מאנטאג אקטאבער 15, 2012 12:58 am#51442
מיין מיינונג האט זיך נאך נישט געטוישט זייט דעמאלטס, פראביר מארגן נאכאמאל, מעגליך איבערנאכט וועלן זיך זאכן טוישן.
געפילטע פישאויב רוב קר"י וויל אז די עולם זאל דרייון נאר אדעסי'ס מוז די מיעוט זיך אויך צושטעלן?
האו אבאוט שעמפו, קען די רוב מיר מחייב זיין צו נוצן נאר העד און שולדערס?
villagerלאמיר הערן, דו האלטסט אז דער בעל דברי יואל האט ביים גרונדן זיין שטעטל נישט געטראכט אז פון די שפעטערע דורות וועלן זיין אזעלכע וואס וואלטן נישט לכתחלה אהערגעקומען? וואס טראכסטו וואס האט ער געוואלט דעמאלטס, צו דער דריטער דור זאל זיך פירן קעגן זיין רצון און בלייבן וואוינען, אדער זאלן זיי אוועקמופן און זיין שטעטל זאל בלייבן וויאזוי ער האט עס געגרינדעט פאר די וואס ווילן יא?
(פליז האב רחמנות ווייל איך וואוין אויך אין קר"י (שלא ברצוני) און נישט מיט אלעם פארטראג מיר זיך...)
יואלישקיינער צווינגט נישט? ווייל ס'איז טאקע דא א ברייטע אויסוואל פאר א דריטע זשענערעשאן ק"י איינוואוינער וואס ווילן האבן האר אונטערן שייטל! זיי האבן נישט אויסגעוועלט וואו געבוירן צו ווערן, מחונך ווערן, חתונה האבן וכו', וואס גענוי זענען די אומגעצווינגענע ברירות? לך לך מארצך, ומולדתך, מבית אביך? נעמען די וואנדער-שטעקן ביי די צוואנציג יאר מיט א מאן און וואנדערן אינעם ברייטן וועלט? דאס רופסטו ברירות, און וואס רופסטו צווינגען? וואס זענען די קאסטן פאר איינער וואס ברעכט זיך נישט פאר די אומגעצווינגענע טעראר?
שמעקעדיגנישט פון די לבנה, אבער אפשר געשפרינגען 23 מייל??...
דזשאסט קידינג. איך ווייס נישט. כ'האב קיינמאל נישט באטראכט פרויען "אונטערן שפיצעלע" (נאר אפשר ליבי פאלאק....)
villagerאגב מר פריינטליך דיין נייע אוועיטאר איז אנויאינג, אפשר נעמסט עס אראפ?
פריינדליךמיין מיינונג האט זיך נאך נישט געטוישט זייט דעמאלטס, פראביר מארגן נאכאמאל, מעגליך איבערנאכט וועלן זיך זאכן טוישן.
שמעקעדיגיואלישקיינער צווינגט נישט? ווייל ס'איז טאקע דא א ברייטע אויסוואל פאר א דריטע זשענערעשאן ק"י איינוואוינער וואס ווילן האבן האר אונטערן שייטל! זיי האבן נישט אויסגעוועלט וואו געבוירן צו ווערן, מחונך ווערן, חתונה האבן וכו', וואס גענוי זענען די אומגעצווינגענע ברירות? לך לך מארצך, ומולדתך, מבית אביך? נעמען די וואנדער-שטעקן ביי די צוואנציג יאר מיט א מאן און וואנדערן אינעם ברייטן וועלט? דאס רופסטו ברירות, און וואס רופסטו צווינגען? וואס זענען די קאסטן פאר איינער וואס ברעכט זיך נישט פאר די אומגעצווינגענע טעראר?
איך האב שוין לאנג גע'טענה'ט מיט פריינדליך אז פארשיקן מענטשן צו די 50 שטאטן פון אמעריקע איז נישט די עצה, און עכ"פ דער בעל דברי יואל (מיט זיין אהבת ישראל און פקחות) וואלט זיכער נישט אזוי געהאנדעלט.
