Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » יוסיפון- א גראדער היסטאריקער אדער א פשוטער ליגענער?

יוסיפון- א גראדער היסטאריקער אדער א פשוטער ליגענער?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 82 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2458
מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 10:10 pm#66337
יוסיפון- א גראדער היסטאריקער אדער א פשוטער ליגענער?
יוסיפון- א גראדער היסטאריקער אדער א פשוטער ליגענער?

אזוי ווי עס קומט יעצט די יו"ט חנוכה ווי רוב רובו שרייבער נאשן זייער אינפארמאציע איבער די לעבן אין שאפן בזמן בית שני פון יוספון, איז מיר זייער וויכטיג פעסטצושטעלן דעם אמת איינמאל פאר אלעמאהל:

יוסף בן מתתיהו, אן אייניקל פון די חשמונאים, האט געשריבן אן היסטאריע ספר פון תקופה פון פאר און בשעת חורבן בית שני, - לכל הפחות אזוי טענה'ט ער. צי קען מען זיך פארלאזן אויף אים? אסאך פון זיינע מעשיות זענען זיך סותר מיט וואס חכמינו ז"ל שרייבן, און ער אליינס איז זיך אויך סותר עטליכע מאל, און בכלל צו האט ער געפעלשט אין כלל ישראל און געדינט ערליך דעם רומיש'ן פראפעגאנדע? אדער צי איז ער גאר געווען א צדוקי?

אויב עס איז געווען א היסטאריקער וועלכע איז געווארן אנגענומען סיי ביי די אידן און סיי ביי להבדיל די גוים אויף גאר א שטארקע פארנעם, וועט דאס זיין אן קיין שום ספק יוסף בן מתתיהו הכהן, אדער ווי אזוי די גוים רופן אים יוספוס פלאביוס. יוספוס איז געווען אן קיין שום ספק א געלונגערער און א טאלאנטפולער שרייבער, ער איז מצליח אריינצושלעפן זיינע ליינערס און זיינע מעשיות אדער דמיונות, ער איז אויסערגעווענדליך גוט אין אראפלייגן מעשיות וועלכע האט פאסירט אין זיינע תקופות, און אין תקופות פאר אים.

מ'קען טרעפן ראשונים וועלכע ברענגען אים נאך, אזוי ווי רש"י, תוס', רמב"ן, און מאירי. ער האט געשריבן זיינע חיבור אויף לשון הקודש, און צוליב די חשיבות וואס די יוונים האבן געגעבן צו זיין חיבור האבן זיי דאס איבערגעזעצט אויף יווניש, און פאר עטליכע הונדערט יאר צוריק האט מען דאס צוריק איבערגעזעצט אויף לשון הקודש.

א טיפע בליק אין זיין ספר וועקט אויף זייער שווערע שאלות, אסאך מאהל איז ער זיך סותר צווישן זיינע אייגענע ווערטער, אסאך מאהל איז דא סתירות צווישן זיינע ווערטער און חכמינו ז"ל, און בכלל פארציילט ער מעשיות וואס חז"ל דערמאנען אפילו נישט ברמיזא. אפאר מאהל פארקערט, חכמינו ז"ל פארציילן אונז מעשיות וועלכע יוסיפון ברענגט נישט אראפ און דערמאנט דאס בכלל נישט. עס איז בכלל נישט קיין ספק אז וואס חז"ל זאגן און פארציילן איז אמת ויציב, יעדע פרט איז פונקטליך און מער באגלייבט פון טויזענט עדים. וועקט זיך אויף די קשיא, ווי אזוי קען זיין אז דער 'טאטע פון אלע היסטאריקערס' זאל איגנארירן די מעשיות פון חז"ל, אדער גאר זיך סותר זיין מיט חז"ל?

מיר וועלן זיך בעיקר באצוען צו זיינע סתירות, און אויפ'ן שאלה צו איז ער בכלל געווען דער גרויסער העלד ווי ער וויל אראפלייגן, וועלן מיר פראבירן צו בארירן אויפן שפיץ גאפל.

היסטאריע אדער דמיונות?
מטבע הדברים, וואלט א חיבור אויף תקופת בית שני געדארפט ווען זיין פול מיט מעשיות און עובדות פון די פולע און גרויסע בתי מדרשים און חכמים וועלכע האבן געלעבט און געשאפט אין יענע תקופה און ארום זיי האט זיך כלל ישראל געדרייט. טויזענטער תנאים און צענדליגע טויזענטער תלמידי חכמים האבן געלעבט אין יענע תקופה, און עוסק געווען אין בייטאג און ביינאכט אין די הייליגע תורה און מחבר געווען און געשריבן די משניות. און יענע תקופה האבן געלעבט די 'אנשי האשכולות' וועלכע האבן געלערנט תורה ווי משה רבינו (תמורה טו: ), גאר וויכטיגע תקונות זענען דאן מתקן געווארן (ווי למשל די י"ח דבר (מסכת שבת פרק א). די גרויסע תנאים זענען נישט געווען איינגעשפארט אין ביהמ"ד און נישט ארויסגעגאנגען פון דארט, נאר אדרבה, זיי האבן געפירט כלל ישראל און צומאהל דעם קעניגס פאלאץ (ווי למשל ביי שלומציון). די השפעה וואס חז"ל האבן געהאט אויפן ציבור איז געווען אסאך שטערקער ווי די השפעה פונעם קעניג, אפילו יוסיפון וועלכע בשיטה אגנארירט חז"ל קען נישט לייקענען די פאקט און שרייבט "דאס ליבשאפט פונעם פאלק איז צו די פרושים" (קדמוניות י"ג, י).

אבער ווי אינטערעסאנט איז ווי אזוי יוסיפון באשרייבט באריכות אויף פרייע פירער פונעם פאלק, אבער ווען עס קומט צו חז"ל, ווייסט ער נישט צו זאגן פון זיי, ער קען זיי נישט, חוץ פון געציילטע מאהל וועלכע ער דערמאנט זיי באונס ולא ברצון און בדרך כלל מיט א שטארקע ביטול.

דאס איגראנירן חז"ל איז גארנישט אזוי אומשולדיג, דאס ווייזט אויף א שטארקע שנאה און האס וועלכע יוסיפון האט געהאט קעגן חז"ל און די ערליכע אידן וועלכע האבן זיך מדבק געווען אין זיי. וועלכער איד ווייסט נישט צו זאגן פון די אנשי כנסת הגדולה וועלכע האבן געלעבט אין יענע תקופה? יוסיפון האט נישט קיין מושג ווער זיי זענען! צו ווייזט דאס אויף עפעס?
וועלכע חדר אינגל ווייסט נישט צו זאגן פון שמעון הצדיק וועלכע איז געווען באקרוינט מיט כתר שם טוב, כתר כהונה, און כתר תורה און איז געווען פון די ערשטע תנאים? גוט צוגעטראפן, יוסיפון דערמאנט אים נישט נאר אזוי בדרך אגב ווען ער רעדט פון זיין ברודער און זיין זוהן! צו ווייזט דאס אויף עפעס?

די זעלבע גורל טיילט אויך הלל הנשיא וואס אין זיין זכות איז די תורה נישט פארגעסן פון כלל ישראל (סוכה כ.), יוסיפון פילט פאר וויכטיג אים צו דערמאנען נאר אין איין זאץ, ווען ער צייכענט צו אז הלל האט נישט געוואלט שווערן טריישאפט פאר הורדוס.

פון בית שמאי און בית הלל, די זוגות, האבן דאך יעדע תינוק בן יומו געהערט, יוסיפון נישט! אזוי אויך גאר אסאך אנדערע גדולי עולם פון יענע תקופה ווערן בשיטה איגנארירט כאילו לא היה. פון די אנדערע זייט פארלענגערט ער ווי שטארק ער קען נאר אויף אנדערע מינדערוויכטיגע פערזאנען פון יענע תקופה. און נישט נאר אויף די פרייע קעניגן און פירער שרייבט ער וואס עס לאזט זיך נאר, נאר אויף זייערע קנעכט, ווייבער און הנאות שרייבט ער כאילו עס איז איינעם אינטערעסאנט. אפילו דאס אז הורדוס האט אין א יאגט געכאפט 40 חזירים (א גליק אויף זיין קאפ) פילט ער פאר וויכטיג צו שרייבן.

פון זיין שרייבן קען זיך בטעות שאפן א בילד כאילו אין יענע תקופה האבן נישט געלעבט קיין חכמים און די תורה האט ח"ו נישט געהאט קיין שום השפעה אדער כוח אין כלל ישראל, כאילו מ'רעדט פון עפעס א ווילד-פרעמד פאלק וועלכע איז נישט געשטאנען ביים בארג סיני און מקבל געווען תורה שבכתב ובע"פ. ה"י.

כת הפרושים??
א חוץ פון זיין אגנארירן די גרויסע חכמים, איז ער נאך מוסיף חטא על פשע און ווען ער שרייבט שוין יא וועגן די חכמים שרייבט ער מיט א געוואלדיגע העצע און שנאה. ווי למשל ער שרייבט אן קיין בושה "ביי די אידן איז דא א כת פון מענטשן וועלכע טראכטן אז ווען עס קומט צו די תורה פארשטייען זיי דאס בעסטע, און דער אייבערשטער האט נאר זיי ליב, דאס זענען די פרושים" (קדמוניות יז ב). רח"ל. קודם כל פון ווי האט ער גענומען דאס חוצפה פון שרייבן אויף די חכמים אז זיי זענען געווען א כת? און לאמיר זאגן אז מ'וועט אים דן זיין לכף זכות אז ער האט זיך נישט גוט אויסגעדריקט, ער האט געמיינט צו זאגן אז זיי זענען געווען א קליינע גרופע פון מענטשן. דאס איז א שקר וואס יוסיפון אליינס איז מודה אז די פאקט איז געווען פונקט פארקערט. יוסיפון אליינס איז געצווינגען מודה צו זיין (קדמוניות יג י) אז די השפעה וואס די חכמים האבן אויפן פאלק איז אזוי שטארק אז אויב וועלן זיי זאגן עפעס אנטקעגן דעם כהן גדול אדער דער קעניג, וועט דאס גאנצע פאלק נישט פאלגן דעם כהן גדול אדער דער קעניג, נאר טוהן וואס זיי הייסן.

שנית כל, דאס אויסדרוק פון 'פרושים' געפינט זיך נישט אין ערגעץ אין חז"ל אלס אן אויסדרוק פאר די ערליכע אידן. אין משניות און אין גמרא ווערן די תלמידי חכמים און זייערע תלמידים אנגערופן 'חכמים' אדער 'חברים'. דאס אויסדרוק 'פרושים' איז א שפעט ווארט וואס די צדוקים האבן באטיטלט די חכמים, און עס האט געניצט חוזק צו מאכן פון די חכמים כאילו זיי האבן זיך אפגעשיידט פון כלל ישראל און העלפן נישט שלעפן דעם עול. אזוי אויך די ערשטע קריסטן האבן אזוי באטיטלט די חכמים ווען זיי האבן אטאקירט די חכמים.

אפילו עס איז יא דא געציילטע פלעצער אין חז"ל ווי עס ווערט יא דערמאנט דאס אויסדרוק 'פרושים', דאס איז נאר ווען חז"ל ברענגט נאך די ווערטער פון די צדוקים. ווי למשל אין די משנה פון מסכת ידיים ברענגט נאך די משנה אפאר וויכוחים צווישן חז"ל און די צדוקים, שטייט דארט אזוי,די צדוקים זאגן: נעמטס אן אויף ענק פרושים. אזוי אויך ווען די גמרא ברענגט נאך אז ווען א לץ, א שלעכטע הארץ און א בליעל האט אויפגעהעצט ינאי המלך קעגן די חכמים, האט ער געזאגט פאר ינאי: די פרושים האבן אויף דיר א שווערע הארץ.

אין מסכת חגיגה שטייט טאקע אז די קליידער פון עמי הערצים איז טמא פאר פרושים. אבער דארט מיינט עס די גרויסע מדריגה וועלכע טייל תלמידי חכמים פון יענע דור זענען געווען, אז זיי האבן זיך אפגעשיידט פון יעדע סארט חשש פון א חשש טומאה, אבער עס איז נישט געווען געווען קיין גרופע נאר א פאקט אז זיי געווען אפגעשיידט פון טומאה.

יוסיפון איז נאך אלץ נישט צופרידן, ער שרייבט עטליכע מאהל אז כלל ישראל איז געווען איינגעטיילט אין דריי: פרושים, צדוקים און איסיים. מיט דעם האט יוסיפון פארדרייט דעם אמת מיט'ן אויפהייבן די איסיים צו א גרויסע ציבור ענדליך צו (להבדיל) די חכמים. די פאקט איז אזוי אנדערש, אז די חכמים האבן אפילו נישט געפילט פאר וויכטיג זיי צו דערמאנען. עס איז דא וואס ווילן זאגן, אז דאס וואס די גמרא שרייבט אז די חיצונים פלעגן באדעקן זייערע תפילין מיט גאלד, אז דאס גייט ארויף אויף די איסיים. אבער פון צו מאכן פון זיי א גאנצע עסק כאילו זיי זענען געווען גאר א גרויסע טייל פון כלל ישראל, דאס איז זיכער א שקר וואס האט נישט קיין הענט און קיין פוס.

א חוץ פון דעם וואס ער פראבירט צו אריינשטיפן פאר'ן ליינער אין מוח, כאילו די חכמים זענען געווען נישט מער פון א דריטל כלל ישראל, און צוויי דריטל זענען געווען אפיקורסים. ווען אין מציאות האט דאס נישט אפילו קיין ברעקל פון אמת.

צדוקי אדער גאר א קריסט?

נאך א וואונדערליכע מעשה וועלכע ווערט נישט דערמאנט אין יוסיפון, איז דעם נס פון טרעפן א קריגל שמן כ"ה כסלו וואס דעריבער פראווענען מיר א יו"ט חנוכה פאר אכט טעג. ווען ער דארף מסביר זיין פארוואס די יו"ט חנוכה ווערט אנגערופן חג האורות אדער חג הנרות, ווערט ער אינגאנצן א תמים און ער שרייבט (קדמוניות יב ז) אז דעריבער הייסט חנוכה חג הנרות אדער חג האורות, איז צוליב דעם וואס די אידן זענען נאכאמאל ערלויבט געווארן צו גיין לויט זייערע רעליגיע און לויט זייער רצון, און עס איז געקומען אין אזא איבעראשונג ווי א בליץ אינעם העלן טאג. פון די נס פון טרעפן דעם פח שמן, פון די נס אז די ליכט האבן געברענט פאר אכט טעג, ווי וואונדערליך האט יוסיפון נישט געוואוסט און נישט געהאט קיין איינונג דערפון צו זאגן אדער פארציילן.

למעשה איז דאס נישט קיין שום חידוש אז יוסיפון פראבירט צו פארדרייען די נס חנוכה כלא היה, רוב רובו וואס יוסיפון האט געשריבן פון איידער זיין תקופה האט ער גענומען פון 'ספר חשמונאים'. ספר חשמונאים איז לויט רוב היסטאריקערס און פארשער'ס נתחבר געווארן אדורך א צדוקי צוליב עטליכע סיבות. קודם כל ווי איז די ספר נעלם געווארן? און עס ווערט נישט דערמאנט נישט אין משנה, נישט אין גמרא, נישט אין ערגעץ. ווי אזוי קען זיין אז אזא וויכטיגע היסטארישע ספר איז ווי נעלם געווארן אין דער ערד? און שנית, עס איז געווען א שטארקע איסור אין יענע צייטן צו שרייבן סיי וועלכע ספר חוץ פון חמשה חומשי תורה, אפילו די משנה און גמרא איז לויט רוב ראשונים געשריבן געווארן שפעטער, אין די תקופה פון די רבנן סבוראי (רש"י עירובין סב:, ריטב"א כתובות יט:, הקדמת סמ"ג) איז ווי אזוי האט אן ערליכער איד פשוט אנגעפיפן דעם איסור פון שרייבן סיי וועלכע ספר?

