Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » מאשין מצה

מאשין מצה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 61 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #240
פרייטאג מערץ 23, 2012 1:01 am#2425
מאשין מצה
אזוי ווי די מצות ווערן היינט צו טאגס מער און מער טייער, טאקע לחמא עניא - ברויט וואס פארארעמט, איז שוין לכאורה צייט איבערצוטראכטן אונזער יהרג ועל יעבור שטאנדפונקט בנוגע מאשין מצות. וואס איז בכלל די פראבלעם מיט מאשין מצה?

בילד
פרייטאג מערץ 23, 2012 1:41 am#2438
Re: מאשין מצה
פון ווי זאל איך וויסען?? אז די האסט געעפענט א אשכול אין תורה ומחשבה איבער מאשין מצות שטעל איך זיך פאר אז די האסט וואס צו פארקויפען. נו, לאמיר הערן.
פרייטאג מערץ 23, 2012 2:18 am#2451
Re: מאשין מצה
ראשעקאל האט געשריבן:פון ווי זאל איך וויסען??

אז דו ווייסט נישט האב איך נישט דיר געמיינט. ;)
פרייטאג מערץ 23, 2012 10:54 am#2473
Re: מאשין מצה
רואיק האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:פון ווי זאל איך וויסען??

אז דו ווייסט נישט האב איך נישט דיר געמיינט. ;)

וועם האסטו יא געמיינט?
צווייטנס, פארוואס זאלסטו האבן דעם כבוד צו שטיין בראש האשכול (מיט קאנטראל אויף דעם נאמען פון דעם אשכול) אויב דו האסט נישט וואס צו פארקויפן איבער דעם ענין?
פרייטאג מערץ 23, 2012 11:14 am#2475
Re: מאשין מצה
יאנקל האט געשריבן:
רואיק האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:פון ווי זאל איך וויסען??

אז דו ווייסט נישט האב איך נישט דיר געמיינט. ;)

וועם האסטו יא געמיינט?
צוויייטנס, פארוואס זאלסטו האבן דעם כבוד צו שטיין בראש האשכול (מיט קאנטראל אויף דעם נאמען פון דעם אשכול) אויב דו האסט נישט וואס צו פארקויפן איבער דעם ענין?

יאנקל גוט געזאגט, איך וועל אים אבער פארגינען דעם כבוד, און וועל ארויסלייגן מיינע ידיעות אינעם ענין, ווען וועל האבן א פאר מינוט, דערווייל קען מען קאפיען וואס איך האב געשריבן ביי משמחי לב אשכול.
פרייטאג מערץ 23, 2012 2:41 pm#2496
Re: מאשין מצה
יאנקל האט געשריבן:
רואיק האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:פון ווי זאל איך וויסען??

אז דו ווייסט נישט האב איך נישט דיר געמיינט. ;)

וועם האסטו יא געמיינט?
צוויייטנס, פארוואס זאלסטו האבן דעם כבוד צו שטיין בראש האשכול (מיט קאנטראל אויף דעם נאמען פון דעם אשכול) אויב דו האסט נישט וואס צו פארקויפן איבער דעם ענין?

איך פארשטיי נישט דיין בויך וויי. אז דו ווילטס שטארק די כבוד איז יעצט דא א סעיל מ׳קען עפענען 3 אשכולות פאר פרייז פון 2.
פרייטאג מערץ 23, 2012 2:49 pm#2497
Re: מאשין מצה
ידען האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:
רואיק האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:פון ווי זאל איך וויסען??

אז דו ווייסט נישט האב איך נישט דיר געמיינט. ;)

וועם האסטו יא געמיינט?
צוויייטנס, פארוואס זאלסטו האבן דעם כבוד צו שטיין בראש האשכול (מיט קאנטראל אויף דעם נאמען פון דעם אשכול) אויב דו האסט נישט וואס צו פארקויפן איבער דעם ענין?

יאנקל גוט געזאגט, איך וועל אים אבער פארגינען דעם כבוד, און וועל ארויסלייגן מיינע ידיעות אינעם ענין, ווען וועל האבן א פאר מינוט, דערווייל קען מען קאפיען וואס איך האב געשריבן ביי משמחי לב אשכול.

יש״כ איך קען קוים ווארטן איינער זאל רעדן צודערזאך אנשטאט זיין ביזי מיט כבוד און אנדערע שטותים.
פרייטאג מערץ 23, 2012 3:00 pm#2498
Re: מאשין מצה
רואיק

יאנקל איז זייער גערעכט. וואס איז פשט פון מאכן אשכולות אן צו לייגען עפעס מן הנושא?

קיינער לייקענט נישט אז האסט יא עפעס געללייגט. א מצה בילד איז וואס האסט שיין ארויפגעשטעלט...

