Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
917 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 4429 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #191
מאנטאג אוגוסט 31, 2015 2:45 pm#298728
chusid האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:די פוינט איז נישט אז מ'קען נישט אננעמען גארנישט וואס לאגיק זאגט ווייל דו גייסט האלטן בעתיד אנדערש, נאר אז די תורה איז געגעבן געווארן פאר אונז מיט אונזער לאגיק. למשל, אויב נעמען מיר אן די כוזרי טענה, איז דאס מכוח וואס ס'איז אונז מכריח עפעס מיט די כלים פון לאגיק. דאס זענען די איינציגסטע כלים וואס מיר פארמאגן. ממילא מוז זיין אז מיין תורה וואס איז געגעבן געווארן פאר מיר, מוז שטומען מיט מיין לאגיק. איי א יאר ארום וועל איך האלטן אנדערש? נו, א מענטש איז דאך א הולך, מ'שטייט נישט אויף איין פלאץ, דאס איז דאך די תכלית פון א מענטש איז מ'איז נישט געבוירן געווארן בשלימות, מ'ווערט געבוירן מיט ערלה, און די ערלה מוז מען אוועקשניידן. אזוי אויך ווערט מען געבוירן מיט ערלת הלב, און דאס נעמט יארן, אויב נישט א גאנץ לעבן, עס אוועק צו שניידן.

אבער יעצט וואו איך שטיי יעצט, יעצט שטייט אין מיין תורה לויט וויאזוי איך פארשטיי וואס די תורה זאגט מיט די כלים וואס דער באשעפער האט מיר געגעבן, מיט מיין מח, מיט מיין לאגיק.

איך רעד נישט ברוחניות, למשל אין פאליטיק וכדומה גייסטו דיך יעצט טענה'ן מיט א שטארקייט אויף דיין יעצטיגן מיינונג בשעת דו ווייסט אז אין די לעצטע 10 יאר האסטו יעדע יאר אביסל געטוישט..פון וואו נעמסטו די קאנפידענס בשעת וואס דו אליינס גייסט (לויט די סטאטיסטיקס) האלטן אז ביסט נישט ממש גערעכט?


די אויבן-דערמאנטע פראבלעם, איז נישט קיין סיבה אויף נישט צו האבן קיין מיינונג, אבער ס׳איז די סיבה פארוואס דו זאלסט זיין מיט אן אפענע מיינונג (אפען-מיינדעד).

ס׳הייסט אזוי, לא די אז אפילו דו ביזט 100% זיכער מיט זיך איבער אן דאך דארפסטו רעספעקטירן אן אנדערען׳ס מיינונג ווייל ווער ווייסט צו יענער איז גרר גערעכט און דו נישט, נאר בכלל ווען דו ביזט שטארק מיט א מיינונג (און לאמיר זאגען אז ס׳איז אפילו נישט פארהאן א צווייטער מיינונג ביים טיש, זיי איינגעהאלטן מיט דיין מיינונג - ביז א געוויסע פונקט - כדי נישט צו זיין קיין חוזק אין א יאהר ארום, פאר יענעם אדער אפילו פאר זיך אליין. למשל אז דו דערזעהסט זיך שפירענדיג שטארק קעגען א פארטיי אדער שטארק פארן פארטיי, לאז זיך נישט ווען אריינגעפיהרט (קעריד אוועי) אין אן עקסטרעמע לעוועל, כדי נישט צו דארפן זיך באגראבן בשנה הבא.

