Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » קאווע שטיבל • טעכנאלאגישע נייעס

קאווע שטיבל • טעכנאלאגישע נייעס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
124 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 269 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #213
פרייטאג יולי 24, 2015 1:48 pm#291576
מיט אלע טעכנאלאגיע מעלות, קומט מיט - כדרכו של עולם - אסאך חסרונות אויך, ברוחניות ובגשמיות.
בעת אונזערע קארס ווערן מער פארגעשריטן און קאנעקטעד, צו די סעלפאונ'ס און צו ווייפיי און נאך אנדערע גאדגעטן, ערשיינען פרישע אומפאראויסגעזעהענע פראבלעמען.

און דאס האט פאסירט די וואך, צו יעדנס ערשטוינונג - 2 העקערס האבן געהיידזשעקט און איבערגענומען קאנטראל אויף א צווייטנ'ס דזשיפ אויטא (דזשיפ איז די זעלבע קאמפאני ווי קרייסלער און דאדזש).
מען רעדט נישט פון קלייניגקייטן, נאר זיי האבן באקומען פולע קאנטראל אויף די סאמע וויכטיגסטע פונקציעס פונעם קאר, ווי די ברעיקס און טראנסמישאן. זיי האבן אפילו געקענט פארקירעווען דעם קאר צום זייט פונעם ראוד, בעת דער דרייווער איז הילפלאז!
זיי זאגן אז זיי קענען דאס טון מיט סיי וועלכע קאר, נאר מיט די סיסטעם פון קרייסלער/דזשיפ איז עס געווען דאס גרינגסטע...

צום מזל, זענען דאס נישט געווען 2 שלעכטע לייט וואס האבן סתם געוואלט אריינברענגען דעם דרייווער אין פאניק, נאר א פאראויסגעטראכטע און אויסגערעכנטע אקציע - און זיי האבן דערנאך אריינגעגעבן די אינפא פאר קרייסלער צו קענען פראטעקטן און פארמיידן אזעלכע אינצידענטן אין דער צוקונפט.

אצינד האט די FCA פאררופן א ריקאול אויף די אלע קרייסלער און דזשיפ מאדעלס וואס קענען אפעקטירט ווערן.
מיטוואך יולי 29, 2015 11:06 pm#292731
איינער דא האט שוין אפגערעידט צו ווינדאוס 10 ?! קוקט אויס אז נישט .
איינער ווייסט פון עקספיריענס צו סלוינט זיך צו אפגרעיטען ?
מיטוואך יולי 29, 2015 11:13 pm#292737
מיין רעקאמענדאציע: ווארט צו. לאז די ערשטע חלק באגס ווערן מתוקן ע"י אחרים. עס לויפט נישט אוועק. קענסט ציווארטן א 2 חדשים.

אז מען רעדט שוין, זענען די היימישע פילטערס צוגעגרייט צו ווינדאוס 10? בי ווינדאוס אכט איז געווען א hold אפאר חדשים, אויב מיין זכרון דינט מיר.
מיטוואך יולי 29, 2015 11:33 pm#292742
טעכנאלאגישע נייעס
א איסור איז נאכנישט ארויס אויף דעם ווי אויף ווידאוס אכט און אויף אייועלט איז עס נישט דאמאנט געווארן…
און ביז ווען גייט עס זיין פריי?
זונטאג אוגוסט 02, 2015 3:10 pm#293346
יעדער וואס האט ווינדאוס 8 באקומט א פרי אפגרעיט צו ווינדאוס 10, סגייט נאר נעמען א משך פון אפאר חדשים ווילאנג זיי שיקן עס צו יעדן, זיי זענען בעקד אפ.
זונטאג אוגוסט 02, 2015 10:22 pm#293409
וכדומה.. האט געשריבן:יעדער וואס האט ווינדאוס 8 באקומט א פרי אפגרעיט צו ווינדאוס 10, סגייט נאר נעמען א משך פון אפאר חדשים ווילאנג זיי שיקן עס צו יעדן, זיי זענען בעקד אפ.

ATUB @וכדומה.. ATUB אז איך האך די ווינדאוס סימבאל אויף די באדעם פון מיין קאמפיוטער מיינט עס אז כהאב באקומען א אינוועטעישאן ?
זונטאג אוגוסט 02, 2015 10:29 pm#293411
עס מיינט אז דו ביסט עליזשיבל צו פארלאנגען אן אומזיסטע קאפיע.
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 11:34 pm#294862
ביי ביי גוגל, העלאו אלפאבעט (כמעט).

m http://mobile.nytimes.com/2015/08/11/te ... ?referrer= m
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 11:42 pm#294865
Google release notes:

- Our new name is Alphabet! We hope you like it.