בדרך אגב, יוסיפון האט געהאט פול מער פון א שמינית שבשמינית גאווה, און געווען איבערגעפילט מיט גאווה שקר (אדער דמיונות). עטליכע דגמאות: ער שרייבט ברוב ענוותנתו "דאס אידישן פאלק טוט פרייוויליג באשטעטיגן אז איך שטייג פול איבער אין לערנען" (קדמוניות כ יא). אדער למשל שרייבט ער "איך האב פאראויסגעזאגט פאר אספסיינוס אז ער גייט ווערן דער קייזער". ער מאכט פשוט איין טעות, איינער האט טאקע פאראויסגעזאגט פאר אספסיינוס אז ער גייט ווערן קייזער, אבער דאס איז נישט געווען ער, נאר א צווייטער מיטן נאמען רבי יוחנן בן זכאי. (גיטין נו)
יוסיפון שעמט זיך נישט אז ער שרייבט לויב ווערטער אויפן אותו איש ימ"ש (קדמוניות יח). די קריסטליכע קירכע האט אסאך געבויעט אויף זיינע ווערטער, ווייל עס קומט פון א איד און ספעציעל פון אזא איד. דא שטעלט זיך שוין די גאר הארבע קשיא, ווי אזוי טרויט זיך א איד צו שרייבן דברי שיר ושבח אויף אזא קליפה? וואס די חכמים האבן גע'פסק'נט אז ער איז געווען א כישוף מאכער, א מסית ומדיח, א חוטא ומחטיא את הרבים און בנוסף צו אלע מעלות איז ער געווען א פשוטע ממזר על פי דת משה וישראל.

נאר אויב אזוי ווי אזוי האבן די ראשונים נאכגעברענגט זיינע ווערטער? לכאורה פון דעם קען מען זעהן אז מ'מעג יא לערנען זיינע חיבורים. אבער יעדער איז מודה אז קיינער קען קיינמאל נישט פארשטיין אפילו א הוה אמינא פון א ראשון, און ווער קען דען מסביר זיין זייערע פירושים וועלכע זענען אלע געשריבן געווארן מיט רוח הקודש? נאר עס איז אינטערעסאנט צוצוצייכענען א יערות דבש פונעם הייליגן רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל אויף פורים, ווי ער ברענגט א ראיה פון "הבייבל שלהם" כלשונו (ער מיינט מיט דעם די טמא'נער חיבור פונעם אותו האיש ימ"ש), און בנשימה אחת דערמאנט ער יוסיפון יוסיפון. וועט זיך דען איינער דאכטן אז וויבאלד דער הייליגע רבי ר' יונתן האט דאס אראפגעברענגט, מעג מען דען אפילו א בליק געבן דערין? ח"ו! נאר די גדולים האבן געהאט זייערע כוונות און מחשבות וואס קיינער וועט קיינמאל נישט קענען אנפאנגן צו פארשטיין.

מלשין כי ימלוך
יוסיפון איז געווען זייער געטריי צו די גויאישע קעניגן אין ארץ ישראל אייניקליך פון הורדוס, וועלכע האט זיך געהאלטן ווי דער ממשיך פון די מלכי בית חשמונאי. ווען יוסיפון שרייבט וועגן די אכזריות'דיגע רציחות פון יוחנן (ינאי, הורקנוס דער ערשטער) ווען ער האט גע'הרג'ט די חכמים, שרייבט ער די פאלק האבן מקנא געווען אין די הצלחות יוחנן אין זיינע מלחמות, זענען זיי אויפגעשטאנען קעגן אים (מלחמות א, ב). אזא לעכערליכע טענה קען נאר יוסיפון אויסטרעפן, און צו אלע זיינע מעלות זיך נישט שעמען צו שרייבן. וועלכע פאלק שטייט אויף קעגן זייער אייגענעם קעניג צוליב זיינע הצלחות אינעם שלאכט פעלד? וועלכע פאלק איז מקנא דעם קעניג ווען ער איז מצליח? די פשוטע דעת זאגט פונקט פארקערט, ווען דער קעניג איז מצליח איז יעדער שטאלץ מיט אים, ווען עס איז פארקערט ווערט אן איבערקערעניש ביים פאלק.

נאכמער, אין זיין צווייטע ספר (קדמוניות י"ג, י) שרייבט ער זייער באריכות בפרטי פרטים וועגן אלע קעניגן במלכי הורקנוס, אבער פונעם אויבן דערמאנטע ווידערשטאנד איז נישט קיין זכר. דער אמת איז זייער פשוט, די צדוקים האבן אויסגעטראכט דעם אויפשטאנד אנצורייצן ינאי אז ער זאל אדורכפירן די שחיטה אויף די חכמים.

יוסיפון וועלכע האט געצויגן זיין אינפארמאציע פון צדוקישע ספרים, פראבירט מיט זיינע שטערקסטע כוחות אראפצולייגן כלל ישראל ווי א צוווילדעוועטער פאלק וועלכע פאלגט נישט קיינעם און טוט ככל העולה על רוחה, און קיינער טוט זיי נישט איינטיילן וואס צו טוהן, און אייגענטליך שעפט זייער חיות פון מלחמות און טיילן צרות פאר יעדעם. פארשטייט זיך אז די גויאישע היסטאריקערס באלעקן זיך די פינגער מיט די ווערטער, אבער די פאקט איז דאך אזוי אנדערש, כלל ישראל וועלכע איז געווען אינטערגעווארפן אינטער די חכמים און געפאלגט בלינדערהייט וואס די חכמים האבן נאר געהייסן (ווי ער אליינס איז מודה), איז געווען אזוי אנדערש פון די "טראבעל מעיקערס" וואס ער פראבירט אראפצולייגן.

ערליך אויף זיין וועג, לייגט אראפ יוסיפון די פאסירונג וועלכע האט פאסירט סוכות אין ביהמ"ק ווען דער קעניג ינאי (דער צווייטער- אלכסנדר) האט געגאסן די וואסער אויף זיין פוס אנטשטאט צו גיסן אויפן מזבח ביי ניסוח המים, און דער ערשטוינטע עולם האט פאר כעס און קנאות אים באשטיינערט מיט זייערע אתרוגים, פאר די חוצפה פון טוהן קעגן די חכמים ברבים אין ביהמ"ק. ינאי המלך וועלכע האט פארשטאנען וואס זיין פראוואקאציע וועט טוהן צום ערליכן עולם, שוין אנגעגרייט בזמן זיינע גואישע סאלדאטן, ווי נאר די עולם האט אנגעהויבן ווארפן זייערע אתרוגים האבן זיך די סאלדאטן א לאז געטוהן אויפן עולם און גע'הרג'ט 6000 אידן און זייער בלוט האט זיך געגאסן אויפן ערד פונעם ביהמ"ק. יוסיפון האט גאר א צווייטע בליק דערויף, ווי ער שרייבט אז די אידן האבן געמאכט א פלאן צו הרג'נען דעם קעניג בפרהסיא ווען ער שטייט אויפן מזבח, און ער איז אזוי נעבעך אומשולדיג אטאקירט געווארן אדורך דעם צווילדעוועטן עולם און איז געראטעוועט געווארן אין די לעצטע מינוט נאר דורך זיינע גואישע סאלדאטן. די גמרא דערמאנט שוין די פאסירונג, אבער דערמאנט נישט ביי וועלכע דאס האט פאסירט, יוסיפון אנדעקט ווער דער פראוואטאקירער איז געווען.

דער קעניג ינאי האט איבערגעדרייט דעם פאלק צו א ביטערע שונא, ווען ער זיך גערייצט מיט די אידישע געפילן און זיך אנגעפיפן אויפן תורה בריש גלוי, און האט גע'הרג'ט פון זיינע אידישע אינטערטאנען 50 טויזענט ערליכע אידן אין זיין קעניגרייך (קדמוניות י"ג, י"ג). פארשטייט זיך פאר יוסיפון איז ינאי געווען גערעכט, און ער האט נאך די העזה צו בארעכטיגן זיינע שענדליכע טאטן און דאס איז געקומען צוליב דעם וואס די ערליכע אידן האבן געמאכט א ווידערשטאנד אויף אים. זיין טענה קען מען זייער פשוט אפפרעגן, יוסיפון באווארפט יעדעם מיט מינדערוויכטיגע פאקטן און זייטיגע מעשיות אויף יעדע מלחמה און שלאכט וואס כלל ישראל האט נאר געהאט, אבער אויף די ווידערשטאנד וואס האט זיך געצויגן 6 יאר לויט אים, ווייזט ער נישט גארנישט, נישט קיין מעשה פון א שלאכט, קיין איין באשרייבונג פון א קריג, גארנישט. און עפעס זייער אינטערעסאנט, א ווידערשטאנד וועלכע צוהט זיך 6 יאר, ווייזט ער נישט פון קיין איין סאלדאט אדער געטרייע מענטש פאר ינאי וועלכע איז אויך געשטארבן אינעם שלאכט. פון די ערליכע אידן איז געשטארבן 50 טויזענט ווידערשטענדלער, אבער פון די אנדערע לאגער ווייזט מען נישט פון קיין פארלוסט.

די מסקנא איז זייער פשוט, די "ווידערשטאנד" איז קיינמאל נישט געווען, פשוט אויסגעזויגן פונעם פינגער, עס איז פשוט געווען א רעגירונג פון טעראר, און מארד. יעדער ערליכע איד וועלכע איז נישט געווען צופרידן ווי אזוי דער קעניג לאכט זיך אויס פונעם תורה (רח"ל) איז גע'הרג'ט געווארן, מענער ווי פרויען און קינדער.

אנדערש ווען די צדוקים זענען געזיצן ביים רעדל, וואס דעמאלס האט כלל ישראל נאר געליטן צרות צרורות, מלחמות איינס נאכן צווייטן, עקאנאמיע וואס איז געווען טיעף אין דער ערד. אינעם לאנד אליינס האט געהערשט א תוהו ובוהו, רציחות אין אלע גאסן, מענטשן האבן מורא געהאט צו גיין אויפן גאס אליינס אומ-באוואפנט. איז געווען די ניין גליקליכע יארן וואס כלל ישראל האט געהאט ווען די ערליכן שלומציון איז געווען קעניגן (שלציון-שלומית), און חז"ל מיט רבי שמעון בן שטח בראש האט געפירט די מלוכה אלע אנטלאפענע פון ארץ ישראל האבן זיך צוביסלעך צוריקגעקערט, די עקענאמיע האט געבליעט, די תפיסות זענען געווען ליידיג. די הערליכע תקופה לאזט אויס יוסיפון, ווען ער דערמאנט דאס שוין יא, ווערט די מלוכה ביטער אטאקירט, אפילו ער אליינס דארף מודה זיין אז די עקנאמיע און רואיגקייט וואס האט גערוהט און געבליעט אונטער שלומציון, איז געווען העכער פון אלע ערווארטונגען.

יוסיפון וועלכע האט גאר אסאך צו דערציילן אויף קעניגן וועלכע האבן געקעניגט אויף איין יאר, קען זיך נישט פארגינען א גוטע מעשה'לע, א שיינע פאסירונג, און א נאבעלע עובדה איבער די 9 גליקליכע יארן. לדוגמה: זי (שלומציון) כאפט זיך נישט וואס עס איז גוט אדער שלעכט (פאר די צדוקים), זי האט געברענגט אז די אלע ארגינעלע מלוכה פירער (די צדוקים) איז אין אזא ביטערע מצב אז זיי אליינס ווייסן נישט וואס זיי טוהן. זי איז ארומגערינגעלט מיט שונאים פון איר משפחה (רבי שמעון בן שטח און די חכמי סנהדרין) און זי לאזט איבער די קעניגרייך אן קיין פאסיגע מענטשן (צדוקים). אפילו מיט איר אומ-אחריות'דיגע פירערשאפט האט זי וואונדערליך מצליח געווען צו האלטן אויפן אחדות פונעם פאלק. (קדמוניות יג יז) . נאך עטליכע צוטאטן: זיי (די פרושים) האבן גערופן פאר אלע וועלכע זענען אנטלאפן פון ארץ ישראל זיך צוריקצוקערן קיין ארץ ישראל (קדמוניות ט"ז ב). זי איז טאקע געווען אויפן בענקל אבער זי האט זיך געלאזט פארפירן פון די פרושים (קדמוניות יג ט"ז). עס איז זיכער אז זיין קריטיק אויפן קעניגן קומט נישט פאר'ן פירן אזוי גוט די לאנד (אפשר קומט עס פון קנאה, ווי ער האט פריער געשריבן...), נאר פאר'ן ערלויבן די חכמים צו פירן די לאנד ווי אזוי זיי פארשטייען.
#שקרן פארענטפערט אנדערע שקרן

רוב היסטאריקער זענען געגאנגען אין יוסיפון'ס פיס טריט, און זיי נעמען אן דאס וואס ער שרייבט אז מרים החשמונאית איז געווען די מאמע פון הורדוס'ס קינדער, אזוי האט הורדוס באקומען דאס כבוד פון מלכות בית חשמונאי. די אמת'ע מעשה שטייט אבער גאר אנדערש אין חז"ל, אין די צייט פון הורדוס איז געווען טאקע גאר מסוכן צו דערציילן דעם אמת איבער זיינע קינדער, אבער יוסיפון האט דאך געלעבט פיל שפעטער. די גמרא דערציילט אז הורדוס האט געוואלט חתונה האבן מיט מרים צוליב איר יחוס, זי האט זיך אבער נישט געוואלט מטמא זיין אדורך חתונה האבן מיט א גוי, איז זי אראפגעשפרינגען פונעם דאך און אזוי זיך גענומען דאס לעבן, אבי נישט חתונה האבן מיט דעם גוי. הורדוס האט דאס זייער נישט געשמעקט, האט ער איר באהאלטן אין האניג כדי מ'זאל זאגן אז ער האט חתונה געהאט מיט איר און קיינער זאל נישט וויסן דעם אמת. (בבא בתרא ג: )

פארוואס האט זיך יוסיפון צוריקגעהאלטן פון זאגן דעם ריינעם אמת? ער האט דאך געלעבט 100 יאר נאך הורדוס, צו האט אים דער טויטער הורדוס דערשראקן? נאר די סיבה איז זייער פשוט, יוסיפון האט זיך גענומען פאר א שליחות צו גרויס מאכן הורדוס איז זיין משפחה ווי מער מעגליך. נאכמער, יוסיפון איז געווארן אויפגענומען אדורך אגריפס דער צווייטער (אן איר אייניקל פון הורדוס) צו באשרייבן זיין משפחה און פארשענערן די בליק וואס דער עולם האט געהאט אויף זיין משפחה. ער אליינס איז זיך מודה אז ער האט באקומען צוויי און זעכציג הסכמות אויף זיין חיבור פון אגריפס (חיי יוסף פרק ס"ה). שטעלט זיך די שאלה, וועלכע מענטש באקומט אן הסכמה אויף זיין חיבור 62 מאהל פונעם זעלבן מענטש? צו איז דען 1 מאל נישט גענוג? נאר אגריפס האט אים געהייסן פארבעסערן און טוישן פאקטן 62 מאהל ביז עס איז אים געפאלן דאס חיבור, און אים ערלויבט ארויסצוגעבן דאס חיבור אויפן גאס.

נאך א 'חשובע' פערזאן וואס האט זיכער נישט אינזינען געהאט די טובה פון כלל ישראל, און יוסיפון איז געגאנגען נעמען אן הסכמה אויף זיין חיבור, איז געווען טיטוס הרשע (חיי יוסף פרק ס"ה). דער זעלבער טיטוס וואס האט אריינגעשטאכן א שווערד אינעם פרוכת, דער זעלבער טיטוס וואס האט גע'הרג'ט און פארטירבן די אידן אין גלות אריין, פון אים האט יוסיפון געגאנגען נעמען אן הסכמה. צו זאגט דאס נישט עפעס אויף זיין חיבור?

אפילו די היסטאריקער וועלכע ווילן זיך באצוען אויף יוסיפון און עס איז זיי שווער צוליב די קשיות, און זיי ווילן ענטפערן אז יוסיפון האט מורא געהאט פון טיטוס, דעריבער האט ער געשריבן די שטותים והבלים, און עס איז נישט געווען במיזד נאר באונס. סיי ווי אזוי מ'וויל נאר אננעמען, וועט מען נאך אלס נישט קענען לייקענען די פאקט אז יוסיפון האט פארדרייט דעם אמת און געשריבן א פאלשע היסטאריע ביכל.

