Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
917 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 4429 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #191
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 2:36 pm#1602
זאכן וואס כ'וויל וויסן
אלס א גרויסער "ידען" איז דאך פשוט אז איך האב אויך די מידה פון נייגער, און איך וויל אלעמאל וויסן און פארשטייין אלעס. אבער איך וויל נישט מאכן נייע אשכולים ביי יעדע זאך וואס האט מיר פונקט אנגעכאפט א נייגער צו וויסן, וועל איך נוצן דעם אשכול פאר דעם צוועק, צו לייגן קורצע זאכן און אויב ס'וועט ווערן א לענגערע שמועסעריי איבער א געוויסע ענין וועט מען עס קענען אפטיילן.

איך וועל אנהייבן

ווען האט זיך געטוישט דער ענין פון א גדול בישראל. ווען איז עס געווארן א ירושה ענין, און פארוואס האבן די המון עם מסכים געווען צו אזא מהלך ווען מען זעט זייער קלאר אז אפט איז עס ממש א קארופציע.
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 3:54 pm#1620
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ביי די חסידישע איז עס געשען ערגעץ וואו ביי די תלמידי בעש"ט (דוכט זיך די דריטע דור). די ערשטע איז געווען אין חב"ד. ביי די ליטווישע איז עס א זאך וואס האט אנגעהויבן פאסירן הארט פארן צווייטער וועלט קריג, בפרט אין סלאבאדקע און אין וואלאזשין. ביי די מאדערנע האט זיך עס נאכנישט אריינגעכאפט (אפשר ווייל די קינדער זענען טאקע נישט ראוי ממלא צו זיין מקום אביהם וד"ל...)
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 3:54 pm#1621
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
הייליגע גוטע אידן זענען אייביג און וועלן שטענדיג אליינס אויפגעפיקט ווערן, כלל ישראל האט זייער א גוטע נאז און שמעק

דו רעדסט איבער די אזוי גערופענע היינטיגע רבנים, דע בעסט וועי אוט וואלט געווען צו מאכען וואלן אין יעדע קהלה ובית המדרש.
נאר אזוי וועט א רב זיך אהערשטעלן און זיין גרייט אויפצוטון פארן כלל ופרט, וויסענדיג אז איינמאל אין 4 יאהר דארף ער זיך שטעלן פאר די וויילער
און מ׳וועט אריינוועלן נאר קוואליפיצירטע חברה.
און רובא דרובא מחלוקת ושנאת חנם וואלט בטל געווארן.
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 3:57 pm#1623
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וואלן זאגסטו? עיין ערך וויען וויליאמסבורג...
מוצ"ש מערץ 24, 2012 9:55 pm#2519
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אין אן אנדערן אשכול l viewtopic.php?f=13&t=240 l וויל רואיק וויסן וואס איז דער מקור האיסור פון מאשין מצות היינט צו טאגס (וואס די טעכנעלאגיע היינט איז דאך ממש מוראדיג, אין אפילו די עדה החרדית איז מכשיר מאשין מצות לפסח, און הג"ר משה שטערנבוך איז אפילו מקפיד צו נוצן דוקא מאשין מצות). איינער ווייסט?
זונטאג מערץ 25, 2012 2:58 am#2583
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
קענסט אונז אפשר פריער מסביר זיין דער מקור האיסור בימים ההם ?

