פארומס › כפרה שלאגן

כפרה שלאגן

163 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1929
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג אקטאבער 11, 2016 11:13 am#352254
דער נעקסט פרעזידענט פון אמעריקע מר. טראמפ יר''ה

📎 IMG_20161011_111035.jpg
דינסטאג אקטאבער 11, 2016 11:29 am#352256
אה... ער ברויך דאס טאקע, נאר א רחמנות אויפן הינדל וואס איז אריין געפאלן מיט זיינע עבירות...
מיטוואך אקטאבער 12, 2016 10:53 pm#352292
Re: כפרה שלאגן
איך בין געווען ערב יום הקדוש ביים כפרה צענטער, און פאר עפעס א סיבה בין איך היי יאר געווען געפערלעך באקאקט, די גאנצע כפרה ענין מיטן האן האט מיך געפערלעך געשטאכן, מען ברויך דייקי נעמען א תרנגול וואס איז פסול פאר א קרבן, אבער פאר וואס דען נישט נעמען א עוף וואס קען בלייבן לעבען פאר כאטש נאך איין מעת לעת, די עופות וואס איך האב געזען זענען געווען פיל מער טויט ווי לעבעדיג, זיי זענען געווען עפעס אזוי נעבעכדיג אויסגעזען, אז ממש עפעס א איבל האט מיר אנגעכאפט, אפילו נעבעך קוקעריקוען האבן זיי נישט געטויגט, איך געדענק אמאל פלעיגט זיין קולות וברקים דארט, די הינער פלעגן פארפירן, זיי פלעגען זיך ווארפן מיט די פליגלען, אבער היי יאר איז שוין געווען אזוי ווי מיט איין ווארף בלייב איך מיט א פליגעל אין די האנט, האט די כפרה פשוט מסתם פון גרויס אויפגעגעבענקייט ניטאמאל פארבירט, זאל זיין וואס זאל זיין שפיר איך ווי מיין כפרה טראכט, איצט האק אריין און דריי וויפיל דו ווילסט, שעכט פליק, אבער איין טאג וועט איר דארפן אפגעבען דין וחשבון אויף דעם, עפעס אזא מחשבה האב איך געזען אויף מיין האן.

עפעס בערך ווי ווען די לאגערען זענען באפרייט געווארן זענען אלע וואס זענען געווען אזוי אויסגעמיטשעט און אנטריסטעט, איך וויל נישט מדמה זיין, אבער איך קען זיך נישט העלפען נאר זען די דמיון, ווי אנטריסטעט איז געווען איין האן וואס האט זיך אראפ געזעצט הויערען אויפן ערד אן קיין האַר, הארט לעבען די ליניע וואס פירט צים שוחט, און דער האן אנשטוט עס זאל הייבן פיס און פיצען.ווי.ווייט מעגלעך זיצט עס נעבעך דארט אויפן ערד און גיבט זיך נעבעך נישט אפילו קיין ריר, ווי עס וואלט געזאגט ווי זאל איך לויפן, קוים כוח צי לעבען, ענדיג מיך שוין אפ ביטע און פטור אן עסק און קיינער האט זיך ניטאמאל אראפ געבויגן איבער געבען דעם האן פארן שוחט.

און די געפערליכע גזילה וואס מען פלינדערט פארן אויסגעפליקטע זאך וואס די בוטשער ריפט כפרה נעמען זיי זיבעצן טולר, נישט קיין שום חיליק ווי גרויס עס איז, ווילסט א תרנגול געב אהער זיבעצן טולר קעש אנלי באקימסט א רעסיט אז דו זאלסט אפנעמען די זעקל ביינער וואס אגב קיינער דארף נישט, די אויסגעפליקטע זאך וואס איז כשר פאר הושענת, ניטאמאל קרעדיט קארדס נעמען זיי, נאר גרינע, וואס פאר א חוצפה ליגט דערין.