- fixed a bug where we were paying too much tax.

:P
דינסטאג אוגוסט 11, 2015 5:46 am#294906
דאס קוקט אויס צו זיין ערנסטע נייעס. א מעידזשאר אויפשאקלונג אינערהאלב די מעכטיגע גוגל קאמפאני. א נייער נאמען מיט נייע עקזעקוטיוון. גוגל וועט זיין א חלק אונטער די נייע אלפאבעט. ונזכה ונחי' ונראה.
דינסטאג אוגוסט 11, 2015 9:41 am#294918
אבער אויף וויפיל מיר קענען גוגל, דאס הייסט די סירטש ענדשין, יוטוב, מעפס, די ענדראויד סיסטעם, און גוגל פלעי סטור, בלייבט אלעס די זעלבע אונטער די נאמען גוגל אזוי ווי ביז יעצט.

סאיז נאר זייער אנדערע ביזנעסעס וואס רוב עולם האט נישט אנונג אז דאס עקזיסטירט בכלל, דארט בייטן זיי די נאמען צו אלפעבעט.
דינסטאג אוגוסט 11, 2015 9:57 am#294921
ריכטיג, אבער גוגל גייט זיין א סובסידיערי פון אלפאבעט.
עס טוישט פונדאמענטאל דעם שפיל, איז א מעידזשאר טויש.
מיטוואך אוגוסט 26, 2015 1:48 pm#298006
ווערט איר שוין קראנק פון אזויפיל "פאט-האולס" אויפן ראוד? גוגל האט דעם מעגליכן סעלושאן פאר אייך!
דורך גוגל מעפס (וואס נוצט וועיז טעכנאלאגיע) ווילן זיי דערשפירן וואו עס געפינען זיך פאטהאולס אויפן ראוד, און אריינגעבן די אינפארמאציע צו די אינסטאנטן.

מען קען שוין צולייגן נאך א פאל צום ניגון "גוגעלע גוגעלע"....

w www.pcmag.com/article2/0,2817,2490098,00.asp w
מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 1:54 am#300942
ווערייזאן ווייערלעס (וועלכע האט לעצטנס געטוישט זייער לאגא, פון די ריזיגע v צו א קליינע..) האט געמאלדן אז זיי הייבן אן טעסטן א 5G נעטווארק וועלכע וועט לויפן ביז 40 מאל (!) שנעלער פון 4G און וועט האפענטליך אריינגיין אין דינסט בערך 2017.
פרייטאג נאוועמבער 06, 2015 2:32 am#307960
Re: טעכנאלאגישע נייעס
בלעקבערי קומט יעצט ארויס מיט א נייע סמארטפאון וואס וועט לויפן אויף ענדרויד, עס וועט האבן א סלייד אוט קיבאורד, m http://www.businessinsider.com/blackber ... ew-2015-11 m

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk
פרייטאג נאוועמבער 06, 2015 2:55 am#307963
Re: טעכנאלאגישע נייעס
its called the "BLACKBERRY PRIV"
מיטוואך יאנואר 06, 2016 7:34 pm#316352
שמעקעדיג האט געשריבן:ס'קוקט אויס ווי דער עולם דא איז מער אינטרעסירט אין האקן אויפן סיסטעם ווי דיסקוסירן מעידזשאר טעכנאלאגישע נייעס. אנדערש איז שווער צו פארשטיין פארוואס קיינער האט נאך נישט בארירט דעם נושא פון CES 2015

דאס איז אזא שאו וואס מען מאכט יעדע אנהייב יאר, וואס צייגט וואס צו ערווארטן דעם קומענדיגן יאר אויפן טעכנאלאגיע פעלד, פון נייע קאמפיוטערס, טשיפס, זייגערס, קעמרעס, טעלעפאנען און טעבלעטס, בעטעריס, ווייערס און טשארשדזשינג קעפעביליטיס, ועוד ועוד.

אין א ניסל שאלאכץ, זענען די הויפט נייעס דאס יאר געווען די נייע ווינדאוס 10 וואס מייקראסאפט גייט ארויסגעבן אין די נעקסטע פאר חדשים, וועלכע וועט ערזעצן דעם פארפיינטעטן ווינדאוס 8.1; נייע (פינפטע ג'ענעראציע) פראסעסאר טשיפס פון אינטעל ("בראודוועל") וועלכע וועט העלפן לעפטאפס לעבן לענגער אויף באטערי ווי אויך בעסערע גראפיקס, אבער דאס איז נאר א צייטווייליגע זאך, זינט זיי ארבעטן שוין אויף א נייערע ווערסיע (גערופן "סקיי לעיק") וועלכע וועט ערשיינען די צווייטע האלב יאר פון 2015.

