Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל • טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

קאווע שטיבל • טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
200 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 419 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2348
פרייטאג אוגוסט 21, 2015 9:59 am#297125
מען טאר נישט נוצן א בעל תפלה מיט א סמארטפאון...
(לייען די קאמענטס, גאנץ אינטרעסאנט)

m http://www.vosizneias.com/212849/2015/0 ... r-service/ m
פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:17 pm#298302
לטהרינו.jpg
לטהרינו.jpg (97.44 KiB) געזען געווארן 1919 מאל
פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:32 pm#298303
פארוואס איז ס'ווייבל בכלל ערלויבט צו האבן א פאון? פארוואס מיינסטו דארף זי עס שוין? ווייסט וואס זי קען אלץ טון מיט דעם? מ'דארף זיך שוין נעמען צו דעם.
פרייטאג אוגוסט 28, 2015 2:10 pm#298305
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
היתכן עס געפונט זיך אינטערנעט אין די מוסדות אפיס? כמעט איעדער חדר אדער סקול ווי איך גיי צו פאר סערוויס געפונען זיך דארט מיידלעך (רח''ל) אין אפיס און נעקסט דאאר האט די מענער אפטיילונג געפילטערטע אינטערנעט ל''ע.
זונטאג אוגוסט 30, 2015 3:13 am#298432
בכבוד רב,
גע'חתמ'עט דורך די KJB (קרית יואל בריונים)
זונטאג אוגוסט 30, 2015 8:01 am#298443
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
אזוי גייט זיין איבעראל, נישט נאר די ענקעוודא, אזוי פאסירט ווען מען לאזט צי איינעם שולט צי זיין אויף א צווייטען, ווען מין גיבט אויף פרייהייט אפילו א פיצי, האט עס ווייטע קאנצעקווענצען,

די פאקט איז אז די מענטשליכע נאטאר איז אזוי, ווען איינער פארקויפט מיר א אתרוג, אדער גיבט מיר ערב פסח מצה, אדער אפילו פארקויפט מיר א שאכטל מילך אין גראסערי, שפירט זיך אויף אמאל עפעס מער שטערקער פון מיר, נא איידיע פון ווי זיין קאנפידענץ נעמט זיך, אבער ער שפירט מער געלינגען, איך שטיי דאך פאר אים פארכטיג מיט דרך ארץ און א גראדע ליין, איי איך בין קליגער רייכער וכו' מער פון אים, דאס קומט אויף א מאל עפעס נישט אריין, ער איז שטאלץ מער פאורפול און אויב גייט עס אים אין קאפ אריין ווערט ער א געפאהר פאר די מענטשהיייט עד כדי כך אז מען קען פון אים נישט אויסהאלטן, על אחת כמה וכמה די מענטשהאפטיגער פראבלעים ווערט פיל פאכיג מער ווען איינער ברויך הילף ביי א צווייטען, דאן וועט ער אים אלע מאל גיבן א אלטעטוט, ווי למשל איך וויל ער זאל אן נעמען מיין בחור, אדער מיין זין'ס מלמד, אדער שואל עצה זיין מיט טיפול מיחוד, שלום בית, ווייזן א מראה פאר א רב, וכדומה, אפילו איך בין הינדערט מאל קליגער שענער רייכער, נישט נוגע, איצט איז ער שטערקער און ניצט עס אויס צי א מאקס,

