Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » קאווע שטיבל • כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק וועט נישט זיין חנוכה אין פאר-ראקעוועי

קאווע שטיבל • כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק וועט נישט זיין חנוכה אין פאר-ראקעוועי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
239 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 464 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2367
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 2:54 pm#66834
וועלכע צייטונג/מאגאזין דעקט איהם יא?
דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 9:48 pm#67361
נס קאווע האט געשריבן:וועלכע צייטונג/מאגאזין דעקט איהם יא?


די מעלות, געדענקסט שטייג העכער? אמאל קען זיין נאך היינט אויך איז געווען די ארטיקל ברוך און בערל, דאס זענען האחים הקדושים, האדמו"ר מאייז קרעם, והאדמו"ר ממילק שעיק. די שמועס דארט איז גאר א לאנגע שמועס, רזי דרזין שמובנים רק ליודעי ח"ן, לויט וואו די עלטערע חסידים געבן איבער, דארף מען גיין אין מקוה צוזאמען מיט די מעלות זיך טובלן ש"י טבילות, כדי שיתעלו הניצוצי דקדושי מהני אחין טמירין ונעלמין.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 6:38 am#67462
ברעיקינג: איינער ווייסט עפעס מער פרטים איבער די דין תורה וואס קומט יעצט ארויס איבער די גרויסע מילקע מחלוקה וואס ציעט זיך שוין איבער זיבעציג יאר...
יעצט באקום איך א מעלדונג אז איינע פון די טוענים'ס טאטע איז אוועק, שוין עמיר ווארטען נאך 70 יאר!!!
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 10:25 am#67474
ברעיקינג: מען האט נארוואס ארעסטירט דער באוואוסטע מאלעסטער פון מילק שעיק.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 4:45 pm#67611
וואו האט מען געזעצט דעם רבין כ"א כסלו אין די ארמארי
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 5:08 pm#67623
אין די פאר ראקאוועי ארמארי
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 8:01 pm#67687
א מודעה געהאנגען אין מילק שעיקע ביהמ"ד אין פראספעקט פארק. איך האב נישט די ארגינעלע בריוו אבער איך וועל שרייבן לויט מיין זכרון.

די עולם ווערט געבעטן מתפלל צו זיין פאר די ברודער פון רבינו שליט"א (האדמו"ר מאייז קריעם שליט"א), וואס בשעת'ן ארומגיין אין א פאבריק געבן זיין הכשר, איז ער אריינגעפאלן אין א גרויסע טאפ חומוס, ער האט אנגעהויבן זינקען. די גבאי וועלכע האט זיך נישט פארלוירן, האט גלייך גענומען א שטעקן ספעציעל געאייגענט צו כאפן פיש, און אריינגעווארפן אין די חומוס, ארויסצושלעפן די רבי'ס ברודער, וויבאלד די שטעקן האט געהאט א שפיציגע הוק מיט א ברויט, האט רבינו'ס ברודער געכאפט די הוק אין מויל אריין, און געכאפט א מיאוסע שניט אין די צינג. בחסדי השם איז ער ארויסגעראטעוועט געווארן, אבער איז זקוק לרחמי שמים מרובים, די עולם ווערט געבעטן מתפלל זיין ברוך בן גענענדל. עד כאן לשונו הטהור בערך.
מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 9:45 pm#68551
כ'האב געהערט אז דער מילק שעיקע רבי זכרונו לברכה איז געווען ביהיינד די got milk קאמפיין, און ווען נישט ער ווער ווייסט וויפיל אידן וואלטן היינט געטרונגען מילק שעיק אין אמעריקע. ווייסט איינער מער פרטים?
דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 1:08 pm#68732
די רבי'ס בארד פון די רעכטע זייט האט זיך נעכטן פארברענט ביי די מנורה.
דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 6:53 pm#68887
מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די גוטע בשורה, אז כ"ק אדמו"ר ממילק שעיק שליט"א גייט פארן אויף קברי אבות, צום בעפארשטייענדע חתונה פון די עלסטע זון. די חתונה קומט פאר ל' טבת 29 פעברואר למס'.

די רבי שליט"א וועט פארן אויף אונגארן, צו די ציון פון די הייליגע עלטער זיידע, מייסד השושלת הזהב וועמענס יארצייט פאלט אויס א וואך נאך חנוכה. די רבי שליט"א וועט וויילן די ערשטע שבת, אין די שטעטל טיסא-מילק שעיק, ששם חלקת מחוקק ספון.