ווי אויך איז אין די נייעס די נייע USB פלאג (TYPE C), וועלכע וועט ערזעצן אלע USB פון סעלפאנ'ס און קאמפיוטער'ס, עס וועט זיין פיל שנעלער צו טראנספערירן דאטא (דאפעלט די שנעלקייט פון USB 3.0), אויכעט וועט עס טשארדזשן דעווייסעס פיל שנעלער. ווי אויך וועט מען עס קענען אריינשטעקן פון ביידע זייטן כדי נישט צו מאכן די קאנעקטינג פראצעדור אזוי קאמפליצירט, גענוי ווי עפל האט לעצטנס געטוישט.


אפצייכענענדיג א יאר פונעם שאו, איז אינטרעסאנט צוריקצוקוקן ווי רוב נייע טעכנאלאגיע פון דעם פאריעריגן שאו איז ערשינען לאור עולם.

אצינד מען האלט שוין אט אט ביים קומענדיגן CES שאו, פארן נייעם יאר 2016. די טויערן וועלן זיך עפענען בערך אין א וואך ארום פארן פובליקום אין לאס וועגאס. טייל רעפארטער האבן שוין עקסעס יעצט, בשעת'ן שרייבן די שורות.

ביי די שאו וועט מען, ווי אלעמאל, צייגן די נייע אויפטוען וואס איז ערווארטעט פארן נייעם יאר, אין אלע תחומים פון טעכנאלאגיע. נישט אלעס ווייסט מען שוין, טייל זאכן איז יא מער באקאנט. לאמיר זעהן בערך וואס מיר קענען ערווארטן – בעיקר זאכן וואס קען כאפן די אינטערעסע פונעם היימישן ציבור.

ביי קארס איז אזוי. די גרעסטע פאקוס וועט זיין אויף אויטאמאטישע דרייווערלאזע אויטאס, וואס דאס איז ווארשיינליך דער צוקונפט פון קארס, צי מען וויל עס יא צי נישט. אלע גרויסע קאמפאניס ארבעטן אויף א סעמפל פון אזא סארט קאר, עטליכע ארבעטן אליינס, אנדערע, ווי למשל פארד, האט זיך לעצטנס צוזאמענגעשטעלט מיט גוגל, אזוי ארום שפארענדיג א שיינע פאר ביליאנען.

מען וועט אויך זעהן פארשידענע פארגעשריטענע אויטאס וועלכע שפארן געז, וואס איז לעצטנס אין סטייל זינט די אבאמא אדמיניסטראציע האט פארלאנגט עקסטרעמע שריט פון די אויטא קאמפאניס צו שפארן געז. שעווי גייט ווייזן זייער נייע עלעקטראנישע אויטא דער "באלט" (נישט פארמישן מיט די "וואלט"). די וואלט קען אנציען בלויז 40 מייל אויף עלעקטריק – ווייט פון גענוג פאר רוב דרייווער'ס. די נייע באלט וועט קענען אנציען איבער 200 מייל בלויז דורכן איינפלאגן און רעטשארדזשן די בעטערי איבערנאכט.

די דייטשע לוקסוריעזע בי.עם.דאבעליו. אויטא קאמפאני וויל פטור ווערן פון די שפיגלעך אין א קאר, און עס ערזעצן מיט קעמערעס. די אויפטוען דערפון וועלן זיין מערערע, ווי צב"ש פארשפארן די ברייטע ארויסגעשטעקטע שפיגלען, וועלכע פארמאגן בליינד ספאטס. אנשטאט וועלן זיין קעמרעס וועלכע וועלן צוזאמענשמעלצן פון אלע זייטן איין ברייטן קלארן בילד, וואס וועט פילפאכיג פארגרעסערן דעם וויזשאן פעלד, מען וועט קענען זעהן פיל קלארער וואס טוצעך פון אונטן. די קעמערעס וועלן האבן מעכאניזם צו צולאזן אייז אדער שניי כדי עס זאל זיין נוצבאר אין אלע סארטן וועטערס וואס ATUB @וועטערבאריכט ATUB שטעלט אונז צו. אויכעט ווילן זיי פארשטעלן א נייע אינפאטעינמענט סיסטעם (פאר די מוזיק/ראדיא/און עירקאנדישאן וכו') וועלכע זאל פארמאגן איין גרויסע סקרין, און עס וועט ארבעטן בלויז מיטן רוקן די האנט אין דער לופט, אן דעם וואס מען זאל דארפן פיזיש אנרירן דעם סקרין. זיי רופן עס Air Touch.

