Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
917 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 4429 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #191
מיטוואך יוני 01, 2016 11:49 pm#335904
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
לויט ווי איך דענק איז מען מחמיר נאר אויף א טבילה דאורייתא אז עס זאל האבן השקה און אן קיין פילטער

פאר א מאן (וואס גייט נישט אויף די הר הבית) איז נישט מן התורה (אויך נישט מדרבנן) קען זיך ארינטער טינקען בשעת די פילטער ארבעט

Sent from my Fire Phone using Tapatalk
דאנערשטאג יוני 02, 2016 5:02 pm#336057
איינער ווייסט צו א טאשן זייגער וואס מען האט כמעט נישט גענוצט קען מען ארויסנעמען די ווערד דערפון? איך וואלט דאס לפחות אויפגעטוישט מיט א האנט זייגער.
דאנערשטאג יוני 02, 2016 5:43 pm#336065
נאר אויב ס'האט נישט דיין נאמען אריינגעקריצט קענסט עס פארקויפן פאר א חתן.

אדערווייס קען מען גארנישט טוהן דערמיט.
דאנערשטאג יוני 02, 2016 10:18 pm#336123
גראדע קען מען יא עפעס טון,

ס'דא אין וומס''ב איינער וואס קויפט אפ גאלד ער קומט אראפ מייניך, און ער נעמט ארויס די זייגער, און וועגט אפ די גאלד, און אזויפיל לויט די מארקעט פרייז באקומסטו קעש. אגב אפילו די מארקעט פרייז פאר גאלד האלט הויעך, אבער מ'באקומט זיכער נישט צוריק אפילו העלפט די ווערט פון א גאלדענע חתן זייגער

יא צייט איז טייער...
דאנערשטאג יוני 02, 2016 10:35 pm#336138
לכבוד העניך'ס שאלה צי א קינד'ס לעבן איז עכט חשובער ווי אן עלטערן'ס (עפעס אזוי)
האב איך געטראכט, מען זעהט אסאך קארס האבען באמפער סטיקערס ''בעבי אן באורד'', וואס מיינען זיי אז מיט בעביס אן באורד וויל מען נישט מאכען אן עקסידענט מיט די קאר און עלטערע מענטשען וויל מען יא מאכן עקסידענטס?
דאנערשטאג יוני 02, 2016 11:45 pm#336149
הגיון האט געשריבן:איינער ווייסט צו א טאשן זייגער וואס מען האט כמעט נישט גענוצט קען מען ארויסנעמען די ווערד דערפון? איך וואלט דאס לפחות אויפגעטוישט מיט א האנט זייגער.

הגרח"ק איז מעורר לעצטענס אז מ'טאר נישט גיין מיט קיין האנט זייגער, עס איז א איסור פון לא ילבש.
פרייטאג יוני 03, 2016 12:07 am#336153
איך מיין אז עס איז נישט לעצטענס, נאר ער האט אלעמאל אזוי געהאלטן\געזאגט.
פרייטאג יוני 03, 2016 12:18 am#336156
Give me a break
פרייטאג יוני 03, 2016 12:39 am#336159
איר קענט עס אויסטרייען, מ'גייט אריין צו עם און מ'באקומט א פסק. מיט א ברכה.
פרייטאג יוני 03, 2016 6:40 am#336177
קאמענטירער האט געשריבן:לכבוד העניך'ס שאלה צי א קינד'ס לעבן איז עכט חשובער ווי אן עלטערן'ס (עפעס אזוי)
האב איך געטראכט, מען זעהט אסאך קארס האבען באמפער סטיקערס ''בעבי אן באורד'', וואס מיינען זיי אז מיט בעביס אן באורד וויל מען נישט מאכען אן עקסידענט מיט די קאר און עלטערע מענטשען וויל מען יא מאכן עקסידענטס?


בעיבי אן באורד סיינס
פרייטאג יוני 03, 2016 9:21 am#336184
ירח בן יומו האט געשריבן:איר קענט עס אויסטרייען, מ'גייט אריין צו עם און מ'באקומט א פסק. מיט א ברכה.

