Under maintenance
הויפט זייט » ווינטשען: א גוט געבענטשט יאר !

ווינטשען: א גוט געבענטשט יאר !

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
86 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1906
דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 7:20 pm#46507
ווינטשען: א גוט געבענטשט יאר !
ווילעך ווינטשען א גוט יאר פאר אלע מיינע פריינט אין קאווע שטיבעל, זאל דער באשעפער העלפען אז יעדער זאל פארשריבען ווערען צי:
א יאר פין שפע
א יאר פין געזונט
א יאר פין תשובה שלימה
אין ימלא ה' כל משאלות לבכם לטובה ולברכה,
אין מען זאל שוין זוכה זיין צי אויפגעראכטען ווערען מיט די גאנצע ישועה די גאולה שלימה בב"א,
דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 9:34 pm#46525
אמן.
איך טו אויך פארשטעלן מיינע הארציגע ווינטשן פאר די טייערע חברים פון קאווע שטיבל מיט וועמען מיר פארברענגען אזויפיל דורכן יאר. זאל דער אויבערשטער העלפן אז מיר אלע זאלן פארשריבן ווערן לאלתר לחיים, און מיר זאלן פועל'ן א שנת גאולה וישועה.
דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 10:16 pm#46531
א גוט געבענטשט יאר פאר אונז אלע
מיר זאלן האבן א יאר פון:
ק לוגשאפט
אויפריכטיגקייט
וואכזאמקייט
ווארעמקייט
עשירות

שלוה
טובה
ישועות
בריאות
לנו ולכל ישראל
ווי עס וואונטש ידידכם
אויס מענטש
פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 1:41 pm#46683
א כתיבה וחתימה טובה פאר אלע לייעענערס, א גוט געבענטשט יאר.
פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 2:01 pm#46685
א כתיבה וחתימה טובה איך גלייב נישט אז איך וועל זיין ערב יום טוב ביי א קאמפיאטער איז האטס מיר אלע א געזונט לעכטיג יאר א יאר מיט שפע ברכה והצלחה געזנונט פרנסה נחת יעדער זאל געהאלפען ווערען מיט וואס ער דארף
און דעי צייט בעיט איך איבער אויב איך האב איינעם מצער געוועין ותענו ותאומר סלחתי
א גוט יום טוב און א גוט געבענטשט יאר
ידידכם לעמיל
פה קאווע שטיבל
פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 2:05 pm#46687
א כתיבה וחתימה טובה איך גלייב נישט אז איך וועל זיין ערב יום טוב ביי א קאמפיאטער איז האטס מיר אלע א געזונט לעכטיג יאר א יאר מיט שפע ברכה והצלחה געזנונט פרנסה נחת יעדער זאל געהאלפען ווערען מיט וואס ער דארף
און דעי צייט בעיט איך איבער אויב איך האב איינעם מצער געוועין ותענו ותאמר סלחתי
א גוט יום טוב און א גוט געבענטשט יאר
ידידכם זר זהב
פה קאווע שטיבל
פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 2:17 pm#46688
זר עס איז פאר ראש השנה וועל איך דיך מוחל זיין איך וועל מיך שוין פארעכענען מיט דיר נעקסטע יאר
פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 2:35 pm#46692
מוחל און נאכדעם זיך פאררעכענען?
דאס איז שוין לא תקום ולא תטור צוזאמען.......
פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 3:19 pm#46697
א פרייליך לעכטיג זיסע יאר. תכלה שנה וקללותיה, תחל שנה וברכותיה.
פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 3:47 pm#46704
א גוט געבענטשט זיס יאר פאר אייך אלע
פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 6:04 pm#46720
ביז נעקסטע יאר וועל איך מן הסתם אויך נישט זיין ביים קאמפיוטער מילא וועל איך וואונטשען תשע"ג זאל זיין אלע ברכות א גוטע,געבענטשטע,געלונגענע,געוואלדיגע,געהאלפענע,גרינגע,גאלדענע,געהויבענע,געזונטע,יארע
מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 9:00 pm#46723
א גוט געבענטשט, זיס, לעכטיג, פרייליך, געשמאקע, יאר ברידערלך!
היפטור מחבירו אל יפטור אלא מתוך דבר הלכה. היות איך וועל די קומענדיגע שטיקל צייט ווי עס קוקט אויס נישט האבן צו פיל צייט זיך צו דרייען דא, וויל איך נאר איבער געבן א קורצע פסק דין וואס איך האב נארוואס געהערט פונעם דיין שליט״א ביי של״ס; איינער וואס האט משום איזה סיבה נישט קיין ראש הכבש אדער ראש הדג ר״ה ביינאכט, קען ער אויך יוצא זיין די מצוה מיט א ראש הכולל אדער א ראש ישיבה...
די עיקר אידן געדענקט זייטס פרייליך! תן חיוך! ״וגילו ברעדה״ דער ״וגילו״ איז פאר דעם ״ברעדה״, זעט אויס אז דאס שמייכל דארף פארנעמען דעם אויבן אן פאר דעם אנגעצויגנקייט.
מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 9:38 pm#46725
א כתיבה וחתימה טובה און א גיט געבענטשט יאר טייערע חבירים, תכלה שנה וקללותיה, תחל שנה וברכותיה, לשנה הבא בירושלים!
ווי עס וואונשט ידידכם טראכט.
מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 9:51 pm#46728
משה געציל האט געשריבן:א גוט געבענטשט, זיס, לעכטיג, פרייליך, געשמאקע, יאר ברידערלך!
היפטור מחבירו אל יפטור אלא מתוך דבר הלכה. היות איך וועל די קומענדיגע שטיקל צייט ווי עס קוקט אויס נישט האבן צו פיל צייט זיך צו דרייען דא, וויל איך נאר איבער געבן א קורצע פסק דין וואס איך האב נארוואס געהערט פונעם דיין שליט״א ביי של״ס; איינער וואס האט משום איזה סיבה נישט קיין ראש הכבש אדער ראש הדג ר״ה ביינאכט, קען ער אויך יוצא זיין די מצוה מיט א ראש הכולל אדער א ראש ישיבה...
די עיקר אידן געדענקט זייטס פרייליך! תן חיוך! ״וגילו ברעדה״ דער ״וגילו״ איז פאר דעם ״ברעדה״, זעט אויס אז דאס שמייכל דארף פארנעמען דעם אויבן אן פאר דעם אנגעצויגנקייט.

