Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » וואס טוט מען מיט די מוסדות אינטערשרייבעריי

וואס טוט מען מיט די מוסדות אינטערשרייבעריי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 57 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1950
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:12 pm#47694
וואס טוט מען מיט די מוסדות אינטערשרייבעריי
ס'איז א פרישע רעגעסטרעשען און די מוסדות שיקען גאנצע בענדער bold און underlined טעקסט תקנות, הסבירם, גדרים,און פארשטייט זיך סטראשערייען . אלעס איבער די אינטערנעט מערכה, די לאנגע שייטעל און די הענטעל פין די גלעזער ווערט פארלוירן צווישען די נייע גזירות. איך געדענק נישט די מוסדות זאלן אהיים שיקען א צעטעל מיט אזויפיל עקסייטמענט איבער עני אנדערע פאזעטיווע אויפטו, זאל עס זיין מגייט אנהייבען לערנען ל"ט מלכות מיט די קינדער תריג מצוות, דודוק וכו'.

איז מיין שאלה וואס טוט מען

1) מ'סיינעט דעם אמת אןן משיקט עס ציריק? דא איז נכלל אפי ווען מ'האט אינטערנעט באיסור.
2) מ'סיינט דעם ליגענט פאר וועם ס'פעלט אויס און מ'שיקט עס ציריק?
3) מ'לייגט עס מיט אלע שנאר-בריוולעך און מ'מאכט זיך נישט וויסענדיג. אין דעם איז נכלל אפי' איינער וואס האט נישט קיין אינטערוועש (כ'האב באמערקט די טעות) אדער האט בהיתר.פשוט ווי התאחדות האט געטהנט ביי מציצה, צווינגען אינטערצישרייבען איז אקעגען פרידאם אף רילידשען.

(מיר דאכטזיך אז דער שכר לימיד אפיס האט אינטערנעט און אמעיל. מוראדיג וויכטיג פאר זיי. לויט ווי זיי לייגען עס אראפ וואספארא היתירים מדארף ציקעמען קוקט עס אויס ווי א היתר פאר חילול שבת, פאסט נישט פאר א מוסד צי טאן אזאנס אפי' מיט א היתר.)
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:18 pm#47695
לענ"ד שרייבט מען אז מהאט ניטאמאל א קאמפיוטער און די ערשטע מאל מהאט געהערט פון אזא זאך אינטערנעט איז געווען ביי די כינוס כלל ישראל, און די אלע שמות וואס שטייט אויפן צעטל ווי למשל "סמארטפון" וכדומה, הערט זיך ווי כינעזיש, און מווייסט בכלל נישט פון ווי די חדר האט געהערט פון אזוינע מאדנע זאכן.
סנישט דא קיין שום חיוב צו זאגען אמת פאר יעדער טעראריסט וואס וויל דיר איינטיילן וואס צו טוהן.
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:34 pm#47700
מסיינט אויף ענגליש מיט א צווייטענס נאמען, למשל jerry sandunsky

בדוו, וואס גייען זיי טהון אויב משיקט נישט צוריק?
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 11:58 pm#47720
villager האט געשריבן:מסיינט אויף ענגליש מיט א צווייטענס נאמען, למשל jerry sandunsky

בדוו, וואס גייען זיי טהון אויב משיקט נישט צוריק?

ארויסווארפן!!
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 2:09 am#47750
אויב דיין מוסד פרעגט דיר ווער דיין טעקנישען איז קענסטו ניצען מיין נאמען אלס א עליביי

איך וועל עס גערן קאנפירמען פאר דיר..
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 5:14 pm#47872
קעגן אויסנוצערס און מאניפולירערס איז נישטא קיין חשש. ע"פ הוראת מיין דיין וואס מחמת טעם הכמוס אתי פארלאנגט ער צו בלייבן בעילום שמו, איז לכתחלה אויסגעהאלטן בכגון דא צו ענטפערן סיי 'סארא ליגענט ס'פארלאנגט זיך.
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 5:30 pm#47876
זיי פלאנען דאך צו פרעגען די קינדער וועלעכע טעלעפאן מע האט.

