Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
917 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 4429 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #191
דאנערשטאג מאי 25, 2017 9:04 pm#372392
וואלווי: אין סיי וועלכן כשר'ן רעסטאראנט אין ברוקלין, קווינס אדער מאנהעטן. און דו זאלסט אינזין האבן בשעת אכילה. און אפילו ארויסזאגן מיט'ן מויל. הריני אוכל לא להנאת גופי אלא למצות בוראי. ולעילוי נשמת הרה"ק ר' ישעיה'לע מ'קערעסטיר זי"ע...! און דו זאלסט אריינהאקן א גוטן סטעיק... מיט א ביר...!
פרייטאג מאי 26, 2017 1:53 am#372436
בערל, היינט האמיר שוין א נייע נוסח וואס צו זאגן ביים עסן פיש פון ווערעצקי-פישתי רבי
דינסטאג מאי 30, 2017 9:47 am#372882
געזען א דרשה פון הרב אפרים וואקסמאן שליט״א אבער כ׳האב קיינמאל נישט געהערט פון איהם ביפאר. ווייסט איינער ווער דאס איז. איז ער א רב אדער א ראש ישיבה???
דינסטאג מאי 30, 2017 10:08 am#372888
שמעון וואלף האט געשריבן:בערל, היינט האמיר שוין א נייע נוסח וואס צו זאגן ביים עסן פיש פון ווערעצקי-פישתי רבי


דאס איז נאר ביי גרויסע אידן...

(יא, דאס בייכל זיינער קומט פון עסען לכבוד השי"ת)
דינסטאג מאי 30, 2017 11:35 am#372894
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:געזען א דרשה פון הרב אפרים וואקסמאן שליט״א אבער כ׳האב קיינמאל נישט געהערט פון איהם ביפאר. ווייסט איינער ווער דאס איז. איז ער א רב אדער א ראש ישיבה???

ראש ישיבת מאור יצחק במאנסי.
פרייטאג יוני 02, 2017 2:39 am#372930
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:געזען א דרשה פון הרב אפרים וואקסמאן שליט״א אבער כ׳האב קיינמאל נישט געהערט פון איהם ביפאר. ווייסט איינער ווער דאס איז. איז ער א רב אדער א ראש ישיבה???

זעט אויס ביסט נישט געווען ביים כינוס כלל ישראל.
פרייטאג יוני 02, 2017 11:42 am#372948
שמעקעדיג האט געשריבן:
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:געזען א דרשה פון הרב אפרים וואקסמאן שליט״א אבער כ׳האב קיינמאל נישט געהערט פון איהם ביפאר. ווייסט איינער ווער דאס איז. איז ער א רב אדער א ראש ישיבה???

זעט אויס ביסט נישט געווען ביים כינוס כלל ישראל.

ניין כ'בין נישט געווען דארט
מוצ"ש יוני 10, 2017 10:25 pm#374027
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ווער איז דער יצחק שטערן ???
זונטאג יוני 11, 2017 12:08 am#374034
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:געזען א דרשה פון הרב אפרים וואקסמאן שליט״א אבער כ׳האב קיינמאל נישט געהערט פון איהם ביפאר. ווייסט איינער ווער דאס איז. איז ער א רב אדער א ראש ישיבה???

זעט אויס ביסט נישט געווען ביים כינוס כלל ישראל.

ניין כ'בין נישט געווען דארט

טאקע דערפאר ביזטו דא מיט אונז...
זונטאג יוני 11, 2017 12:34 am#374038
ביליג האט געשריבן:ווער איז דער יצחק שטערן ???

מגיד שיעור בישיבה קטנה סאטמר וומסב''ג
בן הרב מאיר בן אב''ד גבעת שאול ז''ל
זונטאג יוני 11, 2017 1:16 am#374040
אויך א נעפיו פון סקולענער רבי'ן און א שוואגער מיט העסקן המפורסם אשר פריעדמאן פון נחמת ישראל/טענקא.
מאנטאג יוני 12, 2017 1:13 am#374525
איז אמת אז די שבת פייפער האט געקלינגען אין וויליאמסבורג לכבוד דעם כינוס?
אויב יא, ווער האט געגעבן רעכט?
מאנטאג יוני 12, 2017 1:23 am#374528
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
יא.
עס איז דא א קליפ דערפון
פרייטאג יוני 16, 2017 12:02 am#375420
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וואס פארדינט "דרור" פון די "דינא" קאנפערענץ?
פרייטאג יוני 16, 2017 12:09 am#375423
ס'קען זיין ס'איז א מארקאטינג געדאנק פון "ברענד רעקאגנישאן" ווען זיי דארפן שפעטער גיין פאנדרעיזינג זענען זיי שוין אנגעזעהן.