צווישן אנדערע, איז ערווארטעט א נייער "סטירינג ווהיל" קאווער וואס זיכער מאכן אז דער דרייווער האלט ביידע הענט אויפן רעדל און איז נישט פארנומען צו טעקסטן אדער זיך שפילן אויפ'ן פאון.

פאר'ן חסיד'ישן עולם, איז ערווארטעט א נייע פארבעסערטע קרייסלער טאון-ענד-קאנטרי מיניווען, נאך וואס די יעצטיגע איז שוין אביסעלע אלטמאדיש און אונטערשטעליג פון די מיניווענס פון טאיאטע און האנדא.

אין אנדערע טעכנאלאגישע פעלד, וועלן ביידע גוגל און עפל ארבעטן צו לאזן די קאסטומערס קאנטראלירן ווי מער פונקציעס אינדערהיים פון דעם טעלעפאן. סעמסאנג וועט צייגן א פריזשידער וואס איז קאנעקטעד צו די סמארטפאון און מען וועט קענען זעהן אויפ'ן פאון צי די מילך אין פרידזש איז שוין פארדארבן....

א גרויסע חלק פונעם שאו וועט זיין געווידמעט פאר די נייע הייסע טוי, די דראונס, וואס וועט בקרוב אריינגיין אין די מארקעט און מיר וועלן זעהן די הימלען פול דערמיט.... עס ווערט ערווארטעט איבער 100 סארטן דראונס ביים שאו.

זעלבסטפארשטענדליך אז פון די בעיסיקס האט מען נישט פארגעסן. נייע לעפטאפס, קעמערעס, טעלעפאנען, טי.ווי. סקרינס, ווידיא קעמערעס, מיט נייע פארבעסערטע טשיפס און בעסערע סקרינ'ס וועט זיין לרחצה ולמוציא מצה. בעסערע באטעריען, שנעלערע טשארדזשערס וכו'. איין קעמקארדער רופט זיך 360fly און כאפט אפ 360 דעגרי קליפס וועט מען קענען קאנעקטן צו זיך אדער צו א בייק.

עס וועט זיין א "קלוגע שיך". דער שיך וועט קענען האלטן חשבון וויפיל מייל מען גייט/לויפט (אדער נישט), אבער אויך וועט מען קענען אנשטעלן די טעמפעראטור דורך אן עפפ פונעם פאון! געענדיגט מיט די פארפרוירענע פוס...

אנדערע חידושים איז דא – א POT פאר געוואוקסן וועלכע באוואסערט זיך אליינס, מען דארף מער נישט אינזין האבן צו באוואסערן די פלאנצונגען. א אנדערע קאמפאני וועט פארשטעלן א קאוטש וואס ווען מען זיצט דערויף בשעת'ן וואטשן א מאווי וועט זיך עס מיטדרייען אדער ווייברעיטן לויט'ן מאווי, כדי דער וואס וואטשט זאל זיך שפירן ווי ער איז באמת דארט (אקעי דאס איז נישט ממש פארן היימישן ציבור..). מען וועט אויך ווייזן א "סמארט בעט", דער קלוגער בעט וועט אנאליזירן דיינע העביט'ס ביים שלאפן (וואס גענוי איז דער אויפטו? כ'ווייס נאך נישט...)

דאס איז נאר א קליינער חלק פון די לאנגע ליסטע, עס וועט ארויסקומען נאך פרטים יעדן טאג פונעם שאו, אז איר וועט מאכן א גוגל סערטש פאר CES 2016 וועט איר קענען מיטהאלטן די נייעס.
מיטוואך יאנואר 06, 2016 11:45 pm#316396
Re: טעכנאלאגישע נייעס
שמעקעדיג האט געשריבן:צווישן אנדערע, איז ערווארטעט א נייער "סטירינג ווהיל" קאווער וואס זיכער מאכן אז דער דרייווער האלט ביידע הענט אויפן רעדל און איז נישט פארנומען צו טעקסטן אדער זיך שפילן אויפן פאון.

.


עס זעהט מיר אויס ווי עס איז געמאכט אז טאטעס זאלן עס ארויפלייגען אויף די קינדערס קארס צו קענען מאנעטערן אויב זיי טעקסטן בשעתן דרייווען.

