Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » עם הארצות פון וויסנשאפטלער

עם הארצות פון וויסנשאפטלער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2015
מיטוואך אקטאבער 03, 2012 6:07 pm#49290
עם הארצות פון וויסנשאפטלער
מיליאנען מענטשן איבער די וועלט גלייבן ליידער אין די טעאריעס פון דארווין ימ"ש אז די וועלט איז ביליאנען יאר אלט, און אז מענטשן קומען פון מאלפעס עפ"ל. זיי גלייבן דאס מיט די טענה אז די וויסנשאפטלער זענען קלוגע מענטשען און אז זיי זאגן אזוי מוז זיין אזוי...

איך האב שוין ערגעץ אנדערש צוגעברענגט די "פילטדאן" מענטש וואס סייענטיסטען האבן זיך טועה געווען פאר לאנגע יארן אז ס'איז עפעס א "אלט מאדישע סארט מענטש" און למעשה איז מען געוואר געווארן אז ס'איז געוועהן א פשוט'ער שווינדל.

יעצט איז אין די נייעס אז א געביין וואס וויסנשאפטלער מיינען שוין מער ווי 100 יאר (!) אז ס'איז געוועהן א "מעמעל" (א בעל חי וואס זייגט) נאר אן א נאז, איז למעשה א געביין פון א פיש!!
m http://www.livescience.com/23670-nosele ... -fish.html m
מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:21 pm#54092
א נייע שטודיע פון נאסא האט געמאכט העדליינס ביים ערקלערן אז געוויסע גאלאקסיס - אריינגערעכנט אונזער גאלאקסי- זענען מיט 4-5 ביליאן יאר אינגער ווי מהאט געשאצט ביז יעצט, ליינט די לינק פאר פרטים.

וואס עס ווייזט פאר אונז, אז ווען סייענס פרעדיקט עפעס איז עס נאר געבעיסט אויף זאכן וואס זיי זעהן יעצט, און אז די "יעצט" טוישט זיך וועלן זיך זייערע פרעדיקשאן'ס אויך טשעינדזשן, נישט אז עפעס איז שלעכט דערמיט נאר ס'איז גענוג אז איד זאל זיך נישט דארפן באדערן צו פארענטפערן די תורה מיט טעראטיקיל סייענס וואס האלט נאך אינמיטן עוואלוון.
מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:30 pm#54103
יא, עס איז ידוע אז די וויסנשאפטלער סאקן אוועק, א באנדע עם הארצים, מיין מייקראוועיו, מיין עירקאנדישאן, מיין באבעס רעספערעיטאר, אזוינע שוואכע מעשיות, ווען היימישע יונגעלייט מחברי ספרים, מוצים, אדער בדחנים וואלטן עס געמאכט וואלט עס געבום'ט!
מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:36 pm#54108
טענו לו בחיטין והודו לזכר קדשו, איך רעד פון טעאראטיקל סייענס און דו פון עקספערימענטל...
און צווייטענס, אפילו אויף טעראטיקל קיינער זאגט נישט אז זיי סאקן אוועק, פארקערט זיי ראקן אוועק, די פוינט איז נאר לגבי אננעמען טעאריעס וואס זיי אליינס זאגן אז עס טשעינדשט זיך, און מיט דעם טשעלענדזשן די תורה...
מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:45 pm#54122
קופערניקוס האט געשריבן:יא, עס איז ידוע אז די וויסנשאפטלער סאקן אוועק, א באנדע עם הארצים, מיין מייקראוועיו, מיין עירקאנדישאן, מיין באבעס רעספערעיטאר, אזוינע שוואכע מעשיות, ווען היימישע יונגעלייט מחברי ספרים, מוצים, אדער בדחנים וואלטן עס געמאכט וואלט עס געבום'ט!

