פארומס › קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

4,622 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך אפריל 3, 2013 6:04 pm#101014
שאלה פון בערל באלעגאלע
berlbalaguleh
שמעקעדיג
לאדיך אפ
כ'האב שטארק געוואלט וויסן די מקור פון אידישע מאכלים. ווען האט זיך אנגעהויבן טשיקן זופ פאר פרייטאג צונאכטס? געפילטע פיש (נישט די ניק)? פערפעל? קוגל?

איך האב געהערט אז די חסיד׳ישע מאכלים האבן אן ענין ע״פ סוד, מרומז אין די ז׳ מדות. כ׳געדענק אז קוגל איז מדת היסוד, אבער קען זיין אז כ׳מאך א טעות.

thl'
איך, למשל, בין נישט בקי אין די ד' מדות (אדער די ז' מדות( . איך עס מיט כוונות האר"י. מה ארי דורס ואוכל וכו'. 🙄

וועלכע ד' מדות מיינסטו? ❓
מיטוואך אפריל 3, 2013 8:15 pm#101045

די פיהר מידות זענען געווען: סמאלל, מידיום, לארדזש און עקסטרא לארדזש.
מיטוואך אפריל 3, 2013 8:20 pm#101048
באשטעטיגט
ידען
וואס לייגט מען אריין אין די מצות אז א סאך מענטשען האבען צו טוהן מיט די מאגען?

בליט

😂

Let me rephrase

וואס ליגט אין די מצות אז סע מאכט אזא גערידער ביי מענטשען אפי' א טאג נאך עסען די רפואהדיגע מצות?

וואס ליגט אין עס מער ווי ברויט אז א סאך מענטשען וואס עסען עס (נישט יעדער אבער זייער א סאך מענטשען) קען מען נישט שטיין לעבען זיי?
פרייטאג אפריל 5, 2013 8:31 am#101620
מיינע שאלות בלייבן אומפארענטפערט דאך וועל איך פראבירן נאכאמאל.
איך וויל וויסען וועלעכע בעקעריי פארקויפט געלע מצות לכבוד שבתגעלעמצות?
פרייטאג אפריל 5, 2013 11:29 am#101651
לכראורה די בעלזע מקוה אידען פרעיג איך אויך ער וועט וויסען פאר זיכער
זונטאג אפריל 7, 2013 12:28 am#101863
קאווע טרינקער
אין די גארליצע הויף, אויף די 42סטע גאס, ליגען צוויי גרויסע קאונטעינערס איינס אויפן צווייטען.
מיין שאלה איז וואס ליגט דארט, און וויאזוי איז מען זיך משתמש מיטן אויבערשטען קאונטעינער, עס איז דאך אזוי הויעך?

מיין פלא איז וויאזוי מען איז זיך משתמש מיט'ן אונטערשטן קאנטעינער אויב דער אויבערשטער ליגט אויף איהם?
זונטאג אפריל 7, 2013 1:00 am#101869
פארוואס לייגן געוויסע מענטשן בשמים אין די סעלמאן פיש?
זונטאג אפריל 7, 2013 1:01 am#101870
אזוי מאכט מען עס מעריענעטעד, דאכט זיך
זונטאג אפריל 7, 2013 1:30 am#101875
berlbalaguleh
קאווע טרינקער
אין די גארליצע הויף, אויף די 42סטע גאס, ליגען צוויי גרויסע קאונטעינערס איינס אויפן צווייטען.
מיין שאלה איז וואס ליגט דארט, און וויאזוי איז מען זיך משתמש מיטן אויבערשטען קאונטעינער, עס איז דאך אזוי הויעך?

מיין פלא איז וויאזוי מען איז זיך משתמש מיט'ן אונטערשטן קאנטעינער אויב דער אויבערשטער ליגט אויף איהם?

