Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל • טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

קאווע שטיבל • טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
200 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 419 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2348
דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:32 am#117064
ווער איז נישט קיין כלי קודש היינט? א סופר, מוהל, הן ותולדותיהן ותולדות תולדותיהן איז דאך פשוט א כלי קודש. א בנשק"ל איז דאך קודש אליינטס. א ארבעטסלאזער האט דאך נישט קיין דזשאב, סתמא דמילתא טרינקט ער קאווע ביז צוועלפע, היש לך קודש מזה? בלייבט איבער די פאר ארבייטער וואס מאכן גענוג אויף צו גיין ארבעטן, אבער נישט גענוג אויף צו קענען פייפען אויפ'ן גאנצען מעשה, פאר די פאר דארף מען איבערדרייען וועלטן?
דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:41 am#117068
כ'בין נישט זעלבסט איינס, אבער כ'פארמאג כלי קודש ביי מיר אינדערהיים: ווי למשל, א ראצפערטער פריזשידער מיוחד פאר מילכיגס, און א קרעטשניפער פוד פראסעסאר מיוחד פאר פאטעטא קוגל.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:45 am#117070
משה געציל האט געשריבן:ווער איז נישט קיין כלי קודש היינט? א סופר, מוהל, הן ותולדותיהן ותולדות תולדותיהן איז דאך פשוט א כלי קודש.

דער אמשינוב'ער רבי האט אמאל אנגעטראגן פאר א תמים ער זאל ווערן א כלי קודש, למשל א שטריימל-מאכער, א דרייווער פון א מהדרין באס וכדו'...
דאנערשטאג מאי 23, 2013 6:25 am#117090
איחוד פעלד האט געשריבן:איז עס אן עוולה צו שרייבען הוילע ליגענט אויף דער אפליקאציע?

איז עס אסור אלץ שקר? לא תונו?

איז עס עטיקלי אויסגעהאלטען?

עס איז א חיוב צו זאגען ליגנט.
סיי על פי תורה, און סיי על פי עטישקייט. וואסארא מין חוצפה האט דער מוסד זיך אריינצומישען אין מיינע פריוואטע ענינים? און אז ער וועט ארויסשיקן א צעטל וויפיל מאל א וואך איך טוה עפעס א פריוואטער זאך איז עפעס א הוה אמינא סדא א ענין צו זאגען אמת? אדרבה, צניעות און פרייועסי דיקטאטירט אז ממוז זאגען ליגנט. (וכמבואר בגמרא בג' דברים צריכים לשנות).
ווער עס זאגט אמת איז משתף פעולה מיט די טעראריסטען העומדים עלינו לכלותינו.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 6:33 am#117093
איך האב געוואוסט אז אויב וואלט איך געשריבן די אמת, וואלט געווארן א גאנצע פייט. זיי וואלטן ארויסגעווארפן מיינע קינדער, איך וואלט געווארן אויפגערעגט און זיי געגאנגען בארעדן,
האב איך מפני דרכי שלום געשריבן אלעס - ליגנט.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:17 am#117126
וואס טוט זיך מיט גניבת דעת?

(ביי די ג' דברים איז נישטא קיין גניבת דעת ווייל עס איז ממש נישט נוגע פאר יענעם און יענער שטעלט דיר נישט צו קיין סערוויסעס בעיסד אויף דעם ענטפער). און ביי די פראגרעם'ס ווייס איך נישט צי עס איז א פראבלעם, איז גניבת דעת אסור ביי א גוי? אדער אז די רעגירונג איז נישט קיין יחיד איז עס נישט שייך?

בכל אופן, איינער זאל עמערזשענסי שאפן א היתר. אז נישט איז דא א חשש אז דער עולם וועט עס טון באיסור...
דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:21 am#117131
מותר לשנות מפני דרכי שלום איז נישט גענוג א היתר?
דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:23 am#117135
וואסארא גניבת דעת? עס איז נישט זייער ביזנעס אויך נישט צו וויסען.

