פארומס › קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

4,622 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 12:45 am#46798
ניין
זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 12:58 am#46805
איך האב א פאר מינוט צוריק געמאכט התרת נדרים.
זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 1:08 am#46809
אינטערעסאנט. כ'געדענק אז מ'קען נישט ביינאכט
זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 9:18 am#46852
אז מען רעדט שוין פון זאכן וואס איך וויל וויסן, און פון התרת נדרים, לאמיך שוין פרעגן א שאלה וואס איך וויל שוין יארן לאנג פארשטיין:

וואס איז פשט פון מאכן יעדן יאר באזונדער התרת נדרים?
צום סוף נאכן מתיר זיין, מאכט יעדער א "מסירת מודעה" אז מהיום והלאה, וועלן אלע נדרים זיין בטל ומבוטל "מעתה ועד עולם".
זיי וועלן נישט חל זיין, לא שרירין ולא קיימין, ס'איז גארנישט ווערד.
לכאורה, מיט די ווערטער זענען מיר שוין געקאווערד, ווי אונזער אייגענע ווערטער, "מעתה ועד עולם".
פארוואס'זשע נאכאמאל יאר-איין-יאר-אויס?

חוץ מזה וואס איך ווייס ביי מיר אז איך אליין בין ווייט פון דעם גאנצן ענין, איך מאך נישט קיין נדרים, איך נעם זיך נישט אונטער קיין קבלות, און ווען איך זאג שוין יא עפעס צו איז עס געווענליך "בלי נדר".
אבער כ'רעד שוין נישט פון מיר. על הכלל כולו יצא.
מה זה ועל מה זה?
זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 9:55 am#46864
זר זהב
אינטערעסאנט. כ'געדענק אז מ'קען נישט ביינאכט

שולחן ערוך יורה דעה הלכות נדרים סימן רכח סעיף ג
כיצד היא ההתרה, יאמר לו ג' פעמים: מותר לך, או שרוי לך, או מחול לך, (בכל לשון שיאמר), (ב"י בשם הרמב"ם), אפילו מעומד, ובקרובים, ובלילה, ובשבת, אפילו אם היה אפשר לו מאתמול לישאל עליו, ובלבד שיהיה לצורך השבת, כגון שנדר שלא לאכול או ליבטל מעונג השבת. וחרמי צבור, נהגו להתיר אף על פי שאינם לצורך השבת.

נאר ווייסט וואס נאך דער מחבר שרייבט? גיב א קוק:
שולחן ערוך יורה דעה הלכות נדרים סימן רכח סעיף א
מי שנדר ונתחרט, יש תקנה ע"י חרטה, א ואפילו נדר באלהי ישראל. כיצד יעשה, ילך אצל חכם מומחה, דגמיר וסביר, ואם אין יחיד מומחה ילך אצל שלשה הדיוטות, והוא דגמירי להו וסבירי וגם יודעים לפתוח לו פתח, ויתירו לו. והאידנא אין מומחה שיהא ראוי להתיר ביחיד.

זאגטס'זשע טייערע אידן, וויפיל פון די דריי הדיוטות וואס האבן אייך מתיר נדר געווען ווייסן וואס לפתוח לו פתח מיינט, איך רעד שוין נישט פון אייגענטליך פותח זיין פתחים?
זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 10:02 am#46866
זר זהב
אינטערעסאנט. כ'געדענק אז מ'קען נישט ביינאכט

זעהסטעך אז ער האט עס דורכגעמאכט
זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 1:32 pm#46890
די ענין וואס די טור ברענגט אז מען דארף זיך שערן די האר און בארד, איז אפי מ'האט זיך געשוירען אפאר וואכן ציריק און מ'האט קליינע האר?
אין אנדערע ווערטער איז עס א ככוד פארן יו''ט אז מען שערט זיך אדער די כבוד איז די קליינע האר?
זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 2:03 pm#46893
נולד מאוחר
די ענין וואס די טור ברענגט אז מען דארף זיך שערן די האר און בארד

די בארד האסטו צוגעלייגט? אדער ס'שטייט אויך אין טור?
זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 2:15 pm#46895
שמואל הלוי
נולד מאוחר
די ענין וואס די טור ברענגט אז מען דארף זיך שערן די האר און בארד

די בארד האסטו צוגעלייגט? אדער ס'שטייט אויך אין טור?