הא הא
האסט מיר דערמאנט א גוטס
ביים שיעור פון הרה"ג ר' אפרים שמעון לייכטאג בנוגע די ראש דג אדער ראש כבש,
האט ר' ליפא שטויבער אריינגעפערעגט
צי מען קען יוצא זיין מיט א
קאפ קעיק...

זיי מיר געזונט ר' משה געציל
איך וואלט געקענט ביישטיין צו לערנען אביסל נטעי ההרים אויף כרפות שלאגן, סוכות בויען וכו'
מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:32 pm#46764
ווינטש איך אויך פון די טיפקייט פון מיין הארץ, א זיס לעכטיג יאר, ברוחניות ובגשמיות, פאר אלע אונזערע טייערע חברים דא, און גאנץ כלל ישראל, פרנסה בריוח, נחת דקדושה, מיטן ריכטיגן דעת און אמונה שלימה, הרחבת הדעת, און מיט אהבה ואחוה ושלום ורעות, מיר זאלן אינאיינעם מקבל זיין פני משיח צדקינו, אמן.
מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:33 pm#46766
ומלכינו בראשינו
מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:42 pm#46767
א זיך לעכטיג יאר אויפ אלעמען, און איר זאלט האבן געפועלט אלעס גוטס.
Tomorrow is another year
מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:44 pm#46768
....You mean over tomorrow
מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:47 pm#46771
יום הולך אחר הלילה.
זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 12:04 am#46781
ראמני וואונטשט א גוטן יאר. -- אנדערש ווי אבאמא וועלכער האט בלויז געווינטשן א גוט יאר, האט ראמני זיך צעלאזט מיט ציונות און 'כוחי ועוצם ידי' רייד. איך האב געדארפט אויפהערן אויסהערן אינדערמיט.

זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 3:56 pm#46908
תכלה שנה וקל'........
תחל שנה וברכותיה
זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 4:55 pm#46913
א כתיבה וחתימה טובה און גוט געבענטשט יאר אלע שרייבערס ליינערס און קאווע טרינקערס.
זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 5:15 pm#46917
Happy new year to everyone.סארי מייו אידיש ארבעט נישט יעצט.
זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 5:34 pm#46925
א זיס לעכטיג יאר פאר אלע חברים און שונאים (אונז בעט מיר זיך היינט איבער) און פאר גאנץ כלל ישראל!
השם יתברך זאל צוהערן צו אונזערע נעבעך'דיגע תפלות און דערהייבן זיין יודישן פאלק מיט אלע ישועות און רפואות וואס יודן דארפן!
בברכת שנה טובה ומתוקה ושנת גאולה וישועה!

- פויער
זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 5:41 pm#46926
שנה טובה ומתוקה,
האבעך אמאל געזעהן אין די שיחות פון ליבאוויטשער רבי'ן,
אז וואס איז מען מוסיף מיט דעם "מתוקה",
זאגט ער אז טובה אליין קען אסאך מאל נישט טויגן ווייל עס קען מיינען גם זו ל"טובה",
דעריבער בעטן מיר זאל זיין "מתוקה" מ'זאל מרגיש זיין א מתיקות,

א גוט געבענטשן יאר! און א גוט יו"ט!
מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:31 am#47023
געשיקט א לשנה טובה טקסט פאר א קאווע שטיבל חבר,
און באקומען א תגובה, וואס ליינט זיך אזוי:
Sorry! this recipient has chosen not to receive 'leshunu tovoh' via txt msgs. msg 3256
מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 3:06 pm#48471
גמר חתימה טובה
א גמר חתימה טובה פאר אלע טייערע חברים און פאר די חשוב'ע הנהלה, כל אחד בשמו הטוב יבורך, עס זאל קומען א פיין לעכטיג געשמאקע יאר אויף אלע אידן.
א גרינגען תענית!

הק' לעמיל
מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 8:05 pm#48533
הריני מוחל לכל מי שהכעיס והקניט אותי או שחטא כנגדי בין באישית, בין בתגובות, ובין בלייקס, בין מלפני הפרגוד ובין מאחורי הפרגוד, בין בניקי ובין בכבודי, בין בכל אשר לי, בין במחשבה ובין בדיבור ובין בכתובה, בין בשוגג ובין במזיד, בין באונס ובין ברצון, בין בניק זה ובין בניק אחר, בין בפארום זה ובין בפארום אחר, לכל ניק שהוא, ולא יענש שום אדם בסיבתי, יהי רצון וכו'

איך בעט ענק אלע איבער און איך האף ענק וועלן מיר אויך מוחל זיין, אויב כאב איינעם מצער געווען און ער האט אויף מיר א שווער הארץ זאל ער מיר ביטע מודיע זיין אין אישית ASAP.

א גמר חתימה טובה, א זיס לעכטיג יאר פאר אלע אידן בכל מקום ובכל מצב שהם, א גרינגע תענית און א איזי אויספאסטן, וה' ימלא משאלותינו במדה טובה וישועה ורחמים.
דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 6:39 am#48678
די טעפל איז זיך מצרף וואונטשען פארן גאנצען עולם א זיס געבענטשט יאהר!!! מיט אלעם גוטן.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 4:50 pm#146479
א גוט געבענטש יאר
שטייענדיג ווייניגער ווי א וואך צום יום הדין, א טייל גייען זיך שוין נישט דרייען דא די קימענדיגע וואך וויל זיי פארן קיין אומאן, אדער קיין אר"י צו זייער רבי'ן, אדער סתם מאימת הדין,
איז צייט צי עפענענן די אשכול ווי זיך אנציוואנטשן איינער דעם צווייטען פארן נייעם יאר, אפמעקן אלע אלטע חשבונות צווישען די ניקים אויב עס איז דא, און האפן אז דאס נייע יאר זאל זיין א בעסער יאר ברוח ובגשם.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 4:56 pm#146480
יעדער איז מיך מוחל?
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 6:07 pm#146500
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 6:18 pm#146504
זר זהב האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=1906


אזא צר עין, קענסט מיר נישט פאריגנען אז עס היי יאר זאל עס זיין מיין אשכול? פון ווי נעמט זיך דאס? :x :x

באלד וועסט מיר נאך קימען איבערבעטן... :ניין: :ניין:
מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 9:59 am#148007
כתיב"ה וחתימה טובה פאר אלע חברים
ערב ראש השנה.

