פארומס › קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

4,622 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג אפריל 16, 2015 10:14 pm#266877
https://www.google.com/search?tbs=simg: ... 20&bih=979
דאנערשטאג אפריל 16, 2015 10:19 pm#266878
יואב
פארוואס פארציילט מען ביי ניחום אבלים ווי גוט דער נפטר איז געווען. איז דאס א נחמה? דאס ברענגט דאך פונקט פארקערטע רעזולטאטן. פונקט אזא צדיק האט געברויכט באזיגט ווערן דורך די אראלים. וואלט מען געזאגט וואספארא שווארץ יאר דער איז געווען, און מ'וואלט זיך געטרייסט אין רגעים. זעט אויס ס'איז טאקע אן עולם השקר.

הודעה פונעם יאר הונדערט!
דאנערשטאג אפריל 16, 2015 10:37 pm#266889
אויב הער @אנאנים פון דאהי איז דער זעלביגער "אנאנים" פון פורום אוצה"ח.
דאנערשטאג אפריל 16, 2015 11:20 pm#266898
ונבנתה העיר
https://www.google.com/search?tbs=simg:CAESrAEaqQELELCMpwgaYApeCAMSKPgRww-ED6gRshykFZYZ2Qq9FugRtzq5OrY6vjr_1Lbw6vTq0Or86tToaMDmthUiwEk2kEyQBXnW3XM_1DiEkbjywz3OsMi7JKoZ_1k_1mp58Uoc3l8OM9EVX6kXawwLEI6u_1ggaCgoICAESBO2pVRsMCxCd7cEJGiQKCAoGcGVyc29uCgoKCHBhaW50aW5nCgwKCnByb2Zlc3Npb24M&q=shofar+blowing&tbm=isch&sa=X&ei=c2wwVer8D8P2yQSFw4DIBQ&ved=0CDIQsw4&biw=1920&bih=979

ישר כח אבער כהאב נישט געמיינט דוקא שופר בלאזן , כמיין בילדער געמעליכצער פון די אלטע שטעטל וואס זעט אויס גוט איז דא ערגעץ וואו א קלעקשן אדער א וועג צו סורטשן אין אנטרעפן אויף אזעלכע סארט? כהאב געזען לעצטנס אזא סארט זייטל פון הכרקוף http://www.hechtkopf-art.com/gallery.aspx?CategoryID=8אבער סאיז גאנץ ווייניג כוויל נאך אביסל.
📎 images (7).jpg
פרייטאג אפריל 17, 2015 12:18 am#266921
וויזוי איז אברהם פריעדמאן די רידאקטאר פון דיצייטונג א נעפיו פונעם ברך משה?
פרייטאג אפריל 17, 2015 10:34 am#267013
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
@אנאנים
את והב בסופה מיז נישט זיין, נאר עס וואלט ווען געקענט זיין גלייך פון אנהויב.
קוק איבער שטייטעלעך מיין ארגינאלע תגובה און זאג מיר מיט וואס פונקטליך די ביסט זיך מחולק.
וואס דרייסטו אזא אריכות יעצט אויף שפינוזה מיט זיין רבי, בסך הכל האב איך געקוואוט א שטיקל וויקיפידיע, איז עס יא אמת צו נישט?
זונטאג אפריל 19, 2015 12:20 am#267249
[ציטאט אראפגענומען]

יא יא. זיין שוויגער איז לעצטענס אוועק, געווען רעבעצין האלבערשטאם פון לאס אנזשעלעס
זונטאג אפריל 19, 2015 12:56 am#267255
[ציטאט אראפגענומען]

ענבי הגפן בענבי הגפן...!
זונטאג אפריל 19, 2015 6:10 pm#267480
מצד שני זאגט מען אז די אורגינאלע ירושליימדיגער אידן זענען געגאנגן נאר אונטערוועש און נישט הויזן (ביי זיי איז הויזן געווען א מאדערנע זאך) ,מצד שלישי האט מיר מיין ווייב אמאל נאכגעזאגט בשם א טיטשער אז די אלע הלכות פון כתמים וכו' אויף איר בעט איז כמעט נישט נוגע היינט ווייל אמאל איז מען נישט געגאנגן מיט אינטערוועש (און אוודאי נישט ביים שלאפן) האט זיך געקענט מאכן אזאנס אבער היינט ווי יעדע פרוי טראגט לבנים פלאס א אויבערקלייד איז א דבר רחוק מאוד עס זאל סטעינען די בעט.