שטותים והבלים גדולים ונוראים צו זאגן אויף א האנט זייגער לא תלבש.
פרייטאג יוני 03, 2016 12:53 pm#336247
וויאזוי הייסט די פלעסטיק וואס מרעפט איין אייטעמס און מיט א בלויער ציט מען עס צוזאם? און זאל זוין זיין אין איינוועגס א לינק צו איינער וואס פארקויפט עס פאר א גוטע פרייז
פרייטאג יוני 03, 2016 12:54 pm#336248
וויאזוי הייסט די פלעסטיק וואס מרעפט איין אייטעמס און מיט א בלויער ציט מען עס צוזאם? און זאל שוין זיין אין איינוועגס א לינק צו איינער וואס פארקויפט עס פאר א גוטע פרייז
ישר כח מתחילה..
פרייטאג יוני 03, 2016 1:03 pm#336249
shrink wrap
זונטאג יוני 05, 2016 3:28 pm#336582
פעניס פון וועלעכע יאר און צוריק קען עס זיין מער ווערט ווי א סענט?
זונטאג יוני 05, 2016 4:53 pm#336595
קאמענטירער האט געשריבן:פעניס פון וועלעכע יאר און צוריק קען עס זיין מער ווערט ווי א סענט?

1909
זונטאג יוני 05, 2016 4:54 pm#336596
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:
קאמענטירער האט געשריבן:פעניס פון וועלעכע יאר און צוריק קען עס זיין מער ווערט ווי א סענט?

1909

ס׳ איז אבער נישט ווערט מער ווי 2 דאללער
מיטוואך יוני 08, 2016 1:50 pm#337216
ווען מען שרייבט אן הודעה און מען וויל דערמאנען א געוויסע חבר החדר, קודם כל פארוואס איז דער מנהג צו לינקען צו יענעם'ס פראפייל? און אויך, איז דא א שארטקאט צו דעם אדער מען דארף גיין אויפזיכן דעם פראפייל עס צו קענען לינקען?
מיטוואך יוני 08, 2016 2:16 pm#337223
מ'שרייבט די נאמען און מ'סעלעקט די נאמען און מ'קליקט אויף TAG, אזוי אטאמאטיש ווערט יענער געטעג'ט
מיטוואך יוני 08, 2016 3:40 pm#337240
א דאנק אייך הרב ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB .
מיטוואך יוני 08, 2016 11:47 pm#337334
וואסי פשט וואס לעצטענס אסאך טוויטער אקאונטס לייגן ארום זייער (((נאמען)))
?
דאנערשטאג יוני 09, 2016 12:13 am#337339
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
איז דא א וועג ארויס פון גיין קויפן בלומען פאר שבועות?
די בלוט גייט מער ארויפ אין קאפ נאר פון טראכטן פון שטיין אין ליין אין א פיצקעלע געשעפט צוקוועטשט ווי הינדלעך אין א פישקע אין חצר פון ביהמ״ד ערב יו״כ, פאר א שעה אנדערט האלב אין דערנאך פארגעסען די טשיקאווע נעמען פון hydrendges מיט orchides .
סאיז נישט פאר מיר די מעשה
דאנערשטאג יוני 09, 2016 12:24 am#337342
דאנערשטאג יוני 09, 2016 12:37 am#337344
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:איז דא א וועג ארויס פון גיין קויפן בלומען פאר שבועות?
די בלוט גייט מער ארויפ אין קאפ נאר פון טראכטן פון שטיין אין ליין אין א פיצקעלע געשעפט צוקוועטשט ווי הינדלעך אין א פישקע אין חצר פון ביהמ״ד ערב יו״כ, פאר א שעה אנדערט האלב אין דערנאך פארגעסען די טשיקאווע נעמען פון hydrendges מיט orchides .
סאיז נישט פאר מיר די מעשה