אבער איך פארשטיי נישט די פוינט, עז איף יעדער האלט ביידע הענט אויפן סטרינג וויל אגאנצען צייט.
מאנטאג יאנואר 25, 2016 3:29 pm#318907
פארגאנגענע וואך האב איך געטראפן א נייע פרייע סערוויס "Stringify", עס איז ארויס געקומען בערך צוויי חדשים צוריק, און עס ארבעט אזוי ווי IFTTT אבער עס איז אסאך בעסער. למשל IFTTT גיט מיר נאר די אפשען צו טון איין זאך אויב א צווייטע זאך געשעט, סטרינגיפיי גיט מיר די אפשען צו טון צענדליגער זאכן אויב אויב עטליכע זאכן געשען. נאך מער, איך קען מאכן אן אויסנאם אז די אלע זאכן זאלן געשען "נאר אויב" עפעס אנדערש איז אין פלאץ.

א דוגמא פון א flow - ווי זיי רופן עס - איז אז יעדן צופרי 7 אזייגער זאל זיך מיין טערמאסטאט אנשטעלן צו א באשטימטע טעמפרעטור, און עס זאל אנהויבן א טיימער פאר 15 מינוט, ווען די טיימער ענדיגט זיך זאל זיך די לעקטער און די מוזיק אין בעדרום אנצינדן אויף א פון פריער באשטימטע וואליום און אלעס נאר אויב איך בין אינדערהיים. אזא זאך איז נישט מעגליך צו מאכן מיט IFTTT, און אויב יא וועט עס דארפן א שיינע פאר 'רעסעפי'ס' אין פארגלייך צו Stringify וואס טוט דאס אלס מיט איין flow.

סיי ווי אזוי איז עס נאך זייער א נייע סערוויס און עס איז שווער צו זאגן ווי עס וועט אנקומען, אבער עס איז זיכער אז זיי גייען אויף א גוטע ריכטונג.
מאנטאג יאנואר 25, 2016 10:23 pm#318969
Re: טעכנאלאגישע נייעס
What's app is down!
איינער ווייסט פשט?

Sent from my SM-G900T using Tapatalk
זונטאג יאנואר 31, 2016 9:25 pm#319681
Re: טעכנאלאגישע נייעס
Microsoft גייט בויען סערווערס צי האלטן אינטער וואסער m http://www.nytimes.com/2016/02/01/techn ... enter.html m
מאנטאג פעברואר 29, 2016 3:47 pm#322950
בקרוב ווען זיין די נייע ברילן

איך קען נישט ווארטן
מיטוואך מערץ 02, 2016 1:08 pm#323124
.
מיטוואך מערץ 02, 2016 1:12 pm#323125
מ'וועט אויך קענען קויפן מיט די שבת עפפ
מיטוואך יוני 22, 2016 8:45 pm#338721
[url=
m http://nyp.st/28Vh3xe m ]
nyp.st/28Vh3xe[/url]
Uber געדאנק פאר בעבי סיטערס.
ס'וואלט געווען א ישועה פאר אינגע היימישע פארפעלקער, ווען סאיז ווען דא היימישע בעביסיטערס
דאנערשטאג יולי 21, 2016 3:57 pm#343104
גאר אינטרעסאנט און וואונדערליך.

א גרופע סטודענטן אין א בריטישע יוניווערסיטי האבן ערצייגט א וואסערלאזע טוילעט, און די אינהאלט פון דעם טוילעט ווערט פארוואנדלט אין וואסער און אין עלעקטריציטעט כדי זיך צו קענען באנוצן דערמיט!

א וויילע צוריק האב איך באשריבן דעם "נאציאנאלן טוילעט טאג", וואס איז פארפאסט געווארן צו ברענגען אויפוואכונג איבער די וועלט פאר איבער א ביליאן מענטשן וועלכע האבן נישט קיין צוטריט צו קיינע ביהכ"ס, און איז גורם גענזונטהייט פראבלעמען, פאר זיך און פאר אנדערע, ווי אויך בושות און פראבלעמען אין כבוד האדם.

דער נייער אויסטרעף קען זיין א געוואלדיגע ישועה פאר דעם. אזא ביהכ"ס נויטיגט זיך נישט צו זיין קאנעקטעד צו קיין וואסער פייפס, צו קיין סוער סיסטעם, ברויך נישט קיין עלעקטריציטעט, גארנישט! מען קען עס אראפשטעלן סיי וואו, און עס ווערט גענוצט ווי א נארמאלע ביהכ"ס.