אודה למי וואס קען מיר קלארשטעלן די זאך.
מאנטאג אפריל 20, 2015 12:47 am#267668
משנים קדמוניות איז מען געגאנגען אנגעטוהן נאר מיט א חלוק, דאס מיינט אוי ווי א לאנגע ראוב סיי מענער און סיי פרויען, נאר נאך דעם האט זיך אנגעהויבן דאס גיין מיט נאך לבושים און דעמאלטס פלעגט מען גיין נאר מיט איין הויזן, נישט אונטער, אויבער, נאר פשוט א הויזן, און עס איז נישט געווען צמוד לגוף, יארן שפעטער האט מען אנגעהויבן גיין מיט צוויי הויזענ'ס גיי פארשטיי פארוואס, מסתם עס זאל זיין א חילוק בין די ברכים אשר כרעו לבעל און די אשר לא כרעו, און די אלטע ירושלימער זענען געבליבן מיט די אלטע לבוש, ולכן האט אמאל געקענט זיין כתמים שאלות אויף די לבושים וואס איז כהיום כמעט נישט שייך ווייל מען גיין א אונטער הויזן צמוד לגוף.
מאנטאג אפריל 20, 2015 1:33 pm#267781
איך זעה נישט קיינעם כאפן גרעי"פ דזשו"ס סך הכל א זוהן רעדן פון זיין טאטע איך גלייב אז לאחר מאה ועשרים פון דיין פאטער וועסטו אויך רעדן אמאל פון אים און פינף פון דיינע ברידערס/שוואגערס/קינדער וועלן דיר אויסהערן
דינסטאג אפריל 21, 2015 11:48 am#268150
וויאזוי קען איך טשעקן צו מיין הויז איז רענט קאנטראלד?
דינסטאג אפריל 21, 2015 11:58 am#268155
http://nycrgb.org/downloads/resources/s ... nBldgs.pdf
דינסטאג אפריל 21, 2015 1:44 pm#268178
[ציטאט אראפגענומען]

אדמו"ר מבאלחוב טרעט אויף.
אויף וועמען טרעט ער?
דינסטאג אפריל 21, 2015 4:00 pm#268237
דער עולם דארט פראבירט אויך אויסצוגעפונען.
פרייטאג אפריל 24, 2015 3:09 am#269296
שוין א לענגערע צייט וואס איך זוך צו קויפן רעגולער וועדשטעבל קנישעס – ואיננו. איך ווייס אז קאמערשעל קיטשנס קויפן דערפון אייער-באקסעס; א קליין באקסל אבער אין גראסערי איז נישטא צו געפינען. אלץ וואס איז דא איז פאטעטא קנישעס און עפל טורנאויווערס. איך האב שוין געזוכט אין מערערע געשעפטן, גרויסע ווי קליינע צוגלייך. אויב עמעץ דא איז באהאוואנט מיטן קניש-ביזנעס אדער ליגט סתם אזוי אין דער אכילה ליניע ווערט געבעטן זיך מעלדן. תזכה למיץ
פרייטאג אפריל 24, 2015 8:04 am#269308
אוי דו נער.... מעק שנעל דיין תגובה, שיק אריין א טשעק פאר התאחדות און הייב אן צו פארקויפן די אייטעם!
פרייטאג אפריל 24, 2015 8:12 am#269310
די ברידער פין ר' יעשעיעלע
אפשר ווייסט איינער ווי די ברידער פין ר' שייעלע קרעסטיכער ליגט ? someplace head in New York or New Jersey or Queens
פרייטאג אפריל 24, 2015 8:13 am#269311
ברוך שאמר
אפשר ווייסט איינער ווי די ברידער פין ר' שייעלע קרעסטיכער ליגט ? someplace here in New York or New Jersey or Queens
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:22 pm#271235
איך האב געדרוקט דעם קנעפל "צייכן אהן אשכולות ווי געליינט און למעשה גייט עס מיר אויף די נערוון, איז דא א וועג פון איהר צוריקברענגען צום אמאל? (אהן אריינסיינען מיט מיין אנדערע ניק...)
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 3:03 pm#271313
איך זוך די פאנט וואס זעט אויס ווי געשריבן פון א טייפרייטער. ווייסט איינער ווי אזוי דאס רופט זיך?
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 3:05 pm#271315
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
עני מאנאספעיס פאנט
https://typekit.com/fonts?classification=monospaced
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 3:07 pm#271316
איך האב עס אויך אמאל געדארפט ניצן, ס'דא צענדליגע סארטן, נישט אלעס איז די זעלבע. כ'האב געגוגלד typewriter fonts ס'איז אסאך לינקס פאר דעם. דא איז איינס http://www.dafont.com/theme.php?cat=113. קענסט דאנלאדען בחינם.
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 3:10 pm#271317
פאר אידיש?
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 3:56 pm#271349
אה אידיש, כ'וועל קוקן שפעטער אין גראפיק פאלדער.
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:29 pm#271450
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
יואב
שוין א לענגערע צייט וואס איך זוך צו קויפן רעגולער וועדשטעבל קנישעס – ואיננו. איך ווייס אז קאמערשעל קיטשנס קויפן דערפון אייער-באקסעס; א קליין באקסל אבער אין גראסערי איז נישטא צו געפינען. אלץ וואס איז דא איז פאטעטא קנישעס און עפל טורנאויווערס. איך האב שוין געזוכט אין מערערע געשעפטן, גרויסע ווי קליינע צוגלייך. אויב עמעץ דא איז באהאוואנט מיטן קניש-ביזנעס אדער ליגט סתם אזוי אין דער אכילה ליניע ווערט געבעטן זיך מעלדן. תזכה למיץ