אגב, דעמאלס איז אויך געווען ר' משה שטערנבוך'ס וואס האבן געהאלטען מאשין מצות פאר בעסער ווי האנט מצות.
זונטאג מערץ 25, 2012 9:51 am#2597
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
דער מקור האיסור בימים ההם איז פילפאכיג. ערשטנס איז אז דער אמאליגער מאשין צו מאכן מצות האט סך הכל געטון איין זאך: עס האט געוועלגערט טייג. די "מאשין" (וועלכער מ'האט געדארפט דרייען מיט די הענט ס'זאל ארבייטן...) האט געהאט פעסטע חששות פון חמץ. די ארבייטער האבן אויסגעשניטען רינדיגע מצות און די איבעריגע טייג צוריקגעלייגט, שטיקלעך טייג האבן זיך אנגעקלעבט אין די מאשין ועוד. שפעטער איז דער מאשין געווארן מער פארגעשריטן אין האט שוין אויך געשניטן אין קעסטלעך, אבער די פראבלעם פון צוגעקלעבטע טייג איז נישט אוועקגעגאנגען.
צווייטענס זענען געווען אזעלכע וואס האבן גע׳טענה׳ט אז די מאשין נעמט אוועק די ארבייט פון די ארימע אידן וועלכע האבן נישט געהאט קיין אנדער פרנסה חוץ ארבייטן אין מצה בעקעריי. דריטנס, זענען געווען די וואס האבן גע׳טענה׳ט אז ס'איז א פראבלעם צוליב וואס עס איז נישט לשם מצוה וויבאלד עס איז נישט בידי אדם. דערנאך זענען געווען אזוינע וואס האבן געטענהט אז אונזער מסורה איז צו עסן דייקא רינדיגע מצות, נישט פיר עקיג. נאכדעם איז געווען דער באקאנטער אויסדרוק פון צאנזער רב אז ער אסר'ט משום "טעם הכמוס" אצלו.
זונטאג מערץ 25, 2012 12:20 pm#2609
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
א"כ לפי דברך איז כמעט אלע חששות פון אמאל אויך שייך היינט, בנוסף וואס היינט איז דער אויבן א חלק פונעם מאשין וואס ברענגט צו נאך טעמים לאיסור מער ווי אמאל, אויב אזוי וואס איז אונזער ידען'ס קשיא ?
דינסטאג אפריל 17, 2012 8:01 pm#5076
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
קרעמער אין אייוועלט האט געשריבן:דער בן איש חי שרייבט אויף אן ארט בשם די חכמי הניתוח (דאכט זיך) אז ביים גלגולת הראש (סקאל בלעז) איז דא א דיפערענץ צווישן זכרים און נקבות, נעמליך ביי א זכר איז די גאנצע קאפ איין שטיק ביין, אבער ביי א נקבה איז דאס צוזאמגעשטעלט פון צוויי שטיקער!

און די סיבה דערצו: וואלט די פרוי'ס גלגולת געווען פון איין שטיק, וואלט דאס געפלאצט רח"ל פון צער לידה!!!!!!!!


יידל (דער פון די נפלאות הבורא אשכול...), אדער ווער אימער עס ווייסט: וואס זאגן די היינטיגע חכמי הניתוח?
דינסטאג אפריל 17, 2012 8:05 pm#5078
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אפאר תגובות שפעטער, קרעמער אין אייוועלט האט געשריבן:רבותי!

איך האב אויסגעדרייט די זאך... דא האט איר דעם לשון פונעם בן איש חי, ער שרייבט פונקט קאפויער ווי איך האב עס געדענקט (בעוה"ר).

אמרו חכמי הטבע, גלגולת של האיש היא עשויה שני חתיכות כשתי קערות מחוברות זע"ז והמוח בתוכם, אבל גלגולת של האשה היא כולה חתיכה אחת מעצם אחד, והטעם מפני שהאשה יש לה חבלי יולדה ואם תהיה הגלגולת שלה שתי חתיכות אז מכח תוקף חבלי יולדה מתפרקים זמ"ז והיתה נזוקת, משא"כ האיש דאין לו חבלי יולדה לא אכפת ליה בכך (בן יהוידע שבת דף קי"ט ע"ב ד"ה שם מניחין ידיהן).

