פארומס › קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

4,622 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:50 am#139657
אבער זיי זענען נישט קיין עם הנבחר. דער באשעפער האטאך אונז עקסטער ליעב. וואו איז די געלט?
דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:58 am#139659
איך ווייס דיר נישט וואס צו ענטפערן וועגן עם הנבחר, אבער ווי די געלט איז, ווייס איך אויך נישט. 😃
דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 1:01 am#139660
נו.. צדיק ורע לו....
דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 1:03 am#139662
ס'פעלן אידישע רשעים?..
דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:39 pm#139791
זר זהב
אבער זיי זענען נישט קיין עם הנבחר. דער באשעפער האטאך אונז עקסטער ליעב. וואו איז די געלט?


בחינה פון נהמא דכיסופא
דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:45 pm#139795
איך לייג דאך בילדער און אסאך מאל מאכט זיך אזוי למשל איך לייג צוויי בילדער און איין בילד גייט אויסקומען די לעצטע פון א פעזיש און די צווייטע אויף א נייע פעזיש
און כמעט קיינער זעט נישט די ערשטע בילד ווייל מען גייט גלייך צו די נייעסטע פעזיש
איז דא א וועג איך זאל קענען זען אז דאס גייט זיין די לעצטע תגובה פון א פעזיש?
דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 2:21 pm#139830
פארוואס מיינסטו אז מען גייט גלייך צו די נייעסטע פעידזש?
דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 2:26 pm#139833
איך זע וויפעל מאל מען האט עס געקוקט
גיי קוק ביי יעדע לעצטע איז עס די ווייניגסטע געזען געווארען
דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 2:40 pm#139837
ס'ווערט די ווייניגסטע געזעהן ווייל מ'זעט עס נאר איינמאל, אבער די ערשטע פאר אויף א פעידזש ווערן איבערגעזעהן יעדע מאל ס'קומט צו א נייע תגובה אויפן פעידזש.

אבער אויב ווילסטו דוקא וויסן, אונטן לעבן די פעידזש נאמבער וועסטו זען א מספר פון הודעות, יעצט שטייט עס ביי 1208, ס'דא 25 הודעות אויף א פעידזש, דאס מיינט אז מיין תגובה איז די אכטע אויף די פעידזש, סא ווען ס'וועט האלטן ביי 1226 וועט זיך אנהויבן א נייע פעידזש. די זעלבע מיט 1251, 1276, און 1801.
דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 2:43 pm#139840
די כלל איז 25 הודעות נישט קיין חילוק א ווארט צו א בילד?
דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 2:45 pm#139842
קיין חילוק.
דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 3:05 pm#139863
זר זהב
פארוואס געווינט קיינמאל נישט א היימישע איד די גרויסע דזשעקפאט לאטערי? באשעפער

!...If you wanna know what money means by G-D,look for whom he gave it
דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 3:50 pm#139890
זר זהב
פארוואס געווינט קיינמאל נישט א היימישע איד די גרויסע דזשעקפאט לאטערי? באשעפער

אפשר ווייל ווען א היימישער געווינט וועסטו קיינמאל נישט וויסן דערפון.
דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 3:52 pm#139892
אין ניו יארק איז דער געזעץ (דערווייל) אז מ'קען נישט בלייבן אנאנעמיס
דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:02 pm#139901
איך האלט אז דאס איז טאקע ממש רחמי ה' אז א איד געווינט עס נישט אין ניו יארק.
איך בין נישט מקנא דעם איד וואס געווינט דעם לאטערי און אלע אידן וועלן געוואר ווערן ווער דאס איז.
לאמיר מופן קיין אריזאנע, דארטן קען מען בלייבן אנאנים, וועסטו שוין זעהן ווי ה' וועט דיר העלפן און דו וועסט געווינען.........
דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:36 pm#139936
זר זהב
אין ניו יארק איז דער געזעץ (דערווייל) אז מ'קען נישט בלייבן אנאנעמיס

איך גלייב מ'קען הייערען א פראקסי, איינער וואס זאל גיין קלעימען אז ער האט עס געוואנען, און מ'זאל אויסארבעטן אז יענער זאל דיר מוזן געבן דאס געלט, פאר שיין באצאלט פארשטייט זיך. ווען איך וועל געווינען וועל איך מיך אריינלייגן אינעם נושא, דיה לצרה בשעתה.
דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:37 pm#139937
געפילטע פיש
דיה לצרה בשעתה.

😂
דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:38 pm#139939
אבער ווען דו וועסט געווינען וועסטע נישט צוקריקקומען דא... וועסט ניטאמאל געדענקען דיין ניק
דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:39 pm#139941
געפילטע פיש האט די גביר פונקט ווי די ארעמאן.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 4:40 pm#139946
זר זהב האט געשריבן:אבער ווען דו וועסט געווינען וועסטע נישט צוקריקקומען דא... וועסט ניטאמאל געדענקען דיין ניק

לכאורה פארקערט, ער וועט האבן מער צייט ער וועט פארגעסן פון די ארבעט.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 4:42 pm#139947
זר זהב האט געשריבן:אבער ווען דו וועסט געווינען וועסטע נישט צוקריקקומען דא... וועסט ניטאמאל געדענקען דיין ניק

פארוואס עפעס, ווען איך געווין וועלן איך און דו ביידע נישט האבן קיין דזשאבס, און מ'וועלמער קענען דא פארברענגען א גאנצע טאג...