כ'מיין געפילטע פיש האט עס שוין ערגעץ וואו געברענגט. עס שטייט קלאר אין טור אבער דער מחבר לאזט עס אויס.
זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 3:26 pm#46906
ידען
איז אמת אז צושטאפען די נאז ווען מע סניזט איז נישט געזונט פאר די הארץ?

ליין דא אביסל איבער אפהאלטן פון סניזן.
זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 6:16 pm#46928
אךשמח
ידען
איז אמת אז צושטאפען די נאז ווען מע סניזט איז נישט געזונט פאר די הארץ?

ליין דא אביסל איבער אפהאלטן פון סניזן.

כאמער אויסגעלערענט אז סע הייסט stifling אבער איך זעה נישט אז סע שאט פאר די הארץ. אפשר פאר די מח אדער אויערען.

כאב נישט געוויסט אז גוגל האט אזא סערוויס ווי yahoo answers. אבער זייער נישט קלאר און עכט מיאוס. סע פאסט נישט פאר גוגל.
זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 6:44 pm#46932
סיז יאהו'ס סערוויס, נישט גוג'לס!
דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 9:16 pm#46935
/?איינער ווייסט אפשר וואס עס זיכט א שלאנג אויף די סימבאל/לאגא פון הצלה/
דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 9:36 pm#46937
גראדע מיין איך אז די חברות הצלה פון ניו יארק האבן נישט דעם שלאנג אויף זייער סיבמאל, בלויז א פאקל אויף א הארץ:

זע דא פארן רמז פונעם שלאנג.
דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 9:49 pm#46938
פארוואס אין די הייליגע טעג ביי חזרת הש"ץ זאגט נישט דער ציבור זכרינו לחיים און מי כמוך? וכתוב מיט בספר חיים זאגט מען יא,
דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 9:54 pm#46939
ידען
אסאך מענטשען האק אויף התאחדות הכשר אז סע גארנישט ווערט, און די זעלבע מענטשען וועלען עסן זאכען מיט זייער הכשר, וואסי פשט?

ווייל סהאט אויך OU,
דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 11:53 pm#46954
שמעקעדיג
אז מען רעדט שוין פון זאכן וואס איך וויל וויסן, און פון התרת נדרים, לאמיך שוין פרעגן א שאלה וואס איך וויל שוין יארן לאנג פארשטיין:

וואס איז פשט פון מאכן יעדן יאר באזונדער התרת נדרים?
צום סוף נאכן מתיר זיין, מאכט יעדער א "מסירת מודעה" אז מהיום והלאה, וועלן אלע נדרים זיין בטל ומבוטל "מעתה ועד עולם".
זיי וועלן נישט חל זיין, לא שרירין ולא קיימין, ס'איז גארנישט ווערד.
לכאורה, מיט די ווערטער זענען מיר שוין געקאווערד, ווי אונזער אייגענע ווערטער, "מעתה ועד עולם".
פארוואס'זשע נאכאמאל יאר-איין-יאר-אויס?

חוץ מזה וואס איך ווייס ביי מיר אז איך אליין בין ווייט פון דעם גאנצן ענין, איך מאך נישט קיין נדרים, איך נעם זיך נישט אונטער קיין קבלות, און ווען איך זאג שוין יא עפעס צו איז עס געווענליך "בלי נדר".
אבער כ'רעד שוין נישט פון מיר. על הכלל כולו יצא.
מה זה ועל מה זה?