נישט נאר ער האט גענומען אן הסכמה פון טיטוס הרשע, האט ער נאך אויפגעהעצט די גוים אנטקעגן די אידן. ווען ער האט אראפגעלייגט אין זיינע חיבורים אז אגריפס איז באמת א וואוילער קעניג געווען, און ער האט נישט געוואלט מלחמה האלטן מיט די רומאים. נאר די אידן זענען געווען דער וועלכע האט אנגעדרייט די גאנצע מלחמה, און זיי האבן שטענדיג זיך פראבירט צו רייצן מיט די רומאים און קיינמאל נישט געוואלט אננעמען א שלום אפמאך צווישן די צוויי פעלקער. איבעריג צו זאגן אז די אנטיסעמיטישע ווערטער האט אנגעמאכט א שרעקליכן חורבן אויף כלל ישראל, ווען די רומאים האבן נקמה גענומען פונעם פארטריבענעם פאלק. און אפילו מ'זאל אננעמען אז וואס ער האט געשריבן איז געווען אמת, פארוואס האט דאס אויסגעפעלט צו שרייבן? וואספארא טובת הנאה האט ער געהאט אז די רומאים ווערן אנגערייצט אנטקעגן די אידן? און אפילו מ'וועט אננעמען אז טיטוס האט אים דאס געהייסן טוהן, צו מעג מען דאס טוהן צו פארקויפן די נשמה צום שטן צוליב תאוות הממון וכבוד?

#פאלשע באשולדיגונג, ליגענטס און בלבולים.

אנצוהאלטן ווייטער זיין מנהג צו באשמיצן די ערליכע און בארימען די נישט-ערליכע, שפינט ווייטער יוסיפון זיינע חלומות און ער האקט זייער שטארק אנטקעגן דער גענעראל וועלכע איז געווארן אויפגענומען אדורך די חכמים, יוחנן פון גוש חלב, ווען ער לייגט אים אראפ מיט גאר שווארצע און מיאוסע פארבן. אפילו ער אליינס שרייבט אז רבן שמן בן גמליאל איז געווען מיט יוחנן א ידיד נפש (חיי יוסף פרק ל"ח), האלט ער זיך נישט צוריק פון באשמיצן ווען ער קען נאר דעם יוחנן פון גוש חלב.

ווי למשל, יוסיפון באשולדיגט אים אין נישט מער און נישט ווייניגער אז ער האט פארברענט די אוצרות פון האלץ, און שפייז וואס מ'האט אוועקגעלייגט פאר'ן באלאגערונג. יוחנן איז געווען גאר ווייט פון אזעלכע מעשים כרחוק מזרח ממערב, אדברה, ער האט אייגענטליך אוועקגעלייגט און פראבירט צו באשיצן אט די אוצרות. ער האט במשך צוויי יאר, ביז דער בריון שמעון בן גירא איז אריינגעקומען אין שטאט, אוועקגעלייגט און געזאמעלט אוצרות פון האלץ און שפייז על כל צרה שלא תבוא. יוסיפון אליינס שרייבט אז יוחנן האט צוזאמגענומען געלט פאר די מלחמה, אבער יוסיפון באשולדיגט אים אז יוחנן האט גע'גנב'ט די געלט פאר זיך.

צוליב די טויזענטער יארן וועלכע איז שוין פארלאפן זייט דעמאלס, איז זייער שווער צו פארטיידיגן יוחנן און אים אינגאנצן ריינוואשן פון די אלע חטאים, עוונות ופשאים וואס דער יוסיפון פראבירט ארויפצושמירן אויף אים. אבער איין זאך קען מען יא זאגן, עס איז דא א מאמר החכם וואס זאגט: זאג מיר ווער דיינע חברים זענען, וועל איך דיר זאגן ווער דו ביסט. אז מ'זעהט ווער דער חבר פון יוחנן איז געווען (רבן שמעון בן גמליאל) און מ'זעהט ווער די חברים פון יוסיפון איז געווען (טיטוס הרשע, אגריפס, און יעדער וואס האט נאר פיינט אידישקייט), בלייבט נישט קיין צל של ספק ווער איז גערעכט, ולמי החותמות והפסולים.

יוסיפון אליינס שרייבט אז די שנאה פון יוחנן אויף אים איז געווארן שטערקער און שטערקער פון טאג צו טאג (פשוט, ווייל דאס פאלשקייט פון יוסיפון איז געווארן מער אנטפלעקט יעדן טאג), און יוחנן האט געבעטן פון רבן שמעון בן גמליאל אז ער זאל מיר אפזאגן פון מיין שטעלע אלס קריג פירער פון דרום טייל ארץ ישראל. רבן שמעון בן גמליאל האט אבער נישט געוואלט און ער האט נישט מסכים געווען צו וואס יוחנן האט געבעטן. אלס הכרת הטוב, האט יוסיפון זיך ערלויבט אריינצוווארפן עטליכע גוטע ווערטער אויף רבן שמעון בן גמליאל, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, שרייבט ער אזוי: דער שמעון (אזוי שרייבט מען אויף א תנא וועלכע האט געקענט מחיה מתים זיין?) איז א קינד פון די פרושים, און ער איז א קליגע מענטש, און ער האט פארשטאנען אז מ'טאר נישט אוועקשיקן אזעלכע געלונגענע מענטן ווי מיר. (חיי יוסף ל"ח) דאס איז א בפירושע סתירה צו זיין שנאה קעגן די חכמים און די ערליכע אידן, און ספעציעל קעגן רבן שמעון בן גמליאל, וואס ער האט אים געוואלט איינשפארן אין תפיסה (חיי יוסף מ')

זיינע באשולדיגונס און מלשינות קעגן די חכמים און זייערע מיטהעלפער ענדיגט זיך נישט דא, עס גייט ווייטער. ער שרייבט: די פרושים זענען געווען זייער הארטנעקיג קעגן די קעניגן, ווען גאנץ כלל ישראל האט געשוואוירן טריישאפט צום רומישן קייזער און צו קעניג הורדוס, האבן די פרושים נישט געוואלט שווערן טריישאפט און געווען גרייט אפילו צו טוהן וואס זיי האבן נאר געקענט אנטקעגן די רומשיע קייזער. די ווערטער אפילו עס וואלט ווען געווען אמת, טאר דאס בשום אין אופן נישט ווערן דערמאנט אדורך א איד, חוץ פון שפיכות דמים און רציחה וועט דאס גארנישט אויפטוהן. ווי אזוי דארף דאס די רומישע קייזער באטראכטן? ווי אזוי קענען די אידישע חכמים זיך שטעלן פאר קייזער און בעטן פאר זייערע אידישע ברודער וועלכע ווערט אונטערדרוקט אונטער די רומישע נעגל?
יוסיפון איז געגאנגען גאר ווייטער פון סתם מלשינות, ער האט פשוט אויסגעטראכט שקרים אויפן חשבון פון אונזערע הייליגע חכמים. ווער עס קוקט נאר אריין אין גמרא וועט גראד זעהן ווי אזוי די חכמים האבן אייביג געוואלט שלום מאכן מיט עשיו, זיי האבן זיך קיינמאל נישט געזיכט צו קירגן מיט די גוים, ספעציעל נישט אין יענע תקופה. ווי אזוי קען קומען א איד, מזרע אברהם יצחק ויעקב, און שרייבן אזעלכע לגיונות אויף די חכמים, די חכמים האבן געזיכט וואס צו טוהן און געווען גרייט צו טוהן וואס אימער קעגן די רומאים? ווי אזוי נעמט א איד די אחריות פון צו לייגן די חכמים אין אזא סכנה?
און נישט גענוג וואס ער מיט זיינע חברים די צדוקים זענען געווען שולדיג אינעם חורבן בית שני, וואלט זיך געוואלט איינעם דאכטן אז די שילד געפילן האט אים געגעסן ביים הארץ און ער האט פראבירט זייענדיג א מקורב לבית המלכות, זייענדיג א נאנטע חבר פון טיטוס, עפעס א טובה צו טוהן פאר די אידן וועלכע זענען געווען אזוי צושלאגן און פארפיייניגט? אז מ'זעהט ווייטער זיין לעבן ווערט מען געוואר א נעכטן טאג! ער האט קיינמאל נישט בייגעפאלן צו בעטן עפעס פאר זיינע ברודער, בשעת זיי זענען געזיצן און געקלאגט אויפן חורבן, האט ער געהאט א לעבן אין טיטוס'נס פאלאץ.

#תמצית הדבר

מ'דארף זייער נזהר זיין ווען מ'ליינט זיינע חיבורים צו עס איז נישט סותר מיט א מאמר חז"ל, צו מיינט ער נישט זיין פערזענדליכע כבוד, און צו איז ער זיך סותר מיט זיינע אייגענע ווערטער. ווייל סתם אזוי צוצולייגן צו א סיפור פון חז"ל, אדער פאר א שיינע מעשה קען ער אפשר גוט זיין, אזוי ווי מיר האבן שוין פריער געזאגט אז רש"י ברענגט אים נאך.
מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 10:30 pm#66338
שלום עליכם ממי_שאמרו!
מ'האט קוים געענדיגט די ווינטשעוואניעס פאר דער פרישער וואך, און שוין איז די נייע וואך נתמלא געווארן אורה מיט אזא הערליכן מאמר.
איך וויל נאר רעאגירן עטליכע נקודות:
א) יוסיפון האט געהאט א נאנטער שייכות מיט די רוימישער באהערדע און האט מעגליך געמוזט זיך פיינשמעקן פאר זיי. (דער נאמען "פלאוויוס" האט ער באקומען א מתנה פון די רומיים.)
ב) יוסיפון איז געווען מקובל אין אלע דורות, און אז מיר האבן א פראבלעם מיט דעם וועג וויאזוי ער באציט זיך צו די פרושים איז עס ווארשיינליך אונזער פראבלעם, נישט זיינס.
ג) דער נס פונעם פך שמן אום חנוכה ווערט אויך נישט דערמאנט אין "על הניסים", און דער גאנצער יו"ט ווערט ווי איגנארירט אין דער משנה.
ד) די קטע פון יאשקע איז שוין באשטעטיגט געווארן דורך חוקרים אז עס איז פאלש אריינגעשטעלט געווארן און איז קיינמאל נישט געשריבן געווארן דורך יוסיפון.
מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 10:31 pm#66339
יישר כח.
איך האב עפעס געמיינט אז דער חיבור יוסיפון איז א זיוף באזירט אויף אנדערע חיבורים.
עס איז געוועהן איינער יוסף בן מתתיהו, אבער ער האט נישט געשריבען יוסיפון.
קארעקט מי איף איים ראנג.
מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 10:37 pm#66341
אפגעזען פון דיינע אויפפאסונגען, איז דער ארטיקל זייער רייך, עס זעט אויס אז דו ביזט גוט באקאנט אין דעם נושא.
איך וויל נאר וויסן איין זאך. ביסטו דער ערשטער צו אנטדעקן יוסיפין אלץ אזא עוכר ישראל ווי די לייגסט אים אראפ, אויב יא איז שווער פארוואס קיינער פון אונזערע גדולי ישראל האבן אים נישט אזוי ארינטערגעריסן ווי דו?
מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 10:40 pm#66343
רבי אביגדור מיללער האט אין זיינע ספרים שטארק ארונטערגעריסן יוסיפון. לאמיר ווארטן פאר שיטה מקובצת אז ער זאל אונז מיטטיילן מתורת רבו אויף דעם ענין.
מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 10:42 pm#66344
וואו זענען די אלע גדולים ביז ר' אביגדור וועלעכע האבן אויך געוואוסט פון יוסיפין און אלעס וואס ער שרייבט?
מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 10:57 pm#66351
איחוד פעלד האט געשריבן:יישר כח.
איך האב עפעס געמיינט אז דער חיבור יוסיפון איז א זיוף באזירט אויף אנדערע חיבורים.
עס איז געוועהן איינער יוסף בן מתתיהו, אבער ער האט נישט געשריבען יוסיפון.קארעקט מי איף איים ראנג.


איך בין נישט אזוי באהאוונט מיט דעם ספר יוסיפין און אויך נישט איבער זיין בעקראונד (מ'ען זייער גרינג געוואויר ווערן אין וויקעפידיע וכדו') אבער וואס ס'איז מיר געווען אויפפאלנד איז אז אין אנהייב אידענטיפיצירט ער דעם פאלק תירס פון די תורה אלס ארץ רוסיא. פאר ווער ס'איז באקאנט מיט די רוסישע היסטראיע ווייסט אז דאס רוסישער פאלק עקזיסטירט נישט מער ווי 12 הונדערט יאר. אנגעהויבן האט זיך עס מיט א ווילדע נארדישע אדער סקאנדינאווישער גדוד וועלעכע האבן זיך גערופן "רוסן" ד.ה. די רויטע (איך געדענק נישט פארוואס), און האבן זיך אריין געריקט צווישן סלאווישע (אומשפראכיגע) שבטים און אנגעהויבן א קעניגרייך אין קיעוו.
אלזא וואו קומט רוסיא אין יוסיפין וועלעכע האט געלעבט מיט הונדעטער יארן פאר איר עקזיסטענט?

קען זיין אז דאס זענען הוספות פון דעם מעתיק, אבער אזוי פיל זעט מען קלאר אז נישט אלעס וואס שטייט דארט קען געמאלט זיין אז ס'איז פון יוסף בן מתיסיהו
מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:10 pm#66360
איחוד פעלד האט געשריבן:יישר כח.
איך האב עפעס געמיינט אז דער חיבור יוסיפון איז א זיוף באזירט אויף אנדערע חיבורים.
עס איז געוועהן איינער יוסף בן מתתיהו, אבער ער האט נישט געשריבען יוסיפון.
קארעקט מי איף איים ראנג.


ראנג. ער האט דאס געשריבן אין יווניש און אזוי ווי עס איז זייער געפאלן פאר די גוים ווי אזוי דער איד לעקט זיך צו זיי, האבן זיי זיכער געמאכט אז זיינע חיבורים זאלן בלייבן לעבן. קענסט מיר ווייזן איין ביכל חוץ פון רעליגיע ביכער(און אזא גרויסע) וואס זאל איבערלעבן יענע תקופה?
מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:12 pm#66363
איך מיין אז מקבים האבן איבערגעלעבט יענע תקופה
מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:15 pm#66366
חאצקל האט געשריבן:וואו זענען די אלע גדולים ביז ר' אביגדור וועלעכע האבן אויך געוואוסט פון יוסיפין און אלעס וואס ער שרייבט?


אמאל איז פרעמדע ביכער געווען שטארק אריינגעריסן, און מ'זעהט קיינמאל נישט ווי ראשונים רייסן אינטער אן איינצעלע ספר (חוץ וואס עס איז ארויסגעקומען בשעתם). אדרבה, מ'קען היבש מאהל זעהן ווי ספרים, אזוי אויך מער לעצטיגע ספרים קען נאך ברענגען שטיקלעך פון ספרים וועלכע איך טאר נישט האבן אין שטוב.

דאס וואס מ'האט "נישט" אינטערגעריסן איז נישט קיין ראי'
מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:16 pm#66367
די מיינסט אוודאי צו שרייבן 'ראי''
מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:19 pm#66370
ברוך הבא הרב הבקי "ממי שאמרו!"
עס איז מיר א געוואלדיגע הנאה צו זען אז דער קאווע שטיבל האט איינגעקויפט א קענטיגער ידען נפלא און בקי בתורה ובמדע. לאמיר האפן אז איר וועט הנאה האבן פון אונז אזוי ווי מיר האבן הנאה פון אייך.
מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:22 pm#66371
איחוד פעלד האט געשריבן:יישר כח.
איך האב עפעס געמיינט אז דער חיבור יוסיפון איז א זיוף באזירט אויף אנדערע חיבורים.
עס איז געוועהן איינער יוסף בן מתתיהו, אבער ער האט נישט געשריבען יוסיפון.
קארעקט מי איף איים ראנג.

