Under maintenance
הויפט זייט » ווינטשען: א גוט געבענטשט יאר !

ווינטשען: א גוט געבענטשט יאר !

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
86 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1906
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 3:25 pm#225843
אהן וויסען די מאמעס נאמען ארבעט נישט אינזין האבען....
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 3:42 pm#225846
א גוט לעכטיג יאר חברים, ידידים, ניקים, וגם הניקים בכפליים. האטס אלע א זיס לעכטיג יאר!

נישט פארגעסן עירוב תבשילין, א פרוזבול פאר די שוווער, און צו הערן די תקיעות ביי תשליך. פאר אייער באקוועמליכקייט וועט מען אויך קענען קלאפן הושענות ביי כפרה שלאגן, און קויפן אתרוגים צווישן נעילה און אויספאסטן.
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 5:26 pm#225854
קוקטס ווער האט תשובה געטון און געלייקט דעם לעצטן הודעה.. עטץ גלייבטס עס?
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 5:29 pm#225855
לכל ידידי ומכירי,
חברי השטיבל,
אל שארית בית ישראל,
אל פליטת בית סופריהם,
אל כל העמים עלי אדמות,
ועם האנושי בכלל,

תתברכו מלוא חפנים בברכת:
אגג״י
ובעיקר, כתיבה וחתימה טובה.

ידידכם,
קא״ק
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 6:01 pm#225856
חברה, לאמיר האבן א לאוולי יאר!!
כתיבה וחתימה טובה
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 4:26 am#226159
טעפל האט געשריבן:די טעפל איז זיך מצרף וואונטשען פארן גאנצען עולם א זיס געבענטשט יאהר!!! מיט אלעם גוטן.

גם אני מצטרף! נאר גוט'ס!!
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:43 am#226169
קינד_אן_קייט האט געשריבן:לכל ידידי ומכירי,
חברי השטיבל,
אל שארית בית ישראל,
אל פליטת בית סופריהם,
אל כל העמים עלי אדמות,
ועם האנושי בכלל,

תתברכו מלוא חפנים בברכת:
אגג״י
ובעיקר, כתיבה וחתימה טובה.

ידידכם,
קא״ק


געפעלט מיר דיין חתימה...
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 11:13 am#226183
איך האב מיך אזוי מתבונן געווען, עס איז דא אזא מנהג בעיקר ביי די נשים צדקניות, ווי אויך ביי די גברים וואס האבן א נשמתא דנוקבא, און זיי זענען זייער עמאציאנעל, אנצוקאלן די גאנצע שטאט צו ווינטשען שאנע טובע, גוט געבענשטעיאר.... וכו' וכו'

מען וויל זיך אראפלייגען דאס מיד זעקל ביינער ערב ר''ה אויף שעה צוויי... און דער פארשאלטענער טעלעפאן הערט נישט אויף צו טעראזירן די מענטשהייט... האלא? יא! דא רעדט דיין ניס חנה ביילא... די געדענקטסט ווער איך בין?
יא... די ביזט ברוך'ס טאכטער? ניין! משה שמעון'ס! אה.... נא וואס קען איך טאן פאר דיר? גארנישט איך האב סתם געוואלט ווינטשען א גוט יאר.... און???????? בום! דער טרייבל איז טויט... מען מורמעלט זיך אונטער א קללה... און מען דרייט זיך אויף די אנדערע זייט... קוים די אויגן פארקלעבן זיך ווידער... בום.... דער טעלעפאן פייפט שוין ווייטער וחוזר חלולה..... א פחד....


מה לנו לצרה הזאת? דער מנהג גייט מיר עפעס נישט אין קאפ אריין, דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט, און ער פירט דער וועלט עדי לקשושותא... ער איז בורא ומנהיג לכל הבראים, און פירט דער וועלט ווי אזוי ער וויל, כחומר ביד היוצר, כאבן כיד המסתת, כגרזן ביד החרש, כהגה ביד המלח, כזכוכית ביד המזגג, כירועה ביד הרוקם, ככסף ביד הצורף, אזוי ווי מען זאג יוה''כ אויף דערנאכט.

