Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » קאווע שטיבל • כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק וועט נישט זיין חנוכה אין פאר-ראקעוועי

קאווע שטיבל • כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק וועט נישט זיין חנוכה אין פאר-ראקעוועי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
239 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 464 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2367
פרייטאג מערץ 04, 2016 4:58 pm#323349
דער תורה שרייבער פון רבי'ן וועט אויך צוריקקומען נאכן זיין אפוועזנד א לענגערע צייט?
פרייטאג מערץ 11, 2016 3:30 pm#324379
רבינו שליט"א איז יעצט ארויס פון מקוה, זיין פנים הקדושים פלאמט, ער מורמלט זיך אונטער "וואס וועט דא זיין, וואס וועט דא זיין... ס'שווערע מלחמה"...

בנו בכורו פון כ"ק יתברך שמו שליט"א, האט געזאגט, אז כפי הנראה וועט רבינו שליט"א כאפן אן הארץ-אטאקע אין די נאנטע טעג.
פרייטאג מערץ 11, 2016 4:23 pm#324387
א סטראוק, כצ"ל.
פרייטאג מערץ 11, 2016 4:43 pm#324395
די רבי האט געהייסן איבערגעבן אז לכבוד די חוזק וואס מ'מאכט פונעם ק"ש ציבור, זאל מען נאכן לייענען די וואך אנשטאט שרייען, חזק, חזק ונתחזק, זאל מען שרייען חוזק, חוזק ונתחוזק.
פרייטאג מערץ 11, 2016 5:13 pm#324398
Re: כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק וועט נישט זיין חנוכה אין פאר-ראקע
די וועד העסקנים פון די קהלה האט געלאסט וויסן אז אויף די יעצטדיגע מינוטן איז די פלאן צו פייפען, פשט אין פראסט, אונז גיין זיך נישט לאזן פון די רשעים. ווען נאכט פאהלט יום המר והנמהר יא אדר זאל יעדער ווייטער פאוסטען ותגובות דא אין אין שטיבעל אין עפענען אשכולות כאילו לא היה, טאמער גיין די תגובות נישט ארויפ זאל מען האלטן אין איין איבער דריקען די שיק קנעפעל ביז מוועט פוילען,
די רבי האט אויך געלאסט ווייסן אז אפי ארעסטירען זאל נישט זיין קיין שום אפהאלט, מהאט שוין גערעדט מיט נעט לעווין, ער גייט זיין אויפן קעיס פון יעדער איינציגסטער וואס קומט אן צום געריכט. אלע הוצאות איז נתנדב דורך הרוצה בעילום שמו למען ולהתחזק ולהגדיל ק״ש ולהאדירה
פרייטאג מערץ 11, 2016 5:51 pm#324404
קאווע טרינקער האט געשריבן:רבינו שליט"א איז יעצט ארויס פון מקוה, זיין פנים הקדושים פלאמט,


און וואס איז געווען מיט זיין קודש קדשים?
זונטאג מערץ 13, 2016 1:41 am#324513
ביי הבדלה האט רבינו שליט"א מרמז געווען ביד קדשו צו ברענגען די קאסעטע, און רבינו שליט"א האט בלשון קדשו אריינגעזינגען למשמרת עולם בניגון הידוע אויף די ווערטער "ווייל א מאמע ווערט א באבע...") :

ווייל קאווע בלייבט קאווע
צום אלעמענס וואונדער
קאווע שטיבל אויף אלעמאל

ושר אותו ב"פ, וניכר שהסכימו לו בשמים
זונטאג מערץ 13, 2016 10:26 am#324580
ווער נאך האט געהערט די קליפ וואס איז ארומגעפארן פרייטאג אויף וואצאפ, ווי די רבי רייסט איין ביים ציון הקדוש אין מילקשעיק אונגארין, ער וויינט דארט ווי א בעיבי.

לב מי לא ימס.


.
זונטאג מערץ 13, 2016 11:04 am#324585
די רבי שליטא האט די וואך מוחה געוועהן ביי שלש סעודות כמנהג מילק שעיק אויף די נייע גזירה פון צומאכן די קאווע שטיבל! די רבי שליטא האט ארויסגעברענגט די נחיצות הענין און ווי וויכטיג ק״ש איז פאר אונז אנ״ש חסידי מילק שעיק! די רבי האט בתוכם מעורר געוועהן ק״ש מיטגלידער צו תשובה טוהן און מתקן זיין זייערע מעשים! און אוי האט ער זיך צו וויינט אויפן קול ווען ער האט געזאגט ״וואס וועט זיין מיט די אלע לייקס וואס כלל ישראל האט זיך אנגעזאמעלט די אלע יאהרן??? די לייקס וואס יעדער לעכצט אזוי שטארק!!! דאס איז דאך זה חלקי מכל עמלי! זה חיינו וקמינו! קיין טריקן אויג האט זיך נישט געפינען אין דער גאנצער מיליקשיקער הויף ווען דער רבי האט זיך צושריגן: ״ און וואס וועט זיין מיט די מיליקשעיקער אשכול??? דעס איז דאך דער איינציגסטער פלאץ ווי מלאזט אריין א ערליכע איד א מיליקשעיקער חסיד! הי׳ לא תהי׳! האט דער רבי געשריגן!!! דערנאך האט מען געבלאזן שופר כדאי צו צומישן דעם שטן און מ׳האט געזאגט זיבן מאהל ויהי נועם כדאי אויסרייסן די שרעקליכע גזירה!!! דער עולם איז אוועקגעגאנגען פון דארט מיט א שטארקע החלטה אויף להבא צו שטיין ביי די האנט און ארויסהעלפן מיט וואס מ׳קען נאר דעם געטרייען גבאי נאמן בישראל הרב קעלנער שליט״א.פארן וואשען מים אחרונים האט זיך די רבי ציוויצלט אז אין אמתן אריין קאווע שטיבל באטרעפט ק׳עלנער א׳יז וו׳אוילע ע׳רליכע ש׳טארקע ט׳יכטיגע י׳ונגערמאן ב׳ליעה״ר ל׳עולם ועוד!

יחי׳ אדונני מורנו ורבנו צדיק דורנו!
זונטאג מערץ 13, 2016 10:00 pm#324803
עס גייט זיין בילדער אין דער בלאט פון וויזניץ סטעטן איילענד בליץ באזוך ביים מילקשעיקער?
מאנטאג מערץ 14, 2016 1:15 am#324832
ברעיקינג: כ״ק מרן אדמו״ר עט״ר מ׳מילק שעיק שליט״א נעתר לבקשתנו, די רבי שליט״א וועט יא זיין אין פאר-ראקעוועי אויף שבת חנוכה! מ׳בעט יעדעם איינעם זיך צו האלטן ראוהיג, פרטים יבאו!