מע דארף אנזאגען און אויסלערנען די קינדער צו ווערען שקרנים.
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 5:33 pm#47878
די גרינגסטע איז אז מע נעמט ארויס די אינטערנעט און מע איז עס מאשר און נאכדעם לייגט מען צוריק די אינטערנעט ווי אין די גוטע צייטען.
מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 10:00 pm#47952
כ'האב געזעהן אמאל א איטערוויו מיט א דייטשע פרוי וואס האט זיך מתנגד געווען צו די נאציס בשעתו, ווי זי דערציילט וואסארא ליגענטס זי האט געדארפט פארציילען פאר די געסטאפו ווען מהאט איר אויסגעפרעגט אויף עפעס. עכ"פ זאגט זי דארט אזא ווארט: די הגדרה פון פרייהיייט איז די מעגליכקייט צו זאגען אמת אן מורא האבען מוועט גיין אין תפיסה דערפאר.
אויב זענען מיר אנגעקומען צו דעם אז מענטשען שפירען אז זיי קענען נישט מאיזה סיבה זאגען דער אמת און שפירען אז זיי מוזען זאגען ליגנט, דארף דא זיין א גרונטליכער דין וחשבון וואס איז געגאנגען ראנג דא. דאס איז א שרעקליכע וייטאג מכל צד שתסתכל על זה.
מיטוואך יוני 12, 2013 4:36 pm#124411
נו? וואס האט די עולם למעשה געטוהן?
כזעה יעדער איז נאך דא און מהאט געדארפט אונטערשרייבען א צעטעל אז מהאט נישט קיין אינטערנעט נו וויזוי ארבייט עם?
איכאב געשריבען אז כהאב אפילו נישט קיין קאמפיוטער אדער סיי וועלכע טאמדיגע כלי
מיטוואך יוני 12, 2013 5:36 pm#124431
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 6:00 am#144047
א פשוט'ע עצה לכל הדעות אויך ווער ס'איז חושש משקר.

מ'איז מפקיר די קאמפיאטער, טעלעפאן, אומגעפילטערטע פאקס מאשין, אומגעוואשענע סטראבעריס, וכו' וכו', פאר'ן אנטערשרייבען די אפליקאציע, און שפעטער איז מען עס צוריק קונה.

דער וואס איז מחמיר קען עס אויך פארקויפען פאר א גוי במתנה על מנת להחזיר.

(קרעדיט: עפעס א ניק אין בח"ח).
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 6:57 am#144048
אדער: מ'איז מקנה אלע "טריפה'נע כלים" פאר קרח ועדתו, אלעס וואס ווערט נישט איינגעשלינגען אין דער ערד (כדין נכסי קרח ועדתו) איז בהכרח אז ס'איז נישט קיין טריפה'נע כלי.
(איי וועט איר פרעגן, אויב וועט מען מקנה זיין כשרע כלים וועט דאך אויך גארנישט איינגעשלינגען ווערן? איז די תירוץ פשוט, באמת איז נישטא קיין ריכטיגער סמיכות דעת ווען מ'איז מקנה פאר קרח, א איד וועמען מיר האבן נאך קיינמאל נישט געזעהן און מיר וועלן מסתמא קיינמאל נישט זעהן. דאס איז ביי סתם קנינים, אבער ווען מ'וויל פטור ווערן פון אן איסור, וואס ווי דער רמב"ם זאגט דאך וויל דאס יעדער איד, איז פשוט אז גמר ומקנה).
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 8:13 am#144055
דערציילט מיר די וואך א איד פון מאנסי, ער האט צוריקגעשיקט זיין תקנות צעטל מיט אלע אינפארמעישאן, און ס'איז געווען ריטוירן טו סענדער, וואס איז, ער האט נישט געשיקט די 25 דאלער פי
איז טאקע מאנסי די צודרייטסטע שטאט אין ניו יארק אז מען קען זיי פירן כצאן לטבח, איינער וויל מאכן געלט דארף יעדער צאלן 25 דאלער, פריי דיך איך שטעל מיך צו צו דיינע תקנות, לוקה ומשלם?
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:14 pm#144279
now everybody may say that that they sent it in but it was returned because they didnt want to pay
פרייטאג אוגוסט 23, 2013 11:02 am#144586
וואס בעטן זיי דען לייג ארויף א פילטער און פארטיג וואס איז דען די פראבלעם? פארדעם דארף מען זיך אריין לאזן אין רמאות?
זונטאג אוגוסט 25, 2013 6:16 pm#145076
שרייבער האט געשריבן:דערציילט מיר די וואך א איד פון מאנסי, ער האט צוריקגעשיקט זיין תקנות צעטל מיט אלע אינפארמעישאן, און ס'איז געווען ריטוירן טו סענדער, וואס איז, ער האט נישט געשיקט די 25 דאלער פי
איז טאקע מאנסי די צודרייטסטע שטאט אין ניו יארק אז מען קען זיי פירן כצאן לטבח, איינער וויל מאכן געלט דארף יעדער צאלן 25 דאלער, פריי דיך איך שטעל מיך צו צו דיינע תקנות, לוקה ומשלם?