דזשאסט עי געסס.
פרייטאג יוני 16, 2017 2:38 am#375433
ס'איז אלס א חלק פון די תשובת המשקל בנשיאות הגה"ק ר' אפרים שטיין שליט"א אבד"ק פאלטישען און אנגעפירט דורך זיין אייניקל ר' יואל אשר לעווין/לאבין שליט"א
זונטאג יוני 18, 2017 8:29 am#375574
ווי באקאנט, רעדן זיך די זינגערס אפ אז סלוינט זיך נישט צו מאכן קיין סידיס וויל מענטשן קאפירן דאס.

אפשר וואלט געווען כדאי צו מאכן קאמערשעלס אויף סידיס.

למשל, סוף פון א נייעם שבת ניגון קען דער זינגער געבן א זינג א קליינעם שטיקל וועגן G&G אדער דיפס וכדו'.
אדער לאמיר זאגן א ניגון ווי בואי בשלום קען מען אריינווארפן א שטיקל וועגן קינגס קאונטי אוטא באדי.
זונטאג יוני 18, 2017 9:18 am#375580
ניין: מ'דארף אויפקומען מיט א טעכנאלאגיע וואס וועט נישט דערמעגליכן צו קאפיען מיוזיק סי.די'ס. נאר מ'וועט מוזן קויפן די אריגינאלע סי.די. פונ'ם מחבר...! ביי די גוי'אישע מיוזיק אינדוסטרי איז נאך ערגער. ס'דא סייטס פון וואו מ'קען גלייך דאונלאודן סאנגס. אומזיטסט אדער פאר א קליינע אפצאל. ס'נישט אז איך האב רחמנות אויף די גוי'אישע זינגערס. זיי האבן שוין געמאכט גענוג מיליאנען...! אבער די אידישע זינגערס וואלטן געקענט האבן עפעס א פראטעקשן אויף זייער באגרעניצטע איינקום...! מפי השמועה איז דאס געווען איינס פון די הויפט סיבות פארוואס מרדכי בן דויד האט אויפגעהערט צו פראדוצירן מיוזיק...(נישט אז איך בין געווען איינער פון זיינע גרויסע אנהענגערס בשעת ער האט יא ארויסגעגעבן ניגונים)...!
דינסטאג יוני 27, 2017 5:57 am#376935
צוריק אין די דורות פון וואנעט האט איינשטיין געשטאמט? פשוטע אידן? א רבנישע אדער גבירישע משפחה? האט איינער אמאל געלייענט דערוועגן ערגעצוואו?
דינסטאג יוני 27, 2017 9:34 am#376955
אן אייניקל פונ'ם רשכבה"ג דעם הייליגן מאיר נבונים זי"ע, און דוכט זיך אויך פונ'ם רבי ר' מיילעך זי"ע.
דינסטאג יוני 27, 2017 9:57 am#376956
פארוואס רופט מען איבעראל איוואנקא טראמפ מיט איר טאטנ'ס לעצטע נאמען, הייסט זי נישט איוואנקא קושנער?
דינסטאג יוני 27, 2017 10:16 am#376959
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
זי האט איר ברענד פון קליידער אויף די נאמען נאך פארן חתונה האבן מיט קושנער
דינסטאג יוני 27, 2017 10:21 am#376961
בן אדם האט געשריבן:אן אייניקל פונ'ם רשכבה"ג דעם הייליגן מאיר נבונים זי"ע, און דוכט זיך אויך פונ'ם רבי ר' מיילעך זי"ע.

מקור?
דינסטאג יוני 27, 2017 10:42 am#376963
דו לץ. האסט געסוירטש קודם צו זיכער מאכן אז קיינער האט נאכנישט פארכאפט דעם נאמען? ווען דו האסט געזאגט רשכבהג האט דאס שוין אנגעצונדן א לעמפל.
דינסטאג יוני 27, 2017 12:17 pm#376976
שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס רופט מען איבעראל איוואנקא טראמפ מיט איר טאטנ'ס לעצטע נאמען, הייסט זי נישט איוואנקא קושנער?

She doesn't deserve it
דינסטאג יוני 27, 2017 1:06 pm#376995
שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס רופט מען איבעראל איוואנקא טראמפ מיט איר טאטנ'ס לעצטע נאמען, הייסט זי נישט איוואנקא קושנער?