דאס אלעס איז געזאגט געווארן אויבן אויף, אויב ס׳מאכט זיך דא און דארט אז דו טוישט דיין מיינונג. אויב אבער דו דערזעהט זיך כסדר מאכענדיג 180-דעגרי יו-טורנס אויף כל מיני נושאים, איז אפשר גרר פארקערט; דו דארפסט זיך בויען א שארקערע כאראקטער, און נישט מיטשפרינגען מיט יעדע ווינטעלע. ווען ס׳קומט א נושא צום טיש, באשליסט נישט אויף א געוויסע מהלך פשוט ווייל רוב זענען געגאנגען אין יענע ריכטונג (ווייל מארגן וועסטו זיין מיט אן אנדערען רוב וואס וועט נוטע זיין פארקערט), נאר זיי אליין שוקל אלעס וואס דו האסט געהערט (ולהוסף משלך, מצטמק ויפה לך), און מאך אליין א באשלוס\הוכחה פאר דיר אליין, און האלט דיך [נישט צו] שטארק ביי דיר.
פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 4:01 pm#299563
.
מוצ"ש סעפטעמבער 05, 2015 10:14 pm#299610
ווי איז דא היינט נאכט א מנין סליחות געשמאק אין געשיקט?
מוצ"ש סעפטעמבער 05, 2015 10:22 pm#299612
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:ווי איז דא היינט נאכט א מנין סליחות געשמאק אין געשיקט?

אין וועליכער שטאט?
מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 5:47 pm#300986
איך וויל וויסן די פאקטן וויאזוי עס איז געקומען דערצו אז רוב כלל ישראל איז נישט רעליגיעז, ווען און וויאזוי איז דאס צוגעגאנגען( וויאזוי פלעגן די משפחות דאס אויפנעמען וכו'). איז דא א בוך וכדומה ווי איך קען באקומען א קלארע בליק אין דע נושא?
מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 6:12 pm#300990
וויאזוי האבן געהייסן די צוויי פוילישע יודן וואס זענען אנטלאפן פון אוישוויץ קיין אונגארן און פארציילט פאר די אונגערישע יודן וואס עס קומט פאר אין אוישוויץ?

אויך וויל איך וויסן צו עס איז דא א דאקאמענטרי פון דעם אויף YOU TUBE?
מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 6:28 pm#300992
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אויב איך מאך נישט קיין טעות וואס די זיכסט איז געווען באשריבען אין די וויקלי לינק די מעשה לעצטע יאר בערך קענסט עס טרעפן אויף זייער וועב סייט
מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 6:38 pm#300994
רודאלף ווערבע און אלפרעד וועצלער.
אגב, זיי זענען געווען סלאוואקישע אידן [טשעכעסלאוואקיע האט דייטשלאנד שוין איינגענומען בעפאר פוילן].

דא איז א בילד פון רודאלף ווערבע [1946]:
בילד
מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 11:27 pm#301017
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:00 pm#301690
פארוואס מאכן די דרוקער דעם "וכתוב" אזוי קליין אז מען זאל מוזן צוקומען צו די גרויסע אותיות הלכות אז מען דארף נישט איבער דאווענען.
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 2:23 pm#301720
מאכן קליין וכתוב פארשטיי איך נאך וויבאלט מ'זאגט עס אינגאנצן אפאר מאל א יאר האט עס ווייניגער פריאריטי. מיר באדערט אבער פארוואס שמונה עשרה ביי מנחה-מעריב איז קלענערע אותיות ווי שחרית, מנחה מעריב שמונה עשרה זאגט מען דאך צוויי מאל אזוי סאך ווי שחרית (איך באצי מיך צו די סידורים וואס האבן מנחה און מעריב צוזאמען.)
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 4:17 pm#301742
ביי שחרית שלאפט מען נאך, די אויגן איז פארקלעפט, דארף מען גרויסע אותיות.
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 8:27 am#302089
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
מ'דרוקט עס גרויס איין מאל. טאמער דו ווילסט גרויס ביי מנחה, מיש צוריק צו שחרית.
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 1:48 pm#302143
איך האב נישט געגעבן היי יאר "כופר נפש" למען ה'קאמפעני' אתרי קדישא, וויל איך וויסן אויב מיין זעל בלייבט איינגעשפארט ביז איך לייז עס אויס, אדער אפשר לייזט זיך עס אליינס אויס אין יובל?

