פארומס › קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

4,622 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:20 pm#254264
גראדע באטראכט איך דיין בילד און איך מוז דיר זאגן דו זעהסט אויס צו זיין גאנץ א נארמאלרע חסיד.... 😂
דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:32 pm#254267
עס האט מיר געדויערט א צוויי מינוט צו כאפן פון וועלכע בילד דו רעדסט, קומענדיגע מאל שרייב אוועטער בלע"ז.
דאס בילד האב איך ארויפגעלייגט א קנאפע דריי יאר צוריק, חוץ דעם וואס איך בין שוין היינט א סאך ווייסער ווי דעמאלטס, בין איך נאך דעמאלטס געווען א נארמאלער מענטש, ווי מען רופט עס ביינונז אין וויליפעסט.
היינט איז די גלעזער א סאך שווארצער ארום און ארום, אזוי ווי די היינטיגע סטייל, איך גיי נישט מיט קיין רעקל מער א גאנצע טאג, בדוחק ביים דאווענען.
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 4:01 pm#254703
עס וואונדערט מיר צו וויסן וואו אזוי רביס פארגעסן קיינמאל יעלה ויבוא ר"ח, איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געזעהן קיין איין רבי זאל איבער דאווענען ר"ח ווייל ער האט פארגעסן, משא"כ עמך אידן האב איך געזעהן פלענטי, האבן זיי עפעס מעדזשיק?
מוצ"ש פעברואר 21, 2015 11:55 pm#255082
אנאנים, א לענדמארק האט נישט קיין שייכות מיטן בעלות פון די פראפערטי, אויב איך וויל קען איך ארבעטן ארויפצולייגן א לענדמארק סטאטוס אויף א הויז וואס באלאנגט צו דיר, אפילו אויב ביזט נישט מסכים.

אין די פאל פון פינעוו הינדערט בעדפארד, האט עס דאכט זיך באלאנגט פאר uta ביז משה שמואל האט עס אפגעקויפט/באקומען.
מיטוואך פעברואר 25, 2015 10:45 pm#256011
אז איינער קויפט יעדע וואך איין לאטערי פאר א דאלער, לוינט איהם דען נישט פי כמה וכמה צו קויפן איין מאהל א יאהר 52 לאטעריעס אין איין גורל?
דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 10:34 am#256078
ווי איז די מקור איז די מלאך לייגט געלט אונטער די קושן ווען די צאהן פאלט ארויס?
דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 11:44 am#256091
[ציטאט אראפגענומען]

אלעס גנב'נען די גוים פון אונזער מסורה!
דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:32 pm#256099
געפילטע פיש האט געשריבן:אלעס גאנבענען די גוים פון אונזער מסורה!

אפילו דאס גנב'נען מסורות האבן זיי אויך ביי אונז גע'גנב'ט, אזעלעכע גנבים די ידי עשיו.
דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:40 pm#256101
כ'וואונדער זיך צו די "ציין באבא-מעשה" - וואס ווערט לכאורה פראקטיצירט דורך די מעליגע און אויליגע צווישן אונז - איז עטוואס אנדערש ווי די קיכעלעך מיט מילך וואס מ'גרייט צו פאר סאנטא.
דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 5:10 pm#256132
די הערליכע בילדער ווי מען זעהט יענקל ברוך באזוכט אין די הויז פון רבינו הקוה''ט זי''ע, ברענגט אונז ארויף זויערנאכטאמליכע קאשמארן פון די למ''ד יארן.....
דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 5:26 pm#256134
ATUB @קאך_לעפל ATUB , פון דיין זויערנאכטאמליכע געמייכעכטץ וויל קיינער אויסדריקלעך נישט וויסן.
דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 5:57 pm#256138
שפראצט מיר דא און דארט א ווייסע הארע'לע. איך בין עמאציאנאל נישט גרייט אויף דעם. האב איך צוויי שאלות.

1. הלכה- איז דא א היתר ארויסצושלעפן (ווען קיינער זעהט נישט) ווייסע האר?