איך פארשטיי עס נישט, ווילסט מיר זאגען אז ר שמעון כץ סאטמער דיין דארף צאלען 25$ צו קענענן שיקען זיינע קינדער אין די מוסדות? יעדער מוז עס באצאלען? און וואס טוט זיך מיט איינער וואס צאלט בכלל נישט קיין שכ"ל ווייל ער האט נישט קיין געלט?
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 4:27 pm#146111
לעיקוואד האט געשריבן:א פשוט'ע עצה לכל הדעות אויך ווער ס'איז חושש משקר.

מ'איז מפקיר די קאמפיאטער, טעלעפאן, אומגעפילטערטע פאקס מאשין, אומגעוואשענע סטראבעריס, וכו' וכו', פאר'ן אנטערשרייבען די אפליקאציע, און שפעטער איז מען עס צוריק קונה.

דער וואס איז מחמיר קען עס אויך פארקויפען פאר א גוי במתנה על מנת להחזיר.

(קרעדיט: עפעס א ניק אין בח"ח).

i dont think that a Matonoh al menos lehachzir will help us by a goy according to halacha
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 3:18 pm#147058
נאך א בילד פון מאנסי
(איין ציהל? דער ציהל פון מאכן געלט איז נישט גערעכנט?)
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 3:48 pm#147070
נייע גזירה פון א מוסד אין בארא פארק, א קינד טאר ניטאמאל טייפן אויף א קאמפיוטער, אפילו ס'האט נישט דיין אינטערנעט! די חברה ווערן וואס אמאל מער משוגע!
איך מיין מ'דארף שטארק מתפלל זיין אז דער נייער חדר אין וויליאמסבורג זאל מצליח זיין.
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 3:54 pm#147072
שמעקעדיג האט געשריבן:נאך א בילד פון מאנסי
(איין ציהל? דער ציהל פון מאכן געלט איז נישט גערעכנט?)

הייסט עס אז זיי האבן שוין געמאכט א קרוב צו הונדערט אלפים .... ׳׳ופקדינו״ בישועה ורחמים
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 5:02 pm#147094
אליצפן האט געשריבן:נייע גזירה פון א מוסד אין בארא פארק, א קינד טאר ניטאמאל טייפן אויף א קאמפיוטער, אפילו ס'האט נישט דיין אינטערנעט! די חברה ווערן וואס אמאל מער משוגע!
איך מיין מ'דארף שטארק מתפלל זיין אז דער נייער חדר אין וויליאמסבורג זאל מצליח זיין.

ס'איז א גדר אז א קינד זאל נישט האבן א מגע ומשא מיט קאמפיוטער, איך קען עס דערהערן, בפרט נאכן וויסן היבשע פאר מעשיות וואס דער סוף פון אזעלכע טייפערייען זענען געווען

אבער די 6 סלייס קאפל דאס גייט מיר נישט אין קאפ אריין....
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 9:57 pm#147195
שרייבער האט געשריבן:אבער די 6 סלייס קאפל דאס גייט מיר נישט אין קאפ אריין....

ס'איז א גדר אז א קינד זאל נישט גיין פון זעקס צו פיר, צו צוויי צו זערו סלייסעס ר"ל,, איך קען עס דערהערן, בפרט נאכן וויסן היבשע פאר מעשיות וואס דער סוף פון אזעלכע סלייסערייען זענען געווען.
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 10:19 pm#147202
איך ווער שוין אזוי צומישט פון די פילע סלייס רעגולאציעס, האב איך מיר געמאכט א שטיקל ליסטע.
סאלמען: 1 סלייס
געפילטע: 2 סלייסעס
קעיק ביים קידוש: 4 סלייסעס
קאפל: 6 סלייסעס
פיצא מוצש"ק: 8 סלייסעס
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 10:51 pm#147213
געפילטע פיש האט געשריבן:ס'איז א גדר אז א קינד זאל נישט גיין פון זעקס צו פיר, צו צוויי צו זערו סלייסעס ר"ל,, איך קען עס דערהערן, בפרט נאכן וויסן היבשע פאר מעשיות וואס דער סוף פון אזעלכע סלייסערייען זענען געווען.

:like :like
געפילטע דו ביסט מתוק מדבש! כ'האב מיך נישט געקענט באגנוגען מיט בלויז א לייק. :lol: :P :lol:
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 11:44 pm#147232
כ'האב פונקט געהערט ווי איינער פון די גרויסע רבנים אין מאנסי האלט זיך גרויס פאר איינעם אז נאכן איבערקוקן די רעזולטאטען פון די וועד הפישער איבער זיינע מוסדות קען ער זאגן מיט א שמחה אז ס'איז אין כמעט גענצליך געלונגען אויס צו רייסן די אינטערנעט ביי אים אין די קהלה. כ'האב נישט געוואוסט אויב איך זאל לאכן אדער וויינען.
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 11:49 pm#147235
קענסט לאכן און וויינען שרייען און זינגען אלעס אויף איינמאל, פאר אזא פאריקטע מצב איז אלעס אין פלאץ, עס גייט נישט אן שלמה המלך'ס כלל פון עת לבכות ועת ושלחוק כו' ס'איז אן עת פאר אלעס צוזאמען, למעלה מן הזמן און כ"ש למעלה מן השכל, (פאר מער קוק אין מיין אשכול עס וויל זיך מיר...).
דינסטאג אקטאבער 15, 2013 11:12 am#156495
אלס חשש שקר חתמ'ע איך דעם צעטל אן אדורכליינען.
דינסטאג אקטאבער 15, 2013 12:02 pm#156503
מען מוז דאך אויספילן דעם פארום?
דינסטאג אקטאבער 15, 2013 2:19 pm#156534
ביי מיר איז עס איין גרויס הייליג צעטל מיט תקנות, מ'דארף נאר געבן א קאטשקע מלמטה.
פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 2:50 pm#160135
עס איז תלוי וויאזוי מען טייטשט דאס ווארט 'דבר', 'א זאך' צי 'רייד'. איך נעם אן אז עס מיינט 'רייד', קומט אויס ווען די תורה שרייבט "מדבר שקר תרחק" מיינט דאס 'זאגן' ליגענט דווקא, אבער שרייבן ליגענט איז מותר לכתחלה.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 11:27 pm#218948
די מצב איז געווארן ערענסטער, סהעלפט נישט סתם שרייבן.
וויאזוי געבט מען זוך אן עצה, די מוסד וויל זען מיין פאן אדער א אושור פון טעג.
איך האב בעצם א פילטער, איך קען נאר נישט פארנעמען אז מפירט זוך מיט מיר ווי א דריי יעריג קונד.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 10:03 am#219016
קודם פריי דיך אז זיי באגענוגען זיך מיט טעג, בעת וואס אנדערע פארלאנגען דייקא זייער פילטער וואס פארשטייט זיך קאסט געלט.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:08 pm#219382
אהיימקומענדיג היינט פון דער ארבעט, האב איך ארויסגענומען די פאסט. אויף איין ענוועלאפ איז געשטאנען פונדרויסן "מאכט זיכער צו אינטערשרייבן די תקנות צעטל". מיט ציטערדיגע הענט האב איך אויפגעמאכט די ענוועלאפ ווען אין מיין מוח לויפן דורך ווילדע מחשבות זיך רישענדיג אויף דאס ארגעסטע.