א תשובה דרינגענד וויכטיג! (עס איז נישט קיין קינדער שפיל צו לאזן א יודישע זעל אין טורמע.)
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 4:53 pm#302199
אפשר קען איך זיין דיין סעל-מעיט אין יענע טורמע.
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 5:00 pm#302202
דארט שלאפט מען אבער אין כוכין מימות יהושע :D
פרייטאג אקטאבער 02, 2015 1:04 am#303098
בחורים וגם בתולות, זקנים עם נערים, יעדער 'פראוועט' נענועים לענגער ווי צוועלף סעקונדען. 99 פראצענט אבזערווירטע מאכן אויך פארשידענע גרימאסן - צום ווייניגסטענס ציעט מען זיך אביסל צוזאמען דעם שטערן.

בין איך נייגעריג: וואס - חוץ די אפדעיטעד גראסערי ליסט - לויפט דורך זייער מחשבה?

לעצור טללים רעים?
פרייטאג אקטאבער 02, 2015 1:07 am#303099
גירא בעיני דשיטנא יעדער לויט זיין פערזענליכע יצר עבידן גרימאסתא.
פרייטאג אקטאבער 02, 2015 1:13 am#303103
זיי זאגן ס׳איז עפעס א סגולה אויף פרנסה....
נו איינער טראכט צו דער לאטערי איז וואס ער האט זיך איינגעהאנדלט ערב יו״ט איז גאנצע פיר מליון, ער איז משלב די פיר מיליון מיט די פיר ריכטונגן ווי אהין מ׳שאקלט טאקע, און לפי זה פארשטייט ער שוין אויך פארוואס דוקא ׳ד׳ מינים, און פארוואס ׳פיר׳ טעג חול המועד.

א קיצור ס׳איז דא אסאך אינזין צו האבן.....
פרייטאג אקטאבער 02, 2015 1:16 am#303105
ויתן לי אלקים מטל השמים ומשמני הארץ וכו'
פרייטאג אקטאבער 02, 2015 1:17 am#303108
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
די צאנזער רב האט געפרעגט אמאל א דארפסמאן וואס ער האט אינזינען ביי די נענועים האט ער גענטפערט , כהאב שונאים פון אלע פיר זייטען בעט איך די באשעפער פון אויבן זאל זיי אלע לייגען אינדערערד אריין , (חמדה גנוזה -זימיגראד )
פרייטאג אקטאבער 02, 2015 1:52 am#303118
רויטע וואנצעס האט געשריבן:https://www.facebook.com/satmar.strip/videos/647745675389331/?fref=nf

זעט אויס ווי ער מאכט חוזק פונעם קאסוב'ער.
זונטאג אקטאבער 04, 2015 11:10 am#303281
ווער איז געווען דער רוח שטות וואס איז אויפגעקומען אז גרויסע הושענות זענען פאר אדאלדטס און די קליינע פאר קינדער?

איך שטיץ פאר 1 size fits all.

ווער איז אין?
זונטאג אקטאבער 04, 2015 11:56 am#303282
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אין ירושלים איז דא נאך גרעסערע זכר למקדש ווי עס איז געווען י"א אמות
פרייטאג מאי 27, 2016 3:24 pm#334909
נולד מאוחר האט געשריבן:אז איינער וויל נישט האלטן קעש אין באנק משום סיבות שונות , איז א סעף דיפאסיט באקס אין באנק די בעסטע אפציע? אדער גמ"ח איז בעסער ? אדער אפשר א סעף אינדערהיים?


קענסט עס מיר געבן אלץ א שומר חינם.

גמח׳ן קען מען נישט טראסטן געהריג.

א סעיף אינדערהיים אויב איז עס נישט כשר געלט דארפסטו מורא האבן פאר א באזוך פון די רשעים די אנטיסעמיטן.

אויב סאיז נישט כשר איז א סעיף דיפאזיט באקס די זעלבע פראבלעם.