און אויף נאך אן ארט:

יש היכר מובהק בין אנשים לנשים בראש, מצד הגלגולת, כי הנקבה הגלגולת עצם אחד, והזכר שנים מורכבים זב"ז (בן יהוידע סנהדרין דף י"ט ד"ה ברם).
דינסטאג אפריל 17, 2012 8:59 pm#5096
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
לאדיך אפ האט געשריבן:
קרעמער אין אייוועלט האט געשריבן:דער בן איש חי שרייבט אויף אן ארט בשם די חכמי הניתוח (דאכט זיך) אז ביים גלגולת הראש (סקאל בלעז) איז דא א דיפערענץ צווישן זכרים און נקבות, נעמליך ביי א זכר איז די גאנצע קאפ איין שטיק ביין, אבער ביי א נקבה איז דאס צוזאמגעשטעלט פון צוויי שטיקער!

און די סיבה דערצו: וואלט די פרוי'ס גלגולת געווען פון איין שטיק, וואלט דאס געפלאצט רח"ל פון צער לידה!!!!!!!!


יידל (דער פון די נפלאות הבורא אשכול...), אדער ווער אימער עס ווייסט: וואס זאגן די היינטיגע חכמי הניתוח?

כמובן שטימט דאס בכלל נישט מיט היינטיגער אנאטאמישער וויסנשאפט. עס זענען פאראן גולגולת דיפערענצן צווישן די מינים, אבער גארנישט פון דעם נאטור פון וועלכע דער בן איש חי האט נאכגעזאגט פון זיין-צייטיגע וויסנשאפטלער.
זונטאג אפריל 22, 2012 7:29 pm#6613
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אדער ווייסט דער עולם אלעס אדער שעמט מען זיך צו פרעגן...

איך וועל מיך אבער שטארקן אויף מיין ביטערע בושה און מיין רויטער פרצוף און וועל אוועקוקן אויף מיין נאמען וואס ווייזט קלאמפערשט אויף מיין ברייטע ידיעות און מודה זיין אז כבין נישט אזוי אנגעפעקעלט מיט ידיעות ווי כאב וואלט געוואלט זיין.

היינט צופרי הער איך אז סע גייט זיין צווישן 2 און 4 אינטשעס רעגן, האב איך געטראכט , כמיין וויפיל רעגן קען שוין זיין? צוויי אינטשעס איז דאך גארנישט. סע וועט געבן א רעגן אפ און אוהז וועלן זיך ווייטער בראטן אויפן ביעטש.

א נעכטיגע טאג. סע מבולט. סע גיסט העמערס וואער נאאאאאאו סטאפ. איך וער שוין צופלאושקעט פון די ביטערע שווערע טייכן וואס האבן זיך געפנט פון די הימלען .

וואס מיינט עס צוויי אינטשעס? איינער האט זייער מעסטער? וואו הייבט מען עס אןן אויסצורעכענען?
זונטאג אפריל 22, 2012 7:31 pm#6614
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ידען האט געשריבן:אדער ווייסט דער עולם אלעס אדער שעמט מען זיך צו פרעגן...

איך וועל מיך אבער שטארקן אויף מיין ביטערע בושה און מיין רויטער פרצוף און וועל אוועקוקן אויף מיין נאמען וואס ווייזט קלאמפערשט אויף מיין ברייטע ידיעות און מודה זיין אז כבין נישט אזוי אנגעפעקעלט מיט ידיעות ווי כאב וואלט געוואלט זיין.

היינט צופרי הער איך אז סע גייט זיין צווישן 2 און 4 אינטשעס רעגן, האב איך געטראכט , כמיין וויפיל רעגן קען שוין זיין? צוויי אינטשעס איז דאך גארנישט. סע וועט געבן א רעגן אפ און אוהז וועלן זיך ווייטער בראטן אויפן ביעטש.

א נעכטיגע טאג. סע מבולט. סע גיסט העמערס וואער נאאאאאאו סטאפ. איך וער שוין צופלאושקעט פון די ביטערע שווערע טייכן וואס האבן זיך געפנט פון די הימלען .