יאנקל און אנדערע ווילן דער פלאץ זאל זיין ראוי לעלות על שלחן מלכים.

נאכאמאל, פריער האב איך געשריבן אז איך פארגין דיר דעם כבוד, אבער הייב נישט אן זיך צו שלאגן דא ווי א קליין קינד.
פרייטאג מערץ 23, 2012 5:07 pm#2503
Re: מאשין מצה
איך פארשטיי באמת נישט וואס באדערט אייך. איך האב געעפענט די אשכול פשוט ווייל איך האב געוואלט פארשטיין און הערן פון אנדערע וועגן די נושא, וויזשע אזוי דען וואלט איך לשיטתכם געדארפט אנפרעגען אזא שאלה? און איך פארשטיי אינגאנצן נישט פארוואס די אשקול (חוץ די נארישע ראבערייען) איז נישט ראוי לעלות על שלחן מלכים? נאך וויל איך וויסן ווען מ׳האט באשטעטיגט די אומבאשריבענע חוקים ווער, וואס, און וויאזוי אנצוהייבן אשכולות? אנטשולדיגט מיר, אבער אייערע אבדזעקציעס שמעקט פון אן אונגארישע סנאביזם און פארמאליטעט (ווער ביסטו אריינצוקומען אין מיין לעין, זעהסט נישט אז איך דרייוו א לעקסעס?!..)
פרייטאג מערץ 23, 2012 5:13 pm#2504
Re: מאשין מצה
רואיק האט געשריבן:איך פארשטיי באמת נישט וואס באדערט אייך. איך האב געעפענט די אשכול פשוט ווייל איך האב געוואלט פארשטיין און הערן פון אנדערע וועגן די נושא, וויזשע אזוי דען וואלט איך לשיטתכם געדארפט אנפרעגען אזא שאלה? און איך פארשטיי אינגאנצן נישט פארוואס די אשקול (חוץ די נארישע ראבערייען) איז נישט ראוי לעלות על שלחן מלכים? נאך וויל איך וויסן ווען מ׳האט באשטעטיגט די אומבאשריבענע חוקים ווער, וואס, און וויאזוי אנצוהייבן אשכולות? אנטשולדיגט מיר, אבער אייערע אבדזעקציעס שמעקט פון אן אונגארישע סנאביזם און פארמאליטעט (ווער ביסטו אריינצוקומען אין מיין לעין, זעהסט נישט אז איך דרייוו א לעקסעס?!..)

:like
דו שרייבסט פיין און הומאריסטיש, אבער למעשה איז דא אזא עטיקעט אז מ׳פאנגט נאר אן אן אשכול אויב מ׳האט צו פארקויפן. דו פרעגסט גוט, וואס דו וואלסט געדארפט טון אויב דו ווילסט הערן וועגן אן ענין אבער האסט נישט וואס צו פארקויפן. אפשר דארף מען עפענען אן אשכול מיט׳ן נאמען ״אשכולות וועלכע איך וואלט געוואלט זען״... אדער פשוט: ״זאכן וואס איך וואלט געוואלט וויסן״.
פרייטאג מערץ 23, 2012 5:37 pm#2507

שקויעך פאר די קאמפלימענטס. און איך בין איינשטימיג אז איר זאלט זיך האלטן פעסט מיט אזא עטיקעט אין אלע אייערע אשכולות. און אז מ׳רעדט שוין, זייט אזוי גוט און מאכט צו אייער אויבערשטע קנעפל פון די העמד, פיין, אט אזוי,, טשינאש..
פרייטאג מערץ 23, 2012 5:41 pm#2509
Re: מאשין מצה
חברה, כ'האב קיינמאל נישט געוויסט אז ס'דא דא א קאמפעטישען פון עפענען אשכולות און ווי מער אשכולות אלץ מער כבוד, סך הכול וויל מען דא קומען הערן און זאגן, איטס עי טו וועי סטריט, טאמער ווייס איך אלעס בנוגע אן ענין וואלט איך קיין אשכול אויף דעם נישט געעפנט, טאמער וויל איך וויסן מער אויף א געוויסע נושא ווי צום ביישפיל די וויזניצע נידחים אדער די סאטמערע חלוקה, עפען איך אן אשכול און פרעג אן, זאלן די מבינים אויסגיסען זייערע רייכע פענעס אדער קיבאורדס און מיטטיילן מיטן עולם וואס זיי וייסען. ווילסטו נישט? איז נישט, אבער מאכט נישט קיין חשבונות אויף ווער ס'העכער אין ראנג און ווער ס'עפענט מער אשכולות, ס'א קינדערישקייט.
און ווי שטייט דעי עטיקעט וואס דו זאגסט, די גאנצע שטיבל שטייט דא א קיימא לן פון אפאר וואכן, האט מען געשריבן א קאנסטיטוציע ווען דער עולם האט נישט געקוקט?