דער ספר יוסיפון איז העכסט ווארשיינליך "נישט" פון יוסיפון. דאס איז א חיבור וואס איז באזירט אויף די כתבים פון יוסף בן מתתיהו ווי מלחמות היהודים און קדמוניות היהודים (אגב, זיין ריכטיגער נאמען איז יוסף בן אמיתי).
מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:30 pm#66377
ברשות פון דעם כותב המאמר וויל איך אביסל צולייגן. עס איז גאנץ קלאר אז יוסיפון האט צוגעפיצט די מעשיות לויט ווי אזוי עס האט אים געשמעקט, ווי דער שטייגער פון אלע היסטאריקער אין יענע יארן. יוסיפון איז אויך נישט געווען קיין קליינער בעל גאוה. ער שרייבט אז ווען ער איז נאך געווען א יונגער בחור פלעגן אים די עלטערע חכמים קומען פרעגן שאלות אין לערנען. איבריג צו זאגן אז דאס איז אויסגעזויגן פון פינגער. עס איז אויך גאנץ קלאר אז יוסיפון האט נישט געהאט קיין איבריגע אהבה צו די פרושים, כאטש לויט ווי ער שרייבט האט ער אויספרובירט די וועגן פון אלע דריי כתות און צום סוף האט ער זיך אנגעשלאסן אין די פרושים, דעריבער איז שווער צו וויסן וואו ער האט באמת געהערט.
עס איז דא נאך אסאך צולייגן ועוד חזון.
מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:37 pm#66379
יאיר האט געשריבן:ברשות פון דעם כותב המאמר וויל איך אביסל צולייגן. עס איז גאנץ קלאר אז יוסיפון האט צוגעפיצט די מעשיות לויט ווי אזוי עס האט אים געשמעקט, ווי דער שטייגער פון אלע היסטאריקער אין יענע יארן. יוסיפון איז אויך נישט געווען קיין קליינער בעל גאוה. ער שרייבט אז ווען ער איז נאך געווען א יונגער בחור פלעגן אים די עלטערע חכמים קומען פרעגן שאלות אין לערנען. איבריג צו זאגן אז דאס איז אויסגעזויגן פון פינגער. עס איז אויך גאנץ קלאר אז יוסיפון האט נישט געהאט קיין איבריגע אהבה צו די פרושים, כאטש לויט ווי ער שרייבט האט ער אויספרובירט די וועגן פון אלע דריי כתות און צום סוף האט ער זיך אנגעשלאסן אין די פרושים, דעריבער איז שווער צו וויסן וואו ער האט באמת געהערט.
עס איז דא נאך אסאך צולייגן ועוד חזון.


יא
אבער די קשיות פין בעל המאמר, זענען אויף דעם ספר יוסיפון וואס מיר קענען, אדער אויף די אריגינאלער כתבים פין יוסף בן אמיתי?
מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:43 pm#66382
יאיר האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:יישר כח.
איך האב עפעס געמיינט אז דער חיבור יוסיפון איז א זיוף באזירט אויף אנדערע חיבורים.
עס איז געוועהן איינער יוסף בן מתתיהו, אבער ער האט נישט געשריבען יוסיפון.
קארעקט מי איף איים ראנג.

דער ספר יוסיפון איז העכסט ווארשיינליך "נישט" פון יוסיפון. דאס איז א חיבור וואס איז באזירט אויף די כתבים פון יוסף בן מתתיהו ווי מלחמות היהודים און קדמוניות היהודים (אגב, זיין ריכטיגער נאמען איז יוסף בן אמיתי).


עס איז טאקע נישט דירעקט פון אים, נאר איבערגעטיישט געווארן אין 953 למספרם אין איטאליע. יוסיפון איז געשריבן געווארן (ווי אויבן דערמאנט) אין יווניש.
לכאורה האט ער געהייסן יוסף בן מתתיהו הכהן, דער איבערזעצערס במשך די דורות (לכאורה אין איטאליע) האבן אים א נאמען געגעבן יוסף בן גריון. אגב דוד בן גריון (ימ"ש) האט געהייסן קודם דוד גרין, נאר איז אזוי נתפעל געווארן פון יוסיפון אז ער האט זיך געטוישט זיין נאמען צו דוד בן גריון לכבודו.
מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:50 pm#66385
יאיר האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:יישר כח.
איך האב עפעס געמיינט אז דער חיבור יוסיפון איז א זיוף באזירט אויף אנדערע חיבורים.
עס איז געוועהן איינער יוסף בן מתתיהו, אבער ער האט נישט געשריבען יוסיפון.
קארעקט מי איף איים ראנג.

דער ספר יוסיפון איז העכסט ווארשיינליך "נישט" פון יוסיפון. דאס איז א חיבור וואס איז באזירט אויף די כתבים פון יוסף בן מתתיהו ווי מלחמות היהודים און קדמוניות היהודים (אגב, זיין ריכטיגער נאמען איז יוסף בן אמיתי).


איך בין זייער נייגעריג פון וואו די נעמסט די גירסא.
איך האב שין אפילו געהערט א גירסא אז עס די תנא ר' יוסי הכהן. אבער עס שטימט זייער נישט, ווייל ר' יוסי איז געווען א תלמיד פון רבי שמעון בן גמליאל. און די גאנצע צוגאנג פון ר' יוסי צו ר' שמעון איז בכלל נישט ווי א תלמיד, און ער וואלט זיך פארגינען אים צו באטיטלען אלס מורי ורבי. (שוין אפגערעדט פון ח"ו חושד זיין אזא תנא ווי ר' יוסי אלס א שקרן ובעל גאוה ונתפס במינות ח"ו)
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 12:53 am#66397
איך געדענק נישט גענוי ווי איך האב עס געזען, אבער אזוי איז אנגענומען ביי די היסטאריקער, ווי עס שטייט אין ויקיפדיה:
על פי החוקרים, חובר הספר או נערך בשנת 953 לספירה, באחת מערי דרום איטליה, והוא עיבוד של התרגומים הלטיניים של כתבי יוסף בן מתתיהו. המחבר האנונימי מציין כי הוא מעתיק מחיבוריו של יוסף בן מתתיהו, אותו הוא מכנה בשיבוש "יוסף בן-גוריון", ובכתבי היד המאוחרים שובשו דברי המחבר, והחיבור יוחס ל"יוסף בן-גוריון" עצמו, אשר אף זוהה במשך הדורות עם התנא רבי יוסי הכהן.

די טענות וואס מי שאמרו האט דערמאנט זענען נאכאלס שייך, ווייל רוב פון דער תוכן פון יוסיפון איז גענומען דירעקט פון יוסף בן מתתיהו'ס כתבים, און דער אנאנימער מלקט האט צוגעלייגט שטיקלעך פון אנדערע מקורות.
אגב, יוסף בן מתתיהו האט אויך געשריבן א חיבור מיט'ן נאמען "נגד אפיון" וואו ער פארענטפערט אלע טענות וואס א רוימישער גענעראל מיט'ן נאמען אפיון האט געשריבן קעגן די אידן, און ער רימט שטארק אויס דאס אידישע פאלק דארט.
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 1:03 am#66401
יאיר האט געשריבן:איך געדענק נישט גענוי ווי איך האב עס געזען, אבער אזוי איז אנגענומען ביי די היסטאריקער, ווי עס שטייט אין ויקיפדיה:
על פי החוקרים, חובר הספר או נערך בשנת 953 לספירה, באחת מערי דרום איטליה, והוא עיבוד של התרגומים הלטיניים של כתבי יוסף בן מתתיהו. המחבר האנונימי מציין כי הוא מעתיק מחיבוריו של יוסף בן מתתיהו, אותו הוא מכנה בשיבוש "יוסף בן-גוריון", ובכתבי היד המאוחרים שובשו דברי המחבר, והחיבור יוחס ל"יוסף בן-גוריון" עצמו, אשר אף זוהה במשך הדורות עם התנא רבי יוסי הכהן.

די טענות וואס מי שאמרו האט דערמאנט זענען נאכאלס שייך, ווייל רוב פון דער תוכן פון יוסיפון איז גענומען דירעקט פון יוסף בן מתתיהו'ס כתבים, און דער אנאנימער מלקט האט צוגעלייגט שטיקלעך פון אנדערע מקורות.
אגב, יוסף בן מתתיהו האט אויך געשריבן א חיבור מיט'ן נאמען "נגד אפיון" וואו ער פארענטפערט אלע טענות וואס א רוימישער גענעראל מיט'ן נאמען אפיון האט געשריבן קעגן די אידן, און ער רימט שטארק אויס דאס אידישע פאלק דארט.


מיין שאלה איז געווען פון וואו נעמסטו די מקור אז ער האט געהייסן יוסף בן אמיתי?
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 3:38 am#66449
איך האב עס געזען אין די הקדמה פון איינע פון די היינטיגע מוציאי לאור פונ'ם יוסיפון, איך קען זיך נישט דערמאנען ווער דאס איז. ער שרייבט אז מען האט בטעות איבערגעטייטשט זיין טאטנ'ס נאמען פון לאטייניש אויף מתתיהו אנשטאט אמיתי.
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 4:05 am#66451
יאיר האט געשריבן:איך האב עס געזען אין די הקדמה פון איינע פון די היינטיגע מוציאי לאור פונ'ם יוסיפון, איך קען זיך נישט דערמאנען ווער דאס איז. ער שרייבט אז מען האט בטעות איבערגעטייטשט זיין טאטנ'ס נאמען פון לאטייניש אויף מתתיהו אנשטאט אמיתי.


העכסט אינטערעסאנט. אויב דו טרעפסט אמאל די הקדמה ביטע שיק עס דא אריין אדער אין אישי. מתתיהו איז געווען זייער אן אנגענומענע נאמען ביי כהנים, משא"כ דעם נאמען פון אמיתי (וואס בזמן הבית און חז"ל מיינט דאס א דינסט/קנעכט (ווי למשל אמתיה דרבי) טרעפט מען זייער זעלטן, יונה הנביא האט געהייסן יונה בן אמיתי, און דער בעל מחבר פונעם פיוט אזכרה אלה-ים ואהמיה איז אויך געווען א גרויסע פייטן מיט'ן נאמען אמיתי.

במילא צו טוישן פאר א כהן דעם נאמען מתתיהו צו אמיתי איז כמעט ווי צו זאגן אז א סאטמארע טאטע האט זיך צומישט און ער האט גערופן זיין קינד חיים מאיר אנטשטאט יואליש. איך בין זיכער אז ער האט א שטארקע ראיה דערויף, און איך בין זייער נייגעריג פון ווי ער נעמט עס
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 11:32 am#66470
גאר שיינע באלערנדע ארטיקל. מסתם האסטו עס דערמאנט ממי שאמרו.
דאס וואס אונז קענען אלס די ספר יוסיפון האט נישט יוסף בן מתתיהו אדער יוספוס פלאוויוס געשריבן, עס איז אריבער אסאך שינויים און הגהות פון גויים, וואס דערנאך האט מען עס איבערגעדריקט צו די היינטיגע סטאנדארט, אויף אזוי ווייט, אז היינט ווייסט מען שוין נישט וואס ער האט יא געשריבן און וואס נישט.
זיינע ביכער האט ער קיינמאל נישט געשריבן אויף לשה"ק אדער אראמיש, נאר אויף גריכיש און איבערגעשריבן צו לאטייניש, ממילא פון דעם לערנט מען ארויס אז זיין ליינער ציל איז געווען גויים בכלל נישט אידן.
זיינע באצייכענונגען פון מאפעס זענען איינס ביי איינס אויפגעדעקט געווארן אלס קראנט, וואס געט צו צום מחבר צו מ'קען זיך פארלאזן אויף אים.
די הויפט פראבלעם אין זיין ספר וואס ער האט געשריבן, איז דאס אז ער ווען ער קומט צו באשרייבן פריעדיגע צייטן פון פאר זיין צייט, וואו למשל חשמונאים און נאכדעם איז פראבלעמאטיש. ער איז אבער נישט די איינציגסטע, די ספרים חיצוניים וואס הייסן חשמונאים 3 חלקים, און מכבים אויך דריי חלקים, זענען אויך נישט קראנט, און זענען זיך סותר איין ספר אויפן אנדערן.
לויט אלע היסטאריקער מוז מען נעמען די ספרים מיט א כבדהו וחשדהו.

להוציא מטעות ער האט געשריבן פיר ביכער. קדמוניות היהודים, מלחמות היהודים, נגד אפיון, חיי יוסף. יוסיפון איז א שפעטערדיגע צומישעניש.
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 12:41 pm#66504
עוד מישהו האט געשריבן:גאר שיינע באלערנדע ארטיקל. מסתם האסטו עס דערמאנט ממי שאמרו.
דאס וואס אונז קענען אלס די ספר יוסיפון האט נישט יוסף בן מתתיהו אדער יוספוס פלאוויוס געשריבן, עס איז אריבער אסאך שינויים און הגהות פון גויים, וואס דערנאך האט מען עס איבערגעדריקט צו די היינטיגע סטאנדארט, אויף אזוי ווייט, אז היינט ווייסט מען שוין נישט וואס ער האט יא געשריבן און וואס נישט.
זיינע ביכער האט ער קיינמאל נישט געשריבן אויף לשה"ק אדער אראמיש, נאר אויף גריכיש און איבערגעשריבן צו לאטייניש, ממילא פון דעם לערנט מען ארויס אז זיין ליינער ציל איז געווען גויים בכלל נישט אידן.
זיינע באצייכענונגען פון מאפעס זענען איינס ביי איינס אויפגעדעקט געווארן אלס קראנט, וואס געט צו צום מחבר צו מ'קען זיך פארלאזן אויף אים.
די הויפט פראבלעם אין זיין ספר וואס ער האט געשריבן, איז דאס אז ער ווען ער קומט צו באשרייבן פריעדיגע צייטן פון פאר זיין צייט, וואו למשל חשמונאים און נאכדעם איז פראבלעמאטיש. ער איז אבער נישט די איינציגסטע, די ספרים חיצוניים וואס הייסן חשמונאים 3 חלקים, און מכבים אויך דריי חלקים, זענען אויך נישט קראנט, און זענען זיך סותר איין ספר אויפן אנדערן.
לויט אלע היסטאריקער מוז מען נעמען די ספרים מיט א כבדהו וחשדהו.

להוציא מטעות ער האט געשריבן פיר ביכער. קדמוניות היהודים, מלחמות היהודים, נגד אפיון, חיי יוסף. יוסיפון איז א שפעטערדיגע צומישעניש.


יישר כח,
ממישאמרו
ביסט מכובד צוריקצוקומען יעצט און שרייבען אויב דיינע טענות זענען אויף אריגינעלער ספרים, אדער אויף דער צומישיניש ספר יוסיפין.
צ.ב.ש. דאס וואס ער שרייבט וועגען אותו האיש וכדומה.
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 1:06 pm#66517
עס איז דא עטליכע פראבלעמען מיט אים, און עטליכע פראבלעמען מיט זיין ספר.

ער איז זיך סותר איטליכע מאהל, ער טוישט פאקטן עטליכע מאהל, און ער פארציילט מעשיות וואס איז זיך סותר מיט חז״ל (ביי מיר איז חז״ל מער באגלייבט פון סיי וועם).

מיט זיין ספר איז די פראבלעם פון אותו איש, אוועקמאכן די חכמים, און שטארק זיך חנפ׳נען צו די לינקע אפילו אויפן חשבון פונעם אמת. ווי למשל די מעשה מיט הורדוס וכו׳
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 1:09 pm#66519
ממי,
איך ווארט אז דו זאלסט אדרעסירן די נקודות וואס איך האב פריער דערמאנט, דא: l viewtopic.php?p=66338#p66338 l
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 1:34 pm#66528
יאנקל האט געשריבן:שלום עליכם ממי_שאמרו!
מ'האט קוים געענדיגט די ווינטשעוואניעס פאר דער פרישער וואך, און שוין איז די נייע וואך נתמלא געווארן אורה מיט אזא הערליכן מאמר.
איך וויל נאר רעאגירן עטליכע נקודות:
א) יוסיפון האט געהאט א נאנטער שייכות מיט די רוימישער באהערדע און האט מעגליך געמוזט זיך פיינשמעקן פאר זיי. (דער נאמען "פלאוויוס" האט ער באקומען א מתנה פון די רומיים.)
ב) יוסיפון איז געווען מקובל אין אלע דורות, און אז מיר האבן א פראבלעם מיט דעם וועג וויאזוי ער באציט זיך צו די פרושים איז עס ווארשיינליך אונזער פראבלעם, נישט זיינס.
ג) דער נס פונעם פך שמן אום חנוכה ווערט אויך נישט דערמאנט אין "על הניסים", און דער גאנצער יו"ט ווערט ווי איגנארירט אין דער משנה.
ד) די קטע פון יאשקע איז שוין באשטעטיגט געווארן דורך חוקרים אז עס איז פאלש אריינגעשטעלט געווארן און איז קיינמאל נישט געשריבן געווארן דורך יוסיפון.

קודם כל א ייש״כ פאר די ווארעמע אויפנאמע.
א) גערעכט אז ער האט געהאט א נאנטע שייכות און חברותא מיט די רוימער, ווייזט דאס נישט אויף עפעס? דאס דערמאנט מיר די קאפאס פאר 70 יאר צוריק. און דאס איז א שטארקע פראגע צייכן אויף זיין נאמנות.