וואס מיינט עס צוויי אינטשעס? איינער האט זייער מעסטער? וואו הייבט מען עס אןן אויסצורעכענען?

מיר האט געוואונדערט אקוראט די זעלבע פראגע.... :oops: אז איינער ווייסט, רופט דיך אן..
זונטאג אפריל 22, 2012 7:35 pm#6618
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
צו האבן א אנונג פון וואס מ'רעדט, 2 אינטשעס רעגן איז אזוי ווי 20 אינטשעס שניי, (א אינטש רעגן איז 10 אינטשעס שניי).
זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm#6621
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
די טייכן וואס דו זעסט איז פון אנגעלאפענע וואסערן , זיי רעכענען אויף די גראדע ערד 2 אינטשעס
זונטאג אפריל 22, 2012 7:38 pm#6624
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
א געווענדליכע רעגן איז צווישן א האלבע אינטש און א אינטש, צוויי ביז פיר אינטשעס רעגן הייסט א גאר גרויסע רעגן.
זונטאג אפריל 22, 2012 8:03 pm#6652
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
שכויח שמואל און זר!! קלוגער געווארן מיט נאך א ידיעה-צוויי.
זונטאג אפריל 22, 2012 9:05 pm#6684
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
די אינטשעס רעכנען זיך פשוט: אז דו וועסט לייגן א בעקן אין צענטראל פארק, וויפיל אינטשעס הויך וועט זיך עס אנפילן?
זונטאג אפריל 22, 2012 9:16 pm#6688
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
בילד
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:15 pm#8162
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וואס איז דער פשט פון די ווארט HIDE לעבן מיין ניק אינדרויסן פונעם אשכול, דארט ווי עס שטייט ווער עס האט די לעצטע צוגעלייגט צום אשכול?
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:31 pm#8169
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
א איד האט געשריבן:וואס איז דער פשט פון די ווארט HIDE לעבן מיין ניק אינדרויסן פונעם אשכול, דארט ווי עס שטייט ווער עס האט די לעצטע צוגעלייגט צום אשכול?

עפעס האט א מנהל אמאל מסביר געוועהן אז ס'האט צוטין מיט די לייק סיסטעם. איך געדענק נישט קלאר
פרייטאג אפריל 27, 2012 1:41 am#8204
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
פארוואס האט קאווע שטיבל צוויי URLs צו יעדע פעידזש איינס מיט WWW און איינס אנדעם, ווייסן נישט די מנהלים אז דאס ברענגט אראפ די סוירטש רענקינגס פון די סייט?
פרייטאג אפריל 27, 2012 12:08 pm#8250
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וואס הייסט צוויי URL's? ווי זעסטו דאס?
פרייטאג אפריל 27, 2012 1:00 pm#8257
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ראשעקאל האט געשריבן:
א איד האט געשריבן:וואס איז דער פשט פון די ווארט HIDE לעבן מיין ניק אינדרויסן פונעם אשכול, דארט ווי עס שטייט ווער עס האט די לעצטע צוגעלייגט צום אשכול?

עפעס האט א מנהל אמאל מסביר געוועהן אז ס'האט צוטין מיט די לייק סיסטעם. איך געדענק נישט קלאר


איינער קען אפשר לייגן א לינק ביטע, ווי מ'רעדט דערפון?
ייש"כ
פרייטאג אפריל 27, 2012 1:16 pm#8263
משה רוקח האט געשריבן:וואס הייסט צוויי URL's? ווי זעסטו דאס?