ס'האט זייטיגע טירען
זונטאג אפריל 7, 2013 2:55 pm#102063
כאמעיני איז געווען הערשער אין איראן פון די רעוועלוציע אום 1979 ביז 1989. כומעיני איז יעצט אין איראן פון '89. די נעמען זענען זייער ענליך, זענען זיי משפחה? אינעם צייטונג איז געווען אן אינטערוויו מיט דעם רב וואס איז אנטלאפן פון איראן, ער זאגט אז כאמעני האט נישט פיינט געהאט אידן, אנדערש ווי דער היינטיגער כומעיני ימ"ש.
זונטאג אפריל 7, 2013 5:06 pm#102156
לעצטע צ'ענס!
מיין לעצטע צ'ענס צו פרעגן אין דעם אשכול. ביזדערווייל בלייב אים אומוויסענד, ממש אז כ'שמעהם צו ווייזען מיין פנים פאר בית דין של ערב ראש השנה.
איך וויל וויסן:
ווער זענען די אייניקלעך פון די פארקאש בחור וואס איז ליידער אומגעקומען - צווישען נאך 6 מיליאן אידן - ביים WWצווויי?
אין די "עלים לתרופה", וואך איין וואך אויס, איז דא אן "הנצחה" פאר דעם בחור. יעדע וואך מיט אן אנדערע קעפל.
"הרנינו גוים עמו"; "דם עבדיו השפוך"; "זכרון קדוש"; וכו'.

יעדעס מאל איך נעם דעם בלעטל אין האנט קוק איך ערשט אויף עמוד ד' צו זעהן, אולי, אפשר די וואך שטייט שוין "הונצח על ידי...."

ס'גייט מיר נישט אריין אין קאפ, ס'איז אוועק א בחור ביים קריג! א הימל געשריי!
זונטאג אפריל 7, 2013 5:10 pm#102159
אז דו רעדסט פונעם עלים לתרופה.. די וואך האבן זיי בטעות געשריבן דעם דף היומי 'שבת' אנשטאט 'עירובין'. נישטא קיין צופאל. ס'געווען דעם ברך משה'ס יארצייט האט מען פון הימל צוגעפירט אז אידן זאלן נישט נכשל ווערן אין אזא הייליגן טאג מיט'ן דף.
זונטאג אפריל 7, 2013 5:13 pm#102160
דאכטציך אז דער ברך משה האט קיינמאל נישט גערעדט קעגן דף היומי.
זונטאג אפריל 7, 2013 5:14 pm#102162
ס'אבער דאך א סאטמארע טאג
זונטאג אפריל 7, 2013 5:14 pm#102163
זר זהב
כאמעיני איז געווען הערשער אין איראן פון די רעוועלוציע אום 1979 ביז 1989. כומעיני איז יעצט אין איראן פון '89. די נעמען זענען זייער ענליך, זענען זיי משפחה? אינעם צייטונג איז געווען אן אינטערוויו מיט דעם רב וואס איז אנטלאפן פון איראן, ער זאגט אז כאמעני האט נישט פיינט געהאט אידן, אנדערש ווי דער היינטיגער כומעיני ימ"ש.

דער ערשטער האט אפילו געקענט לשון קודש (נישט עיברית). דאכטצעך, אזוי האביך געליינט אין דער איד, בימים ההם ובזמן הזה. דער צווייטער הייסט "כאמינאי": ער האט זיך שוין יא אויסגעדרוקט מיט שנאת ישראל. נישט דווקא קעגן די ציונים. נאר אקעגן אללע יודן בכלל.
זונטאג אפריל 7, 2013 5:15 pm#102165
זענען זיי קוזינס? זייערע נעמען זענען ממש איינס
זונטאג אפריל 7, 2013 5:17 pm#102167
זר, דו ביסט שולדיג... אלץ פארדרייסטו .... און איך בלייב מיט די צונג אינדערויסן מיט זאכן וואס כ'וויל וויסן....

