Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע שטיבל • איינרעדענישן און באבע מעשיות

קאווע שטיבל • איינרעדענישן און באבע מעשיות

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
78 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2014
מיטוואך אקטאבער 03, 2012 4:53 pm#49275
איינרעדענישן און באבע מעשיות
לכבוד די חול המועד פראגראם וועט מען אנפאנגען א פרישע נושא וואס מען וועט בהאנדלען לענגעדעס אדער מיטאס (כמיין אז די ווארט מיטאס שטאמט פון עבריט)
א פאלקס לענגעדע מיינט א מיינונג און אן אנגענומענע זאך וואס די פאלקס לייט האלטען אז עס איז אמת און עס האט נישט קיין מקור און עס קען גאר זיין אז עס איז שקר (איז געווען א עקסטערע אפהאנדליג אויף דעם ענין אין די שפאקטיוו אז עס פעלט אויס זאל מען עס אריבער ברענגען ייש"כ)

איך וועל אנפאנגען מיט דאס וואס איז געשטאנען באשריבען און איך וועל צולייגען


האר וואקסט דיקער און שנעלער צירוק ווען מען שערט עס אפ


האלטען בעטעריס אין פרישעדער מאכט די בעטעריס זאל זיך האלטען לענגער


עס דויערט זיבען יאר פאר גאם עס זאל ווערן פארדייט אין די מאגען
מען קען זען די טשיינע וואל פין די ספעיס
(לכאורה איז די מויער אין כינע די איינציגסטע מעיד אין טשיינע וואס עס האלט זיך מער ווי א יאר


צו קנאקען מיט די פינגערס ברענגט אז אויף די עלטער זאל די הענט ציטערן
אויב מען גייט איינעם איבער קען יענער מער נישט וואקסען
טרינקען לעימאנעיט נאך פיש מאכט אז די פיש זאל צוריק לעבעדיג ווערן.....

צו עסן מייערן איז געזונט פאר די זעה קראפט (גראדע האב איך א ראיה אז עס העלפט יא ווייל האזעלעך עסן אסאך מייערן האסט שוין געזען א באני רעביט מיט גלעזער?.....)י

אגב סדא וואס טענה'ען אז ליינען אין טינקעל האט בכלל נישט מיט האבען גלעזער ווייל אויב איינער רעדט צו דיר שטיל א שטיק צייט דארפסטו זיך נישט אנטון הערן מאשינדלעך

א רויטע שמאטע טוט אויפרייצען א קו

אז איינער איז באגראבען געווארען בשעתן בויען די האווער דאמבע

אז מען קען איינעם הרג'ענען ווען מען ווארפט אראפ א פעני פון עמפייער סטעיט בילדונג

היטלער ימ"ש האט געהאט קאטשקע פיס

סדא נאך איך געדענק נישט אלעס אויפן מאמענט איך וועל צולייגען נאך

א חסידישע רבי דארף זיין א מלאך

ריזיאל המלאך קומט פון אדם הראשון

די מגן דוד האבען אידען ערפונדען
מיטוואך אקטאבער 03, 2012 6:43 pm#49293
ווייטעמין עי אויל העלפט פארווקסען א שניט.
א בעד קלעבט צי האר.
א דיינוג נידעל שטעכט.
מגייט ארויס פין א פענצטער וואקסט מען נישט.
מגייט איינעם איבער וואקסט מען נישט.
אמאל איז געווען גרעסער מוחת קליגערע מענטשען.
מ'זאגט קענסער הערכערט מען די ראטע דאס צי באקומען.

נ.ב איך בין נישט 100% אז דאס זענען מיטאס, אבער כ'מיין.
מיטוואך אקטאבער 03, 2012 6:55 pm#49297
דער רויטע שמאטע איז יא אמת.
קען זיין אז א בלויע שמאטע רעגט אים אויך אויף.
מיטוואך אקטאבער 03, 2012 8:41 pm#49300
איך האב קיינמאל נישט געהערט פון די ווארט מיטאס, אבער פילייכט קומט דאס פונעם מיתוס אין עיברית, וואס קומט פון די ענגלישע Myth.
מיטוואך אקטאבער 03, 2012 9:56 pm#49305
אויב מען עפענט א שירעם אינטער א דאך וועט רעגענן ביי די חיפה
(א סגולה פאר אלע עלטערע בחורים און מיידלעך אז זיי זאלען גיין אינטערן חיפה כמיין זיי זענען מסכים אז זיי קענען באשטיין אז עס זאל רעגענן....)

