Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
917 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 4429 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #191
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 2:58 pm#236651
אז די רעדסט שוין דערפון, איך בין פאריגע וואך געווען בין א חופה און מ'האט אויפגערופן: פלוני בין פלוני (נאמען געטוישט), חברותה פון די מחותן איז מכובד מיט א ברכה. דאז איז מיר געווען א חידוש אז מ'זאגט די רילעישאנשיפ אפילו ווען ס'נישט א קרוב משפחה
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 3:24 pm#236664
פלוני בין פלוני...נאו וואנדער האסט געטוישט די נאמען.
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 5:27 pm#236723
חג הסיגד
היינט איז א יום טוב ביי די אטיופיער אידנטום וואס רופט זיך חג הסיגד, עס איז א טאג פין חשבון הנפש, ווייסט איינער עפעס מער? וואס איז דע יום טוב? מקור?
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 8:16 pm#236780
גאלד האט געשריבן:די כיבודים אונטער די חופה איז עפעס אביסל מאדנע, מ'שרייט אויס בקול רעש גדול דעם שם הנכבד און די רילעשנשיפ, אקעי בלויז דער נאמען מהיכי תיתי ביי א ברית טוט מען עס אויך, אבער וואסי פשט פון מפרט זיין דער קירבות, "ר' משה גרונעם דער עלטער פעטער פון די כלה", איך גלייב אז ס'האט עפעס א סיבה, קען זיין ווייל בימים ההם האבן מענטש געוואוינט אין דער מרחקים און מענטשן האבן נישט געוואוסט ווער איז וואס, איך געס, איינער ווייסט

לכאורה כדי למעט מחלוקת צווישן די צוויי מחותנים, רופט מען אויס קבל ציבור ומלואו אז מען האט זיך גלייך איינגעטיילט, כך וכך פארן מחותן מצד החתן, כך וכך פארן מחותן מצד הכלה.

