Under maintenance
הויפט זייט » כפרה שלאגן

כפרה שלאגן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1929
מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 7:52 am#47002
כפרה שלאגן
לעצטע פאר יאר איז געווארן שטארק פאפולער אז משפחות נעמען אנשטאט א הינדל פאר יעדן באזונדער, נעמט מען איין זכר פאר אלע זכרים, אן איין נקבה פאר אלע נקיבות, ושלום על ישראל. מ'שפארט זיך געלט.

וואס טוען די סוחרים, זיי ווילן זיך נישט שיידן מיט זייערע רווחים, נאר אלעס למען השם, בלתי לשם לבדו, אן זייטיגע פניות, מזכה צו זיין אידן מיט מצוות, שרויפן זיי ארויף די פרייזן ווי משוגע.

דארף דען כפרה שלאגן קאסטן זעכציג דוללער פאר אזא איינעם וואס וויל יא נעמען פאר יעדן באזונדער? וואו זענען די בעלי התקנות וואס זארגן זיך אלעמאהל פאר דעם יחיד אין זיין פרנסה?

נפשי בשאלתי וואו איז דער ביליגסטער 'כפרה סענטער' אין וויליאמסבורג און בארא פארק? זייטס אמת'דיג מזכה די אידען.
מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 8:30 am#47003
נעם אהיים די כפרה וועסטו נאך ארויסגיין מיט ריוח
מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 2:29 pm#47092
רעד צו די ווייבער, אפילו די געקלינטע פון קאהן וכדו' ווילן זיי נישט הערן, מיין ריוח איז אז איך קען די כפרה לאזן פון וואו עס קומט
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:53 am#47323
איז דא מקור אז מקען נישט ניצען א געשלאגענע?
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 8:32 am#47340
נולד מאוחר האט געשריבן:איז דא מקור אז מקען נישט ניצען א געשלאגענע?

עס איז פשוט, וויפיל קען דער קליינער עופ'ל דערהייבן? ;)
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:31 am#47368
אין א זכר פאר א זכר און א נקיבה פאר א נקיבה האט יא א מקור?

אויסער קרוין הייטס ווי מ'קען באקומען א כפרה פאר צוויי דוללער, קען מען דאהי באקומען א כפרה פאר ווייניגער ווי זיבען דוללער?
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:12 pm#47417
דולה ומשקה האט געשריבן:און א זכר פאר א זכר און א נקיבה פאר א נקיבה האט יא א מקור?

דעס שטייט אין שולחן ערוך דאכצעכמער.
און גראדע שטייט אין די זעלבע שולחן ערוך אז מען קען שלאגן מיט פיש אדער געלט.
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:20 pm#47482
דולה ומשקה האט געשריבן:לעצטע פאר יאר איז געווארן שטארק פאפולער אז משפחות נעמען אנשטאט א הינדל פאר יעדן באזונדער, נעמט מען איין זכר פאר אלע זכרים, אן איין נקבה פאר אלע נקיבות, ושלום על ישראל. מ'שפארט זיך געלט.

וואס טוען די סוחרים, זיי ווילן זיך נישט שיידן מיט זייערע רווחים, נאר אלעס למען השם, בלתי לשם לבדו, אן זייטיגע פניות, מזכה צו זיין אידן מיט מצוות, שרויפן זיי ארויף די פרייזן ווי משוגע.

דארף דען כפרה שלאגן קאסטן זעכציג דוללער פאר אזא איינעם וואס וויל יא נעמען פאר יעדן באזונדער? וואו זענען די בעלי התקנות וואס זארגן זיך אלעמאהל פאר דעם יחיד אין זיין פרנסה?

נפשי בשאלתי וואו איז דער ביליגסטער 'כפרה סענטער' אין וויליאמסבורג און בארא פארק? זייטס אמת'דיג מזכה די אידען.