אז מען קוקט אסאך אויף די לבנה ווערט מען א לבנה קריכער


אז ווען מען רעדט פין א צווייטען קומט יענער אן


אויב מען לערנט נישט אויס א קינד צו רעדן וועט עס פון זיך אליין אנפאנגען צו רעדן לשון הקודש (אדרבא פורבירט עס אויס...)
מיטוואך אקטאבער 03, 2012 10:10 pm#49307
גוטזאגער האט געשריבן:

אז ווען מען רעדט פין א צווייטען קומט יענער אן

אדער שליקערטס מען


גוטזאגער האט געשריבן:אויב מען לערנט נישט אויס א קינד צו רעדן וועט עס פון זיך אליין אנפאנגען צו רעדן לשון הקודש (אדרבא פורבירט עס אויס...)

דאכטס זיך אז איינע פון די ראשונים שרייבען דאס, איך בין נייגעריק ווער?
נישט אז דאס מאכטעס אויס לעגענד. און די צייטען פון די ראשונים איז געווען לעגענד.
מיטוואך אקטאבער 03, 2012 10:12 pm#49308
א גוי האט 32 ציין א איד האט 31.
לא-עשה כן לכן גוי, ומשפטים בל- ידעים
מיטוואך אקטאבער 03, 2012 10:30 pm#49312
נולד מאוחר האט געשריבן:א גוי האט 32 ציין א איד האט 31.
לא-עשה כן לכן גוי, ומשפטים בל- ידעים

די מיינסט פארקערט אוודאי, א איד האט צוויי און דרייסיג. (נ.ב. דעס איז נישט א myth, נאר א פאקט:-)
און כ'האב געזען אמאל אין א ספר אז דעס איז די סיבה פארוואס א איד טאר נישט אריינבייסען אין אן עסן, ווייל ווען מען בייסט ווערט א צורה פון א 'כ', און מיט די 'לב' ציין ווערט עס כלב.
משא"כ א גוי האט נאר 'לא', מעג ער בייסען. אדער מעג ער בייסען ווייל א כלב איז נישט פאררעכנט פאר א שלעכטע זאך ביי גוים.
מיטוואך אקטאבער 03, 2012 10:40 pm#49315
מיי מיסטעק
מיטוואך אקטאבער 03, 2012 10:55 pm#49318
געפילטע פיש האט געשריבן:איך האב קיינמאל נישט געהערט פון די ווארט מיטאס, אבער פילייכט קומט דאס פונעם מיתוס אין עיברית, וואס קומט פון די ענגלישע Myth.

דאס ווארט "מיטהאס" שטאמט פון גריכיש. "עברית" האט עס גענומען גלייך פון גריכיש.
מיטוואך אקטאבער 03, 2012 10:59 pm#49319
נולד מאוחר האט געשריבן:א גוי האט 32 ציין א איד האט 31.
לא-עשה כן לכן גוי, ומשפטים בל- ידעים

ס'איז אויסגעהאלטן אפילו לויט'ן גראם. "לא עשה כן" ער האט איין און דרייסיג ציין.
מיטוואך אקטאבער 03, 2012 11:10 pm#49320
א שטארק באקאנטע:
די נאמבער דרייצען איז אומ-מזל'דיג. אויך מזל'דיג.
אויך פרייטיג דער דרייצענטער אין חודש איז די מערסטע אום-מזל'דיג טאג
מיטוואך אקטאבער 03, 2012 11:16 pm#49323
קיינמאל געהערט פון א "לענגעדע". לעגענדעס האביך שוין איינמאל געהערט...
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2012 2:57 am#49353
גוטזאגער,
אין דער שטערן/שפאקטיוו איז געווען אן ארטיקל אפצולאכן פון די אלע איינרעדענישן.
זייער שיין באשריבן און לוינט זיך צו ליינען.
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2012 3:52 pm#49406
גוטזאגער האט געשריבן:אויב מען עפענט א שירעם אינטער א דאך וועט רעגענן ביי די חיפה
(א סגולה פאר אלע עלטערע בחורים און מיידלעך אז זיי זאלען גיין אינטערן חיפה כמיין זיי זענען מסכים אז זיי קענען באשטיין אז עס זאל רעגענן....)