קוק דא פאר מער אינפארמאציע
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:52 am#64408
אה פאר איין דאלער? זעמיר שוין 2 ניקים וואס וויסן נישט וויזוי ס'ארבעט... די דזשעקפאט קאסט 2 דאללער, און ס'דא צופיל דעטאלן. ס'דא POWER PLAY וואס פאר נאך א דאלאר האסטע עפעס מער טשאנסן צו געווינען. איך כאפ נאך נישט פונקטליך וויזוי מ'פילט עס אויס.
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 12:00 pm#64411
אה די דזשעקפאט איז איין זאך, די מעגא איז א צווייטע.
זר, קויף נישט יעצט דעם דזשעקפאט. עס איז איבער 400 מיליאן דאלער, וועסט עס נישט קענען הענדלען!
וועס בעסער אפשניידן מיט 25 מיליאן.
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 12:01 pm#64412
ס'400 פאר טעקס. כעל געבן רוב פאר צדקה.
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 12:02 pm#64413
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 12:03 pm#64414
שמעקעדיג האט געשריבן:אה די דזשעקפאט איז איין זאך, די מעגא איז א צווייטע.
.

איך זעה אז מ'רופט מען עס מעגע מיליאנס דזשעקפאט
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 12:07 pm#64415
בנימין פרנקל האט געשריבן:הפתגם של הרדיו מן 1010 ווינס הולך בערך כך : "תן לנו עשרים ושתים דקות, ואנחנו נתן לכם את כל העולם", וכך אומר הקריין שם "שלש" פעמים בשעה, בתחלת השעה, בעשרים דקות אחרי השעה, ועשרים דקות אחריו,
ולשיטתם נראה שיש ששים ושש דקות בשעה,
ואני בער ולא אבין, מנין להם השש הדקות הנוספות האלו בכל שעה ? והיא פלא גדול, ומצוה ליישב.



כ'האב אמאל געליינט אז ס'איז אן אלטע סלאגען וואס אסאך רעדיא סטעישען'ס האבן עס גענוצט אין די '60S ווייל דעמאלטס איז די
average commute time געווען 22 מינוט.
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 12:10 pm#64416
ער האט אן אנדערן פשט אינעם סלאגאן
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 12:18 pm#64419
זר זהב האט געשריבן:ער האט אן אנדערן פשט אינעם סלאגאן


ווי אזוי פלעגט די רביזיכרונע ליבראכע זאגען , אלו ואלי דברי...
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 12:22 pm#64421
KYW ראדיא אין פילאדעלפיע נוצט אויך דעם סלאגאן.
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 2:13 pm#64480
שמעקעדיג האט געשריבן:אה די דזשעקפאט איז איין זאך, די מעגא איז א צווייטע.
זר, קויף נישט יעצט דעם דזשעקפאט. עס איז איבער 400 מיליאן דאלער, וועסט עס נישט קענען הענדלען!
וועס בעסער אפשניידן מיט 25 מיליאן.

פארוואס. קויף יא. איך רעזערוויר שוין א פלאץ אין ליין. דריטער נאך די טיר אויף די רעכטע זייט.
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 2:29 pm#64487
וואס פלאנט איר צו טהון מיט 400 מיליאן דאלער???
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 2:38 pm#64488
חז"ל זאגן מרבה נכסים מרבה דאגה.
דאס איז אפילו אויף בלויז צוואנציג מיליאן.
ווער רעדט נאך פון 400 מעלאנעס.
איך זאג דיר וועסט עס נישט קענען הענדלען.

און חוץ וואס די מאפיא האלט א אויג אויף די חברה (נישט קאנפירמד)
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 2:40 pm#64489
פון $400 גייט אראפ האלב אויב נעמט מען ארויס דאס גאנצע און פון דעם גייט נאך אראפ $70 דאללער טעקס אז עס בלייבט איבער נישטיגע $130,000,000 ס' לוינט שוין באלד נישט דאס גאנצע
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 2:40 pm#64490
אבער מיין יעצטיגער מצב קעניך דאך אויך נישט הענדלן איז מה לי הכא מה לי התם
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 2:41 pm#64492
פון 425 גייט בלייבן ארום 250, נישט 130
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 2:42 pm#64493
זר זהב האט געשריבן:פון 425 גייט בלייבן ארום 250, נישט 130

