שוין אנפאנג יאר האט אנגעהויבן ארויסצורינען איבער א
געהיימע לעב וואס גוגעל פארמאגט google X lab. די לעב איז געמאכט אויף א אופן וואס מ'גיט א פרייע האנט פאר די ריסוירטשער זאלן קענען אויספרובירן די צודרייטסטע איידיעס. און ס'איז שוין ארויס געקומען פון דארט אפאר עמעזינג זאכן. און ס'איז צו ערווארטן אז מ'וועט נאך הערן פון זיי.
די מערסט באוואוסטע זאך איז די גוגעל זעלבס-דרייווענדע קארס. וואס ארבייט מיט ספעציעלע קעמרעס און סענסארס און גי. פי. עס. די קאר איז שוין געפארן איבער טויזענט מייל אן קיין מענטשליכע הילף בכלל, און 140,000 מייל מיט מענטשליכע הילף. די סטעיט פין נעוואדע האט ארויסגעגעבן ספעציעלע געזעצן וואס ערלויבען פאר דרייווער-לאזע קארס צו פארן אויף זייערע ראודס, און זיי האבן שוין ארויסגעגעבן איין לייסענס פלעיט פאר א גוגעל זעלבסט-דרייוענדע קאר. סאיז שוין געווען איין עקסידענט, אבער גוגעל טענה'ט אז א מענטש האט דאן געדרייווט, נישט די קאמפיוטער.
די מערסטע הייפט זאך איז די גוגעל גלעסעס, אדער ווי גוגל רופט עס, project glass. די זאך איז געבויט אויף די קאנסעפט פון augmented reality אז די דעווייס געט דיר אינפארמאציע לויט וואו דו ביסט און אויף וואס דו קוקסט (די ערשטע מאל וואס מ'האט עס געזען איז געווען אין די yelp עפפ, וואס מ'האט געהאלטן די phone און מ'האט געזען אויף די סקרין די בילדינגס אויף וואס מ'קוקט און עס האט זיך אויפגעשריבן וואס די בילדינג איז) איז א גלעזער וואס האט א סקרין און א קעמערע און עס פארשטייט וואס מ'רעדט. סאיז קאנעקטעד צי די phone פאר אינטערנעט. אפאר חדשים צוריק האט גוגל ארויסגעגעבן א
ווידיאו. (ס'איז גלייך ארויסגעקומען א
חוזק ווידיאו וואס מ'זעט עס מיט גוגעל עדס.)
די וואך ביי Google I/O (א דעוועלאפער קאנפרענס) האבן זיי עס געוויזן מיט א
דראמאטישע פארשטעלונג.
עס וועט זיין צו באקומען פאר דעוועלאפערס וואס זענען דארט געווען אנפאנג קומענדיגע יאר פאר $1,500.
די לעצטע זאך ארויסצוקומען פון דארט איז גוגעל האט געמאכט א קאמפיוטער זאל לערנען ווי א
מענטשליכע מוח אז ס'זאל זיך לערנען אליין, זיי האבן צוזאמגעשטעלט 16,000 processors און א ביליאן קאנעקשענס. זיי האבן עס געוויזן טויזענטער thumbnails פון youtube ווידיאוס און ס'האט אנגעפאנגען אליין צי דערקענען פנימ'ער פון קעץ.