אז מען קוקט אסאך אויף די לבנה ווערט מען א לבנה קריכער


אז ווען מען רעדט פין א צווייטען קומט יענער אן


אויב מען לערנט נישט אויס א קינד צו רעדן וועט עס פון זיך אליין אנפאנגען צו רעדן לשון הקודש (אדרבא פורבירט עס אויס...)

My mother used to make sure I chew when she was sewing on me (pants etc
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2012 10:32 pm#49448
Mine too.
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2012 10:35 pm#49450
דער איין אין דרייסיג ציין האט א מקור אין א ספרא ספרי עפעס אזוי.

איי עס איז נישט אזוי?

נו נו, נשתנו העתים, נשתנו התירוצים וכו'...
פרייטאג אקטאבער 05, 2012 9:21 am#49461
ווען אלס אינגל האט מען זיך געשפילט מיט די לעכט אין בית המדרש ביי מנחה מעריב, ייאו איז דעס געוועהן פאן, פלעגן די עלטערע אידן זאגן "אז מען צינדט בייטאג לעשט מען ביינאכט"
כלומר, אז ביינאכט נעצט מען איין דער בעט.

לכשנתגדלתי האב איך פארשטאנען אז עס ליגט אין דעם א טיפערע כוונה. וואס בדרך אגב ווייס איך נישט צו עס באלאנגט אויך אין דעם אשכול אלס א לעגענדע. והמבין יבין.
זונטאג אקטאבער 07, 2012 12:50 am#49507
שמעקעדיג האט געשריבן:גוטזאגער,
אין דער שטערן/שפאקטיוו איז געווען אן ארטיקל אפצולאכן פון די אלע איינרעדענישן.
זייער שיין באשריבן און לוינט זיך צו ליינען.

נו, איך בין מוחה. דער שטערן און שפאקטיוו זענען דאך געאסר'ט. ס'גרעניצט זיך מיט השכלה. דער דף היומי איז אויך געאסר'ט. מ'זאגט נאך בשם דעם הייליגן יארמער רב שליט"א אז זיין רעבעצין לערנט דעם דף היומי. א יעדן טאג זאגט זי אז זי "דאף" עפעס אנדערש.
זונטאג אקטאבער 07, 2012 12:55 am#49508
נולד מאוחר האט געשריבן:Mine too.

דאס איז מסתמא געווען ווייל געווינליך ווען מען נייט בגדים אויף א "באדי" איז עס תכריכים, און נאר א לעבעדיגער קען קייען, נישט א נפטר.
דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:24 pm#52374
כ'האב זייער שטארק הנאה אז ס'האט זיך געטראפן איינער וואס האט געעפנט א אשכול וועגן באבסקע איינרעדענישן, דער פראבלעם איז נאר אז מ'ווייסט נישט וואס ס'איז א איינרעדעניש און וואס ס'איז א מציאות, א טייל האט מען אויסגערעכנט אין דעם אשכול, דא האט איר נאך עטליכע וואס מ'האט נישט אויסגערעכנט, 1 ) מ'טאר נישט געבן פאר א קליין קינד ( איך ווייס נישט וועלכע גיל) צו עסן פיש ווייל ער וועט חלילה נישט קאנען רעדן. 1) מ'טאר נישט איבערגעבן פאר איינעם א קינד איבער א טיש. 3) א בעיבי טאר נישט קוקן אין א שפיגל.
דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:37 pm#52383
און וואס זאגסטו צו דעם אז מען טאר נישט איינעם איבערגיין
גראדע וועגן א בעבי זאל קוקען אין א שפיגעל איז געווען באשריבען אין א סקווערע גליון אז דאס איזביי זיי שטארק אנגענומען צוזאמען מיט נישט כאפען א בילד און נישט אנטון פארן קלייעם קינד א בגד כדי זיך נישט צו רייצען מיט די נישט גוטע..
דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:41 pm#52384
צוליב דעם לייגט מען ניי געבוירענע קינדער אין א שופלאד ?
דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:50 pm#52395
איך זאג דיר האט געשריבן: מ'טאר נישט איבערגעבן פאר איינעם א קינד איבער א טיש. 3

