איך בין באמת נישט געווען דערביי אריינצוגיין דא אין קיין דין ודברים איבער די נושא, אבער אז איך זעה מ'האלט שוין ביי 5 דפים לאמיך שוין צו ווארפן מיינע צוויי צענט אויך.
כולי עלמא מודה אז רביה"ק רבי יואל זי"ע האט געגרינדערט דעם שטעטל און געשוויצט דערפאר. (יעדער פראטאקעלירט?)
כולי עלמא מודה אז אויב האט ער עפעס געהייסן און געמאכט א תקנה אין די שטעטל איז עס מחייב א יעדע איינציגסטע תושב דארט. (יעדער פראטאקעלירט?)
כולי עלמא מודה אז חוץ וואס דער סאטמאר רב ז"ל האט געוויינט און פארפירט ביי כל נדרי דרשות איבער ביי-האר האט ער עס אויך געמאכט אלץ איינע פון די תקנות (יעדער פראטאקעלירט?)
כולי עלמא מודה אז די מוסדות איז אינטערגעווארפן אינטער א רבנישע קערפערשאפט [תורה ויראה דרבינו יואל - אונטער האדמו"ר מהר"א ודייני הקהלה, ויואל משה - אונטער די דייני קהל ויואל משה, בני יואל - אונטער די רבני ודייני בני יואל] און אז זיי זאגן אז איינער מיט ביי-האר קען נישט שיקן ביי זיי האבן זיי רעכט. אז ס'געפעלט דיר נישט עפן אייגענע מוסדות! (יעדער פראטאקעלירט?)
יעצט צו סאטמאר רב האט געוואלט ס'זאל זיין א סאטמארע שטאט צו נישט? קען זיין אז נישט! אבער דאך האט ער געשטעלט ז' טובי העיר (ווי איך האב שוין
דא ארויסגעברענגט..) און ער האט געוואלט אז די ז' טובי העיר זאלן האבן א כח פון א בית דין און וואס זיי הייסן (פארשטייט זיך עפ"י הוראת הרבנים) איז מחייב א יעדע איינציגסטע תושב! נישט קיין חילוק צו ער דאווענט אין סאטמארע שוהל צו אין א צווייטע שוהל!
און אפילו לויט די שיטה אז ער האט געוואלט ס'זאל זיין א אידישע שטאט האט ער נאך אלס געמאכט תקנות וואס איז מחייב יעדן תושב!
אינטערסאנט איז אז יעדער פארשטייט אין וויליאמסבורג צו אין בארא פארק צו אפילו מאנסי אז יעדע מוסד מעג האבן זיינע תקנות (קאמפיוטערס יוכיחו) אבער אין קרית יואל טאר מען נישט!!!
אין פאקט צענדליגע משפחות האבן געמופט פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק צו אפילו מאנסי ווייל זיי האבן געשפירט אז די תקנות פון די מוסדות דארט זענען צו שטרענג דארטן, אבער פון קרית יואל קען מען נישט מופן...?!
איבער די רוב אישו, איך ווייס באמת נישט ווער ס'איז רוב און וואס רוב וויל. אבער אזויפיל ווייס איך יא! אז אפילו אויב ס'איז נאר דא א מיעוט וואס שרייען אז מיר האבן ארויסגעמופט אין תשל"ד, אונז האמער זיך מקריב געווען אוועקצומופן פון אונזערע משפחות אלעס ווייל די רבי האט געוואלט אויפבויען א הייליג שטעטל און איינע פון זיינע זאכן איז אז די נשים זאלן נישט גיין מיט קיין ביי-האר, זענען זיי די גערעכטע!!! יא! ס'ווערט א רבים ביד מעטים!!!