2. פראקטיש- וועט עס העלפן? וועט עס מאכן אז די האר זאל ערשט ווייס ווערן עטליכע יאר שפעטער?
דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 6:02 pm#256139
עס וועט אפשר העלפן האלטן די בארד שווארץ אבער יונגער וועסטו נישט ווערן.
דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 6:11 pm#256140
די אישוי איז נישט אינגער אדער עלטער. עס איז אלס דא מענטשן וואס ווערן אינגער ווייס ווי די צווייטע. איך גיי צו די דזשים און טרעף דארט מענטשן מיט לאנגע ווייסע בערד און זיי זענען בעצם פיזיקלי אינג און שטארק ווי א בער.
דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 6:22 pm#256141
דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 6:37 pm#256145
יו"ד סי' קפ"ב.
פרייטאג פעברואר 27, 2015 12:19 pm#256230
ווען הילי היל אדער יואלי לעבאוויטש וכו' מאכט חוזק פון סאסייעטי כגון דער געשמאקע 'טאטע' אין שול וואס לייגט די ציצות אין די קינדערס אויערן... וואס טראכטן דע קארני מענטשן ווען זיי הערן די זשאוק..? מ'מאכט דאך חוזק פון אים.
פרייטאג פעברואר 27, 2015 12:21 pm#256232
ער ווייסט אז מען מיינט נישט אים ווייל ער איז טאקע פאני מען מיינט די אנדערע וואס טוהן עס, וואס טוהן עס נישט אזוי געלונגען ווי אים זיי זענען קארני
מוצ"ש פעברואר 28, 2015 9:01 pm#256291
איך זוך א גוטן ספר אויף די חמש מגילות. ספר מיין איך צו זאגן סיי וועלכער באנד וואס האט אונטער איין דאך די בעסטע מפרשים. מפרשים וועלכע פראבירן נישט צו פארדרייען פשט און זענען צו דער זאך.
מוצ"ש פעברואר 28, 2015 9:10 pm#256292
עס איז דא די תורת חיים פון מוה''ק וואס האט תרגום הרס''ג, רש''י, ב' נוסחי ראב''ע, ר' יוסף קרא, רשב''ם, רי''ד, ר''א כ''ץ, רלב''ג, רבני בחיי, ר''י נחמיאש, ר''מ חלאיו,
פארשטייט זיך ביי יעדעם איז עפעס אנדערש 'פשט' אבער דאס איז גאנץ גוט,
(נאר די אויסשטעל איז געפערליך)
מוצ"ש פעברואר 28, 2015 9:14 pm#256293
*מוה"ק ר"ת מוסד הרב קוק.
מוצ"ש פעברואר 28, 2015 9:16 pm#256294
מאי קמ''ל?
זונטאג מערץ 01, 2015 2:31 pm#256426
פארוואס עקזעסטירט נאך ברענד מעדיקעישאן אויב דאס קאסט סאך מער ווי זשינעריק ?
זונטאג מערץ 08, 2015 4:04 am#257374
ווער זענען די היימישע יודן וואס מען זעט ביי די יו ען פארזאמלונג ווי מען דערקלערט מדינת ישראל?
זונטאג מערץ 08, 2015 5:18 am#257377
chusid האט געשריבן:פארוואס עקזעסטירט נאך ברענד מעדיקעישאן אויב דאס קאסט סאך מער ווי זשינעריק ?

פאר די זעלבע סיבה פארוואס א עכטע ראלעקס זייגער קאסט 10 אלפים און א פאלטשע 20 טאלער
אדער א בעסערע משל א פאקעט בוק מיטן ווארט couch צו Ralfh קאסט עס צעהן מאל טייערער ווי אן דעים ווארט אפי עס האט דעים זעלבען קוואליטעיט
זונטאג מערץ 08, 2015 7:31 pm#257514
נישט אז עס איז ווערט די פרייז, אבער דו האסט אמאל געזעהן א פאלשע פאקעטבוק וואס איז די זעלבע קוואליטעט ווי די ברענדנעים?
זונטאג מערץ 08, 2015 8:54 pm#257527
chusid האט געשריבן:ווער זענען די היימישע יודן וואס מען זעט ביי די יו ען פארזאמלונג ווי מען דערקלערט מדינת ישראל?

ברענג א בילד און מ'עמיר פראבירן צו אידענטיפיצירן
מאנטאג מערץ 09, 2015 11:18 am#257592
וואס איז דו חילוק און דו דריי פושקעס וואס מ'גייט דערמיט ארום און שומר שבת שול?
דינסטאג מערץ 10, 2015 9:37 pm#257833
געווען היינט אין א טעקסי זאגט ער מיר אז וועט נישט אריין פארן אין מיין דרייוועי ווייל אויב וועט עפעס געשהן צו איהם דארט ווערט ער נישט געדעקט דורך אינשורענס, איך בין נייגעריג צו וויסן צו עס איז טאקע אזוי
זונטאג מערץ 15, 2015 12:17 pm#258650
איז דא א יודישע סײט װי בלו קאללער ארבײטער/טעקנישענס רעדן דורך זײער פאך (trade)?
מאנטאג מערץ 16, 2015 3:15 pm#258983
petergrifin האט געשריבן:איז דא א יודישע סײט װי בלו קאללער ארבײטער/טעקנישענס רעדן דורך זײער פאך (trade)?