א פסוק איז דיר א גוטע מקור? עם עיקש תתפתל, אחיו אני ברמאות.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:25 am#117138
שמעקעדיג, ניין, ווייל דרכי שלום איז נישט דער עכטער היתר. (אז איינער איז משנה מפניו דרכי מחלוקת האט ער נישט געטון קיין ערגערע עבירה אין באצוג צו שקר / גניבת דעת). די נקודה איז אז שקר מדאורייתא איז אסור נאר ביי בית דין. גניבת דעת איז אסור ווען דו מאכסט יענעם מיינען אז דו האסט געטאן עפעס וואס ער איז צופרידן פון, (און דאדורך וועט ער דיר מחזיק טובה זיין אפילו בעתיד, און כל שכן ביי א מאמענטאלע זאך).
דאנערשטאג מאי 23, 2013 11:06 am#117179
ס'איז דא א שטיקל עצה. מען קען ענטפערן די מוסדות דורך אימעיל. כ'מיין אז ס'הייסט נישט עכט שרייבן. (כ'האב געהערט אז עס זענען דא מתירים צו שרייבן אימעילס חוה"מ אויף עפעס אזא סמך.) במילא איז עס שוין נישט בכלל "שרייבן שקר".

דאס איינציגע פלאץ וואו "גניבת דעת" ווערט בפירוש דערמאנט אין דער תורה איז ביי יעקב אבינו, ווען ער איז אנטלאפן פון לבן. לבן האט דערקלערט: "למה נחבאת לברוח ותגנב אותי" און רש"י זאגט דערויף: "גנבת את דעתי." נו, מעשה אבות סימן לבנים.

דער איסור פון שקר ווערט לכאורה נדחה צו דער מצוה פון "תלמוד תורה". היות זאגן דעם אמת מיינט אהיימשיקן די קינדער פון חדר און זיי מבטל זיין פון לערנען, מוז מען באין ברירה זאגן ליגנט.

מען אפשר מוסיף זיין אז דאס זאגן ליגנט לטובת לימוד התורה פון די תשב"ר קען מתקן זיין דעם ביטול תורה וואס איז געווען דורך די פארלאפענע אסיפות. עס וועט אויך זיין א שטיקל תיקון פאר די רעדנערס-ראשי ישיבות, וועלכע האבן שוין מבטל תורה געווען ביי מערערע געלעגנהייטן דורך נישט אננעמען אדער ארויסווארפן בחורים פון ישיבות.

(דעם לשון פאר די פסוקים און מאמרי חז"ל האב איך גענומען פונעם אינטערנעט, ותשח"ל.)
דאנערשטאג מאי 23, 2013 11:34 am#117191
דער ריכטיגער היתר איז אזוי.

עס איז נישטא קיין איסור צו זאגען סתם דברי שקר, דער וואס וויל קען נאך קוקען אין די פוסקים.

עס איז דא אן איסור פין לא תונו איש את עמיתו, דאס הייסט אויסנארען דורך זאגען שקר למשל, און דאס איז אסור, נישט ווייל מען זאגט ליגענט, נאר ווייל מען נארט יענעם אויס.

מדבר שקר תרחק גייט נישט ארויף דעם, עס רעדט אין בי"ד וכו'. (עס איז דא וואס פרעגען פין די גמרא אין כתובות לגבי זאגען פאלשער שבחים אויף א כלה פין מדבר שקר תרחק, און די תירוצים זענען נישט נוגע, דער עיקר איז אז שקר אהן א ציל פין יענעם אויסנארען לגבי א דבר שבממון איז נישט אסור).

און דער איסור איז נאר נוגע ביי דברים שבממון, מען נארט איינעם אויס כדי ער זאל עפעס קויפען וכדומה.\

סתם זאכען, למשל פארציילען פאלשער מופתים פין רבין (אפשר איז עס יא נוגע ממון) אדער פארציילען פאלשער נייעס, און סתם דברי גוזמא, איז נישט אסור אלץ שקר, פארשטייט זיך אז עס איז נישט קיין שיינע מדה וכו'.