יא, מרס. גליקמאן האקט, און האט צוגעראפן.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 4:45 pm#139948
געפילטע פיש האט געשריבן:פארוואס עפעס, ווען איך געווין וועלן איך און דו ביידע נישט האבן קיין דזשאבס, און מ'וועלמער קענען דא פארברענגען א גאנצע טאג...

יא, מרס. גליקמאן האקט, און האט צוגעראפן.


די רעדסט אזוי כאילו יעצט האסטו יא א דזשאב.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 4:46 pm#139949
כאילו, הע...
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 7:37 pm#140009
איך האף אז געפילטע פיש וועט געווינען דעם לאטא וועט ער אונז אויך קענען געבן סעמען פיש נישט נאר געפילטע.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 9:54 pm#140060
געווען אמאל צייטען וואס סעלמאן איז געווען א מאכל עשירים הא? כ'ווייס נישט צו די סעלמאן איז ביליגער געווארען אדער די אנדערע איז ארויף מיט די פרייז.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:14 pm#140069
פיש איז היינט אסאך טייערער פון פלייש, נארמאל איז עס 9.99 א פונט, רוב פליישן זענען ווייניגער (סארי פארן אוועקגיין פון ענין)
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:14 pm#140071
וועלכע פלייש?
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:22 pm#140076
וועלכע פיש?
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:32 pm#140082
געפילטע, מ'האט גערעדט פון דיין עלטער פעטער סעלמאן.
זר, רוב meat לויפט צווישן 7 און 10 א פונט.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 11:16 pm#140098
וואס איז מיט סאשי?......
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 8:51 am#140162
סאשי פיש האט געשריבן:וואס איז מיט סאשי?......

מצטמק ורע לו
זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:36 pm#140490
וואס איז פשט אז ווען מען קויפט א עירליין טיקעט לייגט מען ארויף דיין נאמען און נאר דו קענסט עס נוצען?
איך צאל דערפאר פארוואס קען איך נישט טון מיט די טיקעט וואס איך וויל?
זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:39 pm#140491
א משוגעת. מסתמא סעקיוריטי ריעזאנס, מען זאל וויסן זיכער מי ומי ההולכים.
איך האב שוין אמאל שאדן געהאט א טיקעט צוליב די משוגעת.
זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:39 pm#140493
פארוואס איז די פרייז פון קדם לייט גרעיפ דזשוס די זעלבע ווי די רעגולערע ג"דזש, ווען דער ערשטער האט האלב וואסער אין זיך? ס'וואלט געדארפט זיין האלב די פרייז
זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:45 pm#140497
פארוואס ווען קויפסט א סוט אין א היימישע געשעפט צאלסטע מיט א קרעדיט קארד די רעגולערע טעג פרייז אזוי ווי מיט קעש, אבער ווען דו קויפסט א היט ביי א געוויסע היט סטאר פאר 175 דאלער וועלן זיי דיר רעכענען 20 דאלער טעקס אויב צאלסטע מיט א קרעדיט קארד?

גנבים רשעים.

הנה יום הדין
זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:46 pm#140498
זר זהב האט געשריבן:פארוואס איז די פרייז פון קדם לייט גרעיפ דזשוס די זעלבע ווי די רעגולערע ג"דזש, ווען דער ערשטער האט האלב וואסער אין זיך? ס'וואלט געדארפט זיין האלב די פרייז


ווייל די וואסער איז געמישט מיט "קדם" גרעיפ דשוס - א גאר טייער און חשוב ארטיקעל - דערפאר איז עס אזוי טייער כאטש אז עס איז וואסער, ודו"ק.
זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:46 pm#140500
סארקאסטיק?
זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:46 pm#140501
יא
זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:49 pm#140503
זר זהב האט געשריבן:פארוואס ווען קויפסט א סוט אין א היימישע געשעפט צאלסטע מיט א קרעדיט קארד די רעגולערע טעג פרייז אזוי ווי מיט קעש, אבער ווען דו קויפסט א חפץ ביי XYZ געשעפט פאר 175 דאלער וועלן זיי דיר רעכענען 20 דאלער קנס אויב צאלסטע מיט א קרעדיט קארד?