די "בעלי התקנות" זענען נאכנישט אנגעקומען צו אזעלכע מינדערוויכטיגע פראבלעמען ווי דאס און ענליכס ווי למשל ארויפציען די פרייזן אויף מצות און אנדערע לעבנסוויכטיגע כשר'ע פראדוקטן אויף פסח. זיי ארבעטן נאך שווער צו ענפארסן דעם איסור אויפ'ן שטערן און שפאקטיוו וכדומה. זאכן אין וואס דאס גאנצע אידישקייט איז תלוי.
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:47 pm#47505
זיי נישט אזוי כעס'יג, ביטע!
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 3:24 pm#47579
מה שיש נוהגין ליקח תרנגול וכו', אין לעשות כן משום דרכי האמורי.
ווער שרייבט דאס?
1 משה מענדלסאן
2 טענדלער
3 מעיאר בלומבערג
4 רבי יוסף קארוי
5 יונה מעצגער
6 סטיפן ווייז

ווער קען געסן
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 5:08 pm#47632
אנעים זמירות אויף איי וועלט האט געשריבן:איין יאר בין איך פארשלאפען ערב יוה"כ, און ביז איך האב מיר ערוועקט איז שוין נישט געוועהן צו באקומען קיין כפרות. בלית ברירה האב איך באשלאסען צו מאכן אויף געלט. כ'האב ארויסגענומען א טשעק, אפגעשריבען $500 (בימים ההם איז עס נאך געוועהן א סכום הגון) און געשלאגען כפרות. געדרייט דריי מאל זה חליפתי זה כפרתי זה תמורתי, זה הטשעק - צוריסען אויף שטיקער - ילך למיתה... און ב"ה געהאט א כפרה.
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 5:16 pm#47638
שמעקעדיג האט געשריבן:
אנעים זמירות אויף איי וועלט האט געשריבן:איין יאר בין איך פארשלאפען ערב יוה"כ, און ביז איך האב מיר ערוועקט איז שוין נישט געוועהן צו באקומען קיין כפרות. בלית ברירה האב איך באשלאסען צו מאכן אויף געלט. כ'האב ארויסגענומען א טשעק, אפגעשריבען $500 (בימים ההם איז עס נאך געוועהן א סכום הגון) און געשלאגען כפרות. געדרייט דריי מאל זה חליפתי זה כפרתי זה תמורתי, זה הטשעק - צוריסען אויף שטיקער - ילך למיתה... און ב"ה געהאט א כפרה.

ר' אנעים, איך ווייס נישט אויב איר הערט מיך... אבער פארוואס וועט איר האלט א לעבעדיגע עוף זענען אייערע חטאים ווערט נישטיג 8-9 דאללער, און ווען איר ניצט א טשעקל קאסט דאס $500?
אפשר איז די חטא פון נישט שלאגן מיט א עוף אזוי הארב אז מ'דארף צאלן $500 קנס...
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 6:46 pm#47668
צוקער האט געשריבן:

ר'איד נעמט עס נישט צום הארצן ס'נאר א וויץ!!
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 9:15 am#47762
דאס נעמען א עקסטערע כפרה פאר יעדען קינד איז א לוקסוס און עס האט נישט קיין שום מקור,
מען נעמט איין כפרה פאר אלע יונגליך אינאיינעם און איין כפרה פאר אלע מיידליך אינאיינעם,
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 9:36 am#47765
מצאלט געלט פאר אלע שטותים, מעג מען צאלן פאר יעדע קונד אן באזונדרע טשיקען.
סאיז א מנהג וואס איז שוין יארן אלט.
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 10:17 am#47769
פריינדליך האט געשריבן:דאס נעמען א עקסטערע כפרה פאר יעדען קינד איז א לוקסוס און עס האט נישט קיין שום מקור,
מען נעמט איין כפרה פאר אלע יונגליך אינאיינעם און איין כפרה פאר אלע מיידליך אינאיינעם,