ס'איז נישט אינגאנצן אזוי. א סך פון די וויסנשאפטליכע ערפינדונגען שטימען און ארבעטן אפילו ווען סייענס פארשטייט נישט פינקטליך פארוואס די זאכן ארבעטן. די סייענס אונטער א צאל טעכנאלאגישע ערפינדונגען האט זיך שוין געביטן מער ווי איינמאל. די ערפינדונגען ארבעטן ווייטער -- הגם די טעאריעס פון דעמאלט אויף וועמענס סמך זיי זענען ערפינדן געווארן זענען שוין היינט אפגעפרעגט.
מאנטאג אקטאבער 22, 2012 2:23 pm#54173
villager האט געשריבן:טענו לו בחיטין והודו לזכר קדשו, איך רעד פון טעאראטיקל סייענס און דו פון עקספערימענטל...
און צווייטענס, אפילו אויף טעראטיקל קיינער זאגט נישט אז זיי סאקן אוועק, פארקערט זיי ראקן אוועק, די פוינט איז נאר לגבי אננעמען טעאריעס וואס זיי אליינס זאגן אז עס טשעינדשט זיך, און מיט דעם טשעלענדזשן די תורה...

די שארפע קעפל "עם הארצות פון וויסנשאפטלער" ווי חסידישע יונגעלייט שרייבן מיט זלזול קעגן סייענטיסטן האט בהחלט א מקום פאר מיין תגובה
מאנטאג אקטאבער 22, 2012 3:11 pm#54216
ווילעדזשער אזוי צו אזוי, פון די אלע זאכן קען מען זען קלאר אז די וועלט זעט נישט אויס ווי כאילו עס וואלט ווען באשאפן געווארן 6000 יאר צוריק. און אדרבא! פון די מעשה זעסטו דאך אז סייענס האלט און איין בעסער ווערן, זיי פיקסן זייערע מיסטעיקס און גייען פאראויס.
מאנטאג אקטאבער 22, 2012 4:29 pm#54277
ניין, ס'ווייזט נישט גארנישט! נאכאמאל ס'נישט געווען א "מיסטעיק" וואס זיי האבן געפוקסט, ס'איז געווען א פרעדיקשן וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אנדערש, (און מיט אפאר "ביליאן" יאר...)

א טייל פון דעם שמועס איז אפגעטיילט געווארן דא.
מאנטאג יולי 14, 2014 9:24 am#211615
א בעל חי וואס וויסענשאפטלער האבן מחליט געוועהן אז עס עקזיסטירט שוין נישט פאר 4 מיליאן יאהר (!) האט מען געטראפן געזונט און לעבעדיג און ניו זילאנד!
m http://www.iflscience.com/plants-and-an ... ew-zealand m
מאנטאג יולי 14, 2014 10:18 am#211621
א גאר גרויסער בארימטער הויכגעשעצטער רעספעקטפולער פראפעסאר רעדט די גרעסטע שטותים אויפן כדור הארץ

l viewtopic.php?f=24&t=6789 l
מוצ"ש פעברואר 16, 2019 9:57 pm#424590
villager האט געשריבן:א נייע שטודיע פון נאסא האט געמאכט העדליינס ביים ערקלערן אז געוויסע גאלאקסיס - אריינגערעכנט אונזער גאלאקסי- זענען מיט 4-5 ביליאן יאר אינגער ווי מהאט געשאצט ביז יעצט, ליינט די לינק פאר פרטים.

וואס עס ווייזט פאר אונז, אז ווען סייענס פרעדיקט עפעס איז עס נאר געבעיסט אויף זאכן וואס זיי זעהן יעצט, און אז די "יעצט" טוישט זיך וועלן זיך זייערע פרעדיקשאן'ס אויך טשעינדזשן, נישט אז עפעס איז שלעכט דערמיט נאר ס'איז גענוג אז איד זאל זיך נישט דארפן באדערן צו פארענטפערן די תורה מיט טעראטיקיל סייענס וואס האלט נאך אינמיטן עוואלוון.

מ'קען מיינען כאילו פשט אין די תורה האט זיך קיינמאל נישט געטוישט, עיין ערך קץ הימין, כישוף, אלהים אחרים, הגשמת האל, געא-סענטריזם, ואטו כי רוכלא ניתי וניזל.

נישט אז עפעס איז שלעכט דערמיט, נאר ס'איז גענוג אז איך זאל זיך נישט דארפן באדערן צו פארענטפערן די פאקטן מיט די תורה וואס האלט נאך אינמיטן עוואלוון...
זונטאג פעברואר 17, 2019 12:29 am#424614
Re: עם הארצות פון וויסנשאפטלער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:

נישט אז עפעס איז שלעכט דערמיט, נאר ס'איז גענוג אזא איך זאל זיך נישט דארפן באדערן צו פארענטפערן די פאקטן מיט די תורה וואס האלט נאך אינמיטן עוואלוון...

און וואס איז מיט וזאת התורה לא תהא מוחלפת? עס האלט אויך אין מיטן עיוואלוון?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
זונטאג פעברואר 17, 2019 1:57 am#424620
גראף האט געשריבן:

לא תהא מוחלפת מיינט, אז די version פון די תורה וועט זיך קיינמאל נישט טוישען, למשל די תורה איז א variable וואס איז איבערגעבן צום פאלק, און ס'וועט זיך קיינמאל נישט טוישען צו א fixed תורה וואס איז frozen in time וואס דאס איז געווען די שיטת הצדוקים.

דאי לא תימא הכי, ווי אזוי האבן חכמים א כח מחדש זיין אין תורה? אלא מאי, די סארט תורה טוישט זיך קיינמאל, אבער די תורה אליינס קען זיך יא טוישן.

דאס מיינט "וזאת" התורה, ס'שטייט נישט "והתורה" לא תהא מוחלפת וואס מיינט די גוף התורה, נאר וזאת התורה מיינט די אופן פון די תורה ווי אזוי ס'איז מיט אירע תנאים ואופנים דאס איז לא תהא מוחלפת, אבער די תורה אליינס גייט נאך אסאך איוואלווען.

Fasten your seatbelt
זונטאג פעברואר 17, 2019 2:21 am#424622
וואלווי האט געשריבן:לא תהא מוחלפת (סידור קול יעקב עמוד 145).

מצות בטלות לעתיד לבוא (נידה סא:)

לעתיד לבא כל הקרבנות בטלין (ויקרא רבה ט,ז; כז,יב)

כל המועדים עתידין ליבטל (מדרש משלי ט,ב)

וצריך עיון...
זונטאג פעברואר 17, 2019 3:25 am#424624
Re: עם הארצות פון וויסנשאפטלער
וואלווי האט געשריבן:
Fasten your seatbelt

I'm getting butterflies...

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
זונטאג פעברואר 17, 2019 3:59 am#424625
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
villager האט געשריבן:א נייע שטודיע פון נאסא האט געמאכט העדליינס ביים ערקלערן אז געוויסע גאלאקסיס - אריינגערעכנט אונזער גאלאקסי- זענען מיט 4-5 ביליאן יאר אינגער ווי מהאט געשאצט ביז יעצט, ליינט די לינק פאר פרטים.

וואס עס ווייזט פאר אונז, אז ווען סייענס פרעדיקט עפעס איז עס נאר געבעיסט אויף זאכן וואס זיי זעהן יעצט, און אז די "יעצט" טוישט זיך וועלן זיך זייערע פרעדיקשאן'ס אויך טשעינדזשן, נישט אז עפעס איז שלעכט דערמיט נאר ס'איז גענוג אז איד זאל זיך נישט דארפן באדערן צו פארענטפערן די תורה מיט טעראטיקיל סייענס וואס האלט נאך אינמיטן עוואלוון.

מ'קען מיינען כאילו פשט אין די תורה האט זיך קיינמאל נישט געטוישט, עיין ערך קץ הימין, כישוף, אלהים אחרים, הגשמת האל, געא-סענטריזם, ואטו כי רוכלא ניתי וניזל.

נישט אז עפעס איז שלעכט דערמיט, נאר ס'איז גענוג אז איך זאל זיך נישט דארפן באדערן צו פארענטפערן די פאקטן מיט די תורה וואס האלט נאך אינמיטן עוואלוון...

פשטים קענען זיך אמאל אפדעיטן מיט די זמנים דאס הייסט נישט געטוישט, די אריגינעלע פשט האט זיך קיינמאל נישט ארויסגעשטעלט אלס א טעות אווי ביי סייענס.
זונטאג פעברואר 17, 2019 12:48 pm#424641
ווי דו ווילסט, בכל אופן ווילאנג איך ווייס נישט וואס דער אריגינעלע פשט איז, איז מיין טענה שריר וקיים. פאר הונדערטער יארן איז מען געווען פארנומען שרייען אויף געאצענטריזם כפירה, גאנצעטע דרשות און אסיפות האט מען געווידמעט אויף די מגיפה פון כפירה וואס די גויאישע וויסנשאפטלער פארשפרייטן. ויקץ והנה חלום, אין כאן לא כפירה ולא אפיקורסת, לא דרשות ולא אסיפות, והארץ לעולם עומדת טייטש נישט שטיין אויף איין פלאץ ושלום על ישראל. ולא ללמד לעצמו יצא, אלע ללמד על הכלל כולו יצא.
מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:16 pm#440333
עם הארצות פון וויסנשאפטלער
אן המשכה פון דא.

אזוי ווי מ׳האט מסביר געווען דא, איז די חילוק צווישן די ראיות/הוכחות פאר די חכמות התכונה והנדסה (ולכאורה הטבעיות ג״כ, אפילו לגבי הוכחות מופתיות, עכ״פ בימינו) קעגן חכמות אלקית, די שטארקייט פון די מין הוכחות צו זייערע רעספעקטיווע פעלדער. יעצט מ׳קען זאגן, אז די פעלד פון ששת ימי בראשית וכל המסתעף ווען מען וויל דאס פארשטיין עפ״י קריעישיניזם ממש, טוהט דאס אזוי ווי אריינברענגען די פעלד פון חכמת אלוקית אריין אין חכמת טבעית; אן עירבוב צווישן די סוגים פון חכמות און די סארט הוכחות וואס זיי דארפן און פאסן פאר זיי (כעין קעגן גאולד׳ס נאמא). דאס קען מען לכאורה זאגן אפילו ביי די טעארעטישע סייענסעס וואס זענען דאך, ווי נישט, געבויט אויף די הוכחות פון די עמפירישע געפינסן, הוכחות וכו׳ פון די סייענס(עס) אין זייער פעלד (ידעתי דאפשר לחלק ולהשוותם לסוג הראיות שיש בחכמת אלוקית, וממילא מאי אולמא האי מהאי, אבל לכאורה מכלל הסוג לגמרי לא יצאנו).

ואם כנים אנחנו בזה איז דאס נאך א סניף אין דאס וואס מ׳מיינט צו זאגן אז ווען מ׳ווייזט אויף די ״פאלשקייט״ וכדומה פון א סייענטיפישע טעאריע וכו׳ איז דאס א שוואכערע ״פאלשקייט״ פון אננעמען, למשל, א ליטעראלע קריעישיניסט מהלך וכדומה - ווייל דאס באלאנגט ניטאמאל צו די סארט סוג פון ראיות/טענות מיט וואס מען האט אפגעפרעגט די סייענטיפישע טעאריע(ס); עס באלאנגט צום שוואכערן סארט מעיקרא און קומט בעצם ניטאמאל אריין אהער [ווען מ׳איז דן מיט די סארט הוכחות בחכמות טבעיות].

צו דעם קען מען צולייגן דאס וואס דער (אידישער) פיזיקער וואלפגאנג פאולי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט, ״דאס איז נישט נאר נישט ריכטיג, דאס איז ניטאמאל פאלש״. דהיינו, אז אין די תחום וואס מ׳איז דן קומט די טענה וכדומה ניטאמאל אריין צו קענען אפשאצן דאס ריכטיגקייט אדער אומריכטיגקייט דערפון.