דאס איז א געוואלדיגע דורכברוך פאר די מענטשהייט!

m http://money.cnn.com/2016/07/18/technol ... -membrane/ m
פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 10:05 am#350018
'טערעסאנט ווי קיינער האט נאך נישט דערמאנט די נייעס מיט די נייע סעמסאנג NOTE 7 (חוץ טרויבן 88 הא ערגעץ אריינגעווארפן א ווארט דערוועגן).

די נייע NOTE איז א הערליך שטיקל, כמעט די בעסטע וואס סעמסאנג האט נאר אמאל ערצייגט.
די NOTE איז ס"ה א "גרויסע סמארטפאון", אין צוגאב צו אזא פענע מען זאל קענען שרייבן נאוט'ס אויפן סקרין.
די ערווארטונג דערויף איז געווען זייער שטארק. מענטשן זענען געווען עקסייטעד און אנטציקט ווען עס איז ענדליך ארויסגעקומען.

Note_7.jpeg


למעשה האט אנגעהויבן אריינקומען קאמפלעינטס אז די בעטערי קען זיך איבערהייצן, און עס האט אנגעהויבן פאסירן פייערס דא און דארט.
די סומאטוכע האט זיך אויסגעשפרייט ווי א.... פייער, און מענטשן האבן אנגעהויבן קלאגן און סוען די קאמפעני, כדרכם של האמרי-קנאים.
סעמסאנג האט קודם אנגעהויבן א "וואוילטעטיגע" צוריקרוף, און איינגעטוישט צייטווייליג פאר די "אפגעבריטע" א ביליגן סארט פאון ביז די קאמפאני וועט מתקן זיין וואס זיי האבן פוגם געווען.

אבער ווען די מצב איז געגאנגען פון שלעכט צו ערגער, האט די וואך די גאווערמענט גע'אישו'ט א ריקאל אויף אלע נאוט 7 דעווייסעס.
ווי אויך האט מען פארבאטן ארויפצוטראגן אזא דעווייס אויף א פליגער, ווי אויך אויף די טרעינס.

ופני סעמסאנג חפו.


-
פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 10:30 am#350022
מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2016 1:42 pm#350102
Re: טעכנאלאגישע נייעס
שמעקעדיג האט געשריבן:'טערעסאנט ווי קיינער האט נאך נישט דערמאנט די נייעס מיט די נייע סעמסאנג NOTE 7 (חוץ טרויבן 88 הא ערגעץ אריינגעווארפן א ווארט דערוועגן).

די נייע NOTE איז א הערליך שטיקל, כמעט די בעסטע וואס סעמסאנג האט נאר אמאל ערצייגט.
די NOTE איז ס"ה א "גרויסע סמארטפאון", אין צוגאב צו אזא פענע מען זאל קענען שרייבן נאוט'ס אויפן סקרין.
די ערווארטונג דערויף איז געווען זייער שטארק. מענטשן זענען געווען עקסייטעד און אנטציקט ווען עס איז ענדליך ארויסגעקומען.

Note_7.jpeg


למעשה האט אנגעהויבן אריינקומען קאמפלעינטס אז די בעטערי קען זיך איבערהייצן, און עס האט אנגעהויבן פאסירן פייערס דא און דארט.
די סומאטוכע האט זיך אויסגעשפרייט ווי א.... פייער, און מענטשן האבן אנגעהויבן קלאגן און סוען די קאמפעני, כדרכם של האמרי-קנאים.
סעמסאנג האט קודם אנגעהויבן א "וואוילטעטיגע" צוריקרוף, און איינגעטוישט צייטווייליג פאר די "אפגעבריטע" א ביליגן סארט פאון ביז די קאמפאני וועט מתקן זיין וואס זיי האבן פוגם געווען.

אבער ווען די מצב איז געגאנגען פון שלעכט צו ערגער, האט די וואך די גאווערמענט גע'אישו'ט א ריקאל אויף אלע נאוט 7 דעווייסעס.
ווי אויך האט מען פארבאטן ארויפצוטראגן אזא דעווייס אויף א פליגער, ווי אויך אויף די טרעינס.

ופני סעמסאנג חפו.