וועגן דעם וואס מ׳טרעפט אים אסאך ביי ראשונים, באמת א גוטע קשיא.

וועגן די נס פון פח שמן, נישט נאר ער שרייבט עס נישט, ער שרייבט אן אנדערע מעשה בכלל (וועגן א בליץ אינמיטן העלן טאג). ער פראבירט שטארק נישט אריינצוגיין אין דעם, שלא כדרכו וואס האט ליב אריינצוגיין אין דעטאלן פון יעדע מינדערוויכטיגע געשעעניש.

און איין מאהל מ׳הייבט אן צו זעהן עס איז געשטיקעלט און צוגעפיצט, פארלירט עס נאך מער די נאמנות
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 11:59 pm#66711
איך האב קיינמאל נישט געלייענט דעם יוסיפון, אבער לאמיר פרעגן א קלאץ קושיא, קען נישט זיין אז סיי ער און סיי חז"ל דערציילן די זעלבע מעשה נאר פון אן אנדערע נאראטיוו? (narrative). וואס פאר חז"ל איז געווען וויכטיג צו דערציילן און איז געווען די צענטער פון זייער עקזיסטענס איז ביי עם געווען א מינדוויכטיגע פרט, ווי למשל די "כת" הפרושים, פארשטייט זיך אז די חכמים גייען זיך נישט רופן אזוי ווייל זיי זענען דאך די ריכטיגע אידן, אבער א היסטאריקער וואס באשרייבן דאס פאר דעם אלגעמיינעם עולם רופט זיי ביים נאמען וואס זיי הייסן אויף די וועלט? אזוי אויך די גאנצע נס חנוכה, איז פון די רוימער פוינט אוו וויו געווען א קליין אויפשטאנד אין מזרח התיכון, ווייט אוועק פון זייער הויפט שטאט, אבער ביי די אידן איז דאס געווען די מעשה מיט וואס די קינדער זענען אויפגעוואקסן פאר יארן שפעטער.

שטעל דיר פאר ווען איינער זאל לייענען די זעלבע מעשה וועגן "להבדיל" די דין תורה\קארט קעיס אין סאטמער (איך שרייב דאס נאר אלס משל, ביטע שלעפט נישט אריין דעם אשכול אין צימעס) פון א ארויני שרייבער און פון א זלמוני שרייבער, וועט ער טראכטן אז מ'רעדט דא פון צוויי אנדער מעשיות, אדער אז איינער זאגט פלעין ליגענט, איינער זאגט אז די צדדים זענען סאטמאר קעגן די ארונים, און דער צווייטער שרייבן אז די צדדים זענען סאטמאר קעגן זאלוינים, והאיך יתקיימו שניהם?

קען זיין איך האק אין תולה ארץ אבער דאס אז איינער דערמאנט געוויסע עפיזאדן און אן אנדערע נישט איז נישט קיין ראי' אז יענער האט ספעציעל געמיינט עפעס מיטן עס נישט שרייבן.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 12:31 am#66714
וועגן דעם וואס מ׳טרעפט אים אסאך ביי ראשונים, באמת א גוטע קשיא.

ואם חומה היא נבנה עליה טירת כסף. נישט בלויז זענען אים די ראשונים און גדולי אחרונים מעתיק, נאר כמעט אלע רימען אים שטארק אויס, און מאנכע (אברבנאל ועוד) קלערן אריין צו יוסיפון איז גאר געווען א תנא!
עס זענען דא צוויי אויסוועגן. אדער אז די קשיא איז נישט קיין קשיא. דהיינו, מען קען זיין אן ערליכער איד און נאכאלס דערציילן חסרונות אויף די פרושים, זיי אנרופן מיט אלגעמיינע טיטלען, האבן אן אנדערע גירסא אין דעם טעם פון נס חנוכה, און אזוי ווייטער. אדער וועט מען ענטפערן געפילטע'ס תירוץ, אז ווען ער וואלט געשריבן א מוסר ספר וואלט ער עס טאקע נישט אריינגעלייגט, נאר ער האט געשריבן א היסטאריע בוך פון א סעקולערע שטאנדפונקט, און מען קען זיין אן ערליכער איד און נאכאלס שרייבן א היסטאריע בוך אן אריינמישן תורה'דיגע השקפות.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 12:38 am#66718
קודם כל, גארנישט אזא קלאץ קשיא. יש דברים בגו. אבער לאמיר דיר מסביר זיין די חילוק.

ווען איינער זאל ארויסגעבן א ביכל פון שלשלת סיגוט, און ער זאל באשרייבן יעדן איינעם פונעם ישמח משה און אראפ מיט יעדע קליינע פרט, ווען יעדע הויז בחור איז געבוירן געווארן, וואס יעדע יוצר משרתים ואשר משרתיו געגעסן פאר פרישטאג און פאר מיטאג און אזוי ווייטער, פלוצלינג ביים קדושת יו"ט וועט ער שרייבן אין איין פאראגראף; עס איז געווען א איד מיטן נאמען חנניה יום טוב ליפא, בן היטב לב, דער טאטע פונעם עצי חיים און רבי'ן ז"ל, און דא גייט ער אריינגיין ווייטער באריכות איבער די אחים הקדושים. וואס גייסטו טראכטן?? עפעס איז דא זייער אינטערעסאנט, דער שרייבער האט די וועלטס צייט און די גרעסטע אריכות צו באשרייבן אלע שטותים, "דאס" קען ער נישט מחמת חסרון הזמן??

די זעלבע מיט אים, ליין עס וועסטו פארשטיין. ער באשרייבט אסאך קלענערע מלחמות מיט פול לענגערע דעטאלן און שטותים. נס חנוכה (וואס איז נאך בימים ההם געווען א גרויסע זאך- לשנה אחרת קבעום) דאס פארגעסט ער עפעס. ווען דאס וואלט געווען די איינציגסטע קשיא, ניחא. וואס טוט מען מיט אלע אנדערע???
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 12:45 am#66719
יאיר האט געשריבן:
וועגן דעם וואס מ׳טרעפט אים אסאך ביי ראשונים, באמת א גוטע קשיא.

ואם חומה היא נבנה עליה טירת כסף. נישט בלויז זענען אים די ראשונים און גדולי אחרונים מעתיק, נאר כמעט אלע רימען אים שטארק אויס, און מאנכע (אברבנאל ועוד) קלערן אריין צו יוסיפון איז גאר געווען א תנא!
עס זענען דא צוויי אויסוועגן. אדער אז די קשיא איז נישט קיין קשיא. דהיינו, מען קען זיין אן ערליכער איד און נאכאלס דערציילן חסרונות אויף די פרושים, זיי אנרופן מיט אלגעמיינע טיטלען, האבן אן אנדערע גירסא אין דעם טעם פון נס חנוכה, און אזוי ווייטער. אדער וועט מען ענטפערן געפילטע'ס תירוץ, אז ווען ער וואלט געשריבן א מוסר ספר וואלט ער עס טאקע נישט אריינגעלייגט, נאר ער האט געשריבן א היסטאריע בוך פון א סעקולערע שטאנדפונקט, און מען קען זיין אן ערליכער איד און נאכאלס שרייבן א היסטאריע בוך אן אריינמישן תורה'דיגע השקפות.


יאיר, מ׳קען זיין א סאטמארע און שרייבן א בוך לטובת הציונים ונגד השיטה?
ווי אזוי קען מען זיין ערליך און זיין א נאנטע חבר מיט די רומיים ( ארגער פון די נאציס), באשרייבן בזלזול נורא אויף די חכמים, שרייבן דברי הבל אויף די גרעסטע לוחמים קעגן די חכמים (ווי למשל הורדוס), רימען די פושעים, אבער זיין אן ערליכע איד??? ווי אזוי ארבעט די זאכן אינאיינעם???
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 11:16 am#66759
איך בין אביסל שפעט צום שמועס. בענותי קען איך זאגן איך בין א שטיקל ידען אין יוסף בן מתתיהו'ס ספרים. אויסער דעם באקאנטן מלחמת היהודים האט ער געשריבן דעם קדמוניות היהודים אין אויך א ביאגראפיע חיי יוסף. (אויך נגד אפיון א פילאסאפישער וויכיח). יוסף איז אויפגעוואקסן אין ירושלים שפעטער איז ער געווען א קאמאנדיר אין יודפת אין שלאכט מיט אספינוס דערנאך האט מען איהם געפאנגען קיין רוים און איז געווען א בן בית ביי טיטוס. זיינע היסטארישע פאקטן איז אנגענומען ביי אלע היסטאריקער און איז באשטעטיקט דורך ארכילאגיע. וויבאלד ער האט געשריבן זיינע חיבורים אין רוים ביים קיסר'ס הויף איז ער נזהר נישט צו פוגע זיין אין קיסר ספעציטל אין טיטוס וואס האט נאך געלעבט. ער איז א שטאלצער יודישער פאטריאט וואס באשולדיקט די קנאים פארן חורבן וואס איז אין איינקלאנג מיט ר' יוחנן בן זכאי'ס שיטה. אגב יוסף דערמאנט שמעון בן גמליאל אלס א שטיצער פונעם מרד.

דער יוסיפין איז א פאלשע ארבעט געשריבן בזמן הגאונים א מישמאש פונעם ארגינעלן מלחמת מיט אסאך הבלים און דמיונות צוגעלייגט.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 11:19 am#66760
ממי_שאמרו האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:
וועגן דעם וואס מ׳טרעפט אים אסאך ביי ראשונים, באמת א גוטע קשיא.

ואם חומה היא נבנה עליה טירת כסף. נישט בלויז זענען אים די ראשונים און גדולי אחרונים מעתיק, נאר כמעט אלע רימען אים שטארק אויס, און מאנכע (אברבנאל ועוד) קלערן אריין צו יוסיפון איז גאר געווען א תנא!
עס זענען דא צוויי אויסוועגן. אדער אז די קשיא איז נישט קיין קשיא. דהיינו, מען קען זיין אן ערליכער איד און נאכאלס דערציילן חסרונות אויף די פרושים, זיי אנרופן מיט אלגעמיינע טיטלען, האבן אן אנדערע גירסא אין דעם טעם פון נס חנוכה, און אזוי ווייטער. אדער וועט מען ענטפערן געפילטע'ס תירוץ, אז ווען ער וואלט געשריבן א מוסר ספר וואלט ער עס טאקע נישט אריינגעלייגט, נאר ער האט געשריבן א היסטאריע בוך פון א סעקולערע שטאנדפונקט, און מען קען זיין אן ערליכער איד און נאכאלס שרייבן א היסטאריע בוך אן אריינמישן תורה'דיגע השקפות.


יאיר, מ׳קען זיין א סאטמארע און שרייבן א בוך לטובת הציונים ונגד השיטה?
ווי אזוי קען מען זיין ערליך און זיין א נאנטע חבר מיט די רומיים ( ארגער פון די נאציס), באשרייבן בזלזול נורא אויף די חכמים, שרייבן דברי הבל אויף די גרעסטע לוחמים קעגן די חכמים (ווי למשל הורדוס), רימען די פושעים, אבער זיין אן ערליכע איד??? ווי אזוי ארבעט די זאכן אינאיינעם???


בכלל נישט אזוי. איר זאלט ליינען דעם ארגינעלן וועט איר פארשטיין אלעס. איך האב נישט קיין געדולד יעצט דא צו מסביר זיין דעם נושא אנטשולדיקט.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 11:23 am#66762
בן תמליון האט געשריבן:איך בין איביסל שפעט צום שמועס. בענותי קען איך זאגן איך בין א שטיקל ידען אין יוסף בן מתתיהו'ס ספרים. אויסער דעם באקאנטן מלחמת היהודים האט ער געשריבן דעם קדמוניות היהודים אין אויך א ביאגראפיע חיי יוסף. (אויך נגד אפיון א פילאסאפישער וויכיח). יוסף איז אויפגעוואקסן אין ירושלים שפעטער איז ער געווען א קאמאנדיר אין יודפת אין שלאכט מיט אספינוס דערנאך האט מען איהם געפאנגען קיין רוים און איז געווען א בן בית ביי טיטות. זיינע היסטארישע פאקטן איז אנגענומען ביי אלע היסטאריקער און איז באשטעטיקט דורך ארכילאגיע. וויבאלד ער האט געשריבן חיבורים אין רוים ביים קיסר'ס הויף איז ער נזהר נישט צו פוגע זיין אין קיסר ספעציטל און טיטוס וואס האט נאך געלעבט. ער איז א שטאלצער יודישער פאטריאט וואס באשולדיקט די קנאים פארן חורבן וואס איז אין איינקלאנג מיט ר' יוחנן בן זכאי'ס שיטה. אגב יוסף דערמאנט שמעון בן גמליאל אלס א שטיצער פונעם מרד.

דער יוסיפין איז א פאלשע ארבעט געשריבן בזמן הגאונים א מישמאש פונעם ארגינעלן מלחמת מיט אסאך הבלים און דמיונות צוגעלייגט.


דאס איז אלעמאל די חורבן...
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 12:32 pm#66772
לאמיר נאך איין מאהל איבערגיין די פאקטן וואס קיינער טענה'ט זיך נישט מיט.

יוסיפון איז געווען א נאנטע חבר מיט די רוימיים, און ער האט גע'ארבעט מיט זיי האנט ביי האנט. (דאס איז פונקט ווי ארבעטן מיט די נאציס, אדער גאר ארגער. אזוי ווי די וועלט זאגט שוין, זאג מיר ווער דיינע חברים זענען וועל איך דיר זאגן ווער דו ביסט. און אזוי ווי חז"ל זאגט שוין לא לחינם הלך הזרזיר אצל העורב)
יוסיפון איגנארירט בשיטה און איז שרעקליך מזלזל אין די חכמים פון יענע דור און פון די פריעדיגע דור.
יוסיפון איז מסלף היסטאריע (ווי למשל הורדוס מיט די חשמונאים)
יוסיפון איז א סלפן בנוגע היסטאריע פון זיין צייט, למשל ווער עס האט געזאגט פאר'ן גענעראל אז ער גייט ווערן קייזער, און נאך פלעצער ווי ער נעמט קרעדיט פאר זאכן וואס איז נישט זיינס בכלל.
יוסיפון שרייבט געוואוסע מעשיות וואס האבן נישט קיין געהעריגע מקור, למשל פון וואו ווייסט ער פינקליך וואס עס האט זיך אפגעטוהן אין מצדה? יעדער איז דאך דארט גע'הרג'ט געווארן?
יוסיפון איז א שרייבער מטעם. די רוימער האבן אים גענומען צו שרייבן די היסטאריע פון כלל ישראל און די חורבן. דאס איז ווי די נאציס זאלן באשרייבן די צווייטע וועלט מלחמה, עס איז טאקע אינטערעסאנט אבער נישט צו באגלייבט.
יוסיפון איז געשטיקעלט געווארן און צוגעפיצט געווארן מיט די דורות, נאך פון די ערשטע מהדורה ארויס (די נוצרים האבן דאס נאך צוגעפיצט- לויט די מלמדי זכות). דאס נעמט אוועק אויך אסאך פון די נאמנות זיינע.
יוסיפון דערמאנט נישט די נס פון חנוכה, וואס דאס איז שוין געווען א יו"ט בשעתו- לשנה אחרת קבעום. און ער גיבט זיך אפ מיט אסאך שטותים וואס איז קיינעם נישט אינטערעסאנט, אז מ,זאל קענען טענה'ן אז ער שרייבט נאר גאר וויכטיגע היסטארישע פאסירונגען.

מ'קען אפשר פארענטפערן בדוחק רב יעדע קשיא עקסטער. אבער דאס דערמאנט די מעשה פון א קינד וואס איז נישט געקומען אין חדר די גאנצע וואך, פרעגט אים דער מלמד: וואו ביסטו געווען די גאנצע וואך?
זאגט ער: זאנטאג האב איך געהאט קאפ ווייטאג, מאנטאג האב איך געהאט בויך ווייטאג, דינסטאג האב איך געהאט פיס ווייטאג, מיטוואך האב איך געהאט א חתונה, און דארנעשטאג האב איך געהאט ציין ווייטאג.
פרעגט אים דער מלמד: און וואס טוט זיך מיט פרייטאג?
זאגט דער אינגל: און אז מ'קומט נישט איין טאג אין חדר איז שוין א גאנצע איבערקערעניש?