די איינציגסטע עצה קויף א קליינע פייער-פראף סעיף און האלט די סעיף ביי א צווייטן אינדערהיים/אפיס וועמען איר טראסט, א משפחה מידגלידער אדער א גיטע חבר.
פרייטאג מאי 27, 2016 3:57 pm#334918
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
לכאורה די בעסטע איז צו מאכן א אקאונט אויף א צוויטענס נאמען וואס קען יא, למשל דיין טאטע אדער דיין שווער, פארשטייט זיך די בעקראונד טשעק וועל איך לאזן פאר דיין פארשטאנד, אין ער זאל דיר געבן פאוער אף אטערני אויף דעם אקאונט, ממילא האסטו די פולע בעלות דעראויף אבער די אקאונט איז נישט דיינס.
פרייטאג מאי 27, 2016 4:12 pm#334921
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אויב דארפסטו נישט די געלט פאר א שטיק צייט דעמאלט פארבארגט עס פאר א באקאנטע וואס איר טראסט.

*א מצוה באקומט איר זיכער
פרייטאג מאי 27, 2016 5:22 pm#334936
אהרן האט געשריבן:לכאורה די בעסטע איז צו מאכן א אקאונט אויף א צוויטענס נאמען וואס קען יא, למשל דיין טאטע אדער דיין שווער, פארשטייט זיך די בעקראונד טשעק וועל איך לאזן פאר דיין פארשטאנד, אין ער זאל דיר געבן פאוער אף אטערני אויף דעם אקאונט, ממילא האסטו די פולע בעלות דעראויף אבער די אקאונט איז נישט דיינס.

אלץ שטייער העלפט נישט די עצה
פרייטאג מאי 27, 2016 5:24 pm#334938
הוגה האט געשריבן:
אין א סעיף דיפאזעט באקס איז דיין געלט נישט אינשורד און פון צייט צו צייט הערט מען אז מען האט באראבעוועט א באנק וואולט. אבער עס קומט נישט צו נאנט צו די צאל מענטשן וואס האבן פארלוירן זייער געלט אין גמח'ן. דער אמת איז אז קיין איינס איז נישט סעיף. אשר על כן בין איך מייעץ צו צוטיילן די געלט ביי א צאל אנדערע גמח'ן, א טויזנט ביי יעדער. נאך אפאר טויזנט אין די סעיף דיפאזיט באקס. נאך אפאר טויזנט אין דער היים. די מערסטע סעיף איז צו בארגן די געלט צו באקאנטע וועמען דו טראסט, אויב מעגליך מיט ערבים. אויך דא, בארג נישט מער ווי 5-10 טויזנט דאלער פער מענטש.


.

איז די טירחה פון האבן געלט צישפרייט ווערט פאר די זייער קליינע טשענס אז סגייט זיין א גניבה אויף די סעיף דיפאסיט באקס?
פרייטאג מאי 27, 2016 5:26 pm#334939
שבת אחים האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:אז איינער וויל נישט האלטן קעש אין באנק משום סיבות שונות , איז א סעף דיפאסיט באקס אין באנק די בעסטע אפציע? אדער גמ"ח איז בעסער ? אדער אפשר א סעף אינדערהיים?


קענסט עס מיר געבן אלץ א שומר חינם.

גמח׳ן קען מען נישט טראסטן געהריג.

א סעיף אינדערהיים אויב איז עס נישט כשר געלט דארפסטו מורא האבן פאר א באזוך פון די רשעים די אנטיסעמיטן.

אויב סאיז נישט כשר איז א סעיף דיפאזיט באקס די זעלבע פראבלעם.

די איינציגסטע עצה קויף א קליינע פייער-פראף סעיף און האלט די סעיף ביי א צווייטן אינדערהיים/אפיס וועמען איר טראסט, א משפחה מידגלידער אדער א גיטע חבר.

די רשעים וויסען אז מהאט א סעיף דיפאסיט באקס? כמיין ציפרעגן סאיז אויף מיין סאשעל אזוי ווי א באנק אקקונט?
פרייטאג מאי 27, 2016 5:35 pm#334942
יא.
פרייטאג מאי 27, 2016 5:40 pm#334943
נולד מאוחר האט געשריבן:איז די טירחה פון האבן געלט צישפרייט ווערט פאר די זייער קליינע טשענס אז סגייט זיין א גניבה אויף די סעיף דיפאסיט באקס?