השתא עבדי, אז מען גיבט כוח פאר א וועד לעשות כרצונם, שפילן זיי זיך ארום מיט מיין רעגעסטראציע קארטל ווי א קאץ איבער א מייז, זיי וועלן אזא הנאה נישט אזוי שנעל אויף גיבן, ווער רעדט נאך ווען מען האט איינעם געכאפט, מען האט בארירט זייער כבוד, ער איז דאך גערעכט, דאן איז דאך מיין בליט לכתחילה הפקר, מען מעיג מיך פאר אזא גרויסע נבירה ווי ליגענט זאגן פאר אזא הייליגע וועד מארדן מיך מיט די קינדער, מען ברויך דעריבער אזא וועד וואס ווערט א בית וועד לרשעים, פשוט זיי קענען נישט עומד בנסיון זיין פון נישט ווערן היטלער'ס קאפא'ס, ווערן זיי נעבעך רשעים און פייניגן דעם ציבור אינטער די פאן פון צניעות פילטער שמילטער אדער סיי ווי זיי קענען איינעם א רביעית בליט אויסצאפן כאפט מען זיך צי ווי צי געבראטנעס.
דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 1:28 am#299283
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
/
דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 4:40 am#299285
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
די ים פון פאטעטישע אויסדרוקן פון מיטלייד און עמאציע איז מבהיל הרעיון.
דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:55 am#299290
נישט פארגעסן אז זיי ווילן טאקע מאכן זיכער אז מ'פארמאגט נישט קיין סמארטפאון אבער פון די אנדערע זייט ציטירען זיי טאמער די עלטערן וועלן ארויס נעמען די קינדער, מוזן זיי רעדן אזא שפראך
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 10:46 pm#300205
.
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 10:47 pm#300206
S
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 11:21 pm#300215
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
יעצט געזען אין לי גארדנס שול עטליכע שארפע צעטלעך וואס פארבאטן ארויסצונעמען א סמארטפאון אין שול 'אפי' וואס איז מאושר דורך משמרת '
איך בין נייגעריג וואס די שיינע אידן פון דארט מיט די סמארטפאונס גייען טון,
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 11:21 pm#300216
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
FWD: FWD: WILLIAMSBURG:
A Bum with a Smart Phone has been thrown out of Lee Gardens!
Its the 1st Shul after Hooper that forbid this week Smart Phones!
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 11:31 pm#300221
האט מען אים ארויסגעווארפן וועגן ער איז א באם אדער אלץ די סמארטפאון, אדער גאר וועגן ביידע צוזאמען?

ווי צודרייט די תקנה זאל נאר נישט זיין, איז פארפאלן און דאס איז עס. מ'קען פרובירן מבטל זיין די תקנה אבער ווילאנג ס'איז אין קראפט קען מען נישט זיין קיין אויבער חכם, זיך אנפייפן און נאכדעם וויינען אז מ'האט אים ארויסגעווארפן. ס'קומט מיר פאר אזויווי די קלירק וואס האט נישט געוואלט מאשר זיין געי מערידזש און יעצט זיצט זי אין חד גדיא.

איך שטעל מיך פאר אז דער בחור/יונגערמאן האט געוואלט ווייזן אז מ'וועט אים נישט איינטיילן וואס צו טון, איז געשען וואס איז געשען.
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 5:11 pm#300354
זיי לאזן נישט קיין פאון "אפילו ס'איז מאושר"? וואטס פשט?
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 5:21 pm#300359
פארוואס משקה המשכר וואס ברענגט צו עריות (כמבואר בחז"ל) מעג מען ברענגן אין שול, און א סמארטפאון נישט?
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 5:55 pm#300371
איך בין געוועין געראכטן אויף די מאס רשעותדיגע תקנות וואס שפראצען ארויס, דער עולם מיז פארשטיין היות די ארוינים האבן מתקן געוועין אז פרויען טארן נישט האבן קיין סמארט פאון'ס, איז דאך א פשטת אז זלוינים ברויכן אויך אויפקוצען מיט א תקנה וואס די וועלט וועט מסכים זיין אז זיי זענען אויך "פרים", און איצט איז טאקע צי ערווארטן אז די ארוינים וועלן ברעכן קעפ ביז זיי גייען וויין פאר די וועלט אז זיי זענען די עכטע פריאקעס, אזוי פאלן מיר פערד צי יעדע שיגעון וואס זיי וועלן אויסטראכטן אויפ אינז לקיים.
דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 1:34 am#300440
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
/
דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 2:18 pm#300509
WOW, ער איז דער פאסיגער מענטש צו שטרענג אינפארסירן די תקנות...
דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 2:42 pm#300516
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
Its getting serious
מען מוז שוין עמערדזענסי עפענען קאווע שטעטל,
דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 3:32 pm#300522
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
פארוואס איז מען פטור געווארען פונ'ם אלט'ן גבאי?
דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 10:56 pm#300622
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פארוואס איז מען פטור געווארען פונ'ם אלט'ן גבאי?

