קלאראיך טראכט שוין לאנג אויסצושמועסן אונזער שטיבל ברבים.
אין א צווייטע פלאץ וואלט אזא אשכול תיכף געווארן אויסגעמעקט כהרף עין,
אבער לויט ווי דער עולם קען אונזערע מנהלים זענען זיי נישט קיין בת היענה'ס, און וועגן דעם וואקסט אונזער שטיבל אזוי שטארק.
הייבסט אן בכבוד האכסניא, און דו האפסט אז לכבוד דעם כבוד וועט מען נישט פארמעקן דעם אשכול.. פיין, פיין...
קלאר
איך האב שוין עטליכע מאל געהערט פון מענטשן
קאווע שטיבל טאר מען נישט קוקן, עס איז ממש כפירה!
נאך אלעם דרייען זיך דא אסאך וואס האבען אן הנאה קאלט צו מאכן יעדע פרומע מנהג, און וועלן פראבירן צו עפענען די אויגן פאר אנדערע.
אסאך פון די שרייבער זענען פשוט אנגעווייטאגט. מען קומט נישט אהער צו געבן א גוט ווארט פאר די אלע ארויפגעצווינגעכצער.
ס'איז דא זאכן וואס איז באמת גערעכט, ווי ארטיקלען אנטקעגן די א.ג. בעלי מחאה פון עירוב און שטערן, שידוכים סיסטעם, וכדומה,
און נאכדעם זענען טאקע פאראן די וואס ווילן וויסן וועגן די לבוש ביי פרויען אדער דרייוון, אפשערן די בארד, און אנדערע "יהרג ואל יעבור" זאכן מיט וואס מיר זענען אויפגעוואקסן. דאס קען מען שוין דעבאטירן.
(און אפשר געציילטע ענינים טאקע וואס איז איבערגעצויגן די שטריקל, ווי דעבאטירן ווידיאוס און מאוויס)
מען פראבירט נישט צו עפענען די אויגן פאר קיינעם, מען רופט קיינעם נישט אהער לייענען, אבער אויב איינער וויל הערן זאל ער טאקע וויסן. מיר זענען ממילא אלע אינעם זעלבן פעקל.
קלאראיז דאס דען די ציהל פין קאווע שטיבל, קענען דען אפאר שרייבער דרייען די רעלסן וויאזוי זיי שמעקט?
יעדער קען דרייען ווי אזוי עס שמעקט, ווילאנג עס איז נישט ממש נגד התורה. דו קענסט אויך דרייען ווי אזוי דו ווילסט.
אני הקטן שרייב פלענטי פארפרומטע ארטיקלען און איך באקום גאר לייקס דערויף, אבער אויף די אנקעטע צו ערלויבן בילדער פון פרויען האט מען געוואוט אויף "נישט"!
דאס איז אמת'דיגע יראת שמים אין מיין בוך.
איך האב עס שוין פארגעשלאגן אין אישי, און איך וועל עס ווידערהאלן ברבים:
עס וואלט געווען א מצוה גדולה אז אידן וועלכע קענען פארענטפערן אונזערע קשיות זאלן ארויפקומען אויפן שטיבל און ארויסהעלפן אויסקלארן דעם קאפ.
רובם ככולם פון אונז דא זוכן נישט קיין כפירה ח"ו אדער ליצנות.
אדרבה, יעדע טריי פון כפירה אדער ניבול פה ווערט באריכטעט. דאס ווייזט אז דער עולם זוכט דא עפעס ערנסטקייט.
און דער עולם באלעקט זיך די פינגער מיט די פאר שרייבערס וועלכע האבן א ידיעה און שרייבן זייערע תשובות בטוב טעם ודעת.
קלארדאס האבן משכילים אויך געזאגט אין זענען למעשה האבען זיי זיך אויסגעשפיגן פון כלל ישראל
לאו דווקא. איך האב פונקט געלייענט אין "דער בלאט" די היסטאריע פון משכילים און רעפארמער.
זיי האבן געוואלט טוישן לבוש פון גאנץ כלל ישראל, משנה זיין נוסח התפלה, אויסרייסן רבנים (נישט פאלשע, נאר ערליכע), און נאך מעשים אשר לא יעשו, פשוט צו מאכן ככל הגויים בית ישראל, היל"ת.
איך מיין אז קיינער דא וויל נישט אזעלכע זאכן. מען וויל האבן אויטענטישע אמת'דיגע אידישקייט, און זיך נישט פאפן מיט אונזערע ברעינ-געוואשעכטס.
villagerדעם סוכות זאגט מיין שוואגער ביים טיש אז ס'דא א סייט קאווע שטיבל ווי מענער און פרויען שרייבן בתערובות רח"ל, און זיי האבן אויך א באהאלטענע סייט ווי מ'רעדט אפן קעגן גאט און די תורה...
מען פארגלייכט אונז צו כופרים ומשכילים? איך פארגלייך דיין שוואגער וכת דיליה צו מוסרים בעלי מספרי ומקבלי לשון הרע ורכילות ווי די ערגסטע אין כלל ישראל.