מ'קען נישט זאגט אז ס'האט ממש נישט קיין מקור, ע"פ אריז"ל ברויך מען נעמען א כפרה פאר יעדע קינד עקסטער, ווייל דו זעסט דאך אז ביי א מעוברת ע"פ אריז"ל דארף מען נעמען 3 כפרות, איין זכר און צוויי נקיבות, זעט מען אז אפילו פאר א עובר ברויך מען אן עקסטערע טשיקן.
שו"ע הרב
יש נוהגין לפמור כמה וכרים בתרנגול אחד וכמה נקבות בתרנגולת אחת'ן לפיכך אין
לוקחין למעוברת אלא תרנגול אחד ותרנגילת אדת'" ראם העיבר ~כר הרי יש כאן
תרנגול אחד ואם העובר נקבה די לה ולאמה בתרנגולת אחת'ן ויש נוהגין ] ליקח כפרה
לכל אחד ואחד בפני עצמו לפיכך לוקחין למעוברת ג' שתי נקבות ושר אחד :

באר היטב
תרנגולים • כלומר תרנגול ותרנגולת אף אם העובר נקבה די לה ולבתה באחד משום ששנים רשאים
ליקח כפרה א׳ וכן נוהגים אפילו בשני גופים מ״א • והאר׳יי לקח ג׳ למעוברת א׳ בעבורה ושנים בשביל הולד
מספק אם הוא זכר או נקבה

משנה ברורה
שני תרנגולים – דהיינו תרנגול ותרנגולת: תרנגול, שמא הוולד זכר; ותרנגולת, שאפילו אם הוולד נקבה, יתכפרו שניהם, היא עצמה והוולד, באחת. ואפילו שני בני אדם יכולין ליקח כפרה אחת, אם אין ידם משגת.
ויש שלוקחין למעוברת שני תרנגולות ותרנגול אחד.

אבער על פי נגלה איז זעכער פונקט אזוי גוט צו נעמען איין זכר פאר אלע יונגלעך און איין נקבה פאר אלע מיידלעך. ספעציעל היינט וואס מ'רייסט ארויף די פרייזן פאר יום טוב און מ'באראבעוועט דעם עולם, וואס אמאל וואלט דאס אליינס געווען גענוג אויף מבטל צו זיין דעם מנהג, אזוי ווי די רבני טבריה האבן געהייסן נישט קויפן קיין פיש אויף יום טוב ווייל די סוחרים האבן געהעכערט די פרייז.
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 10:23 am#47773
פריינדליך האט געשריבן:דאס נעמען א עקסטערע כפרה פאר יעדען קינד איז א לוקסוס און עס האט נישט קיין שום מקור,
מען נעמט איין כפרה פאר אלע יונגליך אינאיינעם און איין כפרה פאר אלע מיידליך אינאיינעם,

נולד מאוחר האט געשריבן:מ'צאלט געלט פאר אלע שטותים, מעג מען צאלן פאר יעדע קינד אן באזונדערע טשיקן.
ס'איז א מנהג וואס איז שוין יארן אלט.

עולם הפוך ראיתי.
פריינדליך שרייבט אז עס האט נישט קיין מקור.
דאס וואלט געדארפט זיין פאר נולד'ן א שמחה כמוצא שלל רב, ער איז דאך זייער מקור בייעסד/מיינדעד,
קומט ער און שרייט, ס'איז א מנהג און פארטיג.

עם איי מיסינג סאמטינג, נולד?...
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 11:49 am#47789
שמעקעדיג האט געשריבן:
פריינדליך האט געשריבן:דאס נעמען א עקסטערע כפרה פאר יעדען קינד איז א לוקסוס און עס האט נישט קיין שום מקור,
מען נעמט איין כפרה פאר אלע יונגליך אינאיינעם און איין כפרה פאר אלע מיידליך אינאיינעם,

נולד מאוחר האט געשריבן:מ'צאלט געלט פאר אלע שטותים, מעג מען צאלן פאר יעדע קינד אן באזונדערע טשיקן.
ס'איז א מנהג וואס איז שוין יארן אלט.