ווער זאגט אז ס׳איז בכלל געווען א גבאי פארדעם? ב״ה אז ס׳איז אכזר דרא און מען קומט אויף מיט נייע תקנות און רשעות וואס זענען קיינמאל נישט געווען פארדעם.
דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 11:23 pm#300628
פריעד באטשי האט געשריבן:ס׳איז אכזר דרא
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 12:07 am#300640
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
גראדעמעכעלע האט געשריבן:Its getting serious
מען מוז שוין עמערדזענסי עפענען קאווע שטעטל,

ווי אזוי גייט מען דארט פראקטעצירען אנאנעמיטעט?
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 12:22 am#300646
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
די גאנצע צורך פאר אנאנעמיטעט גייט מען איבערלאזן אינדרויסן פון שטעטל,
l viewtopic.php?f=4&t=7473 l
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 8:22 am#300676
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
אוי ביסטו א באטשי.
מ'דארף נאך מסביר זיין דער וויץ?
מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2015 9:51 pm#300782
שאלה להלכה
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:53 am#301054
דערמאנט מיר פון די קעי.דזשי.בי. עפאכע ווי שכנים און משפחה מיטגלידער האבן פאר'מסר'ט די אייגענע קרובים.

.
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:56 am#301055
פון ווי קומט דאס, מעלות?
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:58 am#301056
קומט פו מעלות, זייער ענטפער איז בעסער ווי די שאלה, זיי ענטפערן נישט יא, גיי מסר.
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 12:42 pm#301068
כמיין אז די מעלות מאכט שוין א גרעסערע חורבן אין אידישקייט.. זייט ווען קען ער פסק'נען הלכות שחיטה?
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 12:56 pm#301072
אוהב שלום האט געשריבן:כמיין אז די מעלות מאכט שוין א גרעסערע חורבן אין אידישקייט.. זייט ווען קען ער פסק'נען הלכות שחיטה?

דו מיינסט לכאורה צו זאגן 'זי'...
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 1:33 pm#301083
איך נישט גלייבן א פרוי, א שוחט.....

כבין נישט קיין ת"ח, א פרוי מעג בכלל שחט'ן?
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 1:34 pm#301086
אוהב שלום האט געשריבן:איך נישט גלייבן א פרוי, א שוחט.....

כבין נישט קיין ת"ח, א פרוי מעג בכלל שחט'ן?

די גמרא זאגט שוין: הכל שוחטין...
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 1:46 pm#301090
אה! קודם זעה איך אז די ביסט יא א ת"ח.... חוץ מ...
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 2:07 pm#301095
אוהב שלום האט געשריבן:אה! קודם זעה איך אז די ביסט יא א ת"ח.... חוץ מ...


חוץ מחרש שוטה וקטן. א פרוי מעג לכתחילה שחט'ן ווערט געברענגט אין שו"ע. דער מרדכי ברענגט פון אלדד הדני מפי יהושיע מפי משה מפי הגבורה אז א אשה טאר נישט שחט'ן אבער מיר פסקענען נישט אזוי.
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 2:09 pm#302151
געוואלדיג האט געשריבן:קומט פון מעלות, זייער ענטפער איז בעסער ווי די שאלה, זיי ענטפערן נישט יא, גיי מסר.


מעגליך אז זייער ענטפער איז נישט אזוי ראדיקאל, אבער די גאנצע מערכה און בלעטער פון בריוון געווידמאט דערפאר איז אבסורד.
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 2:12 pm#302153
יא, מיט דעם ביסטו גערעכט.
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 2:14 pm#302157
און פארגעסט נישט אז דאס איז שוין נאך די ריזיגע מערכה פון גאנץ ווארשע...
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:13 am#306617
דבר יום ביומו האט געזוכט אנצופולן א ליידיגע ספאטץ
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:54 am#306625
וואו קען מען טרעפן די 'הוראת הרבנים' סענטער וואס יעדער שמויגער האט עס ביי זיך אין לעדל?
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 12:21 pm#306630
שמעקעדיג האט געשריבן:וואו קען מען טרעפן די 'הוראת הרבנים' סענטער וואס יעדער שמויגער האט עס ביי זיך אין לעדל?

