Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
917 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 4429 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #191
דאנערשטאג מערץ 12, 2020 1:16 am#443766
איז טאקע געווען איבער זעקס טויזנט באנוצער אויפן סייט דא צווישן מארטש דריי און פיר?

און אין די לעצטע פיר און צוואנציג שעה איבער צוויי אלפים געסט?

סאמטינג איז ווראנג.
מיטוואך מערץ 18, 2020 8:10 am#443958
אין די צייט, הערט מען נאר איין שטיק נייעס, קאראנא. און אזוי מאכט טאקע סענס. איך וויל אבער וויסען ווי מ'קען הערן די נייעס וואס ווערט אין די טעג באהאלטן דורך די קאראנא סומאטוכע, וואס שטופט מען אריין אונטער אונזער נעזער?
מיטוואך מערץ 18, 2020 1:51 pm#443973
איינער ווייסט אויב מען מאכט נאך מציצה בפה ווילאנג די קאראנא וויירוס גייט אן?
פארוואס וויל איך וויסן?
ווייל איך בין נייגעריג
מיטוואך מערץ 18, 2020 2:07 pm#443974
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
כפתור האט געשריבן:איינער ווייסט אויב מען מאכט נאך מציצה בפה ווילאנג די קאראנא וויירוס גייט אן?
פארוואס וויל איך וויסן?
ווייל איך בין נייגעריג
כ'בין געווען ביי א ברית און געזעהן ווי מ'מאכט עס, מיין בלוט איז מיר ארויף אין קאפ כ'האב געשפירט ווי כ'פראסקע יענעם אן
דאנערשטאג מערץ 19, 2020 12:18 pm#444004
פארוואס טאר איך נישט ליינען דעם פארום?

l viewtopic.php?p=443969#p443969 l
פרייטאג מערץ 20, 2020 12:04 pm#444045
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פארוואס טאר איך נישט ליינען דעם פארום?

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 69#p443969

ס'איז אפשר אורטודוקסיש געשטימט
זונטאג מערץ 22, 2020 1:57 am#444083
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:כ'בין געווען ביי א ברית און געזעהן ווי מ'מאכט עס, מיין בלוט איז מיר ארויף אין קאפ כ'האב געשפירט ווי כ'פראסקע יענעם אן

ווי איך פארשטיי, ווערט די וויירוס נישט טראנסמיטעט דורך די בלוט, דהיינו, אז טאמער ס'גייט אריין אין די בלוט, וועט די באדי עס פייטן אן קיין סייד אפעקטס.
טעל מי איף איים ראונג
זונטאג מערץ 22, 2020 2:19 am#444085
אויב אזוי איז די וואקסין זייער פשוט. אריינשפריצן פאר יעדעם אין די בלוט אביסל פון די וויירוס.
דינסטאג מערץ 24, 2020 2:35 pm#444222
יין שרף: די אלע מעדיצינישע טעאריעס וואס אונז ווארפן מיר דא ארויס זענען גוט איבערצושמועסן איבער א גלעזל (אדער צוויי) יין שרף. אין ריעל לייף האבן זיי נישט קיין שום ווערד. ווייל אונז זעמיר נישט קיין ביאלאגיסטן...!
דינסטאג מערץ 24, 2020 8:43 pm#444243
איז דאקטאר זאלענקא א איד?
און אויב יא וועלכע מאדע איד?
און וואס ליגט אונטער די גאנצע פרשה?
מיטוואך מערץ 25, 2020 3:44 pm#444280
אנשטענדיגע יוד: יא. ער איז א איד. אן אנשטענדיגע יוד. א געוועזענער סטודענט און אימיגראנט וועלכער איז געקומען פון רוסלאנד. און א פאפולערער דאקטאר. וועלכער איז ביז לעצטנס געווען אן אינטעגראלער טייל פון די חסיד'ישע קאמיוניטי אין קרית יואל. וועלכער האט געטריי געדינט די אינטרעסן פון די איינוואוינערס פון די שטאט. נאר זיין לעצטער ארויסטריט און דערקלערונג אז רוב עולם אין קר"י איז אנגעשטעקט מיט דעם קאראנא וויירוס צוליעב נישט לייגן גענוג א גרויסן געוויכט אויף די ערנסטקייט פונ'ם מצב, האט ארויסגענומען די עסטאבלישמענט פון די כלים...!

