Re: קען וויסנשאפט באשטימען די עלטער פון דער וועלט?
לגבי דעם איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען לשונו של הרמב״ם במו״נ (ח״א פע״א), וכבר ידע כל מעין זך השכל מאמת שלא יטעה נפשו שזאת השאלה - רצוני לומר קדמות העולם או חידושו - לא יגיעו אליה במופת חותך ושהיא מעמד שכלי, ע״כ ע״ש.
(ס׳איז אויך אינטרעסאנט צו זעהן ווי אזוי ער מערקט דארט אן אז לגבי די ראיות פון די חכמי ישמעאל והנוצרים פאר חידוש העולם [די (אריגינעלע)
קאלאם] זענען זיי געווען בייעסד אזוי אנצונעמען און דערנאך/דערויף האבן זיי געמאכט זייערע הנחות. דעריבער טיילט ער אפ (ווי נישט) די ראיות פאר מציאות הבורא פון די קאנטראווערסיע איבער קדמות או חידוש העולם ע״ש.)