פארומס › קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

4,622 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג יולי 16, 2015 12:21 am#289619
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
פארוואס די רעכטע געטרויסטו נישט אז זיי וועלן דיר געבן אן ארנטליכע ענטפער ווידער די לינקע געטרויסטו יא ?! סאיז נישט אזוי ארנטליך [emoji57]
דאנערשטאג יולי 16, 2015 12:27 am#289620
chusid
מיין פראגע איז געשטעלט צו די חברים דא וואס זענען ליבעראל גענויגט (ווייל וואס רעכטע האלטן ווייס איך), זענען די רעכטע פשוט נארישער ווי לינקע? (די פראגע איז באופן כללי און פארשטייט זיך אז עס איז דא חכמים און שוטים ביי ביידע)

דו מיינסט 'צי די ליבעראלן האלטן אזוי'.
דאנערשטאג יולי 16, 2015 1:24 am#289630
chusid
מיין פראגע איז געשטעלט צו די חברים דא וואס זענען ליבעראל גענויגט (ווייל וואס רעכטע האלטן ווייס איך), זענען די רעכטע פשוט נארישער ווי לינקע? (די פראגע איז באופן כללי און פארשטייט זיך אז עס איז דא חכמים און שוטים ביי ביידע)


די רעכטע זענען די פרומע, און באופן כללי זענען די פרומע אסאך נערישער און ווייניגער educated, יעצט צו דיין קשיא צו די פרומע זענען נערישער ווי די לינקע וועל איך איבערלאזן פאר דיר אליינס דיסיידן, נעם אריין אין באטראכט אז רוב רעפבוקליקאנער גלייבן זאכן אן קיין שום עווידענס למשל אז יאשקע גייט צוריקומען אלץ משיח אין זייער לייף טיים און אז ער האט געמאכט וואסער פאר וויין און נאך אסאך שטותים מיט הבלים וואס מ׳האט געשריבן יאהרן צוריק ווען מענטשען זענען געוועהן האלבע מאנקיס און זיך אויפגעפירט ערגער ווי חיות רעות.
דאנערשטאג יולי 16, 2015 3:12 am#289633
[ציטאט אראפגענומען]

Yes.
You can use Google Maps. Just save the area you will be traveling through, for offline use, turn on location (that provides GPS navigation), and the app will navigate your trip.
To save offline maps, search for specific area, then go to Menu - Save offline.
דאנערשטאג יולי 16, 2015 7:40 am#289637
מיין בני בית איז געווארן גערופן צו דזשורי דורי, איז מעגליך צו אויסשמועסן דא אין א פאבליק פארום עפעס גוטע עצות אויב יא וואס טוהט מען, אויב נישט וואו קען איך באקומען א גוטע עצה.
דאנערשטאג יולי 16, 2015 2:05 pm#289699
אז זי האט א שטוב מיט קינדער איז דאס ע"פ רוב גענוג צו פטר'ן פון דזשורי דוטי.
דאנערשטאג יולי 16, 2015 2:05 pm#289700
די אלע פרומע מוחים וואס האקן אקעגן די ספירה און בין המצרים טעיפס ווייל מען שפילט אויס דעם אבילות סיסטעם, וואו זענען זיי אצינד ווען אלע פובליקאציעס אן אויסנאם האבן אויפרייסערישע אפעטיטליכע שפייעכץ-רינענדע אדווערטייזמענס לכבוד די 9 טעג, אזש א גאנץ יאר קען איך קוים ווארטן אויף די אויסטערלישע גוטע מעניו'ס פון די 9 טעג סאפער'ס און רעסטוראנטן?
דאנערשטאג יולי 16, 2015 6:12 pm#289734
יישר כח, שמעקעדיג
דאנערשטאג יולי 16, 2015 6:47 pm#289740
שמעקעדיג
די אלע פרומע מוחים וואס האקן אקעגן די ספירה און בין המצרים טעיפס ווייל מען שפילט אויס דעם אבילות סיסטעם, וואו זענען זיי אצינד ווען אלע פובליקאציעס אן אויסנאם האבן אויפרייסערישע אפעטיטליכע שפייעכץ-רינענדע אדווערטייזמענס לכבוד די 9 טעג, אזש א גאנץ יאר קען איך קוים ווארטן אויף די אויסטערלישע גוטע מעניו'ס פון די 9 טעג סאפער'ס און רעסטוראנטן?