1דאס איז גזירה אטו סוועט זיין א הייסע טאפ זופ אויפן טיש און דער קינד וועט אריינפאלן דערין.
מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:11 am#52419
sunbar האט געשריבן:צוליב דעם לייגט מען ניי געבוירענע קינדער אין א שופלאד ?

יא פאר די פונקטליכע דעטאלען זאל מען פרעגן דעם סקווערן חסיד פין קאווע שטיבעל
מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:15 am#52422
גיי וועק אים אויף...
מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:24 am#52431
איך וויל נישט זיין קיין נאכט לאמערטערנע...
מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:26 am#52432
נאך איידער איך הער די סיבה, וויל איך נאר זאגן אז איך וויל באמת וויסן. איך מיין נישט חוזק צו מאכן ח'ו .
מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:56 am#52456
אין ספר ילקוט שאלות ותשובות בעניני הלכה ומנהג דף שנ"ב שאלה י' ווערט אנגעפרגט פארוואס פירט מען זיך צו לייגען א קינד ביז דידרייסיג טעג אין א לעדל? אין איינער פון די סקווערע מגי"ש ענטפערן: דער מנהג פון נישט לייגען א קינד אין א געהריגע קינדער בעטל גלייך, איז א אלטע מנהג ישראל וואס איז געווען איינגעפירט און כמה תפוצות ישראל יעדע פלאץ מיט פארשידענארטיגע פרטים

דער טעם אויף דעם בפשטות איז, וויבאלד ע"פ הלכה האט א קינד ביז דרייסיג טאג נישט קיין חזקת חיים, לייגט מען נישט דאס קינד אין א אין קביועת'דיגע כלים ווי א קריב, קערידש, אדער סיי וועלעכע זאך עס איז א קביעות'דיגע זאך פאר א קינד, וואס דאס וועט ווייזען אז מיר זענען שוין מחשיב דאס קינד ווי א זיכערע לעבידיגע קינד, און די שטן קען מקנא זיין אין דעם ח"ו.

ווי אויך האבען רבותינו הקדושים צוליב דעם געטון נאך עטליכע זאכען, ווי למשל נישט צו אנטון ביז דרייסיג טעג קליידער וואס איז אויפגענייט געהעריג פאר די פיס, נאר עס איז גלייך פין אונטען, נישט אנטון קיין צירונג, און נישט נעמען קיין בילדער.

צוגעצייכענט: ועיין עוד בקובץ זרע יעקב גליון כ"ג מדור ההלכות,
מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:57 am#52457
פיש פאר א קונד איז מסתם ציליב דו ביינער. אויב דעדט ער מעג מען דעלאטס זאגט ער סשטעכט
מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:59 am#52458
גוטזאגער האט געשריבן:אין ספר ילקוט שאלות ותשובות בעניני הלכה ומנהג דף שנ"ב שאלה י' ווערט אנגעפרגט פארוואס פירט מען זיך צו לייגען א קינד ביז דידרייסיג טעג אין א לעדל? אין איינער פון די סקווערע מגי"ש ענטפערן: דער מנהג פון נישט לייגען א קינד אין א געהריגע קינדער בעטל גלייך, איז א אלטע מנהג ישראל וואס איז געווען איינגעפירט און כמה תפוצות ישראל יעדע פלאץ מיט פארשידענארטיגע פרטים

דער טעם אויף דעם בפשטות איז, וויבאלד ע"פ הלכה האט א קינד ביז דרייסיג טאג נישט קיין חזקת חיים, לייגט מען נישט דאס קינד אין א אין קביועת'דיגע כלים ווי א קריב, קערידש, אדער סיי וועלעכע זאך עס איז א קביעות'דיגע זאך פאר א קינד, וואס דאס וועט ווייזען אז מיר זענען שוין מחשיב דאס קינד ווי א זיכערע לעבידיגע קינד, און די שטן קען מקנא זיין אין דעם ח"ו.