די מער טירחא די מער שכר. די גרינגסטע איז צו לייגן אלעס אונטער די קושן, אבער עס איז די ווייניגסטע סעיף. אגב, די בעסטע איז צו האבן אלעס כשר וישר אין א באנק אקאונט וכדומה, אבער איך גלייב אז אויף אזעלכע עצות דארפסטו מיך נישט.
פרייטאג מאי 27, 2016 5:40 pm#334944
שבת אחים האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:אז איינער וויל נישט האלטן קעש אין באנק משום סיבות שונות , איז א סעף דיפאסיט באקס אין באנק די בעסטע אפציע? אדער גמ"ח איז בעסער ? אדער אפשר א סעף אינדערהיים?


קענסט עס מיר געבן אלץ א שומר חינם.

גמח׳ן קען מען נישט טראסטן געהריג.

א סעיף אינדערהיים אויב איז עס נישט כשר געלט דארפסטו מורא האבן פאר א באזוך פון די רשעים די אנטיסעמיטן.

אויב סאיז נישט כשר איז א סעיף דיפאזיט באקס די זעלבע פראבלעם.

די איינציגסטע עצה קויף א קליינע פייער-פראף סעיף און האלט די סעיף ביי א צווייטן אינדערהיים/אפיס וועמען איר טראסט, א משפחה מידגלידער אדער א גיטע חבר.

די קליינע סעיףס האבן א קלענערע טשיענס פון גניבה ווי סעיף דיפאסיט גניבהס?
פרייטאג מאי 27, 2016 5:48 pm#334945
הוגה האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:איז די טירחה פון האבן געלט צישפרייט ווערט פאר די זייער קליינע טשענס אז סגייט זיין א גניבה אויף די סעיף דיפאסיט באקס?


די מער טירחא די מער שכר. די גרינגסטע איז צו לייגן אלעס אונטער די קושן, אבער עס איז די ווייניגסטע סעיף. אגב, די בעסטע איז צו האבן אלעס כשר וישר אין א באנק אקאונט וכדומה, אבער איך גלייב אז אויף אזעלכע עצות דארפסטו מיך נישט.

די בעסעטע פאר וועם? פאר די רוגירונג?
פרייטאג מאי 27, 2016 6:11 pm#334948
ניין, די בעסטע פון א סעיפטי שטאנדפונקט.
זונטאג מאי 29, 2016 6:03 pm#335074
וויפיל אידן זענען געהארגעט געווארן אין די צווייטע וועלט מלחמה; און אויך, וויפיל מענער, וויפיל פרויען און וויפיל קינדער.
מאנטאג מאי 30, 2016 1:37 pm#335298
בין איך דער איינציגסטער דא וואס איז שרעקליך צומישט איבער דעם אידענטיטעט פון ATUB @שבת אחים ATUB ? וויפיל איך האב פראבירט ארויסצוהאבן זיינע שיטות ווער איך נאכמער און מער צומישט און צוטומלט. איך האב אמאל געמיינט אז ער וואוינט אין אהייא, היינט ווער איך געוואור אז ער וואוינט אין סטעטן איילענד. איך האב פאר א קורצע צייט געמיינט אז ער איז א רמב"ם איד, ווער איך היינט געוואור אז ער איז גאר א בודהיסט. פאר א געוויסע תקופה האב איך געמיינט אז ער איז א שטארקע גלויביגער איד, אבער צום סוף בין איך אנטוישט געווארן אז די דיוויין איז ביי אים מוטל בספק. דורכאויס דעם איצטיגער קאמפיין כאפ איך שווער זיין אבסעסיע מיט בערני. אמאל מיין איך אז ער איז זאגאר א איד מיט א געשוירן בערדל וואס וואוינט אין ווערמאנט און קאמפיינט מיט בערני, דערנאך הער איך אז ער פארמאגט גאר א בארד וואס וואוינט און סטעטן איילענד. איז ער א מארקסיזט? א סאושעליסיט? א קעפעטיליזט? אדער א וועדזשעטעריען?