די צווייטע שבת וועט די רבי וויילן אין די שטאט נעדזשאייז קריעם, וואו די רבי'ס זיידע ליגט. חסידים וועלכע ווילן מיטפארן צו די געהויבענע נסיעה, אדער איבערגעבן קוויטלעך, מיט וואס די רבי וועט שפילן אינאיינעם מיט גדולי וזקני החסידים, ווערן געבעטן זיך איינצומעלדן צו די וועדה המכינה. אדער רופן די ספעציעלע נומער 1877 קארס פאר קידס דאנעיט יור קאר טודעי. פרטים יבואו
מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 11:49 am#69174
נעכטן איז ארויסגעקומען די טעסט פאזאטיוו. ע"כ וועט די רבי נישט פארלאזן די רביצין, און די נסיעה איז אפגעשטיפט
מיטוואך פעברואר 20, 2013 7:06 pm#89296
ווייסט איינער וואו כ"ק אדמור ממילק שעיק וועט פיהרן לכבוד פורים
(אדער וואס ער שטיצט אדער שטיצט נישט...)
מאנטאג אפריל 08, 2013 3:32 pm#102532
מילק שעיק'ר רבי האט נארוואס געליטן א מאסיווין סטראוק, ביטע איינרייסן לרפואתו השלימה רפאל יקיב קהת בן עלקא שלאמצע.
מאנטאג אפריל 08, 2013 3:38 pm#102536
א גאר אינטערעסאנטער קא-אינסידענט. היינט איז ארויס דער פערטער באנד "אכילת גלידה" אויף הל' ריבית, ווי באקאנט האט דער רבי ז"ל דער בעל אכילת גלידה באויפטראגט רבינו שליט"א צו דרוקן זיינע ספרים, חסידים זעהן דערין א הימלישע צייכן ווארטענדיג אויף א נס.

ווי פארשטענדליך האבן די אייזלען אויפגעלעבט, אין זייערע שולן טאנצט מען און מ'ווארט אויפן ערגסטן, -- ליידער.
מאנטאג אפריל 08, 2013 4:12 pm#102557
זר זהב האט געשריבן:ווי פארשטענדליך האבן די אייזלען אויפגעלעבט, אין זייערע שולן טאנצט מען און מ'ווארט אויפן ערגסטן, -- ליידער.

:lol: :lol: :lol:
מאנטאג אפריל 08, 2013 5:55 pm#102612
מודעות אין אלע שולן !!
מאנטאג אפריל 08, 2013 5:59 pm#102616
זר קוקסט אויס בארד היינט
מאנטאג אפריל 08, 2013 6:00 pm#102617
איך? איינער אנדערש. לצנית אין א זייט, נעם א תהילמעל.
מאנטאג אפריל 08, 2013 6:04 pm#102619
זר מאך א מנין דא און שטיבל רוק די קעסיל אביסעל און הייב אן תהלים
מאנטאג אפריל 08, 2013 6:06 pm#102621
ס'ווייט נישט קיין וויץ, דאקטוירים זענען פעסימיסטיש. דער רבינ'ס זוהן, דער דיין אין קהילת סעסימי טשיקן איז יעצט אויפן וועג אריין פון אנטארטיקא.
דינסטאג אפריל 09, 2013 9:49 am#102824
זר האסט א אופדעיט פון די מצב?
דינסטאג אפריל 09, 2013 12:19 pm#102866
אינמיטן די נאכט איז בעסער געווארן, יעצט אביסעלע צוריקגעפאלן. אין א שטוינענדע דעוועלעפמאנט האט רבינו'ס ברודער האדמו"ר מ'אייז קריעם געבעטן זיינע חסידים די אייזלען נישט צו טאנצן און ארויסווייזן עני סארט פרייליכקייט. ער האט געזאגט: "איך בעט נישט קיינעם צו זאגן תהילים, אדער אדער זיין בשמחה בנפול אוביך איז שוין נישט מן הנימוס".
דינסטאג אפריל 09, 2013 12:45 pm#102874
ברוך דיין האמת און די מינוטן קומט אן די ביטערע בשורה אז נוצחו אראלים את המצוקים און די רבי שליט"א איך מיין זצ"ל האט אויסגעהויכט די נשמה
פרטים איבער די לוויה וועט נאך פאלגען
קול מבשר האט געקראכט פון אזויפיל רופערס




