איחוד פעלדדער פינטל פון די שאלה אין דעם אשכול איז: וואס איז די גדר פון כפירה.
עס זעהט אויס ווי א גרופע מענטשן (און אזוי האלטן די מנהלים פין אייוועלט אויך), אז ווען איינער האלט אנדערש ווי מען לערנט אויס אין חדר, איז עס כפירה. לעומת זה האלטן אנדערע אז כפירה איז נאר ווען מען האלט פארקערט פון די י"ג עיקרים, אדער פארקערט פון א הלכה פון חז"ל וכדומה.
איך האלט אז די עיקר פראבלעם דא זענען די ניקים מיט אן אגענדע. (און ניין איך מיין נישט לעיקוואד... אפי' מיר האבן זיך שוין אסאך געהרגט ביי די קעפ איז עס אבער בבחינת את והב בסופה...)
וא"ת, ממ"נ איז די שמועס אויסגעהאלטן וואס א חילוק ווער ער פרעגט, ווער עס ענטפערט? פארוואס זאלן געוויסע ניקס יא קענען עפעס רעדן און געוויסע נישט? די תירוץ איז, דא איז א "קאווע שטיבל: א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען" , אין פארגלייך צו א מאנהעטן סטארבאקס וואלט איך זיי -די ניקס- פארגליכן ווי דער היימלאזער מאן וואס קומט קויפן א קאווע מיט זיין ריזיגן צו-ווילדעוועטן קינג שעפערד הינט, צום ערשט וועלן די בעל בתים גארנישט זאגן, צום צווייטן מאל וועט מען אים בעטן ארויסצוגיין, דערנאך וועט מען אויפהענגען א סיין no pets allowed' און נעקסט איז שוין די ארבעט פונעם שעריף, איי יעדער נארמאלער מענטש האט נישט קיין פראבלעם מיט א שעפערד הינט? אסאך האבן עס מסתמא אליינס אינדערהיים? אבער אלעס פיין אינדרויסן, אין א סטארבאקס איז נישט דאס פלאץ פאר זיי.
די ניקס מיט אן אגענדע זענען דא לקנתר, ווי דער פאקט באווייזט אז די אלע נושרים פארגעסן נישט אזוי שנעל זייער אפשטאם, זיי זענען אייביג פול מיט כלומר'שטע רחמנות געפילן (ליין: גילטי קאונטשעס) און זוכן זיך צו לאזן הערן ביי יעדער געלעגהייט, נו די אינטערנעט איז זייער גרויס, אנעפייעס האט גענוג פלאץ פאר יעדן, פארוואס זאלן זיי דוקא אהערקומען שטערן די מנוחה?
א תגובה וואס מען האט פארמעקט צוליב כפירה דארף דער ניק ליידן די קאנסעקווענסעס, פארמעקן אליינס איז ווייט נישט גענוג! מיר קומען דא אהער זיך אויסגעבן אין א געשמאקע איינגענעמע אטמאספער, נישט צו ווערן געשטערט מיט מענטשן מיט אן אגענדע.
באמת איז נישטא קיין סאך וואס די הנהלה קען טהון, מיר ווייסן דאס, זיי זענען פונקט אזעלכע וויקטים'ס ווי די איבעריגע מעמבער'ס, אבער מיר וואלטן געוואלט וויסן אז די הנהלה טוט די מאקסימום וואס שייך אונז צו פראטעקטן (אחוץ מעקן), צו זאל עס זיין ווארענען, חסימה, בלאקן אייפי, עטליכע וואכן צוריק האב איך געבעטן באישית דעם מנהל איבערצוטראכטן די פארשלאג פון
חברינו מר נולד מאוחר צו עפענען א מאחורי הפרגוד אויך פאר עניני אמונה וואס אחוץ די אלע מעלות וואס נולד רעכנט דארט אויס האט עס נאך א מעלה אקעגן טראללער'ס מיט אן אגענדע, ווייל אויב וועט עס נישט זיין אזוי גרינג צו שרייבן דארט, און אז זיי וועלן וויסן אז זייערע תגובות ווערן נישט געליינט דורך אזא גרויסע עולם וועט עס זיי אביסל צוריקהאלטן האפענטליך, ביזדערווייל ווארט איך נאך צו הערן א תשובה דורך די הנהלה, אבער ווי געזאגט די ניקים זענען דאס דער קי פראבלעם.