דינסטאג אקטאבער 30, 2012 4:39 pm#56971
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:דאס איז א גוטס
מען דארף לייגען א פילטער אויף די וואסער ווייל עס איז דא ווערים
האסט פארגעסן נאך איין גוטס, מ'טאר נישט טרינקן סייענייד ווייל ס'איז סם המוות.
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:דאס איז א גוטס
מען דארף לייגען א פילטער אויף די וואסער ווייל עס איז דא ווערים
ממי_שאמרו האט געשריבן:די גמרא גיטין (ע,א) זאגט אז שלושה דברים מתישים כוחו של אדם, האחד הוא אכילה מעומד. די רמב"ם (פ"ד מהל' דעות ה"ג) ברענגט די גמרא להלכה.
ברסלבער האט געשריבן:בדרך רמז קען מען זאגן אז ווען מען עסט שטייענדיג כאפט מען געווענטליך אריין נאשערייען וואס האבן די סגולה צו מאכן גראב, משא"כ זיצענדיג עסט מען געווענטליך מער נארמאלע עסן.
ממי_שאמרו האט געשריבן:בדרך דרוש קען מען אפשר זאגן אז ווען מ'עסט שטייענדיג ווערט מען שוואך, במילא האט מען נישט קיין כוח צו גיין אסאך, במילא קומט אויס אז מ'האט גראבע פיס (ווענט זיך צו פרעה האט געהאלטן ווי המן וועלכע האט גע'פסק'נט ווי די רמב"ם אז ספיקי דאורייתא לחומרא)
קופערניקוס האט געשריבן:גרויסע חכמולוגן, דלא ידעי מאי קאמרי סבתא. די עסן לויפט אראפ (וויאזוי, אפשר דורך גראוויטי, נו, יידל, יאנקל?) אזוי, ווען א איד זיצט גייט עס ביזן מקום היכי דנשקי בטנא ברגלא (משום הרחק מן הכיעור ומן האחורי הפרגוד, נקטתי בלשון נקייה) אבער אז ער שטייט חלילה רינט עס אראפ, אראפ, אראפ, ביז חלילה.......
ממי_שאמרו האט געשריבן:איי עם סארי טו לעט יו נו, אבער גאר אסאך (איך וויל נישט זאגן וויפיל פראצענט- קאמפיוטער לאזט נישט) זאכן האבן יא מקורות. אין חז״ל און אויך אין די וויסינשאפטליכע וועלט.
ממי_שאמרו האט געשריבן:חז״ל?? ח״ו אני מאמין באמונה שלימה אז יעדעס ווארט וואס זיי שרייבן איז אמת ויציב
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אייסערט זיך איינער צו מיר לעצטנס ווי הייליג די שפראך אידיש איז לעומת די פראסטקייט פון די ענגלישע שפראך, ווייל אין אידיש זאגט מען נישט צו אן אנגעזענע מענטש "דו" נאר מ'זאגט איידלערהייט "איר", אין ענגליש דאגעגן זאגט מען פראסטערהייט "You" וואס דאס טייטשט "דו".
שוין לאנג נישט געהערט אזא אמעראצעס, פונקט קאפויער, דאס ווארט "You" טייטשט בכלל "איר" און נישט "דו", דאס ענגלישע ווארט פאר "דו" איז "Thou", איר האט נאכקיינמאל נישט געהערט מ'זאל נוצן דאס ווארט?! אוודאי נישט, ווייל ענגליש איז אזא איידעלע שפראך, אז אפילו פאר א פשוטע מענטש זאגט מען "איר"...
ריכטיג האט געשריבן:און אז מ'רעדט שוין...
געהערט אמאל א ווארט. פארוואס שטייט איינמאל "לא תגנוב" און נאכאמאל "לא תגנובו"? ווייל דאס צווייטע מאל איז א באזונדערע אזהרה פאר די שיינע אידן, "איר" זאלט נישט גנב'נען... ודפח"ח.