ער האט ציטירט א טעסט וואס מ'האט אדורכגעפיהרט אויף 14 מענטשן פון די קאמיוניטי. און 9 מענטשן האבן געהאט א פאזיטיוון טעסט פאר קאראנא. דאס איז 64.28פראצענט. ד.ה. אז רוב מענטשן אין קר"י זענען אנגעשטעקט מיט דעם וויירוס.

די פראבלעם מיט זיין סטעיטמענט איז אז דער סעמפל איז צו קליין און באגרעניצט אז ס'זאלל זיין רעפרעזענטאטיוו פון די באפעלקערונג. אויך האט מען נישט גענומען אין באטראכט די עידזש פון די סעמפל טעסט נעמערס.

דאס האט זיי ארויסגענומען פון די כלים. און זיי האבן איהם שטארק ארונטערגעריסן און אפגעפרעגט זיין פראפעסיאנאליזם און אויטאריטעט צו זאגן דיעות אין די עניינים, בכלל. אויך האבן זיי געשריגן בכל תוקף אז זיי נעמען אן די שטרענגסטע מיטלען כדי צו פארהיטן די צושפרייטונג פון דעם וויירוס.

איך ווילל נישט זאגן אז דר. זעלענקא האט דא געהאט א מעגליכע קאנפליקט אוו אינטערעסט. ווייל ער האט ממציא געווען א מעגליכע רפואה פאר די וועלכע זענען באטראפן געווארן מיט סימפטאמען פון די מחלה. ער האט איינגעשפריצט א געוויסע מעדיצין אדער קאמבינאציע פון מעדיצינען פאר עטליכע פאציענטן. און זיי זענען ב"ה בעסער געווארן. אזוי ווייט אז דאס האט געצויגן די אויפמערקזאמקייט פון פרעזידענט טראמפ און זיין שטאב.
מוצ"ש מערץ 28, 2020 10:13 pm#444510
ר' בערל!
דיין פעדער איז גאלד!
זונטאג אפריל 05, 2020 2:29 am#445265
אין ליובאוויטש גייט מען יעצט זאגן טעגליך גאנץ קאפיטל קי"ט אדער ס'איז דא עפעס א שארט-קאט?
זונטאג אפריל 05, 2020 2:36 am#445266
ריכטיג האט געשריבן:אין ליובאוויטש גייט מען יעצט זאגן טעגליך גאנץ קאפיטל קי"ט אדער ס'איז דא עפעס א שארט-קאט?


ווענדזיך, אויב ער וועט איבערלעבן די קראנע קריזיס...
זונטאג אפריל 05, 2020 6:07 am#445274
וואלווי האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:אין ליובאוויטש גייט מען יעצט זאגן טעגליך גאנץ קאפיטל קי"ט אדער ס'איז דא עפעס א שארט-קאט?


ווענדזיך, אויב ער וועט איבערלעבן די קראנע קריזיס...

האט גארנישט צוטוהן אויב ער לעבט, די וואס זענען מודה אז ער איז נפטר געווארן תשנ"ד זאגן אויך דעם קאפיטל.
זונטאג אפריל 05, 2020 12:47 pm#445308
ריכטיג האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:אין ליובאוויטש גייט מען יעצט זאגן טעגליך גאנץ קאפיטל קי"ט אדער ס'איז דא עפעס א שארט-קאט?


ווענדזיך, אויב ער וועט איבערלעבן די קראנע קריזיס...

האט גארנישט צוטוהן אויב ער לעבט, די וואס זענען מודה אז ער איז נפטר געווארן תשנ"ד זאגן אויך דעם קאפיטל.