Order online,
m http://www.proflowers.com/discount-flowers-ssv m

m http://www.fromyouflowers.com/deliver/same-day m

m http://www.1800flowers.com/cheapflowers?flws_rd=1 m
דאנערשטאג יוני 09, 2016 1:33 am#337349
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:איז דא א וועג ארויס פון גיין קויפן בלומען פאר שבועות?
די בלוט גייט מער ארויפ אין קאפ נאר פון טראכטן פון שטיין אין ליין אין א פיצקעלע געשעפט צוקוועטשט ווי הינדלעך אין א פישקע אין חצר פון ביהמ״ד ערב יו״כ, פאר א שעה אנדערט האלב אין דערנאך פארגעסען די טשיקאווע נעמען פון hydrendges מיט orchides .
סאיז נישט פאר מיר די מעשה



פאר דער וועקער וועסטו זיצען אין טרעפיק און כאפן קלעפ, אבער א שושנה לכבוד יו"ט דערמאנט דיר פון די הינדלעך עיו"כ..
מאנטאג אוגוסט 22, 2016 10:38 am#346739
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אז מען הייבט אהן מיט DNA גייט נישט בלייבען קיין סך כשרע משפחות ...
מאנטאג אוגוסט 22, 2016 11:51 am#346752
מאנטאג אוגוסט 22, 2016 12:17 pm#346754
איינער ווייסט וואס סאיז געווען די מסיבה ''הצלה משמד'' אין לאנדאן וואס דריי גאר חשובע אדמו''רים האבען זיך ספעציעל מטריח געווען און פרזענליך אריבערגעפלויגען ספעציעל פאר די וויכטיגע אסיפה? איינער ווייסט וואס די מעשה אונטער דעם איז?
מאנטאג אוגוסט 22, 2016 4:25 pm#346770
קאמענטירער האט געשריבן:איינער ווייסט וואס סאיז געווען די מסיבה ''הצלה משמד'' אין לאנדאן וואס דריי גאר חשובע אדמו''רים האבען זיך ספעציעל מטריח געווען און פרזענליך אריבערגעפלויגען ספעציעל פאר די וויכטיגע אסיפה? איינער ווייסט וואס די מעשה אונטער דעם איז?


שמעתי אז דער מטרה איז צו שאפן א פאנד וואס וועט קומען מיט פינאנציעלע הילף, ווען ס'מאכט זיך א שווערע קאסטאדי בעטעל.


די הצלה איז פאר די Battles וואס די אנדערע Parent איז פון די OTD געמיינדע.
מאנטאג אוגוסט 22, 2016 8:48 pm#346804
שמעקעדיג האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=22&t=3727


איך האב נישט קיין עקסעס, איז דא דארט אן ענטפער צו מיין שאלה?
מאנטאג אוגוסט 22, 2016 9:07 pm#346805
וויאזוי איז מעגליך צו פארקויפען צוויי סארטן סטעמפס ווען די 'פארעווער' זענען די זעלבע פרייז?
מאנטאג אוגוסט 22, 2016 10:43 pm#346811
ונבנתה העיר האט געשריבן:וויאזוי איז מעגליך צו פארקויפען צוויי סארטן סטעמפס ווען די 'פארעווער' זענען די זעלבע פרייז?

ווייל דו לייגסט איין געלד. זייער חשבון איז אז דו וועסט זיך אנקויפן (און האפענטליך פארלירן) אסאך סטעמפס נאר לכבוד דעם.

און יעצט אז די פאסט אפיס האט - צום ערשטען מאל אין היסטאריע - אראפגעלאזט די פרייז פאר סטעמפס, פארשטייט זיך עס נאך מער.
מאנטאג אוגוסט 22, 2016 10:47 pm#346813
ביבער האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=22&t=3727


איך האב נישט קיין עקסעס, איז דא דארט אן ענטפער צו מיין שאלה?

דא האסטו איין תגובה פון דארט
בן תמליון האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:די מעשה איז פשוט, איר מאן איז געווען ווייט אוועק אין מיליטער און זי איז נתעבר געווארן, זי האט געטענ'ט אז ער איז שטילערהייט אהיימגעקומען פאר איין נאכט אבער קיינער האט דאס נישט געקענט באשטעטיגן. אנדערע האבען געגלייבט זי איז נתעבר געווארן פון א שד אויפן וועג צוריק פון די מקוה.