א גוט שבת טו יו אלל.
פרייטאג מערץ 23, 2012 5:59 pm#2510
Re: מאשין מצה
געפילטע פיש האט געשריבן:חברה, כ'האב קיינמאל נישט געוויסט אז ס'דא דא א קאמפעטישען פון עפענען אשכולות און ווי מער אשכולות אלץ מער כבוד, סך הכול וויל מען דא קומען הערן און זאגן, איטס עי טו וועי סטריט, טאמער וויס איך אלעס בנוגע אן ענין וואלט קיין אשכול אויף דעם נישט געעפנט, טאמער וויל איך וויסן מער אויף א געוויסע נושא ווי צום ביישפיל די וויזניצע נידחים אדער די סאטמערע חלוקה, עפען איך אן אשכול און פרעג אן, זאלן די מבינים אויסגיסען זייערע רייכע פענעס אדער קיבאורדס און מיטטיילן מיטן עולם וואס זיי וייסען. ווילסטו נישט? איז נישט, אבער מאכט נישט קיין חשבונות אויף ווער ס'העכער אין ראנג און ווער ס'עפענט מער אשכולות, ס'א קינדערישקייט.
און ווי שטייט דעי עטיקעט וואס דו זאגסט, די גאנצע שטיבל שטייט דא א קיימא לן פון אפאר וואכן, האט מען געשריבן א קאנסטיטוציע ווען דער עולם האט נישט געקוקט?

א גוט שבת טו יו אלל.

מאכסט ערלי שבת מר. געפילטע פיש? א גוט שבת טו יו טו.

דאכטצעך די עטיקעט פון וואס זיי רעדן איז א געוואוינהייט פון אן אנדערע מקום אויפן אינטערנעט ווי ס׳איז שטארק פארמאל פול מיט שופטים ושוטרים חוקים ומשפטים.
מוצ"ש מערץ 24, 2012 9:52 pm#2517
Re: מאשין מצה
איך האב וועגן דעם געמאכט די אשכול

l viewtopic.php?f=4&t=191 l

און רואיק דארפט נישט מורא האבן, אויב די שרייבסט דארט לאמיר זאגן וועגן מאשין מצות און סווערט א לענגערע שמועס וועט מען עס אפטיילן און מאכן א עקסטערע אשכול און וועט טראגן דיין רואיקן נאמען.

רואיק ביסט די בעסט :P
מוצ"ש מערץ 24, 2012 9:56 pm#2520
Re: מאשין מצה
רואיק, איך האב געדינט ווי א מוילמאכער פאר דיר: l viewtopic.php?p=2519#p2519 l
זונטאג מערץ 25, 2012 2:09 am#2577
Re: מאשין מצה
איך בין דאך א שטארקער חסיד פון מאכן אשכולות וואס איז למעשה א וויכטיגער מיטל און שריט אין הצלחה פון א פורום, און באמת איז דאך יעדער בארעכטיגט צו שרייבן און עפענען אשכולות ווען מ'שפירט פאר ריכטיג.

רואיקס טענה איז דאך א שטארקע, ער וויל וויסן אן ענין און פרעגט אן פארן גאנצן ציבור. אין ערגעץ האט מען נישט געשריבן קיין גיידליינס איבער ווי אזוי צו שרייבן אן אשכול.

פון די צווייטע זייט קען איך עפענען אשכולות לאין ערוך און אין א שעה קען איך דא ארויפשטעלן עטליכע צענדליג אשכולות פון כל מיני נושאים און רעיונות, אבער איך וועל אלעמאל מאכן זיכער אז עס האט עפעס דערין, עפעס וואס זאל מאכן אינטערעסאנט פארן ליינער אפילו פאר די וואס האבן שוין א ידיעה אין דעם נעמליכן נושא.

אזוי צי אזוי, זע איך אז ס'האט זיך דא געמאכט א לעבהאפטע שמועס איבער דער ענין, און בעיקר האב איך ארויסגעזען אז ידידינו ר' רואיק האט א גוטער און געשמאקער פעדער. קיפ איט אן!
זונטאג מערץ 25, 2012 1:33 pm#2626
Re: מאשין מצה
רואיק האט געשריבן:אזוי ווי די מצות ווערן היינט צו טאגס מער און מער טייער, טאקע לחמא עניא - ברויט וואס פארארעמט, איז שוין לכאורה צייט איבערצוטראכטן אונזער יהרג ועל יעבור שטאנדפונקט בנוגע מאשין מצות. וואס איז בכלל די פראבלעם מיט מאשין מצה?

