Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
917 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 4429 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #191
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 2:25 am#240348
וואסערע כשרונות דארף זשאש ערניסט מכלומפרשט צו האבן אז ער האט אזא הויעכע פאזיציע? איך זע נישט אין אים גארנישט
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 2:32 am#240350
דריידל האט געשריבן:האט זיך שוין אמאל געמאכט אז אן אדמו"ר האט פארגעסן ותן טל ומטר אדער יעלה ויבוא און ער האט איבערגעדאווענט שמנה עשרה?

דאס מסתמא נישט. ווייל ס'איז בינו לבין קונו. און גאט ברוך הוא פארציילט נישט פאר'ן עולם. ממילא האט דער רבי נישט מורא...!
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 2:43 am#240353
דריידל האט געשריבן:האט זיך שוין אמאל געמאכט אז אן אדמו"ר האט פארגעסן ותן טל ומטר אדער יעלה ויבוא און ער האט איבערגעדאווענט שמנה עשרה?


יא.. כ'האב אמאל געהערט אז דער ברך משה זצ"ל מ'סאטמאר האט איבערגעדאווענט ברבים ווייל ער האט פארגעסען ותן טל ומטר.
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 3:10 am#240358
דריידל האט געשריבן:פאר זאגן מוריד הטל דארף מען נישט איבער דאווענען. מיין שאלה איז אויב איינער ווייסט פון א רבי וואס האט געהאט די קוראזש איבערצודאווענען ווען ס'האט זיך געמאכט א טעות ביים דאווענען.

באבובער רב זצ''ל האט אמאל פארגעסען יעלא ויבוא אין האט אעבער געדאווענט, דערנאך געמאכט א שמועס דערפון
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 11:32 am#240377
דריידל האט געשריבן:האט זיך שוין אמאל געמאכט אז אן אדמו"ר האט פארגעסן ותן טל ומטר אדער יעלה ויבוא און ער האט איבערגעדאווענט שמנה עשרה?

האט נישט סאטמער רב איין יאר פארגעסן איין נאכט צו ציילן ספירה און יענע יאר האט ער מער נישט גיקענט מאכן א ברכה? אזוי האב איך גיהערט כד הוינא טליא

אגב יעצט באמערקט איך האב אנגעהויבן די 100 בלאט אין דער אשכול!
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 11:45 am#240380
פארגעסן צו ציילן ספירה איז גאר אנדערש ווייל מ'קען עס נישט באהאלטן וויבאלט אלא וואס האבן מיטגעדאווענט ווייסן, משא"כ א טעות ביי שטילע שמו"ע.

דאס וואס מ'האט אנגעצייכענט אויף מהר"ש מבאבוב און מהר"ם מ'סאטמאר שטימט זייער גוט ווייל ביידע זענען געווען ארגינעלע מענטשן לאפוקי פון די היינטיגע שאו שפילער.
מוצ"ש דעצעמבער 13, 2014 6:44 pm#240670
שטריימלאך
פארוואס זענען שמאלער שטריימלאך קאנסידערט מער א מאדערענער לוק, און ברייטע איז מער חסידיש?? [אגב זעלבע זאך מוט היטען]
זונטאג דעצעמבער 14, 2014 3:05 am#240725
גלעד שליט
איך גוגל שוין ארום א לאנגע צייט איך בין נייגעריג איבער די דיטעילס פון די 5 יאר גלעד שליט איז געווען ביי כאמאס, וואס איז געווען זיין סדר היום, עסן, שלאפן אא"וו , ווייסט אפשר איינער ווי איך קען דאס ליינען?
זונטאג דעצעמבער 14, 2014 11:11 am#240752
לא להנאת גופי האט געשריבן:פארוואס זענען שמאלער שטריימלאך קאנסידערט מער א מאדערענער לוק

ווייל די מער רייסערישע גייען דאס
לא להנאת גופי האט געשריבן: און ברייטע איז מער חסידיש??

ווייל די מער חסידישע גייען אזוי
זונטאג דעצעמבער 14, 2014 12:03 pm#240761
לא להנאת גופי האט געשריבן:יא אבער די נישט גיין סוטס איז א שיטה, ניין?