די אבסורדקייט דערפון איז atrocious. שטעלט אייך פאר זיי שטעלן אריין אן הודאה מארגן: בהוראת הרבנים שיחיו לאורך ימים טובים ארוכים טאר מען נישט אריבער שפרייזן אויף די גאס וואו עס איז דא א קאמפיוטער. פארשטייט יעדער אליין אז די ווארט הוראה און די ווארט רבנים וועט דאן ווערן ווי א נאסע שולאכטס. אמאליגע רבני העיר פלעגן שוקל זיין יעדער ווארט שבעתיים, און פלעגן טראכטן טויזענט מאל איידער זיי האבן געשריבן די ווארט "פסק", אדער "הוראה". זיי האבן געוויסט אז מען קען דאס נאר שרייבן אין א קריטישע צייט, אין א זמן וואס לויט ווי זיי פארשטייען וועט דאס זיין במקום שרוב ציבור יכול לעמוד בה. היינטיגע צייטן, יאווענען זיך הוראות און רבנים ווי שוואמען נאך א רעגן. אין יום שאין הוראה מרובה מחברתה. נאכדעם רייסט מען זיך די האר פון קאפ, פארוואס די עולם שרייט מאי אהנו לן רבנן. פארוואס יעדער לאכט אויפן קול ווען אימער מען זעט אן הפגנה, קול קורא, מוחאה, אדער הוראה. אזעלכע דבר יומו'ס ודומיהן קענען נישט זאגן ידינו לא שפכה את הדם הזה.
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 12:34 pm#306632
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
אונז קענען אלע לאכן פון די מאדנע צעטלעך און תקנות אבער וואס קען מען טוען עס ארבייט
עס איז היינט דא מערערע בתי מדרשים וואס מענטשן שעמען זיך אדער האבען מורא ארויסצונעמען א סמארטפאן וכו'
אונז זענען הייליג גערעכט אבער זיי געווינען
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 12:39 pm#306633
וואס איז די בושה? יענער דארף זיך שעמען פון דיר!
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 12:46 pm#306634
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
קיינער וויל נישט זיין דער וואס וועט ציען אויפמערקזאמקייט פון די קליין קעפיגער קיצוני וואס וועט זיך נעמען שרייען אויף אים.
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 12:56 pm#306636
פרייוויליג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:וואו קען מען טרעפן די 'הוראת הרבנים' סענטער וואס יעדער שמויגער האט עס ביי זיך אין לעדל?

די אבסורדקייט דערפון איז atrocious. שטעלט אייך פאר זיי שטעלן אריין אן הודאה מארגן: בהוראת הרבנים שיחיו לאורך ימים טובים ארוכים טאר מען נישט אריבער שפרייזן אויף די גאס וואו עס איז דא א קאמפיוטער. פארשטייט יעדער אליין אז די ווארט הוראה און די ווארט רבנים וועט דאן ווערן ווי א נאסע שולאכטס. אמאליגע רבני העיר פלעגן שוקל זיין יעדער ווארט שבעתיים, און פלעגן טראכטן טויזענט מאל איידער זיי האבן געשריבן די ווארט "פסק", אדער "הוראה". זיי האבן געוויסט אז מען קען דאס נאר שרייבן אין א קריטישע צייט, אין א זמן וואס לויט ווי זיי פארשטייען וועט דאס זיין במקום שרוב ציבור יכול לעמוד בה. היינטיגע צייטן, יאווענען זיך הוראות און רבנים ווי שוואמען נאך א רעגן. אין יום שאין הוראה מרובה מחברתה. נאכדעם רייסט מען זיך די האר פון קאפ, פארוואס די עולם שרייט מאי אהנו לן רבנן. פארוואס יעדער לאכט אויפן קול ווען אימער מען זעט אן הפגנה, קול קורא, מוחאה, אדער הוראה. אזעלכע דבר יומו'ס ודומיהן קענען נישט זאגן ידינו לא שפכה את הדם הזה.