און ער שרייבט אן יעדען ר''ה, ווי אזוי דער נייער יאר זאל דירך גיין, אלזא וואס טוהען אויף די אלע ווינטשערייען? דאס איז עפעס משנה? קען עס דען העלפן? עס איז דאך אלעס געוואנדן אין די מעשים פונעם מענטש? אם ישוב מיד תקבלו.. און אויב נישט ח''ו..... וואס קימט דא אריין די ברכה פון די באבע די צדיקות? און די מומע יענטע נעני? אדער די ווארימע ברכה פון די לייטזעליגען שוויגער זאל לעבן ווי לאנג זי וויל, וואס זיכט נאר א גאנץ יאר צו מאכן דאס לעבן וואס מער ביטער?

אבער ווי נאר איך האב אנגעהאנקערט אינעם טור וואס ברענגט אראפ דעם דאזיגער גמרא: אמר אביי השתא דאמרת סימנא מילתא היא, יהא רגיל איניש למיכל ריש שתא: קרא ורוביא, כרתי, סילקא ותמרי". בתרגום: לאחר שאמרת שיש ענין בסימנים , יהא אדם רגיל לאכול בראש השנה דלעת ורוביא, כרתי, סילקא ותמרים. אז א סימן איז א א זאך האב איך אביסל פארשטאנען דעם מנהג, מען פירט דירך די אלע ווינטשערייען אלס אזא סימן.. דהיינו ווען איינער בייסט אריין אינעם קאפ פון שעפסעל ווער ער דען ווערן א ראש? אויב טוהט ער נישט קיין תשיבה וועט ער גיין אין דער ערד אריין! נאר וואס דען? עס איז אזא סימן... דאס זעלביגע מיט די ווינטשערייען... עס העלפט א מכה... נאר וואס דען? אזא סימן....

שוין זאל זיין א סימן.... סימנא מילתא היא
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 11:46 am#226189
קאך_לעפל האט געשריבן:און ער שרייבט אן יעדען ר''ה, ווי אזוי דער נייער יאר זאל דירך גיין, אלזא וואס טוהען אויף די אלע ווינטשערייען? דאס איז עפעס משנה? קען עס דען העלפן? עס איז דאך אלעס געוואנדן אין די מעשים פונעם מענטש? אם ישוב מיד תקבלו.. און אויב נישט ח''ו..... וואס קימט דא אריין די ברכה פון די באבע די צדיקות? און די מומע יענטע נעני? אדער די ווארימע ברכה פון די לייטזעליגען שוויגער זאל לעבן ווי לאנג זי וויל, וואס זיכט נאר א גאנץ יאר צו מאכן דאס לעבן וואס מער ביטער?

אל תהי ברכת הדיוט קלה בעיניך.
אבער די ברכות ארבעטן אויך וויערלעס. ווער עס איז אין די גיסטע פון וואונטשן קען עס טוהן ביי זיך אינדערהיים, מען דארף נישט אנרופן יענעם משוגע מאכן. אויסער ווען עס רעדט זיך פון די באבע און זיידע וואס לעכצן אז איינער זאל זיך בכלל וויסענדיג מאכן פון זיי, קאלט מען זיי אן ווינטשן און מען כאפט אריין נאך א זכות צום יום הדין.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 11:48 am#226190
קאך לעפעל.
האסט אפשר פארגעסען פונ'ם מאמר " אל תהי ברכס כלה הדיוט בעיניך"
אז דע שניר קאלט דיך דיר אנצעווינטשען, נעם עס אן באהבה.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 12:43 pm#226198
צו וואס וואונטשטו ר"ה ביינאכט לשנה טובה. אויב טוט יענער נישט תשובה גייט ער דאך אין ד'רערד אריין.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 12:53 pm#226199
אפשר ליגט אין ברכות ווינטשעריי עפעס טיפער, די מטרה איז להרבות שלום ואחוה צווישן די מענטשהייט. אין ספרים שטייט אז די ענין פון א ברכה איז מעורר צו זיין חסדים, דורך דעם וואס דו ווינטשט יענעם איז עס מעורר אז מ'זאל אים אויך בענטשן פון אויבן.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 1:03 pm#226203
ATUB @קאך_לעפל ATUB האסט מיך געמאכט שמייכלן