די זעלבע זאך, מ'קען אפשר פראבירן אריינצושטיפן א תירוץ בדוחק אויף יעדע קשיא. אבער די בילד איז זייער קלאר
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 1:48 pm#66805
יוסף איז נישט געווען קיין חבר פאר די רוימער, ער איז געווען א געפאנגענער און געוואלט בלייבן לעבן. ער איז געגאנגען בשיטה פון די מעסיגע פירערשאפט אין יהודא וואס זענען געווען קעגן גאנצן אויפשטאנד און האבן געשריגן מען זאל זיך אונטערגעבן.

ער איז נישט מזלזל אין חכמים אדרבה צייג מיר אן.

זיין היסטאריע איבער הורדוס איז כלו אמת גענומען פון ניקלאוס שרייבער בחצר הורדוס קיינער איז נישט מחולק אין די קראנטקייט.

ער האט זיך געהאלטן פאר א שטיקל מגיד עתידות וואס איז געווען מער חכמה ווי נבואה און ער האט פארשטאנען אספינוס וועט ער מאכן גארנישט עקסטער.

די מצדה געשיכטע איז א מחלוקה צו דער זעלבסמארד נעראטיוו איז אמת אויב יא האט ער עס געהערט פון צווי פרויען וואס האבן איבערגעלעבט. אלעס אנדערש איז קראנטע ארכילאגיע אויף מצדה.

ער דערמאנט חנוכה אין קדמוניות נישט די פרט פון די נרות ער זאגט עז איז געווען א חנוכת הבית.

די רוימער האבן איהם נישט געדינגען בכלל ער האט געשריבן אלס שרייבער.

הלואי וואלט כלל ישראל געהאט מער יוסף בן מתיתיהו'ס איך קען אייך נאר אזויפיל זאגן.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 2:08 pm#66817
ביטע ליינט איבער מיין ערשטע ארטיקל דא אינעם אשכול פאר אלע תירוצים. איך רעדט דארט פון אלע נושאים באריכות
דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 12:29 am#67045
ממי_שאמרו האט געשריבן:ביטע ליינט איבער מיין ערשטע ארטיקל דא אינעם אשכול פאר אלע תירוצים. איך רעדט דארט פון אלע נושאים באריכות



איים סארי רבי לעבען.
אבער איך האב דיך שוין געפרעגט איינמאל, און נאך אמאהל, און יעצט צום דריטען מאל.
עס איז מבורר אין דעם אשכול דארך אנדערע שרייבערס אז יוסיפון איז א צאם געשטעלטער ספר פין אפאר ספרים און צוגעלייגטע זאכען.
יוסף בן מתתיהו, דער אריגינעלער שרייבער האט געשריבען פיר ספרים וכו'.

די האסט אין דיין פתיחה דרשה שטארק אראפ געקלאפט "יוסף בן מתתיהו", יוסיפון, אלץ א בעל דמיון א קריסטען פען, און אנדערע האשמות.

און דא קומט די שפיץ פראגע וואס די ווערסט געבעטען צו ענטפערען.
דיינע טענות זענען אויף די סילוף ספר יוסיפון, אדער דער אריגינעלער יוסף בן מתתיהו?
אין אנדערע ווערטער, ווען די האסט געשריבען דיין ערשטע פתיחה דרשה דא, האסטו געוויסט אז דער ספר יוסיפון וועמען די בארעדסט איז נישט פין דעם אריגינעלען יוסף בן מתתיהו אדער נישט?

איך ווארט נאך.
דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 2:28 pm#67197
צוo קעפל פראגע; איז יוסיפון א גראדער היסטאריקער אדער פשוטער ליגנער וועט מיין ענטפער זיין: דער ווערדפולסטער היסטאריקער וואס כלל ישראל האט אמאל פארמאגט.
דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 3:21 pm#67220
מ׳גייט דא ארום און ארום אין סורקעלס. 

דא איז דא 3 פראבלעמען; 
איינס מיט יוסף בן מתתיהו פערזענדליך.
איינס מיט זיין ערשטע און ארגינעלע ביכל,
און איינס מיט די מישמאש ביכל.

מיט אים פערזענדליך; 
ער איז געווען א נאנטע חבר מיט די רוימיים נאך ווען ער איז געפארן קיים רוים ביי די 26. אויף אזוי ווייט אז ער האט געזאגט תיכף ווען די רומיים האבן אים געפאנגען, אז ביז אפאר שעה וועט ער באפרייט ווערן, ווי נאר די גענערעלער וועלן הערן זיין נאמען. וכך הוה. 

ער איז געווארן באפרייט צוליב א באפעל פון די הויעכע פענסטער, און ער האט באקומען רוימישע בירגערשאפט, זיי האבן אים רייך געמאכט, גרויס געמאכט, און ער איז געזיצן מיט זיי און געטרינקן וויין בשעת אידיש בלוט האט זיך געגאסן ווי וואסער. זיי האבן אפילו געמאכט א פסל לזכרו אין רוים. 

דאס איז א פאקט וואס קען נישט ווערן געלייקענט, אדרבה, קוקטס נאך יעדע נייטראלע וועב זייטל ווי למשל וויקיפעדיע, וועלן ענק טרעפן די זעלבע. 

די פראבלעם מיט זיין ארגינעלע ביכל; 
ער פארדרייט היסטאריע, ווי למשל וועגן הורדוס (שוין פארלענגערט דערויף אינעם גרויסן ארטיקל), נס חנוכה, און ער נעמט אסאך קרעדיט אויף זאכן וואס האט קיין שייכות קיינמאל נישט געהאט מיט אים. 

ער איז שרעקליך און אויף א געמיינעם וועג מזלזל און מאכט חוזק פון די חכמים. דאס גיבט אים נישט צו קיין פונקטן. 

און וועגן די מישמאש ביכל. 
קיינער לייקענט נישט דא אז עס איז נישט קיין טראסטבארע ביכל נאך די אלע שינויים וואס עס איז אריין במשך די דורות. אויב מ׳קען אריינלייגן וועגן אותו איש, וואס ווייסטו וואס נאך מ׳האט אלס פאדרייט דארט? 
דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 10:57 pm#67384
איך זע אז עס איז צוגעקומען א פרישע שלל מיט הערות, איך האב נאכנישט אלעס איבערגעקוקט אבער לאמיר קודם מעיר זיין אויף עטליכע געציילטע נקודה:
יוסף איז נישט געווען קיין חבר פאר די רוימער, ער איז געווען א געפאנגענער און געוואלט בלייבן לעבן. ער איז געגאנגען בשיטה פון די מעסיגע פירערשאפט אין יהודא וואס זענען געווען קעגן גאנצן אויפשטאנד און האבן געשריגן מען זאל זיך אונטערגעבן.

יוסף בן מתתיהו איז געווען איינער פון די פירער פון די מרידה, פון וואס רוב פאלק איז געווען א חלק, ער האט מיט רבן יוחנן בן זכאי'ס שיטה גארנישט געהאט. ער איז געווען פון די שטערקסטע קעפ פון די אויפשטענדלער, און ער האט פערזענליך אנגעפירט מיט די מרידה אין יודעפוס (א שטאט אין ארץ ישראל). ווען די רוימער זענען אנגעקומען און האבן ארומגערינגלט דעם שטאט און יוסף האט געזען אז זיי גייען סייווי געווינען, האט ער מחליט געווען צו גיין אויפ'ן זייט פונ'ם געווינער, און ער האט זיך געוואלט אונטערגעבן, זיינע היציגע חברים האבן אבער בשום אופן נישט מסכים געווען, ביז די רוימער האבן זיך אריינגעבראכן. דאן האט ער זיך באהאלטן אין א מערה צוזאמען מיט נאך מורדים, און זיי האבן אים נישט געלאזט ארויסגיין אפילו דעמאלט, ווייל עס האט געהייסן א געפערליכע בושה צו ווערן געפאנגען, עס איז זיי געווען ענדערש צו שטארבן, און אודאי האט זיי נישט געפאסט אז דער אנפירער אליין זאל זיך אונטערגעבן. דורך א געוויסע שפיצל האט יוסף באוויזן אז יעדער האט זיך גע'הרג'עט איינער דעם צווייטן, ביז ער איז געבליבן אליין און ער האט זיך אונטערגעגעבן. דאס איז יוסף געווען, א דריי קאפ און א ליגנער פון ערשטן קלאס, געשפילט דעם שפיל לויט ווי ס'האט זיך אים געלוינט.
צוo קעפל פראגע; איז יוסיפון א גראדער היסטאריקער אדער פשוטער ליגנער וועט מיין ענטפער זיין: דער ווערדפולסטער היסטאריקער וואס כלל ישראל האט אמאל פארמאגט.

גיב מיר א ברעיק. איך וואלט עס געמאכט אינצווישן, ער איז געווען א געלונגענער היסטאריקער וואס האט געלייגט גאר אסאך זאלץ און וועפער און האט אפט פארדרייט די מעשיות לויט ווי ס'האט זיך אים געלוינט, פונקט ווי אלע היסטארקער יענע צייט.
ער איז געווען א נאנטע חבר מיט די רוימיים נאך ווען ער איז געפארן קיים רוים ביי די 26. אויף אזוי ווייט אז ער האט געזאגט תיכף ווען די רומיים האבן אים געפאנגען, אז ביז אפאר שעה וועט ער באפרייט ווערן, ווי נאר די גענערעלער וועלן הערן זיין נאמען. וכך הוה.

עס זענען דא וואס האלטן אזוי, אבער עס איז נישט א זיכערע זאך, עס איז מער מסתבר אז זיי האבן אים געלאזט לעבן כדי ער זאל זיי צוהעלפן מיט'ן משכנע זיין דעם פאלק זיך צו אונטערגעבן פאר זייער אייגענע טובה, ווי ער האט טאקע געטון, פארשטייענדיג אז דער אויפשטאנד האט סייווי נישט קיין עתיד. (און דאס איז אודאי אנדערש ווי די וואס האבן קאלאבארירט מיט די נאציס צו אויסשעכטן זייערע אייגענע ברידער).
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:39 am#70066
ממי_שאמרו האט געשריבן:וועגן די נס פון פח שמן, נישט נאר ער שרייבט עס נישט, ער שרייבט אן אנדערע מעשה בכלל (וועגן א בליץ אינמיטן העלן טאג). ער פראבירט שטארק נישט אריינצוגיין אין דעם, שלא כדרכו וואס האט ליב אריינצוגיין אין דעטאלן פון יעדע מינדערוויכטיגע געשעעניש.

עס איז כדאי צו באמערקן אז דער מחבר פון ספר חשמונאים ב, וואס איז לויט אלע ווארשיינליכקייטן געווען אן ערליכער איד און ירא שמים, שרייבט אז מען האט באשטימט חנוכה אויף אכט טעג אלס א זכר צו די אכט טעג סוכות וואס מען האט געמוזט האלטן אין באהעלטעניש אונטער די יוונים, און ער דערמאנט נישט קיין ווארט וועגן הדלקת הנירות.
נאכמער, ספר חשמונאים ב איז געשריבן געווארן אסאך פריער ווי יוסיפון, און ודאי פריער ווי די גמרא, מסתם נאך אין די צייטן פון די חשמונאים, וואס מיינט אז עס איז פארלעסליך. אויב מיר וועלן אראפנעמען דעם חותם הכשרות פון ספר חשמונאים, דעמאלט פארלירן מיר די גאנצע היסטאריע פון נס חנוכה.
מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 6:58 pm#70578
קען דא איינער קלארשטעלן וועלכע חלק יוסיפין האט געשריבן וואס ער האט בייגעוואוינט אין זיינער צייט און וועלכע ער באשרייבט פון פאסירונגען פון בעפאר? איך מיין אז אין דעם ליגט דער מיינונגס פארשידענהייט.
מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 8:38 pm#70606
אריק האט געשריבן:קען דא איינער קלארשטעלן וועלכע חלק יוסיפין האט געשריבן וואס ער האט בייגעוואוינט אין זיינער צייט און וועלכע ער באשרייבט פון פאסירונגען פון בעפאר? איך מיין אז אין דעם ליגט דער מיינונגס פארשידענהייט.

יוסף איז געבוירן ארום דרייסיג יאר פאר'ן חורבן בית שני. אלעס וואס ער שרייבט ביז דעמאלט (רוב פון קדמוניות היהודים) האט ער נישט בייגעוואוינט.
דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 10:38 pm#70960
ממי שאמרו כ'האב זיך געוואלדיג משתעשע געווען מיט אייער ארטיקל! שלום עליכם אייך, איך האף אז מיר וועלן ממשיך זיין הנאה צו האבן פון אייער ארטיקלען דא אין קאווע שטיבל.

לגוף הדברים: איך בין טיילווייז מסכים צו אייער מסקנא איבער יוסיפין'ס כאראקטער, איך טו זיך אבער דינגען אויף געוויסע איינצעלהייטן און הנחות אויף וועלכע איר בויט אייער מסקנא. איך וועל זיי פרובירן אויסרעכענען אחת אחת.

ממי_שאמרו האט געשריבן:ער שרייבט אן קיין בושה "ביי די אידן איז דא א כת פון מענטשן וועלכע טראכטן אז ווען עס קומט צו די תורה פארשטייען זיי דאס בעסטע, און דער אייבערשטער האט נאר זיי ליב, דאס זענען די פרושים" (קדמוניות יז ב). רח"ל. קודם כל פון ווי האט ער גענומען דאס חוצפה פון שרייבן אויף די חכמים אז זיי זענען געווען א כת? און לאמיר זאגן אז מ'וועט אים דן זיין לכף זכות אז ער האט זיך נישט גוט אויסגעדריקט, ער האט געמיינט צו זאגן אז זיי זענען געווען א קליינע גרופע פון מענטשן. דאס איז א שקר וואס יוסיפון אליינס איז מודה אז די פאקט איז געווען פונקט פארקערט. יוסיפון אליינס איז געצווינגען מודה צו זיין (קדמוניות יג י) אז די השפעה וואס די חכמים האבן אויפן פאלק איז אזוי שטארק אז אויב וועלן זיי זאגן עפעס אנטקעגן דעם כהן גדול אדער דער קעניג, וועט דאס גאנצע פאלק נישט פאלגן דעם כהן גדול אדער דער קעניג, נאר טוהן וואס זיי הייסן.


דאס וואס ער שרייבט כת מיינט ער נישט בלשון זלזול אין די וועג ווי מ'נוצט כת היינט צו טאגס, און אוודאי מיינט ער נישט אז די פרושים זענען געווען א בלויז א קליינע גרופע. די ווארט כת וויאזוי יוסיפין נוצט עס באדייט א "שטרעמונג". דאס איז ווי איך וואלט געשריבן אז ביי אידן איז פארהאן דריי הויפט שטרעמונגען: ארטאדאקסן, קאנזערוואטיוון און רעפארמער.

ממי_שאמרו האט געשריבן: דאס אויסדרוק 'פרושים' איז א שפעט ווארט וואס די צדוקים האבן באטיטלט די חכמים, און עס האט געניצט חוזק צו מאכן פון די חכמים כאילו זיי האבן זיך אפגעשיידט פון כלל ישראל און העלפן נישט שלעפן דעם עול. אזוי אויך די ערשטע קריסטן האבן אזוי באטיטלט די חכמים ווען זיי האבן אטאקירט די חכמים.

לויט ווי איר לייגט דאס אראפ, איז די נאמען "פרושים" באשאפן געווארן דורך די צדוקים וועלכע האבן זיך געוואלט אפשטעמפלן אלץ די "אריגינעלע" כלל ישראל און די חכמים אלץ די פרושים, די אפגעטיילטע. דאס איז אבער בכלל נישט אזוי ברור. עס איז פארהאן א מעגליכקייט אז די נאמען פרושים נעמט זיך פון די פרושים'ס אפגעטיילטקייט פון די ארומיגע גוי'אישע קולטורן. א שטערקערע מעגליכקייט, און עס זענען דא גאר שטארקע ראיות דערצו, איז אז די נאמען פרושים איז געגעבן געווארן דורך א כת, כת אנשי הקומראן (צו וועם די מגילות ים המלח באלאנגן) וועלכע האבן דערמיט געוואלט באטאנען אז פון זיי - פון די פרושים - האט זיך דער כת אפגעטיילט.
למעשה איז דאס געווארן די אפיציעלע נאמען פון די שטרעמונג, און דאס אז חז"ל רעפערירן קיינמאל נישט צו זיך אזוי איז צוליב די זעלבע סיבה פארוואס ארטאדאקסישע אידן צווישן זיך וועלן קיינמאל נישט זיך רופן ארטאדאקסן נאר סתם "אידן". די זעלבע איז מיט חז"ל, צווישן זיך פעלט נישט אויס זיך צו רופן "פרושים" נאר ווען מ'רעדט פון אנדערע שטרעמונגען באצייכענען זיך חז"ל אלץ פרושים. עס איז נישט מסתבר אז דאס איז א שפעט-נאמען, ווייל ווען יא וואלט חז"ל קיינמאל נישט זיך גערופן אזוי, אפילו אין קאנטעקסט פון ויכוחים מיט צדוקים.