איז דא א סייט וואו קאטוילישע פלאמבערט רעדן זיך דורך זייער פאך? האו אבאוט איסלאמישע שוסטערס?
מאנטאג מערץ 16, 2015 4:00 pm#258994
ער פרעגט ווייל פאר אידישע לויערס איז דא כנראה לי, און בכלל אידן זענען נענטער צווישן זיך ווי גוים, און ער איז נייגעריג וועגן אידן און נישט גוים, וואס גייט דיר אן? ער דארף זיך זארגן פאר די גוים אויך, וואס באדערט דיר זיין שאלה?
מאנטאג מערץ 16, 2015 8:28 pm#259055
פארוואס צוואנציג, פערציג, פיפציג וכו' איז מיט א צ און דרייסיג איז מיט א ס
מאנטאג מערץ 16, 2015 9:03 pm#259061
געפילטע פיש
petergrifin
איז דא א יודישע סײט װי בלו קאללער ארבײטער/טעקנישענס רעדן דורך זײער פאך (trade)?

איז דא א סייט וואו קאטוילישע פלאמבערט רעדן זיך דורך זייער פאך? האו אבאוט איסלאמישע שוסטערס?


@געפילטע פיש
איך האב געמײנט אזוי װי אין אײװעלט לינק װי מען רעדט זיך אדורך בעיקר פראגרעמינג און קאמפיוטערס.

און יא אז דו פרעגסט זײער סארקאסטיש איז טאקע דא סײטס נאר לאװ דווקה קאטוילישע פלאמבערס.
למשל׃
electriciantalk.com
דינסטאג מערץ 17, 2015 2:14 am#259158
אז דו רעדסט פון אידישע שפראך איז עפעס אנדערש, כ'האב געמיינט דו זוכסט א סייט וואו מ'רעדט זיך דורך מיט אידישע בלו קאלער ארבייטער אויף ענגליש.

דאס וואס דו האסט פארשטאנען אלס סארקאזם איז פשוט געווען צו פרעגן פארוואס ווען ס'קומט צו וועלטליכע זאכן מוזן מיר אלעמאל טראכטן אין us vs. them טערמינאלאגיע, כ'פארשטיי אז ווען ס'קומט צו באקן מצות ווילסטו האבן נאר אידן אין דיין חבורה, ניחא, אבער דורכרעדן וואו ס'דא קוואליטי סופלייערס פאר ביליג, וואו קומט דא אריין רעליגיע? אוודאי זענען דא סייטס וואס זענען געאייגענט פאר יעדע מין פאך און האבי, טאקע אזוי ווי די לינק וואס דו האסט געלייגט, נאר איך גלייב נישט אז קאטאליקן זענען מקפיד צו שמועסן מיט אנדערע עלעוועיטער טעקנישענס וואס זענען דוקא פון זייער רעליגיע, דאס איז א חרדישע מחלה וואו יעדער דרויסענדער איז א שלעכטע גוי, ועל דא קא בכינא. דעטס אלל.
דינסטאג מערץ 17, 2015 11:29 am#259210
שמעון וואלף
פארוואס צוואנציג, פערציג, פיפציג וכו' איז מיט א צ און דרייסיג איז מיט א ס

יארמע רב ענטפערט שוין אויף דעם
שטעל זיך פאר אז איינער וואלט געזאגט דרייציג, קיינער וואלט נישט פארשטאנען וואס ער רעדט
די זעלבע זאל שטעל זיך פאר אז איינער זאל זאגן צוואנסיג אדער פערסיג, מענטשן וואלטן געמיינט אז ער איז א ספרדישע וואס האט זיך יעצט אויסגעלערנט אידיש.
כן הוא בדרך אפשר.
דינסטאג מערץ 17, 2015 1:54 pm#259253
האב איך געשריבן "א יודישע סייט" איך ווייס נישט ווי אזוי איך וואלט געדארפט עס צו שרייבן.
עניוועיס נעקסט קעיס.
דינסטאג מערץ 17, 2015 5:27 pm#259320
פארוואס מיט מיין K9 פילטער זענען דע געוויסע בילדער וואס מען לייגט דא ארויף און איך קען עס נישט זעהן
רוב בילדער קען איך זעהן אבער א מיעוט קומט ארויף א פיצי באקס מיט א X אינדערמיט
דינסטאג מערץ 17, 2015 7:22 pm#259344
Embedded pictures from sites that are blocked by k9.
דינסטאג מערץ 17, 2015 7:43 pm#259352
געפילטע פיש
אז דו רעדסט פון אידישע שפראך איז עפעס אנדערש, כ'האב געמיינט דו זוכסט א סייט וואו מ'רעדט זיך דורך מיט אידישע בלו קאלער ארבייטער אויף ענגליש.

דאס וואס דו האסט פארשטאנען אלס סארקאזם איז פשוט געווען צו פרעגן פארוואס ווען ס'קומט צו וועלטליכע זאכן מוזן מיר אלעמאל טראכטן אין us vs. them טערמינאלאגיע, כ'פארשטיי אז ווען ס'קומט צו באקן מצות ווילסטו האבן נאר אידן אין דיין חבורה, ניחא, אבער דורכרעדן וואו ס'דא קוואליטי סופלייערס פאר ביליג, וואו קומט דא אריין רעליגיע? אוודאי זענען דא סייטס וואס זענען געאייגענט פאר יעדע מין פאך און האבי, טאקע אזוי ווי די לינק וואס דו האסט געלייגט, נאר איך גלייב נישט אז קאטאליקן זענען מקפיד צו שמועסן מיט אנדערע עלעוועיטער טעקנישענס וואס זענען דוקא פון זייער רעליגיע, דאס איז א חרדישע מחלה וואו יעדער דרויסענדער איז א שלעכטע גוי, ועל דא קא בכינא. דעטס אלל.

געפילטע פיש: איך וויל טון תשובת המשקל. איך גיי אויפמאכן א וועבסייט וואו א יעדער איז וועלקאם אדורכצושמועסן אלע סאשעל געשעענישן. איך הייב אן. איך וועל פארציילן פאר מיין אייריש-קאטוילישן שכן אז נעכטן איז געווען א הערליכע הכנסת ספר תורה, וואו הונדערטער קינדער האבן זיך באטייליגט און אריינגעשריבן אן אות. אויך וועל איך איהם פארציילן אז דער סקולענער רבי זאל זיין געזונט, האט זיך צוגעשטעלט צו די גרויסע אינטערנעט אסיפה אין מעטס סטעדיום. איך וויל הערן וואס ער האט צו זאגן אויף דעם. און ער וועט מיר פארציילן אז מעקדאנעלד'ס האט יעצט א סעיל אויף טשיזבורגער'ס און מילק שעיקס. נאכדעם וועל איך איהם ווייטער זאגן אז קרויס שטריימלעך האבן יעצט א נארישן אדווערטייזינג קאמפיין. און אויך א פארמעסט מיט מיללער שטריימלעך ווער ס'קען שרייבן מער נארישע עדס...! אויך וועל איהם איבערזאגן די שלוש סעודות תורה פון לעצטע וואך וואס דער רחמיסטריווקא רבי האט געזאגט...וכן הלאה. און אזוי ווייטער. און ער וועט מיר פארציילן איבער דעם נייעם געי פוטבאלל שפילער... 😂 🙄
דינסטאג מערץ 17, 2015 8:44 pm#259368
בערל, איך האב נישט קיין טענות אז קאווע שטיבל, אדער אפילו אייוועלט איז געאייגענט נאר פאר אידיש רעדענדע אידן, פארשטייט זיך, ס'איז א פארום געמאכט פאר א געוויסע סאסייעטי צו רעדן וועגן די סאסייעטי און די זאכן וואס אנבאלאנגען צו דעם ספעציפישן סאסייעטי. טענות האב איך נאר געהאט אויף א פארום אדער סייט וואס איז געמאכט פאר א געוויסע נושא, ווי למשל בילדינג, פלאמינג, עלעקטריק, וואס האט מיר רעליגיע אדער סאסייעטי קיין שייכות. ובזה יצאתי ידי חובת הסברה שבתוך הסברה, ותפילתי לקל כביר שדברים פשוטים כאלו יכנסו ללב שומעם.
דינסטאג מערץ 17, 2015 8:53 pm#259373
געפילטע: איך האב אויך אזוי פארשטאנען פון דיינע ווערטער. נאר לשם תפארת הדרוש האביך ארויסגעברענגט אן אבסורדאלן פוינט... 😂