--
וואס זענען די מנהגים פאר א סאטמארע טאג? מ'ווארפט לויזע אייער כנהוג?
זונטאג אפריל 7, 2013 5:18 pm#102169
מ'לערנט משנתו של רבותינו. ווער אין ויואל משה, ווער אין מהר"ם ט"ב.
זונטאג אפריל 7, 2013 5:19 pm#102170
קאווע טרינקער
זר, דו ביסט שולדיג... אלץ פארדרייסטו .... און איך בלייב מיט די צונג אינדערויסן מיט זאכן וואס כ'וויל וויסן....

--
וואס זענען די מנהגים פאר א סאטמארע טאג? מ'ווארפט לויזע אייער כנהוג?

נעה. ס'מעג זיין געקאכטע.
זונטאג אפריל 7, 2013 6:27 pm#102231
פארוואס ווען איך סיין אריין מיט א אנדערע ניק קען איך נישט זען קיין שום אשכול??
זונטאג אפריל 7, 2013 6:31 pm#102235
atmybest
פארוואס ווען איך סיין אריין מיט א אנדערע ניק קען איך נישט זען קיין שום אשכול??

וואס האסטו געשריבן אונטער יענע ניק לעצטענס?
זונטאג אפריל 7, 2013 6:53 pm#102248
קאווע טרינקער
atmybest
פארוואס ווען איך סיין אריין מיט א אנדערע ניק קען איך נישט זען קיין שום אשכול??

וואס האסטו געשריבן אונטער יענע ניק לעצטענס?

גארנישט!!
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 1:58 am#103712
וואס גייט פאר אין קר"י מיט א פייפליין. כ'קען נישט כאפן צי דעי פרוי/פאליטישאן איז דערפאר אדער דערקעגן? וואס גייט דארט פאר פונקטליך?

http://www.youtube.com/watch?v=ix6pCU-X7mc
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:23 pm#104041
פארוואס איז דא שרייברס דא וואס האבן מער פון איין ניק?
איז דאס נישט אן עוולה? איז דאס נישט געשפיעלט מיט מענטשן?
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:27 pm#104061
אויף איינס ארבעט מען, און אויף איינס נעמט מען פוד סטעמפס.
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:30 pm#104062
אויב זיי רעדן און לייקן זיך איינער דעם צווייטן, דאן האסטו א טענה; אבער טאמער איינער וויל באהאלטן זיין אידענטיטעט דורך א צווייטע ניק, מה הבעיה?
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:59 pm#104071
איך האב שוין אמאל מיטגעהאלטן א "הוא מותיב והוא מפרק"... תרי ניקים אליבא דיחידאי.
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:56 pm#104097
שמעקעדיג
אויב זיי רעדן און לייקן זיך איינער דעם צווייטן, דאן האסטו א טענה; אבער טאמער איינער וויל באהאלטן זיין אידענטיטעט דורך א צווייטע ניק, מה הבעיה?

וואס הייסט באהאלטן פון וועם? די רעדטס אז זיין אידענטיטי פון זיין ערשטע ניק איז ארויס איז ארויסגערינען?
פרייטאג אפריל 12, 2013 12:01 am#104100
לאמיר זאגן אז איך וואוין אין פלעטבוש, אבער כ'וויל נישט קיינער זאל וויסן דערפון.
מארגן וויל איך עפעס מעלדן וואס כ'האב דארטן מיטגעהאלטן לייוו, וועסטו דאך אויסגעפינען אז איך בין א פלעטבושער, נישט אזוי?
ממילא עפן איך נאך א ניק, און פאר די פלעטבושער נייעס, וועל איך מיך רופן, למשל "פלעטבושער". פארשטדנתא?
פרייטאג אפריל 12, 2013 12:02 am#104101
יא, אבער ס'קלאר דא עטליכע וואס שרייבן סתם ארטיקלען מיט באזונדערע ניקים.
פרייטאג אפריל 12, 2013 7:28 am#104126
וואס איז די חילוק צווישען - יאגערט- לעיבן- פאדינג- דשעילאו? י
פרייטאג אפריל 12, 2013 8:13 am#104129
קאמענטירער
וואס איז די חילוק צווישען - יאגערט- לעיבן- פאדינג- דשעילאו? י