מיינסט עס ערענסט? ער איז נפטר געווארן אין תשנ"ד...?
מאנטאג אפריל 06, 2020 12:13 am#445425
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ריכטיג האט געשריבן:אין ליובאוויטש גייט מען יעצט זאגן טעגליך גאנץ קאפיטל קי"ט אדער ס'איז דא עפעס א שארט-קאט?
אז מ'רעדט שוין פון דעם, איז טאקע כדי מברר צו זיין, וואס איז זייער פלאן צו זאגן ווען די רבי גייט ווערן 151? זיי פלאנען אנצוהייבן פון פריש? בלייבן ביים לעצטן קאפיטל? צולייגן קאפיטלעך?
מאנטאג אפריל 06, 2020 12:18 am#445427
ווען מ'וועט האלטן ביי ענדיגן קפיטל ק"נ, וועט מען אנהייבן איבערזאגן די שיחות פונ'ם רעבי'ן...!
מאנטאג אפריל 06, 2020 12:28 am#445431
ווער זאגט אז ער גייט לעבן אזוי לאנג?
מאנטאג אפריל 06, 2020 12:30 am#445433
יהודי פשוט האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:אין ליובאוויטש גייט מען יעצט זאגן טעגליך גאנץ קאפיטל קי"ט אדער ס'איז דא עפעס א שארט-קאט?
אז מ'רעדט שוין פון דעם, איז טאקע כדי מברר צו זיין, וואס איז זייער פלאן צו זאגן ווען די רבי גייט ווערן 151? זיי פלאנען אנצוהייבן פון פריש? בלייבן ביים לעצטן קאפיטל? צולייגן קאפיטלעך?


אנהייבן זאגען בלעטער בבא בחרא.

היכי תמצא פון זיין א ליובאוויטשער און ברעסלבער אויף איין מאל...
מאנטאג אפריל 06, 2020 12:39 am#445436
וואלווי: ווייל די ליובאוויטשער רבי לעבט פונקט אזוי ווי ר' נחמן מ'ברסלב. זיי זענען אין זעלבן היכל אין גן עדן...!
מאנטאג אפריל 06, 2020 12:53 am#445439
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: ווייל די ליובאוויטשער רבי לעבט פונקט אזוי ווי ר' נחמן מ'ברסלב. זיי זענען אין זעלבן היכל אין גן עדן...!


די חילוק איז נאר, אז ליובאוויטש קומט מען פון רוסלאנד קיין אמעריקא, ברסלב גייט מען פון אמעריקא קיין רוסלאנד...
מאנטאג אפריל 06, 2020 1:00 am#445441
וואלווי: א מ'רעדט שוין. ס'איז דא א רוסיש חסידות וואס האט מערסטנס אונגערישע אידן אלס חסידים. ס'איז פונקט אזוי ווי די פאפא רבי זאלל האבן די מערסטע רוסישע אידן אלס חסידים...!
מאנטאג אפריל 06, 2020 2:31 pm#445476
file:///C:/Users/%D7%A4%D7%99%D7%A9%D7%A8/Videos/whatsapp/WhatsApp%20Video/%D7%9E%D7%99%D7%9C%D7%99%D7%95%D7%9F%20%D7%93%D7%95%D7%9C%D7%A8.mp4
מאנטאג מאי 18, 2020 1:09 am#448832
דר זעלענקא לערנט זיך אויס Priorities אין מאנרוי
m https://drive.google.com/file/d/1dZYIZu ... nmAe2/view m
מאנטאג מאי 18, 2020 4:00 am#448847
cictim: ייש"כ. פייערדיגע ווערטער. דר. זעלענקא ברענגט ארויס זיין הארץ ווייטאג און כפיית טובה פון די פאליטישע מאכערס אין קרית יואל. דאס אלעס נאכדעים וואס ער האט אזוי געטריי געדינט די איינוואוינערס דארט. און ווי ער זאגט אליין. אז ער האט א סאך אנדערע געלעגנהייטן אויפצובויען א פראקטיס סיי וואו. און דאס צאללן זיי איהם צוריק. בלויז פאר די אייגענע שמאלע (און קארופטע) אינטרעסן פון געלט און כבוד...ה' ירחם...!
מיטוואך מאי 20, 2020 9:50 pm#449162
cictim האט געשריבן:דר זעלענקא לערנט זיך אויס Priorities אין מאנרוי
https://drive.google.com/file/d/1dZYIZu ... nmAe2/view