ווי אויך האבען רבותינו הקדושים צוליב דעם געטון נאך עטליכע זאכען, ווי למשל נישט צו אנטון ביז דרייסיג טעג קליידער וואס איז אויפגענייט געהעריג פאר די פיס, נאר עס איז גלייך פין אונטען, נישט אנטון קיין צירונג, און נישט נעמען קיין בילדער.

צוגעצייכענט: ועיין עוד בקובץ זרע יעקב גליון כ"ג מדור ההלכות,


די פירסט זיך אויך אזוי?
מיטוואך אקטאבער 17, 2012 1:00 am#52459
נולד מאוחר האט געשריבן:פיש פאר א קונד איז מסתם ציליב דו ביינער. אויב דעדט ער מעג מען דעלאטס זאגט ער סשטעכט


עס זעט מיר אויס אז די ביסט מיד. ביטע ענטפיר מארגן נאכאמאל. (דזשאסט קידינג)
מיטוואך אקטאבער 17, 2012 1:37 am#52482
sunbar האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:פיש פאר א קונד איז מסתם ציליב דו ביינער. אויב דעדט ער מעג מען דעלאטס זאגט ער סשטעכט


עס זעט מיר אויס אז די ביסט מיד. ביטע ענטפיר מארגן נאכאמאל. (דזשאסט קידינג)

וואס איז די דזושאק דא?
מיטוואך אקטאבער 17, 2012 7:36 am#52494
sunbar האט געשריבן:
גוטזאגער האט געשריבן:אין ות,


די פירסט זיך אויך אזוי?

זאג נאר אויף דעם ווילסטו אויך א ערנסטע תשובה? אני כשלעצמי בין איך אנגעבינדען אין איך געהער אין סאטמאר אבער איך קען פארנעמען צו ליינען אדער הערן אנדערע מיינוגען צוליב נייגעא האב איך מיך איינגעקויפט די אויבערדערמאנטע ספר וואס איז מסביר די אלע סקווערע משוגעתן און סדא דארט שיינע הלכות לדעתי איז דא דארטען א שיינע ארבעט יעדער איינער קען זיך עס איינהאנדלען פאר נישטיגע פיפצען דאלער איך מיין אז עס לוינט זיך
מיטוואך אקטאבער 17, 2012 9:09 am#52505
נולד מאוחר האט געשריבן:
sunbar האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:פיש פאר א קונד איז מסתם ציליב דו ביינער. אויב דעדט ער מעג מען דעלאטס זאגט ער סשטעכט


עס זעט מיר אויס אז די ביסט מיד. ביטע ענטפיר מארגן נאכאמאל. (דזשאסט קידינג)

וואס איז די דזושאק דא?


ספעלינג... באט נעווער מיינד
מיטוואך אקטאבער 17, 2012 10:35 am#52525
גוטזאגער האט געשריבן:אין ספר ילקוט שאלות ותשובות בעניני הלכה ומנהג דף שנ"ב שאלה י' ווערט אנגעפרגט פארוואס פירט מען זיך צו לייגען א קינד ביז דידרייסיג טעג אין א לעדל? אין איינער פון די סקווערע מגי"ש ענטפערן: דער מנהג פון נישט לייגען א קינד אין א געהריגע קינדער בעטל גלייך, איז א אלטע מנהג ישראל וואס איז געווען איינגעפירט און כמה תפוצות ישראל יעדע פלאץ מיט פארשידענארטיגע פרטים

דער טעם אויף דעם בפשטות איז, וויבאלד ע"פ הלכה האט א קינד ביז דרייסיג טאג נישט קיין חזקת חיים, לייגט מען נישט דאס קינד אין א אין קביועת'דיגע כלים ווי א קריב, קערידש, אדער סיי וועלעכע זאך עס איז א קביעות'דיגע זאך פאר א קינד, וואס דאס וועט ווייזען אז מיר זענען שוין מחשיב דאס קינד ווי א זיכערע לעבידיגע קינד, און די שטן קען מקנא זיין אין דעם ח"ו.