וואס איז דער חילוק צווישען אהרן, זלמן לייב , בנציון, מרדכי דוד?
גארנישט ! Just a difrent test
פרייטאג אפריל 12, 2013 10:19 am#104142
ענטפער צו זר זהב
די גוי'טע אויפ'ן ווידעא זאגט ארויס קלאר אז זי איז קעגן די פייפליין און זי איז גרייט צו ווערן ארעסטירט פאר שטערן די קאנסטראקשן. וועם מ'קען נישט פארשטיין וואו ער האלט איז עד דייאנא, דער קאונטי עקזעקוטיוו, וועלכער איז דערוויילט געווארן דורך די בלאק וואוט פון די עסטאבלישמענט פון קר"י.איין טאג איז ער מיט די ארונים. איין טאג איז ער אקעגן זיי. נאר די מעשה מיט די התנגדות צום פייפליין, איז נישט ווייל די ארונים ווילן נישט געיבן פון וואסער פאר די בני יואל. נאר ס'איז די אלטע מורא וואס די גוים האבן פון "פן ירבה". דאס ציט זיך נאך פון אבימלך'ס צייטן. ס'האט זיך גארנישט געטוישט. און דא קען מען נישט בלעימען די ציונים אדער די בנ"י. לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז ס'גרעניצט זיך מיט התגרות באומות.
פרייטאג אפריל 12, 2013 10:25 am#104143
שמעקעדיג
לאמיר זאגן אז איך וואוין אין פלעטבוש, אבער כ'וויל נישט קיינער זאל וויסן דערפון.
מארגן וויל איך עפעס מעלדן וואס כ'האב דארטן מיטגעהאלטן לייוו, וועסטו דאך אויסגעפינען אז איך בין א פלעטבושער, נישט אזוי?
ממילא עפן איך נאך א ניק, און פאר די פלעטבושער נייעס, וועל איך מיך רופן, למשל "פלעטבושער". פארשטדנתא?

איך רוף שוין אן דעם סופר וואס האט מיר פארקויפט די מגילה. ר'איז אן עם הארץ. כ'האב געטראפן א גרייז ביי די עשרת בני המן. ער האט נישט אריינגעקוקט אין תיקון, אדער אין קאווע שטיבל.
פרייטאג אפריל 12, 2013 12:57 pm#104212
קאמענטירער
וואס איז די חילוק צווישען - יאגערט- לעיבן- פאדינג- דשעילאו? י

יאגערט קען זיין גאר געזונט און נוטריענט. לעבען וכו' איז א שטיק גארבעדזש
זונטאג אפריל 14, 2013 2:26 am#104428
קאווע טרינקער
מיין לעצטע צ'ענס צו פרעגן אין דעם אשכול. ביזדערווייל בלייב אים אומוויסענד, ממש אז כ'שמעהם צו ווייזען מיין פנים פאר בית דין של ערב ראש השנה.
איך וויל וויסן:
ווער זענען די אייניקלעך פון די פארקאש בחור וואס איז ליידער אומגעקומען - צווישען נאך 6 מיליאן אידן - ביים WWצווויי?
אין די "עלים לתרופה", וואך איין וואך אויס, איז דא אן "הנצחה" פאר דעם בחור. יעדע וואך מיט אן אנדערע קעפל.
"הרנינו גוים עמו"; "דם עבדיו השפוך"; "זכרון קדוש"; וכו'.

יעדעס מאל איך נעם דעם בלעטל אין האנט קוק איך ערשט אויף עמוד ד' צו זעהן, אולי, אפשר די וואך שטייט שוין "הונצח על ידי...."

ס'גייט מיר נישט אריין אין קאפ, ס'איז אוועק א בחור ביים קריג! א הימל געשריי!

די וואך לכבוד דעם בחור'לס יארצייט איז די נדבה לזכותו געווען אויף די ערשטע עמוד פונעם עלים לתרופה
📎 abc.jpg
זונטאג אפריל 14, 2013 4:44 pm#104624
וואס איז פשט אז איך האב בעצם נאר ניינצן הודעות, אבער אין מיינע פרעפרענצן שטייט אז איך האב צוואנציג הודעות אין געזעלשאפט. נאך מער איז שווער אז עס שטייט דארט אז איך האב הונדערט און פינף פראצענט פון מיינע הודעות אין געזעלשאפט. וויאזוע איז מעגליך צו האבן הונדערט און פינף פראצענט?

זעה דא:

20 הודעות / 105.26% פון אייערע הודעות( געזעלשאפט מ)
זונטאג אפריל 14, 2013 4:50 pm#104626
ווייל איין הודעה פון די 20 איז געווארן פארמעקט (דורך דיר אליינס)

און איך זעה נאר 100% אין געזעלשאפט.
📎 הוגה.jpg
זונטאג אפריל 14, 2013 5:12 pm#104637
עס מאכט טאקע סענס ווייל איך האב טאקע אויסגעמעקט איין הודעה.
זונטאג אפריל 14, 2013 8:16 pm#104719
שמעקעדיג
אסאך מאל פאר איך אונטער א קאוטש באס, און בעפאר די ברעיק-לייטס צינדן זיך אן, קומט ארויף געלע לעקטערלעך (נישט בלינקען).
קוקט אויס ווי דער באס "ווייסט" אז אט אט גייט מען ברעיקן.

מה הפשט? איינער ווייסט? בערל באלעגאלע אפשר??

א קאויטש באס, ווי אויך טראקס און טרעילערס ,האבן אן ענדזשין ברעיק
וואס ווען די דרייווער געט נישט קיין געז, צינט זיך אן די ברעיק, די געילע לייטס זאגט אן אז די
ענדזשין ברעיק ארבעט.
זונטאג אפריל 14, 2013 8:42 pm#104728
שלום עליכם. א זכיה אייך מקבל פנים צו זיין, בפרט ווען מיט אייער ערשטע תגובה פארענטפערט איר מיין פליאה.
א דאנק!
זונטאג אפריל 14, 2013 9:22 pm#104740
א דאנק אייך.
דינסטאג אפריל 16, 2013 10:15 am#105282
ט וויאזוי צאלט א רעגורינג געלט פאר א צווייטע רעגורנג למשל די יו. עס. איז שולדיג פאר כינע געלט וואזוי האט מען געבארגט דאס געלט און וויאזוי באצאלען זיי עס דורך קרעדיט קארט? אדער אפשר על המחי'ס
דינסטאג אפריל 16, 2013 11:25 am#105310
ווען סאיז דא א בילד פון א געריכט איז עס א געמאלענע בילד פ"וו מעג מען נישט כאפן בילדער? און פ"ווג מעג א געמאלענע בילד יא זיין?
מיטוואך אפריל 17, 2013 9:18 pm#106075
פארוואס שטייט אויבן העכערן קעסטל ביי "ווער איז יעצט דא" אזוי:

עס זענען דא 10 רעגיסטרירטע באניצער און9 באהאלטענע באניצער אהן קין ספעיס צווישן און-9
-----------------------
וויפיהל מאל וואס איך טרעף אזא נוסח: די תגובה איז אוועקגענומען געווארן דורך .... איז עס צוליב וואס ער האט בטעות געענטפערט עמיצן מיט זיין צווייטע ניק? (עפעס אנבאלאנגט זיין ערשטע ניק)
דאנערשטאג אפריל 18, 2013 10:09 am#106170
ווי אזוי מאכט א לאקאל ברענטש פון א באנק געלט?

לאמיר זאגן כ'האב אן אקאונט ביי טשעיס באנק. זיי טשארדזשן דא און דארטן, א חודש'ליכע אפצאל, אמאל פאר א געקראכטע טשעק, און אפילו קרעדיט קארד אינטערעסט, און בעיקר מארטגעדזש אינטערעסט. אבער לויט ווי איך פארשטיי האט דאס נישט מיט מיין לאקאל ברענטש, די אפצאלן גייט צו טשעיס אין דזשענעראל. אז איך האב 2 ברענטשעס אין מיין לאקאציע, און ביידער האבן 10-15 ארבייטערס, מהיכן ירק זה חי?
דאנערשטאג אפריל 18, 2013 10:13 am#106172
פארוואס ווען אין די ווילאמסבורגע גראסריס זענען רוב פון די קערידזשעס אנגעפולט מיט נאש און גארבידזש, און למשל און פאמעגערענט און אנדערע גראסריס און פלעטבוש איז רוב קערידזש פול מיט פרוכט וועזשטעבלס און אנדערע נארמאלע עסן???
דאנערשטאג אפריל 18, 2013 10:22 am#106177
ווייל וויליאמסבורג איז דא מער קינדער קויפט מען מער נאש און פלעטבוש איז דא מער עלטערע קויפט מען מער געזונטע זאכען
דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:39 am#106219
שמעקעדיג
ווי אזוי מאכט א לאקאל ברענטש פון א באנק געלט?

לאמיר זאגן כ'האב אן אקאונט ביי טשעיס באנק. זיי טשארדזשן דא און דארטן, א חודש'ליכע אפצאל, אמאל פאר א געקראכטע טשעק, און אפילו קרעדיט קארד אינטערעסט, און בעיקר מארטגעדזש אינטערעסט. אבער לויט ווי איך פארשטיי האט דאס נישט מיט מיין לאקאל ברענטש, די אפצאלן גייט צו טשעיס אין דזשענעראל. אז איך האב 2 ברענטשעס אין מיין לאקאציע, און ביידער האבן 10-15 ארבייטערס, מהיכן ירק זה חי?

די חילוק ציווישן די פראצענט וואס זיי צאלן צו באקומען דיין געלט, גארנישט פאר דיין טשעקינג אקאונט, און א פראצענט פון א פראצענט פאר דיין סעיווינגס אקאונט, און די זעקס זיבן פראצענט וואס זיי מאכן פון ביזסעס לאונס, מארגעדזשעס, און קאר לאונס. די בעסטע און גרינגסטע וועג צו באקומען דיין געלט איז דורך מאכן די גרינגסטע פאר דיר צו דיפאזיטען דיין געלט דארט.
מאנטאג אפריל 29, 2013 7:35 pm#109972
מיינע מלמדים האבן אלץ געזאגט אז ווי א דור שפעטער ווערן מענטשן נארישער!
עוועלוציע אבער זאגט לכאורה (לויט מיין שכל) אז מענטשן וואלטן געדארפט קלוגער ווערן.
פון די אנדערע זייט, קומען ארויס נייערע מאשינען און טעכניק וועלכע מאכן אז די געווענליכע מענטש זאל נישט דארפן צופיהל נוצן די קאפ, איז אפשר דאס אליין מאכט דעם געווענליכען מענטשן מער פארטעמפט.

מיינע מלמדים האבן אלץ געזאגט, אז ווי א דור שפעטער ווערן מענטשן שוואכער (פיזיש)
עוועלוציע וואלט אויך (מיין שכל) געדארפט אנדייטן די זעלבע.
פון פיזיש שטארקע עיפ'ס ביז פיזיש שוואכערע (און עווענטועל עמאציאנאלע) מענטשן. ווייל ווי פארשטענדליך, די קערפער איז נישט אזוי שטארק ריזן פאר סורווייוועל ווי די מח. (די שווארצע וואס זענען טאקע שטערקער געבויעט [נענטער צו די עיפ פארמאט] האבן אבער ווייניגער שכל. )
אלזא וואס איז דער אמת?