ATUB @cictim ATUB , שוין דערנאך, ער האט זיך פארמאל אפגעזאגט....
m https://vosizneias.com/2020/05/20/watch ... community/ m
מיטוואך מאי 20, 2020 11:22 pm#449177
ריכטיג האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:אין ליובאוויטש גייט מען יעצט זאגן טעגליך גאנץ קאפיטל קי"ט אדער ס'איז דא עפעס א שארט-קאט?


ווענדזיך, אויב ער וועט איבערלעבן די קראנע קריזיס...

:D האט מיר געזאגט איינער וועלכע איז געוועזן ביין כינוס השלוחים, מען זאגט דארט די קאפיטל פון די קומנדיגע יאר אויך, אז עס איז געווען א שארטקאוט.
און אויף וואלווי'ס ספיקות וויל איך זאגן. א) וואדקע הארגעט באצילן. ב) אלעמאל האט מיר געוואונדערט די משיחיסטן, אויב דער רבי קען נישט שטארבן, איז וואס פעלט אויס שרייען ''יחי''??? ודוק.
דאנערשטאג יולי 23, 2020 11:43 pm#455053
איך בין נישט באקאנט מיט ברעסלעוו, אויך נישט מיט דוד און אבשלום. אבער פארוואס קען מען נישט זאגן פשוט, עס מיינט אז ער וועט אים העלפן תשובה טון.
דאנערשטאג יולי 23, 2020 11:45 pm#455054
אויב אזוי קען מען דאך די זעלבע אריינטייטשן אין נצרות אויך, ענדלט עס ווייטער.
פרייטאג יולי 24, 2020 5:31 am#455063
דאָס האָט ניט ממש מיטן נושא, אָבער דער שמועס האָט מיר דערמאָנט אָן דעם.

בכלל באַ אונז איז דאָ אַ וואָרט אַז דרײ זאַכן מוזן משפיע זײן אויף אַ מענטשן. דער וואָס טרינקט בראָנפן מוז ווערן שיכור, און אַז ניט – האָט ער ניט געטרונקען גענוג; דער וואָס איז רײך מוז זײן אַ משוגענער, און אַניט – איז אַ ראי' אַז ער האָט אַלץ ניט גענוג געלט; דער וואָס לערנט חסידות מוז אויסגעאיידלט ווערן, און אַז ניט – דאַרף ער לערנען נאָך חסידות.

בקשר מיט דעם, אָט איז אַ וואָרט פון דעם רבי'ן נ״ע בקשר מיט דעם וואָס מ'רעדט דאָ צי ס'איז פאַראַנען (אָדער צי עס קאָן געמאָלט זײן) „סגולות” אויף צו זײן אַ געהעריקער איד:
ומה יהי' אם ילמדו חסידות שלש פעמים ביום? הלא לערנען חסידות העלפט אײך ניט, הערן חסידות העלפט אײך ניט! מ'דאַרף טאָן, מ'דאַרף אַליין טאָן, מ'דאַרף זיך מעורר זײן און נאָך אַמאָל מעורר זײן.
ושאל א': אַז מ'גיסט וואַסער אויף אַ שטיין אף שהאבן לא יעשה מאומה הוא נימוח? והשיב: כן הוא - אם הוא כאבן ממש, אבל אם אמור יאמר האבן: אני אבן, קילחו מים עלי שאהי' נימוח, ואני בעצמי לא אעשה מאומה, זאת לא!
פרייטאג יולי 24, 2020 8:28 am#455067
הדסים האט געשריבן:איך בין נישט באקאנט מיט ברעסלעוו, אויך נישט מיט דוד און אבשלום. אבער פארוואס קען מען נישט זאגן פשוט, עס מיינט אז ער וועט אים העלפן תשובה טון.


