פאליטיקאנט האט געשריבן:וואס איז די געדאנק אונטער טוישן א ניק?
א שיינע פאר חשובע ניקים האבן זיך לעצטענס געטוישט איידענטיטי.
ראובן > אבטולמוס
שש משזר > אדנירם
און יעצט אונזער באליבטע ניק פונעם יאר 'עצי שיטים' האט פארלוירן זיין טשעמפיאן רינג נאכן פארוואנדלט ווערן אין פשוט'ע 'שמן למאור'.
נו מילא אז עצי האט זיך געטוישט זיין נאמען, העט ער שרייבן מיט זיין נייעם ניק, זאלל זיין כשמו כן הוא וועט ער כאטשיג ווייטער באלייכטן דעם שטיבל מיט זיינע הערליכע ווערק! אבער די קשיא איז אויף דיר הער @פאליטיקאנט אוואו זענט איר נעלם געווארן? ווי א בשר שנעלם מן העין! שוין זייער לאנג נישט דא געווען דערוילם בענקט זיך נאר דיר, העכטענס טויש דיר אויך דיין נאמען, מאך א שינוי השם און הויב אן פריש, זיי ממשיך מיט דיין גאלדענעם פעדער, היינט א פרישע חודש ר"ח כסליו, חדש עלינו את החודש הזה לטובה ולברכה!!!
היינט נאכט א פרישע ארטיקל!! געגאנגן
Sent from my SM-G991U using Tapatalk