איינס פון די טעמים, לפענ"ד פארוואס מען מאכט התרת נדרים א יעדעס יאר איז, ווייל ס'קען זיין א חשש פון א נדר א זאך וואס מען האט זיך געפירט דריי מאל און מען האט נישט געזגט בפירוש "בלי נדר" אזוי ווי ס'שטייט אין נוסח פון התרת נדרים "וכל דבר טוב שנהגתי שלש פעמים ולא אמרתי שיהא בלי נדר. אויך שטייט "קבלה בלב" אפילו מען האט עס נישט ארויסגעזאגט. און א מענטש קען נישט געדענקען.
מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 7:58 pm#47208
villager
פארוואס אין די הייליגע טעג ביי חזרת הש"ץ זאגט נישט דער ציבור זכרינו לחיים און מי כמוך? וכתוב מיט בספר חיים זאגט מען יא,

יעצט געענדיגט מנחה. אבינו מלכנו׳ס.
פארוואס זאגט מען נאר עטליכע שטיק פסוק ביי פסוק
מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 8:01 pm#47209
יענע שטיקלאך זענען פון גרעסערע אימפארטענס ודו"ק
מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 8:53 pm#47214
א נייע מעשה. מהיכי תיתי?
מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 8:55 pm#47215
קאממען סענדס
מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 9:44 pm#47222
מנע מגיפה מנחלתיך איז ווייניגער וויכטיג ווי זכרנו בזכרון טוב לפניך?
נישט אין מיין עשירות דעת.
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:15 am#47312
שמעקעדיג

יעצט געענדיגט מנחה. אבינו מלכנו׳ס.
פארוואס זאגט מען נאר עטליכע שטיק פסוק ביי פסוק

געזעהן פון מונקאטשער רב אז ער האקט טאקע אויף דעם מנהג ווייל עס מאכט אויסקוקן ווי וואס דער זוהר זאגט צווחין ככלבין הב הב, ער פרובירט צו פארענטפערן אז די מנהג שטאמט מסתמא פון עמי הארצים וואס פלעגן זיך טועה זיין אין די עשי"ת און זאגן זכרינו בספר חיים טובים אזוי ווי אינמיטן יאר אנשטאט כתבינו און דער עולם פלעגט אריינשרייען כתבינו און פון דעם איז געווארן דער מנהג, (אבער עס שטימט נישט ווייל מ'פאנגט שוין אן פון החזירנו) ער אליינס פירט אויס אז עס איז נישט אויסגעהאלטן עפ"י זוהר הנ"ל און ביי אים איז געווען דער מנהג צו זאגן אלע אויף די זעלבע גאנג (אחוץ ביי נעילה וואס עס איז אן עת רצון).

און ענליך צו דעם האב איך היינט פראבירט צו מיישב זיין מיין אויבנדערמאנטע שאלה:
villager
פארוואס אין די הייליגע טעג ביי חזרת הש"ץ זאגט נישט דער ציבור זכרינו לחיים און מי כמוך? וכתוב מיט בספר חיים זאגט מען יא,

ווייל אינמיטן די וואך פלעגט דער עולם אריינשרייען צום בעל תפלה דערמאנען ער זאל זאגן זכרינו, אבער יום טוב ביי חזרת הש"ץ האט דער חזן נישט פארגעסן ווייל ער האט זיך דאך צוגעגרייט א שטיקל אויף דעם, אבער אויף וכתוב איז שוין געווענליך נישטא קיין שטיקלעך האט מען דעמאלטס ווייטער ארייגעשריגן, און פון דעם איז געווארן דער מנהג, די פשט קוקט מיר אויס קרוב אל האמת און איך זאג קרוב ווייל אינגאנצן שטימט עס אויך נישט ווייל לויט דעם וואלט מען געדארפט היינט פארזאגן המלך הויעך, (אבער אפשר ווייל מ'קען נישט מפסיק זיין ביי אזא קורצע ברכה איז עס נישט געווארן א מנהג?)
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 5:25 pm#47875
וואס איז די סיבה פארוואס מען וועקט זיך אויף ביים הערן א רעש אינמיטן שלאפן?

במושכל ראשון דארף מען אודאי זאגן אז די עצם רעש וועקט, קולות זענען א סתירה צו דעם עצם מהות פון שלאף.

קלער איך אבער אז עס קען גאר זיין אז די סיבה איז נישט די עצם רעש נאר דער שינוי אינעם ביז איצטיגן מצב, דהיינו אז ביז יעצט איז שטיל געווען און פלוצלינג איז בטל געווארן די מצב פון שטילקייט.

וואס עס ברענגט מיר צו דעם איז דער מציאות אז א שטענדיגע רעש - למשל א גייענדיגער עירקאנדישן - שטערט נישט שלאפן, ואדרבה ביי אסאך העלפט עס גאר שלאפן.