עולם הפוך ראיתי.
פריינדליך שרייבט אז עס האט נישט קיין מקור.
דאס וואלט געדארפט זיין פאר נולד'ן א שמחה כמוצא שלל רב, ער איז דאך זייער מקור בייעסד,
קומט ער און שרייט, ס'איז א מנהג און פארטיג.

עם איי מיסינג סאמטינג, נולד?...

כ'האב פארגעסן צי שרייבן לשטתך פאר פריינדלך.
למעשה געפילטע האט געברענגט א מקור.
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:37 pm#47804
אמת טאקע אז געפילטע האט געברענגט א מקור אז דער אר"י הקדוש האט זיך אזוי געפירט ביי מעוברת,
בפשטות איז דאס אבער נישט די מנהג, עס איז א מער א סטייל ווי א מנהג צו נעמען פאר יעדע קינד עקסטער,
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 1:13 pm#47816
איך האב געפרעגט נעכטן א רב/דיין וועגן איינס פאר יעדן. ער האט געקרומט מיט'ן נאז, ער זאגט אזוי בעטעדיגערהייט בעסער נעמען פאר יעדן באזונדער.
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 1:49 pm#47821
דער זעלבער דיין וועלכער הייסט קומען אין קאווע שטיבל ת"ב?
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 1:50 pm#47823
שמעקעדיג האט געשריבן:דער זעלבער דיין וועלכער הייסט קומען אין קאווע שטיבל ת"ב?

ניין, ערענסט גערעדט

(כאדאך ניטש געשריבן עפעס פאני!)
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 2:04 pm#47829
זר; עצה טובה צו נוצן א אנדערע קאליר ווען דו שרייבסט א וויץ, ווייל מאנכע קענען אפט מאל אננעמען דיינע וויצן זייער ערענסט.
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 2:05 pm#47830
אמת.
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 2:18 pm#47841
זר זהב האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:דער זעלבער דיין וועלכער הייסט קומען אין קאווע שטיבל ת"ב?

ניין, ערענסט גערעדט
(כאדאך נישט געשריבן עפעס פאני!)

געקרומט מיט די נאז איז נישט פאני? :P
און נאך גערעדט "בעטעדיגערהייט"...
איך וואלט אויסגעשאסן..... :lol:
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 1:40 pm#226774
סדר נוסח הכפרות הנהוג כשמסבבים בממון או בדגים
זה כפרתי זה חליפתי זה תמורתי זה הכסף ילך למקום הראוי לו ולעניים מהוגנים ולא למעמידי פנים וחמסנים ויעשו בו צדקות ומעשים טובים בעיני אלקים ואדם ככתוב בתורתיך צדק לפניו יהלך ועל ידי עבדיך הנביאים כתוב לאמור והלך לפניך צדקך ובדברי קדשך כתוב לאמור צדק צדק תרדוף למען תחיה וירשת זה הדג יהיה גומל דלים וחונן אביונים וזה הדג יסריח מן הזנב ולא מן הראש ולא יסריח במעי האיש שיאכלנו לשובע נפשו ולא ישלשל את מעיו ולא יצקצק בבטנו ויתעכל בניקל ובשלום ותהא יציאתו כביאתו בשופי ולא יקיאנו ולא יבליענו ולא יבהלהו ויטרידהו אלא צדיק יאכל לשובע נפשו לשובע ולא לרזון ויערב לחיכו כלשד השמן וכצפיחת בדבש ונהיה לראש ולא לזנב ונהיה זנבים לאריות ולא ראשי השועלים וכשם שעל הדגים עיניך פקוחות כן יהיו נא עיניך פקוחות עלינו ועל צאצאינו ועל כל נפשות ביתינו ואנחנו ניכנס ונלך לחיים ארוכים טובים ולשלום זה כפרתי וכו׳ אין במקצת מן הקהילות איז מען חותם מיט אמירת התפילה ליונה במעי הדגה וואס מען זאגט אין מפטיר יונה
ואח״כ אומרים הפסוק דג דגוג ידוגנו והוא ידוג עקב - נפש תחת נפש.