ווען מיר האבן ווען איין לייטישע בית דין פון דיינים וואלט מען נישט געדארפט ווארטען אז די גויים זאלן דאס אסרן, נאר זיי זאלן ארויס קומען מיט א חרם חמור, און די גאנצע גזילה וועט גיין פייפן, איך בין אפילו גרייט צי געבען דאס געלט פאר א רבילע, אדער סיי וועלכע תלמוד חכם וואס איז ווארשיינדלעך א גרויסע בעל חוב, אבי נישט דארפן דאס נאך אמאל דורך גיין, איך האב זיך באגעגענט מיט שארפע בליקען פון א גוי, און איך האב ציריק געבליקט דו ביזט גערעכט איך שעם זיך טאקע.
מיטוואך אקטאבער 12, 2016 11:24 pm#352296
Re: כפרה שלאגן
@פליקער פארוואס קענסטו נישט שלאגן מיט געלט? ס'איז דיין ברירה וויפיל געלט, א מעוברת קען שלאגן מיט צוויי מאל געלט אנשטאט דריי כפרות, ס'איז נישט דא קיין צער בעלי חיים ועוד.
מיטוואך אקטאבער 12, 2016 11:26 pm#352297
אידיש געלט? ח"ו
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 8:46 am#352326
Re: כפרה שלאגן
מיין פראבלעם איז נישט אז עס פעלט מיר עיצות, איך וויל טון וואס איך האב געזען ביי מיינע עלטערען, און עס איז געווארן איינגענימען דורך גייציגע פערזאנען וואס ווילן דעקן די אמעריקאנע געפעציט מיט הינער.
מיטוואך אקטאבער 19, 2016 10:28 am#352626
ליבעראלע קאמידיען ביל מאהר האט א קשיא אויף די כפרות שלאגן, ער האט געהאט בערני סענדארס יר״ה אלץ א גאסט אויף זיין פאריגע שוי און פאר ער האט אנגעפאנגן די וויץ רופט ער זיך אן צו בערני דו וועסט מסתמא נישט גלייכן די וויץ-אלץ א איד (כאילו ס׳גייט אן בערני אז מ׳חוזקט פון א נערישע מנהג ווי כפרות)
<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=ulGotPx6sB4">https://m.youtube.com/watch?v=ulGotPx6sB4</a>
מיטוואך אקטאבער 19, 2016 12:28 pm#352629
שבת ליידענט איין דער עולם צו שלאגען כפרות מיט זיין דאגי, א פאדעל, קליין און קיוט.

דעס איז זיכער נישט קיין צעב"ח.
מיטוואך אקטאבער 19, 2016 3:18 pm#352634
אישתישבי
שבת ליידענט איין דער עולם צו שלאגען כפרות מיט זיין דאגי, א פאדעל, קליין און קיוט.

דעס איז זיכער נישט קיין צעב"ח.


איך פארמאג נישט קיין דאגי, און אפילו יא וואלט איך קיינמאל נישט געשלאגן קיין שום בעל חי׳ ווייל איך בין נישט קיין שלעגער, און איך כאפ נאכנישט פארוואס מדארף שלאגן א חי׳ ווייל די מענטש האט געזינדיגט, וואס האט די טשיקן א שייכות מיט דיינע עבירות??? און וואס העלפט עס ווען מ׳דרייט עס העכערן קאפ?? חוץ אז די צער בע״ח איז קלאר קעגן דיין תורה און נישט מאראליש אויסגעהאלטן.

עני וועי כ׳זעה נאכנישט וואס איז פאוני מיט האבן א דאגי, סאיז א חלק פון אונזער היסטארי און וויאזוי מיר האבן זיך דיוועלעפט אלץ הומאנעס, זיי פלעגן העלפן אונזערע אור אור עלטערן צו פאנגן זייערע עסען אסאך פאר מיעל מארט איז געוועהן אין ביזנעס. וואס איז יא נישט נארמאל אז יעדע חסיד לויפט אוועק פון א הונט כאילו סאיז א וואלף אדער וואס, אט דאס איז אבסולטלי נישט נארמאל, מיין מאמע איז א חסידישע פרוי מיט א צוגעדעקטע שייטל וואס זאגט יעדן טאג תחינות און תהילים און זי אויפגעוואקסן אין א חסידישע היימישע שטוב מיט א הונט!, גארנישט ראונג מיט דעם, די הונט איז די מענשטען בעסעטע פריינד און א חלק פון אונזער קולטור.
מיטוואך אקטאבער 19, 2016 4:09 pm#352635
ליפא"דער נעקסט פרעזידענט פון אמעריקע מר. טראמפ יר''ה


בארוהיג דיך ער וועט די נעקסטע פרעזידענט פון אמעריקא לכאורה נישט זיין לויט די פאולס, נאך איין מזל! מיר האבן ביידע פארלוירן נישט בערני און נישט דער רעסיסט, סעקיסט, רעיפיסט, קראוק, גנב און ליגענער, אידיאט ווי טראמפ.