פראביר זיי
https://www.google.com/search?q=the+che ... ate=kp:xpd
פרייטאג מאי 1, 2015 12:23 am#271572
רויטע וואנצעס
אה אידיש, כ'וועל קוקן שפעטער אין גראפיק פאלדער.

כ'האב גארנישט געטראפן אין פאלדער. אנליין זעה איך אבער עפעס וואס איז גאנץ נאנט צו געוויסע טייפרייטערס:
http://www.ffonts.net/Pecan_-Sonc_-Hebrew.font
אדער דאס:
http://www.ffonts.net/Hebrew-Regular.font

@ברסלבער
זונטאג מאי 3, 2015 10:40 pm#272229
פון ווי קומען די מרכז הרב סטיל מענטשן פון דערהיים? קומען זיי פון די אייראפעישע שטעטלעך?
זונטאג מאי 3, 2015 11:36 pm#272247
פון ווי דען? תימן אדער מאראקא?
מיטוואך מאי 6, 2015 2:14 pm#272938

מיטוואך מאי 6, 2015 3:26 pm#272947
chusid
למעשה זעט מען אבער נאר ארטדאקסישע אידן ... לעבן מיט די מהלך המחשבה אבער אנדערע מאכן יא א עיקר פון דע וועלט.

אשפ"ג 😂
מיטוואך מאי 6, 2015 4:28 pm#272978
הוגה
chusid
למעשה זעט מען אבער נאר ארטדאקסישע אידן ... לעבן מיט די מהלך המחשבה אבער אנדערע מאכן יא א עיקר פון דע וועלט.

אשפ"ג 😂

סאבקאנשעס איז דאס די מיינדסעט ביי אונז
מיטוואך מאי 6, 2015 4:33 pm#272980
דאס איז אבער די joke. די דיסקאנעקט פון רעטאריק צו רעאליטעט.
מיטוואך מאי 6, 2015 4:34 pm#272981
chusid
די בליק אז דע וועלט איז נאר א פרוזדור דארף לכאורה זיין קלאר פאר יעדע גלויביגער ווייל דע וועלט מאכט נישט קיין סענס און האט נישט קיין עכטע ווערד ( ימי שנותינו בהם שבעים שנה ואם בגבורות שמנה שנה.. ) נאר גאט שוקט אונז דא פאר א מישאן-גאול און די עכטע וועלט איז עולם הבא. למעשה זעט מען אבער נאר ארטדאקסישע אידן און אפשר אראבער לעבן מיט די מהלך המחשבה אבער אנדערע מאכן יא א עיקר פון דע וועלט. וואסי פשט?