אויב ווילט איר זיך איינשרייבן צו זיין פון די ראש הסדרנים וואס רוקן די פארענטשעס פון צפון-דרום זייט צו מזרח-מערב זייט ביטע זיך איינשרייבן וואס פריער ביי די גבאים! ווי אויך ווערט געזוכט אנ״ש וואס וועלן העלפן אויס טיילן די הערינג מיט די אייער קיכלעך ביי די קידושא רבא.

נ.ב. גבאים ווערן געבעטן צו טוישן די פארפירשע קעפל פונעם אשכול, די רבי וועט יא זיין במחצתינו אין פאר-ראקעוועי
מאנטאג מערץ 14, 2016 1:39 am#324835
שמעקעדיג האט געשריבן:עס גייט זיין בילדער אין דער בלאט פון וויזניץ סטעטן איילענד בליץ באזוך ביים מילקשעיקער?


געהערט האב איך אז די פאטאגרפירער פונעם וואך האט זיך מיאוס צושלאגן מיט'ן כל העולם פאטאגראפירער, צוליב וואס דער כל העולם גיי האט פארשטעלט די וואך גיי און מ'זעהט נאר די לינקע נאז לאך פונעם מילקשיעקער אין בילד. אינטערעסאנט איז אז דער ווישניצער סטעטן איילענדער, האט א גאר ענדליכן בארד צום קאלובער פון ארץ ישראל. איי געיס אויך א לאגער געליטענער.
מאנטאג מערץ 14, 2016 3:02 am#324841
אז מרעדט שוין יא פונעם קאלובער פון ארץ ישראל, נעבעך א מיטגעעמאכטער איד קודם איז ער דורך א שווערע גיהונים נעבעך ביי די דייטשען ימ״ש. און נאכדעם איז ער ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט אין בני ברק אויף רחוב השומר הארט לעבן די באוויסטע אוסם עסען קאמפני, ער האט געוואלט צוריק אויפבויען און איבערפלאנצן חצר קאלוב אין ארץ ישראל האט ער געבויעט א הערליכע פראכפולע זעקס שטאקיגע געביידע און געמאכט א גרויסע ״חנוכת הבית״ ווי ער האט איינגעלאדענט אלע גרויסע אדמורי״ם פון גאנץ א״י זיך צו באטייליגן ביי די גרויסע מעמד, כ״ק אדמור מבעלזא שליטא איז געקומען ספעציעל צופארן פון ירושלים און זיך באטייליגט ביי דעם געהויבענם מעמד, איך בין דעמאלס געוועהן א אינגע בחור און כהאב מיך אריינגעשטיפט אויבנאן כדאי נישט צו פארפאסן די הייליגע סוד שיח צווישן אזעלכע גרויסע לייבן און און כגעדענק ווי היינט ווען דער בעלזער רב שליטא האט ער אנגעפרעגט דעם קאלובער צדיק וואס גייט איהר טוהן מיט די א זעקס שטאקיגע געביידע? איהר גייט בויען א ישיבה? האט דער קאלובער צדיק גענעטפערט מיט זיין אויסערגעווענטליכע ענוה און חן ״ווער עס וועט מיר זאגן וואס צוטהן מיט די אינטערשטע דריי שטאק באקומט פון מיר די אויבערשטע דריי שטאק״!

ער האט נעבעך געמיינט אז דא ענדיגט זיך די געברענטע צרות ביקש יעקב לישב בשלוה, אבער גלייך נאכן אויפבויען די הערליכע געביידע האט אים באפאלן א אנדערע צרה ליידער, זיינע שכנים די ״אוסם״ קאמפני האט אים גערופן אין די ציוניסטישע געריכט אריין מיט די טענה ״הלמאי איר שטעלט זיך אראפ קעגן אונזער פאבריק פארקויפן לאקשן״???? מיר זענען שוין דא געוועהן דרייסיג יאהר פאר אייך!

זאל אים דער אייבישטער שענקן לאנגע געזונטע יאהרן ער איז א וויואלער מיטגעמאכטער איד!
מאנטאג מערץ 14, 2016 9:42 am#324856
שבת אחים האט געשריבן:
ער האט נעבעך געמיינט אז דא ענדיגט זיך די געברענטע צרות ביקש יעקב לישב בשלוה, אבער גלייך נאכן אויפבויען די הערליכע געביידע האט אים באפאלן א אנדערע צרה ליידער, זיינע שכנים די ״אוסם״ קאמפני האט אים גערופן אין די ציוניסטישע געריכט אריין מיט די טענה ״המלאי איר שטעלט זיך אראפ קעגן אונזער פאבריק פארקויפן לאקשן״???? מיר זענען שוין דא געוועהן דרייסיג יאהר פאר אייך! !


סתם תולה געווען בוקי סריקי אויפן צדיק יסוד עולם, די אמתע מחלוקת צווישן אוסם און דער שרף פון קאליב איז געווען אז אוסם האט געוואלט אפקויפן די זכות פון האבן צורת קדשו פונעם רבי'ן אויף זייערע פראדוקטן אבער דער רבי האט ענדערש מזכה געווען קוועיקער אוטס, ווי דער רבי האט זיך דאן אויסגעדרוקט צו די מקורבים אז ער וויל זיך ענדערש געפונען אין קאלטע מילך ווי אין הייסע זופ, ומי יעמוד בסוד קדושים
מיטוואך מערץ 16, 2016 12:34 am#325239
רבינו שליט"א האט זיך אויפגעוועקט פון א לאנגע עליית נחמה, און געזאגט "כ'זעה ווי ס'שיינט אין הימל די פסוקים, יורדי הים באניות, עושי מלאכה במים רבים, המה ראו מעשי ה' ונפלאותיו במצולה, ויאמר ויעמד רוח סערה ותרומם גליו..."
נאכן דאווענען איז הרה"ח הישיש ר' קלמן מוותיקי פלארידע שיחי' צוגעגאנגען צום רבין און אנגעפרעגט וואס איז דער באדייט פון דעם חלום?
האט רבינו שליט"א בצחות לשונו ולבן שינים געעענטפערט בקצרה כדרכו בקודש:
אז ס'דא א קאפיטאן פארט אלעס ווייטער.
ואין אתנו יודע עד...
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 9:44 pm#325557
אין די לעצטעיגע מילקשעיקער נייעס אין קעיס איר האלט נישט מיט, מזוכט מיט לעכט א פאסיגע קאנדיאדט פאר א פורים רב פאר בית מדרשינו! ס׳דא וואס זאגן אז ס׳גייט זיין וואלן צווישן יואב און רויטע וואנצעס און ס׳קען זיין אז שבת אחים וועט לויפן אלץ א אינדערפענדענט פארשטייט זיך ער האט גאר שוואכע טשענסעס צו געווינען ער איז דאך א פרייע איד א סאושליסט וואס שטיצט געי רייטס און גלייבט אין גלאובל ווארמינג, עכ״ז די אלטע למשל די פון @מושב זקנים האבן אים גאר ליעב און אזויווי ס׳איז איינגעפירט אין די פראגרעסיווער מילקשעיקער קהילה מעגן דאך די אידן אין בית החיים אויך וואוטן פאר פורים רב אלץ ונהפך הוא און די עיקר סיבה איז צוצומישן די שטן אין אזעליכע געהויבענע טעג יעדע קליין קינד ווייסט דאך אז פורים איז כ׳פורים נאך הייליגער פון יום הקודש אליינס!