ווי אויך האבען רבותינו הקדושים צוליב דעם געטון נאך עטליכע זאכען, ווי למשל נישט צו אנטון ביז דרייסיג טעג קליידער וואס איז אויפגענייט געהעריג פאר די פיס, נאר עס איז גלייך פין אונטען, נישט אנטון קיין צירונג, און נישט נעמען קיין בילדער.

צוגעצייכענט: ועיין עוד בקובץ זרע יעקב גליון כ"ג מדור ההלכות,

I think this minheg is only by a boy But not with a girl !
מיטוואך אקטאבער 17, 2012 1:44 pm#52658
Why do you think so? What's the difference according the secone?
דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 1:46 am#52924
גוטזאגער האט געשריבן:האר וואקסט דיקער און שנעלער צירוק ווען מען שערט עס אפ


דאס איז נישט קיין איינרעדעניש.
דאס אז ס'וואקסט דיקער איז אפשר יא א איינרעדעניש. אבער דאס איז אמאל זיכער אז ס'וואקסט שנעלער צוריק.

און אזוי אויך איז ביי נעגל, וואס מער מ'שניידט זיי אפ, אלס שנעלער וואקסן זיי.
בדידי, אני הקטן בין איין פרייטאג זייער פארנומען געוועזען, און כ'האב פארגעסן צו שניידן די נעגל, כ'האבעס אפגעשניטן תיכף מוצאי שבת. אבער א פרייטאג דערנאך איז עס נאך געווען גאר קליין צו שניידן, סאו האב איך געווארט אויף די נעקסטע וואך.
און אזוי גייט עס שוין אן איבער צוויי יאר, אין די צייט וואס (רוב וועלט, און איך אויך) ווען איך פלעג זיי שניידן יעדע וואך, פלעגט עס שוין זיין יעדע פרייטאג ריזיג. ברויך איך נאר יעדע צווייטע -אדער גאר דריטע- פרייטאג שניידן די נעגל. ווייל יעדע ערשטע וואך איז עס נאך גאר קליין ממש ווי יעצט אפגעשניטן.

יעצט צוריק לגבי די האר איז די זעלבע.
איבער די האר פון קאפ איז כמעט נישט שייך צו קוקן, ווייל די רעדע איז פון חדשים, און ס'איז נישט אלץ די זעלבע צייט אפשניט ווען מ'שניידט דאס.
אבער ווי אונז קענען זעהן אז א בארד וואקסט נישט אויף אייביג. אמת, ס'דא מענטשן וואס וואקסט לענגער, און ביי מענטשן ווייניגער. אבער ווען מ'קוקט די מענטשן וואס שעיווען זיך, ברויכן זיי זיך כסדר שעיווען. א גאנץ לעבן וואקסט עס, און זיי שעיווען עס אפ. איי וועסטו פרעגן, פארוואס וואקסט זיי עס נאך אלץ? ווען זיי וואלטן נישט געשעיווט וואלטן זייער בארד טאקע אלץ געוואקסן אן אויפהער?!
די תירוץ איז טאקע אז יא. וואס מער זיי שניידן, אלץ מער וואקסט עס.
און ס'איז קיין איינרעדעניש אדער באבע מעשה.
דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 2:13 am#52930
די שאלה איז אויב ס'וואקסט לענגער ווייל מען שניידט עס.

דאס הייסט, א מענטש וואס פלעגט שניידן די בארד, און אצינד ווערט ער א בעל תשובה און הערט אויף צו שניידן, וועט ער יעצט באקומען א לאנגן בארד?
דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 2:21 am#52933
די ערשטע פאר וואכן נאכן אויפהערן שניידן וועט זיך עס טאקע צעוואקסן זייער שנעל. ווי מ'קען טאקע זעהן ספירה ביי די וואס שניידן נישט דאן.

צוביסלעך נאכן נישט שניידן פאר א וויילע וועט עס נאכלאזן און גיין אויף די נארמאלע שטייגער ווי ביי אנדערע.
דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 12:14 pm#53004
ביי נעגל ביזטו גערעכט אז שניידן מאכט עס וואקסן אביסל שנעלער, ווי אויך וואקסן זיי שנעלער אין די זומער ווי ווינטער, און שנעלער אויף די דאמינירענדע האנט און אויך אויף די לענגערע פינגער. אבער האר וואוקס האט גארנישט צו טוהן מיט שניידן.
m http://www.mayoclinic.com/health/hair-removal/an00638 m
דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 3:51 pm#53106
.
דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 3:55 pm#53110
אויב האר וואקסט צוריק שנעלער ווען מען שערט עס אפ, איז דא א שמועס אין די נו"כ אין שו"ע (כ'האב נישט די פונקטליכע מקור יעצט, אבער בערך אין די סמנים פון הכנה לשבת) ווי איינער פון די מפרשים זאגן אז מען האט אפגעשוירן דעם יודישן קעניג טעגליך וויבאלד די האר איז אים לכבוד די כסדר שערן שנעלער צוריק געוואקסן.

אז מ'רעדט שוין, אין סקווירא ווי באקאנט, האבן באשטימטע צייטן ווען מען שערט זיך אפ, אויב איך געדענק גוט שערן זיי זיך אפ נאר זעקס מאל א יאר: ראש השנה, פרשת מקץ, שבת שקלים, שבועות, (מער געדענק איך נישט), אחוץ ווען די רבי מאכט חתונה, און זיי האבן נישט קיין פראבלעמען דערמיט וויבאלד עס וואקסט נישט אזוי שנעל, ווייל מען שערט עס אפ ווייניג. דער פראבלעם מאכט זיך מקץ, וואס ס'איז א לאגע תקופה נאך ראש השנה, און אויך קען אויסקומען אז דער רבי מאכט חתונה אן אייניקל נאך שבועות, וואס דאן מאכט דער בארבער פון ביהמ"ד דאפעלט געלט..
פרייטאג אקטאבער 19, 2012 12:22 am#53301
געפילטע פיש האט געשריבן:ביי נעגל ביזטו גערעכט אז שניידן מאכט עס וואקסן אביסל שנעלער, ווי אויך וואקסן זיי שנעלער אין די זומער ווי ווינטער, און שנעלער אויף די דאמינירענדע האנט און אויך אויף די לענגערע פינגער. אבער האר וואוקס האט גארנישט צו טוהן מיט שניידן.
http://www.mayoclinic.com/health/hair-removal/an00638

די לינק רעדט נאר פון האר, נעגל לינק?
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 1:18 am#54533
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:31 am#54596
גוטזאגער האט געשריבן:Why do you think so? What's the difference according the secone?

I think only till after the bris !
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:22 pm#54893
גוטזאגער האט געשריבן:
sunbar האט געשריבן:
גוטזאגער האט געשריבן:אין ות,


די פירסט זיך אויך אזוי?

זאג נאר אויף דעם ווילסטו אויך א ערנסטע תשובה? אני כשלעצמי בין איך אנגעבינדען אין איך געהער אין סאטמאר אבער איך קען פארנעמען צו ליינען אדער הערן אנדערע מיינוגען צוליב נייגעא האב איך מיך איינגעקויפט די אויבערדערמאנטע ספר וואס איז מסביר די אלע סקווערע משוגעתן און סדא דארט שיינע הלכות לדעתי איז דא דארטען א שיינע ארבעט יעדער איינער קען זיך עס איינהאנדלען פאר נישטיגע פיפצען דאלער איך מיין אז עס לוינט זיך

אלס נייגעריגקייט וואלט איך עס אויך געקויפט. אבער נאר להלכה און נישט למעשה. די סאטמארער משוגעת'ן (ח"ו) קען איך נאך פארנעמען אבער די סקווערער "קעפעידעס" איז שוין "טאא מאטש":.
מאנטאג אקטאבער 29, 2012 7:10 am#56384
דאס איז א גוטס

מען דארף לייגען א פילטער אויף די וואסער ווייל עס איז דא ווערים
מאנטאג אקטאבער 29, 2012 8:38 am#56390
האר און נעגעל וואקסען פין אינטען אדער פין אויבען?
מאנטאג אקטאבער 29, 2012 11:54 am#56446
איך האב אמאהל געהערט פון א קלוגע איד...

א איינרעדעניש איז ערגער ווי א קרענק!