אבער נאר א ווארט איבער די ווערטער "זיי האבן נישט אויסגעוועלט וואו געבוירן צו ווערן, מחונך ווערן, חתונה האבן וכו'", אויב ווייסטו מפי ספרים וסופרים, גיט מען יעדן מענטש די אפציע אויבן אין הימל בעפאר ער קומט אראפ אויף דער וועלט. וועלכע משפחה, וועלכע סביבה, חברים, שמחות ויסורים, אויף אלעס איז דער מענטש מסכים בחפץ לב, וויסענדיג אז דאס וועט זיין פאר זיין טובה און ריכטיגער תיקון. טאקע אויף דער וועלט זעהט מען עס נישט, מען בייזערט זיך פארוואס מען קען נישט טון וואס מען וויל, אבער מיט אביסעלע אמונה קען מען עס ממתיק זיין...
שוין, עינאף סעיד. איך בין נישט קיין מוסר זאגער. כאב נאר געטראכט הויך. סארי אויב כאב איינעם אויפגעוועקט פון שלאף. גוטע נאכט.
געפילטע פישלאמיר זאגן אז איך מאך א שטעטל אין ווערמאנט ווי אלע תושבים ווילן נישט אז מ'זאל זיך שערן די האר, 40 יאר שפעטער, איינער פון די שטעטליכס אייניקל, אן אשה צנועה וואס האט אביסל דורכגעטוהן דעם ענין, און וויל זיך שניידן די האר, אבער אזוי אז ס'גוט באהאלטן אונדערן שייטל אז קיינער ווייסט נישט אז זי שעיווד. נעקסטע חודש האט די מקוה לעידי באמערקט אז זי האט זיך אפגעגאלט, און די נעקסטע טאג באקומט זי א קאל פון איר טאכטערס מנהלת, אז איר נשמה'לע וועט נישט קענען בלייבן ביי זיי אין בנות בלהה, סיידן זי וועט זיך לאזן צוריק וואקסן די האר.
וואס האלט איר, האבן די תושבים די רעכט?
געפילטע פישאון תורהדיג?
קלארגעפילטע פישאון תורהדיג?
קען זיי אז די די פרוי קען טענה'ן אז זי האט א רעכט צו טוישן די שכינות אויף א מער אויסגעהאלטענע וועג
אבער עס נישט אינטערסאנט ארייצוגיין אין דעם יעצט
געפילטע פישקלארגעפילטע פישאון תורהדיג?
קען זיי אז די די פרוי קען טענה'ן אז זי האט א רעכט צו טוישן די שכינות אויף א מער אויסגעהאלטענע וועג
אבער עס נישט אינטערסאנט ארייצוגיין אין דעם יעצט
מער אויסגעהאלטן תורה'דיג? איז דיין ווייב מער אויסגעהאלטן תורה'דיג ווי צפורה אשת משה?
sunbarוואס הייסט די רצון פון די איינוואוינער?
און אז רוב איינוואוינער וועלן דיסיידען אז מען מעג יא, וועט זיך עס טוישן??? איך גלייב אז רוב איינוואוינער קענען באשטיין...
קלארגעפילטע פישקלארגעפילטע פישאון תורהדיג?
קען זיי אז די די פרוי קען טענה'ן אז זי האט א רעכט צו טוישן די שכינות אויף א מער אויסגעהאלטענע וועג
אבער עס נישט אינטערסאנט ארייצוגיין אין דעם יעצט
מער אויסגעהאלטן תורה'דיג? איז דיין ווייב מער אויסגעהאלטן תורה'דיג ווי צפורה אשת משה?
ביזט גערעכט
איך מיין לאז דיין ווייב וואקסען איר האר פינקט ווי צפורה אשת משה
אבער זאלסט זיך נאר משדך זיין מיט אזעלכע ווי די רופסט צפורה אשת משה
גוטזאגעראיך האב טאקע געהערט אז וועד הצניעות דק"י זיכט איינער וואס רופט זיך געפילטע פיש.....