גיי און די ישיבה'ס און אין די חדרים וועסטו שוין איינמאל הערן האקן דערויף
דאנערשטאג יולי 16, 2015 6:48 pm#289742
צו הערן מחאה אויף ספירה טעיפס ברויך איך אויך גיין צו די ישיבות און חדרים?
דאנערשטאג יולי 16, 2015 10:57 pm#289797
וויפיעל קאסט א עלעוועטער?
דאנערשטאג יולי 16, 2015 11:18 pm#289801
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
די קעניג פין אמעריקע
וויפיעל קאסט א עלעוועטער?


קעניג אזוי ווילסטי פירעון א קאנטרי.
סווענט זיך אין פיל מיט פרטים
וועלעכא קאמפעני עלעוועטער?
וויפעל שטאק? 1 אדער 15
ווי א שטארקער מאטער?
קאמארשיל אדער רעזעדענשיל?
א נארמאלא עלעוועטער פאר א בילדינג. איז בערך $80.000 אבער קענסט האבן א קליינע פאר $22.000.
דאנערשטאג יולי 16, 2015 11:25 pm#289802
וואס איז פשט פון א הונגער סטרייק? פארוואס זאל איך זיך רעכענען מיט א רוצח וואס גייט אויף א הונגער סטרייק און אים נאכגעבן זיינע פארלאנגען? ער וויל שטארבן א פיינפולער טויט, גוד לאק טו הים. פארוואס זעה איך כסדר אז רעגירונגען ברעכן זיך פאר דעם און געבן נאך די פארלאנגען פון די מערדערס?
דאנערשטאג יולי 16, 2015 11:48 pm#289805
ווען א רבי איז א עכטע טיפש. מיינען די חסידים אז ער איז קליג. אדער זיי ווייסען אז ער איז א טיפש אין מ׳קען פשוט זיין א חסיד פין א טיפש אויך. ס׳נישט קיין סתירה
פרייטאג יולי 17, 2015 1:15 am#289822
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
שמעקעדיג
וואס איז פשט פון א הונגער סטרייק? פארוואס זאל איך זיך רעכענען מיט א רוצח וואס גייט אויף א הונגער סטרייק און אים נאכגעבן זיינע פארלאנגען? ער וויל שטארבן א פיינפולער טויט, גוד לאק טו הים. פארוואס זעה איך כסדר אז רעגירונגען ברעכן זיך פאר דעם און געבן נאך די פארלאנגען פון די מערדערס?

קודם כל ווער זאקט אז מרעכנט זיך?
וואל די נייעס ברענקט עס אראפ... האסטי אמאל געזען אז די גווארמענט זאל זיך דערשרקען?
שנית עס איז בטבע שווער פאר א מענטש צי ציקיקען ווי איינער גייט איוס...
פרייטאג יולי 17, 2015 1:17 am#289823
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
די קעניג פין אמעריקע
ווען א רבי איז א עכטע טיפש. מיינען די חסידים אז ער איז קליג. אדער זיי ווייסען אז ער איז א טיפש אין מ׳קען פשוט זיין א חסיד פין א טיפש אויך. ס׳נישט קיין סתירה
מטראכט נישט מגלייבט אין פארטיג.
פרייטאג יולי 17, 2015 1:18 am#289824
שמעקעדיג
וואס איז פשט פון א הונגער סטרייק? פארוואס זאל איך זיך רעכענען מיט א רוצח וואס גייט אויף א הונגער סטרייק און אים נאכגעבן זיינע פארלאנגען? ער וויל שטארבן א פיינפולער טויט, גוד לאק טו הים. פארוואס זעה איך כסדר אז רעגירונגען ברעכן זיך פאר דעם און געבן נאך די פארלאנגען פון די מערדערס?

ווען אן ארעסטאנט איז אין טורמע איז די רעגירונג אחריות אויף זיין וואוילזיין, געזעצליך.
פרייטאג יולי 17, 2015 8:06 am#289851
שמעקעדיג
די אלע פרומע מוחים וואס האקן אקעגן די ספירה און בין המצרים טעיפס ווייל מען שפילט אויס דעם אבילות סיסטעם, וואו זענען זיי אצינד ווען אלע פובליקאציעס אן אויסנאם האבן אויפרייסערישע אפעטיטליכע שפייעכץ-רינענדע אדווערטייזמענס לכבוד די 9 טעג, אזש א גאנץ יאר קען איך קוים ווארטן אויף די אויסטערלישע גוטע מעניו'ס פון די 9 טעג סאפער'ס און רעסטוראנטן?