דא ביי דער מוסדות צעטל, האבען זיי נישט קיין שום רעכט צו פארלאנגען צו וויסען, און ממילא איז עס נישט קיין דבר שבממון, מעג מען שרייבען און אונטערשרייבען וואס מען וויל.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:28 pm#117281
גנדי האט געשריבן:אויב איר וואלט געווען די טאטע וואס האט בקומען אזא בריוו מיט אייער 3 יעריג אינגל קומענדיג אהיים פון חדר - וואס וואלט איר געטוהן?

וואס זענט איר מייעץ פאר די יונגעלייט וואס האבן באקומען די בריוו?

ביטע העלפט ארויס...


טרעפ א נייע חדר. נישט ווייל ער לאזט דיר נישט האבן אינטערנעט, נאר ווייל דו טייערע טאטע ביזט ביי דעם רבי'ן מיט די מנהלים א שטיקעלע דרעק.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:34 pm#117285
ער האט מיר דערציילט א איינער פון די אנגעשטעלטע פון זיין זוהן'ס ישיבה האט איהם געגעבען א פרעג, פתאום שלא בעונתו, "כ'קען זעהן דיין סעלפאהן"?

דער סיפור הדברים האט מיר געגעבן א טרייסעל, דאס קען דאך געשעהן צו מיר, וואס טוט מען דא?
אומר ועושה, געגאנגען קויפן דער פרי-פעיד סעלפאהן, פאר $25, א איינמאליגע אינוועסטמענט, אז אויב ח"ו זאל דאס געשעהן צו מיר סיי ווען, שלעפ איך דאס ארויס, אין דאס ווייז איך פאר דער נייגעריגע פערשוין.

איז דאס גניבת דעת? ניין

אוי וויי, דער סקולענער רבי'ס זוהן איז דאך דא א אפטער גאסט (אולי אויך א שרייבער)...
דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:47 pm#117292
און ואס טוסטו ווען יענער זאגט, איך גיי דיר אריינקאלן?...
דאנערשטאג מאי 23, 2013 2:13 pm#117302
דעת תורה האט געשריבן:בכל אופן, איינער זאל עמערזשענסי שאפן א היתר. אז נישט איז דא א חשש אז דער עולם וועט עס טון באיסור...

השקר אינו אלא בפיו אבל לא בכתב - ספר המדות למוהר"ן מברסלב אות אמת סימן נ':
דער מהרש"א זאגט אויף די גמרא (ב"ב טו.) אפשר משה מת וכתב וימת שם משה? אלא עד כאן הקב''ה אומר ומשה אומר וכותב, מכאן ואילך הקב''ה אומר ומשה כותב בדמע. זאגט דער מהרש"א אז ביז דא האט משה אויך געזאגט די ווערטער בשעת'ן שרייבן, און פון דא און ווייטער האט ער נאר געשריבן און דערפאר הייסט עס נישט געזאגט ליגנט.
ועיין עוד שו"ת נודע ביהודה (קמא יו"ד סימן ס"ו) ווי ער איז דן אין דעם אז כתיבה אינה כדיבור לגבי כמה ענינים.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 2:22 pm#117304
איחוד פעלד האט געשריבן:
דא ביי דער מוסדות צעטל, האבען זיי נישט קיין שום רעכט צו פארלאנגען צו וויסען, און ממילא איז עס נישט קיין דבר שבממון, מעג מען שרייבען און אונטערשרייבען וואס מען וויל.


פארוואס האבן זיי נישט קיין רעכט? ראובן זאגט פאר שמעון, איך פארקויף דיר מיין פעלד נאר בתנאי אז דו הערסט אויף רייכערן, אזא שגעון איז אים אריין אין קאפ. ווילסט נישט, מוזטו נישט קויפן מיין פעלד. איך פארקויף עס אבער נאר אדעתא דהכי. יעצט, ער האט נישט גענוצט קיין תנאי כפול, סאו די מכירה ווערט טאקע נישט בטל. אבער צו האט נישט שמעון עובר געווען אויף גנבת דעת ווען ער האט אים איינגערעדט אז ער הערט אויף צו רייכערן?

לגבי דעם ענין בפני עצמו, צי די מוסדות האבן א רעכט זיך אויסצונעמען תנאים, אדער ניין, זיי זענען מחוייב צוצושטעלן זייער סערוויס בכל אופן, אעתיק מה שכתבתי במקום אחר:


דעת תורה האט געשריבן:עס ווענדט זיך וועלכע סארט מוסד. אויב איז עס א יחיד וואס האט א מוסד, וואס ער האט אליין אויפגעבויט און ער ראנט עס ווי א ביזנעס האט ער אלע רעכטן צו זאגן אז ער פארלאנגט די תנאים. ער מעג אפשר נישט ארויסווארפן אינמיטן זמן, אבער סוף זמן מעג ער זיכער.

אויב איז עס א רבים, געבויט פון כספי ציבור, ברויך דער רבים האבן ערוועלטע פארשטייער וואס זאלן טון לויט וויאזוי דער ציבור פארלאנגט.

אויב איז עס געבויט פן כספי ציבור אבער דער ציבור האט עס געגעבן על דעת אז די מנהיגים זאלן - וועלן - זיין פולשטענדיג אין קאנטראל און זיך קנאפ רעכענען מיטן ציבור, קענען די מנהיגים טון וואס זיי ווילן.

להערת אגב, די אלע אינסטיטוציעס וואס עקזיסטירן היינט, כל זמן זיי פארלאנגען דאס מינדעסטע תנאים פון די עלטערן,האבן מיר נאך בכלל נישט מקיים געווען תקנת ר' יושע בן גמלא. און איך זע נישט וויאזוי דער ציבור קען זיך ארויסדרייען פון דעם חיוב און זאגן שלום עלי נפשי איך שיק מיינע קינדער אין א פריוואטע אינסטוטיציע וזהו. עס גייט נישט אזוי. עס איז דא א חיוב אויף בני העיר און יעדער איז מחויב צוזען אז יעדעס קינד זאל האבן וואו צו לערנען.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 2:26 pm#117306
@ברסלבר, גאנץ גוט. איך האב געהערט חסידים ואנשי מעשה פארלאזן זיך אויף א ענליכער היתר - און עס קען ארבעטן דא אויך - ביים אונטערשרייבן פאר די... , אז מען שרייבט קודם אונטער דעם צעטל ווען סאיז ליידיג, און נאכדעם פילט מען אריין די אינפארמאציע.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 4:33 pm#117344
דעת תורה האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:
דא ביי דער מוסדות צעטל, האבען זיי נישט קיין שום רעכט צו פארלאנגען צו וויסען, און ממילא איז עס נישט קיין דבר שבממון, מעג מען שרייבען און אונטערשרייבען וואס מען וויל.


פארוואס האבן זיי נישט קיין רעכט? ראובן זאגט פאר שמעון, איך פארקויף דיר מיין פעלד נאר בתנאי אז דו הערסט אויף רייכערן, אזא שגעון איז אים אריין אין קאפ. ווילסט נישט, מוזטו נישט קויפן מיין פעלד. איך פארקויף עס אבער נאר אדעתא דהכי. יעצט, ער האט נישט גענוצט קיין תנאי כפול, סאו די מכירה ווערט טאקע נישט בטל. אבער צו האט נישט שמעון עובר געווען אויף גנבת דעת ווען ער האט אים איינגערעדט אז ער הערט אויף צו רייכערן?

לגבי דעם ענין בפני עצמו, צי די מוסדות האבן א רעכט זיך אויסצונעמען תנאים, אדער ניין, זיי זענען מחוייב צוצושטעלן זייער סערוויס בכל אופן, אעתיק מה שכתבתי במקום אחר:


דעת תורה האט געשריבן:עס ווענדט זיך וועלכע סארט מוסד. אויב איז עס א יחיד וואס האט א מוסד, וואס ער האט אליין אויפגעבויט און ער ראנט עס ווי א ביזנעס האט ער אלע רעכטן צו זאגן אז ער פארלאנגט די תנאים. ער מעג אפשר נישט ארויסווארפן אינמיטן זמן, אבער סוף זמן מעג ער זיכער.

אויב איז עס א רבים, געבויט פון כספי ציבור, ברויך דער רבים האבן ערוועלטע פארשטייער וואס זאלן טון לויט וויאזוי דער ציבור פארלאנגט.

אויב איז עס געבויט פן כספי ציבור אבער דער ציבור האט עס געגעבן על דעת אז די מנהיגים זאלן - וועלן - זיין פולשטענדיג אין קאנטראל און זיך קנאפ רעכענען מיטן ציבור, קענען די מנהיגים טון וואס זיי ווילן.

להערת אגב, די אלע אינסטיטוציעס וואס עקזיסטירן היינט, כל זמן זיי פארלאנגען דאס מינדעסטע תנאים פון די עלטערן,האבן מיר נאך בכלל נישט מקיים געווען תקנת ר' יושע בן גמלא. און איך זע נישט וויאזוי דער ציבור קען זיך ארויסדרייען פון דעם חיוב און זאגן שלום עלי נפשי איך שיק מיינע קינדער אין א פריוואטע אינסטוטיציע וזהו. עס גייט נישט אזוי. עס איז דא א חיוב אויף בני העיר און יעדער איז מחויב צוזען אז יעדעס קינד זאל האבן וואו צו לערנען.


שרייבסט דאך אליין פ"וו זיי האבן נישט א רעכט צו מאכן די סארט גזירות. זענען זיי עפעס ערוועלטע פארשטייער? זיי זענען פאלנער משתלטים על הציבור.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 4:39 pm#117347
כאיחוד ועוד, זיי זענען נישט ערוועלטע מענטשן וועלכן מיר האבן אויסגעקליבן אלס אונזערע פארטרעטער און פארזארגער.
איך האב עס געשריבן אין אן אנדערן אשכול, ווי פאלגענד:

שמעקעדיג האט געשריבן:דער חילוק איז, איך קוק אן די מוסדות אלס א שליח פון די עלטערן, אן אונזערע קינדער קענען זיי אלע גיין בארן קלאפן! זיי דארפן אונז מער ווי אונז זיי, אין מלך בלא עם;
משא"כ דו (און מאנכע אנדערע) קוקן אן די זאך פארקערט, כאילו ס'איז דא עפעס א באלעבוס, א קאמפאני, און מיר עלטערן דארפן קומען זיך בעטן כעני בפתח אז זיי זאלן אונז טאן די טובה און אריינלאזן אונזערע קינדער.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 6:15 pm#117383
אפנים איך בין געווארן דער פארטרעטער פון פאפא...
דאס האט מען געגעבן די וואך פאר די מיידלעך פון פאפא בארא פארק.
(דאס האט מיר א דריטער געשיקט אויף צו פאוסטן.)
דאנערשטאג מאי 23, 2013 6:18 pm#117385
פאפא על הגובה
זעיט אויס אז פאר יעדע צעטיל וואס מ'שיקט אהיים קומען צו מער קינדער
דאנערשטאג מאי 23, 2013 7:15 pm#117405
מיט בית יעקב אלו המיידלעך גייען זיי בלשון רכה.

בד"וו פארוואס איז פאפא מוסדות אין בארא פארק נאר א "סניף"?
דאנערשטאג מאי 23, 2013 7:38 pm#117416
אויב איז דא א סיבה און א תועלת אין דעם שמריה ראזענבערג, איז עס מסתמא יעצט ווען ער האט אויפגעפיקט די פאפא בריוון. פון דארט איז א שפאן צו די אלגעמיינע צייטונגען, און אפשר וועלן די אינסטאנצן זיך ארויפכאפן דערויף.

און פון דא איז אויך א מוסר השכל ווי ווייט מען דארף נזהר זיין ווען מען פאוסט עפעס וואס קען גורם זיין שאדן פאר א איד.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:38 pm#117435
פון דא איז א מוסר השכל ווי ווייט מען דארף זיין נזהר ווען מען שיקט אהיים עפעס וואס קען גורם זיין שאדן.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:50 pm#117439
ווייל נאכדעם קען קומען א אומפאראנטווארטליכער ייד און עס פארעפנטליכן.

---

ווי געשריבן, ביי די ספעציפישע צעטל איז עס גראדע נישט אזא שלעכטע זאך. איך רעד בכלליות.
מאנטאג יולי 29, 2013 10:37 am#137037
אז מגעפינט א סמארט פאן דארף מען נישט מקיים זיין השבת אבידה.
www.vosizneias.com/137277/2013/07/29/jerusalem-halachic-ruling-says-smartphones-dont-need-to-be-returned-if-found/
מאנטאג יולי 29, 2013 7:33 pm#137155
נולד מאוחר האט געשריבן:אז מגעפינט א סמארט פאן דארף מען נישט מקיים זיין השבת אבידה.
www.vosizneias.com/137277/2013/07/29/jerusalem-halachic-ruling-says-smartphones-dont-need-to-be-returned-if-found/

כמו"כ אויב געפינט מען דער גמרא אדער שולחן ערוך פון דער רב ברויך מען עס נישט צוריקגעבן, ווארום עס איז קלאר אז דער תורה זיינע ווערט עם א סם המוות און עס איז פשוט אז א סם המוות גיט מען נישט אפ אלץ השבת אבידה.
והנלענ"ד כתבתי. לעיקוואד, מו"ץ פעיה"ק ק"ש והגלילות.
מאנטאג יולי 29, 2013 10:23 pm#137188
פרישע מיטלען פין רעסטריקטען דאס אינטערנעט באניץ אין די פובליק
און ביי עפענטליכע מקומות ליינט דעם פאלגענדען באריכט און בילד:
m http://t.co/Jnue09j02Z m


m http://t.co/riSTB8BWuL m
מאנטאג אוגוסט 05, 2013 11:20 pm#138870
א צעטיל וואס כ'האב לעצטנס באמערקט אין ביהמ''ד באבוב 49.
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 8:28 am#145602
ממש א פחד, דער רבי וועט נישט דאווענען אויף עם.. (לגבי נישט מוציא זיין איז סתם עמארצות ווייל מ'קען נישט טוהן אזא זאך)
m http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=58538 m
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 8:35 am#145604
עס איז אינטערעסאנט ווי די רביס און רבנים קענען איינטיילן וועם זיי וועלן נישט מוציא זיין מיט תקיעת שופר צוליב דעם וואס זיי האבן א סמארט פאון, ווער מעג נישט דאווענען פארן עמוד, און וועמענ'ס קינדער קענען נישט לערנען אין זייער מוסד.

איך ווארט אבער צו זעהן וועלכע רבי וועט זיין די ערשטע to put his money where his mouth is און אויפהערן צו נעמען געלט פון נדבנים וואס האבן אייפאונס.
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 8:45 am#145606
תיקון טעות נחוץ מאד: צ"ל 'דער הייליגער רבי'.
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 8:52 am#145609
פשוט א גוטער אז ער געבט צייט מ׳זאל זיך קענען איינהאנדלן א שופר...
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 11:08 am#145633
ס'האט איינער געזאגט אז ער ווארט נאך אויף דעם ערשטן רבי'ן וואס וועט מכריז זיין אז ער נעמט נישט קיין געלט פון איינער מיט א סמארפון.... נישט מוציא זיין מיט די תקיעות איז איזי...
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 4:10 pm#145742
הירשל ציג האט געשריבן:ס'האט איינער געזאגט אז ער ווארט נאך אויף דעם ערשטן רבי'ן וואס וועט מכריז זיין אז ער נעמט נישט קיין געלט פון איינער מיט א סמארפון.... נישט מוציא זיין מיט די תקיעות איז איזי...

הוגה דריי תגובות ארויפציר.
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 8:42 pm#145845
יידל האט געשריבן:
הירשל ציג האט געשריבן:ס'האט איינער געזאגט אז ער ווארט נאך אויף דעם ערשטן רבי'ן וואס וועט מכריז זיין אז ער נעמט נישט קיין געלט פון איינער מיט א סמארפון.... נישט מוציא זיין מיט די תקיעות איז איזי...

הוגה דריי תגובות ארויפציר.

כאב איהם געלייקט ווייל איך וועל טראכטען אז ער האט נישט באמערקט..
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 1:16 am#145940
לגבי תקיעת שופר ארבעט עס יא, מען קען רואיג אינזין האבן נישט מוציא צו זיין איינעם. די עצה איז פארקויפן פאר א גוי כמבואר במקוו"א.
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 1:00 pm#146010
דעת תורה האט געשריבן:לגבי תקיעת שופר ארבעט עס יא, מען קען רואיג אינזין האבן נישט מוציא צו זיין איינעם. די עצה איז פארקויפן פאר א גוי כמבואר במקוו"א.


פארקויפן פאר א גוי אזוי ווי חמץ איז זייער א גוטע עצה. אבער דאס וועלן מיר אויך דארפן טוהן דורך די רבנים...
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 1:02 pm#146013
דעת תורה האט געשריבן:לגבי תקיעת שופר ארבעט עס יא, מען קען רואיג אינזין האבן נישט מוציא צו זיין איינעם. די עצה איז פארקויפן פאר א גוי כמבואר במקוו"א.


אפשר קען איך פארקויפען פאר א צווייטן מיינע טריפה'נע זאכן בשעת איך שרייב אונטער די תקנות, און נאכדעם צוריק קויפן, אזוי וועט דאס נישט זיין קיין ליגענט...
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 2:26 pm#146046
אנשטאט פארקויפן די אינטערנעט, מ'קען פשוט פארקויפן די רבנים פאר א גוי און פטור אנייסעק.
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 6:28 pm#146186
במה דברים אמורים, ווען דער רב/רבי איז אריינגעוועלט געווארן דורך אונז, און ער פארשטייט דעם 'לאו שררה אני נותן לכם רק עבדות', דאן איז ער אונזעריגער חפץ און מען קען אים פארקויפן; משא"כ די משתלטים על הציבור קען מען נישט הלכה'דיג לכתחילה, ואולי לעיקוואד ימצא דרך היתר.
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 10:32 pm#146225
נאר פאר די אריינגעוועלטע דארף מען א היתר מכירה, די קנין פון די משטלתים האט קיינמאל נישט חל געווען, אלס זכין לאדם, ואין חבין לאדם שלא בפניו.
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 10:52 pm#146229
דרך אגב דער רעבע וואס איז יא מוציא-נישט מוציא מיט זיינע תקיעות איז די מערסט וואקאציאנירטע רעבע אויפן ערד קוגעל ער איז אין די שווייץ אליין מער וויפיל איך גיי אין טוילעט
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:02 pm#146231
נהורא נפישא האט געשריבן:דרך אגב דער רעבע וואס איז יא מוציא-נישט מוציא מיט זיינע תקיעות איז די מערסט וואקאציאנירטע רעבע אויפן ערד קוגעל ער איז אין די שווייץ אליין מער וויפיל איך גיי אין טוילעט


כדי צו פארשטיין בעסער ברענג איך נאכאמאל דעם בילד
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:26 pm#146233
זענען זיי אונז מוציא מיט זייערע שנארכעצעס, קרעיזיס
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:32 pm#146235
אויב נישט תקיעות העט זיין נפיחות
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:43 pm#146240
איין מינוט, ווער זאגט אז א רבי איז אפילו בכלל מחיוב מיט תקיעות שופר?
מי שאינו חייב בדבר אינו מוציא.
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:44 pm#146242
באקומען אויף וואטסאפפ:

"די ווייסע הינער אין ניו יארק האבן געלאזט מעלדן אז היי יאר וועלן זיי נישט איבערנעמען קיין עבירות פון סמארטפאן באניצער. איר קענט דרייען 'זה חליפתי' ביז די האן קרייעט, אויב האסטו א סמארטפאן וועסטו בלייבן שטעקן מיט אלע עבירות דו האסט אריינגעכאפט צווישן 'תשליך' און 'כפרות שלאגן."
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:47 pm#146243
וועט מען מוזן דרייען מיט קיען אדער אקסן
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:51 pm#146244
העט מען מיזן דרייען מיט געלט, תרתי משמע.