נאכדעם איז דא נאך א פראבלעם מיט דעם שבת אחים אז ער איז שוין צו אלט און ער זאגט אלעס איבער טויזענט מאל מ׳האט שוין אלעס געהערט וועגן זיינע קעפטיליסטישע קריטיק און זיינע פראגרעסיוו איידיעס און וועגן זיינע רבי׳ס בערני סענדארס זז״ג און זשארזש קארלין זצ״ל און וועגן זיין רבין ביל מאהר זז״ג און זיינע מעדיעטאציעס אין סטעטן איילענד מיט אלע זיינע לינקע סעקולערע איידיעס,וואס קען ער שוין צולייגן? פארציילן א וויץ פונעם אלטן רבין דער סבה״ק פון וויזניץ? און יא שיעור פארגעסן וועגן די פרה אדומה קומט דאך אויך יעצט אריין אין די פרשה, ס׳איז דאך זיינע אושפוזין יעצט! איז היות שבת אחים איז אויסגעקלאפטע הושענה וועט מען מוזן איינזעצן אז ATUB @יואב ATUB און ATUB @רויטע וואנצעס ATUB זענען אונזער איינציגסטע נחמה פאר א נארמאלע קאנדידאט פאר פורים רב אין חצר הקודש מילקשעיק.

איין מינוט ATUB @שש משזר ATUB האט דאך אויך עפעס צוטוהן מיט די מגילה ניין? איך געדענק נישט פונקטליך וויאזוי אבער עפעס א גיטע פריינד פאר אחשוורוש צו פאר ושתי , וואס ווייס איך איך בין דאך א גראבער מן הארץ.

און לאמיר נישט פארגעסן ATUB @שושן פורים ATUB , רוף דיך אן ווארים ביסט גארנישט אזא קטלי קניא! אה אז מרעדט שוין פון קטלי קניא איך בעט דיך ווארף אריין א ליכטיגע ארטיקל לכבוד פורים אין מילקשעיק שוין לאנג נישט באלעקט די פינגער! מעגסט אונז אויסגעטריקענטע מילקשעיקער נשמות מחי׳ זיין לכבוד פורים! ווארף אריין עפעס א זאפטיגס !
אז נישט וועל איך איינרייצן ATUB @כוכב ATUB ער וועט שוין עפעס אנדרייען!
פרייטאג מערץ 18, 2016 12:43 am#325584
ברעיקינג מיר האבן שוין א ATUB @משבק ATUB פאר אונזער פורים רב! ATUB @עזריאל ATUB גבאי וועט זיין ATUB @יואב ATUB ׳ס ATUB @גבאי ATUB און ATUB @שמעון וואלף ATUB ATUB @ ATUB גבאי וועט זיין ATUB @רויטע וואנצעס ATUB ATUB @גבאי שני ATUB אדער ונהפכו לכבוד אדר! למעשה איז עס א גיטע ATUB @ ATUB טשויס ווייל ער איז א ATUB @שטילע אינגערמאן ATUB און די זעלבע צייט איז ער זייער ATUB @outspoken ATUB
און אזויווי מזל אדר דגים וועט האפענטליך אויך דארט זיין ביי די סעדה׳ניו ATUB @געפילטע פיש ATUB ATUB @סאשי פיש ATUB ATUB @פישלע העררינג ATUB ATUB @ווייט פיש ATUB ATUB @וכודומה... ATUB
און אויב אונז וועלן האבן מזל וועט דער ATUB @פיש כאפער ATUB אפילו כאפן דעם ATUB @לויתן ATUB (כהאב געמיינט ס׳איז דא אזא ניק :cry: ) ממש א סעודות ATUB @שלמה המלך ATUB בשעתו אליינס ס׳וועט זיין ATUB @געוואלדיג ATUB א בחינה פון ATUB @נהורא נפישא ATUB מהאפט אז פון אזוי פיל פיש זאל נישט די זאל זיין אזוי ATUB @שמעקעדיג ATUB מיטן בענטשען וועלן מיר מכבד זיין אונזער ATUB @ראשעקאל ATUB און מיט סיפורי צדיקים וועלן מיר מכבד זיין אונזער טייערע בעל עגלה ר׳ בערל (אנטשולדיגט ס׳טעג נישט אויף אידיש :roll:)?וואס לכבוד פורים וועט ער אלץ ונהפך הוא נישט רעדן קיין ווארט וועגן ציוניות און סענדר דער דייטש, דער באוויסטער ATUB @ביבער ATUB וועט מהנה זיין דעם ATUB @עולם ATUB מיט ATUB @מוזיק ATUB איז אלזא זייט נישט קיין ATUB @כעלעם'ר מגיד ATUB אדער אזא ATUB @גראדעמעכעלע ATUB און ATUB @התם ומתמם עם תמימים ATUB און קומטס ATUB @פרייוויליג ATUB זיך באטייליגן אין אונזער פארטי ווער סהאט עפעס אפאר ATUB @ישראל קאפקע ATUB ׳ס פאר די קינדערלעך זאל ביטע אריינווארפן, מיר בעטן אויסדריקלעך אלע ATUB @קאווע טרינקער ATUB צו קומען
ATUB @לית דין בר נש ATUB וועט אויסטיילן די נאש פאר דעם ATUB @דער געוואגטער יונגעל ATUB ך וואס וועלן זיך קומען באטייליגן מען בעט צו האלטן די קינדער ATUB @רואיק ATUB ווייל אז נישט וועט ער כאפן א פליק פון אונזער ספעציעלע milkshake@ ATUB @פליקער ATUB !