ווייסט אפשר ווער איר מאן איז געווען און צו ער איז בכלל געווען אין מיליטער? צו האט באבע ייטל בכלל געהאט א קינד ווען דער מאן איז נישט געווען אינדערהיים? די מעשה האט נישט קיין שום קראנטע פאקטן אדער עדות'שאפט. עס איז אפילו נישט קלאר אויף וועלכע באבע די מעשה גייט ווייל לויט טייל איז עס די באבע פון די באבע ייטל, חיטשע אדער ווער. די משפחה און באבע ייטל זענען געווען עשירים און מאכטפול אינדערהיים האבן א פאר אומפארגינער חזירים אנגעקאכט א מעשה און אלע אונגארישע אנטיסעמיטן האבן עס געקויפט פאר גוט געלט.

אינטערסאנט איז קוקט אין אלע תשובות אינדערהיים, אין יעדן שטעטל איז געווען זנות מידי יום ביומו און איר ווייסט נאר פון איין באבע ייטל. ווער האט געדארפט היטלער ווען מיר האבן אונזער אייגענע?
זונטאג אוגוסט 28, 2016 11:56 pm#347570
פארוואס ביי די ליטוואקען זיצט די חברותא זייט ביי זייט, און ביי חסידים איינס קעגען איבער דעם אנדערערן.
און פארוואס ניצן די ליטאים ס'ש'טענדער'ס, און ביי אונז היימישע זיצט מען ביי א טיש?
מאנטאג אוגוסט 29, 2016 2:18 pm#347626
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
לכאורה איז פשט - אדער ווי מ'זאגט אין די ליטא "פשאריז" - ווייל ס'לערנט זיך לכאורה אסאך בעסער זייט ביי זייט, מ'זעהט זיך נישט ממילא שמועסט זיך ווייניגער, ווי אויך קען מען אריינקוקען צוזאמען אין א ספר. מאידך גיסא קען מען זיך אמאל אנרורען בקירוב בשר וואס דאס באדערט פאר די חסידים, וואס זענען מקפיד אויף קדושה "אפציעל" (פארוואס איך זאג "אפציעל" וועלעך אי"ה מאריך זיין א צווייטע מאל ) ובנוסף אז זיי האבען נישט קיין פראבלעם פון לערנען ספרים צוזאמען, די מהרש"א און די ר"ן איז ממילא אינעם זעלבן גמרא באנד, איז פארוואס זאלן זיי נישט לערנען איינס קעגן איבער דעם צווייטען און שמועסן געשמאק...
דינסטאג אוגוסט 30, 2016 1:06 am#347766
קאווע טרינקער האט געשריבן:פארוואס ביי די ליטוואקען זיצט די חברותא זייט ביי זייט, און ביי חסידים איינס קעגען איבער דעם אנדערערן.
און פארוואס ניצן די ליטאים ס'ש'טענדער'ס, און ביי אונז היימישע זיצט מען ביי א טיש?


וואס פארשטייסטו צו עולם התורה? אלס גייט מיט די מסורה! אזוי האבן אויס געזען די ישיבות אינדערהיים און ליטא. ס'איז "צורת הישיבה" און מ'טאר דאס נישט משנה זיין.
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 11:16 am#347910
איך וויל וויסן: איך קען הערליך זינגען, עכ"פ צו מאכן אהההההאאאאאאאההההההה פאר א הארמעני קען איך זיכער, איין פראבלעם האב איך, איך גיי מיט א וועסטעל, איז דאס א שטער צו באקומען א JOB ביי ידידים?
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:02 pm#347914
פארוואס קענסטו נישט גיין צו מלכות? דארט גייט מען נאר מיט וועסטעלעך..
דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 2:31 am#348037
מתושלח האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:פארוואס ביי די ליטוואקען זיצט די חברותא זייט ביי זייט, און ביי חסידים איינס קעגען איבער דעם אנדערערן.
און פארוואס ניצן די ליטאים ס'ש'טענדער'ס, און ביי אונז היימישע זיצט מען ביי א טיש?