האסט אמאל געזעהן אן איזראעילי מיט א סוט?
איבערהויפט ביי די מזרחי'סטן, ביי זיי גייען אלע אנגעטוהן ווי די פויערן פון דערהיים. די פרויען אויך אזוי. און אפילו ביי חתונות...
זונטאג דעצעמבער 14, 2014 12:06 pm#240762
דריידל האט געשריבן:האט זיך שוין אמאל געמאכט אז אן אדמו"ר האט פארגעסן ותן טל ומטר אדער יעלה ויבוא און ער האט איבערגעדאווענט שמנה עשרה?

איך האב אמאל געהערט פון איינעם אז ווען א רבי דאוונט אדער טוט סיי וועלכע מצוה, איז עס ריין לשמה. פארוואס?
ווייל ווען ער דאווענט נישט, וואלטן די חסידים שוין פארענטפערט אז ס'איז הויכע זאכן. ממילא ווען ער דאוונט יא, איז עס זיכער בלתי לה' לבדו.

יעצט קען מען שוין פארשטיין...
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 2:31 am#240906
וואס איז דאס די 'מוזיק קאנספיראציע' 440 ווס. 432?
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:17 am#240932
איז פארהאן אן אונליין עברית dictionary/translation צוזאמען מיט vocal pronunciation ?
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:30 pm#241118
james mitchel
just watched on the kelly file a interview with one of the interogators who waterboarded someone 83 times to get out information' im curious to know what kind of ppl are these who can do it??? which ppl can pain someone so severe even not in a state of anger... i think that i know no one who can do this
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:18 am#241133
.
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:22 am#241135
chusid האט געשריבן:just watched on the kelly file a interview with one of the interogators who waterboarded someone 83 times to get out information' im curious to know what kind of ppl are these who can do it??? which ppl can pain someone so severe even not in a state of anger... i think that i know no one who can do this


מיין כתה ח' רבי שר"י פארוואס פרעגסטו
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:49 am#241145
איף דערף קויפן א שיינע בכבודי'גע מתנה פאר א גוי
איך וואונדער זיך צו איינער ווייסט צו עס פאסט צו געבען א שיינע (JUDAICAׂ) מנורה פאר א גוי (דאקטער אדער לויער)?
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 3:09 am#241163
וויאזוי וואלטסו געפילט ווען ער געט דיר א שיינע קראצמעך בוים?
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 3:13 am#241164
shem-tov האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:just watched on the kelly file a interview with one of the interogators who waterboarded someone 83 times to get out information' im curious to know what kind of ppl are these who can do it??? which ppl can pain someone so severe even not in a state of anger... i think that i know no one who can do this


מיין כתה ח' רבי שר"י פארוואס פרעגסטו

שם טוב: דו האסט מיך געמאכט שמייכלען. ווייל דו האסט מיר אויפגעברענגט זיסע זיכרונות פון אמאל.
איך מיין אז מיין כיתה ח' רבי, ווען ער איז געגאנגען אהיים ביינאכט האט ער געזאגט אויף מיר שר"י. נישט איך אויף איהם.... :lol: :roll: :x :P :twisted:
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:23 pm#241185
געפילטע פיש האט געשריבן:וויאזוי וואלטסו געפילט ווען ער געט דיר א שיינע קראצמעך בוים?

איך האב שוין געזען בילדער פון יודישע עסקנים געבען מנורות פאר הויכגעשעצטע פאליטישע חברה, איז דאס אנגנומען ווי א שיינע מתנה אדער טאקע להבדיל ווי א קראצמעך בוים?
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:46 pm#241196
ירח בן יומו האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:וויאזוי וואלטסו געפילט ווען ער געט דיר א שיינע קראצמעך בוים?

איך האב שוין געזען בילדער פון יודישע עסקנים געבען מנורות פאר הויכגעשעצטע פאליטישע חברה, איז דאס אנגנומען ווי א שיינע מתנה אדער טאקע להבדיל ווי א קראצמעך בוים?