נישט דא קיין שום פראבלעם מיט מאשין מצות, ס'איז סך הכל נאך א משוגעת צו עסן נאר האנט מצה און א נאך מיטעל צו אויסרייסען געלט פון אידן וואס זענען שוין גענוג געפלאגט מיט פסח הוצאות.
איך אליין פלעג האבן די משוגעת, און די לעצטע פאר יאר האב איך אנגעהויבן עסן מאשין מצה און ס'האט גארנישט געשאדט. ויאכלו ענוים וישבעו.
זונטאג מערץ 25, 2012 1:35 pm#2628
Re: מאשין מצה
קול גדול

אויך צו זיין א איד איז א משוגעת, נישט אזוי?
זונטאג מערץ 25, 2012 2:04 pm#2640
Re: מאשין מצה
ועיין במה שכתבתי באשכול "זאכן וואס איך וויל וויסן".
זונטאג מערץ 25, 2012 3:43 pm#2668
Re: מאשין מצה
קול גדול האט געשריבן:
רואיק האט געשריבן:אזוי ווי די מצות ווערן היינט צו טאגס מער און מער טייער, טאקע לחמא עניא - ברויט וואס פארארעמט, איז שוין לכאורה צייט איבערצוטראכטן אונזער יהרג ועל יעבור שטאנדפונקט בנוגע מאשין מצות. וואס איז בכלל די פראבלעם מיט מאשין מצה?

נישט דא קיין שום פראבלעם מיט מאשין מצות, ס'איז סך הכל נאך א משוגעת צו עסן נאר האנט מצה און א נאך מיטעל צו אויסרייסען געלט פון אידן וואס זענען שוין גענוג געפלאגט מיט פסח הוצאות.
איך אליין פלעג האבן די משוגעת, און די לעצטע פאר יאר האב איך אנגעהויבן עסן מאשין מצה און ס'האט גארנישט געשאדט. ויאכלו ענוים וישבעו.

גוד פאר יו! ביזט מקיים דעם ״אל יבוש מפני המלעיגים״ במלא מובן המילה.

זאג נאר א שטייגער, וואס קאסט א פונט מאשין מצות? און וועליכע קאמפאני איז דאס בעסטע? א גאנץ יאר נוץ איך שיבולים לייט האלל וויט מצה און ס׳איז זייער פיין און געשמאק אבער אויפן באקס שטייט נישט כשר לפסח, מצה שמורה, וכו׳.
זונטאג מערץ 25, 2012 3:55 pm#2674
Re: מאשין מצה
מצות יהודה איז נישט שלעכט. דא האסטו א לינק:
m http://www.yehudamatzos.com/apage/72303.php m
זונטאג מערץ 25, 2012 4:15 pm#2684
Re: מאשין מצה
קול גדול האט געשריבן:מצות יהודה איז נישט שלעכט. דא האסטו א לינק:
http://www.yehudamatzos.com/apage/72303.php

זאת מצאתי 5 פונט פאר $2.99 נאט בעד עט אלל. m http://jane4girls.com/?p=4661 m
מאנטאג מערץ 26, 2012 12:20 am#2788
Re: מאשין מצה
הגאון האדיר רבי ישראל יעקב פישער ראב"ד ירושלים האט געגעסן מאשין מצות,
דער עדה החרדית גיט א 'כשר לפסח' הכשר אויף מאשין מצות, זיי גיין נאך די פירושים וואס האבען אנגענומען דער דעת הכתב סופר, אז דאס איז כשר לכתחילה. זיי נעמען בכלל נישט אן אפילו מיט איין פראצענט אז עס איז דא דערביי ח"ו א חשש חמץ כשיטת הדברי חיים ויוצ"ח. ביי הגדון האדיר רבי זעליג ראובן בענגיס האט מען דאס געלייגט אויף די טישען פאר ס"ג שבת חוה"מ. וה"ה כ"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע האט נישט געוואלט אנרופען מאשין נאמען אלץ חמץ, נאך דעם וואס רבי יונתן שטייף האט דאס געגעסען, גיי זאג אז רבי יונתן שטייף עסט חמץ אין פסח?
מאנטאג מערץ 26, 2012 10:05 am#2806
Re: מאשין מצה
נו וואס בלייבט מען הרב רואיק, גייט איר עסן דעם פסח מאשין מצות?
מאנטאג מערץ 26, 2012 12:51 pm#2875
Re: מאשין מצה
שמואל הלוי האט געשריבן:נו וואס בלייבט מען הרב רואיק, גייט איר עסן דעם פסח מאשין מצות?

עמער זעהן, דערווייל האב איך נאך נישט ארויס די פיקטשער קלאר אלע צדדים. אבער דאס איז אמאל זיכער, אזעליכע אשקולות וועל איך אים פסח בשום אופן נישט אריינלאזן ביי מיר אינדערהיים יעצט אז איך זעה די הארבקייט. :mrgreen: