Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
917 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 4429 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #191
מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 10:49 pm#351609
פארוואס דארף איך געבן געלט פאר קופת העיר וואס טיילט עס אויס פאר ארעמעלייט און צעבראכענע אידן, און די גדולי ישראל וועלן מתפלל זיין פאר מיין הצלחה אז איך זאל ווייטער קענען געבן פאר קופת העיר און זיי וועלן דאס אויסטיילן וכו' וחוזר חלילה, זאלן די גדולי ישראל מתפלל זיין דירעקטלי פאר די הצלחה פון די ארעמעלייט און צעבראכענע אידן?
מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 11:39 pm#351616
פארוואס קומט די מפתח [די באקס אונטער די שלום עליכם אשכולות] ארויף נאר ווען מ'איז איינגעשריבען
מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 11:56 pm#351618
ונבנתה העיר האט געשריבן:ווער איז רעבעצין צפורה העלער פון המודיע'ס קנין?

די וואך האט זי א מאמר בנוגע וואס אנדערע טראכטן אויף מיר מיט'ן קעפל 'they think, therefore i am?', א שפיל אויפן פילאזאפישן ווארט I think, therefore I am, גאנץ שיין פאר א היימישע פרוי, ניין?

אז מען רעדט שוין, @געפילטע פיש [ס'איז מיר גוט, אויף צו קענען טעגן מוז מען ארויסשרייבן די גאנצע נאמען?...], קענסט שוין אפ-שטויבן די ניין-טעג'דיגע חתימה...

די וואך איז איר קעפל: To Cry or Not to Cry.

כ'בין נישט זיכער, אבער עס דערמאנט מיר פון שעיקספיער'ס to be or not to be.
זונטאג אקטאבער 02, 2016 12:03 am#351621
די וועלט זאגט דאך אז די קאפ איז א גנב...
זונטאג אקטאבער 09, 2016 9:35 am#352025
"הונדערטער טויזענטער מענטשן עוואקואירן". די בילדער ווייזן ריזיגע שורות קארס שלענגלען זיך אויף איין זייט פונעם ראוד. אבער וואוהין? האבן זיי א ציל וואו זיי ווילן אנקומען? וואו גייען די אלע מענטשן דארטן עסן און שלאפן? כ'פארשטיי אז א קליינע חלק האט געלט און פלאץ אין א האטעל, אבער וואו גייען די איבריגע?
זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:13 pm#352071
ביי אסאך מענטשן וואס האבן אן עטרה אויפן טלית איז די אונטן פינעם טלית שמוציג און האט אזאנע קעסטלעך און עס זעהט אויס ווי מען האט אראפ גענומען די עטרה און צוריקגעלייגט די ראנג זייט פון טלית אונטן אנשטאט אויבן.

איז דאס א מיסטעיק?
זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:25 pm#352075
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
עס קומט פון צוזאמלייגן די טלית
מאנטאג אקטאבער 10, 2016 1:55 am#352133
פארוואס אין מיין שבת'דיגן טלית האלט זיך נישט דער פאולד/קנייטש. די מערסטע איז 2 וואכן. איך מוטשע מיך ביים צוזאמלייגן דעם טלית מוצ"ש...!
מאנטאג אקטאבער 10, 2016 7:58 am#352140
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
berlbalaguleh האט געשריבן:פארוואס אין מיין שבת'דיגן טלית האלט זיך נישט דער פאולד/קנייטש. די מערסטע איז 2 וואכן. איך מוטשע מיך ביים צוזאמלייגן דעם טלית מוצ"ש...!

ווי זוי איז די שלום בית ?
מאנטאג אקטאבער 10, 2016 4:32 pm#352166
אזוי ווי דער טלית... :lol:
נעה. די שלום בית איז זייער גוט,ב"ה...! א מזל ס'איז נישט קאנעקטעד צום טלית...! מיין ווייב האט שוין געטרייט צו ביגלען דעם טלית. כ'האב עס שוין אריינגעגעבן צו א פראפענישיאנעל (פי' ער טשארדזשט א סאך געלט) קלינער. ס'העלפט גארנישט. אפשר איז עס א טערקישער (אדער טשייניז) טלית. נאר איך ווייס נישט דערפון...! אויב איינער האט אן עצה וועל איך איהם מכיר טובה זיין.
אה...איך האב אן עצה. קויפן א נייעם טלית...שויןl געטראכט פון די עצה...
זונטאג אקטאבער 16, 2016 2:29 pm#352594
ונבנתה העיר האט געשריבן:בחורים וגם בתולות, זקנים עם נערים, יעדער 'פראוועט' נענועים לענגער ווי צוועלף סעקונדען. 99 פראצענט אבזערווירטע מאכן אויך פארשידענע גרימאסן - צום ווייניגסטענס ציעט מען זיך אביסל צוזאמען דעם שטערן.

בין איך נייגעריג: וואס - חוץ די אפדעיטעד גראסערי ליסט - לויפט דורך זייער מחשבה?

לעצור טללים רעים?

דער תגובה האט אויף מיר גע'פועל'ט א 'הזזה'
דינסטאג אקטאבער 18, 2016 9:57 pm#352608
ווי קען איך שאפן די קליפ פון קאסובע רבי ביי די נענעים,״? סאיז מיר וויכטיג
מיטוואך אקטאבער 19, 2016 9:11 am#352622
פונעם אהבת שלום אדער תורת חיים?
זונטאג אקטאבער 23, 2016 1:27 am#352830
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:ווער איז געווען דער רוח שטות וואס איז אויפגעקומען אז גרויסע הושענות זענען פאר אדאלדטס און די קליינע פאר קינדער?
איך שטיץ פאר 1 size fits all.
זונטאג אקטאבער 23, 2016 3:45 am#352840
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
יעדעס יאר עקסטער טו איך זעך וואונדערן...
פארוואס מענטשן קויפן "גרויסע" הושענות, רוב שמשים פארקויפן גרויסע און קליינע, וואו שטייט אז די קליינע איז נישט גוט? דעם שמש פארשטיי איך ער וויל דאך מאכן געלט, אבער וואס טראכט דער קאסטומער, אז ווייל דער שמש האט גרויסע איז עס א גרעסערע הידור???
מסתם טראכטן זיי טאקע נישט...
זונטאג אקטאבער 23, 2016 3:46 am#352841
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
סארי...
נאכן פאוסטען האבעך באמערקט אז @דער געוואגטער האט מכוון געווען
זונטאג אקטאבער 23, 2016 3:56 pm#352860
קען זיין אז די מקור איז ברש"י סוכה מד: ועכשיו נהגו להביא ענפים ארוכים ויפים כדי שיהא מינכרא מצוה בעין יפה ע"כ.
הגם עס שטייט נישט ווי לאנג עס דארף זיין, אבער קען זיין אז וועגן דעם זיכן מענטשן ענדערש די גרויסע, אבער וויבאלד עס קאסט טייערער שפארט מען זיך אויף די קינדער'ס וואס איך אויך זיכער כשר.
מיטוואך אקטאבער 26, 2016 1:11 am#352886
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:ווי קען איך שאפן די קליפ פון קאסובע רבי ביי די נענעים,״? סאיז מיר וויכטיג

ביי נחום. פונקטליך וואו ווייסיך נישט. נאר כ'ווייס פאר זיכער אז איך האב עס געזעהן ביי איהם אויפ'ן בלאג...!
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 1:03 pm#352971
פארוואס האבן קארס נישט א ווייפער אויף די אונטערשטע פענסטער, אזויווי מיניווענס?
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 1:09 pm#352973
א נייגעריגע גוגל סורטש ווייזט אז ס'צוליב די וועג וויאזוי לופט פירט רעגן ארום די אויטא. ביי נארמאלע קארס פליט די רעגן אראפ מיט'ן ווינט, ביי suv'ס און מיניווענס בלייבט עס שטעקן.
זונטאג אקטאבער 30, 2016 2:41 pm#353170
ביי גויים זענען אלס פארהאנען פארשידענע סארט טרענטס, אסאך מאל קען מען דאס פארשטיין, אסאך מאל איז דאס מאדנע, אבער אסאך מאל איז דאס עפעס וואס מיין מוח קען נישט דידעקטען. וויפיל איך האב געשפירט צו פארשטיין די פאלגענדע טרענט דערפון איז מיר נאך שווערער געווארן די תאוה. איך האב פראבירט צו פארשטיין אויב דאס איז cool, און אויסער גרויליג, נאריש, דיסקאסטינג האב נישט געקענט אויפקומען מיט עפעס בעסערס: און דאס איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי דער פאריקטער "סקעלעטן בילד". אויף טישערט, אויפן קאפ, אויפן קאר, אויפן האנט, אויפן נאז, אויפן שיך, אויפן טעלעפאן. פאר Christ sake וואס די גיהנם דארף זיין ראסעריש ארומצוגיין מיט אן אימה אנווארפענדע סקעלעטן. מיינען זיי דען דעם הכל הולך למקום אחד?

נו? דאס בילד טוט אייך עפעס מעורר זיין?

בילד
זונטאג אקטאבער 30, 2016 10:03 pm#353208
מעיל באקסעס.
און בארא פארק איז דא אמאל וואס מדארף וואקן זעקס בלאקס צו טרעפן א מעיל באקס, און אמאל זעהט מען צוויי באקסעס אפגעריקט קוים צוויי בלאקס איינס פונעם צווייטן.
זונטאג אקטאבער 30, 2016 10:52 pm#353210
פרייוויליג: די עס. עס. פון די נאציס ימ"ש האבן געהאט א יוניט מיט א סקעלעטאן. ס'האט געהייסן די..."טאוטן קאפ"...איינהייט...!
פאר זיי האט עס טאקע געפאסט. זיי זענען געווען די ריכטיגע מלאכי המוות...!
מאנטאג אקטאבער 31, 2016 3:43 pm#353250
איך האב אמאל געליינט אז ווען דער הייליגער ריזינער איז אנטלאפן איז ער געווען פארשטעלט ווי א פרוי
ווייס עימיצער דערוועגן
יישר כח
זונטאג יאנואר 29, 2017 2:10 am#361004
די מצב פון זיקא ווייס איך נישט, אבער צו דער עולם פארט, קען איך אייך ענטפערן, יא דער ציבור פארט אין גרויסן
איך בין פאריגע וואך געווען אין עירפארט אויפפיקן מיינס א קרוב וואס איז צירוקגעקומען פון פלארידע, און יענע פלייט אליין איז פול געווען מיט היימישע אידן.
זונטאג יאנואר 29, 2017 2:23 am#361007
נישט גאנץ פלארידא איז אנגעשטעקט מיט זיקא, בלויז מיאמי קאנטי. פארט לאדערדעיל, באקע רעטאן, פאלם ביעטש ועוד איז נישטא קיין זיקא. פאר מענטשן וואס זענען נישט פרוכטבאר (אלץ עידזש אדער בורט קאנטראל) איז בכלל נישט קיין פראבלעם. אפילו טאמער ווערט מען אנגעשטעקט מיט די וויירוס איז עס נישט ספעציעל שעדליך, העכסטנס שפירט מען זיך נישט גוט פאר א וואך צוויי, אבער נישט מער.
מ'דארף אבער נעמען אין אכט אז די וויירוס קען זיך געפינען אין די ספערם פון א מאן ביז א יאר. טאמער פלאנט מען אראפ צו גיין פון בורט קאנטראל אין א יאר, קען עס זיין שעדליך
זונטאג יאנואר 29, 2017 11:41 pm#361114
טאמער פארט מען יא קיין מיאמי קען מען זיך טעסטן צו זעהן אויב מ'איז געווארן אנגעשטעקט מיט זיקא. אזא טעסט קאסט בערך $750 און אסאך אישורענס קאמפאניס דעקן עס.
פרייטאג פעברואר 10, 2017 3:42 pm#362498
איז דא אן ענין צו עסן וואס מער פירות אויף חמשה עשר?
פרייטאג פעברואר 10, 2017 3:47 pm#362501
לדעתי, דער ענין פון פרוכט גילט אינגאנצן נישט אויף שבת, ופשוט.
פרייטאג פעברואר 10, 2017 3:48 pm#362502
בן אדם האט געשריבן:איז דא אן ענין צו עסן וואס מער פירות אויף חמשה עשר?


ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לדעתי, דער ענין פון פרוכט גילט אינגאנצן נישט אויף שבת, ופשוט.


ס'העלפט גאנץ גוט פאר די מאחרים לצא"ת...
מאנטאג פעברואר 20, 2017 11:16 pm#363405
א רוצח במזיד שחייב מיתה מיינט איינער וועלכער האט געוואלט הרג'ענען, אדער איז גענוג אז ער האט געוואלט געבן דעם קלאפ פון וואס יענער איז געשטארבן? [ס'דארף אודאי זיין מכה שיש בה כדי להמית וכו'].

במושכל ראשון, און דאכציך אז כ"ה אין די סעקולערע געזעץ, איז דער דגוש צי ער האט געוואלט הרג'ענען. לערנענדיג חו"ר [משפטים] האביך אבער געהאט כמה דיוקים כצד ב'.

לדוגמא: רש"י ברענגט א מיעוט אויף א רופא, א רב, און א טאטע שהרגו.

עני אינפאו?
דינסטאג פעברואר 21, 2017 12:12 am#363406
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אז ער האט נישט געוואלט הארגענען איז דאך עס נישט ערגער פון א נתכוון להרוג את זה והרג את חבירו. און אפי' למאן דמחייב, איז עכ"פ געווען א כוונת הריגה. (הגם לויט דעם מ"ד קען מען שוין עכ"פ זאגן אז נתכוין להרוג איז לאו דוקא און די כוונה איז נתכוין להכות).

אבער דו ביסט לכאורה גערעכט אז די משמעות הפסוקים אין משפטים איז לכאורה אנדערש. ווי מ'זעהט פון דעם אדון המכה את עבדו וואס איז נארמאלערהייט נישט מיט א כוונה צו הרג'ענען.

לעומת זה די פסוקים אין פ' מסעי מיין איך צייגן קלאר אז עס מוז זיין 'אינטענט' צו הרג'ענען.

דאס איז פארשטייט זיך אלעס א געססינג געים, די תשובה איז איין גוגל סערטש אוועק.
מיטוואך פעברואר 22, 2017 12:49 pm#363572
ווען ווערט ווינטער לויט פעסט האנטער אויף קול מבשר?
דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 12:54 am#363646
צו GB האלט טאקע אז זייערע סעילס וועט זיך הייבן מיט די בעיבישע עקלהאפטיגע רשעות'דיגע אקט קעגן זייערע אומגעבוירע קאמפעטישן גלויבער'ס.
אדער פשוט גייען זיי זעלבסטמארד תמות נפשי עם פלישתים...
דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 3:45 pm#363674
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וואס איז אזוי עקלהאפטיגע?
דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 5:30 pm#363680
קלוגע יודל האט געשריבן:וואס איז אזוי עקלהאפטיגע?


אפשר ווייל ס׳האט א שאלישאדעס גערוך, ס׳הערשט דארט א געמישטע ריח פון איימיטצוויבל מיט איבערגענעכטיגטע חרוסות וואס מ׳האט געגעסן יוכ״פּ קטן נאך כפרות שלאגן פאר מנחה, ... שרעקליך...
זונטאג פעברואר 26, 2017 7:46 pm#363948
פרוואס קאווע שטיבל באנוצט זיך נישט מיט HTTPS, עס קומט ביי מיר ארויף Not Secure
זונטאג פעברואר 26, 2017 9:19 pm#363964
מומחה האט געשריבן:פרוואס קאווע שטיבל באנוצט זיך נישט מיט HTTPS, עס קומט ביי מיר ארויף Not Secure

די אמת'ע תירוץ קען נאך וויסן די בעל השטיבל. אבער איך בין משער אז ס'געווען צי קאמפליצירט אויפצושטעלן די וועבזייַטל מיט ענקריפּשאַן. ס'וואלט טאקע געדארפט זיין מער פארזיכערט מיט ענקריפּשאַן אבער למעשה איז די ריסק דא נישט אזוי גרויס סייווי.
מאנטאג פעברואר 27, 2017 6:44 pm#364050
קלוגע יודל האט געשריבן:וואס איז אזוי עקלהאפטיגע?

די מעשה איז אזוי, הרב גלויבער די געוועזענע שותף פון הרב ביערמאן GB גרייט זיך אין די טעג צו עפענען א פרישע געשעפט אין וויליאמסבורג, און צו די צוועק האט ער אויפגענומען א מארקעטינג קאמפעני וואס זענען אויפגעקומען מיט אן איידיע פון לייגן א עד יעדע וואך א געוויסע ביזנעס וויפול געשעפטן סדא אין שטאט.

אייזיק איידליס מידיא אדג די מארקעטינג קאמפעני פון GB האט פשוט עקלהאפטיג רשעותדיג פארכאפט די עד פאר זיך.
דינסטאג פעברואר 28, 2017 9:27 am#364127
איש חזון האט געשריבן:ווען ווערט ווינטער לויט פעסט האנטער אויף קול מבשר?

זיי האבען געהערט דיין וויי געשריי! הער קולמע היינט.....!
דינסטאג פעברואר 28, 2017 10:55 am#364132
ATUB @די קעניג פין אמעריקע ATUB
שלום עליכם, זאג? טראמפּ קלאגט דיך נאכנישט אין געריכט פאר דיין ניק, ״דער קעניג פון אמעריקע״, ער האלט דאך אז ער איז דער איינציגסטער בעסטע קעניג וואס האט נאר אמאל געלעבט... ווי רופט אים נאר קטליא ״מלך זקן וכסיל״... :lol:
דינסטאג פעברואר 28, 2017 1:40 pm#364158
עמעזאן האט געשריבן:
קלוגע יודל האט געשריבן:וואס איז אזוי עקלהאפטיגע?

די מעשה איז אזוי, הרב גלויבער די געוועזענע שותף פון הרב ביערמאן GB גרייט זיך אין די טעג צו עפענען א פרישע געשעפט אין וויליאמסבורג, און צו די צוועק האט ער אויפגענומען א מארקעטינג קאמפעני וואס זענען אויפגעקומען מיט אן איידיע פון לייגן א עד יעדע וואך א געוויסע ביזנעס וויפול געשעפטן סדא אין שטאט.

אייזיק איידליס מידיא אדג די מארקעטינג קאמפעני פון GB האט פשוט עקלהאפטיג רשעותדיג פארכאפט די עד פאר זיך.

Is it true?
דינסטאג פעברואר 28, 2017 1:44 pm#364160
וואס געשענט אויב איך פאלג נישט תיכף ומיד די Remove the card QUICKLY פון די מיטער אדער געז פאמפ?
דינסטאג פעברואר 28, 2017 1:53 pm#364162
פרוביר עס אויס


נישט אויף מיין אחריות
דינסטאג פעברואר 28, 2017 2:51 pm#364165
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
עמעזאן האט געשריבן:
קלוגע יודל האט געשריבן:וואס איז אזוי עקלהאפטיגע?

די מעשה איז אזוי, הרב גלויבער די געוועזענע שותף פון הרב ביערמאן GB גרייט זיך אין די טעג צו עפענען א פרישע געשעפט אין וויליאמסבורג, און צו די צוועק האט ער אויפגענומען א מארקעטינג קאמפעני וואס זענען אויפגעקומען מיט אן איידיע פון לייגן א עד יעדע וואך א געוויסע ביזנעס וויפול געשעפטן סדא אין שטאט.

אייזיק איידליס מידיא אדג די מארקעטינג קאמפעני פון GB האט פשוט עקלהאפטיג רשעותדיג פארכאפט די עד פאר זיך.

אינטערסאנט איז אז MediaOTG טוט מארקעטינג פאר לייטערס סוכה און מאכט חוזק פון די נאכגעמאכטע. פאריאר איז געלאפן א באקאנטע סעריע פון there is a sukkah, and then there's a lietters sukkah.
יעצט ווערט מען געוואר אז there is a great ad, and then there's a copycat.

ס'איז אויך באקאנט אז זיי גנב'ענען כמעט אלע זייערע געדאנקען פון איזראעלי מארקעטינג איידיעס.
דאנערשטאג מערץ 09, 2017 12:41 pm#365067
שבת אחים האט געשריבן:@די קעניג פין אמעריקע
שלום עליכם, זאג? טראמפּ קלאגט דיך נאכנישט אין געריכט פאר דיין ניק, ״דער קעניג פון אמעריקע״, ער האלט דאך אז ער איז דער איינציגסטער בעסטע קעניג וואס האט נאר אמאל געלעבט... ווי רופט אים נאר קטליא ״מלך זקן וכסיל״... :lol:


@שבת אחים

טראמפ האט א געוואונהייט נישט אויסצוהערען א גאנצע סענטענס.
סא ווען ער זעהט מיין ניק ליינט ער נאר 'די קעניג'
אין ער זאגט 'סיט דאון איי נוא אלרעדי פראם וויטש קאנטרי. סיט דאון' אין ער הערט נישט ווייטער. ממילא קלאגט ער מיר נישט.
מאנטאג מערץ 13, 2017 11:46 pm#365403
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אויב איך גיי נישט מיט קיין שטריימל יעצט ביינאכט וועל איך קענען טון א נארמאלע שידוך מיט מיין בחור?
מאנטאג מערץ 13, 2017 11:51 pm#365404
קענסט דיך משדך זיין מיט מיר, אפשר נישט, ווייל במשך די טאג בין איך אויך נישט געגאנגען.
דינסטאג מערץ 14, 2017 12:05 am#365407
טמיר האט געשריבן:אויב איך גיי נישט מיט קיין שטריימל יעצט ביינאכט וועל איך קענען טון א נארמאלע שידוך מיט מיין בחור?

ס'זעהט מיר אויס ווי די זוכ'סט איינער וואס איז מקפיד. ווייל ווען נישט פרעגסטו נישט.