פאר א פאליטיקאנט איז יא די סדר צו געבן א מנורה אדער אנדערע רעליגיעזע ארטיקל ווי א בעכערל אדער א שופר און להבדיל רעליגיעזע ארטיקלען פון אנדערע רעליגיעס, ווייל דער פאליטיקאנט פארטרעט פארשידענע רעליעזע און עטנישע גרופעס, און אז איינע פון די קאנסטיטשוענט גרופעס וויל ארויסצייגן א דאנק און אנערקענונג פארן פאליטישן פארטרעטער פון זייער גרופע איז זייער פאסיג צו געבן א געשאנק פון יענעם ספעציפישן גרופע. געווענליך האבן פאליטיקאנטן א שאנק אדער ענליך וואו צו דיספלעיען די געשאנקען פון די פארשידענע עטנישע און רעליגיעזע גרופעס וואס זיי פארטרעטן, און דאס איז א גרויסער כבוד פארן פאליטיקאנט.

סתם א פריוואטע גוי איז נאריש צו געבן א מנורה, ער קען דערמיט גארנישט טון, און ער האט נישט וואו אדער פארוואס עס צו דיספלעיען.
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 2:42 pm#241218
און וואס איז מיט א מזוזה?
וויסען זיי אז ביי אונז איז דאס א שמירה און וואלטן זיי אויך געקענט הנאה האבן
איך האב אמאל געזען ביי א לויער הענגען א הערליכע מזוזה אויף א פלעק אין זיין אפיס,
ווארשיינליך האט א יוד וואס איהם דאס געגעבן און די יוד האט זיכער געמאכט אז ער זאל דאס נישט קענן הענגן אויך די טיר. איך וויס נישט צו עס האט געהאט די אינעוויניג אינסטרוקשינס (:lol: )
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 11:42 am#241409
וויאזוי דריקט מען זיך אויס אין יודיש "כהאב נאך אלץ נייטמערס" בקיצור נייטמערס אין יודיש

סאיז נישט פלעין שלעכטע חלומות
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 11:52 am#241413
קאשמארן
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 12:13 pm#241423
דא האסטו
מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 9:34 am#242320
אין "שמייכל" פארעם האט איינער ארויפגעלייגט א שמועס פון מייקעל סעוועטש מיט א ראביי. וויל איך פרעגן צי עמעצער ווייסט אפשר ווי סאיז די חז"ל פון וואס ער רעדט אז דער אייבערשטער שיקט דונערן אדער בליצן פאר מענטשן וואס האבן קרומע הערצער. סאיז מיר זייער נייטיג צו וויסן. יישר כח
מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 9:39 am#242321
ברכות די לעצטע פרק נ''ט א'.
מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 9:40 am#242322
shem-tov האט געשריבן:אין "שמייכל" פארעם האט איינער ארויפגעלייגט א שמועס פון מייקעל סעוועטש מיט א ראביי. וויל איך פרעגן צי עמעצער ווייסט אפשר ווי סאיז די חז"ל פון וואס ער רעדט אז דער אייבערשטער שיקט דונערן אדער בליצן פאר מענטשן וואס האבן קרומע הערצער. סאיז מיר זייער נייטיג צו וויסן. יישר כח

אמר ר' אלכסנדרי אמר ר' יהושע בן לוי לא נבראו רעמים אלא לפשוט עקמומית שבלב שנאמר והאלקים עשה שייראו מלפניו
(ברכות נט עא)
מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 9:49 am#242324
שכח רבי משולם וכוכב
דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:46 am#242611
וואס איז פשט אז רוב שרייבער דא אין קאווע שטיבל זענען סאטמערע געבוירענע? אלע אנדערע צוזאמען זענען עטליעסט אזוי גרויס ווי סאטמאר
דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 3:11 am#242612
chusid האט געשריבן:וואס איז פשט אז רוב שרייבער דא אין קאווע שטיבל זענען סאטמערע געבוירענע? אלע אנדערע צוזאמען זענען עטליעסט אזוי גרויס ווי סאטמאר