רעדט שטילער ווייל באלד וועט מען נאך אסר'ן עסן מילכיגס אין די ניין טעג
פרייטאג יולי 17, 2015 5:47 pm#289921
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
די איסור אויף ספירה אלבומס איז נישט ווייל מען שפילט אויס די אבילות נאר ווייל עס איז דא גדולי ישראל וואס האלטן ע"פ הלכה האט דאס שוין א דין פון כלי זמר ווייל דער קול איז אזוי ווי איינער זינגט מאכט עס נישט אויס כלי זמר משא"כ עסען מאכלי חלב האט נאר א געפיל אז עס שפילט אויס די אבילות

Sent from my LG-P659 using Tapatalk
זונטאג יולי 19, 2015 12:44 am#289974
פארוואס דארפן די מעקסיקאנע אריבער קריכן די געיט כדאי צו קומען אויף אמעריקע. וואס געשעט אויב קומט ער אריין נארמאל דורך א פליגער און זאגט ער קומט צו א משפחה שמחה און בלייבט דא?
זונטאג יולי 19, 2015 12:55 am#289978
chusid
פארוואס דארפן די מעקסיקאנע אריבער קריכן די געיט כדאי צו קומען אויף אמעריקע. וואס געשעט אויב קומט ער אריין נארמאל דורך א פליגער און זאגט ער קומט צו א משפחה שמחה און בלייבט דא?


מ'דארף האבן א וויזא. חוץ פון דעם אויב קומט מען באזוכן און מ'לייבט לענגער ווי 90 טעג גייט מען אויף די רעקארד אלץ אומלעגאל און מ'זוכט יענעם. אויב קומט מען דורכן גרעניץ אומלעגאל ווייסט קיינער נישט מ'איז דא.
זונטאג יולי 19, 2015 1:28 am#289982
קען מען דאך חתונה האבען מיט איינעם אינמיטען די 90 טעג.
זונטאג יולי 19, 2015 1:39 am#289985
טאקע א שיינע עצה להלכה, אבער למעשה דארף מען דורך גיין שבעה מדורי גיהנם צו באקומען א גרין קארד. קודם איז דא שרעקליכע שטראפן, נאכדעם ווערט מען ארויסגעווארפן פון לאנד ביז'ן באקומען די גרין קארד וואס קען דויערן יארן. כאפ א שמועס מיט אידן פון א"י וואס האבן דא חתונה געהאט וויפל השתדלות זיי האבן געדארפט פאר'ן גרין קארד.
זונטאג יולי 19, 2015 1:57 am#289988
מען פארציילט אז דער ברך משה איז אנגעקומן קיין אמעריקע און מען האט עהם געוואלט ציריק שיקן אבער אדווייל איז געבוירן חיה'לע און אזוי ווי זי איז אן אמעריקאנער בירגער ווייל זי איז געבוירן אויף דער אמערקאנער באדן אזוי האט ער געקענט באקימן בירגערשאפט און דעם גאלדענעם אמערקע
זונטאג יולי 19, 2015 9:55 am#290008
יהושע חיים
די איסור אויף ספירה אלבומס איז נישט ווייל מען שפילט אויס די אבילות נאר ווייל עס איז דא גדולי ישראל וואס האלטן ע"פ הלכה האט דאס שוין א דין פון כלי זמר ווייל דער קול איז אזוי ווי איינער זינגט מאכט עס נישט אויס כלי זמר משא"כ עסען מאכלי חלב האט נאר א געפיל אז עס שפילט אויס די אבילות

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

געהערט פין א חשוב׳ע רב יעצט אז ס׳ א חסד פין אייבישטער אז ס׳דא ספירה טעיפס ווייל ער ווייסט פאר א פאקט אז ווען נישט דאס וואלטען זיך אסאך היימישע אנגעפיפען אויף די איסור פין הערן מוזיק אין די 3 וואכען. מ׳רעט נישט פין פורקי עול נאר פין נארמאלע סטענדערד מענטשען/משפחות
זונטאג יולי 19, 2015 10:02 am#290010
יהושע חיים
מען פארציילט אז דער ברך משה איז אנגעקומן קיין אמעריקע און מען האט עהם געוואלט ציריק שיקן אבער אדווייל איז געבוירן חיה'לע און אזוי ווי זי איז אן אמעריקאנער בירגער ווייל זי איז געבוירן אויף דער אמערקאנער באדן אזוי האט ער געקענט באקימן בירגערשאפט און דעם גאלדענעם אמערקע


נו שטעל דיך פאר ווען משיקט אים ווען צירוק, קיין סאקמאר רבי וואלט ער נישט געווארן, נישט געווען קיין אהרן קיין זלמן לייב, נו וועם וואלט מען אןיפגענומען? אברהם לייטנער, וואס? וואלט מען היינט געהאט נ"ד לייטנער אלס באלבוס איבער סאטמאר, און גאנץ סאטמאר וואלט באשטאנען און אויסגעקוקט ווי די העלבראנץ סיסטעם היינט...