וויל איך דא אויסניצן די געלעגענהייט און ווינטשן פאר אלע חברים און ידידים, שרייבער און ליינער פון דעם שטיבל: א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר. א יאר וועלעכער מיר זאלן קענען מעלדן נאר פרייליכע און גוטע נייעס. גוטע כתיב"ה'ס און אונטערסאנטע חתימ"ה'ס...

פויעלט'ס אויס אלעס גוט'ס. און איר זאלט געהאלפן ווערן מיט וואס איר דארפט. בני, חיי ומזוני. נחת פון די קינדער און אייניקלעך, פרנסה בריווח ובניקל און צו אלעם בעיקר געזונטע און לעכטיגע יארן. מ'זאל שטענדיג זיין פרייליך און לעבעדיג.

און ווי אויך וויל איך בעטן מחילה אויב האב איך איינעם חלילה פוגע געווען

לשנה טובה תכתב ותחתם לאלטר לחיים טובים.

א גוט יום טוב. צום ווידערזעהן איבער'ס יאר..


ווי עס וואונטשט
שעפטל
מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 11:00 am#148020
איזרעילישע פרעמיער ביבי נתניהו וואונטשט אייך א זיס יאר פון קענדי קראש.


כתיבה וחתימה טובה אלע חברים!
מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 1:42 pm#148053
א גוט געבענטש יאר פאר אלע שרייבער לייענער שטיצער און מתנגדים פון קאווע שטיבל.

ידען
פה ק״ש והגלילות
מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 2:32 pm#148070
גוט געבענשט יאר אלע אידן! וועל מיר זיך זען נעקסט יאר!
מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 2:37 pm#148075
לעמיל! שקויעך פארן זיך באווייזן דא! כאב נישט געקענט צוגיין צום יו"ט אן זיך באגריסן.

א זיסע יאר פאר אלע חברים! מיר זאלן אייביג קענען לאכן, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו קענען מאכן א קומזיץ אינאיינעם אן קיין פראבלעמען בב"א.
מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 3:05 pm#148078
ראש מדינת ישראל וואונטש פאר זיין פאלק:
זייער שיין און ווארעם.
אונטער אים זעהט מען זיין ספרים שראנק. ער האט נאך די אלטע שלחן ערוך.

m http://www.gruntig.net/2013/09/pm-netan ... -rosh.html m
מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 3:14 pm#148079
ראש מדינת אמעריקא וואונטש זייער ווארעם...
ער זאגט ממש נאך וואס קאווע טרינקער שרייבט דא
וואס גאט וויל אז זיי זאלן אים שטיין צום האנט, כביכול, משלים צו זיין די בריאה. ארויסצוברענגן אירע כוחות, און אויסנוצען די חכמות אויף צו בעסער מאכן די וועלט.

m http://www.gruntig.net/2013/09/presiden ... eting.html m
מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 4:08 pm#148084
בילד
מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 4:59 pm#148090
א שנה טובה ומתוקה טייערע פריינט. זאלן דאס יאר יעדער זוכה זיין צו א גאולה פרטית און אויך גאולה כללית. זאל די מענטשהייט גיין פריי פון אלע פיזישע און גייסטישע דיקטאטורן. לעט פרידאם רינג ונאמר אמן.
מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 5:46 pm#148100
א גוט יאהר!!
מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 6:05 pm#148103
078.jpg
078.jpg (208.42 KiB) געזען געווארן 2058 מאל
דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 2:00 pm#148936
פאר די קומענדיגע 4 יאר דארף איך שוין נישט דאווענען. ווער דארף גאט ווען אילן שאהנבערגער פארשפרעכט א זיסע יאר?
דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 4:16 pm#149026
טעפל האט געשריבן:די טעפל איז זיך מצרף וואונטשען פארן גאנצען עולם א זיס געבענטשט יאהר!!! מיט אלעם גוטן.

די ברכה נאך פון פאריאר די ברכה איז נאך אקטואל היינט (קרעדיט דאס אידישע ווארט)
מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:30 am#149359
מסכים?...!!
.
דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 1:44 pm#149747
פון דיין וואטס עפ חבר!!
לכבוד מיין וואטסעפפ חבר:
שטייענדיג פאר יום כיפור וויל איך מיר איבערבעטן און אביסעל אויסשמועסן מיט דיר אונזער וואטסעפפ חברותה.