ויש אתי מקום צו זאגן אז ווען דער רעש הערט זיך פלוצלינג אויף איז דאס גורם אז מען זאל זיך אויפוועקן, און עס דאכציך מיר אז דאס איז נישט נאר ביי אזא סאלידע רעש ווי עירקאנדישן, נאר אפילו ביי א טרעקטאר וואס ארבעט אינדרויסן.

איז וואס וועקט אויף ווען דער רעש ענדיגט זיך? ע"כ איז עס די שינוי.
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 5:45 pm#47881
ונבנתה העיר

אויב מיר חקר'ן שוין יא וואלט איך געזאגט אז ביי אן עיר קאנדישאן פארוואס מען שלאפט יא איין טראץ דעם רעש, איז ווייל ס'קיהלט. און פאר די זעלבע סיבה וועקט מען זיך אויף ווען ס'הערט אויף ארבעטן ווייל ס'ווערט א שינוי אין די אטמאספער און ס'איז שווער און אומאנגענעם צו אטעמען. עכ"פ אזוי איז ביי מיר. איבער טראקטארס וואס ארבעטן אום 2:00 פארטאגס, ווען איך גיי געוויינליך שלאפן ווייס איך נישט. ווייל אין מיין שכינות ארבעטן נישט די טראקטארס אין יענע שעות. 😂
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 5:51 pm#47883
berlbalaguleh
ונבנתה העיר
וואס איז די סיבה פארוואס מען וועקט זיך אויף ביים הערן א רעש אינמיטן שלאפן?

במושכל ראשון דארף מען אודאי זאגן אז די עצם רעש וועקט, קולות זענען א סתירה צו דעם עצם מהות פון שלאף.

קלער איך אבער אז עס קען גאר זיין אז די סיבה איז נישט די עצם רעש נאר דער שינוי אינעם ביז איצטיגן מצב, דהיינו אז ביז יעצט איז שטיל געווען און פלוצלינג איז בטל געווארן די מצב פון שטילקייט.

וואס עס ברענגט מיר צו דעם איז דער מציאות אז א שטענדיגע רעש - למשל א גייענדיגער עירקאנדישן - שטערט נישט שלאפן, ואדרבה ביי אסאך העלפט עס גאר שלאפן.

ויש אתי מקום צו זאגן אז ווען דער רעש הערט זיך פלוצלינג אויף איז דאס גורם אז מען זאל זיך אויפוועקן, און עס דאכציך מיר אז דאס איז נישט נאר ביי אזא סאלידע רעש ווי עירקאנדישן, נאר אפילו ביי א טרעקטאר וואס ארבעט אינדרויסן.

איז וואס וועקט אויף ווען דער רעש ענדיגט זיך? ע"כ איז עס די שינוי.

אויב מיר חקר'ן שוין יא וואלט איך געזאגט אז ביי אן עיר קאנדישאן פארוואס מען שלאפט יא איין טראץ דעם רעש, איז ווייל ס'קיהלט. און פאר די זעלבע סיבה וועקט מען זיך אויף ווען ס'הערט אויף ארבעטן ווייל ס'ווערט א שינוי אין די אטמאספער און ס'איז שווער און אומאנגענעם צו אטעמען. עכ"פ אזוי איז ביי מיר.

מיר דאכציך אז מען וועקט זיך אויף באלד ווי עס הערט אויף ארבעטן.
איבער טראקטארס וואס ארבעטן אום 2:00 פארטאגס, ווען איך גיי געוויינליך שלאפן ווייס איך נישט. ווייל אין מיין שכינות ארבעטן נישט די טראקטארס אין יענע שעות.

כל ישראל בני מלכים... [בשעת הדחק איז מען זיך זיכער סומך אויף שיטת ר' שמעון...].
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 6:04 pm#47888
איך האב אמאל געליינט און א איינע פון די אידישע אויסגאבעס אז פאר די מלחמה איז געווען א יודישע פראפאסער וואס האט אויפגעמאכט זייער א גרינגע שפראך וואס האט ווייניג כללים כדי עס זאל ווערן א אינטערציאנאלע שפראך און די נאציס האבען קאנספערירט אז די אידען ווילען איינעמען די וועלט ( דאס וואס זיי האבען געוואלט טוהן..}י

ווייסט איינער פרטים? וויאזוי עס הייסט? איז דא מענטשען וואס נוצען היינט צו טאגס די שפראך? און אויב יא ווי קען מען זיך עס אויסלערנען

אז מען רעדט שוין פון שפראך האט יידיש א מעלה איבער א צווייטע שפראך? איז שייך אז א שפראך זאל זיין בעסער ווי א צווייטע שפראך אדער מען קוקט נאר וואס סאיז די מאמע לשון? און אויב איז איינער אויפגעוואקסען מיט ספאניש איז פאר אים דאס די בעסטע שפראך
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 12:48 am#48031
גוטזאגער

די שפראך הייסט "עספעראנטא" Esperanto. דער מחבר פון די שפראך הייסט דר. זאמענהאף. ס'איז דא זייער ווייניג מענטשן וואס באנוצן זיך מיט די שפראך. זיין ציל איז געווען אז ס'זאל ווערן אן אינטערנאציאנלע שפראך. אבער היינט באנוצן זיך דערמיט נאר בערך 10,000 מענטשן.
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 4:30 pm#48214
פארוואס איז אנטיוויריס פראגרעמס free?
איך פארשטיי אמאל געט מען עפעס בחינם כדי מ'זאל אפדעטען צי די באצאלטע פראדאקט. אבער רוב פריוואטע מענטשען איז די פרייע אנטיווייריס גוט. און אפדעטין קיינמאל נישט.
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 5:05 pm#48223
רוב (היימישע) מענטשן וואס דו קענסט צאלן אויך נישט פאר מייקראסאפסט אפיס.
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 6:22 pm#48243
משה רוקח
רוב (היימישע) מענטשן וואס דו קענסט צאלן אויך נישט פאר מייקראסאפסט אפיס.

דו מיינסט צי זאגן אז אין נארמאלע וועלט אפדעט מען צי די פעיד ווערשען אפי' די פרייע איז גענוג גוט?
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 6:59 pm#48254
די LIGHT קדם גרעיפ דזשוס האט אין די אינגרידיענטס "וואסער", וויאזוי מעג מען אריינלייגן אזויפיל וואסער אין גרעיפ דזשוס און ס'זאל נאך זיין כשר ?
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 7:57 pm#48274
זר זהב
די LIGHT קדם גרעיפ דזשוס האט אין די אינגרידיענטס "וואסער", וויאזוי מעג מען אריינלייגן אזויפיל וואסער אין גרעיפ דזשוס און ס'זאל נאך זיין כשר ?

תורה מחשבה
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 8:04 pm#48276
מ'מעג ע"פ שו"ע מישן ביז צוויי דריטל וואסער, אבער פאר די זעלבע פרייז קענסטו קויפן די רעגולער גרעיפ דזשוס און אליין מישן מיט וואסער.
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 8:06 pm#48278
דאס וויל איך דאך טוהן! כאב אבער געהערט אז מ'טאר נישט צולייגן וואסער מער פון אפאר טראפן.
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 8:20 pm#48281
דאס וואס דו האסט געהערט איז נישט אמת.
עס איז אמאל געווען אן ארטיקל דערוועגן אין דער איד.
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 8:22 pm#48282
ישר כח יעדן, וועלעך יעצט וויסן אז מ'מעג יא.
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 8:23 pm#48283
ווי האסטו דאס געהערט? ס'איז א מדובר אין די אחרונים, די מחבר שרייבט אויף יין צמוקים אז איין חלק פון דריי דארף זיין וויין, און די רמ"א זאגט אויף דעם אז אפילו איין חלק אין זעקס איז גענוג. ס'איז א מדובר אויב די זעלבע גייט אן ביי וויין אויך, אדער נאר ביי יין צמוקים, אבער עכ"פ א דריטל וויין נעמט מען אן אז מ'איז יוצא אלע דעות און מ'קען רואיג מאכן קידוש, הבדלה, און ד' כוסות אויף דעם.

---

שמעקעדיג האקט, נא וואס שטייט דארט?

זר האקט, יישר.
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 8:33 pm#48285
עס איז געוווען א אינטערוויו מיט איינעם פון קדם. ער האט אויסגעשמועסט לגבי דעם איינרעדעניש אז וויפיל וואסער מען מעג על פי הלכה האט שוין קדם צוגעלייגט, ממילא טאר מען נישט מוסיף זיין אפילו א טראפעלע.
זאגט ער דארט אז להד"מ, עס הייבט זיך נישט אן. עס איז הונדערט פראצענט גרעיפ דזשוס.
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 10:11 pm#48307
נולד מאוחר
משה רוקח
רוב (היימישע) מענטשן וואס דו קענסט צאלן אויך נישט פאר מייקראסאפסט אפיס.

דו מיינסט צי זאגן אז אין נארמאלע וועלט אפדעט מען צי די פעיד ווערשען אפי' די פרייע איז גענוג גוט?

בערך צוויי דריטל פון קאמפיוטער באניצער זענען מענטשן וואס ווייסן נאר וויאזוי צו קוקן אימעיל און אפטייפן עפעס אויף ווארד.
די מענטשן ווערן זייער נערוועז ווען דער בחינם'דיגער אנטי וויירוס שפרינגט אויף און זאגט אז דער קאמפיוטער איז נישט אינגאנצן סעקיורד קעגן וויירוסעס און זיי שפענדן גלייך די צוואנציג - דרייסיג דאללער צו קויפן די פולע ווערסיע.
אונז אידן וועלן נישט צאלן אפילו נאכדעם וואס דער קאמפיוטער האט געכאפט א געשמאקע וויירוס און נישט געארבעט פאר אפאר טעג.
דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 5:02 pm#48618
ערב יו״כ גיי איך יא אין מקוה. האבעך באמערקט ווי איינער שלעפט ארויס די שטאפער און טובלט זעך. איז עס מער ווי סתם א טבילה און מע ווערט הייליגער אדער סע נאר גוט פאר זיינע נערווען?

אה ער האט אויך ארויסגעשטעקט זיין פינגער און געפלאטשקעט און מסתם אנגעקומען צו די שי פעמים ק טבילות...
מיטוואך סעפטעמבער 26, 2012 8:40 pm#48621
אויף אינגעריש הייסט עס אבסעסיוו קאמפאלסיוו דיסארדער, OCD אין קורצן.
דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 2:22 pm#48769
פארוואס אדרעסירט ביבי נתניהו די יו ען אין די ענגלישע שפראך? פארוואס דארף ער אריין שפילן אין די הענט פון די אנטיסעמיטן וואס טענה'ן אז איזרעאל איז אמעריקע'ס 51'סטע סטעיט? (אין אבאמא'ס קעיס, 59'סטע סטעיט)

פארטרעט ער א לאנד אן א שפראך? ס'מאכט עפעס נישט קיין גוטן רושם, ער זאל מיר אנטשולדיגן!
דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 2:31 pm#48774
פארוואס האט זר זהב די דאגות?
אלעס ביז אהער איז שוין מסודר ב"ה?.....
דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 2:33 pm#48775
ווייל ער רעדט "יעצט"..
דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 5:50 pm#48863
ער קלערט אפשר צו האבן די חרדים אויף זיין זייט ווייל די רבי האטעך געאסר'ט די שפראך...
(באמת פאסט נישט פאר דיר צו פרעגן אז ער האט א שפראך זיין שפראך איז קיין שפראך)
דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 7:14 pm#48876
איך זעה יעצט א youtube clip און סע האט 2,000 views און 3,500 לייקס און 1,000 דיסלייקס.

אפשר קען איך ניש גוט רעכענען?
דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 7:43 pm#48880
איז עס נייע פרישער ווידעא?
דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 7:51 pm#48881
נישט פון היינט.
דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 8:00 pm#48883
יו טוב וועט אסאך מאל נישט ווייזן די קארעקטע נומערס אין אנהייב, און פלוצלינג געט עס א ריזיגע שפרינג צום טאטאלן ריכטיגן נומער. זיי האבן מורא אז מ'סאבוטאדזשירט דעם סיסטעם צו מאכן א ווידעא אויסזעהן גרעסער ווי ס'איז. -- אזוי האב איך אמאל געליינט.