ווייל ס'איז נישט פשוט פשט... :lol:
פרייטאג יולי 24, 2020 8:29 am#455068
הדסים האט געשריבן:איך בין נישט באקאנט מיט ברעסלעוו, אויך נישט מיט דוד און אבשלום. אבער פארוואס קען מען נישט זאגן פשוט, עס מיינט אז ער וועט אים העלפן תשובה טון.


ווייל ס'איז נישט פשוט פשט... :lol:
פרייטאג יולי 24, 2020 12:56 pm#455082
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
די נידון דא איז געוועין צו עס איז דא א מושג אז א צדיק העלפט א אנדערע מדינה של גהינום און יא דאס זעט מען ביי דוד און דאס זעט מען ביי ר מאיר און אחר ועוד הרבה מקומות עס האט גארנישט מיט קריסטן.
אויב איינער זינדיגט אדעתא דהכי גייט עס אריין אין די גדר פון אחטא ואשוב וכו'
וד"ל

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
פרייטאג יולי 24, 2020 1:06 pm#455084
זייער קלאר געשריבן.

בנוגע די עצם שאלה וואס @קאך לעפל האט געפרעגט.
און אויב איז עס גלייך צו דאס וואס קריסטן זאגן איז וואס?
זיי זאגן נאך פיל זאכן אויף זייער גלויבונג וואס מיר יודן זאגן אויך.
ממילא?

.....you gotta choose your faith
מאנטאג יולי 27, 2020 11:46 am#455231
איז דא אזא בחינה אין אונזערע צייטן אז א מענטש זאל זיך אזוי אויסארבעטען ווי די אבות העולם?

למשל, דוד המע"ה וואס איז געווען פון די שענסטע און גרעסטע ביי כלל ישראל, האט דער באשעפער נישט געוואלט זאגען יום מותו, נאר די טאג פון די וואך כמבואר בגמ' באריכות. אבער, מ'דערציילט, אז דער הייליגער חוזה האט געזאגט אז זיינע שונאים וועלען ניטאמאל קענען טרינקען א גלעזל לחיים ביום מותו, דהיינו ת"ב, וואס איז גאר א פונקעטליכע טאג אין חודש! קען גאר זיין אז די חוזה איז נתעלה געווארן נאך מער ווי דוד המע"מ?

ובאמת, האט אבער דער חוזה נישט געהאט די געלעגענהייט אויס צו שפילן די שטן אזוי ווי דהע"ה, ווייל מ'טאר דאך נישט לערנען ת"ב ווייל פיקודי ה' ישרים וגו'. קען זיין פארדעם האט מען עם יא מגלה מן השמים יום מותו, אבער מעיקרא דדינא טרעפט מען נישט היינט הייליגערס ווי די אבות העולם.

וצע"ג...
מאנטאג יולי 27, 2020 12:20 pm#455234
קאן זיין אז דער חוזה האט נאר געוויסט אז ער גייט שטארבן ווען מקען נישט עסן...
ערנסט גערעדט: וויסן זאכן איז לאו דוקא תלוי במדריגות, זכור את אשר שכרו בלעם בן בעור.
מאנטאג יולי 27, 2020 12:33 pm#455237
כרם זית האט געשריבן:קאן זיין אז דער חוזה האט נאר געוויסט אז ער גייט שטארבן ווען מקען נישט עסן...
ערנסט גערעדט: וויסן זאכן איז לאו דוקא לוי במדריגות, זכור את אשר שכרו בלעם בן בעור.