נאר א מתנגד קען אזוי רעדן אויף די וועלט, חז"ל האבן געזאגט "יפה" שעה אחת בתשובה ומעשים טוובים יותר מכל חיי העולם הבא
מיטוואך מאי 6, 2015 11:01 pm#273087
ביי אונז האט מען געזאגט אז ווען זיי וואקסן אויף זאגט מען 'א שאד אז מען האט זיי טאקע נישט אויפגעגעסן'...
מיטוואך מאי 6, 2015 11:15 pm#273091
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
יינגעלע.
1. מ'זאגט א ווערטעל אז ס'איז לכבודו פונ'ם רמ''א וואס איז היינט איז אויך זיין יארצייט, וכן שמעתי מהגה''צ אב''ד וואודרידזש שליט''א.
2. די פקחות איז טאקע נאר וועגען זיין עלטער. אז א צען יעריג קינד רעדט שוין ווי א אכצען יעריגע צולייגער איז דאס פקחות. ווען ער טוט אזוי ביי די דרייסיג איז דאס קינדעריש.
3. נו, וואס האסטו געמיינט? דו ליינסט נישט דער איד יעדער וואך וויפיל נשים צדקניות האבען זיך צוזאמען געקומען און מנדב געווען גיגאנטישע סכומים פאר'ן צוועק? אזוי דארף מען שרייבען און פארטיג
מיטוואך מאי 6, 2015 11:37 pm#273100
וואסי פשט אז ל"ג בעומר האבן א גרויסער פראצענט חרדים רעשעס?
(כ'האב קיינעם נישט בודק געווען בין רגלים, פשוט באזירט אויף דער סטיל געוואקעכץ מיט די פיס ווי א קליין בריקל.)
דאנערשטאג מאי 7, 2015 12:00 pm#273202
chusid
די בליק אז דע וועלט איז נאר א פרוזדור דארף לכאורה זיין קלאר פאר יעדע גלויביגער ווייל דע וועלט מאכט נישט קיין סענס און האט נישט קיין עכטע ווערד ( ימי שנותינו בהם שבעים שנה ואם בגבורות שמנה שנה.. ) נאר גאט שוקט אונז דא פאר א מישאן-גאול און די עכטע וועלט איז עולם הבא. למעשה זעט מען אבער נאר ארטדאקסישע אידן און אפשר אראבער לעבן מיט די מהלך המחשבה אבער אנדערע מאכן יא א עיקר פון דע וועלט. וואסי פשט?

איך זע נישט מיט וואס די ארטאדאקסישער אידן האבן א טיפערע משמעות אין די מהלך החיים. אפשר קענסטו זיין אביסל מער ספעסיפיק וואס ביי דיר מיינט ארטאדאקסיש. אויב מיינסטו חסידים, איז דער ענטפער אז חסידים האבן בכלל נישט קיין בעסערע בליק אין לעבן. נישט ווייל זיי גייען מיט שווארצע חאלאטן און ברייטע ברימען געבט דאס זייער מחשבה אן אויבערהאנט איבערן חומר. איך קען אסאך חסידים וואס זענען אינעם פילן חסידישע טראגע און זענען נאקעט פון יעדן מין באגריף צו פרוזדור. און צו דיין קשיא בעצם, טאקע דאס איז די נסיון החיים אז מען זאל נישט פארגאפט ווערן אויף די וויסטע וועלט, און עס באלאנגט נישט דוקא צו א קאטעגאריע מענטשן.

די אראבערס מאן דכר שמם? א פארשאלטענע אכזריות'דיגע פאלק וואס פראבירט נאכצומאכן אידישע געזעצן. פון זיי רעדסטו?
דאנערשטאג מאי 7, 2015 3:41 pm#273266
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
געוואגטער יינגעל, נא דיר די נומערען וויפיל מענטשען זענען געווען אין מירון היי יאר. http://www.timesofisrael.com/92-injured ... unt-meron/
זונטאג מאי 10, 2015 12:12 am#273611
איינער זאגט מיר אז די וויזניץ מאנסי רבי לאזט נישט פרויען שטיפן קעריזשעס אויף די גאס. קען דאס איינער באשטעטיגן?
זונטאג מאי 10, 2015 12:27 am#273616
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
שמעון וואלף
איינער זאגט מיר אז די וויזניץ מאנסי רבי לאזט נישט פרויען שטיפן קעריזשעס אויף די גאס. קען דאס איינער באשטעטיגן?

נאר זיין משפחה נישט די חסידים
און דאכט זיך אז דישונסקיא פירט זיך אויך אזוי
זונטאג מאי 10, 2015 12:33 am#273618
וואסי פשט?
זונטאג מאי 10, 2015 12:44 am#273624
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
מען שלעפט די קינדער מיט די הענט
מן הסתם איז דאס עפעס א חשש תולש אדער חורש
זונטאג מאי 10, 2015 12:46 am#273628
און די חשש איז נאר שייך ביים רבי'נס משפחה ביי די חסידים נישט?
זונטאג מאי 10, 2015 1:03 am#273634
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
מער פון דעם ווייס איך נישט
זונטאג מאי 10, 2015 1:12 am#273639
chaims
מער פון דעם ווייס איך נישט

דאס איז שוין א סקווירא מנהג 😂
זונטאג מאי 10, 2015 2:17 am#273651
עס וואונדערט מיר.

