות אויף אלטע ספרים וואס איך פלעג דארט שטעלען און אויב יא ווי? באשכול היסטאריע? איך זעה נישט דא א אשכול א שטיייגער ווי על פליטת בית סופריהם באייוועלט.
דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 2:48 pm#243285
שלום עליכם הרב שרייבער.
מאכט אייך באקוועם, דא האט איר א קאווע איין מינוט איר דארפט צוקער דערינען?
איך קלער צו איך זאל אנהייבען דא צו שטעלען די חתימות, חותמות, הגהות והארות אויף אלטע ספרים וואס איך פלעג דארט שטעלען און אויב יא ווי? באשכול היסטאריע?

עס איז דא א אפטיילונג מיטען נאמען ספרים און ביכער
כאפט א בליק
l viewforum.php?f=5 l
דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 2:51 pm#243290
ATUB @יוסף שרייבער ATUB , ברוכים הבאים.

מדורות אין קאווע שטיבל מאכן זיך ווען עס ווערט א מבוקש. נאך עס זאמלט זיך א שלל איבער א געוויסע ענין מאכט מען אויף א נייעע מדור. לעצטע חודש אליינס זענען9 צוגעקומען צוויי נייע מדורות.

שרייב דערווייל אין ספרים און ביכער, וסוף הכבוד לבוא.
דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 3:00 pm#243296
ספרים און ביכער איז (לדעתי) זיכער נישט געאייגענט דערפאר. איך קלער נאר צוויישען אנשי שם און היסטאריע אדער ווי הרב פישעלע זאגט אז עס וועט זיך שוין עפעס מאכען.
דינסטאג מערץ 15, 2016 12:47 pm#325109
רבותי זייער נישט שיין ATUB @ישמעאל הכהן ATUB איז צריקגעקומען נאך א אפשניט פון 8 חדשים און קיינער באגריסט אים נישט?
יהא בואך לשלום און די זאלסט שוין דא פארבלייבן!
דינסטאג מערץ 15, 2016 12:52 pm#325111
און ATUB @לעיקוואוד ATUB איז עפעס א ראזשינקע? ברוך הבא
דינסטאג מערץ 15, 2016 12:56 pm#325112
לעיקוואד האט יעדע באגריסט דוירט ווי ער האט זיך מגלה גיוועהן איינער מיט קאלט'ס און איינער מיט ווארעמ'ס