ממי_שאמרו האט געשריבן:יוסיפון איז נאך אלץ נישט צופרידן, ער שרייבט עטליכע מאהל אז כלל ישראל איז געווען איינגעטיילט אין דריי: פרושים, צדוקים און איסיים. מיט דעם האט יוסיפון פארדרייט דעם אמת מיט'ן אויפהייבן די איסיים צו א גרויסע ציבור ענדליך צו (להבדיל) די חכמים. די פאקט איז אזוי אנדערש, אז די חכמים האבן אפילו נישט געפילט פאר וויכטיג זיי צו דערמאנען. עס איז דא וואס ווילן זאגן, אז דאס וואס די גמרא שרייבט אז די חיצונים פלעגן באדעקן זייערע תפילין מיט גאלד, אז דאס גייט ארויף אויף די איסיים. אבער פון צו מאכן פון זיי א גאנצע עסק כאילו זיי זענען געווען גאר א גרויסע טייל פון כלל ישראל, דאס איז זיכער א שקר וואס האט נישט קיין הענט און קיין פוס.

איך ווייס נישט פארוואס איר טייטשט דאס אפ אזוי. די איסיים זענען למעשה געווען א גרויסער כת (מען זעט דאס אויך פון ארכעאלאגישע גראבינגען). די סיבה פארוואס זיי ווערן נישט דערמאנט אין חז"ל איז מסתמא צוליב דעם וואס זיי האבן געהאט גאר א שוואכן חלק אין די הנהגה פון כלל ישראל. די צדוקים, לעומת זה, האבן יא געהאט א כוח אין פירן דאס פאלק, כאטש עס איז קלאר אז די פרושים זענען געווען די דאמינירנדע שטרעמונג. די צדוקים זענען געווען קאנצענטרירט ארום כהנים וועלכע זענען געווען פארווייטאגט אז זיי האבן פארלוירן די מאכט ביים בית שני, אנדערש ווי אין בית ראשון ווען די הנהגה איז געלעגן בידי הכהנים. מען קען טאקע זען אז רוב הלכות וואס ווערן דערמאנט אין תלמוד בשם די צדוקים זענען חומרות בעניני טומאה וטהרה. אן אינטערעסאנטע ביישפיל פון די השפעה וואס די צדוקים האבן געהאט זעט מען אין די משנה אין עדיות (פרק ח הלכה ד') ווי די משנה פארציילט אז רבי יוסי בן יועזר איז גערופן געווארן "יוסי שריא" (יוסי דער מיקל) צוליב א קולא אין דיני טומאה וטהרה. ווי עס איז נתברר געווארן פון די מגילות ים המלח, האט רבי יוסי בן יועזר מתיר געווען נגד דעת הצדוקים וועלכע האבן מחמיר געווען אויף יענעם דין. עס איז מסתבר אז די זלזול'דיגער נאמען "יוסי שריא" איז א נאמען וואס די צדוקים האבן ארויפגעקלעבט אויף אים, און אזוי ווייט איז דאס געגאנגען אז חז"ל האבן דאס דאקומענטירט אין די משנה.

ממי_שאמרו האט געשריבן:א חוץ פון דעם וואס ער פראבירט צו אריינשטיפן פאר'ן ליינער אין מוח, כאילו די חכמים זענען געווען נישט מער פון א דריטל כלל ישראל, און צוויי דריטל זענען געווען אפיקורסים. ווען אין מציאות האט דאס נישט אפילו קיין ברעקל פון אמת.

איך גלייב גראדע אויך נישט אין יוסיפין'ס סטאטיטישע נומערן, און ווי דערמאנט אויבן איז קלאר אז די פרושים זענען געווען די דאמינירדע שטרעמונג. כ'בין אבער נייגעריג פון וואו איר נעמט מיט אזא שארפע זיכערקייט אז א רוב כלל ישראל זענען נישט געווען פרושים? איך מיין אז די חלק איז יא אמת, נאר וואס דען, די אלע נישט-פרושים זענען געווען צעשפליטערט אין פארשידענע כיתות, און די פרושים איז געווען די גרעסטע און איינפלוסרייכסטע שטרעמונג.

ממי_שאמרו האט געשריבן:נאך א וואונדערליכע מעשה וועלכע ווערט נישט דערמאנט אין יוסיפון, איז דעם נס פון טרעפן א קריגל שמן כ"ה כסלו וואס דעריבער פראווענען מיר א יו"ט חנוכה פאר אכט טעג. ווען ער דארף מסביר זיין פארוואס די יו"ט חנוכה ווערט אנגערופן חג האורות אדער חג הנרות, ווערט ער אינגאנצן א תמים און ער שרייבט (קדמוניות יב ז) אז דעריבער הייסט חנוכה חג הנרות אדער חג האורות, איז צוליב דעם וואס די אידן זענען נאכאמאל ערלויבט געווארן צו גיין לויט זייערע רעליגיע און לויט זייער רצון, און עס איז געקומען אין אזא איבעראשונג ווי א בליץ אינעם העלן טאג. פון די נס פון טרעפן דעם פח שמן, פון די נס אז די ליכט האבן געברענט פאר אכט טעג, ווי וואונדערליך האט יוסיפון נישט געוואוסט און נישט געהאט קיין איינונג דערפון צו זאגן אדער פארציילן.

איך וועל מיך שוין צוריקקערן צו די נס פך השמן, אבער קודם דארף איך מיך באציען צו וואס איר שרייבט אין דעם קומענדיגן פאראגראף,
ממי_שאמרו האט געשריבן:ספר חשמונאים איז לויט רוב היסטאריקערס און פארשער'ס נתחבר געווארן אדורך א צדוקי צוליב עטליכע סיבות. קודם כל ווי איז די ספר נעלם געווארן? און עס ווערט נישט דערמאנט נישט אין משנה, נישט אין גמרא, נישט אין ערגעץ. ווי אזוי קען זיין אז אזא וויכטיגע היסטארישע ספר איז ווי נעלם געווארן אין דער ערד? און שנית, עס איז געווען א שטארקע איסור אין יענע צייטן צו שרייבן סיי וועלכע ספר חוץ פון חמשה חומשי תורה, אפילו די משנה און גמרא איז לויט רוב ראשונים געשריבן געווארן שפעטער, אין די תקופה פון די רבנן סבוראי (רש"י עירובין סב:, ריטב"א כתובות יט:, הקדמת סמ"ג) איז ווי אזוי האט אן ערליכער איד פשוט אנגעפיפן דעם איסור פון שרייבן סיי וועלכע ספר?

ספר חשמונאים איז נישט איין ספר נאר צוויי. די ערשטע, "מקבים א'" איז אריגינעל געשריבן געווארן אין לשון הקודש און איז בעיקר עוסק אין די מיליטערישע זיגן פון די חשמונאים. די צווייטע, "מקבים ב'" - אריגינעל געשריבן געווארן אין גריכיש - איז א קיצור פון א לענגערן ספר און איז עוסק אין אלע נסים וואס הקב"ה האט געטון מיט די חשמונאים און איז בלי שום ספק געשריבן געווארן דורך א פרושי (דאס הייסט, א נאכפאלדער פון די חכמים).
איך פארשטיי בכלל נישט אייער ראיה פון דעם אז עס ווערט נישט דערמאנט אין חז"ל אז דאס האט א צדוקי געשריבן. צו דען דארף חז"ל דערמאנען א יעדן בוך וואס א פריוואטער מענטש האט געשריבן? דאס איז מעגליך אויך די סיבה פארוואס יוסיפין ווערט כמעט נישט דערמאנט אין חז"ל.
אויף אייער צווייטע ראיה אז דאן איז געווען א פארבאט צו שרייבן, איז לכאורה די תירוץ פשוט. די איסור פון שרייבן איז נאר געווען אויף תורה. די אידן וואס האבן געשריבן די ספרי מקבים/חשמונאים האבן געשריבן היסטאריע, נישט תורה. (אדער, אויף מקבים ב', קען מען זאגן אז וויבאלד עס איז געשריבן געווארן אין גריכיש איז דאס נישט געווען קיין פראבלעם).
איבער די אנגענומענקייט פון ספרי מקבים, דארף איך נישט מער ווי ציטירן די ווערטער פון החכם המופלג הרב הערש גאלדווארעם ז"ל, וואס ער האט געשריבן אין די הקדמה צו זיין ספר "חנוכה" (אין ענגליש ארויסגעגעבן דורך ארטסקראל).
הרב הערש גאלדווארעם האט געשריבן:For information, we are indebted primarily to the books of Maccabees I and II the authors of which lived relatively close to the time of the miracle (in the case of I Maccabees), or drew upon contemporary sources. The authorship of these books is unknown, but they were undoubtedly written by staunchly loyal Jews. Although there is evidence that I Maccabees was originally written in Hebrew, both books were available only in Greek and Latin for over 1500 years and came down to us through gentile hands. For this reason, the two books were largely unknown to Jewish chroniclers and commentators until recent times... Despite the fact that the books of Maccabees are not mentioned in virtually any early classic Rabbinic work, we may assume that Jewish scholars would have accepted them, because they are cited by the great commentator to the Mishnah, R' Yom Tov Lipmann Heller (Tosefos Yom Tov, Megillah 3:6), and by the great halachist R' Eliyah Shapiro of Prague in his magnum opus Eliyah Rabbah to Orach Chaim 671:1. I know of only three other relatively early Jewish scholars who had access to Maccabees: R' Azariah min HaAdomim (De Rossi) in his Me'or Einayim (Imrei Binah ch. 16, 25, 25, 51, 55); and the disciple of R' Moshe Isserles, R' David Ganz (in Tzemach David, part I, year 3590). Nevertheless, it is fair to assume that such scholars would not have cited the books of Maccabees unless they were convinced of its reliability.

The reader should bear in mind that the period of Scripture was sealed prior to the events of Chanukah. No later book, even if it were historically accurate and true to the underlying spiritual theme of events it chronicled, could have been canonized. Consequently, the status of Maccabees as an apocryphal work does not, in and of itself, prove that it is not reliable.

בקיצור: ער שרייבט אז די ספרי חשמונאים ווערן אנגענומען דורך גדולי עולם ווי דער בעל תוספות יום טוב, דער בעל אליה רבה, דער צמח דוד און דער ערוך השולחן.

יעצט קענען מיר זיך צוריקקערן צו דעם נס פך השמן. עס איז אינטערעסאנט אז די נס ווערט נישט דערמאנט נישט אין מקבים א', נישט אין מקבים ב' (וועלכע וואלט עס זיכער דערמאנט ווען ער וואלט געוואוסט דערפון), נישט דורך יוסיפין, נישט אין מגילת תענית, נישט אין משנה, נישט אין קיין ברייתות, נישט אין תלמוד ירושלמי, און נישט אין די נוסח פון על הנסים. די ערשטע מאל וואס מיר באגעגענען די נס פך השמן איז אין תלמוד בבלי. מען מוז בע"כ זאגן אז די נס פך השמן איז נישט געווארן אזוי מפורסם גלייך ווען ס'האט פאסירט און איז געפאלן אין שאטן פון די גרויסע נסים פון געוואונען די מלחמה. די נס איז אבער אריבער במסורה צו חכמים וועלכע האבן עס דערנאך אריינגעשריבן אין תלמוד בבלי. אגב איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז מקבים ב' געבט אן די טעם פון אכט טאג חנוכה, וויבאלד יענע יאר האבן די אידן פארפאסט צו פייערן סוכות, האבן זיי עס משלים געווען ביי חנוכת הבית. דער בני יששכר, צו פארענטפערן דעם בית יוסף'ס קשיא, ברענגט בשם די רוקח אז חנוכה איז אכט טעג ווייל עס איז כנגד סוכות!

ממי-שאמרו האט געשריבן:יוסיפון שעמט זיך נישט אז ער שרייבט לויב ווערטער אויפן אותו איש ימ"ש (קדמוניות יח). די קריסטליכע קירכע האט אסאך געבויעט אויף זיינע ווערטער, ווייל עס קומט פון א איד און ספעציעל פון אזא איד. דא שטעלט זיך שוין די גאר הארבע קשיא, ווי אזוי טרויט זיך א איד צו שרייבן דברי שיר ושבח אויף אזא קליפה? וואס די חכמים האבן גע'פסק'נט אז ער איז געווען א כישוף מאכער, א מסית ומדיח, א חוטא ומחטיא את הרבים און בנוסף צו אלע מעלות איז ער געווען א פשוטע ממזר על פי דת משה וישראל.

עס איז נישט אזוי פשוט, וויבאלד אסאך מפרשים, פארשער און חוקרים האלטן אז חז"ל רעדן פון גאר א צווייטן און נישט פון דעם מייסד דת הנצרות.

ממי_שאמרו האט געשריבן:עס איז אינטערעסאנט צוצוצייכענען א יערות דבש פונעם הייליגן רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל אויף פורים, ווי ער ברענגט א ראיה פון "הבייבל שלהם" כלשונו (ער מיינט מיט דעם די טמא'נער חיבור פונעם אותו האיש ימ"ש), און בנשימה אחת דערמאנט ער יוסיפון יוסיפון. וועט זיך דען איינער דאכטן אז וויבאלד דער הייליגע רבי ר' יונתן האט דאס אראפגעברענגט, מעג מען דען אפילו א בליק געבן דערין? ח"ו! נאר די גדולים האבן געהאט זייערע כוונות און מחשבות וואס קיינער וועט קיינמאל נישט קענען אנפאנגן צו פארשטיין.

עס איז נישט פשוט. "לאדיך אפ" האט געברענגט דא אז הרב אביגדור מיללער ציטירט גאנצע שטיקער ברית החדשה. "לעיקוואד" צייכנט טאקע גלייך צו דעם יערות דבש. לכאורה לצורך היסטאריע אדער דע מה שתשיב מעג מען יא אריינקוקן אין ברית החדשה. ואגב, נישט אותו האיש האט דאס געשריבן נאר זיינע תלמידים.

צום לעצט וועל איך נאר צולייגן אן אינטערעסאנט שטיקל אין קדמוניות היהודים ווי יוסיפין איז טיילווייז מפקפק אין קריעת ים סוף! איך ברענג די ענגלישע איבערזעצונג וועלכע מ'קען ליינען בחנם דא. די שטיקל איז אין קדמוניות, ספר ב' פרק טז אות ה.

יוסיפין האט געשריבן:As for myself, I have delivered every part of this history as I found it in the sacred books; nor let any one wonder at the strangeness of the narration if a way were discovered to those men of old time, who were free from the wickedness of the modern ages, whether it happened by the will of God or whether it happened of its own accord; - while, for the sake of those that accompanied Alexander, king of Macedonia, who yet lived, comparatively but a little while ago, the Pamphylian Sea retired and afforded them a passage (33) through itself, had no other way to go; I mean, when it was the will of God to destroy the monarchy of the Persians: and this is confessed to be true by all that have written about the actions of Alexander. But as to these events, let every one determine as he pleases.


ואסיים מעין הפתיחה, ממי שאמרו איך בין אייך מור'דיג מעריץ פאר אייערע ידיעות און געוואלדיגע הבנה בקורות הדורות. אלעס וואס איך בין דא דן איז כתלמיד הדן בפני רבו, איך האף איר וועט זיך מתייחס זיין צו מיינע נקודות.
דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:13 pm#70965
א ייש"כ הציץ פאר די אינטערעסאנטע הערות.
ספר חשמונאים-מקבים איז פון די ספרים חיצונים וואס חז"ל האבן גע'אסר'ט צו ליינען אדער איבערשרייבן, וואס רעכנט אריין אלע ספרים - אפילו היסטאריע ביכער - אויסער דעם תנ"ך, און רבי עקיבא האט אפילו געזאגט אז הקורא בהם אין לו חלק לעולם הבא, אלס חשש אז מען וועט דאס אריינרעכענען אין די ספרי תנ"ך. דערפאר זענען די ספרים נישט געבליבן אויף לשון הקודש, און מען האט זיי איבערגעזעצט פון לאטייניש אדער גריכיש. איבריג צו זאגן אז מען האט זיך אייביג פארלאזט דערויף. זעט וואס איך האב געשריבן פריער דערוועגן:
יאיר האט געשריבן:נאכמער, ספר חשמונאים ב איז געשריבן געווארן אסאך פריער ווי יוסיפון, און ודאי פריער ווי די גמרא, מסתם נאך אין די צייטן פון די חשמונאים, וואס מיינט אז עס איז פארלעסליך. אויב מיר וועלן אראפנעמען דעם חותם הכשרות פון ספר חשמונאים, דעמאלט פארלירן מיר די גאנצע היסטאריע פון נס חנוכה.