כ'מיין ס' גייט אראפ האלב בעפאר טעקס פארן ארוס נעמען די גאנצע ווערסוס צוטיילן אויף 26 יאהר
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 3:24 pm#64512
אויב מ'נעמט דאס אויף איינמאל ( lump sum) גייט אראפ 42ֵ%, ביפאר TAXES

פעדעראלע TAX איז יעצט 35% (אבער ס'קען ארויפגיין סוף יאר אויף 39.6% סוף יאר אויב די בוש טעקס קאטס עקספייערט)

ניו יארק סטעיט TAX איז 8.82%

ניו יארק סיטי TAX איז 3.87% (אויב וואוינט מען ביי בלומבורג)

איינער ווייסט ווי אונזער ניק ACCOUNTANT איז, ער וועט אויסרעכענען פונקטליך וויפיל ס'בלייט (INCLUDING זיין CHARGE )...
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 5:49 pm#64555
עס ארבייט אזוי:

די רעגולאר פאוערבאל פאר 2 דאללער האט געוויסע קלענערע געווינסן. צום ביישפיל, טאמער האסטו 5 נומערן, וועסטו באקומען איין מיליאן דאללער, אפגעזען וויפיל די זשעקפאט איז. משא"כ טאמער קויפסטו די טיקעט מיט די פאוערפלעי (וועלכע קאסט א דאללער מער), באקומסטו דאפלט (2 מיליאן פאר 5 נומערן).

די געווינס באקומט מען: טאמער נעמט מען עס אויף איין מאל, גייט אראפ דאכט זיך מיר בערך א דריטל. דערנאך גייט 25% אראפ פאר פעדעראל טעקס, און נאך 6% פאר סטעיט טעקס. עס קומט אויס אז מען גייט ארויס מיט א ביסל מער ווי העלפט...
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 5:51 pm#64557
און די פוד סטעמפס פארלירט מען? וואס איז מיט סעקשאן 8 און וויק?
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 5:52 pm#64559
זר זהב האט געשריבן:און די פוד סטעמפס פארלירט מען? וואס איז מיט סעקשאן 8 און וויק?


רוף מיך אן ווען די באקומסט די געלט און מיר וועלן אלעס איבערשמועסן. אזוי אויך וועסטו מער נישט דארפן זארגן וועגן גילוי... ביסט דאך א גביר. מעגסט אלעס טון
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 6:07 pm#64573
sunbar האט געשריבן:ביסט דאך א גביר. מעגסט אלעס טון

:לייק :לייק :לייק :לייק
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 6:12 pm#64575
אן ארימע מלמד האט אמאל געזאגט, ווען איך האב ווען משה רייכמאן'ס פארמעגען וואלט איך רייכער געווען, ווייל איך וואלט געטון מלומדות אינדער זייט און וואלט געהאט נאך אפאר גראשען...
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 6:17 pm#64580
outspoken האט געשריבן:אן ארימע מלמד האט אמאל געזאגט, ווען איך האב ווען משה רייכמאן'ס פארמעגען וואלט איך רייכער געווען, ווייל איך וואלט געטון מלומדות אינדער זייט און וואלט געהאט נאך אפאר גראשען...


היינט וואלט ער גענוצט אנדערע נעמען...

בד"וו אפשא עפנט איינער א אשכול וועגן די גרויסע היימישע גבירים? איך מיין גאר גרויסע...
מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 2:15 am#64763
א אינגערמאן זאגט מיר אמאל אז ווען ער וועט האבען געלט,וועט איר קודם כל קויפען א דיין, אז אויב ער דארף סיי וואס פארא היתר זאל ער עס האבען ביי די האנד.י
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 8:38 pm#65387
א גיטן. איך וויל וויסן וויאזוי קאן זיין אן ארגעניזאציע מיט אזא ראסיסט ווארט דערינען?

m http://en.wikipedia.org/wiki/United_Negro_College_Fund m