איך ויל נאר פארשטיין וי אזוי מען דרייט דעם פיש איבערען קאפ?
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 1:43 pm#226776
פון ווי נעמנסטו דעם נוסח?

גאלדפיש פון קארנעוויל קומט אין וואסער וואס איז אין א פלעסטיק בעג, דאס דרייט מען, און דאן וואס טוט מען מיט די פיש? אויסער אויב דאס דארף צו זיין כשר'ע פיש?
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 1:55 pm#226777
דאס איז דער נוסח כדאמרן ״במקצת מן הקהילות״ אויב איז דאס נישט פון דיין קהילה דאן האב איך אויסגעשטעלט אן הייגענע נוסח השווה לכל נפש :D :( ;)
כהאב שוין געקלערט אז מען דארף אריינטינקען דעם קאפ פון דעם מענטש אין וואסער וי די פיש זענען
די פיש דארפען זיין כשר נאר וואס מיינסטו? אודאי אזוי! מקען געבען דעם פורצייע פאר אן ארעמאן ערענסט גערעדט
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 4:51 pm#226816
די געלט דארף אויך זיין כשר?
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:07 pm#226824
געפילטע פיש האט געשריבן:די געלט דארף אויך זיין כשר?

וואס עפעס פאלט דיך אריין אזעלכע מחשבות זרות אין קאפ? וי נאך איז געהרט געוורען אזעלכע מיני שאלות?
אויב די האסט א מוסד קענסטו דאס כשר׳ן אין ריינוואשען והכל על מקומו יבוא בשלום זעה האר מזאל דיך נישט פאקען מאך עס קלוג
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 10:33 pm#226958
געפילטע פיש האט געשריבן:די געלט דארף אויך זיין כשר?

ניין. מ'דארף נאר מאכן זיכער אז ס'קומט נישט פון די מדינה הטמאה. דאהי, אין אמעריקע און אין אייראפע קען עס זיין אפילו פון נ.ק.'ס און סממנים. און פון אנדערע חזיר'ייען. פרעיג נאר ביי אינזערע קארפן קעפ. אנ"ש דקהילתנו הק'... :? :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :x :P :oops: :oops: :oops: ;) :o
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 12:09 am#226978
געפילטע פיש האט געשריבן:די געלט דארף אויך זיין כשר?

אואדאי דער וואס האט א קלער צו אויספאסטען אויף דער געלט מוצאי יום כיפור תבוא עליו ברכה אבער דאס מיז זיין כשר צו מאכען אויף דעם א ברכה אין מקען דאס כשרן דורך א רעסיט פון א מוסד
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 1:14 am#226987
פאר מענער קען מען נעמען געלט מיט א בילד פון א זכר, אין פאר נשים מיט א בילד פון א נקיבה (קאנאדישע coins).
(ביי די ליין אין באנק וועט איר נאך איינטאג הערן א יונגערמאן בעטן פונעם טעלער געב מיך 3 זכרים מיט 2 נקיבות)
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 6:32 am#227023
בשבילי! האט געשריבן:ביי קאהנ'ס בוטשער קענסטו אפנעמען א פעקל טשיקן נאכ'ן שלאגן.

און ביים פריפעטשיק צווישן קאסוב און קיטוב נעבן דעם טייך קען מען באקומען צוויי טשיקנס פאר די פרייז פון איין.
וואס פארדין איך אז אין וויליאמסבורג האסטו געטראפן עפעס א גליק פון א בוטשער, אין אלגעמיין איז די ביזנעס אז פאר 9 דאלער קריג איך רשות צו דרייען א טשיקן ארום מיין קאפ פאר עטליכע מינוט.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 12:06 pm#227096
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 12:30 pm#227104
BAL TSHIVA האט געשריבן:
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:דער וואס שלאגט כפרות מיט געלט האט אויך די פראבלעם מיט געלט. פארוועם גיבט ער די געלט? וועלעכע צדקה גייט היינט פאר די עניים? רוב געלט גייט פאר אדווערטייזמעמט און פאר באצאלען די שנאררערס און פושקא קאלעקטארס.