דאס דערמאנט מיר אן אלטן אשכול פון קופערניקוס........... (איי, ווי נעמט מען די אלטע צייטן!)
l viewtopic.php?p=1094#p1094 l
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 1:00 pm#306637
mevakesh האט געשריבן:אונז קענען אלע לאכן פון די מאדנע צעטלעך און תקנות אבער וואס קען מען טוען עס ארבייט
עס איז היינט דא מערערע בתי מדרשים וואס מענטשן שעמען זיך אדער האבען מורא ארויסצונעמען א סמארטפאן וכו'
אונז זענען הייליג גערעכט אבער זיי געווינען

קיינער האט נאך מיר נישט אנגעקוקט אדער אנגעשריגן. מעגליך איר רעדט פון ירושלים אדער ניו סקווירא. אויב עמיצער וועט רעיזען זיין קול אויף מיר וועל איך אים געבן אזא פראסק אז ער וועט פארגעסן אויב ער איז געמל'הט.
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 1:06 pm#306639
שמעקעדיג האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:וואו קען מען טרעפן די 'הוראת הרבנים' סענטער וואס יעדער שמויגער האט עס ביי זיך אין לעדל?

די אבסורדקייט דערפון איז atrocious. שטעלט אייך פאר זיי שטעלן אריין אן הודאה מארגן: בהוראת הרבנים שיחיו לאורך ימים טובים ארוכים טאר מען נישט אריבער שפרייזן אויף די גאס וואו עס איז דא א קאמפיוטער. פארשטייט יעדער אליין אז די ווארט הוראה און די ווארט רבנים וועט דאן ווערן ווי א נאסע שולאכטס. אמאליגע רבני העיר פלעגן שוקל זיין יעדער ווארט שבעתיים, און פלעגן טראכטן טויזענט מאל איידער זיי האבן געשריבן די ווארט "פסק", אדער "הוראה". זיי האבן געוויסט אז מען קען דאס נאר שרייבן אין א קריטישע צייט, אין א זמן וואס לויט ווי זיי פארשטייען וועט דאס זיין במקום שרוב ציבור יכול לעמוד בה. היינטיגע צייטן, יאווענען זיך הוראות און רבנים ווי שוואמען נאך א רעגן. אין יום שאין הוראה מרובה מחברתה. נאכדעם רייסט מען זיך די האר פון קאפ, פארוואס די עולם שרייט מאי אהנו לן רבנן. פארוואס יעדער לאכט אויפן קול ווען אימער מען זעט אן הפגנה, קול קורא, מוחאה, אדער הוראה. אזעלכע דבר יומו'ס ודומיהן קענען נישט זאגן ידינו לא שפכה את הדם הזה.

דאס דערמאנט מיר אן אלטן אשכול פון קופערניקוס........... (איי, ווי נעמט מען די אלטע צייטן!)
viewtopic.php?p=1094#p1094

:lol: :lol: :lol: איך האב נאכקיינמאל נישט געזען די אשכול. איך האב אזוי צוזאמגעלאכט, אז איך האב געמוזט לייקן א פארשטארבענע ניק. יו איז דער ריזיג.
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 1:06 pm#306640
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
טיילווייזע רשימה וואס איך ווייס
סקווער
סאטמאר ק"י
וויזניץ מאנסי
פרוביר ארויסצונעמען אייער סמארטפאן דארט
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 1:12 pm#306645
mevakesh האט געשריבן:טיילווייזע רשימה וואס איך ווייס
סקווער
סאטמאר ק"י
וויזניץ מאנסי
פרוביר ארויסצונעמען אייער סמארטפאן דארט

איך וועל דאס קיינמאל נישט פראבירן, ווייל איך וועל קיינמאל נישט פראבירן צו באזיכן דארט. איך וועל ענדערש פארן באזוכן עזה סטריפ וו צו די פלעצער.