אבער קוקטס נאר ווער ס'האט געלייקט ATUB @שמעקעדיג ATUB 'ס תגיבה???!!!! אויב נאר פאר דעם אליינס לוינט זיך אלע וואונטשערייען.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 2:19 pm#226214
שמעקעדיג האט געשריבן:צו וואס וואונטשטו ר"ה ביינאכט לשנה טובה. אויב טוט יענער נישט תשובה גייט ער דאך אין ד'רערד אריין.

שמעקעדיג: ייש"כ. איך האב שוין געהאלטן ביי אפשרייבן א תגובה צו דיין הודעה, ווען כ'האב באמערקט אז מ'האט מעך שוין מאק-דעם געוועין.
ליתר פרטים עיין ב"רויטע וואנצעס". עניוועי. אלע אידן זאללן האבן א גוט געבענטשט יאר און א גמר חתימה טובה. און ס'זאל זיין א שנת גאולה וישועה. אמן... :lol: :lol: :lol: :קלאטש :פארנומען: :גוווט: :רח"ל :roll: :קלאטש :רח"ל :קלאטש :רח"ל :קלאטש :רח"ל :roll: :קראץ: :דאבללייק: :שפעט: :דמיונות: :לייק :מלאך :oops: :-o :אומגלויבליך: :דאבללייק:
זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 5:31 pm#300893
א גוט יאר פאר אלע קאווע טרינקער. לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום.
זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 5:41 pm#300894
Re: ווינטשען: א גוט געבענטשט יאר !
גם אני רוצה לברך את כל חברי וידידי מחדר הקפה , שתתברכו בכתיבה וחתימה טובה , שנה טובה ומבורכת בכל הענינים ברוחניות ובגשמיות ,
און אי״ה צום נייעם יאר צום ווידערזען מיט א פרישקייט !!!
זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 5:47 pm#300895
הערטס אויף צו ווינטשען, שמעקעדיג גייט באלד צוברעכן זיין קאמפיוטער, און ענדליך אראפפלאשן זיין טעלעפאן כתקנת המוסדות.
זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 5:50 pm#300896
Re: ווינטשען: א גוט געבענטשט יאר !
נאר די נאכגעמאכטע האט ער נישט ליב מיינס איז אריגענאל !!!
זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 5:53 pm#300897
Re: ווינטשען: א גוט געבענטשט יאר !
רויטע וואס איז מיט דיין ברכה ?
זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 5:55 pm#300898
א גוט יאר אלע טייערע חברים וידידים, א כתיבה וחתימה טובה.
געוואגטער.
------
אויב איינער וויל 'טרעידן' שפאקטיוו פאר שטערן, איך זיץ אויף די צווייטע 'אייל' לינקס ביי מזרח וואנט. ביטע ברענגן געוויקעלט אינעם קיטל.
זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 5:59 pm#300900
Re: ווינטשען: א גוט געבענטשט יאר !
איך האב אלטע אידישע ליכט, אויך גיט?
זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 6:05 pm#300901
Re: ווינטשען: א גוט געבענטשט יאר !
פאר קאווע שטיבל אליינס קומט זיך אויך א ברכה נאך אזא שווערע יאר ,
אלע דיינע פארבלאזשענע חברים וואס זענען געגאנגען פאשען צו פרעמדע פעלדער זאלן זיך צו דיר צוריקקערן ,
און אלע וואס זענען געבליבען זאלן נישט פארבלאנזשען און זאלן האבן גענוג צייט צו שרייבען ,
און עס זאלן זיך איינשרייבען צו דיר נאך געשמאקע שרייבער. אכי״ר
זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 6:07 pm#300902
ATUB @ירא שמים ATUB האט מיר דערמאנט אז איך האב נאכנישט א ברכה געגעבן. אלזא, צוליב מצוה לשמוע לדברי אויבער חכמים, וויל איך וואונטשען מיינע טייערע ליבע חברים, אז די קומענדיגע יאר זאל זיין א שנת תגובה, שנת הודעה און שנת קאווע שטיבלאי. די לעבעדיגע זאלן ווייטער שרייבן, און די טויטע (דא זאל מען אינזינען האבן די שמות הקדושים כוכ"ב אפטעמיס"ט לעיקווא"ד נהור"א נפיש"א מאט"י געפילט"ע פי"ש פארווא"ס מש"ה געצי"ל מצטמ"ק ויפ"ה קופערניקו"ס וכו') זאלן לעבדיג ווערן. אלע נודניקים זאלן נתהפך ווערן צו ידידים, און אלע טראלערס זאלן אויסגעריסן ווערן.
זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 6:29 pm#300903
גוט יאר קאווע שטיבל