איי לפי"ז פארוואס רופט מען נישט אויס ביים בענטשן?
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:33 pm#236808
ווייל ביים בענטשען זענען זיי שוין סייווי צוקריגט
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 11:04 pm#236815
דארף מען האבן א פערמיט און באצאלן פאר סיטי אראפצולייגן א קעסטל מיט פרייע צייטונגען, שאפערס רוט לינק וכדומה, אויף די קארנערס פון די גאסן? אויב נישט פארוואס לאזט די סיטי צו ביזנעס אויף סיטי פראפערטי בחינם?
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 3:15 pm#237151
וועלכע ספיעשיס איז די הומאנויד אינמיטן? :קראנק
ווי עס קוקט אויס איז די איראנער נוקלעארע פארהאנדלונגען 'אינטערגאלעקטיק'. :lol:
#קערי,אשטאן,זאריף.
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 3:55 pm#237171
ישראל קאפקע: לשיטתך, איז זי? א מלאך המושיע, סיי וועלכע ספיעיס זי זאלל זיין. זי העלפט דאך צו צו באגראבן מדינת ישראל און פאראויסברענגען די אגענדא און פלאן פון די איסלאמישע רעפובליק אף איראן צו באשטיין אויף זייערע רעכטן צו האבן און פראדוצירן נוקלעארע געווער און ווייטשטרעקיגע באליסטיק מיסילס. דאס איז דאך קעיגן אינטערנאציאנאלן געזעץ אז מדינת ישראל זאלל האבן נוקלעארע געווער און די דעמאקראטישע איסלאמישע רפובליק אף איראן זאלל נישט. די יו.ען. און די אינטערנאציאנאלע געריכט אין האאג זענען מסכים צו דעים. זיי (און דו און דיינע גוטע פריינט ) ווילן זעהן אן אונטערטעניגע און שוואכע מדינת ישראל. וואס וועט זיך בייגן צום אינטערנאציאנאלן געזעץ. און די יו.ען. . --די זעלבע יו.ען. וואס האט אין יאר 1967 פריי געמאכט דעם וועיג פאר דעם עגיפטישן פרעזידענט נאסער און זיין ארמיי צו באגראבן די ציוניסטישע מדינה -- די זעלבע יו.ען. וועט גאראנטירן די זיכערקייט פון מדינת ישראל... :roll:
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 4:45 pm#237200
ר'בערל,
איז דאס א שכר, אדער אן עונש?
יעדע ווערטל מיינע, נאכגעפאלגט מיט א לאנגע מגילה, א חזרה אויף די פריערדיגע, נאר מיט לייכטע שינויים אין די לשון. :lol: :( :P :roll:
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 4:58 pm#237203
לאמיר לייגן אין א זייט דעם דיון איבער שכר ועונש. איך האב געהאט א גרויסן רעבי'ן. הרב סענדער דער דייטש זכות יגון עלינו. איך האב נישט פארפעלט קיין איין וואך צו ליינען דעם "איד". האט מיך מיין היילגער רבי אויסגילערנט וויאזוי מ'שרייבט און רעדאגירט א צייטונג. ער האט אייביג גענוצט די זעלבע לשונות. נאר מיט אן אנדער'ן סדר. האב איך מיך אויסגילערנט פון דעים אז צו ארויסגעיבן דעם איד איז זייער א גרינגע זאך. מ'מאכט א זיגל פון אלע לשונות. און א יעדע וואך נוצט מען זיי איבער. נאר מיט אן אנדערן סדר. איך טו אויך די זעלבע. ווייל איך האב פאקטיש נישט וואס צו צו געיבן. דיין אגענדא איז זייער קלאר פאר מיר. און מיין רעאקציע איז אויך זייער קלאר. פונקטליך פארוואס איך בין אבעסס'ד מיט'ן האלאקאוסט. וואס עס ליגט מיר א פחד אין מיינע ביינער אז ס'זאל זיך ח"ו נישט איבער חזר'ן, דארף מען אפשר פרעיגן ביי גרויסע פסיכאלאגן און מבינים אויף תורת הנפש. משא"כ כבודו האט נישט דעים פחד אין זיין הינטער באוואוסטיין קענסטו דיר ערלויבן צו זיין ראציאנאל און זיך האלטן צום אינטערנאציאנאלן געזעץ און רחמנות האבן אויף די עמלקים וועלכע וואוינען אין עזה און אין די אקופירטע שטחים. אבער איך נישט...!
מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 7:40 pm#237461
די חוטשע פרשה
איך האב שוין כמה פעמים געהערט פין די מעשה אין חוטשע ווי א מענטש איז אוועק געפארען אויף א לאנגע צייט אין ווען ער איז אהיים געקומען האט ער געטראפען זיין פרוי שוואנגערט. ווייסט איינער מער פרטים איבער די מעשה? למעשה האבען די גדולי הדור איר מתיר געווען פאר איר מאן איז א שטיקל סימן אז למעשה איז נישט פארגעקומען די ערגסטע.
מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 10:07 pm#237492
חוטשע?
מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 11:49 pm#237508
petergrifin האט געשריבן:חוטשע?

באבע יוטל
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:01 am#237509
ווי ליגט די מייק פין tv hosts and guests?
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:51 am#237514
אין די קנאבל פונעם בארד..
(יעצט וועסטו פרעגן ווי א חכם.. הע ער האט נישט קיין בארד! קשיא אויף א מעשה)
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 1:56 am#237526
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:אין די קנאבל פונעם בארד..
(יעצט וועסטו פרעגן ווי א חכם.. הע ער האט נישט קיין בארד! קשיא אויף א מעשה)

ועוד קשה, וואס טוט א פרוי?
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:13 pm#237587
זייער דרינגענג: ווייסט איינער נעמען און נאמבערס פון לאקאלע בראקערס אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק? איך זוך צו קויפן א דירה און ווייס מיך נישט צו וועם צו ווענעדן. א דאנק.
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:42 pm#237600
וויזוי קען זיין אז יעקב אבינו וואס איז איז געווען אזוי אפגעהיטן אז ביי די 84 יאר האט ער געהאט "ראשית אוני",
ווען עס איז געווען "וישק יעקב לרחל" האט ער ניטאמאל געהאט א פגם מחשבה,

ווי באקאנט אז ביי די אפגעהיטענע אידן, געשעהט מיט יעדע קלייניקייט,
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:50 pm#237601
stuck האט געשריבן:זייער דרינגענג: ווייסט איינער נעמען און נאמבערס פון לאקאלע בראקערס אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק? איך זוך צו קויפן א דירה און ווייס מיך נישט צו וועם צו ווענעדן. א דאנק.

