Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » קען וויסנשאפט באשטימען די עלטער פון דער וועלט?

קען וויסנשאפט באשטימען די עלטער פון דער וועלט?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2190
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 1:32 pm#54708
קען וויסנשאפט באשטימען די עלטער פון דער וועלט?
אפגעטיילט פון דא.

villager האט געשריבן:א נייע שטודיע פון נאסא האט געמאכט העדליינס ביים ערקלערן אז געוויסע גאלאקסיס - אריינגערעכנט אונזער גאלאקסי- זענען מיט 4-5 ביליאן יאר אינגער ווי מהאט געשאצט ביז יעצט, ליינט די לינק פאר פרטים.

איר זאלט מיר אנטשולדיגן, אבער אין אייער אנגעגעבענעם לינק שטייט בכלל נישט אז אונזער גאלאקסי איז אינגער ווי געשאצט. עס שטייט אז ביז היינט האט מען געמיינט אז 8 ביליאן יאר צוריק איז די גאלאקסי צוגעקומען צו איר מסודר'דיגען מצב וויאזוי מיר זעהן איר היינט, דערווייל איז מען געוואויר געווארן אז זי האט ממשיך געווען זיך צו פארמירען במשך די לעצטע אכט ביליאן יאר, טוישענדיג איר סדר און ראטאטציעס. די גאלאקסי איז נאך אלץ די זעלבע עידזש, וואס מען איז געוואויר געווארן נאכן כאפן א טיפערן בליק אויף אנדערע גאלאקסיעס איז אז עס האט ממשיך געווען צו פושט זיין צורה און לובש זיין צורה אפילו ווייניגער ווי אכט ביליאן יאר צוריק.

villager האט געשריבן:וואס עס ווייזט פאר אונז, אז ווען סייענס פרעדיקט עפעס איז עס נאר געבעיסט אויף זאכן וואס זיי זעהן יעצט, און אז די "יעצט" טוישט זיך וועלן זיך זייערע פרעדיקשאן'ס אויך טשעינדזשן, נישט אז עפעס איז שלעכט דערמיט נאר ס'איז גענוג אז איד זאל זיך נישט דארפן באדערן צו פארענטפערן די תורה מיט טעראטיקיל סייענס וואס האלט נאך אינמיטן עוואלוון.

פונקט פארקערט. דאס ווייזט אז זיי נוצן איעדע נייע אינפארמאציע וואס ווערט אוועילעבל צו זיי כדי צו פארבעסערן זייער פארשטאנד אין עקסטרעפאָלאַטירן וואס עס האט פאסירט מיליאנע יאר צוריק. אויב מיט טעארעטיקעל סייענס מיינט איר קוואנטום גראוועטי טעאריעס ווי צ.ב.ש "סטרינג טעאריע", אדער א טעאריע ווי "די מולטיווערס טעאריע" זענט איר אודאי גערעכט אז מיר דארפן זיך נישט באדערן ווען עס קומט צו סתירות מיט די תורה, פשוט ווייל די טעאריעס זענען נאך אין זייערע פעמפערס, און זענען באזירט אויף שוואכע יסודות. אבער ווען מיר רעדן למשל פון גיל היקום אדער פון די עוואלוציע פונעם באשאף, מה קדם למה, איז קלאר אז מיר מוזן זיך קימערן אפילו מיט וואס איר רופט טעארעטיקעל סייענס, פשוט ווייל די פאקטן זענען קלאר אין ריכטונג פון א גאר אלטע וועלט, פיל עלטער ווי די אידישע טראדיציע גיבט אן, און אזוי אויך זענען די פאקטן קלאר אז לאנד חיות האבן געפעדערט פייגלעך. על כן, אפילו אויב איר קענט אנווייזן און זאגן אז סייענטיסטן קענען נאך אלץ נישט זאגן און פרעדיקטען א פונקטליכע גיל, און זיי ווערן געוואויר יעדע פאר יאר אז זיי האבן געמאכט א טעות אין זייערע פריערדיגע שאצונגען, איז אבער קלאר אז זיי וועלן קיינמאל נישט צוקומען צו א מסקנא אז די גאנצע יקום איז נאר 6000, אדער אפילו נאר 10,000 יאר אלט. פארוואס? ווייל אז די וועלט איז עלטער ווי מיליאנען יארן, אויף דעם זענען דא ראיות ברורות שאין עליהם פירכות. פונקטליך ווי אלט עס איז יא? דאס ווייסן זיי נאכנישט און זיי פרובירן צו פרעדיקטען, מאכנדיג צומאל טעותים, און פרובירן זיך פארבעסערן מיט די כלים וואס זיי פארמאגן און מיט נייע שטודיעס חדשים לבקרים. אבער ווי אלט עס איז נישט, דאס ווייסן זיי - אייגענטליך, אונז, איך, דו, יעדער וואס וויל נישט פארלייקענען די מציאות הנראה לעיניים - אז עס איז נישט 6000 אויך נישט 10,000 און אפילו נישט 100,000 נאר מיליאנען מאל מער.
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 4:25 pm#54785
הציץ ונפגע האט געשריבן:אייגענטליך, אונז, איך, דו, יעדער וואס וויל נישט פארלייקענען די מציאות הנראה לעיניים - אז עס איז נישט 6000 אויך נישט 10,000 און אפילו נישט 100,000 נאר מיליאנען מאל מער.

מציאות הנראה לעינים?
ווי למשל?
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 9:20 pm#54868
שמעקעדיג האט געשריבן:
הציץ ונפגע האט געשריבן:אייגענטליך, אונז, איך, דו, יעדער וואס וויל נישט פארלייקענען די מציאות הנראה לעיניים - אז עס איז נישט 6000 אויך נישט 10,000 און אפילו נישט 100,000 נאר מיליאנען מאל מער.

מציאות הנראה לעינים?
ווי למשל?

עס דוכט זיך אז צווישן די בלעטער פון קאווע-שטיבל זענען שוין צענדליגע מאל דערמאנט געווארן מציאות'ן וואס צייגן אויף אן עלטערער וועלט. אבער אז איר האט געפרעגט האב איך מיך גענומען די מי און אראפגעשריבן אפאר דוגמאות פון פשוט'ע הוכחות.

קארל האט דערמאנט די חכמה פון דענדראכראנאלאגיע. אין קורץ מיינט דאס אז יעדעס יאר באקומט א בוים א נייע שיכט און ווען מ'שניידט אויף א בוים קען מען ציילן די שיכטען און זען ווי אלט די בוים איז (די שיכטען זענען באקאנט אלס בוים-רינגען). יעדע שיכט איז אייגענארטיג און מען קען זען די וועטער פון יענעס יאר אם גשומה אם שחונה. מען האט אפילו קאלאבארירט צווישן ביימער און די שיכטען וואס זענען פון א געוויסע יאר צייגן אלע די זעלבע וועטער-היסטאריע אויף די זעלבע יאר. מיט די חכמה פון דענדראכראנאלאגיע האט מען - ווי קארל שרייבט - צוריקגעציילט ביז 9,000 צו 10,000 יאר. (אז איך דערמאן קארל'ס הודעה שפיר איך פאר א פליכט זיך צו קריגן מיט זיין באהויפטונג אז פיליפ גאוס' מהלך איז א מיסרעפרעזענטאציע פון ג-ט'ס מהות. איך האלט אז גאוס' מהלך איז א וואלידע אלטערנאטיוו צו פארשטיין די סתירה צווישן די וועלט'ס יארגאנג און אונזער מסורה ואכמ"ל.)

ווילעדזשער ברענגט אויך א הוכחה. עס איז א הוכחה וואס איר קענט זען יעדע נעכט מיט אייערע פליישיגע אויגן: שאו מרום עיניכם וראו, די שטערן אין הימל. מיט פשוט'ע מאטעמאטישע חשבונות ווייסן מיר אז די שטערן זענען מיליאנע ליכט-יארן אוועק פון די וועלט. דאס מיינט אז עס נעמט מיליאנען יארן ווי לאנג די ליכט וואס די שטערן גיבן ארויס קומט אן צו אונזער וועלטעל, היות עס נעמט צייט פאר ליכטיגקייט צו גיין פון איין פלאץ צום צווייטן, כידוע. די אוניווערס וואס מיר קענען זען איז בערך 13 ביליאן ליכט-יאר, דאס הייסט אז די ליכט פון די ווייטסטע שטערן וואס מיר זעהן, האט שוין פארלאזט דעם שטערן איבער 13 ביליאן יאר צוריק, אנדערש וואלטן מיר נישט געקענט זען איר ליכט. (ווילעדזשער פארענטפערט די הוכחה אויפן פלאץ מיט ר' אביגדור מיללער'ס געדאנק (שלא) בשם פיליפ גאוס אבער דאס איז נעמט נישט אוועק פון דעם אז ווען נישט אונזער מסורה ווייזן די פשוט'ע פאקטן אז די וועלט איז עלטער פון 6000 יאר, והבן).

נאך עפעס וואס מיר קענען זען מיט אונזערע אויגן: ווארוו-כראנאלאגיע. דאס הייסט אז מען ציילט די שיכטעס זאמד אין טייכן. די שיכטעס קומען צו יערליך. מען האט שוין היינט אראפגעציילט ביז צו 40,000 יאר אין טייכן! אין יאפאן האט מען אין טייך סואיגעטסו אראפגעציילט 45 טויזענט יאר. אין די גרינער טייך אין ווייאמינג זענען דא פלעצער ווי מען קען אראפ ציילן צו 20 מיליאן שיכטען, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער 20 מיליאן יאר!

אין גרינלאנד און אין אנארקטיקא זענען אויך דא שיכטעס פון אייז אין וועלכע מ'קען זען די שיכט וואס קומט צו יערליך. די שיכטעס פארציילן אונז צוריק צו א תקופה פון צענדליגע טויזענטע יארן צוריק.

דאן איז דא די הוכחה פון ראדיאמעטריק דאטומירן. דאס איז שוין אביסל מער קאמפליצירט מסביר צו זיין, אבער אז איר וועט נישט זיין צופרידן פון די אנדערע הוכחות וועל איך נעמען די מי דאס אויך צו ערקלערן.

עס זענען פארהאן נאך, אבער מיינע פינגערס טוען מיר שוין וויי. איך מיין אז עס איז ברור אז עס זענען פארהאן פיל הוכחות הנראות לעינים וואס צייגן אויף א וועלט פיל עלטערע ווי 6000 יאר.
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:32 pm#54898
הציץ ונפגע האט געשריבן:פונקט פארקערט. דאס ווייזט אז זיי נוצן איעדע נייע אינפארמאציע וואס ווערט אוועילעבל צו זיי כדי צו פארבעסערן זייער פארשטאנד אין עקסטרעפאָלאַטירן וואס עס האט פאסירט מיליאנע יאר צוריק. אויב מיט טעארעטיקעל סייענס מיינט איר קוואנטום גראוועטי טעאריעס ווי צ.ב.ש "סטרינג טעאריע", אדער א טעאריע ווי "די מולטיווערס טעאריע" זענט איר אודאי גערעכט אז מיר דארפן זיך נישט באדערן ווען עס קומט צו סתירות מיט די תורה, פשוט ווייל די טעאריעס זענען נאך אין זייערע פעמפערס, און זענען באזירט אויף שוואכע יסודות. אבער ווען מיר רעדן למשל פון גיל היקום אדער פון די עוואלוציע פונעם באשאף, מה קדם למה, איז קלאר אז מיר מוזן זיך קימערן אפילו מיט וואס איר רופט טעארעטיקעל סייענס, פשוט ווייל די פאקטן זענען קלאר אין ריכטונג פון א גאר אלטע וועלט, פיל עלטער ווי די אידישע טראדיציע גיבט אן, און אזוי אויך זענען די פאקטן קלאר אז לאנד חיות האבן געפעדערט פייגלעך. על כן, אפילו אויב איר קענט אנווייזן און זאגן אז סייענטיסטן קענען נאך אלץ נישט זאגן און פרעדיקטען א פונקטליכע גיל, און זיי ווערן געוואויר יעדע פאר יאר אז זיי האבן געמאכט א טעות אין זייערע פריערדיגע שאצונגען, איז אבער קלאר אז זיי וועלן קיינמאל נישט צוקומען צו א מסקנא אז די גאנצע יקום איז נאר 6000, אדער אפילו נאר 10,000 יאר אלט. פארוואס? ווייל אז די וועלט איז עלטער ווי מיליאנען יארן, אויף דעם זענען דא ראיות ברורות שאין עליהם פירכות. פונקטליך ווי אלט עס איז יא? דאס ווייסן זיי נאכנישט און זיי פרובירן צו פרעדיקטען, מאכנדיג צומאל טעותים, און פרובירן זיך פארבעסערן מיט די כלים וואס זיי פארמאגן און מיט נייע שטודיעס חדשים לבקרים. אבער ווי אלט עס איז נישט, דאס ווייסן זיי - אייגענטליך, אונז, איך, דו, יעדער וואס וויל נישט פארלייקענען די מציאות הנראה לעיניים - אז עס איז נישט 6000 אויך נישט 10,000 און אפילו נישט 100,000 נאר מיליאנען מאל מער.

נישט קיין חילוק וויפיל מאל מען נוצט דאס ווארט "פאקט" , איז אבער דער איינציגסטער אמת'ער פאקט אז די אלע פאקטן זענען בכלל נישט קיין סייענטיפישע "פאקטן" נאר א קאמבינאציע פון גאר קאמפליצירטע טעאריעס און פרעדיקציעס געבויט אויף אנדערע טעאריעס וכו' וכו', וועסט נישט טרעפן קיין איין סייענטיסט וואס וועט זאגן אז זיינע פרעדיקציעס אויפן גיל העולם זענען א 'פאקט' אפגעזעהן וויפיל ראיות ברורות שאין עליהם פירכות אדער וויפיל מציאותער הנראה לעינים סדא ווי דענדראדכנאלאגיע און ראדיאמעטריק דאטורירן, איז אבער אלעס נאר פרעדיקציעס געבויט אויף טעאריעס.

יעצט צום ענין, ס'איז א שאד אריינצוגיין אין דעטאלירטע וויכוחים ווייל הזמן יכלו והם לא יכלו, אבער אויפן שפיץ גאפל א ראציאנאלע הסבר פארוואס סייענס קען נישט מחייב זיין זייער פרעדיקשן איבער גיל העולם איז אזוי, די אלע פרעדיקציעס אויפ'ן גיל העולם איז געבויט און געבעיסט אויף די ביג בענג טעאריע (אדער אויף די אלטקייט פון די שטערנ'ס), די ביג בענג טעאריע (אזוי אויך די שטערן טעאריע) איז געבויט אויף שטודיעס דורכעגעפירט אויפ'ן "יעצט" און עקסטראפאלירט אויף ביליאן'ן יאר צוריק, און אמת טאקע אז לויט'ן "יעצט" זענען זייערע שטודיעס גאנץ אקוראט, אבער וויבאלד די עצם סיבה פונעם ביג בענג ווערט נישט דעפינירט דורכ'ן טעאריע, ממילא איז אוממעגליך צו וויסן -פון א סייענטיפישן שטאנדפונקט- וואס האט זיך אפגעשפילט בעת בריאת העולם, ס'איז העכסט מעגליך אז די סיבה פונעם ביג בענג האט אויך גורם געווען אז אינעם ערשטן ספליט סעקנד זאל נאטור זיך עוואלוון וואס נעמט היינט א ביליאן אדער אפילו א טריליאן יאר, עס פעלט פאר סייענס א ריזן טשאנק פענאמענאן וויאזוי די אטאמען שפילן און ריעקטן בעת עס ווערט א יש מאין, ויש להאריך בזה.

א קליינער משל, לאמיר זאגן אז דער אסטראנאט טרעפט זיך מיט'ן עיליען אויפ'ן מאדים, דער קלוגער עיליען געט אים אזא קוק אן און זאגט אים "איר זענט צוויי אהאלב מיליאן יאר אלט", לויט ווי זיין וויסנשאפט אין קאסמאס זאגט אים געדויערט צו עוואלוון פון א וואסער-שטיינדל ביז צו לייף בערך 3 מיליאן יאר, ווידער דער אסטראנאט זאגט אים איך בין 50 יאר, איך בין שוין באשאפן געווארן מיט אלע מיינע ביינער און מיין גאנצער ביאלאגישער סיסטעם רעדי, דער עיליען וועט טאקע דארפן זיין משוגע אים צו גלייבן, סוועט אים בשום אופן קענען אריינגיין אין קאפ דער מושג אז א זאך וואס דויערט 3 מיליאן יאר זאל געדויערן איין מינוט, אבער וויבאלד ער ווייסט נישט די פראסעס פון ביאלאגישן געבורט ווייסט ער נישט דעם אמת.

און בנוגע צו סייענס וועט אמאל אנקומען צו 6000 יאר, איז טאקע זייער נישט מסתבר (כאטש גארנישט קען מען אויסשליסן, למשל סייענס האט ביז נישט לאנג צוריק געהאלטן אז די יוניווערס איז "אייביג" געווען, אויך אלבערט איינשטיין האט אזוי געהאלטן אלע יארן, און האט אפילו געבויט טעאריעס אויף דעם טעאריע, ער האט נאר געמוזט צוריקציען ווען די קלארע באווייזן איבער א עקספענדינג קאסמאס זענען אפירגעקומען, און כמובן איז א שפרונג פון "אייביג" ביז 14 ביליאן אסאך ווייטער ווי א שפרונג פון 14 ביליאן ביז 6000) אבער עס איז נישט געטראכט רעאליסטיש, פארקערט מסתבר איז אז זיי וועלן טרעפן ראיות אויף נאך א עלטערן גיל, אבער ווי געזאגט זייערע ראיות זענען אויף קיין שום פאל א פראבלעם פאר א 6000 יאריגע יוניווערס לויט די תורה.

און דאס האב איך געמיינט מיטן נייעס'ל אויבן, נישט אז זיי גייען צוביסלעך אראפ מיט די יארן, און אז מיט די יארן וועט זיך נאך ארויסשטעלן אז 6000 יאר איז אמת, בכלל נישט, נאר ווי איך האב דארט געשריבן אז איך מיין ארויסצוברענגען די נקודה אז זייערע טעאריעס זענען אלעס געבויט אויפן "יעצט" און וועגן דעם זענען זייערע טעאריעס לכתחלה נישט קיין פראבלעם מיט די תורה. (אגב, איבער די שאלה פון מיין נייעס, די גיל פון א גאלאקסי און פלאנעטן רעכנט מען אין סייענס פון ווילאנג עס איז שוין אזוי אין יעצטיגע מצב, אוודאי איז שוין אלעס געווען ביים ביג בענג..., און דאס האט סייענס קודם געמיינט, אז אונזער גאלאקסי איז עלטער פון די פלאנעטן מיט 4-5 ביליאן יאר, אבער באמת זענען זיי ביידע די זעלבע גיל...)

און ווי געשריבן אז אלעס איז נאר בקיצור און אויפן שפיץ גאפל, מיינע פינגערס זענען אויך נישט פון ראבער...
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 7:58 am#54948
וויליגער, עס קוקט מיר אויס אז די כאפסט עפעס נישט וואס עס מיינט א סייענטיפיק טעאריע, איך מיין אז די ווידאו קען דיר זיין א הילף.
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 8:46 am#54951
איך גיי נישט פארברענגען יעצט צוויי שעה אויף א ווידעאו, דו קענסט אפשר אראפשרייבן דעם עיקר נקודה?
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 9:31 am#54962
villager האט געשריבן:נישט קיין חילוק וויפיל מאל מען נוצט דאס ווארט "פאקט" , איז אבער דער איינציגסטער אמת'ער פאקט אז די אלע פאקטן זענען בכלל נישט קיין סייענטיפישע "פאקטן" נאר א קאמבינאציע פון גאר קאמפליצירטע טעאריעס און פרעדיקציעס געבויט אויף אנדערע טעאריעס וכו' וכו', וועסט נישט טרעפן קיין איין סייענטיסט וואס וועט זאגן אז זיינע פרעדיקציעס אויפן גיל העולם זענען א 'פאקט' אפגעזעהן וויפיל ראיות ברורות שאין עליהם פירכות אדער וויפיל מציאותער הנראה לעינים סדא ווי דענדראדכנאלאגיע און ראדיאמעטריק דאטורירן, איז אבער אלעס נאר פרעדיקציעס געבויט אויף טעאריעס.

יעצט צום ענין, ס'איז א שאד אריינצוגיין אין דעטאלירטע וויכוחים ווייל הזמן יכלו והם לא יכלו, אבער אויפן שפיץ גאפל א ראציאנאלע הסבר פארוואס סייענס קען נישט מחייב זיין זייער פרעדיקשן איבער גיל העולם איז אזוי, די אלע פרעדיקציעס אויפ'ן גיל העולם איז געבויט און געבעיסט אויף די ביג בענג טעאריע (אדער אויף די אלטקייט פון די שטערנ'ס), די ביג בענג טעאריע (אזוי אויך די שטערן טעאריע) איז געבויט אויף שטודיעס דורכעגעפירט אויפ'ן "יעצט" און עקסטראפאלירט אויף ביליאן'ן יאר צוריק, און אמת טאקע אז לויט'ן "יעצט" זענען זייערע שטודיעס גאנץ אקוראט, אבער וויבאלד די עצם סיבה פונעם ביג בענג ווערט נישט דעפינירט דורכ'ן טעאריע, ממילא איז אוממעגליך צו וויסן -פון א סייענטיפישן שטאנדפונקט- וואס האט זיך אפגעשפילט בעת בריאת העולם, ס'איז העכסט מעגליך אז די סיבה פונעם ביג בענג האט אויך גורם געווען אז אינעם ערשטן ספליט סעקנד זאל נאטור זיך עוואלוון וואס נעמט היינט א ביליאן אדער אפילו א טריליאן יאר, עס פעלט פאר סייענס א ריזן טשאנק פענאמענאן וויאזוי די אטאמען שפילן און ריעקטן בעת עס ווערט א יש מאין, ויש להאריך בזה.

א קליינער משל, לאמיר זאגן אז דער אסטראנאט טרעפט זיך מיט'ן עיליען אויפ'ן מאדים, דער קלוגער עיליען געט אים אזא קוק אן און זאגט אים "איר זענט צוויי אהאלב מיליאן יאר אלט", לויט ווי זיין וויסנשאפט אין קאסמאס זאגט אים געדויערט צו עוואלוון פון א וואסער-שטיינדל ביז צו לייף בערך 3 מיליאן יאר, ווידער דער אסטראנאט זאגט אים איך בין 50 יאר, איך בין שוין באשאפן געווארן מיט אלע מיינע ביינער און מיין גאנצער ביאלאגישער סיסטעם רעדי, דער עיליען וועט טאקע דארפן זיין משוגע אים צו גלייבן, סוועט אים בשום אופן קענען אריינגיין אין קאפ דער מושג אז א זאך וואס דויערט 3 מיליאן יאר זאל געדויערן איין מינוט, אבער וויבאלד ער ווייסט נישט די פראסעס פון ביאלאגישן געבורט ווייסט ער נישט דעם אמת.

און בנוגע צו סייענס וועט אמאל אנקומען צו 6000 יאר, איז טאקע זייער נישט מסתבר (כאטש גארנישט קען מען אויסשליסן, למשל סייענס האט ביז נישט לאנג צוריק געהאלטן אז די יוניווערס איז "אייביג" געווען, אויך אלבערט איינשטיין האט אזוי געהאלטן אלע יארן, און האט אפילו געבויט טעאריעס אויף דעם טעאריע, ער האט נאר געמוזט צוריקציען ווען די קלארע באווייזן איבער א עקספענדינג קאסמאס זענען אפירגעקומען, און כמובן איז א שפרונג פון "אייביג" ביז 14 ביליאן אסאך ווייטער ווי א שפרונג פון 14 ביליאן ביז 6000) אבער עס איז נישט געטראכט רעאליסטיש, פארקערט מסתבר איז אז זיי וועלן טרעפן ראיות אויף נאך א עלטערן גיל, אבער ווי געזאגט זייערע ראיות זענען אויף קיין שום פאל א פראבלעם פאר א 6000 יאריגע יוניווערס לויט די תורה.

און דאס האב איך געמיינט מיטן נייעס'ל אויבן, נישט אז זיי גייען צוביסלעך אראפ מיט די יארן, און אז מיט די יארן וועט זיך נאך ארויסשטעלן אז 6000 יאר איז אמת, בכלל נישט, נאר ווי איך האב דארט געשריבן אז איך מיין ארויסצוברענגען די נקודה אז זייערע טעאריעס זענען אלעס געבויט אויפן "יעצט" און וועגן דעם זענען זייערע טעאריעס לכתחלה נישט קיין פראבלעם מיט די תורה. (אגב, איבער די שאלה פון מיין נייעס, די גיל פון א גאלאקסי און פלאנעטן רעכנט מען אין סייענס פון ווילאנג עס איז שוין אזוי אין יעצטיגע מצב, אוודאי איז שוין אלעס געווען ביים ביג בענג..., און דאס האט סייענס קודם געמיינט, אז אונזער גאלאקסי איז עלטער פון די פלאנעטן מיט 4-5 ביליאן יאר, אבער באמת זענען זיי ביידע די זעלבע גיל...)

און ווי געשריבן אז אלעס איז נאר בקיצור און אויפן שפיץ גאפל, מיינע פינגערס זענען אויך נישט פון ראבער...

ווילעדזשער, ווי איר זאגט, ס'איז א שאד אריינצוגיין אין דעטאלירטע ויכוחים. אבער ווי נישט ווי, נישט יעדן טאג טרעפט מען אן איטעליגענטן קריאציאניסט מיט וועם מ'קען האבן א רואיגן ראציאנאלען דיאלאג און אז עס געפונט זיך דא אזא אוצר ווי אייך, וויאזוי קען איך עס נישט אויסניצן?

איך וויל קודם נעמען אישו מיט אייך אז איך האב מחלק געווען צווישן צוויי סייענטיפישע סטעיטמענטס. סטעיטמענט נומער איינס: די וועלט איז עלטער ווי 6,000 יאר. סטעיטמענט נומער צוויי: די אוניווערס איז אלט בערך 13 ביליאן יאר. איר זענט מסביר בדברים של טעם אז די 13 ביליאן יאר איז באזירט אויף עקסטרעפאלאציעס פון די יעצט, און איז דערפאר אומגילטיג ווייל - אויב פארשטיי איך גוט וואס איר מיינט - ווער זאגט אז וואס עס איז יעצט איז געווען נעכטן, עס איז נישט מער ווי א טעאריע (אדער א "פרעדיקציע" בלשונך) אז עס איז געווען אזוי נעכטן. יא, צו וויסן אז די אוניווערס איז 13 ביליאן יאר אלט און די וועלט 4-5 ביליאן יאר מוז מען צוקומען צו די עקסטרעפאלאציעס און הנחות.

אבער, לגבי די תורה איז נישט קיין חילוק צו די וועלט איז 8,000 יאר אלט, 10,000 יאר אלט אדער א מיליאן יאר אלט. ווי נאר איך קען אויפווייזן אז עס איז עלטער ווי די מקובל'דיגע 6,000 יאר, האב איך א גילטיגע קושיא און איך דארף שוין זיכן א תירוץ. און צו אויפווייזן אז די וועלט איז מער ווי 6,000 יאר אלט דארף איך נישט צוקומען צו די קאמפליצירטע טעאריעס און עקסטרעפאלאציעס. עס איז זייער פשוט: איך זע ווי א יעדעס יאר ווערט א פרישע שיכט זאמד אראפגעלייגט אונטן פון די גרינע טייך אין ווייאמינג. איך הייב אן אראפצוגראבן, און די שיכטן זאמד שטימען מיט די יארן. פאראיאר איז געווען א קאלטע יאר, און די שיכט פון פאראיאר איז טאקע אזעלכע זאמד וואס פאסן אין א קאלטע יאר. פאר פינף יאר צוריק איז געווען א טרוקענע יאר, און די זאמד אין יענעם שיכט איז טאקע זאמד וואס פאסן פאר א טרוקענע יאר. איך הייב אן אראפצוציילן, און איך גיי ווייטער און ווייטער פון 6,000 אייגענארטיגע שיכטען, עס איז מיר נישט עכט נוגע וויפיל שיכטען איך קען אראפציילן, ווייל ווי נאר איך בין אריבער די מארק פון 5,773 שיכטען בין איך אריבער די מארק פון בריאת העולם על פי המסורה. און איך צייל און צייל אייגענארטיגע שיכטן, יעדע שיכט ווייזט אויף א היסטאריע, די שיכטען נאך 5,773 זענען די זעלבע אין נאטור און אין אויפפיראכטס ווי די שיכטען פאר 5,773. זיי פארציילן אויך - פונקט ווי די שיכט פון פאראיאר און פון פאר פינף יאר - די וועטער וואס האט געהערשט און די יאר וואס זיי זענען אראפגעלייגט געווארן. דאס איז א פשוט'ע הוכחה הנראה לעיניים אז די וועלט איז עלטער פון 6,000 יאר. און די זעלבע חשבון איז מיט אייז שיכטן, מיט בוים-רינגען און מיט די ליכט פון שטערן. אויב וועט איר זיך מיט מיר טענה'ן אז מיין מהלך פון ציילן די אלטע שיכטן איז אן "עקסטרעפאלאציע" און א טעאריע באזירט אויפן יעצט, וועל איך אייך טענה'ן אז די זון האט בכלל נישט אויפגעשיינט היינט אין מדבר סאהארא. איי, די זון מוז על פי חשבון אויפשיינען אין מדבר סאהארא? אה, דאס איז דאך נישט מער ווי אייער אייגענע עקסטרעפאלאציע פון אייער ארום, עס איז סך הכל א טעאריע באזירט אויף דא. טוט דאס מאכן סענס צו אייך? צו מיך נישט.

אין קורצן: אויב איז דענדראכראנאלאגיע עפעס וואס איז באזירט אויף אן עקסטרעפאלאציע, דאן איז אייער נעכטיגע עקזיסטענץ אויך נישט מער ווי אן עקסטרעפאלאציע פון דאס וואס איר עקזעסטירט היינט אלס אן עלטערער מענטש און איר האט זכרונות פון נעכטן. עס איז סך הכל א טעאריע באזירט אויף יעצט. (און פארגעסט נישט, אונזער מסורה איז אויך נאר א מסורה ווייל מיר טוען עקסטרעפאלירן אויפן עבר, ואכמ"ל).

איר טענה'ט אז אין די ערשטע סעקונדע פון ביג בענג האבן זיך זאכן פארמירט א שטייגער ווי זיי וואלטן עוואלווד ביליאנע יאר. איך בין מודה צו אייך אז מיר ווייסן נישט וואס עס האט פאסירט די ערשטע ספליט-סעקונדע ביים ביג בענג, אבער דאס איז זיכער אז די ביג בענג האט פאסירט מער ווי 6,000 יאר צוריק. פארוואס? ווייל אין די שיכטען צאל איז קלאר אז עס האט גארנישט פאסירט צווישן שיכט 5,773 און שיכט 5,774. עס איז אויך גאנץ קלאר אז עס האט גארנישט פאסירט צווישן שיכט 10,951 און שיכט 10,952. די שיכטן זענען ווי דערמאנט אייגענארטיג, און פארמאגן די זעלבע נאטור און אויפפיראכטס ווי די יונגערע שיכטן. צו זאגן אז אין די ספליט-סעקונדע פון ביג בענג האט זיך די טייך מיט אירע מיליאנע שיכטן - און איעדעס שיכט מיט איר אייגענארטיקע אויסקוק - זיך געגעבן א פארמיר איז א טפשות.

(און אגב, איר שרייבט אז היינט ווייסן מיר זיכער אז די אוניווערס האט נישט עקזעסטירט אויף אייביג. עס איז טאקע זיכער אז די אוניווערס ווי מיר ווייסן איר האט נישט עקזעסטירט אויף אייביג, אבער סייענטיפיק איז מעגליך אז צייט האט יא אייביג עקזעסטירט און עס איז נישט אזא גרויסע שפרונג פון זאגן אז עפעס א חומר קדמון האט תמיד עקזעסטירט ביז זאגן אז די בריאה פון צייט האט אייביג עקזעסטירט, אלזא זאגט מיר נישט אז פון אייביג ביז 13 ביליאן יאר איז א גרויסע שפרונג).

איך מוז אייך צולייגן אז איך האלט גראדע פון פיליפ גאוס' מהלך אז די וועלט האט ג-ט באשאפן אין אן אופן וואס זעט אויס ווי זי איז ביליאנען יארן אלט. אבער דאס איז נאר אין די פרעימווארק פון א סופער-נאטורליכע באשאף, נישט אין א נאטורליכן מהלך פון "ביג-בענג".
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 11:12 am#54991
villager, איך וויל אייך דערמאנען איבער דעם הויפט-באווייז אויף דער אידישער אמונה - די סברא פון רבי יהודה הלוי אין 'ספר הכוזרי' אז מ'האט נישט געקענט איינרעדן הונדערטער טויזנטער מענטשן אז מתן תורה האט פאסירט, אויב עס האט נישט טאקע פאסירט. אננעמענדיק אז איר זענט אן אינטעליגענטער מענטש, און אז אייער אמונה איז באזירט אויף לאגיק, טארט איר נישט פארגעסן אז די סברא פון הלוי איז אויך נאר אן עקסטראפאלירונג פון וויאזוי מענטשן פירן זיך היינט אויף, און אז פונקט ווי היינט וואלט מען נישט געקענט איינרעדן 600,000 מענטשן אזוי וואלט מען אויך נישט געקענט 3,500 יאר צוריק.
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:23 pm#55041
קודם סופר ומונה, אויף קיין שום פאל וועל איך נישט פרובירן צו דעפענדן אמונה, און אגב, ס'קלאר אמונה איז נישט באזירט אינגאנצן אויף לאגיק ווי דו זאגסט, מיין ציל איז נאר אויפצוווייזן אז סייענס איז קיינמאל קיין פראבלעם פאר אמונה, ברי ושמא ברי עדיף, ווילסט אבער טשעלענדזשען די "ברי" פון אמונה איז גאנץ א צווייטער פרשה.

צום ענין, רב הציץ, איך חזר נאכאמאל איבער אז איך וויל נישט אריין אין וויכוחים, איך פארשטיי אז דו ווילסט יא, אבער וואס בין איך שולדיג אז שרייבן איז זייער א בארינג וועג צו פירן א וויכוח?

אבער קלאר צו מאכן צוויי ענינים, אלע קארבאן/ראדיא דאטירונגען מעטאדן זענען דא סייענטיסן וואס טשעלענדזשן עס מעיקר הדין, למשל דענדראכנאלאגיע איז א קלארע פאקט אז ביימער קענען בלי שום סיבה מאכן 5 שורות אין איין ווינטער, אזוי אויך מיט שטיינער און זאמד, בקיצור ס'איז ווייטער נישט גענוג א פאקט צו טשעלענדזשן די 6000 יאר מסורה.

צווייטענס עקסטראפאלאציע האט כללים, דער כלל איז אז ווי ווייטער פון מקור און ווי מער אומבאוואוסטע פענאמינעס איז אינוואלווד אלס ווייניגער אקוראט איז עס, און אלס מער פאטענציעלע טעותים איז שייך, כל שכן ווען אומבאשטעטיגטע טעאריעס שפילן אויך א הויפט ראלע אינעם חשבון, אלזא פארגלייכן צו מיין דא זיין נעכטן צו אויב עפעס איז בכלל געווען ביליאנען יאר צוריק איז קיין פארגלייך.

מיין פוינט איז אבער פון די פארקערטע פערספעקטיוו, אויב ביסטו מודה אז דו ווייסט נישט וואס האט עס אנגעפאנגען דעמאלטס איז גארנישט מוכרח נאר פון וואס דו ווייסט, פאר א קינד וואס פרעגט וויאזוי א בעבי ווערט געבוירן, קען מען ענטפערן אז א מלאך האט עס געברענגט, מען האט עס געקויפט אין וואלמארט, אדער אז עס ליגט שוין אין מדבר א ביליאן יאר און יעצט האט עס די האספיטאל אויפגעפיקט, אז דו ווייסט נישט ווער האט געטראגן די וועלט איז נישט שייך קיין שום טעאריעס אדער עקסטראפאלאציעס, עס איז נישטא פון וואס אויף וואס צו עקספאטירן, אלע שטודיעס זענען זילטש ווערט ווייל עס גייט ארויס פון סייענס הענט, א פלאמבער וועט פונקט אזוי קענען טעארייזן ווי דער פיזיקיסט און סייענטיסט, ווייל ס'איז אלעס פענאמינעס וואס איז בכלל נישט בנמצא.

ס'דא נאך שיטות וויאזוי צו פארענטפערן די דעיטינג מעטאדן, אבער הצד השווה שבהן אז סייענס איז קיינמאל נישט גענוג שטארק צו טשעלענדזשען מיין אמונה, סייענס פאר זיך איז זייער אויסגעהאלטן און אינטערסאנט אבער עס קען בשום אופן ריפלעיסן די קלארע 6000 יעריגע מסורה פון די תורה.

שוין מיט דעם בין איך האפענטליך גענדיגט...
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 1:50 pm#55139
אין אישית האב איך אין אן אויסטויש מיט א חשוב'ן חבר געשריבן איבער דעם שאלה "וואס מיינט דאס ביג בענג", ווי פאלגענד:

הציץ ונפגע האט געשריבן:ביג בענג טעאריע איז די אופן וויאזוי די סייענטיסטן דעסקרייבן די וועג וויאזוי די וועלט האט זיך אנגעהויבן דעוועלאפן. ביג בענג רופט זיך די רגע וואס די יקום האט אנגעהויבן עקזעסטירן. כהיום, ווייסן די סייענטיסטן (עכ"פ זיי האלטן אז זיי ווייסן) פונקטליך וואס עס האט פאסירט פון א ספליט-סעקונדע נאך די ביג בענג. וואס האט פאסירט ממש בשעת'ן ביג בענג איז פארהוילן. די רעליעגעזע (בעיקר קריסטן) זאגן אז אין יענע סעקונדע האט פאסירט אן איבער-נאטורליכע פאסירונג וואס האט גורם געווען פארן יקום צו אנהייבן עקזעסטירן (אין אנדערע ווערטער: יענע סעקונדע איז געווען בריאת העולם). די נישט רעליעגעזע זאגן אז סייענס וועט נאך אמאל אויפקומען מיט א הסבר וואס האט פאסירט די ערשטע רגע פון די ביג בענג - דאס הייסט אז מ'וועט האבן א נאטורליכען הסבר פאר די יקום'ס אנהייבן עקזעסטירן.

ווילעדזשער וויל האבן דעם קוכן און אויך עס עסן. ער וויל אז דער מאמענט פון ביג בענג זאל האבן געווען סיי א נאטורליכע פאסירונג אין וועלכע די וועלט איז געגאנגען פעסט-פארווערד און זיך אפגעשטעלט ביים מצב וואס עס איז געווען פאר 5,773 יאר צוריק. איך זאג אז דאס איז נישט מעגליך, די מאמענט פון ביג בענג איז געווען א איבער-נאטורליכע פאסירונג אין וועלכע ג-ט האט אראפגעשטעלט די וועלט וויאזוי זי האט אויסגעקוקט פאר 5,773 יאר צוריק.
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 3:24 pm#55182
הציץ ונפגע האט געשריבן:אין אישית האב איך אין אן אויסטויש מיט א חשוב'ן חבר געשריבן איבער דעם שאלה "וואס מיינט דאס ביג בענג", ווי פאלגענד:

עפשער ביסטי עס דא אביסעל מאסביר אין מאמע לשון?
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 5:06 pm#55222
וועלכע זאץ האסטו נישט פארשטאנען?
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 5:32 pm#55230
איך וועל נישט אסאך מאריך זיין און מהאט שוין דא זייער פיל מאריך געווען.
איך וועל נאר זאגן מיינע צויי סענס. וועגן דער ענין וואס מרופט דא עקסטראפעלאציע , און לויט אנדערע איז דאס אש שוואכקייט אין סייענס, למשל אז מהאט געזעהן אז די לעצטע הונדרעט יאר קומט צו איין שיכט אייז א יאר, איז דאך נאכנישט א ראיה אז פאר טויזענט יאר צוריק איז דאס געשעהן אזוי, אדער אז מזעהט אז היינט פארט לעכטיגקייט אי א געוויסע שנעלקייט מיינט דאס נאכנישט אז פאר טויזנט יאר צוריק איז דאס געפארן אויף אזא שנעלקייט [אגב, יא, איינער זאגט דאס?] איך קען דער סברא צו פארענטפערן מיט דעם גיל העולם פון דער לובאביטשער רבי'ס ספר "אמונה ומדע".
איז דארף מען קלאר מאכן כמה נקודות. 1- די אופן פון עקסטראפעלאציע, איז אויף אנדערע ווערטער פשוט אינדוקציה.אינדאקטשין דהיינו דער סארט סברא וואס זאגט, אז איך זעה אז דער זון קומט ארויף יעדער אינדערפרי, לערן איך פון דעם אז דאס איז נישט סתם א מקרה אדער א נס אז יעדער אינדערפרי קומט עס ארויף און איך לערן ארויס פון דעם אז דאס איז א געזעץ אז יעדער אינדערפרי קומט ארויף די זון און איך בין זיכער אז אויך מארגן וועט זי אויפשיינען. דער באוואוסטער פילאסאף דייויד יום האט שוין לאנג געפרעגט אז די סברא האט נישט קיין שום הכרח אדער ראייה, וייל ווילאנג דו האסט נישט געזעהן יעדער טאג די זון, אדער געזעהן מיט די אויגן די כלל וואס זאגט אז דער זון שיינט אויף אינדערפרי, פון וואו וייסטו אז סוועט אויפשיינען?
די קשיא איז איינער פון די יסודות פון אלע מאדערנע פילאסאפיע און בפרט די פילאסאפיע פון סייענס.
אחרי ככלות הכל, איז גאנץ קלאר אז דאס איז נישט א אמתער שאלה, און יעדער נארמאלער מענטש איז זיכער אז די זון וועט אויפשיינען אינדערפרי, אדער אז אויב ער וועט ארויסוואקן פון א פענסטער וועט ער פאלען, טראץ דעם וואס ער האט דאס נאר געלערנט פון אנדערע פעלער און דער טעאריע פון גראוויטי איז נישט מער ווי א טעאריע געבויט אויף די לעכעריגע עקסטראפעלאציע אז אזויווי סאיז געשעהן איינמאל מוז געשעהן נאכאמאל.
2- יעצט אוודאי איז דא א חילוק פון א שטערקערע טעאריע ביז אש שוואכערע, און איינער געבויט אויף שטערקערע ראיות אדער אויף שוואכערע.דארף מען אבער פארשטיין וואס מיינט טאקע א שטערקערע סייענטיפישע הסבר. די כלל פון סייענס איז אז וועלכער טעאריע סארבעט בעסער און גרינגער דאס איז א בעסערע הסבר. למשל אז מען זעהט שיכטן זאמט אין א טייך און דאס שטימט מיט וואס איך זעה אז יעדער יאר קומט צו איינס, און אויב מרעכנט צוריק טרעפט מען אזויפיל און אזויפיל יארן, און טאקע די יארן וואס מווייסט למשל אז סגעווען א הונגער זעהט מען טאקע די סימנים אין די זאמט, און דאס שטימט מיט נאך צענדליגע פרטים און מיט אנדערע זאכן ארום די וועלט, אלס בעסער ווערט די טעאריע. די עיקר מבחן איז וואס קען בעסער מסביר זיין די פאקטן וואס מיר זעהן, און אונז העלפן פארזאגן וואס דארף געשעהן אין ענליכע אומשטענדן.
ממילא, אמת אז אסאך פון די טעאריעס זענען קאמפליצירט, נישט אלע פארשטייט בכלל א מענטש וואס האט נישט שטודירט די זאכן, און זענען געבויט גג על גג , וכו', אבער דאס אלץ מאכט נאר בעסער די טעאריע. כדי צו טהענן קעגן א טעאריע איז נישט גענוג צו טעהנן אז סנישט טויזנט פראצענט מוכח און ממילא דארף מען זיך נישט מאכן וויסנדיג. וייל פון דעם האט קיינער גארנישט חוץ אפשר א ר' רביגדור מילער אדער אדמו"ר מחב"ד וואס פאר סאם ריזען עקשנט ער זיך דא צו קענן גלייבן די תורה כפשוטו [לפחות אויף נאך אפאר יאר ביז סוועלן אפירקומען בעסער ראיות אדער ביז מוועט מצליח זיין צו מאכן אונזערע קינדער גענוג אומוויסנד אז זיי וועלן ניטאמאל הערן פון אזא זאך סייענס]. ווען סקומט איינער און זאגט נע איך גלייב נישט די אלע טעאריעס, זאג איך עם, סנישט קיין חכמה צו שטיין און די זייט באקוועם מיט דיין חומשל און לאכן, אדרבה, קאטשע זיך ארויף די ארבעל און ארבעט אויס א טעאריע וואס וועט בעסער מסביר זיין די פאקטן. דערווייל איז אנגענומען אז די אלע פאקטן וואס מיר וייסען זענען די בעסטע מוסבר מיט די טעאריע. און דאס איז די איינציגסטע שכלדיגע זאך צו טוהן.
3- די טענה אז אמאל האב זאכן געיארבעט שנעלער אפילו ווען סוואלט געווען אמת העלפט עס אונז גארנישט. די הגדרה פון צייט. אפילו פאר איינשטיין, איז פשוט וויפיל זאכן געשעהן אין די מציאות. למשל א טאג איז פשוט איין מאל וואס די וועלט דרייט זיך. ווילסטו פארענטפערן און זאגן אז אמאל האט די וועלט זיך געדרייט יעדער סעקונדע, שיהיה, איז דעמלאטס געווען אסאך טעד, והדרא קושיין לדוכתא. ווידער אויב וועסטו טעהנן אז א חלק זאכן זענען דעשעהן שנעלער, למשל סיזענס האבן זיל געטוישט יעדער צויי מינוט און דאס איז מסביר די שיכטן אייז, דארסטו אבער נעמן אין אכט אויך די אנדערע צענדליגע זאכן וואס שפילן זיך אפ אין א יארגאנג. אי ממה נפשך, אויב איז אלעס פשוט געגאנגען שנעלער, האסטו דאך גארנישט געזאגט, איז דאך וייטער די וועלט אזוי אלט וייל אויך צייט איז געאגאנגען שנעלער, ווידער אויב איז נישט אלעס געגאנגען שנעלער נאר א חלק זאכן, ווערסט באווארפן מיט אזויפיל זאכן וואס שטומען נישט אז יצא שכרך בהפסדך.
ודי בזה.
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 5:36 pm#55233
[אגב, די שיכטן אייז וכדו' איז אויך א קשיא אויפן מבול, אויב לערנט מען אז סגעווען אוי די גאנצע וועלט. ואכמ"ל. ]
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 5:45 pm#55234
villager האט געשריבן:קודם סופר ומונה, אויף קיין שום פאל וועל איך נישט פרובירן צו דעפענדן אמונה, און אגב, ס'קלאר אמונה איז נישט באזירט אינגאנצן אויף לאגיק ווי דו זאגסט, מיין ציל איז נאר אויפצוווייזן אז סייענס איז קיינמאל קיין פראבלעם פאר אמונה, ברי ושמא ברי עדיף, ווילסט אבער טשעלענדזשען די "ברי" פון אמונה איז גאנץ א צווייטער פרשה.

וויבאלד די סברות וואס דו נוצט זיך מיט זיי צו טשעלענדזשן סייענס זענען סברות וואס זענען מערער אויף יעדער ענין פון מענטשליכער פאשטאנד, ביסטו דער וואס איז מערער בחד מחתא אויף די ברי פון די אמונה, ווילאנג דו האלטסט אז אמונה איז אויך עפעס א שיטה וואס מענטשען האלטן און איז ממילא תלוי אין די שטארקייט פון מענטשליכע דעת פונקט ווי יעדער אנדערע מענטישליכע סברא.
כדי צו טעהן וואס דו טהענסט דארפסטו אדער מחליט זיין אז אמונה איז ברי אן קיין שום סברא, סתם וויל אזוי ווילסטו, אדער עפעס אזוי. אבער דעמלאטס וייס איך נישט וואס אמונה מינט ביי דיר בכלל.
אדער קענסטו טהענהן אז די סברא דיינע אויף אמונה איז שטערקעק אויף די סברא פון ביג בענג וכדו'. אויף דעם פרעגט טאקע סופר ומונה אז פונקט די זעלבע קשיא וואס דו פרעגסט אויף סייענס האט ער אויב אזוי אויפן כוזרי, דארפסטו דעמאלטס מחלק זיין וואס איז דער חילוק.
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 5:48 pm#55235
הרב עיר-התורה, איר שרייבט דברים יקרים מאוד, איך האב גאר אסאך הנאה געהאט. איך וויל נאר חוזר ומדגיש זיין אז די נקודה וואס איר ברענגט ארויס אין נומער 3 איז נאר אויב מיר נעמען אן אז די צייט איז געלאפן שנעלער און דערפאר האט זיך אלעס דעוועלאפט שנעלער, ד.ה. אין א נאטורליכען פרעימווארק. אויב זאג איך אבער אז ג-ט האט עס אבער-נאטורליך באשאפן אזוי אז עס זאל אויסזען ווי כאילו עס איז אדורך אן עוואלוציע מיט אלע פיטשיווקעס, דאן איז אייער הערה נישט גילטיג.

לעיקוואד האט געשריבן: דער סארט סברא וואס זאגט, אז איך זעה אז דער זון קומט ארויף יעדער אינדערפרי, לערן איך פון דעם אז דאס איז נישט סתם א מקרה אדער א נס אז יעדער אינדערפרי קומט עס ארויף און איך לערן ארויס פון דעם אז דאס איז א געזעץ אז יעדער אינדערפרי קומט ארויף די זון און איך בין זיכער אז אויך מארגן וועט זי אויפשיינען. דער באוואוסטער פילאסאף דייויד יום האט שוין לאנג געפרעגט אז די סברא האט נישט קיין שום הכרח אדער ראייה, וייל ווילאנג דו האסט נישט געזעהן יעדער טאג די זון, אדער געזעהן מיט די אויגן די כלל וואס זאגט אז דער זון שיינט אויף אינדערפרי, פון וואו וייסטו אז סוועט אויפשיינען?
די קשיא איז איינער פון די יסודות פון אלע מאדערנע פילאסאפיע און בפרט די פילאסאפיע פון סייענס.
אחרי ככלות הכל, איז גאנץ קלאר אז דאס איז נישט א אמתער שאלה, און יעדער נארמאלער מענטש איז זיכער אז די זון וועט אויפשיינען אינדערפרי, אדער אז אויב ער וועט ארויסוואקן פון א פענסטער וועט ער פאלען, טראץ דעם וואס ער האט דאס נאר געלערנט פון אנדערע פעלער און דער טעאריע פון גראוויטי איז נישט מער ווי א טעאריע געבויט אויף די לעכעריגע עקסטראפעלאציע אז אזויווי סאיז געשעהן איינמאל מוז געשעהן נאכאמאל.

גראדע איז דא אן אינטערעסנטע ווארט פון רבי ישראל מאיר הכהן קאגאן, בעל החפץ חיים אז בעצם וואלט ער נישט ערווארטעט די זון נאכאמאל אויפצושיינען יעדען אינדערפרי. נאר מיר זאגן "המחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית", דאס הייסט אז מיר האבן א פארזיכערונג אז ג-ט וועט מחדש זיין מעשה בראשית יעדען פרימארגן פון פריש, און נאר דערפאר קענען מיר זיין זיכער אז די זון וועט אויפשיינען נאכאמאל...
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 5:50 pm#55238
הציץ ונפגע האט געשריבן:אין אישית האב איך אין אן אויסטויש מיט א חשוב'ן חבר געשריבן איבער דעם שאלה "וואס מיינט דאס ביג בענג", ווי פאלגענד:

הציץ ונפגע האט געשריבן:ביג בענג טעאריע איז די אופן וויאזוי די סייענטיסטן דעסקרייבן די וועג וויאזוי די וועלט האט זיך אנגעהויבן דעוועלאפן. ביג בענג רופט זיך די רגע וואס די יקום האט אנגעהויבן עקזעסטירן. כהיום, ווייסן די סייענטיסטן (עכ"פ זיי האלטן אז זיי ווייסן) פונקטליך וואס עס האט פאסירט פון א ספליט-סעקונדע נאך די ביג בענג. וואס האט פאסירט ממש בשעת'ן ביג בענג איז פארהוילן. די רעליעגעזע (בעיקר קריסטן) זאגן אז אין יענע סעקונדע האט פאסירט אן איבער-נאטורליכע פאסירונג וואס האט גורם געווען פארן יקום צו אנהייבן עקזעסטירן (אין אנדערע ווערטער: יענע סעקונדע איז געווען בריאת העולם). די נישט רעליעגעזע זאגן אז סייענס וועט נאך אמאל אויפקומען מיט א הסבר וואס האט פאסירט די ערשטע רגע פון די ביג בענג - דאס הייסט אז מ'וועט האבן א נאטורליכען הסבר פאר די יקום'ס אנהייבן עקזעסטירן.

ווילעדזשער וויל האבן דעם קוכן און אויך עס עסן. ער וויל אז דער מאמענט פון ביג בענג זאל האבן געווען סיי א נאטורליכע פאסירונג אין וועלכע די וועלט איז געגאנגען פעסט-פארווערד און זיך אפגעשטעלט ביים מצב וואס עס איז געווען פאר 5,773 יאר צוריק. איך זאג אז דאס איז נישט מעגליך, די מאמענט פון ביג בענג איז געווען א איבער-נאטורליכע פאסירונג אין וועלכע ג-ט האט אראפגעשטעלט די וועלט וויאזוי זי האט אויסגעקוקט פאר 5,773 יאר צוריק.

איך הייב נישט אן צו פארשטיין, אויב ביסטו מודה צו די סייענס פון איין סעקונדע נאך די ביג בענג [אגב מיין איך אז דיין גאנצע באריכט דא איבער וואס מוייסט יא וועגן דעם און וואס מוייסט נישט איז נישט מדוייק, איך האב נישט קיין געדלוט נאכצוקוקען, באצי איך זיך "לדבריך"] און פון דעמאלטס איז דא א קלארע רעקארד קענסטו דאך נישט זאגן אז יענער מיסטעריעזע סעקונדע איז געוועען א נס ביז פאר תשע"ג יאר צוריק. דו דארפסט זאגן אז תשע"ג יאר צוריק איז געשעהן א נס וואס האט געמאכט א וועלט וואס זעהט אויס שוין אפאר ביליאן יאר אלט [פארשטייט זיך אויף דעם איז נישטא קיין טראפציקילי עווידענס, אדרבה, פאר 5773 יאר צוריק זעהן מיר שוין מענטשען דרייען זיך אויף די וועלט און זיי האבן אונז אפילו איבערגעלאזט סויוועניערס]
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 5:55 pm#55240
הציץ ונפגע האט געשריבן:הרב עיר-התורה, איר שרייבט דברים יקרים מאוד, איך האב גאר אסאך הנאה געהאט. איך וויל נאר חוזר ומדגיש זיין אז די נקודה וואס איר ברענגט ארויס אין נומער 3 איז נאר אויב מיר נעמען אן אז די צייט איז געלאפן שנעלער און דערפאר האט זיך אלעס דעוועלאפט שנעלער, ד.ה. אין א נאטורליכען פרעימווארק. אויב זאג איך אבער אז ג-ט האט עס אבער-נאטורליך באשאפן אזוי אז עס זאל אויסזען ווי כאילו עס איז אדורך אן עוואלוציע מיט אלע פיטשיווקעס, דאן איז אייער הערה נישט גילטיג.

לעיקוואד האט געשריבן: דער סארט סברא וואס זאגט, אז איך זעה אז דער זון קומט ארויף יעדער אינדערפרי, לערן איך פון דעם אז דאס איז נישט סתם א מקרה אדער א נס אז יעדער אינדערפרי קומט עס ארויף און איך לערן ארויס פון דעם אז דאס איז א געזעץ אז יעדער אינדערפרי קומט ארויף די זון און איך בין זיכער אז אויך מארגן וועט זי אויפשיינען. דער באוואוסטער פילאסאף דייויד יום האט שוין לאנג געפרעגט אז די סברא האט נישט קיין שום הכרח אדער ראייה, וייל ווילאנג דו האסט נישט געזעהן יעדער טאג די זון, אדער געזעהן מיט די אויגן די כלל וואס זאגט אז דער זון שיינט אויף אינדערפרי, פון וואו וייסטו אז סוועט אויפשיינען?
די קשיא איז איינער פון די יסודות פון אלע מאדערנע פילאסאפיע און בפרט די פילאסאפיע פון סייענס.
אחרי ככלות הכל, איז גאנץ קלאר אז דאס איז נישט א אמתער שאלה, און יעדער נארמאלער מענטש איז זיכער אז די זון וועט אויפשיינען אינדערפרי, אדער אז אויב ער וועט ארויסוואקן פון א פענסטער וועט ער פאלען, טראץ דעם וואס ער האט דאס נאר געלערנט פון אנדערע פעלער און דער טעאריע פון גראוויטי איז נישט מער ווי א טעאריע געבויט אויף די לעכעריגע עקסטראפעלאציע אז אזויווי סאיז געשעהן איינמאל מוז געשעהן נאכאמאל.

גראדע איז דא אן אינטערעסנטע ווארט פון רבי ישראל מאיר הכהן קאגאן, בעל החפץ חיים אז בעצם וואלט ער נישט ערווארטעט די זון נאכאמאל אויפצושיינען יעדען אינדערפרי. נאר מיר זאגן "המחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית", דאס הייסט אז מיר האבן א פארזיכערונג אז ג-ט וועט מחדש זיין מעשה בראשית יעדען פרימארגן פון פריש, און נאר דערפאר קענען מיר זיין זיכער אז די זון וועט אויפשיינען נאכאמאל...

אויב קלערסטו אז דער אייבישטער האט געמאכט א נס אונז צו נארען טו פארוואס קלערסטו נישט אז אפשר האט ער געמאכט דער נס פאר א רגע צוריק און באשאפן שוין א קאווע שטיבל ווי מהאלט שוין אינמיטען א וויכוח און א תורה וואס סזעהט אונז אויס אז סאיז שוין געגעבן געווארן וכו'.
אלא מאי, וייל סנישט שכלדיג, איז דאס אויך נישט שכלדיג.
[נאך שטערקער, די רגע דו קלערסט אז עשי"ת מאכט חלילה גאנצע היפוך עולמות אויף צו נארען מענטשען, פארוואס איז דיין סברא אז דווקא די דיינעסארס האט ער געלייגט דארט אונז צו נארן, אפשר דווקא די חומש האט ער געלייגט דארט אונז צו נארען]
[אויך, די סברא האט גארנישט מיט די טענה פון עקסטראפאלאציע וכו', דאס איז סתם א וועג זיך ארויסצודרייען בכלל פון די פאקטן און בלייבן מיט בראשית כפשוטו. אפשר האסטו טאקע דאס געמיינט אין דיין פריערדיגע הודעה.]
[דרך אגב, ברמב"ן בפר' בראשית וש"ר משמע שלמדו שהעולם נברא בתהליך מסודר ולא בנס ברגע אחד, ועי' אברבנאל במה שחולק על רמב"ן בנקודה זו]
אויך די ווארט פון חפץ חיים העלפט פארשטייט זיך נישט, וייל פון וואו וייסט ער אז די חומש וואס ליגט עם יעצט אויף די טיש וועט זיין דארט מארגען. [חוץ וואס איך וייס נישט ווי ער האו געטראפן אזא הבטחה אין די חומש]
[אגב די סברא איז נישט אינגאנצן נאריש שוין דער גרויסער פילאסאף דעקארט האט געטהענט אז די איינציגסטע סיבה וואס ער האט צו טראסטן זיין שכל איז ווייל גאט האט עס עם געגעבן און ער מאכט זיכער אז סזאל אמתדיג וייזן די מציאות, ואכמ"ל]
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 6:20 pm#55248
קען וויסנשאפט באשטימען די עלטער פון דער וועלט?
לגבי די עיקר שאלה אין אנהייב, יאך פארשטיי נישט וואסערע מין שאלה דאס איז.
אוודאי קען וויסענשאפט דאס באשטימען.
די שאלה איז אויב די תורה באשטימט עס אדער נישט.
ווען די תורה פארציילט אונז די מעשה פין אדם הראשון, מיינט אז עס איז געשעהן אין איין רגע? אדער עס איז דורך א פראסעס פין באשאפונג וואס יהיה איך שיהיה וואס די סייענטיסטען ווייסען יא אדער נישט אבער בערך זאגען זיי אז עס איז א פראצעדור פין א לאנגע לאנגע צייט וואס הייבט זיך אהן מיט א קליינע בריאה און ווערט גרעסער און גרעסער בעסער און בעסער.
איז דאס א סתירה מיט די תורה?
ווען די תורה זאגט והארץ היתה תוהו ובוהו, איז פשט אז עפעס איז געוועהן, נאר נישט א וועלט ווי אונז קענען מיר עס. אולי?

מיין עיקר פראבלעם מיט דער פראסעס פין עוועלאשען איז, ווען דער וועלט איז דורך דער פראסעס און ארויסגעגעבען איין מענטש, און עס איז געשעהן כך וכך יאר צוריק, פארוואס געשעהט עס נישט היינט צו טאג נאכאמאהל, ד.ה. היינט אינדערפרי זאל ווערען א מענטש פין א מאלפע (אויב א מענטש איז געקומען פין א מאלפע). פארוואס איז דאס נאר געשעהן איינמאל לאנג צוריק?
איז דער פשט אז עוועלאשען איז געשעהן איינמאל וואס די אלע מינים זענען באשאפען געווארען און נאכדעם איז געוועהן א פריז, און אלעס האט זיך אפגעשטעלט? אוודאי נישט.
באמת מיין קשיא איז קיין קשיא נישט, אבער די כוונה אין די קשיא איז אמת.
לויט דער עוואלאשיניסט איז אמאהל געוועהן א מין פריימעיט וואס איז געוועהן דער זיידע פין א מענטש מיט א מאלפע, ומאלה נפוצו, פין דעם זיידע איז ארויסגעקומען א מאנקי מיט א מענטש, און לאורך הדורות האבען זיי זיך צוטיילט און געמאכט צוויי מינים פין ספעסיס, א מענטש און א מאנקי.
ממילא קען היינט פין א מאנקי נישט ווערען א מענטש און פארקערט.
אבער די קשיא איז נאך אלץ שייך, ווען מענטשען האבען געלעבט אין אמעריקא לכל הפחות טויזענטער יאר אנגעטיילט פין די רעשט וועלט, זענען זיי נישט געווארען אן אנדערע מין בריאה, נאר געבליבען די זעלבע מענטש, מיט קליינע חילוקים. איז פארוואזשע די חילוק אזוי קליין?
פארוואס איז נישט געבליבען צוויי מינים פין מענטשען, אזוי ווי די מאלפעס איז דא מערערע משפחות פין אנדערע מינים אין גאנצען? אזוי ווי א גאנצע מדינה פין קליינטשיגע מידזעטס אפילו?
כהנה וכהנה קען מען ברענגען צענליגע סענסיבעל ראיות אז עס איז באמת יא דא איינער וואס האט באשאפען די וועלט מיט א כוונה.
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 6:41 pm#55259
לעיקוואד האט געשריבן:אויב קלערסטו אז דער אייבישטער האט געמאכט א נס אונז צו נארען טו פארוואס קלערסטו נישט אז אפשר האט ער געמאכט דער נס פאר א רגע צוריק און באשאפן שוין א קאווע שטיבל ווי מהאלט שוין אינמיטען א וויכוח און א תורה וואס סזעהט אונז אויס אז סאיז שוין געגעבן געווארן וכו'.
אלא מאי, וייל סנישט שכלדיג, איז דאס אויך נישט שכלדיג.
[נאך שטערקער, די רגע דו קלערסט אז עשי"ת מאכט חלילה גאנצע היפוך עולמות אויף צו נארען מענטשען, פארוואס איז דיין סברא אז דווקא די דיינעסארס האט ער געלייגט דארט אונז צו נארן, אפשר דווקא די חומש האט ער געלייגט דארט אונז צו נארען]
...
[אגב די סברא איז נישט אינגאנצן נאריש שוין דער גרויסער פילאסאף דעקארט האט געטהענט אז די איינציגסטע סיבה וואס ער האט צו טראסטן זיין שכל איז ווייל גאט האט עס עם געגעבן און ער מאכט זיכער אז סזאל אמתדיג וייזן די מציאות, ואכמ"ל]

איר האט אויסגעמישט צוויי באזונדערע קריטיק אויף די אמפעלאס הייפאטעזע. איינס - אז אויב זאג איך אז 5,733 האט ג-ט באשאפן א 13-ביליאן-יעריגע וועלט ווער האלט מיר צוריק פון זאגן אז 5 מינוט צוריק האט גאט באשאפן א 13-ביליאן-און-5,733-יעריגע וועלט? די צווייטע - איז ריכטיג צו זאגן אז ג-ט פאפט אונז חלילה?
אויף די ערשטע איז מיין תירוץ פשוט: קיינער האלט אונז טאקע נישט צוריק פון זאגן אזוי און ווי בערטרענד ראססעל האט שוין געשריבן "עס איז נישטא קיין שום לאגישע אוממעגליכקייט אין די הייפאטעזע אז די וועלט האט אנגעהויבן עקזעסטירן פינף מינוט צוריק, גענוי ווי עס איז דאן געווען מיט א פאפולאציע וועלכע האט "געדענקט" א גענצליך אומרעאלע עבר" (ראססעל, "די אנאליז פון מוח"). איי אויב אזוי, אולי איז די תורה אויך א חלק פון זיין אפנארן? אויף דעם איז מיין תירוץ אביסל מער קאמפליצירט, אבער אויפן שפיץ גאפל איז עס ווי פאלגנד: בעצם ווען די וועלט און איך ווערן באשאפן סיי-ווען מיט א זכרון פון אן אומעקזעסטירנדע פארגאנגענהייט דארף איך מיך פירן ווי כאילו די פארגאנגענהייט איז א ווירקליכע געשעעניש, פשוט ווייל איך קען נישט אויפווייזן אז מיין זכרון איז טאקע פון א פארגאנגענהייט וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. לויט דעם וואלט אויסגעקומען אז איך דארף בעצם אננעמען אז די אוניווערס איז 13 ביליאן יאר אלט. איך האב אבער אין מיין "זכרון" (איך מיין נישט ממש מיין זכרון נאר די וועלט'ס קאלעקטיווע זכרון) אויך א חלק וואס זאגט מיר אז די תורה און די אידישע מסורה איז אמת (צוליב די כוזרי'ס הוכחה און נאך ואכמ"ל), און לויט דעם וועט אויסקומען אז איך דארף בעצם אננעמען אז די אוניווערס איז נישט מער ווי 5,773 יאר. דא ווער איך אריינגעווארפן אין א קאנאנדרום וועלכע פון די צוויי זכרונות אנצונעמען. עס איז פשוט אז פון אננעמען אז מתן-תורה איז אן אומרעאלער זכרון טו איך גאר נישט אויף, ווייל דאן בלייבט עס בלויז א סתירה צווישן צוויי אומרעאלע זכרונות, און אז איך גיי מיט מיין כלל אז איך דארף אננעמען אומרעאלע זכרונות אלס ווירקליכקייט בין איך ווייטער צוריק אינעם אויבנדערמאנטעם קאנאנדרום. דערפאר איז מיין איינציגסטער אפציע אנצונעמען אז די זכרון פון אן אור-אלטער וועלט איז די אומרעאלער זכרון, און די זכרון פון מתן תורה נעמט פרעצעדענץ.

לגבי די צווייטע טענה, פארשטיי איך אז איך קען דיך דוחה זיין מיטן אלטן איבערגענוצטן "נסתרים דרכי ה'". אבער לאגיש קען איך דיר ענטפערן אז פאר אמונה איז בעסער די תורה'ס ווערסיע, און פאר סייענס טויג בעסער די סייענטיפישע ווערסיע. דאס הייסט אז ג-ט וויל אז ווען מיר פראקטעצירן זיין רעליגיע זאלן מיר פראקטיצירן פון דעם שטאנדפונקט אז פאר 5,773 יאר צוריק האט ער אין 6 טאג האט באשאפן די אוניווערס אין אן אבער-נאטורליכען באשאף, און ווען מיר שטודירן די נאטור און מיר דערגרינטעווען זיך אין די טבע וויל ער מיר זאל גיין מיט א מהלך אז די נאטורליכע חוקים זענען די וואס האבן געפירט צו די וועלט'ס עוואלוציע. כדי צו קענען ערפילן דעם דאפעלטן-ווערסיע פון באשאף וועלכע פעלן זיך ביידע אייניג אויס, האט ער געמוזט באשאפן א וועלט מיט אן א.ג. פאלשע היסטאריע.

איך האף אז איך בין גענוג קלאר מיט מיינע הסברים, דאס איז די ערשטע מאל וואס כ'ברענג ארויס די געדאנקען מכח אל הפועל, כאטש אין מוח טוען זיי שוין ווירבלן א לענגערע צייט.
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 6:53 pm#55260
איחוד פעלד האט געשריבן:ווען מענטשען האבען געלעבט אין אמעריקא לכל הפחות טויזענטער יאר אנגעטיילט פין די רעשט וועלט, זענען זיי נישט געווארען אן אנדערע מין בריאה, נאר געבליבען די זעלבע מענטש, מיט קליינע חילוקים. איז פארוואזשע די חילוק אזוי קליין?

וויאזוי מיינסטו זענען דא אזויפיל חילוקים צווישן אפריקאנע מענטשן, אזיאנע מענטשן און אייראפעאישע מענטשן? די סיבה פארוואס די חילוקים זענען אזוי קליין איז ווייל אפאר טויזענט יאר אין עוואלוציאנישער היסטאריע איז א פינטעל, סדארף דורכגיין מיליאנען אז פיל מיט קליינע טוישונגען זאל אנקומען צו אן ערנסטע טויש. (פון די בלוי-הויטיג מענטשן האסטו שוין געהערט?)

איחוד פעלד האט געשריבן:פארוואס איז נישט געבליבען צוויי מינים פין מענטשען, אזוי ווי די מאלפעס איז דא מערערע משפחות פין אנדערע מינים אין גאנצען?

עס זענען גראדע יא געבליבן מער ווי צוויי מינים, נאר אלע אנדערע מינים זענען אויסגעשטארבן (געגאנגען עקסטינקס). די לעצטע מין מענטש איז געגאנגען עקסטינקסט פאר בערך 7,000 יאר צוריק.

און עס קען גאר געמאלט זיין אז אין אפאר מיליאן יאר וועט די היינטיגע מין מענטש זיך צעטיילן אין צוויי (עס איז כמעט נישט מעגליך, ווייל די אלע היינטיגע טעכנעלאגישע פארשריטן וועלכע מאכן די וועלט פאר א גלאבאלע דערפל פארמיידן פון באזונדערע מינים זיך צו פארמירן, אבער הייפאטעטיש איז עס מעגליך.)

עוואלוציע האט נישט אויפגעהערט. עס האלט אין איין פאסירן עז ווי ספיק.
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 6:59 pm#55261
ס'איז נישט דא קיין פריז. יעדן טאג ווערן געבוירן קינדער אן הענט, הינער מיט דריי פיס, אוןן אלע אנדערע מיוטעשאנס אויף א גרויסע און בעיקר קליינע סקעיל. ווער רעדט נאך פון די קליינע מיקראביאלאגישע חילוקים. ס'איז אבער דא א סיבה אריינגעבויט אין עוועלושן, אייגענטליך אינטערגאל צו די טעאריע פון עוועלושען, אז די יעצטיגע אויסשטעל זאל סורווייווען און ריפרעדוסן. אבער ס'איז ווייט פון א פריז אויף די רעמדאם רעפראדאקשן. אבער דיין תגובה זאגט אז די האסט נישט ארויס די טעאריע פון עוועלושען (כ'מיין עס נישט לגנאי) און ס'איז א שאד (עכ"פ איך האב נישט די כח) אנצוהייבן א טענה'ריי ביי די סטעידזש.
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 7:01 pm#55262
דרך אגב, 99.9999 פראצענט פון "לייף" אויף די פלאנעט ערד איז עקסטינקט. די לייף וואס מיר זעהן (אנגעהויבן ביי באקטיריע און געענדיגט ביי א וואלפיש און עלעפאנט) איז מיניסקיול פון וואס וואלט ווען געברויכט זיין ווען נישט עקסטינקשאן וואס פאסירט יעדע רגע.
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 7:06 pm#55264
אה, הציץ האקט! ער איז מער ספעציפיש און קלארער. נעם א משל דיזיז וואס האבן אין די לעצטע הונדערט יאר געטויט טויזענטער מענטשן, אבער היינט עקזעסטירן זיי נישט צוליב וואקסינאציע און אנדערע מעדעצינישע און געזעלשאפטליכע פארשריפטן (סויער און ריינע וואסער וכו'). דאס טיט צוהעלפן אז מיר זאלן רעפרידאסן פון אונזער סארט. דאס דורכשניטליכע לעבנס יארן פונעם מענטשן זענען געטריפעלט געווארן און אפאר הונדערט יאר. די פאפולאציע איז קיינמאל געווען אזוי גרויס. דאס שטארקע פון די בריאה (די וועלכע ניצן זייער אינטעלעגענץ פאר סייענס און ריסורטש, כי היא חכמתם) ווערן שטערקער או הייבן זייער סורווייוועל שאנסן.
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 7:10 pm#55265
לגופו של ענין: וויליגער מישט אויס גיל האוניווערס, מיט גיל הפלאנעט ערד, מיט גיל האדם (אדער אנדערע אביעקטן אויף ערד, ווי למשל קאנטינענטן, מאונטענס וכו'). איטיליכער האט זיך זיינער הוכחות.

תיקון טעות: איך צי צוריק. דער אשכול רעדט פון אלע סארט גילים, און ס'איז נישט קלאר וואס מ'מיינט דא מיט "וועלט". אלענפאלס, אנטשולדיגט מר. וויליגער.
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 7:29 pm#55271
ר' הציץ
בקיצור נמרץ.
צו די ערשטער טענה. גערעכט אז סנישטא קיין וועג צו פראווען אז די וועלט איז נישט פינף מינוט אלט, וכמ"ש רבינו ההה"ג ראסעל זללה"ה, דאך בין איך זיכער אז סאיז נישט נאר פינף מינוט אלט, און ווער סנעמט דאס אן פאר א ערנסטער צד צריך בדיקה אויף זיין נארמאלקייט. [ואכמ"ל בחילוק בין דברים שניתנים להוכיח לוגית לבין דברים שמונחים אצלנו כאמת אע"פ שאין הם הוכחה.]
ממילא דארף איך נישט אנקומען צו די תורה וואס זאל מיר אנזאגען ווי אלט די וועלט איז. האב איך נישט קיין שום סתירה. און סוועט מיר נישט העלפן זאגן אז די תורה אויווערריידט די זכרון פון עוועלוציע. איי פשוטו של מקרא, האבן מיר שוין א לאנגע מסורה פון הוצאת מקרא מידי פשוטו במקרים כאלה און דאס שטערט מיר בכלל נישט.
וזהו התשובה לטענה השנית. איך זעה נישט קיין שום תועלת צו רעליגע צו גלייבן אין שי"ב כפשוטו. [וענין השבת כבר הסברתי באשכול אחר] ממילא איז דיין תירוץ נישט קיין תירוץ. אלנפאלס, איז נסתרים דרכי ה' שוין א שטערקערע סברא. [כלומר זיך דינגען איבער וואס איז מיר אדער דיר מסתבר צו זיין השי"ת כוונה איז גאנץ נאריש. די טענה מיינע איז נישט פון זיין כוונה נאר מער פון דעם וואס די גאנצע שכל אנושי איז געבויט נאר אויף די הנחה אז ער האט געמאכט אז סזאל טאקע ארבעטן, איז אומלאגיש צו זאגן אז פונקט דא וויל ער איך זאל נישט גלייבן דער שכל. וייל די רגע איך גלייב עם נישט איין פאץ קען איך עם נישט גלייבן קיין שום פלאץ ונפל פיתא בבירא]
די טענה דיינע וועגן א פאלשעע זכרון וואס וייזט דיר אז דאס איז אן אמתע' זכרון דאכצטיך איז אביסעל לעכעריג. וייל אויב זכרונות זענען פאלש איז נישט שייך פרעגן א סתירה צווישען צוויי זאכן וואס זענען נישט געשעהן. איי פארוואס געדענק איך אזוי? נתסרים דרכי ה'. [בפרט אויב נעמסטו אין אכט די אופציה אז די תורה איז נישט כפשוטו, אזויווי די זאגסט שוין ממילא אויף מערערע פסוקים, איז דאך די גאנצע שאלה וויאזוי צו טייטשן די חומש נישט ווער סנעמט פרעפעדנץ.]
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 10:22 pm#55312
רעדנדיג פון גיל העולם קען מען ברענגען צענדליגער הוכחות, אלעס איז גרייט אויפ'ן וועב פאר ווער עס וויל כאפן א בליק, אבער איך וויל דערמאנען איין זאך וואס איך האב אליין געזען. זייענדיג אין ארץ ישראל בין איך געגאנגען באזוכן די מערת הנטיפים אין קורצן: דאס איז א וואונדערליכער צוגאנג ווי אזוי רעגן וואסער לעכערט דורך דעם דיקן פעלזערנעם דאך פון א הייל, און ווען עס טראפט אראפ קומט כאילו מיט אביסל פון דעם שטיין, אדער, בעסער געזאגט, געוויסע כעמיקאלן פון דעם שטיין, און מיט די צייט באקומט עס א צורה פון א שטיינערנע "טראפ". דער טראפ ווערט לענגער און גרעסער דורך די וואסער וואס רינט כסדר, ביז עס ווערן געשאפן הערליכע פארעמעס פון שטיין פון אלע קאלירן. ווי פארשטענדליך נעמט אזא שפיל גאר א לאנגע צייט. דער מדריך האט אונז געזאגט אז איין שטיינערנער סענטימעטער נעמט הונדערט יאר זיך צו פארמירן, און ביז דער גאנצער מערת הנטיפים איז געקומען צושטאנד האט געמוזט נעמען מיליאנען יארן. איך בין נייגעריג אויב דאס איז סייענטיפיש פעסטגעשטעלט, און אויב עס זענען דא אנדערע שכל'דיגע תירוצים דערויף, אן דארפן גלייבן אין א מיליאן יעריגע אוניווערס.
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 10:48 pm#55317
יואליש האט געשריבן: דאס שטארקע פון די בריאה (די וועלכע ניצן זייער אינטעלעגענץ פאר סייענס און ריסורטש, כי היא חכמתם) ווערן שטערקער או הייבן זייער סורווייוועל שאנסן.

איך הייב אן קלערן צו די פרייע אין ארץ ישראל דארפן נישט אזוי מורא האבן אז די חרדים וועלן זיי איין טאג איבערוואקסן. :D
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 11:46 pm#55323
גאנץ ארץ ישראל קען חרוב ווערען אין איין מינוט השם ירחם.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:47 am#55422
קלוגערע מענטשען האבען זיך קיינמאל נישט געכאפט קיין התפעלות פין די חכמי הגוים וואס שאצען מיט זייערע שאצונגען און האלטען אין איין טוישען זייער מיינונג ביז זיי קומען צו צום אמת וואס שטייט אין די תורה. יארען פלעגען זיי לאכען פין די רמב"ם וואס זאגט אז האניג איז נישט גוט פאר קינדער, און צום סוף האבען זיי אויך מודה געוועהן אז מען דארף געווארענט זיין נישט געבען האניג פאר קינדער. יארען פלעגען זיי לאכען אז עס איז בכלל נישטא קיין בורא, און צום סוף האט אפילו איינשטיין מודה גווען אז די וועלט איז דא א בורא עולם. דא אויך זיי מאכען דעם ליגענט אויסזעהן גרויס דורך זאגען ביליאנען יארען אזוי אז אונז אידען זאלען האבען א גרעסערע נסיון דורך זאגען אז אפילו אויב זיי זענען זיך טועה איז עס נישט זעקס טויזענט יאר. נישטא קיין אמת'ע ראיות אז די וועלט איז עלטער פין 6000 אפילו די עלטסטע ביימער זענען בלויז 5000 יאר פין נאך די מבול. דאס איז א חוץ פין די מדרש וואס זאגט בצביונם נבראו, דאס הייסט אלעס איז באשפען געווארען גרייט צום ניצען. און אוודאי מיט הרים וגבעות און אלע צוגעהערען. תן לחכם ויחכם עוד. צדיקים ילכו בם ורשעים יכשלו בם. לאזט אייך נישט נארען פין די נארישע סייענטיסטען וואס ווען זיי טרעפען עפעס א ביינדעל מאכען זיי פין דעם א גאנצע דייניסאר, און בלאפען אונז אפ, אז עס איז גווען א גאנצע בריאה ווען אונז ווייסען מיר אז דער שלאנג איז געווען א גרויסען בריאה מיט הענט און פיס, און ווער ווייסט וויפיל נאך אזעלכע בריאים איז גווען וואס שטייט נישט איןדי תורה.
אידען האלט אייך מיט די אמונה פשוטה ווען אייך גוט זיין.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 2:42 pm#55528
a1b2 האט געשריבן:אפשר ביסטו עס דא אביסל מסביר אין מאמע לשון?

הציץ ונפגע האט געשריבן:וועלכע זאץ האסטו נישט פארשטאנען?

"וואס מיינט דאס ביג בענג"?
וואס איז די זאך ביג בענג?
וואס עס האט פאסירט פון א ספליט-סעקונדע נאך די ביג בענג?
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 3:21 pm#55543
אגב, מיר ווייסן יא וואס האט פאסירט א ספליט-סעקונדע נאך די ביג בענג. נאר ס׳איז נישט אזוי קלאר וואס האט פאסירט אין די ערשטע 0.000000000000000000000000000000032 פון א סעקונדע. בכל אופן, וואס מיר ווייסן יא איז אז די דיינעסאר געביין וואס איז אלט 100 מיליון יאר איז *נישט* דעמאלטס באגראבן געווארן.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 9:08 pm#55632
אפשר קען שוין איינער עקספלעינען וואס איז דאס דיינעסארס?
כ'האב שוין געהערט דעם נאמען הונדערטער מאל. און געזעהן פאני חיות אלס א בילד. איך האב קיין השגה וואס דאס איז.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 9:27 pm#55636
ס׳איז א שאד די אלע טענה׳רייען. נעמט נאר ארויס די ספרי קודש פון רבי אביגדור מיללער זי״ע Sing you Righteous, אדער Rejoice O Youth וועט איר זיך אליינס איבערצייגן אין די לעכערליכקייט פון די אלע ״שטודיעס״ איבער די אלטקייט פון די וועלט. לאמיך נאר אנכאפן איין ביישפיל, די סייענטיסטן מאכן א בראטל פון די א.ג. ״לעיערס״ (סטראטאס) פון וואס די ערד איז צוזאמגעשטעלט געווארן. זיי האבן גאנצעטע פשעטלעך איבער וועלכע "ערע" (era) יעדע לעיער איז. די פאקט איז אבער אז אין טויזענטער מקומות אויף די וועלט זענען די לעיערס אינגאנצען איבערגעדרייט! און שטימט בככל נישט. דאס הייסט אז א לעיער וואס דארף צו זיין 50 מיליאן יאר אלט איז טיפער פון א לעיער פון 100 מיליאן יאר...!
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 9:30 pm#55638
שמעקעדיג האט געשריבן:אפשר קען שוין איינער עקספלעינען וואס איז דאס דיינעסארס?
כ'האב שוין געהערט דעם נאמען הונדערטער מאל. און געזעהן פאני חיות אלס א בילד. איך האב קיין השגה וואס דאס איז.

דיינעסארס זענען חיות וואס האבן אמאל עקזיסטירט און היינט זעהט מען זיי מער נישט. דאס קען זיין צוליב דעם וואס זיי זענען אויסגעשטארבן, אדער אז זיי זענען אזוי ווייניג און האלטן זיך אויף ערגעץ פארשטיפט ווי מענטשן זענען נאך נישט היינט אנגעקומען.
יש אומרים אז די תנינים הגדולים וואס ווערט דערמאנט אין פרשת בראשית מיינט די דיינעזארס. אנדערע זאגן אז די דיינעסארס זענען די קינדער פון די כלאים מיט פארשידענע בהמות וואס דער דור המבול האט אפגעזינדיגט, און טאקע וועגן דעם זענען אלע דיינעסארס אומגעקומען ביי דעם מבול.
פרייטאג אקטאבער 26, 2012 8:54 am#55730
שיטה מקובצת האט געשריבן:ס׳איז א שאד די אלע טענה׳רייען. נעמט נאר ארויס די ספרי קודש פון רבי אביגדור מיללער זי״ע Sing you Righteous, אדער Rejoice O Youth וועט איר זיך אליינס איבערצייגן אין די לעכערליכקייט פון די אלע ״שטודיעס״ איבער די אלטקייט פון די וועלט. לאמיך נאר אנכאפן איין ביישפיל, די סייענטיסטן מאכן א בראטל פון די א.ג. ״לעיערס״ (סטראטאס) פון וואס די ערד איז צוזאמגעשטעלט געווארן. זיי האבן גאנצעטע פשעטלעך איבער וועלכע "ערע" (era) יעדע לעיער איז. די פאקט איז אבער אז אין טויזענטער מקומות אויף די וועלט זענען די לעיערס אינגאנצען איבערגעדרייט! און שטימט בככל נישט. דאס הייסט אז א לעיער וואס דארף צו זיין 50 מיליאן יאר אלט איז טיפער פון א לעיער פון 100 מיליאן יאר...!

וואסארא מין הצעה איז דאס צו ליינען א בוך פון איינער וואס האט קיינמאל שטודירט סייענס געהעריג, און איז מלא סתם פרעזענליכע נארישע אטאקעס אויף סייענטיסטן וכו', און לויט דעם מחליט צו זיין צו סייענס איז גערעכט?
[אויב קריעטשיניזים איז שוין דא קריסטליכע געלערנטע וואס זענן באמת געלערנטע וואס מאכן די דזשאב אסאך בעסער, ובכל זה רעדן זיי שטותים.]

און די טענה כלפי די לעיערס וואס שטומען נישט איז בכלל נישט מדוייק. דאס קומט פון נישט פארשטיין וויאזוי די דעיטינג און די לעיערס ארבעטן לכתחילה. און פון נישט פארשטיין וויאזוי סייענס ארבעט צו טרעפן הסברים צו זאכן בכלל. איך האב נישט קיין כח מסביר זיין זוך אביסעל ארום אין גוגל וועסטו לערנן אליינס ווי און פארשטיין אז רב מילר איז ניט קיין אוטוריטעט אויף זי דאכן.
פרייטאג אקטאבער 26, 2012 12:16 pm#55781
שמעקעדיג האט געשריבן:אפשר קען שוין איינער עקספלעינען וואס איז דאס דיינעסארס?
כ'האב שוין געהערט דעם נאמען הונדערטער מאל. און געזעהן פאני חיות אלס א בילד. איך האב קיין השגה וואס דאס איז.

כאטש שיטה-מקובצת האט שוין געענטפער שפיר איך אז עס איז נישט יושר אז אן אויסגעשפראכענער אנטי-סייענס ניק ווי שיטה-מקובצת זאל האבן דעם לעצטן ווארט וויבאלד אין זיין ענטפער איז אויסגעמישט אנגענומע פאקטן און זיינע פריוואטע מיינונגען. לאמיר אלזא זען וואס זענען די פאקטן, און דערנאך וועלן מיר זיך ווענדן צו די שאלה וויאזוי מען אינטערפרעטירט די פאקטן.

וואס זענען דיינעסאורס? דיינעסאורס איז א שם הכולל פאר די געביין פון טויזענטע מינים פון חיות וואס מען טרעפט אונטער די ערד. די געביין טרעפט מען קיינמאל נישט צוזאמען מיט אנדערע חיות וועלכע זענען נאך היינט באקאנט צו די מענטשהייט, לדוגמא לייבן אדער בערן. די ראדיאמעטריק דאטומירען פון די געביין (דאס הייסט א געוויסע טעכניק וואס סייענטיסטן נוצן געוואויר ווערן ווי אלט די געביין איז) ווייזט אז די געביין זענען אלט מיליאנען יארן. די מאדנע בילדער וועלכע די זעסט זענען אדער די געביין, אדער מעלערייען וויאזוי די חיה האט אויסגעקוקט ווען די געביין האט געהאט אויף זיך פלייש.

לויט סייענטיסישע חשבונות האבן דיינעסאורס געלעבט פון 230 מיליאן יאר צוריק ביז 65.5 מיליאן יאר צוריק, א חשבון פון 135 מיליאן יאר.

וויקיפעדיע האט א בילד פון געביין פון אפאר מיני דיינעסאורס:
בילד
דינסטאג מערץ 05, 2013 1:50 am#92987
הציץ ונפגע האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
הציץ ונפגע האט געשריבן:אייגענטליך, אונז, איך, דו, יעדער וואס וויל נישט פארלייקענען די מציאות הנראה לעיניים - אז עס איז נישט 6000 אויך נישט 10,000 און אפילו נישט 100,000 נאר מיליאנען מאל מער.

מציאות הנראה לעינים?
ווי למשל?

עס דוכט זיך אז צווישן די בלעטער פון קאווע-שטיבל זענען שוין צענדליגע מאל דערמאנט געווארן מציאות'ן וואס צייגן אויף אן עלטערער וועלט. אבער אז איר האט געפרעגט האב איך מיך גענומען די מי און אראפגעשריבן אפאר דוגמאות פון פשוט'ע הוכחות.

קארל האט דערמאנט די חכמה פון דענדראכראנאלאגיע. אין קורץ מיינט דאס אז יעדעס יאר באקומט א בוים א נייע שיכט און ווען מ'שניידט אויף א בוים קען מען ציילן די שיכטען און זען ווי אלט די בוים איז (די שיכטען זענען באקאנט אלס בוים-רינגען). יעדע שיכט איז אייגענארטיג און מען קען זען די וועטער פון יענעס יאר אם גשומה אם שחונה. מען האט אפילו קאלאבארירט צווישן ביימער און די שיכטען וואס זענען פון א געוויסע יאר צייגן אלע די זעלבע וועטער-היסטאריע אויף די זעלבע יאר. מיט די חכמה פון דענדראכראנאלאגיע האט מען - ווי קארל שרייבט - צוריקגעציילט ביז 9,000 צו 10,000 יאר. (אז איך דערמאן קארל'ס הודעה שפיר איך פאר א פליכט זיך צו קריגן מיט זיין באהויפטונג אז פיליפ גאוס' מהלך איז א מיסרעפרעזענטאציע פון ג-ט'ס מהות. איך האלט אז גאוס' מהלך איז א וואלידע אלטערנאטיוו צו פארשטיין די סתירה צווישן די וועלט'ס יארגאנג און אונזער מסורה ואכמ"ל.)

ווילעדזשער ברענגט אויך א הוכחה. עס איז א הוכחה וואס איר קענט זען יעדע נעכט מיט אייערע פליישיגע אויגן: שאו מרום עיניכם וראו, די שטערן אין הימל. מיט פשוט'ע מאטעמאטישע חשבונות ווייסן מיר אז די שטערן זענען מיליאנע ליכט-יארן אוועק פון די וועלט. דאס מיינט אז עס נעמט מיליאנען יארן ווי לאנג די ליכט וואס די שטערן גיבן ארויס קומט אן צו אונזער וועלטעל, היות עס נעמט צייט פאר ליכטיגקייט צו גיין פון איין פלאץ צום צווייטן, כידוע. די אוניווערס וואס מיר קענען זען איז בערך 13 ביליאן ליכט-יאר, דאס הייסט אז די ליכט פון די ווייטסטע שטערן וואס מיר זעהן, האט שוין פארלאזט דעם שטערן איבער 13 ביליאן יאר צוריק, אנדערש וואלטן מיר נישט געקענט זען איר ליכט. (ווילעדזשער פארענטפערט די הוכחה אויפן פלאץ מיט ר' אביגדור מיללער'ס געדאנק (שלא) בשם פיליפ גאוס אבער דאס איז נעמט נישט אוועק פון דעם אז ווען נישט אונזער מסורה ווייזן די פשוט'ע פאקטן אז די וועלט איז עלטער פון 6000 יאר, והבן).

נאך עפעס וואס מיר קענען זען מיט אונזערע אויגן: ווארוו-כראנאלאגיע. דאס הייסט אז מען ציילט די שיכטעס זאמד אין טייכן. די שיכטעס קומען צו יערליך. מען האט שוין היינט אראפגעציילט ביז צו 40,000 יאר אין טייכן! אין יאפאן האט מען אין טייך סואיגעטסו אראפגעציילט 45 טויזענט יאר. אין די גרינער טייך אין ווייאמינג זענען דא פלעצער ווי מען קען אראפ ציילן צו 20 מיליאן שיכטען, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער 20 מיליאן יאר!

אין גרינלאנד און אין אנארקטיקא זענען אויך דא שיכטעס פון אייז אין וועלכע מ'קען זען די שיכט וואס קומט צו יערליך. די שיכטעס פארציילן אונז צוריק צו א תקופה פון צענדליגע טויזענטע יארן צוריק.

אויב די וועלט אין אלע אירע באשעפענישען טוישען זיך (evolution) וויאזוי קען מען מאכען חשבונות ווי אזוי די וועלט איז געווען טויזענטער יארן צוריק מיט די היינטיגע פאקטען אויף צוריקציוועגס? למשל, די ליפט/וואסער/זין ETC איז דאך געווען אביסעל אנדערש יארן צוריק, וואס האט געמאכט אז די בוים/זאמד/ ים זאל וואקסען אין זיין אנדערש?

אזוי ווי די מענטש (זיין הויעכקייט, קאליר, לעבענס יארען, כוחות צי פייטען חולאים) טוישט זיך, אזוי די גאנצע טבע פין די בריאה טוישט זיך. אמאל זענען געווען ריזן-חיות -דיינעסאר'ס (אין ריזען מענשטען) היינט איז עס נישט דא. אויב עס איז געווען לייף אויף מארס דארפען מיר זאגען עס איז געווען אקסענדזין, היינט איז נישט דא.

אפשר זענען די שטערענס געווען נענטער 5000 יאר צוריק (אדער געווען גרעסער) ממילא איז זייער ליכטיקייט אנגעקימען שנעלער

די גאנצע יניווארס איז געווען קלענער אמאל. עס האלט דאך אין איין וואקסען עס ווי ספיק, אין לעצטענס וואקסט עס שנעלער ווי יארען פריער.
פרייטאג אפריל 26, 2013 11:07 am#108979
לעיקוואד האט געשריבן:
villager האט געשריבן: מיין ציל איז נאר אויפצוווייזן אז סייענס איז קיינמאל קיין פראבלעם פאר אמונה, ברי ושמא ברי עדיף, ווילסט אבער טשעלענדזשען די "ברי" פון אמונה איז גאנץ א צווייטער פרשה.

וויבאלד די סברות וואס דו נוצט זיך מיט זיי צו טשעלענדזשן סייענס זענען סברות וואס זענען מערער אויף יעדער ענין פון מענטשליכער פאשטאנד, ביסטו דער וואס איז מערער בחד מחתא אויף די ברי פון די אמונה, ווילאנג דו האלטסט אז אמונה איז אויך עפעס א שיטה וואס מענטשען האלטן און איז ממילא תלוי אין די שטארקייט פון מענטשליכע דעת פונקט ווי יעדער אנדערע מענטישליכע סברא.
כדי צו טעהן וואס דו טהענסט דארפסטו אדער מחליט זיין אז אמונה איז ברי אן קיין שום סברא, סתם וויל אזוי ווילסטו, אדער עפעס אזוי. אבער דעמלאטס וייס איך נישט וואס אמונה מינט ביי דיר בכלל.
אדער קענסטו טהענהן אז די סברא דיינע אויף אמונה איז שטערקעק אויף די סברא פון ביג בענג וכדו'. אויף דעם פרעגט טאקע סופר ומונה אז פונקט די זעלבע קשיא וואס דו פרעגסט אויף סייענס האט ער אויב אזוי אויפן כוזרי, דארפסטו דעמאלטס מחלק זיין וואס איז דער חילוק.

לעיקוואד, די מישט אויס די ברי פין דער "מאמין" מיט די טענות ברי פין "אמונה".

ראובן אין שמעון קריגען זיך ארים וויאזוי א banana peel איז אנגעקימען אויף דער ערד א יעדער ברענגט א סברה צי זיין טעאריא. ראובן'ס סברה איז מער פשוט אין שמעוןס איז זייער קאמפלעצירט. ביידע זענן נישט מען ווי א טענות שמא קיינער פין די צויי קלעמען נישט זיי זענען דארט געווען. הגם שמעון קען אפשר זיין גערעכט סייענס וועט אבער אננעמען די טענה פין ראובן, ווייל דאס לייגט זיך מער אויפן שכל.

along comes לוי אין שרייט איך בין דארט געווען אין איך האב געזען מיט מיין אייגענע אויגן, נישט נאר איך האב געזען נאר איך בין actual געווען involved אין לייגען די banana peel אין ער פארציילט זיירער א קריאזע מעשה אין דיין אויגן. בקיצור לוי טאנעט א טענות ברי! לוי דארף זיך בכלל נישט זיך דיפענדען אקעגן די סברה'ס אין טעאריעס פין ראובן אין שמעון.

יהודה קען יעצט בוחר זיין צי ער וויל זיין א מאמין אין לוי אדער נישט (יהודה קען דאס טין געבויט אויף לאגיק אדער אמונה פשיטה אז"וו )

לוי איז אמונה
יהודה איז א potential מאמין
פרייטאג אפריל 26, 2013 11:33 am#108983
מאיר האט געשריבן:אויב די וועלט אין אלע אירע באשעפענישען טוישען זיך (evolution) וויאזוי קען מען מאכען חשבונות ווי אזוי די וועלט איז געווען טויזענטער יארן צוריק מיט די היינטיגע פאקטען אויף צוריקציוועגס? למשל, די ליפט/וואסער/זין ETC איז דאך געווען אביסעל אנדערש יארן צוריק, וואס האט געמאכט אז די בוים/זאמד/ ים זאל וואקסען אין זיין אנדערש?

אזוי ווי די מענטש (זיין הויעכקייט, קאליר, לעבענס יארען, כוחות צי פייטען חולאים) טוישט זיך, אזוי די גאנצע טבע פין די בריאה טוישט זיך. אמאל זענען געווען ריזן-חיות -דיינעסאר'ס (אין ריזען מענשטען) היינט איז עס נישט דא. אויב עס איז געווען לייף אויף מארס דארפען מיר זאגען עס איז געווען אקסענדזין, היינט איז נישט דא.

אפשר זענען די שטערענס געווען נענטער 5000 יאר צוריק (אדער געווען גרעסער) ממילא איז זייער ליכטיקייט אנגעקימען שנעלער

די גאנצע יניווארס איז געווען קלענער אמאל. עס האלט דאך אין איין וואקסען עס ווי ספיק, אין לעצטענס וואקסט עס שנעלער ווי יארען פריער.

5,000 יאר איז זייער א קורצע תקופה אין די ראמען פון עוואלוציע, און עס געשעען נישט קיין שינויים אין אזא קורצער צייט. אבער אויב דו ווילסט אננעמען אזא ראדיקאלע היפאטעזע אז בעלי חיים און קאסמישע ברואים זענען אמאל געווען דראסטיש אנדערש, איז דאך שוין גרינגער אנצונעמען אז טויזנטער יארן צוריק זענען מענטשן געווען אנדערש און מ'האט יא געקענט איינרעדן פאר הונדערטער טויזנטער מענטשן אז זיי זענען געשטאנען ביי א תורה-געבן דראמא, אפילו אויב עס וואלט נישט געווען אמת. ובזה נפל יסוד אמונתינו כמש"כ הרמב"ם והכוזרי.
זונטאג מאי 19, 2013 3:55 am#115528
פאר די קאווע טרינקער וואס קענען לייענען א גוטן ענגליש, אויף אש.קאם איז פארהאן אן אינהאלטסרייכע ארטיקל אויף דעם נושא.
עס איז ווערד דורכצוטוהן. אבער גרייט אייך אן עטליכע קאוועס, ווייל ס'איז היבש לאנג...
זונטאג מאי 19, 2013 4:25 pm#115697
כ'זעה אז די ארטיקל איז געשריבן דורך שראודער איבער וועם מען האט אביסל דן געווען דא.
מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 9:12 am#440314
קען וויסנשאפט באשטימען די עלטער פון דער וועלט?
ענליך צו דעם שמועס איז דא די פראזע ״פאלשער ווי פאלש״ וואס דער שרייבער יצחק אסימאוו האט פארפאסט [וואס מאנכע רופן אסימאוו׳ס אקסיום. דהיינו, אז עס זענען דא מדריגות אין פאלשקייט. למשל, צו זאגן אז דאס וואס מ׳מיינט אז די ערד קוגל איז פונקטליך רונדעכיג, וואס איז טאקע פאלש [ס׳איז אביסל ״צוקוועטשט״ און ברייטער אינדערמיט ביים עקוועיטאר [אן אבלעיט ספערויד], איז די זעלבע פאלש ווי דאס וואס מ׳האט געמיינט אז די וועלט איז פלאך, דאס איז נאך פאלשער ווי דעם.

מען נוצט דאס אויף מסביר צו זיין קעגן דעם מהלך פון זאגן אז ״סייענטיפישע פארשונגען מאכן (או האבן געמאכט) טעותים, און דעריבער...״

דאס האט אויך צו טוהן מיט׳ן קאנטיניואם פאללאסי, אלס א וועריעישן דערפון, וואס איז ווען מען זעהט נישט איין אז די מדובר איז נישט אדער שווארץ אדער ווייס, און טאמער ס׳איז נישט שווארץ קען עס נאך אלס זיין טונקל גרוי; ס׳דא מדריגות אין די נושא/מדובר.

***

בנוגע די אמפעלאס טעאריע זענען אפילו די קריעישיניסטס מודה אז דאס שאפט א פילאזאפישע פראבלעם קעגן דאס וואס זיי רופן די פריקאנדישאנס פאר אינטעלידזשיביליטי. דהיינו, אז אונז מוזן אננעמען אז אונז קענען זיך פארלאזן אויף אונזערע חושים, זכרון וכו׳ (כאטש צו עפעס אן עקסטענט), צו קענען בכלל וויסן און מאכן סענס פון זאכן. די אמפעלאס טעאריע טוהט דאס צוווארפן.

***

‏(אגב, אין יומא עה: זאגט די גמרא אז דבש איז די מאכל פאר תינוקות ע״ש.דער רמב״ם (דעות ד יב) זאגט אז עס איז נישט גוט פאר ״קטנים״ ע״ש.)
מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 11:53 am#440315
איך האלט אז וויסנשאפט קען נישט באשטימען די עלטער פון דער וועלט, אבער איך האלט אויך אז מ'קען נישט באשטימען די עלטער פון די וועלט באזירט אויף די תורה. אייגענטליך, פארוואס פונקט דארף מען וואוסן די עלטער פון די וועלט, איז עפעס נוגע למעשה צו וואס?
מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 12:55 pm#440316
די סברא "אז 600,000 האבן אליינס געזעהן" וכו' וואס מען בויעט דערויף פיתום ורעמסס איז בכלל נישט קיין ראיה.
ס'פאראן פארשידענע וועגן וויאזוי דאס זאל ווען קענען געשעהן... ווי למשל, פאר 3000 האט געלעבט א שבט וואס האט געהאט פארשידענע לעגענדעס פון זייערס א שטארקע פירער "משה", און די זאכן וואס ער האט איינגעפירט יא און נישט צוטוהן, דאן ביום מן הימים איז געקומען צו גיין איינער פון די עליטע (לאמיר אים רופן עזרא) און דעקלערט אז ער האט געטראפן א כתב יד וואס איז געשריבן געווארן בימי משה, און דארט איז אויך געשטאנען די מעשה פון מעמד הר סיני..
מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 3:29 pm#440330
נאטינג ראנג, אבער דאן וואלט דאס געווען די היסטערי
דו פראבלעם דערמיט איז אויך אז אין די געטראפענע כתב יד שטייט קלאר כי לא תשכח מפי זרעו
מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:44 pm#440337
הקטן האט געשריבן:נאטינג ראנג, אבער דאן וואלט דאס געווען די היסטערי
דו פראבלעם דערמיט איז אויך אז אין די געטראפענע כתב יד שטייט קלאר כי לא תשכח מפי זרעו

וואס וואלט געווען די היסטאריע? וואס האט מען געטראפן?
מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 6:03 pm#440341
הקטן האט געשריבן:נאטינג ראנג, אבער דאן וואלט דאס געווען די היסטערי
דו פראבלעם דערמיט איז אויך אז אין די געטראפענע כתב יד שטייט קלאר כי לא תשכח מפי זרעו

רעב הקטן לערנטס אביסעלע דורך ספר נחמיה, העט איר געוואר ווערן אז מיין טעאריע איז גארנישט אזוי ווייט פון מציאות..
מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 6:07 pm#440342
אז דו ווארפסט סתם אזוי א מ"מ (וואס איך זאל אלס לערנען) איז שווער צי האבן א נארמאלער שמועס
מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 6:58 pm#440345
הקטן האט געשריבן:נאטינג ראנג, אבער דאן וואלט דאס געווען די היסטערי
דו פראבלעם דערמיט איז אויך אז אין די געטראפענע כתב יד שטייט קלאר כי לא תשכח מפי זרעו

א. לאו דוקא, אסאך וויכטיגערע היסטארישע פרטים זענען בכלל נישט באשריבן, ועיין (או לא?) בספר מלכים-ב פרק כ"ב ובספר חזון עזרא חזון השביעי (פרק י"ב בגירסא היהודי ופרק י"ד בגירסא הנוצרי).

ב. ס'נישט כפשוטו, אין די געטראפענע כתב יד שטייט אויך וישכב ראובן את בלהה, נעשה אדם בצלמנו כדמותנו, סאו וואט. ועל זה אמרו רבותינו ביבנה "עתידה תורה שתשתכח מישראל", שנאמר ונעו מים עד ים ומצפון ועד מזרח ישוטטו לבקש את דבר ה' ולא ימצאו.