Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
917 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 4429 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #191
מיטוואך יולי 12, 2017 11:30 pm#378896
איז דא יארן וואס עס איז נישט ערווארטעט א מאנגל אין יאנאווער אתרוגים?
דאנערשטאג יולי 13, 2017 12:04 am#378901
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ווי אזוי זיצט יוסף פרץ הלוי ביללער אין אלע בתי מדרשים אויפאמאל?

מיין קאנספיראציע איז אז דער פון פאפא איז א דופּליקעט.
דאנערשטאג יולי 13, 2017 6:52 am#378915
איך אויך האט געשריבן:יא ער דארף א שטיקל תיקון.

אבער ווען איך האב מעורר געווען דערויף בדרך צחות, האט מיר א געוויסע ניק געשריבן אז איך בין א טראלל...
דאנערשטאג יולי 13, 2017 3:21 pm#378970
און ווען איך האב אמאל געשריבן וועגן דעם האט מען מיר פארמעקט...
דאנערשטאג יולי 13, 2017 8:59 pm#379022
שמעקי א טראלל??

איך קלער אז ער פראבירט פשוט צו זיין קיוט און נאכמאכן פליקער צו שרייבן פאונאטיק. אבער דיףף עס גייט נישט אזוי, פליקעריש איז א ספעציעלע שפראך וואס נאר דער ממציא פליקער אליינס קען. סאו פליז לייג אריין אביסל מחשבה און שרייב ווי א מענטש.
דאנערשטאג יולי 13, 2017 9:24 pm#379025
באמת ווילך רעדן ניש שרייבן
פרייטאג יולי 14, 2017 5:20 pm#379100
וויל איך וויסן פארוואס קאווע שטיבל איז געווארן לעצטענס אביסל טיננעדדזשדעג?
פרייטאג יולי 14, 2017 5:48 pm#379104
לאמיר ליינען עפעס אנדערש פון דיר. ווארט נישט אויף א צווייטן.
פרייטאג יולי 14, 2017 6:10 pm#379109
.
מאנטאג יולי 17, 2017 2:13 pm#379299
איז דא באהאלטענע פארום'ס ווי די עליטע בארעדן די אנדערע
דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:28 pm#380578
הילערי קלינטון גיבט ארויס א בוך וואס גייט ערשיינען סעפטעמבער 12 למספרם. דעם נאמען פינעם בוך איז "וואס איז געשען? What happened".

איך וויל וויסן ווער עס ווייסט נאכנישט וואס איז געשען???
דאנערשטאג יולי 27, 2017 5:14 pm#380580
diff האט געשריבן:איז דא באהאלטענע פארום'ס ווי די עליטע בארעדן די אנדערע

שלום שטיסל האט געשריבן:די אלגעמיינע האטליין וואס הענגט ביים טאוועל לעבן ברידזש וועט נישט העלפן פארן היימישן אינגערמאן ביי וועם דער גוי איז טמא ומטומא, הלכה היא בידוע שעשיו שונא ליעקב איז ביי אים פשוט פשט, און יעדע שווארצע דורכגייער איז כאפצעם פארברעכער. אפילו לשונות עכו״ם איז ביהרג ועל יעבור נאך די מילהאוויצע תקנות.

----
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בשעת הלחץ זו הדחק, פון עצירות ושאר דוחקין, קען מען קוקען אין קורקלאנדס טלפון בוך.
נישט אזוי זיכער, ער זאגט אז לכאורה שטייט דארט א נומבער, ס׳איז אבער נישט פארזיכערט, אזויפיל יא, פאר א תגובה אין שטיבל איז עס ווערט פאר אים. (די תגובה איז דאך געווען די דזשאוק אויף די גרופ פארן זמן, אלץ א בודאפעסטער כאפסטו נאר שפעט)
דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:18 pm#381281
אוודאי וויל איך וויסן...
.
דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:24 pm#381282
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
געוואלדיג האט געשריבן:.