she never changed her name
דינסטאג יוני 27, 2017 5:22 pm#377029
פארוואס און 2017 האבן די פעמיניסטן נאכנישט פארלאנגט אז די מענער זאלן זיך רופן מיט די ווייב'ס לעצטע נאמען? פארוואס דארף זי זיך טוישן דעם נאמען, זאל ער.
דינסטאג יוני 27, 2017 5:42 pm#377031
קענעך איינער וואסאט זייער געוואלט א נאמען געבען נאך רבינו יואל. אבער סגווארן א מיידל, האטער איר גערופן יָעֵל
לפ"ז הייסט זי יא ווי עם m https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7 ... 7%9E%D7%A4 m
דאנערשטאג יוני 29, 2017 11:27 am#377198
ווי איז נעלם דער אשכול וועגען פאליש
דאנערשטאג יוני 29, 2017 3:04 pm#377241
פאליש איז צוריק אפען כך שמעתי מיין קאמפיוטער לאזט עס נישט דורך אבער וי לאוזניים שכך שומעות
פרייטאג יוני 30, 2017 6:58 pm#377402
פארוואס איז דווקא דינסטאג דער טאג ווען אלע זאכן וואס פארבלייבן אין בית מדרש "ווערן" הפקר? האט עס עפעס צו טאן מיט פרשת המן, סעודת הושע בן בארי? כ'מיין אז אין יעדן בית מדרש איז עס דינסטאג.
זונטאג יולי 02, 2017 1:29 pm#377480
פארוואס איז דא פארשטארקטע פאליציישע וואך ביי זי מענדל-וויזניץ ס'מדרש אויף 47?
זיי האבן מורא פון איינעם?
זונטאג יולי 02, 2017 1:37 pm#377481
עס האט אוודאי א שייכות מיט די פראגראם וואס די וויזשניצע בחורים האבן אנגעזייעט אין באבוב נעכטן נאכט, לכאורה פון א נקמה מצד 48 חברה. אויב באלאנגט עס אין צימעס זאלן עס די גבאים אהין פירן.
זונטאג יולי 02, 2017 1:59 pm#377482
ס'ארבעט נישט אזוי: מ'שטעלט עפעס אן. און נאכדעם לויפט מען זוכן פאליציי שוץ.וואס זעמיר איטאליענער מאפיא אדער פארטא-ריקאנער גענגס...?!
דאנערשטאג יולי 06, 2017 1:47 am#378094
ווען וועלט איז געווען וועלט, אדער ווען וועלט וואלט געווען וועלט?
דאנערשטאג יולי 06, 2017 7:21 am#378113
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
עס ווענד זיך אין דיין בליק. אויב האלטסטו אז וועלט איז אמאל געווען וועלט ווי עס דארף זיין, נאר היינט איז עס ערגער געווארן, דעמאלטס איז ווען וועלט "איז געווען וועלט". טאמער קלערסטו אז די וועלט איז בעצם קיינמאל נישט גוט געווען, זאג ווען וועלט "וואלט געווען וועלט", ודו"ק
דאנערשטאג יולי 06, 2017 7:29 am#378114
ווען מ'רעדט מיט (נאסטלאלאגיע?) פון די אמעליגע פארגיינגענהייט נאר טיף אין הארצן וויל מען נישט משום איזה סיבה ס'זאל זיך יעצט איבערחזער'ן, זאגט מען 'ווען וועלט איז געווען וועלט'. און ווען מ'וויל פארשטעלן די אייגענע געבענשטע כשרונות להבדיל פון ס'איבריגע יושבי תבל, באנוצט מען זיך מיט די אנדערע לשון פון 'וואלט געווען'.
זונטאג יולי 09, 2017 11:29 am#378357
פארוואס האט מען אין שטיבל זיך נישט וויסנדיג געמאכט פונעם דאנצע נסיעה קיין פולין גערמניא רעביצין איוואנקא אויפ'ן טאטענ'ס בענקל זי טוויט אין שבת???????????
איז גיוס אזויפיהל אינטרעסאנטער??? צו זעהן ווי צוויי דריי חברה נעמען די גאנצע שטיבל אויף א רייד און קייען איבער די זעלבע זאכען נאכאמאל און........
זונטאג יולי 09, 2017 11:57 am#378364
זייט ווען האלט זי שבת? איר מאן איז א א.ט.ד.
זונטאג יולי 09, 2017 2:07 pm#378374
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
סקרן האט געשריבן:פארוואס האט מען אין שטיבל זיך נישט וויסנדיג געמאכט פונעם דאנצע נסיעה קיין פולין גערמניא רעביצין איוואנקא אויפ'ן טאטענ'ס בענקל זי טוויט אין שבת???????????
איז גיוס אזויפיהל אינטרעסאנטער??? צו זעהן ווי צוויי דריי חברה נעמען די גאנצע שטיבל אויף א רייד און קייען איבער די זעלבע זאכען נאכאמאל און........


אויף וועלכע זייגער טוויט זי אין שבת זי איז דאך אפאר שעה געריקט
זונטאג יולי 09, 2017 2:16 pm#378375
אה זייער גוט אפשר קען מען אויסרעכענען
זונטאג יולי 09, 2017 2:38 pm#378380
לאזט איר שוין אפ. זי האט היתר גילטיג די קומענדיגע 4 אדער 8 יאר.
מאנטאג יולי 10, 2017 4:42 am#378472
בן אדם האט געשריבן:זייט ווען האלט זי שבת? איר מאן איז א א.ט.ד.


קענסטוך פרעגן אסאך בעסער

״זייט ווען איז זי א איד״???

איר מאן איז נישט קיין שום אטד! ער איז א ״ריפארמער איד״, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער:

אז מ׳נוצט די רעליגע ווילאנג סאיז זיי גרינג און באקוועם און מ׳איז נאר רעליגעז ווילאנג ס׳שטערט און שניידט נישט אראפ פון זייערע אנדערע באקוועמליכקייטן. און מעהר ווייניגער גייט מען אין טעמפל אלץ א פארבינדונג צו א ״קאמיונטי״ און ״סאושעל סטאטוס״.

א אטד מיינט איינער וואס איז אויפגעוואקסן פרום און אראפ פון דרך.
מאנטאג יולי 10, 2017 4:47 am#378473
סקרן האט געשריבן:פארוואס האט מען אין שטיבל זיך נישט וויסנדיג געמאכט פונעם דאנצע נסיעה קיין פולין גערמניא רעביצין איוואנקא אויפ'ן טאטענ'ס בענקל זי טוויט אין שבת???????????
איז גיוס אזויפיהל אינטרעסאנטער??? צו זעהן ווי צוויי דריי חברה נעמען די גאנצע שטיבל אויף א רייד און קייען איבער די זעלבע זאכען נאכאמאל און........


און וואסערע נייעס מיינסטו גייסט דארט הערן?

טראמפ איז געקומען קיין אייראפע און זיך גערצחט מיט יעדעם איינעם, און גערעדט שטותים מיט הבלים, ער האט געטוויט אינמיטן די נאכט... וכו׳ וכו׳

די גרויסארטיגע נייעס גייט דיר נישט ארויס פון די נאוניע? נאכמאל און נאכמאל?


אנדערש זאל מען רעדן פון אונזערע צדיקים ר׳ אהרן מסאטמאר, קאסאנער און פארשעי ווי זיי טעהנן זיך ווי קליינע קינדער אין חדר.

#מאי שנא???
מאנטאג יולי 10, 2017 5:57 am#378484
שבת אחים האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:זייט ווען האלט זי שבת? איר מאן איז א א.ט.ד.


קענסטוך פרעגן אסאך בעסער

״זייט ווען איז זי א איד״???


פאר די קומענדיגע דריי אהאלב יאר ווערט זי נאך פאררעכנט אלס א אידענע, נאכדעם, ווענד זיך וואס די רבנות וועט מחליט זיין...
שבת אחים האט געשריבן:
איר מאן איז נישט קיין שום אטד! ער איז א ״ריפארמער איד״, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער:

זיין טאטע איז נישט קיין ריפארמער. ער איז א מאדערן ארטאדאקס! (ס'דא אפאר דרגות ביי זיי, בעיקר די right wing און די left whing). אבער דזשערעד, אפי' לויט זיין משפחה איז ער לכה"פ א שטיקל א.ט.ד. (ער האט נאך א ברודער וואס איז אן עכטע א.ט.ד. וואס איז צוקריגט מיט דזשערעד און פלעגט גראדע מיטהאלטן די אנטי טראמפ פראטעסטן). פאר זיין טאטע האט עס אפי' געבאדערט אז ער האט חתונה געהאט מיט א גויטע.
מאנטאג יולי 10, 2017 6:08 am#378485
אונז רופן זיך נישט ריפארם אפי מהאלט נאר דער ערשטע האלב פונם עשרת הדברות
מאנטאג יולי 10, 2017 6:13 am#378487
ארטאדאקס מיינט טאקע נאר אהאלבע עשרת הדיברות
מיטוואך יולי 12, 2017 9:00 am#378794
איך וויל וויסן וועלכע שפראך רעדט ATUB @diff ATUB ?

ווען ער שרייבט א תגובה זעט עס אויס ווי ער האט געשריבן אין לאטייניש, דערנאך געטרענסלעיט צו רוסיש, פון דארט צו טשעכיש, פון דארט האט ער עס פארדרייט און געטרענסלעיט צו גריכיש, און אזוי ווייטער, ביז ער איז אנגעקומען צו עברית, האט ער געשריבן ראשי תיבות, און געמאכט גוגל טרענסלעיט צו אידיש.
מיטוואך יולי 12, 2017 12:20 pm#378816
יא ער דארף א שטיקל תיקון.
מיטוואך יולי 12, 2017 1:19 pm#378819
ער איז יא כשר
בילד