נעקסטע יאר גיי איך נישט אריין אין שיל ביז כאב גערעט מיט יעדעם אין קאווע שטיבל
דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 9:17 pm#300910
ווינטשען: א גוט געבענטשט יאר !
Wow מיינע און רויטע וואנצעס ברכות הייבן אהן מקוים צו ווערן !!! לאמיר האפן אויף ווייטער
א גוט וואך און א גוט יאר מזאל האבן אויסגעבעטן אלס גוטס !
דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 9:38 pm#300914
א זיס לעכטיג יאר מיינע גיטע פריינד
דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 9:49 pm#300916
האבעך הערשט יעצט באמערקט אז דער עולם וואונטשט זיך, אבער מען קען פארט וואונטשן.



קיינער זאל נישט זיין קיין שוואנץ, נאר א ראש

און קיינער זאל נישט זיין זויער, נאר זיס און גוט

ויה"ר אז מיר זאלן אריינכאפן אין די עשי"ת כדבעי

ווייל האפנטליך זענען מיר בינונים = מעורב רע בטוב

עשי"ת שרייבטס מאמרים, טוטס חסד, ותזכו לחסד כולל
דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 11:39 pm#300930
8644373_7815777.m4a
מאנטאג יולי 27, 2020 6:36 pm#455269
71265097_2414563148661892_4710712893232906240_n.jpg


כ'האב שוין נישט קיין געדולדט צו ווארטן ביז חמישה עשר באב, און כ'וויל שוין אנהייבן וואונטשן לשנה טובה, מיט בילדער און נוטריקין אויף ת'ש'פ'א'
רבותי כאפטס נישט קיין טשילס... גם זה יעבור.... חחחח
דינסטאג יולי 28, 2020 9:58 am#455302
Re: ווינטשען: א גוט געבענטשט יאר !
ת׳הא ש׳נת פ׳עדעמיק א׳ווער

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
דינסטאג יולי 28, 2020 10:08 am#455305
12019777_10153166222282205_8605436491880182295_n.jpg
12019777_10153166222282205_8605436491880182295_n.jpg (5.17 KiB) געזען געווארן 690 מאל


אז איר האט א שיינעם לשנה טובה קארטל, לייגט עס ארויף

תהא שׂובע אלף פעמים
מיטוואך יולי 29, 2020 8:15 am#455431
10635941_700147043371820_1048763525850462573_n.jpg
מוצ"ש אוגוסט 22, 2020 10:51 pm#457267
11695524_865211516865371_5649663626624490617_n.jpg
11695524_865211516865371_5649663626624490617_n.jpg (15.58 KiB) געזען געווארן 514 מאל
מוצ"ש אוגוסט 22, 2020 10:54 pm#457268
Postcard_happy-new-year.jpg
מוצ"ש אוגוסט 22, 2020 11:30 pm#457275
118247769_2679309985680374_932360867541813518_n.jpg
זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:18 pm#457368
תהא שנת פאלטשע אידישקייט?
לאמיר אויסניצן די טעג איינצורייסן!