וואס פארשטייסטו צו עולם התורה? אלס גייט מיט די מסורה! אזוי האבן אויס געזען די ישיבות אינדערהיים און ליטא. ס'איז "צורת הישיבה" און מ'טאר דאס נישט משנה זיין.

זאג, ר' מתושלח. מיט'ן גרעסטן דרך ארץ. אויב איך מעג פרעגן. אין ענקערע צייטן האט מען נאכנישט געהערט פון אזא מין זאך ווי א יארמולקע. כיפה...?!
דו זעהסט דאך אויס ווי א ליטווישער ראסס יעסיווע... :lol: :roll:
אדער ווי דער רוסישער גוי, דער מחבר פון ספר .."גולאג ארכיפעלאגא"...נו, ווי הייסט ער דער גוי, דער אנטיסעמיט מיט די בארד...סאלזשעניצין, ימ"ש...!
דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 4:00 am#348039
איי ר' באלעגאלע מיט'ן גרעסטן דרך ארץ. כ'ווייס נישט פארוואס, אבער האסט מיך געמאכט אויסשיסן...
פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:30 am#348158
berlbalaguleh האט געשריבן:זאג, ר' מתושלח. מיט'ן גרעסטן דרך ארץ. אויב איך מעג פרעגן.


יע! אט אזוי טאקע פאסט צו ריידען אלס כבוד התעירע!

berlbalaguleh האט געשריבן:אין ענקערע צייטן האט מען נאכנישט געהערט פון אזא מין זאך ווי א יארמולקע. כיפה...?!


דער אמת איז אז דעמאלטס איז נאך ניט געווען געמאלט דער דין פון מושל בכיפה. דאס האט פאסירט צום ערשטען מאל ביי מיינע אייניקלעך

berlbalaguleh האט געשריבן:דו זעהסט דאך אויס ווי א ליטווישער ראסס יעסיווע...


מאנכע טיינענען אז איך זע אויס ווי דער באוויסטער ראסעסיבע בעל מחבר תורת הנזיר...
פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 3:53 am#348161
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך וויל וויסן: איך קען הערליך זינגען, עכ"פ צו מאכן אהההההאאאאאאאההההההה פאר א הארמעני קען איך זיכער, איין פראבלעם האב איך, איך גיי מיט א וועסטעל, איז דאס א שטער צו באקומען א JOB ביי ידידים?

זייער א הארבע שאלה, נאכן מאכן א שאלת חלום בין איך געקומען צום פאלגענדן מסקנה:

סאיז דא צוויי ערליי וועגן וויאזוי צו באנוצן דעם איבריג שטיקל סחורה (וואס איז ווארשיינדליך איבערגעבליבן נאכן אויסשניידן די הענט פונעם רעקל), דא אזאנס וואס ווערט גענוצט בתמימות אדיר ונורא, אז דזשי ענד דזשי הייסט אנטאהן דאס וועסטל וועט עס דער הולך בדרכי אבותינו אנטאהן, שאלות פארוואס דאס פעלט אויס גייט שוין אריין כפירה, אויף אזא פאל קענסטו עס אויסטאהן כאפן א ברום ביי ידידים, שאקלן און קלאפן מיט די פיס ווי א פרא.