מ׳בעט יעדעם איינעם ווער עס האט אפאר אלטע פידזשאמעס מיט ATUB @גאלד ATUB ענע שטעקנס און ATUB @זר זהב ATUB און שטארק געפעפערטע הויזן געמאכט פון ATUB @שש משזר ATUB מיט ATUB @סטראקעס ATUB פאר אונזערע נייע אדמורי״ם וואס מיר האבן יעצט מכתיר געוועהן זאל זיך מעלדן ווי אומשנעלסטן צו ATUB @דער שכן ATUB פונעם האון פונעם ATUB @בן אדם ATUB

בלייבט נאר איבער אייך צו בענטשען ATUB @יאיר ATUB ה׳ פניו אליך, און איבערס יאהר זאלן אונז שוין זוכה זיין צו ATUB @ונבנתה העיר ATUB על תילה ATUB @מאטי ATUB קומסט? ATUB @ריכטיג ATUB ? קענסט כאפן א רייד מיט ATUB @יואליש ATUB אדער ATUB @הוגה ATUB אדער אויב ווילסטו קומען גאר שפעט קענסטו כאפן א רייד מיט ATUB @נולד מאוחר ATUB

ATUB @ברסלבער ATUB איך ווייס נישט צו ביסט שוין אמאל געוועהן ביים מילקשעיקער ATUB @אדמו״ר ATUB אבער סלוינט זיך! אדרבה פרעג דיין ATUB @ראש הישיבה ATUB ער האט א ATUB @דעת תורה ATUB ער קען די גאנצע ATUB @שיטה מקובצת ATUB אויפן לשון, ATUB @קל וחומר ATUB אז ער איז א ATUB @תלמיד חכם ATUB און א ATUB @בעל מדות ATUB ביי אונז פילט זיך יעדער היימיש אפילו ATUB @שמערל ATUB און ATUB @שעפטל ATUB קיינער איז נישט קיין ATUB @גר ותושב ATUB ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB ס׳איז א שאד איר וואוינט נישט נענטער איר וואוינט דאך אין ATUB @הדד בן בדד ATUB

ק״ש ריפארטער ATUB @ראובן ATUB וועט אפירזוכן א אלטע שטיקל אידישע ליכט פון תרפצ ווי מ׳האט זיך פורים געמישט מיט תערובות אפילו ביי די היימישע אלץ ונהפכו אויס :lol:

נ.ב. @Shem-tov ס׳איז א גיטע הכשר איך געדענק שוין נישט וועלכע ווייל ער טוישט עס יעדע צווייטע טאג אבער כ׳וועל פרעגן ATUB @ליפא ATUB דער ATUB @משגיח ATUB ער איז א ATUB @ירא שמים ATUB ממש א ATUB @טמיר ATUB ונעלם א ספרדי , דאכצעך ער הייסט ATUB @רימון ATUB ATUB @בן נריהו ATUB
פרייטאג מערץ 18, 2016 12:49 am#325585
א שיינעם ATUB @שש משזר ATUB האסטע אנגעמאכט.
פרייטאג מערץ 18, 2016 7:02 am#325594
יוי ביסטו גוט, הסט געהעריג אויסגעמישט דעם שעיר לעזאזל מיטן אשכול הכופר און צו מישט דעם קטן.
פרייטאג מערץ 18, 2016 9:02 am#325605
געוואלדיג האט געשריבן:יוי ביסטו גוט, הסט געהעריג אויסגעמישט דעם שעיר לעזאזל מיטן אשכול הכופר און צו מישט דעם קטן.


מ׳דארף אויפהערן מיט די ליצונת איינמאל פאר אלעמאל! ס׳דערנעטעט זיך שוין די הייליגע טעג! אפילו די פיש אין וואסער ציטערן שוין! ATUB @איש עברי ATUB היה בשושן הבירה ושמו מרדכי בן יאיר(איך האב דיך שוין געטעגט @ יאיר! איינמאל איז גענוג געוועהן) בן שימי בן קיש איש ימיני אשר הגלתה! איך פלאן צו גיין צו ר׳ מענדלע פון דעש הערן די מגילה לייענען אלעס כדאי מקיים צוזיין דעם ונהפוך הוא (ווייל איך בין דאך א הייסע ישראליסט) אזוי וועל איך קענען מקיים זיין דעם ונהפך הוא מיטן ארור המן און עד דלא ידע בנשימה אחת! דארט איז ער די פורים רב אליינס כמיין אפילו אינמיטן יאר אויך! שוין צופיל גערעדט
דינסטאג אפריל 12, 2016 3:15 pm#328865
אזויווי איך מאך יעצט פסח׳יג מיין דרעפט באקסל האב איך מיך אנגעשטויסן אין א אלטע אפגעשטויבטע באריכט וואס איך האב פונקטליך אפגעשריבן אלע דיטעלאן פון אונזער שלחן הטהר פורים ביינאכט אין די הייליגע מילקשעיקער הויף, כהאב עס למעשה קיינמאל נישט מפרסם געוועהן בשער בת רבים ווייל איך האב נישט געהאט די כוחות צו טעיג״ן יעדעם באזונדער איש על מחנהו ואיש על דגלו.

טראכט איך אבער צו זיך, הכלל וואס טוה איך מיט דעם שטיקל? אריינווארפן אין שמות צוזאמען מיט אלע אידישע ליכט און עלים לתרופות? איז אבער נמנו וגמרו אז אין אמת אריין איז דאך די גרויסע מצוה פון שמחה חל א גאנץ יאהר ווי עס שטייט בפירוש ״מצוה גדולה ליהות בשמחה תמיד״
און ווי חז״ל פסקנן שוין תדיר ושאינו תדיר איז דאך אוואדי תדיר קודם, אלזא בין איך געקומען צו שטארקע החלטה יא ארויסצוגעבן די סודות פון חדר און פונקטליך פארציילן וואס סאיז פארגעקומען ביים הייליגן רבי׳ס טיש אום פורים ביינאכט די הייליגסטע טאג אין יאר, און ווי חז״ל זאגן אונז שוין תפשת מרובה לא תפשת ע״כ וועל איך טאקע ארויס שטעלן דאס באריכט אן קיין געטעיג׳ארציע ובמקום שאין איש איז הערינג אויך פיש פלעגט ר׳ חיים מענדל זאגן

צו די אלע וואס האבן זיך באליידיגט למפרע אז איך האב זיי נישט אויסגערעכענט דא ביטע זייט נישט פערזענליך ברוגז אויף מיר און זייט מיך דן לכף זכות איך בין מסתמא געוועהן זייער שיכור און איך האב אייך נישט באמערקט, און ווי יעדער פארשטייט אליינס אז צווישן אזא גרויסער עולם אנ״ש חסידי מילקשעיק איז ממש אוממעגליך יעדעם איינעם צו באמערקן ואתכם המחילה והסליחה.