ביזנעס דירעקטארי. עיין שם ותמצא נחת.
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:55 pm#237603
העלא האט געשריבן:וויזוי קען זיין אז יעקב אבינו וואס איז איז געווען אזוי אפגעהיטן אז ביי די 84 יאר האט ער געהאט "ראשית אוני",
ווען עס איז געווען "וישק יעקב לרחל" האט ער ניטאמאל געהאט א פגם מחשבה,

ווי באקאנט אז ביי די אפגעהיטענע אידן, געשעהט מיט יעדע קלייניקייט,

שתי תשובות בדבר. איינס ווער זאגט אז ראשית אוני מיינט אז ער האט נישט געהאט קיין מחשבה? צווייטנס איז די מציאות דאן געווען אנדערש, עס איז געווען אזא זאך ווי קושן לשם חיבה וקורבה און נישט לשם זנות.
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 3:32 pm#237619
עין קדושת לוי סוף פרשת חי שרה על הפסוק ויבאה יצחק ........ויאהבה
געאייגענט פאר יונג אין אלט
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 3:42 pm#237625
chusid האט געשריבן:היינט איז א יום טוב ביי די אטיופיער אידנטום וואס רופט זיך חג הסיגד, עס איז א טאג פין חשבון הנפש, ווייסט איינער עפעס מער? וואס איז דע יום טוב? מקור?

דא האסטו שוין געזוכט?
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:07 am#237733
ווי אזוי ארבעטן די אלע וועטער סטאנציעס סיי אויף זייערע וועבסייטס און סיי אויף זייערע עפפס? יעדע געגנט האט כסדר אפדעיטס אויפן טאג און אויפן שעה מיט א נאצישע פונקטליכקייט, עס קוקט עפעס אויס ווי יעדע געגנט האט א דעזיגנירטן אגענט וואס קוקט נאכאנאנד פאר דעם וועטער, יומם ולילה לא ישבותו...

ווי אזוי ארבעט דאס? איז דאס טאקע גענצליך קאמפיוטערייזד? ווי אזוי ווייסט דער מענטש/פראגראם יעדע געגנט פונקטליך יעדע דעטאל און יעדע ווינטער וואטש און ווי אזוי עס גייט זיך שפירן? מיטן ווינט, פארוואלקנט, פארנעפלט, שווארצע אייז, א.א.וו. עס קוקט מיר אויס ווי כישוף.
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:17 am#237735
וואס? כישוף געלאנגט אויך נישט?
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 4:16 am#237774
וויאזוי האבן פאלאטישנ'ס אלץ א אנטווארט אויף די סעקאנד נישט קיין חילוק די נושא? בכלל איז אינטערעסאנט וויאזוי ער געדענקט צו ענטפערן אלע פראגן וואס די רעפארטער האט געפרעגט און פארגעסט קיינמאל נישט,
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 7:17 pm#239681
געווענליך ווען איך פאר פורסט קלעס קיין יוראפ באקומט מען כסעודת שלמה בשעתו, ס'איז אפי' דא כשר'ע וויין, משא''כ צו א''י וואס כ'טריי צו שטיצן אל-על איז די עסן דיסגאסטינג, כ'ווייס נישט ווי זיי שעמען זיך נישט נאכן נעמען אזא געשוואלענעם פרייז.

דער אמת איז אז כ'בין איינמאל געפארע ביזנעס קלעס קיין יוראפ, און ס'איז דאכט'זיך געווען בעסער וואו אל-על פורסט קלעס! [כ'וואלט מיך נישט גע'חידוש'ט צו הערן אז אפי' עקאנאמי איז בעסער ווי אל-על'ס פורסט].

באט כ'האב שוין געזאגט מיין טרעוול אגענט אז איך בין DONE מיט אל-על.
[אגב ער טענה'ט אז ער מאכט אסאך מער פראפיט אויף אל-על, איינער ווייסט צו ס'איז אמת??]
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 9:02 pm#239717
די צווייטע שורה פון דיין חתימה - אינאיינעם מיט דיין ניק - זענען א געוואלדיגע סתירה צו דיין תגובה, אבער שוין, צוריק צום ענין.