די סאטמארע האבן א שיטה וואס די מדינה איז אפגעפרעגט און נישט אויסגעהאלטן מחמת פארשידענע טעמים.

למעשה איז דא א מדינה, פינטל! זיי פיגורירן און גייען אהן.

יעצט, ביי די שרעקליכע ערדציטערניש אין נעפאל האט פאר סאם ריעזן די מדינת ישראל גאווערמענט שטארק גענימען א מיסיע (ווי באקאנט) מיטן ארויסהעלפן די ארטיגע געפלאגטע לאנד אריינגיסנדיג דארט מיליאנען אין אלע סארטן הילף ממש אויף א פארנעם וועלכע ווערט איבעראל אויסגעלויבט.

איז מיין פראגע לויט די סאטמארע שיטה אזוי.

איז עס א קידוש השם די גאנצע הילף אפעראציע דארט צוליב וואס די נעפאלעזער/קאטמאנדוי שוטים האבן נישט קיין השגה פון מבחין זיין צווישן פרומע אידן ביז פרייע אידן און אלעס איז ביי זיי אינטער א סטיגמע פון בלויז
"אידן" (און ווען זיי באקימען הילף פון די איזראעליס וואס געבן זיך אהן אלץ אידן נעמען זיי עס אויף מיט רעספעקט און זיי לויבן השם יתברך) אדער איז די מצוה פון קידוש שם שמים נישט גילטיג ביי דעם פאל?
זונטאג מאי 10, 2015 9:31 pm#273892
די מדינה איז זיכער אסור. אויב האבן זיי געמאכט א קידש השם, האבן די יעניגע זיכער א מצוה, דאס טיט אבער בכלל נישט פארקלענערן דעם חילול השם וואס זיי מאכן אויף אנדערע פלעצער
זונטאג מאי 10, 2015 11:34 pm#273931
נייעסטיקער
די מדינה איז זיכער אסור. אויב האבן זיי געמאכט א קידש השם, האבן די יעניגע זיכער א מצוה, דאס טיט אבער בכלל נישט פארקלענערן דעם חילול השם וואס זיי מאכן אויף אנדערע פלעצער

אפשר טוט דאס יא באלאנסירן די א.ג. חילול ה׳? אם אתה מאמין שאפשר לקלקל ודע שאפשר לתקן. עס איז נישטא קיין גרעסערע תשובת המשקל אויף חילול ה׳ ווי קידוש ה׳.
מאנטאג מאי 11, 2015 8:02 am#273970
קידוש ה' הייסט ווען מ'ווייזט אויף דער גליק און דער חשיבות פון דינען דער אויבעשטער. ווען א מענטש לערנט תורה און היט מצוות און ער פיהרט זיך אויף אין א וועג אז ס'איז קענטיג אז זיין תורה האט געווירקט אויף איהם און ער איז אן אויסגע'ארבעטער מענטש, זעט יעדער מענטש אז היטען תורה איז א געוואלדיגע זאך, און דער אויבעשטער'ס נאמען איז באליבט ביי מענטשען. ווידער ווען א מענטש זעט אז אידען וואס היטען דער אויבעשטער'ס תורה ווערען נישט אויסגע'ארבעט, מיינט ער אז היטען תורה איז נישט גליקליך און ער קוקט אן דער אויבעשטער מיט א שלעכט אויג.
ווען א איד היט נישט קיין תורה און מצוות, ער איז א מומר אדער אפילו א תינוק שנשבה בין העכו"ם, מ"מ זיין מעשים קומען פון א פרעמדען מקור א פרעמדען מוסר ספר. ט'וואס איז דער קידוש ה' אז ער טוט עפעס וואויל? דאס האט נישט מיט'ן כלומר'שט 'איסור' פון ציונות. דאס אז זייערע מעשים קומט נישט פון קיין תומ"צ לאזט נישט אזעלכע אקטען אנגערופען ווערען 'קידוש ה''. א פיינער זאך אפשר, אבער מיט קידוש ה' האט עס נישט.
כנלפע"ד