אויב די "ערנסט גערעדט" איז די בלעם צו שטעל, דעמאלטס איז דאס פיינע נייעס...
מאנטאג יולי 27, 2020 12:50 pm#455238
דאס אז ער האט געוויסט יום מותו מאכט אים א העכערע דרגא אין מדריגה ווי דוד המלך? מה הקשר?
הויכע ראנגען אין מדריגות האט נישט צוטון מיט וויפיל מען וויסט. וויפיל מען ווייסט האט צוטון וויפיל דער באשעפער וויל אז מען זאל וויסן.
משה רבינו איז נישט אריין אין א"י און די יודן יא, מיינט עס אז זיי זענען געווען העכער ווי אים?
עס איז געווען א סיבה פארוואס ער איז נישט אריין. זיינע מדריגות זענען נאכאלץ פיל העכער ווי עני אנדערע בשר ודם.
זעלבע זאך דא, איז לכאורה דא א סיבה וואס דוד המלך האט נישט געטארט וויסן די פונקטליכע יום מותו, האט נישט צוטון מיט זיינע לעוועל אין מדריגות.
מאנטאג יולי 27, 2020 1:18 pm#455239
וואלווי האט געשריבן:איז דא אזא בחינה אין אונזערע צייטן אז א מענטש זאל זיך אזוי אויסארבעטען ווי די אבות העולם?

אַז אַ מענטש זאָל זיך אויסאַרבעטן, דאָס איז זיכער שייכות, און אַ חיוב אויף יעדן איינעם. ווי דער רמב״ם שרײבט קלאָר אין הלכות תשובה „כל אדם ראוי לו להיות צדיק כמשה רבינו או רשע כירבעם” און אין תנא דבי אליהו שטייט געשריבן „חייב אדם לומר מתי יגיעו מעשי למעשי אבותי אברהם יצחק יעקב”.

דאָס אָבער וואָס דו טוסט וואָס אויף דיר ליגט, איז נאָך ניט מחייב אַז מ'וועט דיר געבן מלעמלה די בחינות וועלכע מ'האָט זיי געשאָנקען, וואָס דאָס איז אָפּהענגיק ניט נאָר אָן דעם מענטשנס עבודה, נאָר דאָס איז אַ מתנה מלמעלה וואָס קומט באופן פון „עבודת מתנה אתן את כהונתכם”. און על דרך ווי די מעלה פון נבואה, וואָס אַ מענטש קאָן זײן הולך בדרכי הנבואה ואף־על־פי־כן לא תשרה שכינה עליו. די בחינות וואָס קומען במתנה מלמעלה (פאַרשטייט זיך – נאָכדעם וואָס דער מענטש האָט זיך זעלבסט שוין דורכאויס געהאַט אויסגעלײטערט אויף ווי ווײט מעגליך), און איז אָפּהענגיק אויף כל מיני פאַקטאָרן ווי דער זמן (בזמן ביהמ״ק איז די וועלט געוועזן מער מסוגל אויף גילוי אלוקות), מקום (אין השכינה שורה אלא בארץ ישראל). און אָט־אָ די מעלות פון די אבות העולם איז לכאורה ניט שייכות פאַר קיין שום בן אדם הײנטיקע צײטן, ווי בנוגע לנבואה וואָס לא קם עוד נביא בישראל כמשה, ומשמתו חגי זכריה מלאכי פסקה נבואה, ואין קורין אבות אלא לשלושה וכו'.
מאנטאג יולי 27, 2020 3:04 pm#455247
דער רבי פון לובלין איז אוועק אום תשעה באב, דאס קען איך גלויבן.
נאך דעם האט איינער געזען אז מ'קען יענעם טאג נישט טרינקן, האט ער געזאגט "איי, די מתנגדים מוטשן זיך דערפאר".
האט א צווייטע געזאגט, "וואס מתנגדים? וואס פארא מתנגדים האט דער רבי פון לובלין געהאט?"
שוין, האט מען געמוזט ממציא זיין מתנגדים, און נאך דעם א הבטחה זייערע צו טרינקן א לחיים ביים פטירה פון דער רבי פון לובלין, און פון דארט איז א קורצע שפאן ביז צום הבטחה פון דער רבי פון לובלין, און א מעשה איז געבוירן געווארן.
מזל טוב מזל טוב! לחיים פאר דעם אליינס!
מיטוואך אוגוסט 05, 2020 9:42 pm#455985
עסן באקסעס
וויפיל פארדינען די אויסטיילערס פון די עסן אויסגעבעריי?
מאכן זיי די מערסטע פון מילך?
פרייטאג אוגוסט 14, 2020 5:35 pm#456489
ווייסט אפשר וואס פאר א טערמין ווערט גענוצט אין סעקולארע געזעץ פאר די מושג פון תחילתו בפשיעה וסופו באונס
פרייטאג אוגוסט 14, 2020 5:44 pm#456490
gross negligence?
פרייטאג אוגוסט 14, 2020 5:51 pm#456491
ונבנתה העיר האט געשריבן:gross negligence?