וועלכע עירליין האסטו גענוצט קיין אייראפע?
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 9:11 pm#239723
וויקיפידיע בעט יעצט פאר נדבות.
כהאב געפרעגט אפאר חבירים וואס ניצען אסאך וויקי, סאיז זיי נישט בייגעפאלן צי דאנעטען.
וויל איך וויסען היתכן?
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 9:27 pm#239735
לא להנאת גופי האט געשריבן:געווענליך ווען איך פאר פורסט קלעס קיין יוראפ באקומט מען כסעודת שלמה בשעתו, ס'איז אפי' דא כשר'ע וויין, משא''כ צו א''י וואס כ'טריי צו שטיצן אל-על איז די עסן דיסגאסטינג, כ'ווייס נישט ווי זיי שעמען זיך נישט נאכן נעמען אזא געשוואלענעם פרייז.

דער אמת איז אז כ'בין איינמאל געפארע ביזנעס קלעס קיין יוראפ, און ס'איז דאכט'זיך געווען בעסער וואו אל-על פורסט קלעס! [כ'וואלט מיך נישט גע'חידוש'ט צו הערן אז אפי' עקאנאמי איז בעסער ווי אל-על'ס פורסט].

באט כ'האב שוין געזאגט מיין טרעוול אגענט אז איך בין DONE מיט אל-על.
[אגב ער טענה'ט אז ער מאכט אסאך מער פראפיט אויף אל-על, איינער ווייסט צו ס'איז אמת??]

לא להנאת גופי: דאס האט צו טון מיט דעם היימישקייט באג. זיי טראכטן אז דו ביסט א איד/היימישער איז גוט אזוי אויכעט. משא"כ די גויים שטעללן זיך אהער העפליך.
אבער איך וואלט נאך אלץ ענדערש געפארן מיט אל-על אפילו זיי געבן טרוקן ברויט און ספרינג וואסער, ווי ענדערש מיט די פארשאלטענע דייטשע עירליין "לופטהאנזא". כאטש זיי זענען זייער העפליך. דאס דערמאנט מיך אז א געוויסער חשוב'ער אדמו"ר , בגן עדן תהא מנוחתו, האט געהאט א קעפעידעה דייקא נאר צו פארן מיט לופטהאנזא. זיי וואלטן געזאגט אזוי..."הערר ראבינער נאך איינע פירטל שטונדע קאממען וויר אן נאך אוישוויץ...ביטע זיין גרייט... :roll:
דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:15 am#239815
וויאזוי האלט זיך נפטלי בנט'ס קאפל? ער האט נישט קיין האר סא עס איז נישט מיט א באבי פין
דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 5:11 pm#239956
berlbalaguleh האט געשריבן:
לא להנאת גופי האט געשריבן:געווענליך ווען איך פאר פורסט קלעס קיין יוראפ באקומט מען כסעודת שלמה בשעתו, ס'איז אפי' דא כשר'ע וויין, משא''כ צו א''י וואס כ'טריי צו שטיצן אל-על איז די עסן דיסגאסטינג, כ'ווייס נישט ווי זיי שעמען זיך נישט נאכן נעמען אזא געשוואלענעם פרייז.

דער אמת איז אז כ'בין איינמאל געפארע ביזנעס קלעס קיין יוראפ, און ס'איז דאכט'זיך געווען בעסער וואו אל-על פורסט קלעס! [כ'וואלט מיך נישט גע'חידוש'ט צו הערן אז אפי' עקאנאמי איז בעסער ווי אל-על'ס פורסט].

באט כ'האב שוין געזאגט מיין טרעוול אגענט אז איך בין DONE מיט אל-על.
[אגב ער טענה'ט אז ער מאכט אסאך מער פראפיט אויף אל-על, איינער ווייסט צו ס'איז אמת??]

לא להנאת גופי: דאס האט צו טון מיט דעם היימישקייט באג. זיי טראכטן אז דו ביסט א איד/היימישער איז גוט אזוי אויכעט. משא"כ די גויים שטעללן זיך אהער העפליך.
אבער איך וואלט נאך אלץ ענדערש געפארן מיט אל-על אפילו זיי געבן טרוקן ברויט און ספרינג וואסער, ווי ענדערש מיט די פארשאלטענע דייטשע עירליין "לופטהאנזא". כאטש זיי זענען זייער העפליך. דאס דערמאנט מיך אז א געוויסער חשוב'ער אדמו"ר , בגן עדן תהא מנוחתו, האט געהאט א קעפעידעה דייקא נאר צו פארן מיט לופטהאנזא. זיי וואלטן געזאגט אזוי..."הערר ראבינער נאך איינע פירטל שטונדע קאממען וויר אן נאך אוישוויץ...ביטע זיין גרייט... :roll:

קודם כל אין אזאי פאל וואלט איך געענפערט דעם סטוערד, די נודריגע הונט ארבעט'סט אויף מינימאם, האסט ניטאמאל א בעט ביינאכט, איך פאר מיך פערסט קלעס, און די זאגסט וואס, נאכאמאל??!!
שנית, איך קען א חשוב'ע אדמו''ר וואס דרייווט א בי.עם.w. און ווער געט א קראץ. אגב כ'פאר נישט קיין דייטשלאנד איך פאר געווענליך קיין לונדון, איטאליע, פראקרייך, שווייץ, און פוילען.
דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 7:10 pm#239990
google ads
פארוואס ביי אסאך פירמעס למשל עמעזאן ווען איר טייפט אריין עמעזאן אין גוגל וועט די ערשטע זיין א באצאלטע עד פון עמעזאן און ערשט נאכדעם וועט זיין עמעזאן אלץ די ערשטע רעזאלטאט, רוב מענטשן וועלן דריקן די גאנץ אויבערשטע און דאס וועט קאסטן פאר עמעזאן, פארוואס דארף עמעזאן מאכן א באצאלטע עד דארט ווען זיי קומען מילא ארויף די ערשטע?
דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 7:19 pm#239997
ס'קען זיין אז זיי זענען אין קאנטראקט מיט גוגל פון ווען זיי האבן דאס יא געדארפט.
דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 9:17 pm#240022
chusid האט געשריבן:וויאזוי האלט זיך נפטלי בנט'ס קאפל? ער האט נישט קיין האר סא עס איז נישט מיט א באבי פין

אפשר וועלקרא? נאר וואס איך קען נישט פארשטיין. אויב ער האט שוין יא א קאפל, פארוואס נישט א נארמאלע סייז כיפה סרוגה ווי אלע אנדערע מזרחי'סטן?...!
דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 11:45 pm#240061
פאוואס גייט ער קיינמאל נישט קיין געהעריגע סוטס?? און פארוואס טריפל זירא'ט ער זיין פיאת\האר?
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 12:36 am#240069
לא להנאת גופי האט געשריבן:פאוואס גייט ער קיינמאל נישט קיין געהעריגע סוטס?? און פארוואס טריפל זירא'ט ער זיין פיאת\האר?

ס'איז דא נאך קאנפליקטינג און סתירות'דיגע זאכן וואס ער טוט. למש. שבת איז ביי איהם א פולשטענדיגע יום מנוחה. אזוי ווי ער זאגט אליין אויף אן אינטערוויו. ער זינגט אפילו זמירות. אבער ער האט אויך א הונט וואס ער איז מגדל אלס פעט. דער כלב'ל שפירט זיך ביי איהם ווי א בן בית. כ'האב געזעהן ווי דער הינט טרינקט קאפי פון א טעפל...!
אויך איז ער מלידתו אן אמעריקאנער ... נישט אן איזראעלי...!
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 12:53 am#240072
יא אבער די נישט גיין סוטס איז א שיטה, ניין?
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 1:32 am#240082
berlbalaguleh האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:וויאזוי האלט זיך נפטלי בנט'ס קאפל? ער האט נישט קיין האר סא עס איז נישט מיט א באבי פין

אפשר וועלקרא? נאר וואס איך קען נישט פארשטיין. אויב ער האט שוין יא א קאפל, פארוואס נישט א נארמאלע סייז כיפה סרוגה ווי אלע אנדערע מזרחי'סטן?...!

וועלקרא'ד צו וואס?
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 2:27 pm#240181
פארוואס זעהט ר' אלישיב אייביג אויס ווי ער איז אנגעזעצט??
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 2:31 pm#240183
לא להנאת גופי האט געשריבן:פארוואס זעהט ר' אלישיב אייביג אויס ווי ער איז אנגעזעצט??