ווען די האסט שפאנירט אויף מיר און געזעהן אז איך בין "אנליין" האסטו מיר געשיקט וואטס אפ? איך האב דיר הערשט געענפערט נאך צוואנציג מינוט מן הסתם ביסטו געווען ברוגז ווייל איך בין דאך אנליין און איך ענפער נישט, אבער לאמיר דיר זאגן איך האב געהאלטען אינמיטען א העווי טשעט אויף א גרופ (מען האט דיסקאסט זייער וויכטיג עפעס וועמענס ווייב ספענט מער געלט..) איך האב נישט געפילט פאר וויכטיג אנצוהייבן א פרישע בארינג שמועס ( בערך אזוי: וואטס אפ?
ב"ה
האוו אר יא?
גוד
עני ניוס?
נאטינג ספעשאלס
און אזוי ווייטער די באטאמטע שמועסן...)
אביסעל שפעטער ווען איך בין ווייטער געווען אנליין האב איך געהאלטען און מיטען קוקען א וואטסעפפ קליפ אדער האב איך סתם אזוי נישט געהאלטען ביים ענפערן, איך בין עפעס מחויב דיר גראד צו ריספאנדען? אבער איך טריי געווענדליך צו קוקען ביי די נאטעפיקעישאן'ס וואס בערך די טעקסט איז אויב איך וויל דיר יעצט נישט ענפערן טריי איך עס נישט צו עפענען אז די זאלסט מיינען אז איך בין ביזי...

אויך דארף איך דיר איבערבעטן אזוי ווי אונז זעמיר צוזאמען אויף צוויי גרופס און איך פאווערד צומאל א גוטס פון איין גרופ צו די אנדערע און עס מאכט דיר נערוועיז, אדער שיק איך ביי מיסטיעק איבער די זעלבע לאנגע מעסעדש אויף די זעלבע גרופ, ווער רעדט נאך אויב איך שיק די זעלבע קליפ און סנוצט דיר אויס צוועלעף מעגע בייטס דעטע.. אבער אפילו איך שיק נאר איינמאל א גוטס אויף איין גרופ שרייבסטו שוין "אלד דזאוק" ווייל די האסט עס שוין געזעהן צוויי שעה צוריק אויף דיין פעמעלי גרופ און די האסט עס נישט געפאווערד...

אבער לאמיר זיך טרייסטען בלעקבעררי קומט דאך שוין ארויס זוממער (ס'פריזט נאך סאוי סאיז נאך נישט זוממער..) מיט זייער עפפ פאר ענדרויד/אייפאון אפשר וועט מען צוריק אנהייבן טשעטן אויף ביבי וועלעך קענען ליינען יעדעמס טשעט און דיר לכתחילה איגנארען.. זאל די באשעפער העלפען איך זאל טאקע ווערן ביזי..!
דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 4:48 pm#225689
מהאלט שוין ווידער ביי א יאר גאנץ ניי,
דאס בלעטעלע פון פאריאר געט מען א פארדריי,
וואס איז געווען וועט זיך נישט טוישען סיי ווי סיי,
תכלה שנה מיט אירע פראבלעמען און וויי,
און פארן נייעם יאר לאמיר מאכען א געשריי,
טאטע זיסע אונזער צובראכען הארץ פארשטיי,
זיי אונז מוחל אויפן עבר און אונזערע זינד פארציי,
הער אונזערע בקשות לתפילתינו שעה,
שענק אונז א זיס יאר מיט כל מיני שפע מיניה וביה,
געזונט פרנסה נחת און ברכות עד בלי די,
א הארץ פול מיט שמחה בני חי ומזוני רויחי,
ימלא ה' כל משאלותינו און שנת תשע״ה.

און אז איך בין שוין דערביי,
וואונטש איך דא פאר אלע חביריי
קאווע שטיבל איינוואוינער די אלטע און די ניי,
צום ווידערזעהן איבערעס יאר... און פאר יעצט ביי...
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 3:17 pm#225841
איי מיס יו גייס.
איי מיס יו גייס טונס.

אזויפיהל וויל איך נאך. וואנטשען מיינע ברודער דא.
האסטס מיר אלע א גוט געבענטשט יאר, בעהטס ענק אויס אלץ גוט, די תפילות זאלן נתקבל ווערן ברחמים וברצון.
איך האב ענק אין מיינד טעגליך.
שטילע