נו שטעל דיך פאר וואס איין גרינע בלעטל קען אויפטאן...
זונטאג יולי 19, 2015 3:18 pm#290042
די קעניג פין אמעריקע
יהושע חיים
די איסור אויף ספירה אלבומס איז נישט ווייל מען שפילט אויס די אבילות נאר ווייל עס איז דא גדולי ישראל וואס האלטן ע"פ הלכה האט דאס שוין א דין פון כלי זמר ווייל דער קול איז אזוי ווי איינער זינגט מאכט עס נישט אויס כלי זמר משא"כ עסען מאכלי חלב האט נאר א געפיל אז עס שפילט אויס די אבילות

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

געהערט פין א חשוב׳ע רב יעצט אז ס׳ א חסד פין אייבישטער אז ס׳דא ספירה טעיפס ווייל ער ווייסט פאר א פאקט אז ווען נישט דאס וואלטען זיך אסאך היימישע אנגעפיפען אויף די איסור פין הערן מוזיק אין די 3 וואכען. מ׳רעט נישט פין פורקי עול נאר פין נארמאלע סטענדערד מענטשען/משפחות

למעשה פארוואס איז דער מורה הוראה נישט ארויסגעקומען אפן?
אינטערסאנט אויב ער האלט אז עס איז א חסד מיינט אז עס איז נישט אסור לויט עהם, נו אויב אזוי זאל ער ארויסגעקומן אפן?
זונטאג יולי 19, 2015 5:01 pm#290055
ער איז ארויס אפן. אבער כ'קען נישט געבען קיין נעמען מחשש גילוי.
זונטאג יולי 19, 2015 5:03 pm#290056
מחול לך
זונטאג יולי 19, 2015 6:41 pm#290068
זאכן וואס כ'וויל וויסן
איז נייט רידינג מאוד ד.ה. לבן ע״ג שחור אויפן קאמפיוטער צו אויפן טעלעפאון בעסער פאר די אויגן ?
גרינגער צו ליינען?
זונטאג יולי 19, 2015 7:26 pm#290074
מיין אויגען טוהן ווי פין דעם
זונטאג יולי 19, 2015 8:08 pm#290079
יהושע חיים
מחול לך


😈
מאנטאג יולי 20, 2015 1:10 am#290146
ירא שמים
איז נייט רידינג מאוד ד.ה. לבן ע״ג שחור אויפן קאמפיוטער צו אויפן טעלעפאון בעסער פאר די אויגן ?
גרינגער צו ליינען?


ווייס אויף שווארץ איז מער סטרייקינג און שארפער, די אויג כאפט דאס שנעלער אויף.
מאנטאג יולי 20, 2015 1:11 am#290149
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
א״כ פארוואס דרוקט מעננישט ספרים אזוי ?
מאנטאג יולי 20, 2015 1:20 am#290150
[ציטאט אראפגענומען]

גראדערמעכעלע: אלע פריערדיגע מגיבים האבן דיר געגעבן גוטע און נוצליכע עצות. נאר איך וועל צולייגן א נופח משלי. [/quote][/quote][/quote][/quote][/quote]

@berlbalaguleh איך האף די מיינסט נופך מיט אן ענדע --ך-- טאמער מיינסטו נופח מיט א --ח-- ביטע לופט'ער נישט אן דעם שטיבעל מיט קיין נפיחות... חחחחח...[/quote][/quote][/quote]
בשעת איך האב געשריבן דעם לשון האביך טאקע געטראכט אז מ'קען עס אזוי אויסטייטשן. און כ'האב אפילו געוואוסט וועלכער פון די ליצני הדור וועט רעאגירן. אעפ"כ האביך עס געשריבן... 😂 🙄
מאנטאג יולי 20, 2015 2:10 am#290151
ירא שמים
א״כ פארוואס דרוקט מעננישט ספרים אזוי ?


ספעלט נישט אויס, און סאיז צו שארף. אבער ווען סאיז טונקעל ברויך מען דאס האבן אויפן גפ"ס.
מאנטאג יולי 20, 2015 8:58 pm#290403
וויפיל עס קאסט סושי ביי די כינעזער ??
מאנטאג יולי 20, 2015 9:35 pm#290413
ליפא
וויפיל עס קאסט סושי ביי די כינעזער ??