-

@שמעקעדיג איך האב געפלאנט צי מאכן א עקסטערע אשכול איבער דעם, אבער אז די האסט שוין אנגעפאנגען וועל איך נאר צילייגן מיינע געדאנקען דא,
די נאוט 7 איז געווען א מעסטער מיינד פון א פאון עס האט אזאנע גוטע ,reviews וואס איך האב נאכנישט געזען, און די גרעסטע זאך איז געווען אז דער אייפאון 7 איז אויך דעמאלטס ארויסגעקומען האט מען ערווארטעט אז דער אייפאון וועט האבן א מיאוסע קאמפטישען, אז ווען איינער גייט אריין און א געשעפט ןועט ער האבן א אויסווייל זיך צי מגייר זיין צי ענדרויד, מה עשה הקב'ה ער האט אנגעברענט דעם נאוט אז עס וועט דוערען צייט איבערציקומען די פראבלעמען, מען זאגט אז וועט אפשר קאסטן ביז א ביליאן דאללאר פאר סעמסאנג, אין אביסל סחורה זענען נעבעך סטאק אויף די שיפן פון hanjin וואס איז געגאנגען באנקראט,
עניוועי איך האלט און איך האב עס נאכנישט געהערט און געזען קיינעם עס זאגן אז ווען דער סעמסאנג מאכט אז מען זאל קענען ארויסנעמען די בעטערי און נישט אריינגעבויט וואלטן זיי זיך פארשפארט די גאנצע זאך, מען וואלט דעליעווערט נייע בעטערי'ס און פטוראן עסק...
אשאד....

און דער נאוט 7 עפענט זיך אויף אנשטאט מיט די פינגער, עפענט עס זיך מיט די אויגן, עס הייסט iris scanner.
זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:14 am#350134
rps20160920_010141.jpg
זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:20 am#350136
Re: טעכנאלאגישע נייעס
א לייק פארן פארמעקן די וואטערמארק!
זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:37 am#350142
:lol: :lol: :lol: :like
זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:59 am#350164
עפל האט געמאלדן אז מיט די נייע אייפאון 7 שיקן זיי נישט מיט קיין עיר פאונס. סעמסאנג האט געמאלדן אז מיט נייע נאוט 7 שיקן זיי מיט פייער עקסדינגנעשערס.
מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:52 pm#350397
Re: טעכנאלאגישע נייעס
זייער אן אינטערעסאנטע ארטיקל אין בלאמבערג איבער די נאוט 7 בעטערי פראבלעמען m http://www.bloomberg.com/news/articles/ ... GP.Markets m
מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 1:28 pm#350401
Re: טעכנאלאגישע נייעס
און יעצט איז דא ריפארטס אז דער בעטערי פראבלעם איז געווען וויבאלד מען האט אריינגעשטופט די בעטערי אין א קלענערע פלאץ האט דאס ציגעברענגט אז די positive and the negative האבן זיך צאמגעשטעלט, און מיטן עס טשארדזשען איז עס געווארן הייס האט עס אויפגעריסן.
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:36 pm#351195
א נייע עפפ צו ליעסן קארס גרינגערהייט:

m http://www.theyeshivaworld.com/news/hea ... a-car.html m
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 4:45 pm#351232
נייע שבת באלב

עס איז אזוי ווי די קאשער לעמפ נאר אין די באלב אליינס
Get you #ShabBulb today!
m http://amzn.to/2dpdANC m
מיטוואך אקטאבער 05, 2016 3:23 pm#351729
שמעקעדיג האט געשריבן:'די נייע סעמסאנג NOTE 7

ווי אויך האט מען פארבאטן ארויפצוטראגן אזא דעווייס אויף א פליגער, ווי אויך אויף די טרעינס.


קומט יעצט אריין די נייעס אז א NOTE 7 האט אנגעהויבן סמאוקן אויף א סאוט-וועסט עירליין פליגער, נאך זיצענדיג אויף דער ערד. מען האט עוואקואירט אלע פאסאזשירן.
איך ביניש מקנא סעמסאנג.
מיטוואך אקטאבער 05, 2016 8:03 pm#351748
שמעקעדיג:אויף דיין תגובה פון פר. סעפט. 16, 10:05 פ.מ. האביך א קליינע הערה. דו שרייבסט איבער דעם ריקאלל פון די נאוט 7 סעמסאנג פאון...אז צו ערשט האבן זיי אנגעהויבן א ..."וואוילטעטיגע"... צוריקרוף...!
דו מיינסט זיכער צו זאגן א ...פרייוויליגע"...צוריקרוף...!
די ענגלישע איבערטייטש פון ...וואוילטעטיג"...איז...Charitable.
די ענגלישע איבערטייטש פון.."פרייוויליג"...איז...Voluntary. They initiated a voluntary recall. Rather than a charitable recall...!
פרייטאג אקטאבער 07, 2016 9:05 am#351885
Re: טעכנאלאגישע נייעס
שמעקעדיג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:'די נייע סעמסאנג NOTE 7

ווי אויך האט מען פארבאטן ארויפצוטראגן אזא דעווייס אויף א פליגער, ווי אויך אויף די טרעינס.