ס'איז טאקע דא (איינס פון מערערע) וועבסייט וואס הייסט "די.איי.וואיי". ר"ת "דו איט יורסעלף" וואו מ'דיסקוסט אלע ערליי פראבלעמען פון אלע זאכן וואס האבן צו טון מיט קאנסטראקשן. איך האב דארט געהאט זייער אן אינטרעסאנטן ניק. מענייני דיומא. דאס איז געווען א גוי'אישע וועבסייט למהדרין. און ווען זיי האבן גערעדט פון קראצמעך לייטס, האביך מיטגעשפיעלט און געזאגט די ריכטיגע ווערטער כאילו איך בין אן ערליכער גוי. איך האב אפילו געוואונען א קיטשען פאוסעט....נאר ווען ס'איז ארויפגעקומען קאווע שטיבל האביך זיי געזאגט ברוך שפטרני און געקומען דא אהער...!
מיטוואך מערץ 18, 2015 12:11 am#259450
וואס איז די סקעדזשועל פון א סעקאולארע יוד אדער א גוי בייטאג? ביי אונז גייט דאך אוועק שעות פאר רעליגיעזע זאכן וכו.. למשל וואס טוט ער פום ווען ער שטייט אויף 6סע צייט ביז 9 ווען ער גייט אין די ארבעט? אין בין אויכט נייגעריג וואס טוען זיי נאך די ארבעט ביז שפעט ביינאכט...
מיטוואך מערץ 18, 2015 12:35 am#259464
קודם כל (@געפילטע פיש) מײנע נישט אידישע קא–װארקערס הײבן אן 7:30-8:00. טײל דארפן פארן כמעט א שעה
אדער מער איעדע טאג צי דער ארבײט און נאך א שעה אדער מער אהײם. האסטו שוין ארויס אז זײ האבן נישט צופיל
צײט צו לײדיג גײן. און אפילו די װאס װאוינען נענטער שטײען אויף 5:30 בערך און אויב האבן זײ משפחה נעמען זײ אביסל
קער און אז נישט נעמט מען א קאװע מיט א ציגעראט ענד דעי טעיק איט איזי!! אזוי אז װען מען זעצט זיך ארײן אין די
װען זוכט מען נישט א ביסכיסע פאר א האלבע שעה... נאר זײ זענען גרײט.
מיטוואך מערץ 18, 2015 12:41 am#259469
chusid
וואס איז די סקעדזשועל פון א סעקאולארע יוד אדער א גוי בייטאג? ביי אונז גייט דאך אוועק שעות פאר רעליגיעזע זאכן וכו.. למשל וואס טוט ער פום ווען ער שטייט אויף 6סע צייט ביז 9 ווען ער גייט אין די ארבעט? אין בין אויכט נייגעריג וואס טוען זיי נאך די ארבעט ביז שפעט ביינאכט...


וואס הייסט? אינדערפרי אנשטאט מקוה איז ער גלייך מזנה מיט א צוויי דריי זונות, שטאט שחרית ביקט ער זיך צו די אילי מואב און צום יאחזמו רעד, במקום מנחה איז ער זיך פורע פארן בעל פעור, און פאר מעריב איז ער מעביר בנו למולך, דערנאך גייט ער אנפרעגן ביים אוב וידעוני צו ער זאל פארן כ"א אדר צום כומש אדער עשתרות, דערנאך רצח'ט ער א צוויי דריי יונקי שדים שלא חטאו און ענדיגט דעם טאג מיט דריי העיל מעריס און צלמ'ט זיך צו א מגן דוד ר"ל.
מיטוואך מערץ 18, 2015 12:52 am#259474
גענוג! שרײט די הײליגע רעבע גענוג! אוי אוי אוי. אזאנע עבירות איך האלט עס נישט אויס. הער זיך גוט צו.
דו װעסט מיזען פאסטען בה׳ב און גײן גלות לײדן. װעסט שוין זעהן א סימן װען דו קענסט זיך אומקערן צוריק
אהײם.
מיטוואך מערץ 18, 2015 10:58 am#259522
האולי געפילטע!
א MRI אויף דיין סארקאזם האט געפיפן און געוויזן גאר הויכע מסוכנ'דיגע ציפערן וואס לאו כל מוחא סביל דא,
די דאקטוירים טוען רעקאמענדירן א דאזע פילן כדי דיין סארקאזם לעוול זאל אראפגיין מיט אפאר הונדערט שטאפלען ווייל עס איז מסוכן ברוחניות ובגשמיות.

סיריעסלי, דו פאלסט קוים אריין דא איינמאל אין 2 חדשים, און אין די ערשטע תגובה שפריצסטו ארויס די איינגעזאמעלטע סארקאזם וואס ליגט שוין ביי דיר אין בויך די 2 חדשים.
ואיככה אוכל וראיתי.
מיטוואך מערץ 18, 2015 11:07 am#259525
הנח לו לגעפילטע. א האר האט געפעלט כ'זאל שטארבן פאר געלעכטער! 😂 😂 😂
מיטוואך מערץ 18, 2015 11:24 am#259530
נו אטע דאס וויל איך פרעווענטן, שטעל דיר פאר די האר וואלט געפעלט!!!