העלאדי תקנות פון די ועד ארבע ארצות איז געווארקן אויפגענומען זייער שטארק ביי אונז חסידים, ובפרט אין סאטמאר,
אל תטוש תורת אמיך איז פונקט אזא חיוב ווי "ממצוא חפצך ודבר דבר", עס איז פונקט אזא נביא אין נ"ך,
קרית יואל איז געגרינדעט געווארן פאר קדושה וטהרה, און די מוסדות זענען געווארן געגרינדעט מיט תקנות אז ווער עס האלט נישט דת משה ויהודית קען קיין קינדער אין די מוסדות נישט שיקן,
וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? גיין מיט אייגענע האר איז זייער הארב אין סאטמאר, און אין די מוסדות קענען נישט לערנען קיין קינדער וואס מענטשן וואס זענען עובר,
תאוות, געפילן, קומט נישט אריין דא,
וואטס סא הארט טו אנדערסטענד?
berlbalagulehגוטזאגעראיך האב טאקע געהערט אז וועד הצניעות דק"י זיכט איינער וואס רופט זיך געפילטע פיש.....
דו קענסט זיין רואיג אז געפילטע גייט נישט אפילו אין תחום שבת פון קרית יואל. 😂
פריינדליך
איך האב נישט קיין אינסייד אינפערמאציע ווי אזוי זייער וועד הצניעות ארבייט אבער איך גלייב אז זיי רודפן נישט צוליב זאכען וואס מען טוט אינדערהיים,
עס איז דא גענוג פרויען ביי אונז און שטאט - און אזוי אויך און אלע געגענטער - וואס גייען ליידער מיט ביי האר און קיינער זאגט זיי נישט קיין ווארט,
וויפיל איך האב שוין געליינט איבער די וואס גייען צו די מידיע זיך אפרעדן האב איך אלץ געזען וויפיל שקרים זיי האבן געזאגט, ואכמ"ל והדבר ידוע,
גוטזאגערווער זאגט אז די אלע האר-אויפשטעלנדע שמועות איז אמת?
העלאגעפילטע פיש האט א שטארקע טענה, אבער די רבנים ודיינים אין אלע דורות האבן אויך געוויסט פון דיינע טענות.
העלאעכ"ז איז כולם פה אחד הסכימו אז אויב איינער האט ביי-האר וכדו' האט מען יענעם נישט אריין געלאזט די קינדער אין די מוסדות וכדו'.
העלאיעדע חסיד'ישע מוסד אחוץ גור וכדו' האט די תקנה, און קיינעם איז נישט בייגעפאלן קיין טענות,
העלאקרית יואל איז די גאנצע שטאט דינו כ'סאטמאר'ע ביהמ"ד, פונקט ווי סקווירא און טאהש,
העלאאדרבה שמועס עס איבער מיט עני דיין דעם ענין איבער האר וועסטו זעהן אז יעדער וועט דיר אפווענדן דיין טענה וועגן רעדן נאך ברוך שאמר.
העלאדו מיינסט, איי עם שאר אז עס איז אזויווי איך זאג, איך בין איבערצייגט 100%
משה רוקחוואס הייסט רוב ווילן נישט? דאס איז א זאך וואס עפעקט נישט קיינעם אין שטעטל, ווי קומט די שטעטל דא אריינצורעדן?
אויב איך וועל מחליט זיין צו טרינקען קאוק ביי מיר אין קאר, קען מען מיר דען ארויסווארפן?
אז דו וועסט עסן נאכ'ן אפיקומן קען איינער דיר זאגן א ווארט?
נס קאוועעס איז אמת אז עס איז א סאטמערע שטעטל אבער בנוגע דעם מייסד מיינעך אז ער האט דירעקט נישט געוואלט עס זאל ווערן א סאטמארער שטעטל נאר א יודיש שטעטל.
געפילטע פישגראדע וואוין איך אויף סאטמער קארנער אוירשעווע.
געפילטע פישווילסט מיין סאשעל סעקיוריטי נאמבער אויך?
berlbalagulehנס קאוועעס איז אמת אז עס איז א סאטמערע שטעטל אבער בנוגע דעם מייסד מיינעך אז ער האט דירעקט נישט געוואלט עס זאל ווערן א סאטמארער שטעטל נאר א יודיש שטעטל.
וואס זאל מען טון, אבער קיין בעלזער און קלויזנבורגער חסידים זענען אהין נישט געקומען וואוינען. ניטאמאל וויזשניצער. 🙄