קומט יעצט אריין די נייעס אז א NOTE 7 האט אנגעהויבן סמאוקן אויף א סאוט-וועסט עירליין פליגער, נאך זיצענדיג אויף דער ערד. מען האט עוואקואירט אלע פאסאזשירן.
איך ביניש מקנא סעמסאנג.

די נייעס איז נאך בעסער....עס איז לויט באריכטן געווען א נייע שוין נאכן ריקאלל.... די וועלכע דארף שוין זיין גוט... אוי רייבט זיך עפל און ענדרויד קאמפטישיאן די אויגן. (וואס איז א גוטע זאך)
און סתם אזוי בין איך נייגעריג, ווייל ווי באקאנט זענען די אזיאנע גאר שטארק גערעגטע ווילדע און שווערע חברה, איז וויאזוי און וואס טוט זיך אפ אינעם הויפקווארטיר? גייט נאר קולות וברקים אדער אויך קלעפ?
פרייטאג אקטאבער 07, 2016 4:11 pm#351926
Re: טעכנאלאגישע נייעס
עס איז דא ריפארטס אז סנעפטשעט גייט ארויף אויפן סטאק מארקעט מיט א IPO פון 25 ביליאן..... וואס א משוגענע וועלט, אוי וועלן די זאכן קראכן איין, אבער די שאלה פארוואס אויב א קאמפעני טרייבט אויף נאר א ביליאן דאלאר אדווערטייזמענטס איז ווערט 25 מאל net??? משוגע.
פרייטאג אקטאבער 07, 2016 4:45 pm#351929
WhatsApp האט פארדינט פיל ווייניגער, און האט זיך פארקויפט פאר נאנט צו 20 ביליאן.
פרייטאג אקטאבער 07, 2016 5:49 pm#351932
Re: טעכנאלאגישע נייעס
העניך האט געשריבן:WhatsApp האט פארדינט פיל ווייניגער, און האט זיך פארקויפט פאר נאנט צו 20 ביליאן.

פארענטפערט א קשיא מיט א קשיא...
העניך האט געשריבן:WhatsApp האט פארדינט פיל ווייניגער, און האט זיך פארקויפט פאר נאנט צו 20 ביליאן.

פארענטפערט א קשיא מיט א קשיא...? WhatsApp איז געווען מאסיוו איבערגעצאלט. אפילו עס זאל אויפטרייבן געלט, איז עס נאכנישט באצאלט די געלט וואס זיי האבן באצאלט. סא וואס איז די חשבון?
פרייטאג אקטאבער 14, 2016 4:27 am#352475
Re: טעכנאלאגישע נייעס
אפילו דאס איז שוין אלטע נייעס גלייב איך אז טייל ווייסן נישט.
סעמסאנג האט אפגעשטעלט פראדוקציע פון די נאוט 7 טאטאל נאכדעם וואס די replacement נאוט 7 האבן אויך אנגעפאנגען צי אויפרייסן... עס זענען דא ריפארטס אז סעמסאנג וועט אויפגעבן די נאוט ליין אויף אייביג, וואס גלייבט זיך אבער שווער
זונטאג אקטאבער 16, 2016 1:16 am#352554
פעיסבוק און גוגל פלאנירן צו בויען א מאסיווע דאטא קעיבל פון אמעריקע ביז כינע וואס וועט אדורכלויפן אונטערן פאסיפיק אקעאן. דער פלאן איז אז עס וועט לויפן איבער 8,000 מייל פון לאס אנדזשעלעס ביז האנג קאנג - און וועט העלפן ליפערן הין-און-צוריק ריזיגע אמאונטס פון דאטא.

דער פלאן איז אין צוגאב צו אן אנדער פראיעקט דורך מייקראסאפט און פעיסבוק, וועלכע בויען א גיגאנטישן 4,100 מייל קעיבל אונטערן אטלאנטיק, וועלכע וועט לויפן צווישן ווירזשיניע און שפאניע.
זונטאג אקטאבער 16, 2016 1:26 am#352557
Re: טעכנאלאגישע נייעס
די CIA/NSA גייט צו העלפן..
מאנטאג אקטאבער 31, 2016 10:35 am#353237
Re: טעכנאלאגישע נייעס
בילד
די פאון האט אויפגעשטורעמט די ענדראוד ליבהאבערס, א נייע דיזיין ווי קיינמאל בעפאר, און דאס איז נישט סעמסאנג נאר עפעס א כינעזע קאמפעני
m https://www.google.com/amp/www.theverge ... date-price m
מאנטאג אקטאבער 31, 2016 10:51 am#353238
.
מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 3:19 am#354702