ס'הייסט. דו פרעגסט א קשיא אויף א מציאות. א פאקט...?
דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 12:02 pm#242643
לכאורה ווייל רוב אידיש רעדנדע אידן אין אמעריקע זענען סאטמארע
דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 12:21 pm#242645
ס איז דא דערויף א לענגערע און א קורצערע תירוץ. די קורצע איז אז די סאטמארע האבען די גרעסטע פראצענט וואס פאלגן נישט זייערע רבי'ס וואס זאגן אז די נעט איז מותר נאר לצורך פרנסה.

איך בינישט קיין היפאקריט איך אליינס פאלג אויך נישט אבער איך טראכט אסאך מאל צו מיר אז איך בין פראוד צו דאווענען אין א שטיבל ווי עס דאווענען בערך 120 אינגעלייט וואס צווישן זיי געפינען זיך א מאקסימום פון 12 סמארטפאונס ומתוכם קענען אפשר 4 אזא זאך ווי אייוועלט און אולי צוויי ווייסן פון ק''ש צו זאגן.
דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:37 pm#242683
וויאזוי ארבייט די תגובה לייקס ראנגען?
12% פון וואס, פון די לייקס אויף דעם אשכול? % פון לייקס היינט? געלייקט דורך צוועלף פראצענט פון די ליינער?
חוץ פון די דריטע אפציע זע איך נישט וואס די לייק ראנג מאכט מיר קלוגער איבער ווי בא'לייקט' א תגובה איז ביי די ליינער.
דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:42 pm#242688
איך מיין אז ס'מעסט זיך לויט די פראצענט פון אלע קאווע שטיבל מעמבערס וואס האבן געלייקט.
דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 3:24 pm#242702
יאיר האט געשריבן:איך מיין אז ס'מעסט זיך לויט די פראצענט פון אלע קאווע שטיבל מעמבערס וואס האבן געלייקט.

I dont think so because when there's one like it gets a rank of 0.9, when there is more then 110 members, to me it seems just numbers from 0.9 till 100 where every like is worth 0.9
דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 3:45 pm#242711
עס איז קאמפערד צו די מערסטע לייקס וואס א איינציגער תגובה האט שוין באקומען.
דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 4:22 pm#242724
וויאזוי האלט זיך וויקיפידיע אבעקטיוו? אויב יעדער קען דארט שרייבן וויאזוי ווערט עס נישט פול מיט שטותים?
דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 4:33 pm#242732
זיי האבן א גבאים ראטאציע
דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 11:00 pm#242803
אויב איינער שרייבט שטותים ווערט זיין אקאונט\IP געבלאקט.
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 12:58 pm#243576
איז פארהאן א סענס אוו הומאר אויף יענע וועלט, אדער גייט אלעס צו מיט א יעקע'שע קאלטקייט?

