Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל • טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

קאווע שטיבל • טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
200 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 419 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2348
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 1:25 pm#306648
mevakesh האט געשריבן:טיילווייזע רשימה וואס איך ווייס
סקווער
סאטמאר ק"י
וויזניץ מאנסי
פרוביר ארויסצונעמען אייער סמארטפאן דארט

וואס געשעהט אז מ'נעמט ארויס? איך האב שוין ארויסגענומען אין קרית יואל, 6 לי (נישט צו כאפן א בילד...) און אין 13 הופפער, ס'איז גארנישט געשעהן
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 1:28 pm#306652
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
און וויזניץ אין מאנסי דאכט זיך איז עס איפארסירט און אין ק''י האב איך שוין געהערט פון אפאר מענטשן וואס מען איז צוגעקומען צו זיי ווען זיי האבען ארויסגענומען
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 1:55 pm#306659
עצה טובה, נעמט מיט אן אלטע סמארטפון און נעמט עס ארויס, און אויב ס'גארנישט געשען דאן קענט איר אויך ארויס נעמען ס'צווייטע.

(וואס צו טון מיט'ן ערשטן אויב ס'געשענט יא א מהומה, דאס לאז איך פאר אייך)
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 5:42 pm#306732
עפ"י הוראת הרבנים אז מ'טאר נישט האנדלן מיט א ביזנעס וואס נוצט www, וויל איך דא מעורר זיין נישט צו האנדלן מיט די פירמע.
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 5:58 pm#306735
גראדע שטייט ארגאניזאציע און נישט ביזנעס
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 6:59 pm#306747
א פלעינע פאשקעוויל, ער וועט נאך מארגען אנפאנגען ברענגן ליסטעס, להסיר מכשול.
דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 1:07 am#306808
בן אדם האט געשריבן:גראדע שטייט ארגאניזאציע און נישט ביזנעס

וואו שטייט? איך רעד פון אן אנדערן הוראת הרבנים, הגם דאס זענען גראדע די זעלביגע רבנים וואס האבן גע'אסר'ט ארגינעזאציעס.
דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:08 pm#306828
mevakesh האט געשריבן:אונז קענען אלע לאכן פון די מאדנע צעטלעך און תקנות אבער וואס קען מען טוען עס ארבייט
עס איז היינט דא מערערע בתי מדרשים וואס מענטשן שעמען זיך אדער האבען מורא ארויסצונעמען א סמארטפאן וכו'
אונז זענען הייליג גערעכט אבער זיי געווינען

אז מען דארף דעם גנב נעמט מען אים פון די תלי'....
דא האסטו א גוט ווארט פון די 'מעלות' דעם חודש - וואס מיט איין זאץ גיבט עס צו פארשטיין פארוואס זיי געווינען.
דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:11 pm#306829
הגם די מערכה אקעגן ארויסנעמען א סמארטפאון אין ביהמ"ד קען איך נאך פארשטיין, סיי מפני כבוד ביהמ"ד (אבער לפי זה איז א געהעריגע פליפ פאון אויך אסור), און סיי מחמת מראית עין, נישט יעדער ווייסט צי ס'איז כשר, און בפרט רייצט עס אן די קלענערע קינדער, (עכ"פ אזוי טענה'ן די מחנכים).

למעשה אין רוב גרויסע בתי מדרשים, בפרט סאטמארע, סיי אין וומסב"ג, סיי אין קרית יאל און סיי אין מאנסי, פארלאנגט מען פון אלע מתפללים נישט ארויסצונעמען קיין שום סמארטפאון אין ביהמ"ד באיזה אופן שהוא. צעביסלעך ווערט די תקנה א נחלת כלל.
אבער אלע פלאקאטן זאגן אז מען זאל עס טון בדרכי נועם, נישט פראטעסטירן אדער באשייגעצן דעם חבר, נאר איידעלערהייט אויפמערקזאם מאכן אז עס איז שלא לפי התקנות ושלא לפי כבוד ביהמ"ד.
דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 4:14 pm#306867
ATUB @שמעקעדיג ATUB גערעכט אין די גרויסע צענטערן ווערט זייער שיין צוביסלעך פארמינערט דעם סמארטפאון באנוץ עס איז א שיינע דערגרייכונג
דינסטאג יוני 14, 2016 8:32 pm#337752
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
בילד
שוין לאנג נישט גענוצט די אשכול.
זונטאג יוני 19, 2016 10:33 am#338234
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
m http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=103576 m