דא אבער אזא סארט וועסטעל וואס דינט ווי א ביזנעס העדקווארדערס, אלע טאשן ווערן באנוצט צו א קלימאקס מ׳קען דארט געפינען אלע ביזנעס געברויכן, פון ביללינג ביז אפיס סופלייס, טייל פון די חפיצים וועט געווענדליך זיין טשעק בוקס, פענס, פענסעלס, מעקער׳ס, אינוואיסעס, לעקטעריק ביללס, בענק סטעיטמענטס, שכר לימוד ביללס, קרעדיט קארד׳ס, גראסערי רעסיטס, טשעינדזש, סעיפטי פינס, קנעפלעך, שליסלעך, גארטליך, לוח ה..., טשארדזשערס, קאלענדערס פון די יאר און פונעם קומענדע יאר, בעטעריס, ווי אויך פארמאגט דער וועסטל-אפיס א טעלעפוין ועל צבאם הענגט דארט א גאלדענעם זייגער מיט א טשעין, צוליב מאנגל אין אינדאר ספעיס האט מען מסדר געווען אינדערויסן צווישן די קנעפלעך, נו אזא וויכטיג וועסטל קאן מען דען איבערלאזן? וויאזוי וועט די אפיס געפירט ווערן? #ביזנעס ביפאר פלעזשער
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 1:08 am#348391
ווער האט ביי אונז אנגעפירט דער שגעון פון א דייניג רום?
ממילא אין מאנסי, אבער אין ב״פ ווען די גאנצע דירה איז א קארגע 1000 קוואדראט פיס, ווער דארף א דייניג רום אויף אלע גוט יאר?
ווען נישט די דייניג רום קען מען האבן א גרעסערע קאך, שלאף ציממערן, פלעי רום.
ניין, זייער וויכטיג ווייל דריי שעה א וואך זיצט מען דארט ביים סעודות שב״ק. כקען פארשטיין פארוואס מקען נישט עסען די שבת סעודות אין קאך מיט א שענערע טישטעך וגו׳
אויך ווען מ׳גייט אריין אין די פערנישד עפארטמענטס פארן חתן כלות, א קארגע ביה״כ וואס נישט אפי א וואנער, אבער א דייניינג רום? ודאי ריזיג.
#משוגע
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 9:21 am#348398
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
שטאפענע
מסכים לכל מילה. אבער דאס איז א חלק פון דער גאנצע מהלך החיים אז מ׳דארף נאכלויפ׳ן יענעם.
We buy things we don't need, with money we don't have, to impress people we don't like.

Sent from my LG-H525n using Tapatalk
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 10:33 am#348534
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ווער איז משולם כ"ץ, ומה טיבו?
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 5:44 pm#349934
און די קאקטעיל קאמפאט איז דא טשעריס וואס זענען לייט פינק. ווי באקומען זיי דאס?
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 6:26 pm#349937
קאך אויף טשעריס, וועסטו זען..
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 8:58 pm#349961
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:ממילא אין מאנסי, אבער אין ב״פ ווען די גאנצע דירה איז א קארגע 1000 קוואדראט פיס, ווער דארף א דייניג רום אויף אלע גוט יאר?

וואס הייסט? וואו שלאפן די קינדער? אין דיינונג רום.
וואו שפילן די קינדער? אין דיינונג רום.
וואו פאברענגט מען? אין דיינונג רום.
מאכן האום ווארק וכו' אין דיינונג רום.
לערנען מיט די קינדער? אין דיינונג רום.
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 9:24 pm#349963
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
טמיר האט געשריבן:ווער איז משולם כ"ץ, ומה טיבו?

לוט שמועות וואס איך האב געהערט איז ער א אין די הויכע פערציגער, ער שרייט שבת, נישט מיט די טאליבאן גרופע וואס גייט ארום, נאר ווען ער וואקט אהיים פון שול, ער דרייט זיך אין קינג סטערעס תהילות יואל, אין לעצטנס האט ער אנגעפאנגען העלפן יונגעלייט און שלום בית,

אזוי האב איך געהערט איך נעם נישט קיין אחריות
פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 12:28 am#350000
וואס איז די גרויסע נייעס ווען א זינגער געבט ארויס א סינגל, מדי יום ביומו זענען דא טויזענטער מאחינו בני ישראל וואס געבן ארויס סינגלס ממין זכר וממין נקיבה ואין פוצה פה ומצפצף, איך אליין האב א האלבע יאר צוריק ארויסגעגעבן א סינגל ממין זכר און איך האף בבוא היום אז מיין סינגל וועט טרעפן א צווייטע סינגל ממין נקיבה און זיי ?וועלן צוזאמען ווייטער ארויסגעבן סינגלס, מה כל הרעש ביי זינגערס מער ווי ביי סתם עמך