זר זהב זאגט עס איז נישט אמת איז צו איך צוריק איך לאז די תגובה פאר ווען די צייט ווען קומען און מ'וועט עס דארפען
דינסטאג אפריל 09, 2013 12:55 pm#102880
אנטשולדיגט! ס'ליגענט! וואס די אייזלען האבן ארויסגעלאזט. סטאפ
דינסטאג אפריל 09, 2013 12:58 pm#102882
ביסט זיכער עס איז נישט אמת?
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 1:10 pm#103849
אנטשולדיגט כ'פארשטיי אז דיין טאטע האט נישט גהאלטן פון אים, אבער אביסעלע ריספעקט! ער איז נאך עניטיים איבערגעשטיגן דעם אייזקרימער און לערנען און האט אויפגעשטעלט א ריזיגע אימעפריע פון חסידים מיט זיינע אייגע צוויי הענט, און ווי באקאנט האבן זיך גדולי הדור אויסגעדירקט אז "ווען עס קומט צו הרב ממילשעיק הייב איך הענט און נעם עס איין אן קיין פראגעס"
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 3:19 pm#103875
ס'גוט! :lol: :lol: :lol:
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 3:41 pm#103885
רחמנה ליצלן זר איז געווארען א אייזעל ער לאכט בעת די גרויסע לוויה
תורה תורה חגרו שק
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 3:42 pm#103886
ווער איז מספיד יעצט? כ'דערקען נישט זיין שטימע
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 3:43 pm#103887
אה דאס איז דער רב פון סנעפל מאנסי
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 3:45 pm#103890
ששששששששששששששששששש זיי שוין שטיל עס איז צייט פאר חשבון הנפש
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 3:47 pm#103892
דער אייזלער רבי איז נישט געקומען צום לויה ער האט געשיקט זיין גבאי, דער גבאי איז זיך אנגעקומען צום לויה מיט א שטריימל בעקיטשע, מ'האט אים אנגעבריקעוועט אזוי ווי ס'באדארף צו זיין און קריטיש פארוואונדעט.
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm#103920
האט מען איינעם מכתיר געוועין ביי די לוויה?
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:37 pm#103924
מען האט מכתיר געווען די צווייטער זון. באלד נאכן לוי' האט מען עם געטראפן טויט נאכן געשטאכן ווערן אונטערן ביהמ'ד אינעם חצר.
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:41 pm#103927
ס' נאר א רומער פון די אייזלען, ער איז פארשפארט אביסל (יא וועגו סעקיוריטי ריזענס) ער'ט שפעטער ארויסקומען
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:56 pm#103957
ווער גלייבט מ'לאזט שוין אראפ די רבי און קבר נישטא קיין טרוקען אויג
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:07 pm#104036
מ'ווישט זיך די טרערן בלי גוזמה! כ'טשאוק מיך!
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:00 pm#104073
שוין דא צוויי פערטיגע נוסחאות פאר די מצבה.
די רביצין פאר'עקשנ'ט זיך מ'זאל נישט שרייבן "הקדוש" מפני טעם הכמוס אצלה.
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:14 pm#104078
זי וויל מ'זאל שרייבן הַקָדֵש.
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:14 pm#104079
בעצם וואלט אונז נישט אנגעגאנגען גארנישט וויבאלד ער ליגט נישט צוזאמען מיט זיין טאטע ז'ל, אבער איך הער אז די ווילדע חברה ביי אונז פלאנען עם אויפצוגראבן און אויסשפרייטן זיין נבילה איבערן וואסער! ימח שמו וזכרו ואכמ'ל וד'ל וכו'
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:17 pm#104081
דרינגענד, ווער קען מיר דא העלפן?
כ'דארף בארגן צייט. ביטע, זייט אייך מרחם!
פרייטאג אפריל 12, 2013 10:45 am#104145
אגב, פארוואס טאקע איז די שנאה אזוי גרויס??
פרייטאג אפריל 12, 2013 10:47 am#104146
שנאת עם הארץ לת"ח
פרייטאג אפריל 12, 2013 10:56 am#104149
איך האב זיך פרובירט איינצוהאלטן, אבער היות איך וויל די קומענדיגע דור זאל וויסן וואס די מעשה איז געווען, וועל איך זאגן בקיצור נמרץ.

מען מאכט שוין חוזק פאר לאנגע יארן אז די מילקשעיקער זעט אויס גענוי ווי תנחום. (הראשון) גבאי ביים פריעדיגע רבי. די אמת איז אז די אלטע רעבעצין איז נישט געווען אזוי איי איי איי. איך וויל נישט ווייטער זאגן. דער וואס פארשטייט פארשטייט.
פרייטאג אפריל 12, 2013 11:11 am#104158
ליצי ליצנות... וואס איז די מטרה דא... עטץ נעמטס מיך ארויס פון די כלים. האלטס אז די ספייסי פרייס חברה גיבן א פלייען זאפטיגען פוטער סטעיק אדער מאשרום פיצא פיי פאר די אלע שטותים דא. ביי די די קליין קעפיגע או. יו. די. פרעסער איז דאס נאך א מצוה פון ככל אשר יורוך. ביי זיי האט יעדע דאנקען דאנאט א הכשר ווייל ואגלה לן טעמא פונעם גרויסען די. ווען זיי זעהען נאר א דרייוו טרו ווערן זיי שוין זאט. די רעדסט דא פון נאאיווע חברה. ווער ווייסט וואו מזיצט כ'וויל נאר זעהן די לינזען מיט יאפטשיק פארציעס דארטן. די ספייסיס צוקייען ניטאמאל די פרייס זיי פושען עס פשוט אראפ, פופצן שטיק אויף אמאל. גיי ווייס זייערע טעמים
פרייטאג אפריל 12, 2013 11:43 am#104171
די אלע מודעות דא זענען וואס פארשידינע אויף ביידע זייטען זאגען וואס זיי ווילען זאל זיין.