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
זונטאג יוני 19, 2016 11:15 am#338237
.
זונטאג יוני 19, 2016 11:22 am#338238
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
איך שרייב אויך אונטער דעם שטר קבלה: איך נעם מיך אונטער אז די ראש ישיבה אדער הנהלה וועט נישט זיך באטייליגן ביי א חתונה פון בלא בלא בלא. דאס שטייט דא, נישט קיין התחייבות נישט צו האבן..
זונטאג יוני 19, 2016 1:44 pm#338250
מאדנע.
איך כאפ נישט פונקטליך, וואס פאסירט טאמער זיי טוישן זייער מיינד און וועלן יא פארמאגן עפעס א גע'אסרט'ע דעווייס בעפאר די 120 יאר? די קידושין איז נישט חל למפרע? אדער הייסט עס ווי בלויז א פשוט'ער מענטש האט מסדר קידושין געווען, נישט דער חשוב'ער ראשעשיווע?
(ואגב, נאך די 120 ווערט עס מותר?)
זונטאג יוני 19, 2016 2:55 pm#338261
זאלן זיי זיך דערוואגן מיך צו בעטן קאווע געלט נעקסטן חודש
זונטאג יוני 19, 2016 3:46 pm#338266
וואו איז דאס??
זונטאג יוני 19, 2016 4:04 pm#338271
עס זעהט אויס ווי הגאון הרב פוקס האט זיך שוין מיאש געווען פון ביאת המשיח, ברויך ער מקיים זיין אליין דעם תורה חדשה מאיתי תצא.
זונטאג יוני 19, 2016 5:54 pm#338290
געוואלדיג האט געשריבן:עס זעהט אויס ווי הגאון הרב פוקס האט זיך שוין מיאש געווען פון ביאת המשיח, ברויך ער מקיים זיין אליין דעם תורה חדשה מאיתי תצא.


ער האט עוקר געווען א מצוה עשה דאורייתא פון וקדשתו אויף א זעלטענע מהודר'דיגע אופן בתוך א מנין יודען.

אזוי ווי דערמאנט ערגעץ ווי דא אין ק"ש די דמיון צום נחש הקדמוני וואס האט מוסיף געווען גדרים וסיגים און צום סוף געפירט אז די אשה הקדמונית האט עובר געוווען אויף א ציווי מפורשת פינ'ם בוית"ש און גורם געווען א חורבן עד ביאת גואל צדק
זונטאג יוני 19, 2016 7:44 pm#338315
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
מסתמא האט ער עפעס א סמך לדבריו. איז נישט דא א מדובר אין די פוסקים וועגן א כהן וואס פירט זיך נישט ערליך?

יעצט פאלט מיר ביי אז היות פונעם ציווי וקדשתו לערנט מען ארויס - 'על כרחו', איז דאך פשט אז דער ציווי גייט אן אפילו אויף א עבריין אויך.
מאנטאג יוני 20, 2016 1:01 am#338371
נעבעך וואס די כהנים מאכן מיט. נישטא קיין וועג ארויס פון די 'פריוויליגיע'.... אוי וואלט ער זיך געוואונטשן צו זיין א פשוט'ער שלישי....
דינסטאג יוני 28, 2016 8:50 pm#339420
ב"קסבה" של בי"ש: הסיפור על הסמארטפון שנגנב והתשובה המפתיעה של הרב

תייר מחו"ל שהשתתף בשמחה משפחתית ב"קסבה" של בית שמש, הופתע לאחר שאחד מקיצוני השכונה גנב את הסמארטפון שהיה בידי בנו. לאחר מהומה השניים פנו לגאון רבי יהושע רוזנברגר שיפסוק בנידון. מה ענה הרב?


יום שלישי כ"ב סיון תשע"ו 20:20 28/06/2016

בילד

המלחמה במכשירים החכמים הלא כשרים קנתה לה שביתה אצל אנשים קיצוניים, שגם אם רק ידמה להם שהמכשיר שמחזיק אדם אחר אינו כשר מיד יגערו בו לעיני כל.

הסיפור הבא התרחש בשבוע שעבר ב"קסבה" של בית שמש. אדם שהגיע מחו"ל עם בנו להשתתף בחתונה משפחתית הביא לבנו מכשיר גלקסי שברשותו על מנת שישחק במשחקים שבמכשיר מחוץ לאולם, שם תוך דקות התקבצו סביבו עשרות ילדים שלא ראו מכשיר כזה בחייהם.

האב, שלא ידע על החומרה להסתובב עם מכשיר כזה באזור הקיצוני של בית שמש, התבשר תוך מספר דקות כי המכשיר נלקח מידי בנו על ידי תושב המקום.

לדברי עדי ראייה ששוחחו עם "בחדרי חרדים", במקום התפתחה מהומה גדולה כאשר האב מנסה בכל כוחו להשיב לחזקתו את המכשיר, אך זאת ללא הועיל. בסופו של דבר הוחלט לפנות במקום לרב שיכריע האם צריך להשיב את המכשיר לבעליו.