ובזה החילי

לעקוואד
איז געקומען צו פארן צו אונזער נעיבערהאוד

יין שרף
האט מיטגעברענגט זיין קרוב

גנדי
איז געקומען גאנץ פרי

רויטע וואנצעס
האט געטרונקען אפאר ounces

שטילע יונגערמאן
האט געטרונקען וויין

ונבנתה העיר
האט געטרונקען ביר

בענזשמין פרענקלין
האט געטרונקען דזשין-Gin

אחד העם
האט געטרונקען ראם-Rum

היסטאריקער
האט געטרונקען ליקער

ראשעקאל
האט געטרונקען אפאר מאל

פארוואס
האט געטרונקען אן א מאס

משבק
האט געטרונקען אן א עק

אפטעמיסט
האט זיך נאך משקה פארגלוסט

פליקער
איז געווארן שיכור

געפילטע פיש
האט געזאגט א דרוש

ישראל קאפקע
האט געכאפט א האפקע

פישעלע הערינג
האט געגעבן א שפרינג

סאשי פיש
האט געטאנצן אויפן טיש

פרייוויליג
האט געטאנצן מיט
געוואלדיג

שמערל
האט געטאנצן מיט ר׳ בערל

יאיר
האט געטאנצן מיט טמיר

דעת זקנים
האט געטאנצן מיט יעדעם איינעם

מאראנצן
האט פרייליך געטאנצן

היימישע ליטוואק
האט געטאנצן געשמאק

עזריאל
איז געווארן שיכור פאר Real

קאפיטאן
האט געבעטן נאך א גלעזל וויין

סאו וואט
האט פונעם ברוינפן גענומען נאך א שאט

קל וחומר
האט דעם באטל געמאכט פאר א גומר

יידל
האט געשפילט מיט א פידל

א איד
האט געזינגען א ליד

שבת אחים
האט אראפגעלייגט א שיין שטיקל והוא רחום

ירח בן יומו
האט געזינגען מקומו

בענדזשמין פרענקלין
האט געזינגען אני מאמין

פשוט קאמפליצירט
איז פון דביקות געווארן בארירט

שמעקעדיג
האט האלפטשעס גערוקט

מבקש
האט געגעסן געפילטע פיש

שושן פורים
האט אכטונג געגעבן אויף די שיכורים


דער געוואגטער יונגעל
האט געגעבן פאר אלע קינדער א single

טעפל
האט פאר יעדעם געגעבן שלח מנות א עפל

יעדער לאכט
איז געוועהן שיכור א גאנצע נאכט

שש משזר
איז געווארן שיכור אז נאר

נהורא נפישא
האט געטרונקען אן קיין בושה

מ גפני
איז נישט געוועהן דאהי

ציגרעטעל
האט געזאגט א פורים פשעטעל

יואליש
האט געזאגט א פורים פשעטעל אין פויליש

גאלד
האט זיך פאר געלעכטער געראללט

חיים נחום הלוי פריד
איז פון צופיל טרונקן געווארן מיד

שלום על ישראל
האט געבראכן איבעראל

יאיר
האט האט געטענה׳ט אז פון אזויפיל ברעכן שטינקט עס ווי א סאוער sewer

פיטערגריפן
האט מיטן גראגער געפיפן

שתאדמתן
האט ביי המן געשאסן מיט זיין גאן

יעלה ויבוא
האט ביי המן געשריגן פוי

הציץ ונפגע
האט פאר נערוועזקייט געשריגן שא

יהושע חיים
האט געזאגט אז מרדכי שטאמט פון מנשה און אפרים

יואב
האט געזאגט אז המן שטאמט פון מואב

קאווע טרונקער
האט געזאגט אז המן איז געוועהן א לינקער

בערל בעל עגלה
האט געזאגט אז המן ווערט שוין געברענגט אין די גמרא

ליפא
האט געזאגט אז המן איז די קליפה

הוגה
האט געזאגט אז אסתר איז פון אחשוורוש נישט געווארן פוגע

ליטוואק פון בודאפעסט
האט געטעהנט אלע חסידים זענען דיפרעסט

חקרן
האט געזאגט אז ער איז א שקרן

כעלעמם׳ר מגיד
האט געזאגט ער געט נישט קיין ש*ט

דער שכן
האט געפרעגט היתכן

טאמבל סאוס
האט געשריגן שייגעץ ארויס

לית דין בר נש
האט געפרעגט מה כל הרעש

בן אדם
האט געזעצט אויפן Drum

כוכב
האט געמאכט א נופח

בן נריהו
האט געזאגט ער האט געהאט גילו אליהו

ירא שמים
האלט פורים אזויווי מנהג ירושלים

מור וקציעה
האט זיך פארשטעלט ווי א אינטערסאנטע בריאה

ישראל גלויבער
האט זיך פארשטעלט ווי א רויבער

יתרו
האט זיך פארשטעלט ווי א גוי

דריידל
האט זיך פארשטעלט ווי א מיידל

וואלווי
האט זיך פארשטעלט ווי א קוה

קעלנער
האט זיך פארשטעלט ווי א זעלנער

מאטי
האט זיך פארשטעלט ווי לאצי

רויסישער
האט זיך פארשטעלט ווי א בער

הקטן
האט זיך פארשטעלט ווי פוטין

בשבילי
האט זיך פארשטעלט ווי הילערי

שלמה המלך
האט זיך פארשטעלט ווי ר׳״ר מיילעך

אבי גערעדט
האט אנגעטוהן א פאוני העט Hat

מייקל פאראדעי
האט געשפילט אויפן פלעי

ריכטיג
האט זיך געמאכט וויכטיג

קאצקע צוקער
האט זיך געמאכט כאילו ער איז שיכור

בת קול
האט נישט צוגעמאכט זיין מויל

משולם שטיינפעלד
איז געגעאנגען נאך געלט

שם טוב
איז געגאנגען פאר א איד א בעל חוב

גראדעמעכעלע
האט זיך באהאלטן אין א לעכעלע

ציבלע קוגל
האט זיך געקוקט אין שפיגל

זבולון
האט פארלוירן זיינע ברילן

קינד און קייט
האט מען אהיים באגלייט

שטאפענע קאפליטש
האט געכאפט א היטש

נולד מאוחר
האט געזאגט אז ער קען אליינס אהיים דרייווען פאר זיכער

ראובן
האט פאר די צייטונגען געשיקט בריווען
דינסטאג אפריל 12, 2016 7:15 pm#328923
:lol: :lol:
צוגעטראפן, איך גלייך האלעפטשעס...