ווי איז דאס געווען געדריקט?
דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 7:35 pm#381291
עס קוקט אויס ווי איינער וויל טרייבן קאטעוועס פון גאר א חשובער אדמו"ר, איך וויל נישט הויעך זאגן וואס עס קוקט אויס ווער עס האט עס אריינגעלייגט.
דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 11:37 pm#381325
אין קול הציבור היינט
פרייטאג אוגוסט 04, 2017 8:44 am#381342
Wow די כח פון קאווע שטיבל
נעכטן האב איך דאס געפאוסט
געוואלדיג האט געשריבן:.

היינט
זונטאג אוגוסט 13, 2017 10:50 am#382244
געוואלדיג האט געשריבן:איז דא יארן וואס עס איז נישט ערווארטעט א מאנגל אין יאנאווער אתרוגים?


חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!!

פון טעגליכע דער איד
זונטאג אוגוסט 13, 2017 12:28 pm#382256
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ישראל שווארץ האט אנגערופן אסאך פון זיינע האלסעיל קונים אז אדער האט נישט קיין אתרוגים די יאר
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 12:01 am#382348
וואס האט וואלווי מיט דראגס?
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 12:24 am#382349
ווייל ס'איז גוט.

ווי אזוי האט יענער געזאגט? ער עסט טאמעטא דיפ ר"ה ווייל ס'איז גוט און ער וויל האבן א גוט יאר

חסידים ראשונים היו שוהין....
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 8:59 am#382383
דו ווייסט אוודאי אז די בילד האט מיט חסידים ווי איך מיט אייוועלט, נעה, נאך ווייניגער.
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 9:17 am#382384
יענער בילד איז פון דער בעל שם, נאר נישט דער פון מעזשיבוזש. דאס איז דער בעל שם פון לונדון
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 9:54 am#382390
די וואס האסן רב"י זצ"ל און זיינע ספרים ודעותיו, קענען אמאל זעהן די ווארהייט וואס טיט זיך מיט אינזערע ברודער און שוועסטער באר"י ווען מען נייט זיי צו גיין נגד התורה ?
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:03 am#382391
וואס מיינסטו צו זאגן?
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:04 am#382392
דעס איז א שייכות צו פינף תגובות ארויף. א בילד איז משפיע
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:20 am#382395
newkave האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:די וואס האסן רב"י זצ"ל און זיינע ספרים ודעותיו, קענען אמאל זעהן די ווארהייט וואס טיט זיך מיט אינזערע ברודער און שוועסטער באר"י ווען מען נייט זיי צו גיין נגד התורה ?


וואס מיינסטו צו זאגן?

איך האב געשמועסט מיט איינעם א לעיקוואדער, יענער האסט שטארק רב"י זצ"ל יעצט פאר די יומדה"ל קומט מיר אויס צו שמועסן מיט אים איבער ימי חייו,
מתוך דבריו איז מיר אויסגעקומען די פראגע וואס איז פין די זאכן וואס איך וויל וויסן, צו איינער מיט האס און שנאה, קען אמאל זעהן די מציאות וואס גייט פאר.
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:25 am#382396
יא
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:43 am#382402
איש את רעהו האט געשריבן:
newkave האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:די וואס האסן רב"י זצ"ל און זיינע ספרים ודעותיו, קענען אמאל זעהן די ווארהייט וואס טיט זיך מיט אינזערע ברודער און שוועסטער באר"י ווען מען נייט זיי צו גיין נגד התורה ?


וואס מיינסטו צו זאגן?

איך האב געשמועסט מיט איינעם א לעיקוואדער, יענער האסט שטארק רב"י זצ"ל יעצט פאר די יומדה"ל קומט מיר אויס צו שמועסן מיט אים איבער ימי חייו,
מתוך דבריו איז מיר אויסגעקומען די פראגע וואס איז פין די זאכן וואס איך וויל וויסן, צו איינער מיט האס און שנאה, קען אמאל זעהן די מציאות וואס גייט פאר.


ווער איז רב''י?
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:43 am#382403
diff האט געשריבן:יא


שעקוי אךפ ארע נענ פערן
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:46 am#382404
ברוך תהיה
newkave האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:איך האב געשמועסט מיט איינעם א לעיקוואדער, יענער האסט שטארק רב"י זצ"ל יעצט פאר די יומדה"ל קומט מיר אויס צו שמועסן מיט אים איבער ימי חייו,
מתוך דבריו איז מיר אויסגעקומען די פראגע וואס איז פין די זאכן וואס איך וויל וויסן, צו איינער מיט האס און שנאה, קען אמאל זעהן די מציאות וואס גייט פאר.


ווער איז רב''י?


דער וואס ר' לייטנער לאזט נישט גיין צו זיין ציון. סאיז ווי דער כותל
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 4:19 pm#382453
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יענער בילד איז פון דער בעל שם, נאר נישט דער פון מעזשיבוזש. דאס איז דער בעל שם פון לונדון


אין בודקין מן המזבח ולמעלה, אודאי נישט ווען ס'קומט להקטיר קטורת...
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 4:32 pm#382458
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יענער בילד איז פון דער בעל שם, נאר נישט דער פון מעזשיבוזש. דאס איז דער בעל שם פון לונדון


ריכטיג. אבער דאס איז שוין אן אנגענימענער טעות, און אלע היימישע אויסגאבעס. והנך להם לישראל.
אגב, ווי קען איך ליינען מער וועגען דעם בעל שם פון לונדון? פון די ביסל וואס איך האב געליינט אויף איהם זעהט ער אויס צו זיין עפעס גאר א מיסטיריעזער פארשוין. עפעס א ביכל איז דא צו קויפן אנליין?
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 6:03 pm#382468
איך דארף אי''ה נעקסטע וואך צו זיין ביי דעם אספן וואס האט היינט דעם ארגינאלען בילד אין זיין באזיס, פאר $36 וועל איך מזכיר זיין ביז 5 נעמען.

אויף דעם בע''ש מלאנדאן איז דא א בוך מבעל שד לבעל שם פון מיכאל אורון.
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 6:26 pm#382470
יוסף שרייבער האט געשריבן:איך דארף אי''ה נעקסטע וואך צו זיין ביי דעם אספן וואס האט היינט דעם ארגינאלען בילד אין זיין באזיס, פאר $36 וועל איך מזכיר זיין ביז 5 נעמען.


אויב ס'העלפט פאר מייז I'm in
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 7:39 pm#382479
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
יוסף שרייבער האט געשריבן:איך דארף אי''ה נעקסטע וואך צו זיין ביי דעם אספן וואס האט היינט דעם ארגינאלען בילד אין זיין באזיס, פאר $36 וועל איך מזכיר זיין ביז 5 נעמען.

אויף דעם בע''ש מלאנדאן איז דא א בוך מבעל שד לבעל שם פון מיכאל אורון.

כ'האב געזוכט דעם ביכל א שטיקל צייט אבער אהן הצלחה. א דאנק פארן ברענגען א לינק. שוין באשטעלט.
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 7:45 pm#382480
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וואלווי האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:איך דארף אי''ה נעקסטע וואך צו זיין ביי דעם אספן וואס האט היינט דעם ארגינאלען בילד אין זיין באזיס, פאר $36 וועל איך מזכיר זיין ביז 5 נעמען.


אויב ס'העלפט פאר מייז I'm in
פאר מייז האבעך א גוטן עקסטורמינעיטאר
דינסטאג אוגוסט 15, 2017 5:06 am#382513
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:איך דארף אי''ה נעקסטע וואך צו זיין ביי דעם אספן וואס האט היינט דעם ארגינאלען בילד אין זיין באזיס, פאר $36 וועל איך מזכיר זיין ביז 5 נעמען.


אויב ס'העלפט פאר מייז I'm in
פאר מייז האבעך א גוטן עקסטורמינעיטאר


פאר 36 דאלער, און ער שטעלט צו א סעודה אויך?
דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:55 am#382525
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
אויב ס'העלפט פאר מייז I'm in
פאר מייז האבעך א גוטן עקסטורמינעיטאר

עפעס איז געשען מיט די קאץ
דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:56 am#382526
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
diff האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
אויב ס'העלפט פאר מייז I'm in
פאר מייז האבעך א גוטן עקסטורמינעיטאר

עפעס איז געשען מיט די קאץ
ס'אנטלאפן
דינסטאג אוגוסט 15, 2017 10:11 am#382529
צו טרעפען א אבידה איז די בילד יא מסוגל. אדער
adopt a kitten for free
מוצ"ש סעפטעמבער 16, 2017 9:51 pm#384840
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וויפיל אזייגער גייט מען זאגן מוצ''ש סליחות אין ראחמיסטריווקע שול ב.פ. ?

Sent from my XT1096 using Tapatalk
מוצ"ש סעפטעמבער 16, 2017 10:40 pm#384841
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
גראף האט געשריבן:וויפיל אזייגער גייט מען זאגן מוצ''ש סליחות אין ראחמיסטריווקע שול ב.פ. ?

Sent from my XT1096 using Tapatalk

די פלעצער וואס מזאגט מוצאי איז אדער 12:50 אדער 1
מוצ"ש סעפטעמבער 16, 2017 10:41 pm#384842
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
שכוח

Sent from my XT1096 using Tapatalk
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:44 pm#384962
פארוואס גייט מען אין ווישניץ פארקערט די הוט
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 1:16 pm#384976
ווייל אמאל, ווען גויים זענען אויכעט געגאנגען הוטן, האבן זיי געהאט די בענד אויף די לינקע זייט. האבן די אידן געוויזן אז זיי גייען אנדערש...!

דאס איז איינס פו די טעמים...! ס'קען אויך זיין אז איינמאל איז די רבי אוריסגעגאנגען אויפ'ן גאס מיט די הוט אנגעטון פארקערט. און די חסידים האבן געמיינט אז דאס איז א מנהג. האבן זיי עס אנגענומען אלס מנהג...!
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 2:02 pm#384986
די הוטן זענען דוקא גראד, זיי האלטן די קאפ אויף די פארקערטע זייט...
(בלויז א ווערטל, סארי שבת)
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 2:09 pm#384988
און דאס איז די סיבה פארוואס מ'גייט פלאכע הוטן אויך?
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 8:52 pm#385032
ישראל גלויבער: איידי בהוטן וקאפעלוטשן עסקינן עמיר שוין פארציילן פון וואו ס'נעמטציך די פלאטשיגע ביבער הוטן. והנה: אין א שטעטל איז געווען א הוטן מאכער, וועלכער האט צוגעשטעלט אלע הוט באדערפענישן פאר'ן גאנצן שטעטל און די געגנד ארום. איין טאג קומט אריין צו איהם א בכבוד'יגער איד . א סוחר. מיט א לאנגע און ברייטע בארד צוטיילט אויף העלפט. און ער באשטעלט ביי איהם נישט ווייניגער ווי פופציג הוטן. ער האט איהם דערלאנגט א ברייטע אנגאבע (דעפאזיט, בלע"ז). און ער האטציך אויכעט נישט געדינגען איבער די פרייז. און ר'האט געזאגט אז די באשטעלונג מוז זיין פארטיג ביז 2 טעג. דער הוט סוחר האטציך גענומען פלייסיג ארבעטן כדי פארטיג צו מאכן דעם ארדער אין צייט. אינמיטן די ארבעט האט ער באמערקט אז ער וועט נישט האבן גענוג סחורה פאר אלע באשטעלטע הוטן. האט ער גענומען טראכטן וואספארא עצה מ'קען זיך דא געבן. צו גיין קויפן נייע סחורה איז נישט געווען מעגליך אין די קורצע צייט. איז ער געפאללן אויף א המצאה. ער האט פון א יעדן הוט אראפגשניטן א פאר אינטשעס אדער סענטימעטער. און ווען דער קאסטומער איז געקומען איבערנעמען דעם ארדער האט ער איהם איינגערעדט אז דאס איז די נייע סטייל...און אזוי איז געווארן די סטייל פון די פלאטשיגע הוטן...!
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:04 pm#385034
וואס איז די נמשל