השניים פנו לגאון רבי יהושע רוזנברגר, רב קרית הרמ"א בעיר וחבר בד"ץ העדה החרדית. אבי הילד טען להגנתו כי הוא תייר מזדמן וכי הוא לא בקיא בכללי השכונה ובנוסף טען כי למכשיר, על אף היותו סמארטפון, לא היה בו כלל אינטרנט.


הרב ענה לשניים: אני לא יכול להכריע בסוגייה.


סוף טוב הכל טוב: גונב המכשיר המשיך בסירובו שלא להחזיר את המכשיר עד שאחד מבני המשפחה הבהיר לגנב כי לא כדאי לו להתעסק עם אותו תייר והוא החליט להשיב את המכשיר.
זונטאג דעצעמבער 04, 2016 1:26 pm#356132
איך האב א מומע א טיטשער אין סאטמער סקול מאנסי די וואך שבת איז די משפחה צאמגעקימען און געשמועסט פון טעקנאלעדשי מיט די מוסדות האט זי פארציילט אז עס איז געווען א אסיפה פין אלע טיטשערס און מען האט זיי באפוילען אויב מען הערט א קינד רעדען וועגען קאמפיאטערס אדער סמארטפונס אינדערהיים איז מען מחיוב צי קימען פארציילען פאר די הנהלה מען זאל קעיר נעמען פין די עלטערען

די זאך האט ארויפגעברעחנגט בייז בליט ביי די פארזאמעלטע אסאך עלטערע מענטשן פין די באטייליגטע האבען זיך אויסגעדריקט אז דאס דערמאנט פון רוסלאנד ווען די קעי דשי בי האט באפוילען קינדער צי מאסערען אויף די עלטערען
מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 12:40 pm#356234
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
וועלכע סאטמאר איז דאס, חיים יושע אדער ארונים?

Sent from my SD4930UR using Tapatalk
דאנערשטאג מערץ 30, 2017 8:04 pm#367678
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
download_20170330_200311.jpg
פרייטאג אוגוסט 04, 2017 2:10 pm#381355
בין הזמנים מחאות סעזאן
בין הזמנים מחאות סעזאן
פרייטאג אוגוסט 04, 2017 5:31 pm#381382
פרייטאג אוגוסט 04, 2017 5:32 pm#381383
.
זונטאג אוגוסט 06, 2017 12:04 am#381418

ווי איז דאס?
זונטאג אוגוסט 06, 2017 12:18 am#381420
Monsey
זונטאג אוגוסט 06, 2017 12:56 am#381422
בן אדם האט געשריבן:

ווי איז דאס?


ביי עווערגרין.
זונטאג אוגוסט 06, 2017 1:02 am#381423
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
בילד
זונטאג אוגוסט 06, 2017 2:00 am#381430
ס'לעצטע איז ליצנות, נישט טעראר....
זונטאג אוגוסט 06, 2017 6:40 pm#381488
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
בילד
דינסטאג אקטאבער 17, 2017 10:55 pm#386858
כשהן יורדין
:o :o :o
מוצ"ש נאוועמבער 11, 2017 9:55 pm#388858
א מין חוצפה און רשעות דאס צו פיטערען די קינדער מיט זייערע עקעלדיגע מערכה קעגן סמארטפאן אין א אומשילדיג אויסזעענדע בוך אויף די פרשה

קוק אויף לבן'ס בעק פאקעט
מוצ"ש נאוועמבער 11, 2017 10:23 pm#388860
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
лпم iοوԴ האט געשריבן:א מין חוצפה און רשעות דאס צו פיטערען די קינדער מיט זייערע עקעלדיגע מערכה קעגן סמארטפאן אין א אומשילדיג אויסזעענדע בוך אויף די פרשה

קוק אויף לבן'ס בעק פאקעט


וועלכע אויסגאבע?
מוצ"ש נאוועמבער 11, 2017 11:00 pm#388861
חת"ם סופר: סייווי. דער טאטע זעהט אויס ווי אן עכטער גוי. די מאמע און די קליינע מיידל זעהען אויס ווי ערליכע אידישע צניעות'דיגע טעכטער. סאו. אויב לבן האט א סמארטפאון, מאכט שוין נישט אויס קיין חילוק. אט דעם מעסעדזשו וויל די העיליגע אידן שיקן. אז ווער ס'האט א סמארט פאון איז א גוי...! נאר וויאזוי די ערליכע אידענע קומט דא אריין אין פיקטשער, ווייס איך נישט...!