פארשטייט ער צו א גוטן דזשאוק?
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 1:43 pm#243590
אסאך חסידישע מעשיות ווי מען האט זיך צולאכט אויף יענע וועלט...
מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 8:55 pm#243654
מ'זאגט אז ביי די לוי' פון ר' מרדכי ראקאווער (די משמח ביים הייליגע חוזה מלובלין) האט זיך די חוזה זי"ע צושמייכלט, נאך די לוי' האט ער פארציילט אז ווען די מלאכי חבלה זענען געקומען צו ר' מרדכי'ן האבן זיי איהם צום אלעם ערשט געפרעגט זיין נאמען (כידוע איז דא א גרויסע ענין אין געדענקען די יודישע נאמען ווען מ'קומט ארויף אויווען, די פסוקים לשמות אנשים פון סוף שמו"ע איז א סגולה אויף דעם), האט ר' מרדכי געזאגט אז ער הייסט גרונים
האבן די מלאכים געשריגן פארוואס זאגסטו גרונים די הייסט דאך מרדכי?
האט ער געזאגט "און אז די ווייסט פארוואס פרעגסטו?"
און אלע מלאכים האבן זיך צולאכט
האט די רבי פון לובלין אויסגעפירט אז ער האט דעמאלס מיט געלאכט מיט די מלאכים, ווייל אז ער זעהט אז ר' מרדכי וועט זיך שוין אן עצה געבען מיט די ב"ד של מעלה.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 11:03 am#243759
נאך די וואלן ווען יעדע פאעזיע וועט אריבערגיין אל בעליו מיט אלע לייקס אינאיינעם, גייט די בעל מחבר'ס לייק אויך מיטפארן???
אויב יא איז עס גאנץ א אינטערסאנטע היכי תמצא אז עס וועלן זיין דא ל"ו ארטיקלעך וואס די בעלי מחברים בעצמם האבן עס געלייקט. (מיט זייער זעלבע ניק!!!)
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 1:03 pm#243778
ס'איז א וויכטיגע לעקציע אין זיך אליין ליב האבן.
דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 1:40 pm#244267
וואס איז די מעלה פון לייו מוזיק? רעקאדירטע מוזיק מיט גוטע ספיקערס איז נישט גוט?
דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 2:34 pm#244285
ביי א וואן מען בענד ביסטי אפשר גערעכט אבער א געהעריגע בענד מיט א פויק און טראמפייטערס וכדומה איז קיין פארגלייך ווען ס'איז לייוו אדער רעקארדעט. ווען איך האלט מיט ווי ס'שפילט לייוו מוזיק פון די מוזיקאלישע אינסטראמענטן ברענגט עס מיך א געוויסע פרייליכקייט.

קען זיין מהאי טעמא זענען דא געוויסע פוסקים וואס זענען מתיר בימי הספירה וכדומה צו הערן רעקארדעט מוזיק. איי פארוואס איז וואן מען בענד אסור? קען זיין משום לא פלוג.
דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 3:22 pm#244303
דריידל האט געשריבן:ביי א וואן מען בענד ביסטי אפשר גערעכט אבער א געהעריגע בענד מיט א פויק און טראמפייטערס וכדומה איז קיין פארגלייך ווען ס'איז לייוו אדער רעקארדעט. ווען איך האלט מיט ווי ס'שפילט לייוו מוזיק פון די מוזיקאלישע אינסטראמענטן ברענגט עס מיך א געוויסע פרייליכקייט.

קען זיין מהאי טעמא זענען דא געוויסע פוסקים וואס זענען מתיר בימי הספירה וכדומה צו הערן רעקארדעט מוזיק. איי פארוואס איז וואן מען בענד אסור? קען זיין משום לא פלוג.

הייסט אין די הערן די מוזיק איז קיין נפקא מינה? עס איז נאר א חילןק ווען מען האט ליב צו קיקן אויפן זינגער-שפילער?
מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:27 pm#244762
איז נישט 'די וואהלן אויסגאנג איז א שאק' אן אקסימאראן?
מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:37 pm#244767
נישט אינגאנצען. כ'על עס מסביר זיין.

ביי געהעריגע וואלן איז דא polls וואס מען מעסט כסדר דעם דעת הקהל. אויב זענען די וואל אויסגאנגען אנדערש מיט אסאך פון דער poll איז עס א אפסעט - א שאק.

דא, איז אויך געוועהן א שטיקל בחינה פון polls. די אקטיווע שרייבערס האבן קאמענטירט איבער אלע ווערק, און מ'האט געקענט האבן א שטיקל בילד וועלכע שטיקל גייט לכאורה געווינען.

דערווייל, איז דער voting געוועהן אפען פאר יעדעם איינעם, אפילו נישט אקטיווע מעמבערס, סתם לייענערס למיניהם וועלכע האבן קוים מגיב געוועהן 20 מאהל (דער מספר וואלט לדעתי געדארפט זיין 100 תגובות) און האבן נישט גענומען קיין אקטיווע טייל אינעם דיסקאשען, און דאס האט געטוישט דער גאנצע אויסגאנג.

ATUB @כוכב ATUB

ATUB @קעלנער ATUB

#lessonfornexttime