איך האב זוכה געווען צו זיין ביי הרב אליישיב סוף ימיו ביי א שיעור, ער איז געווען מלא שמחה, און מלא חיות דקדושה.
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 3:34 pm#240204
ווען האסטו אים לעצטענס גיזעהן? איך האב אים שוין נישט גיזעהן א שטיק צייט.
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 3:50 pm#240208
קוק'סט נישט אויף בילדער פון מתים? [כ'האב געהערט אז אין סקווער איז דא אזאי קפידא]
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:01 pm#240212
פארוואס פעלט זיך אויס דאס נשיא פאזיציע אין מדינת ישראל? ועוד אויב ער געט די אוטאריטעט פאר די גרעסטע פארטי צאמצושטעלן א קאאליציע און דאס איז די פאקט אייביג דעמאלטץ טוט ער דאך גארנישט...די טעלעפאן קאל מיינט מען?
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 6:23 pm#240244
berlbalaguleh האט געשריבן:
לא להנאת גופי האט געשריבן:פאוואס גייט ער קיינמאל נישט קיין געהעריגע סוטס?? און פארוואס טריפל זירא'ט ער זיין פיאת\האר?

ס'איז דא נאך קאנפליקטינג און סתירות'דיגע זאכן וואס ער טוט. למש. שבת איז ביי איהם א פולשטענדיגע יום מנוחה. אזוי ווי ער זאגט אליין אויף אן אינטערוויו. ער זינגט אפילו זמירות. אבער ער האט אויך א הונט וואס ער איז מגדל אלס פעט. דער כלב'ל שפירט זיך ביי איהם ווי א בן בית. כ'האב געזעהן ווי דער הינט טרינקט קאפי פון א טעפל...!
אויך איז ער מלידתו אן אמעריקאנער ... נישט אן איזראעלי...!

איז דאך ממש א סתירה! וויאזוי קען זיין אז ער היט שבת ווען ער האט אבער א הונטל? איך פארשטיי דאס נישט!
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 6:29 pm#240248
ירח בן יומו האט געשריבן:
לא להנאת גופי האט געשריבן:פארוואס זעהט ר' אלישיב אייביג אויס ווי ער איז אנגעזעצט??



איך האב זוכה געווען צו זיין ביי הרב אליישיב סוף ימיו ביי א שיעור, ער איז געווען מלא שמחה, און מלא חיות דקדושה.

איך האב אויך זוכה געווען צו זיין ביי א שיעור סוף ימיו (וואס בדרך אגב איז נישט געווען וואס צו הערן דערביי, סתם א פשוט'ע גמרא שיעור) און ווען איינער האט אריינגעפרעגט א שאלה האט ער געענטפערט מיט אן אנגעבלאזענעם פנים, "איך ווייס ניט וואס איר ווילט."
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 6:29 pm#240249
chusid האט געשריבן:פארוואס פעלט זיך אויס דאס נשיא פאזיציע אין מדינת ישראל? ועוד אויב ער געט די אוטאריטעט פאר די גרעסטע פארטי צאמצושטעלן א קאאליציע און דאס איז די פאקט אייביג דעמאלטץ טוט ער דאך גארנישט...די טעלעפאן קאל מיינט מען?

ס'איז א טיטל אן א מיטל. אויב געדענק איך גוט האט בן גוריון געשטעלט חיים וייצמן אלץ ערשטער נשיא ווייל ער האט עם געוואלט געבן די הערכה אן צופיל פאליטישע כח.
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:02 pm#240290
האט זיך שוין אמאל געמאכט אז אן אדמו"ר האט פארגעסן ותן טל ומטר אדער יעלה ויבוא און ער האט איבערגעדאווענט שמנה עשרה?
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:03 pm#240291
זיי האלטן אין איין פארגעסן, דערפאר נעמט עס אזוי לאנג
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:13 pm#240302
כ'ווייס נישט וועגען אדמו''ר, אבער כאב אמאל געדאווענט אין ראדני, שבת צופרי, און די בעל תפילה האט בטעות געזאגט 'מוריד הטל'. פראבלעם איז אז ס'געווען אנהייב 'שבט'!!
איך וויל שטארק וויסען צו ער האט פשוט קיינמאל נישט געטוישט, צו ער איז נאר געווען נערוועז און ס'האט זיך עם פארמושט.
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:59 pm#240309
פאר זאגן מוריד הטל דארף מען נישט איבער דאווענען. מיין שאלה איז אויב איינער ווייסט פון א רבי וואס האט געהאט די קוראזש איבערצודאווענען ווען ס'האט זיך געמאכט א טעות ביים דאווענען.