אפשר זאל מען געבען געלט פאר קופת העיר און די רע-בנים וועלען שלאגען פאר דיר.

דיין שכן מיטשעט זיך מיט פרנסה געב אים דאס געלט ער זאל קענען מאכן גרינגער יו"ט

נאך בעסער ווי געבען פאר'ן שכן איך גיב די געלט פאר מיין ווייב זאל זי גיין איינקויפען פאר יו"ט. אין פאר זיך אויך עפעס
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 2:09 pm#227122
Kapura.jpg
Kapura.jpg (52.66 KiB) געזען געווארן 1849 מאל
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 2:12 pm#227123
מען שלאגט יא למעשה מיט הינדלאך אין אר"י עפעס איז מען זיך דורכגעקומען אין געריכט
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 2:43 pm#227133
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 4:00 pm#227166
ווער לאזט נישט, דער שר הבריאות אדער דער מוסד מאכט נישט גענונג געלט?
פרייטאג אקטאבער 03, 2014 7:03 am#227275
זה חליפתי זה כפרתי
זה כפרתי!
אך בי ישוב יהפוך ידו כל היום
פרייטאג אקטאבער 03, 2014 10:57 am#227294
זה חליפתי זה התרנגול!
/
פרייטאג אקטאבער 03, 2014 11:10 am#227295
-
מאנטאג אקטאבער 06, 2014 4:12 pm#227752
כפרה שלאגן פאר פיצלעך קינדער אין קומפעטורן היים. סיק ש'בסיק.

m https://www.facebook.com/video.php?v=74 ... =2&theater m
מאנטאג אקטאבער 06, 2014 4:25 pm#227754
רויטע וואנצעס האט געשריבן:כפרה שלאגן פאר פיצלעך קינדער אין קומפעטורן היים. סיק ש'בסיק.

https://www.facebook.com/video.php?v=74 ... =2&theater

די וועלט ווערט מער צודרייט ביי די שעה, וואס פארא עברה האבן זיי שוין געקענט אפטוען? אפשר האט דאס קונד געשטויסם צופיהך אין מאמענ'ס געדערן???
מאנטאג אקטאבער 06, 2014 4:32 pm#227759
דאס האט גארנישט מיט די בעבי'ס, דאס איז א סערוויס וואס מען שטעלט צו פאר די מאמעס אז זיי זאלן האבן א שמחת יום טוב וויסענדיג אז מען האט געשלאגן כפרות פאר די קינדער.
מאנטאג אקטאבער 06, 2014 4:35 pm#227760
ברסלבער האט געשריבן:דאס האט גארנישט מיט די בעבי'ס, דאס איז א סערוויס וואס מען שטעלט צו פאר די מאמעס אז זיי זאלן האבן א שמחת יום טוב וויסענדיג אז מען האט געשלאגן כפרות פאר די קינדער.

אההההה, כ'האב געמיינט די בעבי'ס האבן פארלאנגט
מאנטאג אקטאבער 06, 2014 4:36 pm#227761
מאדעך עיבור במעי אמו, כ"ש תינוק שכבר יצא.
מאנטאג אקטאבער 06, 2014 4:40 pm#227763
די ערשטע מאל וואס איך הער אז די וואס טוהן די מנהג כפרות האבן עפעס א עידזש פון ווען מען הויבט עס אן צו טוהן. ווי ווייט איך ווייס ווער עס שלאגט כפרות שלאגט פאר די גאנצע פאמיליע אינקלודינג די פיצלעך. אפשר נישט?
מאנטאג אקטאבער 06, 2014 4:42 pm#227764
שמעקעדיג האט געשריבן:דבר בעתו

California teens arrested in 920 chicken deaths

כ'בין זיכער אז די חברה זענען געבליבן עברה'לאז, נאך מיט קרעדיט אויף נעקסטע יאר.