ווי איך פארשטיי מיינט דאס דאך נאך מער ווי סתם לייכטיזינגקייט, שטארקע לייכזיניגקייט, גארנישט צוטאן כלפי די פועל יוצא.
פרייטאג אוגוסט 14, 2020 6:04 pm#456492
איך מיין אז דאס איז

The "Risk Rule"

Referred to by the Reporters of the Second and Third Restatements of the Law of Torts as the "scope-of-the-risk" test,[9] the term "Risk Rule" was coined by the University of Texas School of Law's Dean Robert Keeton.[10] The rule is that “[a]n actor’s liability is limited to those physical harms that result from the risks that made the actor’s conduct tortious.”[11] Thus, the operative question is "what were the particular risks that made an actor's conduct negligent?" If the injury suffered is not the result of one of those risks, there can be no recovery. Two examples will illustrate this principle:

The classic example is that of a father who gives his child a loaded gun, which she carelessly drops upon the plaintiff's foot, causing injury. The plaintiff argues that it is negligent to give a child a loaded gun and that such negligence caused the injury, but this argument fails, for the injury did not result from the risk that made the conduct negligent. The risk that made the conduct negligent was the risk of the child accidentally firing the gun; the harm suffered could just as easily have resulted from handing the child an unloaded gun.[12]Another example familiar to law students is that of the restaurant owner who stores rat poison above the grill in his luncheonette. The story is that during the lunch rush, the can explodes, severely injuring the chef who is preparing food in the kitchen. The chef sues the owner for negligence. The chef may not recover. Storing rat poison above the grill was negligent because it involved the risk that the chef might inadvertently mistake it for a spice and use it as an ingredient in a recipe. The explosion of the container and subsequent injury to the chef was not what made the chosen storage space risky.[13]

The most obvious objection to this approach is that it requires courts to consider an arguably endless possibility of hypothetical situations.[14] Not only can such an undertaking be an exercise in futility, but this approach lacks even a minimal amount of precision such that parties might be able to predict outcomes and results during litigation. Notwithstanding the already-complex nature of this and other questions relating to proximate or legal cause, this fluid standard could be misused by plaintiff-friendly or defense-favoring judges in attempts to vindicate their own personal philosophies regarding the appropriate reach of tort law.
פרייטאג אוגוסט 14, 2020 6:41 pm#456495
זאכן וואס איך בין נייגעריג:

וויפיל פראצענט פרומע אידן זענען מעביר סדרה יעדע וואך
זונטאג אוגוסט 16, 2020 5:19 pm#456531
למאי נ''מ?
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 4:29 pm#461197
ס'איז געווען עמיצער whatup66 אויף MadLipz. ער מאכט פאנטאסטישע קליינע קליפס אדער ליפס. איך קען מער נישט זעהן זיינע סחורה? איז דאס נאר מיר אדער קענען אנדערע אויך נישט? האט ער תשובה געטוהן ציוואס?
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 10:35 pm#461220
טאמבל סאס האט געשריבן:ס'איז געווען עמיצער whatup66 אויף MadLipz. ער מאכט פאנטאסטישע קליינע קליפס אדער ליפס. איך קען מער נישט זעהן זיינע סחורה? איז דאס נאר מיר אדער קענען אנדערע אויך נישט? האט ער תשובה געטוהן ציוואס?

איך וויל נאר וויסן ווער דאס איז שרעקליך קריעטיוו