למעשה אין אמת'ן ווארט דער עולם געשפאנט אז דער ידיד נאמן וואס פלעגט שלאפען מיטן רבין אין איין בעט בנערותו, זאל קומען און איבערגעבען די צוואה בכתב.

בנוגע דער ידיד, אייסשעיק, וווייסען פארשידענע אז פילע מאל האט דער רבי זיך אויסגעדרעקט אז ווען נישט אים, ווער ווייסט, און די ווייסערס האבען געויסט אנצוווייזען אז דער רבי האט געוויזען 'ווער' אויף די אנדערע זייט כלומר אז די יצר הרע ווייסט שוין אלעס.

עס איז דא וואס זענען חושד אז דער ידיד גייט ליינען אין די צוואה אז איבערנעמן זאל נישט א זוהן נישט א איידעם נאר גאר א טאכטער. דער עולם קאכט און קאכט. עס איז דא וואס זאגען אז דער רבי האט געהאט גאר טיפע כוונות, אנדערע זאגען אז דער טאכטער האט דער רבי ליב באקומען ווען זי האט געטוישט די ווינדלען סוף ימיו.
פרייטאג אפריל 12, 2013 4:43 pm#104319
פאר-ראקעוועי איז איבערגעפילט מיט חסידים ואנשי מעשה וואס קענען זיך נישט מנחם זיין פון דעם גרויסען פארלוסט, אבער קוקען ארויס פאר די ערשטע "טיש" פון בנו חביבו (נישט בכורו) כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א.
זקני חסידים, נאך פון די צייטען פון די קוה זעלבסט (פאר ס'געווארן דערפון מילק-שעיק) וועלן זיצען אויף די ערשטע רייע, בחורים דארפען שטיין, עסקנים וועלן מאכן שטיל ביים תורה.

און ווייטענדיגע באריכט איבער דעם ערשטען שבת בצל קאק-מעראן-עדמער-שעליטה, ווערט יעצט איבערגעבען אז דער רבי האט פירט איין נייע תקנות בתוככי החסידות, מערערע פרטים וועלן נאכפאלגן.
פרייטאג אפריל 12, 2013 7:21 pm#104369
די זכות פון די ערשטע קוויטעל איז יעצט פארקויפט געווארן פאר 4 דאללער. זוכה געווען האט הרב החסיד שר הרמאים רצונינו בעילום שמו.
למעשה האט די רבי שליט''א מרמז געווען אז ער גייט פאר גרין און אלע קוויטעלך זאלן געשיקט ווערן דורך אימייל און פעי-פאל
מוצ"ש אפריל 13, 2013 9:57 pm#104372
קיין טרוקען אויג יעצט ביי שלשאשידות תורה. ער פאדערט תיקון המעשים אין אלע אינזיכטען לאור די גרויסע חלל געשאפן מיט די פטירה הגדולה
מוצ"ש אפריל 13, 2013 11:14 pm#104390
איך מיין עס וואלט כדאי געווען פאר די מענטשן וואס האבן מיטגעהאלטן די לווי' פון אותו צדיק, זאלן פארשרייבן פארן דור אחרון, די הארצרייסענדע הספדים און דרשות התעוררות פון די לווי', ובזה החילותי.
כ"ק ראב"ד דפיצא פעפעראוני שליט"א האט אנגעהויבן מיט די פסוק וצוה הכהן וחלצו את האבנים אשר בהן הנגע והשליכו אתהן אל מחוץ לעיראל מקום טמא, האט ער גאר שיין מססביר געווען אז ווען א צדיק שטארבט איז עס וואו א נגע, וויבאלד די גוף אפילו עס איז נישט טמא ומטמא, דאך באגראבט מען עס מחוץ למחנה.
בקיצור נמרץ כדרכם של הצדיקים רבני דורנו ביי זייערע דרשות, איין ווארט האט נישט געקלעבט מיטן צווייטן, אבער די בכיות ויללות פון די טרייע חסידים האט דערגרייכט ביזן כיסא הכבוד.
זאל דער הייליגער רבי זיין א מליץ יושר פאר אלער אידן, און ער זאל אויסלערנען פאר רבנים וואו אזוי צו רעדן.