ונבנתה העירדער רלב"ג שרייבט קלאר אז די באשעפער ווייסט נישט אלעס, וויל עס נעמט דאך צו די בחירה
מלחמות ה' האב איך נישט, אבער דאס איז וואס דער רלב"ג שרייבט אנפאנג פרק י"ז פון מלכים א':
וזה לא יתכן שיעיד בו הנביא קודם העשות החטאים, כי אע"פ שיראה הנביא באיש אחד שכבר יחטא חטא מה, הנה האיש ההוא יוכל להישמר שלא יחטא, כי השם יתברך לא יכריח האדם שיחטא, ושמהו בעל בחירה כדי שימלט מהרעות הנפשיות והגופיות, כמו שביארנו בשלישי מספר מלחמות ה', עכ"ל.
זאגט ער דאך בפי' אז דער נביא קען וויסן פון פאראויס, ער קען נאר נישט זאגן.
אין מאמר ב פון מלחמות ה׳ טוהט דער רלב״ג דורך זיין מהלך בהגדרת נבואה. דאס ארבעט ראָפליִ עפ״י זיין ברייטערע קאנסעפּשאן, וואס ער נוצט לגבי ידיעת הקב״ה במאמר ג והשגחה במאמר ד (פ״ג), אז אין די שכל הפועל איז דא די גאנצע מדע פון אלע כללים - אויב עפעס איז אזוי-און-אזוי און אזוי-און-אזוי און אזוי-און-אזוי וכו׳ וכו׳ דאן קומט אויס אזוי-און-אזוי וכו׳ וכו׳ בתכלית הדיוק והשלימות. דער נביא מחמת שלימות בשכלו ״טעפּט אריין״ אין צו די חכמה וואס איז דא אין די שכל הפועל צו וויסן די כללים וואס גייען אויסקומען; אזא סארט ווייכע דעטירמיניזם. דערנאך, זייענדיג א בשר ודם און לעבענדיג צווישן אקטועלע אישים פרטיים, קען ער צושטעלן די כללים פונעם שכל הפועל צו די אקטועלע פרטיים וואס ער איז צווישן זיי אויף צו אנטשיידן עתידות [אויב גארנישט טוישט זיך וכו׳ פונעם יעצטיגן צושטאנד וכו׳ - זיי הארכן אים נישט אא״וו].
און אין די קאנטעקסט איז די געדאנק אז מ׳קען פאראויסזאגן, עפ״י ידיעת הכללים בהשכל הפועל שהשיג כנ״ל, וואס וועט גאר גאר
פּראבּעבּליִ פאסירן אבער נישט אז עס איז ״
זיכער״. (דאס גייט סתם אזוי אין איינקלאנג מיט שיטת הרלב״ג וואס האט געהאלטן פון אסטראל דעטערמיניזם (במאמר ה), והיינו אז די מזלות וגלגלים זענען פועל עד כדי הכרח אפילו אויפ׳ן מענטש ומעשיו, אבער דאך קען בחירתו גיין קעגן די הכרח מחמתם
הגם דאס איז טאקע א מיעוט.)