בד״וו וואס איז די יר״ה? פארוואס קומט אים א יר״ה? ווייל ער האט פאר׳נערט די גאנצע שטאט מיט זיינע בול קרעפ און די קויפסט עס נאך אפ? ער האט אין זיין לעבן נישט געטוהן קיין זאך פאר יענעם! אלעס האט א חשבון, גרייט דיך צו אז די נעקסטע פרעזידענט פון אמעריקא גייט זיין א פרוי, און אפילו איך בין נישט קיין גרויסער חסיד פון איר איז זי טויזנט מאהל בעסער פון דעם אומוויסענדן בהמה וואס אויב ער ווערט פרעזידענט קענסטו זיין זיכער אז די שקלים וועלן זיין ווערט אסאך מעהר ווי דאללער.
מיטוואך אקטאבער 19, 2016 4:12 pm#352636
כ'בין שוין גאר מסופק אויב שבת איז טאקע אט"ד, ער זעהט אויס צו זיין פריי מתולדה, וואס האט אין לעבען קיין כפרות נישט געשלאגען.

שבת, לידיעתך, שלאגען כפרות מיינט נישט אז מען שלאגט באמת די טשיקען אזויווי די פעטש וואס דיין טאטע האט דיר כלומר'שט געגעבען, עס איז בלויז א נאמען וואס מען ריפט עס אזוי. כאילו ווען מען זאגט פארברענען צייט, מיינט נישט אז מען נעמט א פייער און מען לייגט דארט אריין אלע צייט.

ממילא, ווען איך און אנדערע קומען און נעמען דעם טשיקען און דרייען ארום דער קאפ, איז עס פונקט אזויווי דיין מאמעס דאגי וואס האט נעבעך געדארפט וואוינען צוזאמען מיט איר משפחה.
מיטוואך אקטאבער 19, 2016 4:20 pm#352637
אישתישבי
כ'בין שוין גאר מסופק אויב שבת איז טאקע אט"ד, ער זעהט אויס צו זיין פריי מתולדה, וואס האט אין לעבען קיין כפרות נישט געשלאגען.

שבת, לידיעתך, שלאגען כפרות מיינט נישט אז מען שלאגט באמת די טשיקען אזויווי די פעטש וואס דיין טאטע האט דיר כלומר'שט געגעבען, עס איז בלויז א נאמען וואס מען ריפט עס אזוי. כאילו ווען מען זאגט פארברענען צייט, מיינט נישט אז מען נעמט א פייער און מען לייגט דארט אריין אלע צייט.

ממילא, ווען איך און אנדערע קומען און נעמען דעם טשיקען און דרייען ארום דער קאפ, איז עס פונקט אזויווי דיין מאמעס דאגי וואס האט נעבעך געדארפט וואוינען צוזאמען מיט איר משפחה.


אה כהאב ממש געמיינט אז מ׳שלאגט כפרות מיט א שטעקן אדער א פאסיק נאך א מזל דו האסט מיר אויסגעזאגט די סוד, אז מ׳רעדט שוין יא זאג מיר די מעשה מיט די לאך אין די לאלעך איז אויך אמת? איך פגר פאר נייגעריגקייט.

אה און נאך א זאך סאיז טאקע א רחמנות אויף מיין מאמעס דאגי, אנשטאט צו וואוינען אויף די גאס האט ער/זי געהאט א ליבליכע ווארימע שטוב מיט אנגעגרייטע מאלצייטן יעדען טאג, דעס איז ממש די זעלבע בחינה ווי שלאגן כפרות און האלטן די טשיקענס פאר אפאר טעג אן קיין וואסער און נארמעלע עסען.
געט עי לייף!
מיטוואך אקטאבער 19, 2016 8:30 pm#352646
Re: כפרה שלאגן
.