מן הסתם ווייל זיי האבן עס קודם פראבירט ביי די ערשטע 100 מענטשן און זיי האבן עס געצאלט, דערפאר האבן זיי פראבירט ביי די צווייטער 100 מענטשן און זיי האבן ווייטער געצאלט, און אזוי ווייטער פראבירען זיי עס אויס ביז מענטשן וועלן אויפהערן צו צאלען.
זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:57 pm#140509
די תירוץ אויף אלע דריי קשיות איז איין תירוץ געלט מיט געלט מיט געלט

די עירליין וויל אז אויב דו קענסט נישט פארען זאלסטו עס נישט קענען איבערגעבען = געלט
קדם ווייסט אז דו דארפסט די דייעט קרעיפ זשאוז און די גייסט סיי ווי צאלען = געלט
קאבע ווייסט אז גייסט סיי ווי צאלען ווייל דו דארפסט זייער הוט א סוט אז די ביסט נישט צופרידען גייסטו גיין צום קאמפטישען וואס איז די זעלבע זאך = געלט

בדחן האקט כמעט די זעלבע פוינט
זונטאג אוגוסט 11, 2013 4:54 pm#140579
וואסי פשט פון די ד' ווען מ'שרייבט אפציעל א נאמען פון א חסידות למשל "קהל יטב לב ד'סאטמאר" "קהל מחזיקי הדת ד'בלעזא" "קהל שערי ציון ד'באבוב" וכדומה, וואס מיינט דאס דער ד'? וועלכער שפראך איז דאס? איז עס א ראשי תיבות, פון וואס? איך זעה נישט ווי אין לשה"ק אדער אידיש, דאס קען זיין אפשר אראמיש א גמרא לשון? כאפ איך אויך נישט פון ווי? איך האב עס אלס אפגעטייטש ווי "פון" "of" אבער ווי קומט עס צו א ד'???
זונטאג אוגוסט 11, 2013 10:18 pm#140752
אראמיש, מאן דאמר, בריך רחמנא דיהב, שבילי דנהרדעא, מלכותא דארעא, יו געט די פיקצ'ער. כ'ווייס טאקע נישט פון וואו די שטרעכל קומט, אפשר ווייל ס'עקסטערע שפראכן?
זונטאג אוגוסט 11, 2013 10:19 pm#140754
סאשי פיש האט געשריבן:וואס איז פשט אז ווען מען קויפט א עירליין טיקעט לייגט מען ארויף דיין נאמען און נאר דו קענסט עס נוצען?
איך צאל דערפאר פארוואס קען איך נישט טון מיט די טיקעט וואס איך וויל?

טרעוועל עידזשענטס (איינער געדענקט זיי נאך?) פלעגן קענען טוישן נעמען ביז די לעצטע מינוט, אבער כ'מיין אז היינט זענען זיי שטרענגער פאר סעקיוריטי ריזענס.
זונטאג אוגוסט 11, 2013 10:21 pm#140757
איך ווייס אז זיי זענען זאך שטרענגער
מאנטאג אוגוסט 12, 2013 12:33 am#140839
גאלד
וואסי פשט פון די ד' ווען מ'שרייבט אפציעל א נאמען פון א חסידות למשל "קהל יטב לב ד'סאטמאר" "קהל מחזיקי הדת ד'בלעזא" "קהל שערי ציון ד'באבוב" וכדומה, וואס מיינט דאס דער ד'? וועלכער שפראך איז דאס? איז עס א ראשי תיבות, פון וואס? איך זעה נישט ווי אין לשה"ק אדער אידיש, דאס קען זיין אפשר אראמיש א גמרא לשון? כאפ איך אויך נישט פון ווי? איך האב עס אלס אפגעטייטש ווי "פון" "of" אבער ווי קומט עס צו א ד'???


די ד' נעמט זיך ווי געפילטע זאגט פון אראמיש. און אראמיש האט די ד' צוויי באדייטן: פון אדער וואס. און לשה"ק באנוצט מען זיך מיטן מ' פארן ווארט פון, און די ווארט אשר פארן ווארט וואס.

לויטן ביזנעס דירעקטארי איז 48 די בבל'ישע באבוב (דבאבוב) און 45 די אר"י באבוב (מבאבוב).
מאנטאג אוגוסט 12, 2013 12:37 am#140842
געפילטע פיש
כ'ווייס טאקע נישט פון וואו די שטרעכל קומט, אפשר ווייל ס'עקסטערע שפראכן?

די שטרעכל איז לכאורה אן עם-הארץ'עס, איך מיין אז מען זעהט עס נאר אויף געוויסע לעטער-העדס פון סאטמאר אין אמעריקא.

אגב איז מיר מיט דעם פארענטפערט געווארן פארוואס אויף די צעטלען אין סאטמאר ב"פ איז דא א שטרעכל נאך יעדע אות השימוש, למשל הרה"ק רי"י מ'סקווירא, באט דען עגען, יענער שרייבט אויך 'המשולם איגרא'...
מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:28 am#140906
וואס מיינען די קליינע סימבאלן אויף די רעכטע זייט פון יעדן אשכול?
מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:51 am#140914
אליצפן
וואס מיינען די קליינע סימבאלן אויף די רעכטע זייט פון יעדן אשכול?

וועלעכע?
מאנטאג אוגוסט 12, 2013 3:14 am#140925
דעיס דא.
📎 Screenshot_2013-08-12-03-11-21.png
מאנטאג אוגוסט 12, 2013 3:49 am#140928
דארט ווי ס'איז דא א סטאר מיינט אז די האסט דארט געשריבען אן הודעה.