צו מיין גרויס סורפרייז איז עס געווען גאנץ א נארמאל צעטל. איך וועל נישט ממש נאכשרייבן נאר בקיצור משום חשש גילוי. ס'געשטאנען בערך אזוי:
עפ"י תקנת....... דארף זיין א פילטער אויף יעדע קאמפיוטער/סעלפאון, קינדער זאלן בכלל נישט האבן צוטריט צו א קאמפיוטער. אויב האלט מען נישט איין די תקנות, האט די מוסד א רעכט ארויסציווארפן די קינדער. ע"כ.

ביידע עלטערן דארפן אינטערשרייבן און צוריקשיקן. עס ווערט נישט געפרעגט צו מ'האט בכלל אינטערנעט, וואסארא פילטער מ'האט אדער וועלכע רב גיט די היתר.

ס'קוקט מיר אויס אז זיי ווייסן אז ס'איז א לאוסט בעטטעל און מ'קען נישט ארויפצווינגען תקנות אויף די עלטערן אזויווי אויף יונגלעך אין חדר. נאר וואס דען? מ'פראבירט עס צו דיסקאריזשען און מ'האלט עס אויך אויב זאל מען אמאל וועלן ארויסווארפן די קינדער פאר אן אנדערע סיבה זאל מען עס קענען תולה זיין אין דעם. ווילאנג אבער, מ'שטעלט זיך צו אין אלגעמיין צו וואס די מוסד פארלאנגט, מ'צאלט שכר לימוד באצייטענס און מ'רעספעקטירט די מוסד האט מען זיך נישט וואס צו זארגן.

איך דארף באטאנען אז די נשיא המוסד איז פון די גרויסע לוחמים קעגן אינטערנעט און מיט דעם אלעם האט ער די קאפ אויפ'ן פלאץ און איז ריאליסטיש. איך קאנגרעזשילעיט די נשיא און הנהלת המוסד פאר טון די ריכטיגע שריט און דאנק דעם באשעפער אז איך בין אנגעקומען אויף אזא פלאץ. איך פלאן אי"ה מוסיף צו זיין ביים יערליכע דינער לטובת המוסד, אויסצודריקן מיין הכרת הטוב.

און צו אייך מיינע טייערע ברידער. זעהטס אז לא אלמן ישראל, ס'נאך דא פלעצער ווי נארמאלקייט דיקטירט. ס'נישטא קיין שום סיבה זיך צו שפירן האסטיטש ביי א מוסד ווי מ'האלט נישט ביים זיך צושטעלן צו זייערע תקנות.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:16 pm#219386
מצטמק ויפה האט געשריבן:קודם פריי דיך אז זיי באגענוגען זיך מיט טעג, בעת וואס אנדערע פארלאנגען דייקא זייער פילטער וואס פארשטייט זיך קאסט געלט.


בקיצור פרײ דיך איך געב דיר נאר אײן פאטש נישט צװײ.
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 9:58 am#223790
:lol: :lol:
"לויט די מחנכים..."

.
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 10:12 am#223791
אינטערסאנט! ס'פאלט זיי נישט ביי אז מלמדים/מחנכים קענען אויך נישט פאפן די קינדער.
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 10:58 am#223797
ס'געפעלט מיר ווי די אויפגעקלערטע קאווע שטיבל חכמים דיסקאסירן א בריוו געשריבן דורך א לץ אין בלאט אפיס
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 11:06 am#223799
טענקס פאר דע קאמפלימענט!
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 11:09 am#223800
דריידל האט געשריבן:ס'געפעלט מיר ווי די אויפגעקלערטע קאווע שטיבל חכמים דיסקאסירן א בריוו געשריבן דורך א לץ אין בלאט אפיס


it does not matter who wrote it, it's who reads it,
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 3:18 pm#223845
וואס טיט מען נישט פאר די קינדער