מיינסט א ודאי יאפאנעזער
מאנטאג יולי 20, 2015 9:40 pm#290417
יא אזיאנע מיט די פארמאכטע אויגן.
מאנטאג יולי 20, 2015 10:22 pm#290432
וויפיל קאסט צו שיקן א בריוו קיין אויסלאנד מיט יו.עס.פי.עס.?
מאנטאג יולי 20, 2015 10:59 pm#290446
ישראל קאפקע
וויפיל קאסט צו שיקן א בריוו קיין אויסלאנד מיט יו.עס.פי.עס.?

קענסט שיקען מיט געהעריגע פאסט פאר ווייניגער ווי 2 דאלער עני פלאץ אין די וועלט.
מאנטאג יולי 20, 2015 11:02 pm#290447
The stamp u need is global forever stamp I think the price is $1.10 But I'm not sure
מאנטאג יולי 20, 2015 11:03 pm#290448
א דאנק.
מיטוואך יולי 22, 2015 2:38 pm#290987
ווי איז דער גמרא ?
איך האב געהערט איינער זאגען פאר זיינע קליינע קינדער אז אויב זיי גייען נישט שלאפען אין צייט , קענען קומען חיות פון וואלד וכו׳ אוואדע אלס שכלדיג אליינס זאל איינער דאס נישט זאגען ווייל א קינד קען כאפען א פחד בכלל, אבער איך געדענק קלאר א גמרא אפשר אין מסכת תענית , אז איינער זאל נישט ווארענען זאכען ממש מיט די זעלבע טעמע אז עס זענען דא חיות, ווילדע הונטען וכו׳ אלס אל תפתח פה לשטן ... אויב איינער קען זיך אויס ווי איך קען טרעפען דער גמרא וואלט איך געווען זייער דאנקבאר. דער איז א ליטוואק וואס א גמרא וועט איהם צומאכען דער פיסק אבער קאמען סענס האט ער נישט.
מיטוואך יולי 22, 2015 2:48 pm#290993
אסור להוציא מפיו דבר פורענות על אדם מישראל, אפילו לומר אילו היה פלוני קים היה בא לכאן, כי ברית כרותה לשפתים,
ואין לעשות מורא לתינוק בדבר טמא כגון לומר חתול או כלב יקחהו וכן בכל כיוצא באלו צריך להיזהר מאד מהרגל הלשון. (קיצושו"ע סימן ל"ג סעיף י"ד)
מיטוואך יולי 22, 2015 2:51 pm#290996
געוואלדיג
אסור להוציא מפיו דבר פורענות על אדם מישראל, אפילו לומר אילו היה פלוני קים היה בא לכאן, כי ברית כרותה לשפתים,
ואין לעשות מורא לתינוק בדבר טמא כגון לומר חתול או כלב יקחהו וכן בכל כיוצא באלו צריך להיזהר מאד מהרגל הלשון. (קיצושו"ע סימן ל"ג סעיף י"ד)

א יישר כח that was fast!
מיטוואך יולי 22, 2015 2:53 pm#290998
געוואלדיג
אסור להוציא מפיו דבר פורענות על אדם מישראל, אפילו לומר אילו היה פלוני קים היה בא לכאן, כי ברית כרותה לשפתים,
ואין לעשות מורא לתינוק בדבר טמא כגון לומר חתול או כלב יקחהו וכן בכל כיוצא באלו צריך להיזהר מאד מהרגל הלשון. (קיצושו"ע סימן ל"ג סעיף י"ד)

געוואלדיג: ייש"כ פאר צו ברענגען דעם מאמר פון קוצש"ע. איך זעה אז דו קענסט נישט נאר מעקן. נאר ביזט אויך א ת"ח...!
מיטוואך יולי 22, 2015 6:20 pm#291064
ר' בערל, נאך איינמאל דו הייבסט זיך אן מיט מיר וועסטו פילן דער ערשטער מיין מעקער!!!! 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃
דאנערשטאג יולי 23, 2015 7:16 pm#291398
וואס וואלטן אלע אויסגאבעס געשריבן אין די תשעה באב נומער * ווען נישט די צווייטע וועלט מלחמה?????

* ווי אויך אין די פסח און סוכות אויסגאבעס.
זונטאג יולי 26, 2015 3:41 pm#291776
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
יעצט וועט ער פרעגן ווען נישט די אלע זאכן, וואס וואלט מען דעמאלטס געשריבן