אגב, פון ווען איז די דרעפט? קאפיטאן איז דאך קוים אנגעקומען? תיובתא תיקו. :)
דאנערשטאג אפריל 21, 2016 12:28 am#330362
רבינו שליט"א האט פריער באקומען א דיקע ups envelope פון א דערנעבנדע דרוקעריי סענטער, און איז איינגעשפארט בחדרו פנימה, נישט ארויס געקומען צו מעריב.
ואין אתנו יודע עד ועד בכלל.
פרייטאג יוני 17, 2016 12:51 am#338080
מר. מארק צוקערבערג איז יעצט געווען ביים רבין פאר א באשטעלטע וויזיט, לויט ווי הרה"ח המשב"ק שליט"א געבט איבער, האט זיך צוקערבערג אפגערעדט אויף די לעצטיגע ירידה אין קונים, בפרט אין די היימישע געגענט ווי מצודת מילקשייק פרוסה, ווי אסאך געוועזנע קליענטען נוצען מער נישט זיין גרינע עפפ (משב"ק געדענקט נישט די נאמען גענוי).

רבינו שליט"א האט אים געפרעגט וויפיל געלט ער איז גרייט צו געבן פאר די הוצאות פון איבערבויען די וואסער ברינען אין מילקשייק אירופה, צוקערבערג האט גלייך געשריבן א גרויסן טשעק, און רבינו שליט"א אף הוא ענה לעומתו ברוך, און האט מבטיח געווען אז ביז א וואך צוויי וועלן אלע גרופעס צוריק אויפגעלעבט ווערן.
פרייטאג יוני 17, 2016 3:43 am#338094
שקר וכזב, מאך נישט אויף קיין מעשיות!, כ״ק אדמור שליט״א האט זיך בשום אין פנים נישט געוואלט טרעפן מיט מארק צוקערבערג ווייל ער איז געוואר געווארן אז ער איז פארהייראט מיט א גויטע רח״ל.
גבאים, ביטע אריינלייגן אין פאלשע קלאנגן אשכול.
זונטאג יולי 03, 2016 2:59 am#339923
ביים תורה האט רבינו שליט"א מרמז געווען, שלח לך אנשים, באותה שעה כשרים היו, אז די מענטשן וואס פארן ארויס, באותה שעה כשרים, אפילו די ערליכע, ווערן במשך'ן זוממער מרגלים, מ'שפיאנירט דעם לאנד אין פארשידענע ערטער...

נאך הבדלה האט רבינו שליט"א צוגעלייגט: די טאטע זכרונו לברכה פלעגט זאגן אז מ'דארף געדענקען אז דער אויבישטער איז אין די קאנטרי אויך, און איך זאג אז מ'דארף געדענקען אז דער אויבישטער בלייבט דא אין שטאט אויך!
פרייטאג יולי 08, 2016 7:26 pm#341135
רבינו שליט"א האט באפוילן דעם גבאי, הרה"ח יד ימינו הי"ו זאל אויסרופן אז "היינט נאכט איז נישטא קיין טיש, ווער ס'גלייבט נישט זאל זיך קומען איבערצייגן.."
זונטאג יולי 10, 2016 11:35 am#341212
שמעתי אז לכבוד די הכרזה איז די ביהמ"ד געווען מלא וגדוש מזן אל זן, און רבינו שליט"א האט ארויסגעהערט פון חדרו נאוה קודש די געדרענג אין ביהמ"ד איז ער ארויס געקומען צום עולם ופניו להבים און האט ארויסגעברומט מיט א רויט פארפלאמטן פנים מנהמת ליבו הטהור, כהאי לישנא, "אין מיר גלייבט מען נישט, אין השי"ת גלייבט מען יא?!" וחזר על עקביו, ביז איינצעלנע מינוטין איז די ביהמ"ד געווען ליידיג און רבינו האט געקענט טוהן מה שליבו חפץ ב"ה,

מען זאגט נאך אז נאך שבת האט מען אפגעציילט גאנצע 12,328 ציין וואס איז ארויסגעפאלן פונעם ציבור מחמת פחד והוא פלאי.
זונטאג יולי 10, 2016 3:23 pm#341242
דאנקע ATUB @קאווע טרינקער ATUB פארן מיר מיטנעמען צום רבין פאר מלוה מלכה. אט דאס האב איך פארזענדליך מיטגעהאלטן די וואך:

תיקף נאכן טיילן קנאבל (אגב קאווע׳לע האט באקומען א צווילינג קנאבל און די רבי האט דאן געזאגט בזה״ל אין די ריכטיגע מינוט בשעה טובה עכלה״ק. ומי יעמוד בסוד קדושים) איז די רבי אריינגעפאלן אין א דביקות דער עולם איז געשטאנען ארום מיט א פחד, די רבי איז געווען לובש צורה ופושט צורה, בערך נאך א האלבע נאכט האט זיך באוויזן א הייליגע שמייכל אויפן רבי׳נס געזוכט, פארן עולם איז תיקף לייכטער געווארן און די רבי האט זיך ערוועקט.

די רבי האט דאן אנגעהויבן זאגן תורה וואס ער האט אקוראשט געהערט, סאיז זייער שווער געוועהן צו פארשטיין יעדע ווארט, אינצווישן האט זיך דער רבי אויסגעדריקט בצחות לשונו אז מ׳האט אים אנגעוויזן אין הימל פארוואס מ׳האט ביי חסידים נישט געזונגען דעם זמר למוצאי שבת אגיל ואשמח בלבבי, ווייל אגיל איז מלשון עגולה הקוראים במדינתנו #באל, און סאיז געווארן אזא מאדע ביי די יושבי הרים בזמני קיץ אז מוצאי שבת פארשטויסט א באל בבחינות #וואלי, דערפאר האט מען מתקן געווען דאס ארויסצונעמען פונעם סדר הזמירות.

או יאמר אז דער אגיל גייט ארויף אויף דעם וואס די פרויען זיצן אין עגולה סביב און הערן אויס מרת יענטא וואס יענטעט ארום פונעם שכנ׳ס שוועסטער און פונעם עלטער מומע׳ס פרישע שניר. אויף וואס מרת יענטא בתראי רעדאגירט מיט אייגענע האר-אויפשטעלענדע מקוה געשיכטעס, און שוויגער חוצפה׳ס.
זונטאג אוגוסט 14, 2016 2:06 pm#345608
די חסידים היינט אינדערפרי שטייען אלע נערוועז, דער רבי עפענט נישט די טיר צו ברכות. די זייגער ריקט זיך פאראויס, אבער דאס דאווענען ווארט. נאך אן אנדערט-האלבן שעה האבן עטליכע פון די געהויבענע חסידים, יושבים נאך ביים אלטן רבי'ן, גענומען די דרייסטקייט און זיך געוואגט צו עפענען דעם טירל און געבליקט דורכן שפארע. א מאדנע מחזה האט זיך אנטפלעקט פאר זיי, דער רבי זיצט אויפן שטול די מלכות'דיגן בענקל וואס ער פירט טיש. די חסידים זענען שנעל אפגעטרעטן מיט פחד. אבער נישט איידער דער רבי האט זיי שוין באמערקט.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי ארויס צו ברכות. אויפן וועג ארויס רופט זיך דער רבי אן האלב צו זיך האלב צו די גרופע חסידים - וואס האבן געמורמעלט און גע'רעש'ט צווישן זיך, - מיט גאר קירצע דיבורים: "אז רבי יוחנן בן זכאי איז דא געווען ווי קען מען פראווענען אבילות?" און תיכף אנגעהויבן הנותן לשכוי מיט קרעכטצעניש.
זונטאג אוגוסט 14, 2016 2:45 pm#345612
איר האט נישט געענדיגט די געשיכטע,

דער רבי זיצט אויפן פלושענעם פאטעל, אין איין האנט א ווארעמע קאווע פון וואס עס גייט א פארע און אין די אנדערע האנט א ט"ו על ט"ו שטיק קעז קוכן באשמערט מיט שאקלאדע און מאן. האלב פון די קוכן ליגט אין הייליגן מויל אריינגעשטופט מיט די בלויזע הענט און די אנדערע האלב ווארט מיט שרעק אויפן טיש קוקענדיג צום קייענדע ציינער מפרכס וואס וועט איר אט נעמען צו די ענדגילטיגע רוה.


די חסיד שפרינגט צוריק צוויי צוויי אין שרעק אבער דעם רבינ'ס ליבליכע שטימע פארציילט אז דא קען מען גארנישט באהאלטן

"יענקל" הערט זיך די ווארעם ווייעכע שטימע

"ע.. . עע... רבי.." סקרופען ארויס די ווערטער אנע סדר

"יעקב בני" זאגט די הייליגע שטימע "כ'גלייב אז דיינע פליישיגע אויגן זעען נאר מספחת פונעם עולם הדמיון, די עלמא דשיקרא, קום אהער און עפעס וועט דיר אנטפלעקן"

יענקל גייט מיט טשערעפאכע טריט, ציין צו ציין שאקעלט זיך, די רבי נעמט אן די פאטשיילע און לייגט עס איבער יענקל'ס מויל און אויגן

....א הילכיגע ציפ באגלייט מיט צוויי קלינגעדיגע פעטש פאלן אויף שאקירנדע חסיד, פלינקערהייט נעמט די רבי ארויס די ספעציעלע איינשפרוץ געאייגענט פאר אזעלכע סיטואציעס, עפענט אויף דעם צוציקל'ס מויל און שפריצט אריין אחת למעלה ואחת למטה, יענקל שפירט די מוסקלען לאזן נאך און ער פאלט אריין אין א טיפע שלאף....

"ווען ער וועט זיך אויכאפן צוויי שעה ארום וועט די אמנעזיע שפריץ האבן אויסגערייניגט די זכרון פון אלע געשעענישן פון די לעצטע 12 שעה" טראכט די רבי גייענדיג צום טיר צו פארשליסן מיט נאך א שלאס, און קערט זיך צוריק צום קוכן און קאווע
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 11:32 pm#348660
די רבי האט זיך שבת ביינאכט געשטעלט אויפן פסוק הנה לא ינום ולא ישן שומר ישראל, איז דען בכלל שייך שינה ביי הקב״ה? נאר קאן זיין אזוי, מ׳ווייסט אז סאיז מלא כל הארץ כבודו, אוי, אפילו אין די מייל ארום סקווירא, שטעלט זיך פון זיך אליין די שאלה דער אייבערשטער איז דאך שומר משמרתו של תורה און אז מ׳רעכענט די מייל לויט די לופט איז דאך דין למעלה כדין הצדדים (און מ׳קען נישט ענטפערן דופן עקומה אדער גוד או אגוד וכו׳) נו וויאזוי קען ער איבערשלאפן אין די מייל, דערפאר זאגט מען הנה לא ינום ולא ישן שומר ישראל ודברי פי חכם חריין
דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 12:47 am#355827
שוין ר"ח כסלו. שוואכע שאנסן אז דער רבי זאל היי יאר זיין חנוכה אין פאר ראקעוועי. דער רבי האט געזאגט אז ער קען נישט ביישטיין דעם Rock, ע"כ וועט ער דאס יאר זיין Far Away, אנעם ראק.
דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 1:00 am#355829
Re: כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק וועט נישט זיין חנוכה אין פאר-ראקע
רח''ל ווי ס'גויעשט זיך וכו'. מען פארט far away און מען טראגט נישט דארט דער אויבער ראק.
דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 8:42 pm#358188
נישטא קיין טרוקען אויג. מי מילל מי פילל.
דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 11:47 pm#358204
חברה, גייט נישט אריין אינווייניג. ס'פליען בענק מיט טישען!! ושמרתם מאוד לנפשותיכם!!!
מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 3:55 am#358219
געווען היינט ביים לעכט צינדן. צו מיין שאק האב איך געהערט איבער דעם מנהג אז די רבי איז זיך מייחד מיט'ן רעביצין ביפאר צינדן וגם נאכדעם. שפעטער האב איך געהערט פונעם דיין אז ס'גארנישט קיין מנהג נאר א הלכה מפורשת אז מ'דארף צינדן צווישן צוויי מצוות.
מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 5:46 am#358221
רויטע וואנצעס האט געשריבן:געווען היינט ביים לעכט צינדן. צו מיין שאק האב איך געהערט איבער דעם מנהג אז די רבי איז זיך מייחד מיט'ן רעביצין ביפאר צינדן וגם נאכדעם. שפעטער האב איך געהערט פונעם דיין אז ס'גארנישט קיין מנהג נאר א הלכה מפורשת אז מ'דארף צינדן צווישן צוויי מצוות.

ווי דער רבי האט געטייטשט ביים קרעפל פשעטל נאך די הנרות, "ומנותר קנקנים" ווען מען פארלאזט די קריגלעך אויל פון די מנורה "נעשה נס לשושנים" טוט מען מעשה ניסים מיט די רביצין שושנה, און ווי דער רבי האט געפרעגט בלשון קדשו עס וואלט געדארפט שטיין עושים נס פארוואס נעשה וואס איז א לשון עבר? נאר האט די רבי אויסגעפירט מיט א זיגרייכע שמייכל מוז זיין אז מען האט שוין געטון פון פריערט און איצטערט גייט מען טון נאכאמאל לקיים מה שנאמר על מצות ומרורים יאכלוהו ומיד געו כל העם בבכי וזעקה גדולה ומרה רצוננו לראות את מלכינו
מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 9:18 am#358224
און דעי חנוכה איז אריין און היסטאריע ביכער מיט גאלדענע אותיות אלס דאס ערשטע יאר וואס דע רבי איז געגאנגען און מקוה סיי פאר חנוכה לעכט און נאך חנוכה ליכט. און אלע געהויבענע בחורים פירן זיך אזוי זינט דאמאלט.
מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 10:35 pm#358287
רויטע וואנצעס האט געשריבן:געווען היינט ביים לעכט צינדן. צו מיין שאק האב איך געהערט איבער דעם מנהג אז די רבי איז זיך מייחד מיט'ן רעביצין ביפאר צינדן וגם נאכדעם. שפעטער האב איך געהערט פונעם דיין אז ס'גארנישט קיין מנהג נאר א הלכה מפורשת אז מ'דארף צינדן צווישן צוויי מצוות.

די רבי איז עס מבאר אין א תורה אין די שפעטערע ס' יארן, ער טייטשט עס אריין אינעם לשון הרמב"ם: 'מצות נר חנוכה מצוה חביבה היא עד מאוד', די גאנצע מצוה דארף זיין ארומגענומען מיט חביבות. ע"ש באריכות, ודפחשצ"ח.
מאנטאג מערץ 27, 2017 4:38 am#366963
ק/פ פון ברייטבארד ניוס.

הארט פארן אפרעכטן תיקן חצות, גלייך נאכן אויספאסטן האט הוד כ״ק אדמור שליטא געלאזט רופן דעם גבאי׳ן ר׳ יעקב צבי וואלף הלוי און אים געזאגט בזה הלשון:

נאפאליען איז געוועהן נאפאליען... נבכדצר און נבוזרדן האבן אויך נישט געהאט קיין קורצע פאסיקעס אבער לגבי די טראמפ-נסיון דארף מען נישט מעהר ווי זאגן ״ולכל בני ישראל לא יחרץ כלב לשונו״, דענאך האט זיך די רבי ארויסגעלאזט אין א פרייליכע טאנץ מיט אלע משתתפים, צום סוף האט דער יונגער דיין הרב נחמי חיים מנחם נחמן נחום חכם ירחמיאל בן ירוחם חנינא חודוסו געזאגט אז מ׳זעט דאך בפירוש אז די בעל דבר האט אריינגעלייגט א שלעכטע רעיון אין רייען-מיינעדינג פאועל רייען, דערנאך האט ער איבערגעזאגט פון ר׳ שבתי שלום שעפטיל דער שרף פון שפטיווקע-שארש-פארטקע אז אידן אינדערהיים פלעגן זאגן אז... אז... א... כגעדענק שוין נישט. אבער כבין כמעט זיכער אז אט דא האט די רבי אויסגעפלאצט אין א ביטערליכע געוויין און ער האט געזאגט:

״מ׳האט זיי באזיגט״! מעדיקעיט פאר אחבנ״י יושבי עיר מילקשעיק והבירה וועט זיין! און אבאמאקעיר וועט אונז פירן קעגן משיח׳ס אייזל!

ע ב ג צ ב ב ״ א
פרייטאג אפריל 28, 2017 7:46 am#369354
די רבי שליט"א איז היינט געווען שטארק פארמוחעט ביי שחרית.
בדרכו צום ציממער האט ער פולט געווען דברות קודש "מ'דארף זיין גרייט אויף אלעם".
איינער ווייסט אפשר צו ס'טוט זיך עפעס ערענסט אויף די וועלט?
פרייטאג אפריל 28, 2017 8:41 am#369355
און אנדערע נייעס ווערט באריכטעט אז אין די קומענדיגע טעג ווערט ערווארטעט א משלחת קודש ביים רבי'ן זאל געזונט זיין מיט'ן באטייליגונג פונ'ם באוואוסטען עסקן און נאנטע מקורב מיט'ן רב'ין הרב מורה"ר יואל חיים קושנער שליט"א ונוות ביתו החשובה מנשים באוהל תבורך תליט"א מיט נאך אפאר גרויסע שושקעס אויף דן צו זיין בעניינים העומדים על הפרק. מ'בעט דעם עולם צו נעמען און אכט אז קומענדיגע וואך וועט נישט זיין קיין קבלת קהל !
פרייטאג אפריל 28, 2017 9:47 am#369359
ער גייט שלום מאכען מיט דער ברודער
מיטוואך מאי 17, 2017 11:48 pm#371500
רבינו שליט"א האט באפוילן די מנהל הת"ת נישט צו ערלויבן די נייע ספינער שפילצייג, בעיקר די וואס האבן דריי פליגלעך, וואס כידוע יסודתו פון די ציונים אפצוחוזקן פון די שלש שבועות.
דאנערשטאג מאי 18, 2017 1:32 am#371508
Re: כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק וועט נישט זיין חנוכה אין פאר-ראקע
אויך האב איך געהערט בשם רבינו אז די מיידליך טארן בשום אויפן נישט שפילן מיט די פרעשיס פרינסעס וואס איז מרמז אויף 'פרישע פריצות', ווי אויך דאקטאר סטיקערס וואס קען צוברענגן אז די קינדער זאלן חלילה שפילן דאקטער רח"ל.
פרייטאג מאי 26, 2017 8:00 pm#372517
קאווע טרינקער האט געשריבן:רבי שליט"א איז מעורר אז שבת דרך ארץ איז א ספעציעלע ענין, היפך פרישת דרך ארץ.

תורה טוישט זיך נישט.
פרייטאג יוני 09, 2017 6:35 pm#374022
בית כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א,

לכל אנ"ש:

רבינו שליט"א נתן ברכתו לעצרת הרבבות (והעיר מרש"י בפרשתן על הפסוק שובה ה' רבבות אלפי ישראל, וצ"ע), וכדי שלא יהיה מחלוקת, הורה רבינו שליט"א שילכו לסענטער ההוא עוד שלש פעמים במשך שבוע הבא, כדי שלא יאמרו..
ויהי רצון שיתקדש ש"ש על ידינו.
מקום חותם המשבק.
פרייטאג יוני 09, 2017 8:17 pm#374026
די רבי'ס קינדער טענה'ן אז ס'נישט אמת
זונטאג יוני 11, 2017 12:14 am#374036
קאווע טרינקער האט געשריבן:בית כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א,

לכל אנ"ש:

רבינו שליט"א נתן ברכתו לעצרת הרבבות (והעיר מרש"י בפרשתן על הפסוק שובה ה' רבבות אלפי ישראל, וצ"ע), וכדי שלא יהיה מחלוקת, הורה רבינו שליט"א שילכו לסענטער ההוא עוד שלש פעמים במשך שבוע הבא, כדי שלא יאמרו..
ויהי רצון שיתקדש ש"ש על ידינו.
מקום חותם המשבק.