מען ברויך אינטערשרייבן וואס מען הייסט

גענוי אינעם פלאץ ווי מען הייסט

וויפיל מאל זיי הייסן אינטערשרייבן

אלעס פאר חינוך הבנים והבנות
דינסטאג יוני 09, 2015 10:13 pm#281687
משרייבט אונטער אין מהאלט א פייג אין די בעק
דינסטאג יוני 09, 2015 11:26 pm#281695
Re: וואס טוט מען מיט די מוסדות אינטערשרייבעריי
כ׳פארשטיי נישט די דיון אפי׳,
ווען די חברה שרייבן שקרים פאר פ.ס. אדער ס.8. דארט האבן זיי אלע תורות ווייל אז נישט קען מען נישט לעבן(אן ארבייטן) און אז די רעגירונג פארשטייט נישט צו אידישע הוצאות והכנסת פארוואס קען מען נישט ארויס נעמען דא די זעלבע שו״ע און דרייען מיטן זעלבן פינגער מ׳קען נישט לעבן אן דעם די חברה פארשטייען נישט
כ׳האב אמאל געהערט פון איינעם א תורה אז ער שרייבט אינטער א ליידיגע פארם און נאכדעם שרייבט ער אלע זיינע שקרים נא א״כ למה נגרע קען מען דא אויך אזוי טוען
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 10:33 pm#299052
סהעלפט שוין נישט ליגנט זאגן מדארף אריינגעבען דו פאן פאר משומר, וויאזוי געבט מען זוך אן עצה?
לעצטע פאר טעג הער איך סטוט זוך א געבארגאכטס פון פליפ פאונס. וויאזוי ארבעט דאס ?
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 10:49 pm#299055
איך האב לעצטענס באקומען א נייע פאון, די אלטע האב איך שיין אוועקגעפאקט אז ווען די שעה זאל נישט קומען און כ'על דארפן צייגן דעם סטעמפל וועל איך אפירנעמען די באהאלטענע אפיקומן ושלום על ישראל
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 11:24 pm#299062
דריידל האט געשריבן:איך האב לעצטענס באקומען א נייע פאון, די אלטע האב איך שיין אוועקגעפאקט אז ווען די שעה זאל נישט קומען און כ'על דארפן צייגן דעם סטעמפל וועל איך אפירנעמען די באהאלטענע אפיקומן ושלום על ישראל

דריידל: איך האב נישט ליעב צו פרעגן קיין קשיות אויף א מעשה. אבער דאך. ס'איז ידוע אז די פאון קאמפעניס זענען נישט אזעלכע גוטע מענטשן. און ווען די אקטיווירסט דיין נייע פאון, לעשן זיי אויס דיין אלטע פאון. חוץ אויב דו ווילסט באצאלן פאר נאך א ליין....נו...א"כ למה זה אנוכי. ווי שטימט עס מיט דיין מעשה מיט'ן אפיקומן....? טאטע לעבן זיי מוחל און ענטפער מיר א תירוץ... :lol: :roll:
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 11:30 pm#299065
Re: וואס טוט מען מיט די מוסדות אינטערשרייבעריי
רבי בערל מיט GSM דארף מען נאר טוישן סים
און אפילו Verizon cdma קען מען גרינג טוישען איין צום צוויטען online

וואספארשטייטאבעלעגלה..
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 10:54 am#299118
Re: וואס טוט מען מיט די מוסדות אינטערשרייבעריי
קענען זיי נישט זען אז די דיווייס וואס זיי האבן געכשרט איז מער נישט עקטיוו?
דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 9:11 pm#382749
'
מיטוואך אוגוסט 23, 2017 6:21 pm#383225
נולד מאוחר האט געשריבן:קענען זיי נישט זען אז די דיווייס וואס זיי האבן געכשרט איז מער נישט עקטיוו?


ניין זיי קענען נישט זען.
מפי אחד הפראגרעמערס של טעג לפני חצי שנה