געשריבן טאקע סארקאסטיש, אבער די צומישעניש איז אין א ערנסטע מינע.
מאנטאג מאי 30, 2016 6:47 pm#335380
האסט דאך יא ארויס די זאך. אם אין דעת הבדלה מנין?
מאנטאג מאי 30, 2016 10:08 pm#335423
וואס איז פשט פון די "ראנג" פראצענט % אונטער געוויסע ניקים?

וואס דארף עס באדייטן? פארוואס האבן געוויסע ניקים יא און געוויסע נישט? איז א העכערע נומער א מעלה אדער פארקערט?
דינסטאג מאי 31, 2016 11:17 am#335489
דינסטאג מאי 31, 2016 1:17 pm#335510
פרייוויליג האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער דא וואס איז שרעקליך צומישט איבער דעם אידענטיטעט פון @שבת אחים? וויפיל איך האב פראבירט ארויסצוהאבן זיינע שיטות ווער איך נאכמער און מער צומישט און צוטומלט. איך האב אמאל געמיינט אז ער וואוינט אין אהייא, היינט ווער איך געוואור אז ער וואוינט אין סטעטן איילענד. איך האב פאר א קורצע צייט געמיינט אז ער איז א רמב"ם איד, ווער איך היינט געוואור אז ער איז גאר א בודהיסט. פאר א געוויסע תקופה האב איך געמיינט אז ער איז א שטארקע גלויביגער איד, אבער צום סוף בין איך אנטוישט געווארן אז די דיוויין איז ביי אים מוטל בספק. דורכאויס דעם איצטיגער קאמפיין כאפ איך שווער זיין אבסעסיע מיט בערני. אמאל מיין איך אז ער איז זאגאר א איד מיט א געשוירן בערדל וואס וואוינט אין ווערמאנט און קאמפיינט מיט בערני, דערנאך הער איך אז ער פארמאגט גאר א בארד וואס וואוינט און סטעטן איילענד. איז ער א מארקסיזט? א סאושעליסיט? א קעפעטיליזט? אדער א וועדזשעטעריען?

געשריבן טאקע סארקאסטיש, אבער די צומישעניש איז אין א ערנסטע מינע.


און איז ער א וויזניצער אדער א וועדזשעטעריאן?
פאררופט ער זיך א מאנספערזאן אדער איז ער גאר א טראנסגענדערניק?
דינסטאג מאי 31, 2016 1:23 pm#335511
וואסי פשט אז די זון שיינט און באקט אויף כוח, אבער ווערט פאר 15 סעקונדעס שוואכער, און תיכף דערנאך קומט ער צוריק מיט זיין שטארקייט?
דינסטאג מאי 31, 2016 1:25 pm#335512
דער צדיק הדור האט זיך איינגעדרימעלט פאר א פאר סעקונדעס
דינסטאג מאי 31, 2016 2:41 pm#335522
ס'איז געוואנדן לויט די צאל עראפלאנען וואס דרייען זיך אין די לופט.
דינסטאג מאי 31, 2016 3:38 pm#335538
געוואלדיג האט געשריבן:עס איז די ראנג פון די לייקס

ראַנג מיט א פת"ח.
(נישט ווי איך פלעג מיינען אז דאס איז מיט א קמץ...).
מיטוואך יוני 01, 2016 7:45 pm#335832
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אז איך וויל כאפען א טבילה און דער פילטער לויפט איז די טבילה גארנישט אדער יא (אן אריין גיין טבילה כהיום). ווי אויך השקה?
מיטוואך יוני 01, 2016 7:55 pm#335836
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נו?
מיטוואך יוני 01, 2016 8:03 pm#335839
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
m http://www.dailyhalacha.com/m/halacha.aspx?id=1934 m

Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
מיטוואך יוני 01, 2016 8:20 pm#335843
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
דעס האב איך געהאט געגוגלט אבער וואס פסק'נן די חסידים?[WINKING FACE]