נ.ב.: וואסדען זאלל מען ווייזן א פריצות'דיג געקליידטע גוי'טע...?
מוצ"ש נאוועמבער 11, 2017 11:01 pm#388862
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
лпم iοوԴ האט געשריבן:א מין חוצפה און רשעות דאס צו פיטערען די קינדער מיט זייערע עקעלדיגע מערכה קעגן סמארטפאן אין א אומשילדיג אויסזעענדע בוך אויף די פרשה

קוק אויף לבן'ס בעק פאקעט

פון ווי קומט עס? איך האב עס שאבעס באמערקט אין מיין זון'ס פרשה צעטל, און איך פרעג מיין עקרת הבית אויב "א הילף פארן קינד" האט א נייע אויפלאגע. די מערסט מאדנע איז נאך אז עס נישט א סמארטפאון, עס איז גאר א כשר'ע סעלפאון.
מוצ"ש נאוועמבער 11, 2017 11:02 pm#388863
אדרבה זעט מען אז מיט א סמארטפון קען מען האבן א טאכטער רחל.
מוצ"ש נאוועמבער 11, 2017 11:04 pm#388864
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
ליפא האט געשריבן:אדרבה זעט מען אז מיט א סמארטפון קען מען האבן א טאכטער רחל.
Like
מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 11:00 pm#391550
פון הרב שטיינמאן זצ"ל
כשבאו עסקנים ורצו שיחתום שאסור להכניס אינטרנט לבית בשום פנים ואופן, ענה להם 'אז איפה אתם רוצים שיחזיקו, ברפת'?
זה חלק מהפרקטיות שלו. להיות ריאליים.
מיטוואך יאנואר 10, 2018 11:55 pm#393219
עטליכע אידן דארפן ערענסט זיך אונטערזיכן, ווער עס האט א גוטן דאקטאר רעפפערעל ביטע ארויס העלפן. אדער, אמווייניגסטענס ארויס העלפן שאפן א רחיים על צאוורם, זיי גייען ממש אויס פון ליידיגגיין.
היינט פארמיטאג איז געווען א פארזעצונג-אסיפה אין כולל, איבער די ענין פון אפגעטיילטע קלאסן פאר קינדער פון שטובער מיט סמארט פאונס, עס איז געבליבן זיך צו ווענדן צו די הנהלה מיט אן הוספה צו די בקשה, אז אויף די באסעס אויף וועלכע די קינדער פארן טעגליך, זאל מען ארבייטן צו האבן באזונדערע באסעס פאר די קינדער פון די הייליגע שטובער.

אין גאר א פאזיטיווע און וויכטיגע שריט איז געבליבן צוצושטעלן צו די פארלאנג, אז די אפגעטיילטע קלאסן זאלן בשום אופן נישט נהנה זיין פון געלט וואס ווערן גענומען פון מענטשן וועלכע ערלויבן זיך צו האבן סמארט פאונס *אפילו מיט פילטערס* אדער אזעלכע וועלכע זענען אנגעבינדן צו די טונקעלע סאושע"ל מידי"ע גרופעס.

בייגעגלייגט איז די בריוו וואס איז געשיקט געווארן היינט צו אלע חברי הנהלה, און צום ראש המנהלים הרב ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א, ויה"ר שחפץ ה' בידינו יצליח.

איך האב נישט קיין מושג אויב עס איז אמת, אויב איינער האט מער פרטים ביטע מיטטיילן.
מיטוואך יאנואר 10, 2018 11:57 pm#393220
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
בייגעלייגט איז די בריוו מיט די בקשה צו די הנהלה.
download_20180110_225635.jpg
דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 6:43 am#393234
א וואונדער אז דער רבי איז געווען קעגן כוללים?
דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 10:32 am#393238
ס'קוקט אויס וואו די הייליגע עלטערן (אדער א טייל פין די הייליגע עלטערן) ווילען נישט אז די הפרדה זאל בפעול ממש פארסירן, זיי דארפן נישט זייער קינדער זאלן ווערן די "נעב'ס"
האבן זיי געשריבן די בריוו אלץ א Poisoned Pill
אויב האט די הנלה טאקע אזא פלאן זאלען זיי דאס שנעל סטאפן
דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 10:54 am#393242
עי׳ מה שכתבתי כאן
l viewtopic.php?t=8685 l
מיטוואך מאי 02, 2018 5:37 pm#401245
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
היינט נאכט, אין סטעמפארד היל, ביי די אראבישע קאסטאם פון צינדען פייערס לכבוד א הילולא, וואס האט זיך אריבער געפירט קיין לאנדאניסטאן, האבען מאנכע מחליט געווען אריין צו ווארפען זייער אלטע סמארטפאוןס אין די פייער (נאכ׳ן קויפען נייער). דאס האט פאראורזאכט אויספלאצונגען וואס האבען לייכט פארוואונדעט צוואנציג מענטשען.

חרב לה׳ ולגדעון!

יואב האט שוין פאראויס געזען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך מאי 02, 2018 5:39 pm#401247
Link?
מיטוואך מאי 02, 2018 5:54 pm#401259
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
ווארט צו ביז עס קומט אן אין די נייעס. עס לויפען ארום אפאר קליפס צווישען לאנדאנער אידען און עקס פעטס

Sent from my LG-K373 using Tapatalk