דינסטאג יולי 31, 2012 5:29 pm#30373
דארט פייערט מען ט"ו באב א גאנץ יאר
זר זהבאיך בין נאר לעצטענס געוואר געווארן אז מ'קען לינקען צו יו טוב און מאכן אז דער קליפ זאל זיך אנהייבן ביי א געוויסע צייט אינעם קליפ
ווען איך וויל אבער ארויפלייגן אוין שטיבעל דא אזא קליפ (עמבעדן) וועט נישט ארבעטן. דער קליפ וועט בכלל נישט ארויפקומען אויפ'ן שטיבל. פארוואס?
זר זהבקין מעס פיקסן? אויב נישט אינטערעסירט מיר נישט די דעטאלן. אבער א דאנק פאר'ן ענטפערן.
זר זהבאגב, איך האב נארוואס געגעסן געפילטע פיש (די קדם דזשאר באטלעך) און דו ביזט גוט!
געפילטע פיש
קדם דזשאר באטלעך??? איכס!
זר זהבמ'דארף וועלן אריינגיין אין אן אנדערען וועלט...
אךשמחפאר וועם פארקויפט מען דאס?
זענען טאקע דא וואס עסן דאס ביי די סעודות שבת?
אךשמחאז מען רעדט שוין פון קדם געפילטע פיש אין אן אשכול פון 'זאכן וואס כ'וויל וויסן', קען מיר איינער פארשטיין געבן ווי מען קען אפילו פארקויפן אזעלכע געמיינע פיש?
די געקענטע קדם געפילטע פיש קען איך שוין זינט מיינע ערשטע יארן וואס כ'בין געגאנגען אין גראסערי, און עס האלט נאך אלס אן, אפילו ווען אנדערע מאכלים זענען שוין לאנג נישט בנמצא, קען מען נאך טרעפן אין אלע גראסעריס די פיש.
פאר וועם פארקויפט מען דאס?
זענען טאקע דא וואס עסן דאס ביי די סעודות שבת?
איך בין זיכער אז אונזער חבר 'געפילטע פיש' האט נישט געמיינט די קענס ווען ער האט זיך איינגעהאנדלט דעם ניק...
געפילטע פישאמר רבן שמעון בן גמליאל, לא היו ימים טובים לישראל כחמישה עשר באב וכיום הכיפורים, שבהם בני ירושלים יוצאין בכלי לבן שאולים, כדי שלא לבייש את מי שאין לו. וכל הכלים טעונין טבילה. ובנות ירושלים יוצאות וחונות בכרמים. וכך הן אומרות, שא נא בחור עיניך וראה, מה אתה בורר לך
איך וויל וויסען אין וועלכע כרמים דעס קומט פאר, איז דא א כרם אין די טריי סטעיט עריע ווי מ'קען צוקוקען די שיינע מנהג ישן ווי כ'וועל נישט אנטרעפען מיין נעקסט דאר נעיבער?
זר זהבדי נישט חסידישע האלטן נישט אז די חסידישע זינגערס זענען בעסערע זינגערס.
outspoken1)פארוואס זענען (בדרך כלל)די נישט חסידישע רבנים בעסערע רעדנערס ביי מסיבות ?
2)פארוואס זענען חסידישע זינגערס בעסער ווי די אנדערע ?
outspokenזר זהבדי נישט חסידישע האלטן נישט אז די חסידישע זינגערס זענען בעסערע זינגערס.
ביי אסאך מאדערענע חתנות זעט מען חסידישע זינגערס
נפתליoutspoken1)פארוואס זענען (בדרך כלל)די נישט חסידישע רבנים בעסערע רעדנערס ביי מסיבות ?
2)פארוואס זענען חסידישע זינגערס בעסער ווי די אנדערע ?
איך מעג האלטן אנדערש אדער דו זאגסט א פאקט און ס'איז נישטא קיין פלאץ פאר מיינונגען?
1) ביי נישט חסידישע איז דא פונקט אזעלכע אומגעלונגענע בעלי דרשנים, דו הערסט נאר די גוטע רעדנערס,
2) דיר געפעלט בעסער די חסידישע זינגערס ווייל דו ביסט געוואוינט צו די סטייל און הברה.
זר זהבביים כינוס האבן זיי גענומען דעם דזשיבויער מיט'ן אינטערנאאאאאאאט... זיי וואלטן פונקט אוזי געקענט נעמען א געלונגענעם חסידישן רעדנער. (אגב דער דזשיבויער הייסט א גאר גוטער רעדנער) ביים סיום האט דער קלויזענבורגער גוט גערעדט.
outspokenנפתליoutspoken1)פארוואס זענען (בדרך כלל)די נישט חסידישע רבנים בעסערע רעדנערס ביי מסיבות ?
2)פארוואס זענען חסידישע זינגערס בעסער ווי די אנדערע ?
איך מעג האלטן אנדערש אדער דו זאגסט א פאקט און ס'איז נישטא קיין פלאץ פאר מיינונגען?
1) ביי נישט חסידישע איז דא פונקט אזעלכע אומגעלונגענע בעלי דרשנים, דו הערסט נאר די גוטע רעדנערס,
2) דיר געפעלט בעסער די חסידישע זינגערס ווייל דו ביסט געוואוינט צו די סטייל און הברה.
נעם א כינוס הכללי אדער סיום הש''ס האבן די נישט חסיד'ישע רעדנערס עלעקטרעזירט דעם עולם.
שמעקעדיגאון אלס רעדנערס, אפשר ווייל ביי די ליטווישע און בכלל נישט-חסיד'ישע בויעט מען מער אויף דעם כח פון רעדן און בכלל קאנפידענץ, בשעת ביי חסיד'ישע מאכט מען אין בעסטן פאל נישט קיין אישו דערפון, און אין ערגסטן פאל, צוקלאפט מען דעם ענין דערפון.
נפתלירבנים און גוטע רעדנערס זענען צוויי אנדערע זאכן, ביי חסידים איז דא פונקט אזעלכע גוטע רעדנערס נאר זיי זענען נישט קיין רבנים
ביי חסידים ווערט מען נישט רבי ווייל מ'קען גוט רעדן
שמואל הלוירענט איז ביליג? איך הער זאגן...
הגם ס'איז ביליגער ווי אין שטאט, אבער נאך אלס היפש טייער.
פאר א פינף רומיגע דירה בעט מען שוין היינט ארום 1500 צו 1600 א חודש, און פאר א 6-7 רומיגע אין די געגענט פון צוויי אלפים א חודש, און א אכט רומיגע גייט פאר 2300 און העכער.
געפילטע פיששמואל הלוירענט איז ביליג? איך הער זאגן...
הגם ס'איז ביליגער ווי אין שטאט, אבער נאך אלס היפש טייער.
פאר א פינף רומיגע דירה בעט מען שוין היינט ארום 1500 צו 1600 א חודש, און פאר א 6-7 רומיגע אין די געגענט פון צוויי אלפים א חודש, און א אכט רומיגע גייט פאר 2300 און העכער.
דאס מיינט טייער? מאכסט מיר לאכען.
קווארטיןלאזט מיך אביסל צירוק גיין צו די טעמע פון זינגערס, סיז פאראן סאלא זינגערס, וואס מיט דעם מיינעך דארפן זיך די חסידישע נישט שעמען, פון די גרויסע צאל זינגערס איז דא א חלק הניכר וואס זינגען באמת גוט אין שיין. אבער ביי די קווייערס זינגער דארט מעג מען זיך אביסל אראפלערנען פון די נישט חסידישע, א שטייגער ווי "שלשלת". אויב יא קוקען אויף חסידישע, דאן וואלט איך ריפערט צו די איזראעלי קווייערס, א שטייגער ווי קאליש אדער מאנא ועוד, פארוואס, ווייל מ'הערט פון זייער זינגען אז זיי זינגען לויט די כללי מוזיק, אלס איז פארגעשריבן ווי א זייגער, אויב האך קיין טעות, זינגען זיי אדער עכ"פ פראקטיצרן זיי אויף נאטן, מ'הערט אויס קאלישעס ספירה טעיפ, ממש ווי א שווייצע זייגער, א מחי' צו הערן.
זר זהבפארוואס גייען די באבובע (און אפשר נאך אנדערע) מיט שניטן אין די רעקעלעך?
שמואל הלויוועלכע חוסט מיינסטו? ס'דא צוויי; ר' שמעלקא לייפער, און הרב גינזבורג.