וועגן דעם וואס איר מערקט אן לגבי דעם אותו האיש, האט שוין יאנקל געשריבן אז דאס איז צוגעלייגט געווארן שפעטער. אגב איז אינטערעסאנט צוצולייגן אז איין חשוב'ער רב, אן אייניקל פון רבי חיים וואלאזשינער האט אפילו געשריבן א חיבור אויפ'ן ברית החדשה!
דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:20 pm#70969
הציץ ונפגע האט געשריבן:ממי שאמרו כ'האב זיך געוואלדיג משתשע געווען מיט אייער ארטיקל! שלום עליכם אייך, איך האף אז מיר וועלן ממשיך זיין הנאה צו האבן פון אייער ארטיקלן דא אין קאווע שטיבל.

א גרויסן ייש"כ. הארצן גערן

לגוף הדברים: איך בין טיילווייז מסכים צו אייער מסקנא איבער יוסיפין'ס כאראקטער, איך טו זיך אבער דינגען אויף געוויסע איינצעלהייטן און הנחות אויף וועלכע איר בויט אייער מסקנא. איך וועל זיי פרובירן אויסרעכענען אחת אחת.

די עיקר וואס איך האב געוואלט טוהן אז מסביר זיין זיין כאראקטער, זיין גאווה און חברותא בלב ובנפש מיט די רוימער. דאס איז געווען די יסוד וואס האט מיר אויפגעוועקט צו פרעגן אלע אנדערע קשיות

ממי_שאמרו האט געשריבן:ער שרייבט אן קיין בושה "ביי די אידן איז דא א כת פון מענטשן וועלכע טראכטן אז ווען עס קומט צו די תורה פארשטייען זיי דאס בעסטע, און דער אייבערשטער האט נאר זיי ליב, דאס זענען די פרושים" (קדמוניות יז ב). רח"ל. קודם כל פון ווי האט ער גענומען דאס חוצפה פון שרייבן אויף די חכמים אז זיי זענען געווען א כת? און לאמיר זאגן אז מ'וועט אים דן זיין לכף זכות אז ער האט זיך נישט גוט אויסגעדריקט, ער האט געמיינט צו זאגן אז זיי זענען געווען א קליינע גרופע פון מענטשן. דאס איז א שקר וואס יוסיפון אליינס איז מודה אז די פאקט איז געווען פונקט פארקערט. יוסיפון אליינס איז געצווינגען מודה צו זיין (קדמוניות יג י) אז די השפעה וואס די חכמים האבן אויפן פאלק איז אזוי שטארק אז אויב וועלן זיי זאגן עפעס אנטקעגן דעם כהן גדול אדער דער קעניג, וועט דאס גאנצע פאלק נישט פאלגן דעם כהן גדול אדער דער קעניג, נאר טוהן וואס זיי הייסן.


דאס וואס ער שרייבט כת מיינט ער נישט בלשון זלזול אין די וועג ווי מ'נוצט כת היינט צו טאגס, און אוודאי מיינט ער נישט אז די פרושים זענען געווען א בלויז א קליינע גרופע. די ווארט כת וויאזוי יוסיפין נוצט עס באדייט א "שטרעמונג". דאס איז ווי איך וואלט געשריבן אז ביי אידן איז פארהאן דריי הויפט שטרעמונגען: ארטאדאקסן, קאנזערוואטיוון און רעפארמער.

אין לשון הקודש איז חבורה, זרם, קבוצה, כיתה, עדה, פלג, מגזר, קהילה, אגודה. דאס אלעס קען מען נוצן פאר א גרופע און א שטרעמונג ווי דו רופסט עס. כת איז אייביג געווען זייער א ביליג און נידעריגע אויסדרוק.

ממי_שאמרו האט געשריבן: דאס אויסדרוק 'פרושים' איז א שפעט ווארט וואס די צדוקים האבן באטיטלט די חכמים, און עס האט געניצט חוזק צו מאכן פון די חכמים כאילו זיי האבן זיך אפגעשיידט פון כלל ישראל און העלפן נישט שלעפן דעם עול. אזוי אויך די ערשטע קריסטן האבן אזוי באטיטלט די חכמים ווען זיי האבן אטאקירט די חכמים.

לויט ווי איר לייגט דאס אראפ, איז די נאמען "פרושים" באשאפן געווארן דורך די צדוקים וועלכע האבן זיך געוואלט אפשטעמפלן אלץ די "אריגינעלע" כלל ישראל און די חכמים אלץ די פרושים, די אפגעטיילטע. דאס איז אבער בכלל נישט אזוי ברור. עס איז פארהאן א מעגליכקייט אז די נאמען פרושים נעמט זיך פון די פרושים'ס אפגעטיילטקייט פון די ארומיגע גוי'אישע קולטורן. א שטערקערע מעגליכקייט, און עס זענען דא גאר שטארקע ראיות דערצו, איז אז די נאמען פרושים איז געגעבן געווארן דורך א כת, כת אנשי הקומראן (צו וועם די מגילות ים המלח באלאנגן) וועלכע האבן דערמיט געוואלט באטאנען אז פון זיי - פון די פרושים - האט זיך דער כת אפגעטיילט.
למעשה איז דאס געווארן די אפיציעלע נאמען פון די שטרעמונג, און דאס אז חז"ל רעפערירן קיינמאל נישט צו זיך אזוי איז צוליב די זעלבע סיבה פארוואס ארטאדאקסישע אידן צווישן זיך וועלן קיינמאל נישט זיך רופן ארטאדאקסן נאר סתם "אידן". די זעלבע איז מיט חז"ל, צווישן זיך פעלט נישט אויס זיך צו רופן "פרושים" נאר ווען מ'רעדט פון אנדערע שטרעמונגען באצייכענען זיך חז"ל אלץ פרושים. עס איז נישט מסתבר אז דאס איז א שפעט-נאמען, ווייל ווען יא וואלט חז"ל קיינמאל נישט זיך גערופן אזוי, אפילו אין קאנטעקסט פון ויכוחים מיט צדוקים.

א קליינע טעות, די חז"ל רופט זיך יא אנדערש פון כלל ישראל. זיי רופן זיך חברים (אזוי ווי חסידים אדער תלמידי הגר"א). און לאמיר טאקע נעמען א פרומע איד אין ארץ ישראל: ווען דו וועסט זעהן געשריבן די ווארט חרדי, קען עס זיין געשריבן אדורך א פרימע, און פונקט אזוי אדורך א פרייע. אבער ווען דו וועסט זיין שטיין "דוס", האסטו נישט קיין ספק ווער עס האט דאס געשריבן און נישט א פרומע איד.
ווען דו וועסט זעהן איינער שרייבן די ליטפאקעס, וועסטו האבן א ספק אז דאס האט געשריבן א מתנגד צו די ליטווישע?


ממי_שאמרו האט געשריבן:יוסיפון איז נאך אלץ נישט צופרידן, ער שרייבט עטליכע מאהל אז כלל ישראל איז געווען איינגעטיילט אין דריי: פרושים, צדוקים און איסיים. מיט דעם האט יוסיפון פארדרייט דעם אמת מיט'ן אויפהייבן די איסיים צו א גרויסע ציבור ענדליך צו (להבדיל) די חכמים. די פאקט איז אזוי אנדערש, אז די חכמים האבן אפילו נישט געפילט פאר וויכטיג זיי צו דערמאנען. עס איז דא וואס ווילן זאגן, אז דאס וואס די גמרא שרייבט אז די חיצונים פלעגן באדעקן זייערע תפילין מיט גאלד, אז דאס גייט ארויף אויף די איסיים. אבער פון צו מאכן פון זיי א גאנצע עסק כאילו זיי זענען געווען גאר א גרויסע טייל פון כלל ישראל, דאס איז זיכער א שקר וואס האט נישט קיין הענט און קיין פוס.

איך ווייס נישט פארוואס איר טייטשט דאס אפ אזוי. די איסיים זענען למעשה געווען א גרויסער כת (מען זעט דאס אויך פון ארכעאלאגישע גראבינגען). די סיבה פארוואס זיי ווערן נישט דערמאנט אין חז"ל איז מסתמא צוליב דעם וואס זיי האבן געהאט גאר א שוואכן חלק אין די הנהגה פון כלל ישראל. די צדוקים, לעומת זה, האבן יא געהאט א כוח אין פירן דאס פאלק, כאטש עס איז קלאר אז די פרושים זענען געווען די דאמינירנדע שטרעמונג. די צדוקים זענען געווען קאנצענטרירט ארום כהנים וועלכע זענען געווען פארווייטאגט אז זיי האבן פארלוירן די מאכט ביים בית שני, אנדערש ווי אין בית ראשון ווען די הנהגה איז געלעגן בידי הכהנים. מען קען טאקע זען אז רוב הלכות וואס ווערן דערמאנט אין תלמוד בשם די צדוקים זענען חומרות בעניני טומאה וטהרה. אן אינטערעסאנטע ביישפיל פון די השפעה וואס די צדוקים האבן געהאט זעט מען אין די משנה אין עדיות (פרק ח הלכה ד') ווי די משנה פארציילט אז רבי יוסי בן יועזר איז גערופן געווארן "יוסי שריא" (יוסי דער מיקל) צוליב א קולא אין דיני טומאה וטהרה. ווי עס איז נתברר געווארן פון די מגילות ים המלח, האט רבי יוסי בן יועזר מתיר געווען נגד דעת הצדוקים וועלכע האבן מחמיר געווען אויף יענעם דין. עס איז מסתבר אז די זלזול'דיגער נאמען "יוסי שריא" איז א נאמען וואס די צדוקים האבן ארויפגעקלעבט אויף אים, און אזוי ווייט איז דאס געגאנגען אז חז"ל האבן דאס דאקומענטירט אין די משנה.

זייער מעגליך אז דו ביסט גערעכט אין די נקודה.

ממי_שאמרו האט געשריבן:א חוץ פון דעם וואס ער פראבירט צו אריינשטיפן פאר'ן ליינער אין מוח, כאילו די חכמים זענען געווען נישט מער פון א דריטל כלל ישראל, און צוויי דריטל זענען געווען אפיקורסים. ווען אין מציאות האט דאס נישט אפילו קיין ברעקל פון אמת.

איך גלייב גראדע אויך נישט אין יוסיפין'ס סטאטיטישע נומערן, און ווי דערמאנט אויבן איז קלאר אז די פרושים זענען געווען די דאמינירדע שטרעמונג. כ'בין אבער נייגעריג פון וואו איר נעמט מיט אזא שארפע זיכערקייט אז א רוב כלל ישראל זענען נישט געווען פרושים? איך מיין אז די חלק איז יא אמת, נאר וואס דען, די אלע נישט-פרושים זענען געווען צעשפליטערט אין פארשידענע כיתות, און די פרושים איז געווען די גרעסטע און איינפלוסרייכסטע שטרעמונג.

ווייל יוסיפין אליינס שרייבט איין מאהל(און איך ברענג עס נאך אינעם גרויסן ארטיקל) "דאס ליבשאפט פונעם פאלק איז צו די פרושים" (קדמוניות י"ג, י)

ממי_שאמרו האט געשריבן:נאך א וואונדערליכע מעשה וועלכע ווערט נישט דערמאנט אין יוסיפון, איז דעם נס פון טרעפן א קריגל שמן כ"ה כסלו וואס דעריבער פראווענען מיר א יו"ט חנוכה פאר אכט טעג. ווען ער דארף מסביר זיין פארוואס די יו"ט חנוכה ווערט אנגערופן חג האורות אדער חג הנרות, ווערט ער אינגאנצן א תמים און ער שרייבט (קדמוניות יב ז) אז דעריבער הייסט חנוכה חג הנרות אדער חג האורות, איז צוליב דעם וואס די אידן זענען נאכאמאל ערלויבט געווארן צו גיין לויט זייערע רעליגיע און לויט זייער רצון, און עס איז געקומען אין אזא איבעראשונג ווי א בליץ אינעם העלן טאג. פון די נס פון טרעפן דעם פח שמן, פון די נס אז די ליכט האבן געברענט פאר אכט טעג, ווי וואונדערליך האט יוסיפון נישט געוואוסט און נישט געהאט קיין איינונג דערפון צו זאגן אדער פארציילן.

איך וועל מיך שוין צוריקקערן צו די נס פך השמן, אבער קודם דארף איך מיך באציען צו וואס איר שרייבט אין דעם קומענדיגן פאראגראף,
ממי_שאמרו האט געשריבן:ספר חשמונאים איז לויט רוב היסטאריקערס און פארשער'ס נתחבר געווארן אדורך א צדוקי צוליב עטליכע סיבות. קודם כל ווי איז די ספר נעלם געווארן? און עס ווערט נישט דערמאנט נישט אין משנה, נישט אין גמרא, נישט אין ערגעץ. ווי אזוי קען זיין אז אזא וויכטיגע היסטארישע ספר איז ווי נעלם געווארן אין דער ערד? און שנית, עס איז געווען א שטארקע איסור אין יענע צייטן צו שרייבן סיי וועלכע ספר חוץ פון חמשה חומשי תורה, אפילו די משנה און גמרא איז לויט רוב ראשונים געשריבן געווארן שפעטער, אין די תקופה פון די רבנן סבוראי (רש"י עירובין סב:, ריטב"א כתובות יט:, הקדמת סמ"ג) איז ווי אזוי האט אן ערליכער איד פשוט אנגעפיפן דעם איסור פון שרייבן סיי וועלכע ספר?

ספר חשמונאים איז נישט איין ספר נאר צוויי. די ערשטע, "מקבים א'" איז אריגינעל געשריבן געווארן אין לשון הקודש און איז בעיקר עוסק אין די מיליטערישע זיגן פון די חשמונאים. די צווייטע, "מקבים ב'" - אריגינעל געשריבן געווארן אין גריכיש - איז א קיצור פון א לענגערן ספר און איז עוסק אין אלע נסים וואס הקב"ה האט געטון מיט די חשמונאים און איז בלי שום ספק געשריבן געווארן דורך א פרושי (דאס הייסט, א נאכפאלדער פון די חכמים).
איך פארשטיי בכלל נישט אייער ראיה פון דעם אז עס ווערט נישט דערמאנט אין חז"ל אז דאס האט א צדוקי געשריבן. צו דען דארף חז"ל דערמאנען א יעדן בוך וואס א פריוואטער מענטש האט געשריבן? דאס איז מעגליך אויך די סיבה פארוואס יוסיפין ווערט כמעט נישט דערמאנט אין חז"ל.
אויף אייער צווייטע ראיה אז דאן איז געווען א פארבאט צו שרייבן, איז לכאורה די תירוץ פשוט. די איסור פון שרייבן איז נאר געווען אויף תורה. די אידן וואס האבן געשריבן די ספרי מקבים/חשמונאים האבן געשריבן היסטאריע, נישט תורה. (אדער, אויף מקבים ב', קען מען זאגן אז וויבאלד עס איז געשריבן געווארן אין גריכיש איז דאס נישט געווען קיין פראבלעם).
איבער די אנגענומענקייט פון ספרי מקבים, דארף איך נישט מער ווי ציטירן די ווערטער פון החכם המופלג הרב הערש גאלדווארעם ז"ל, וואס ער האט געשריבן אין די הקדמה צו זיין ספר "חנוכה" (אין ענגליש ארויסגעגעבן דורך ארטסקראל).
הרב הערש גאלדווארעם האט געשריבן:For information, we are indebted primarily to the books of Maccabees I and II the authors of which lived relatively close to the time of the miracle (in the case of I Maccabees), or drew upon contemporary sources. The authorship of these books is unknown, but they were undoubtedly written by staunchly loyal Jews. Although there is evidence that I Maccabees was originally written in Hebrew, both books were available only in Greek and Latin for over 1500 years and came down to us through gentile hands. For this reason, the two books were largely unknown to Jewish chroniclers and commentators until recent times... Despite the fact that the books of Maccabees are not mentioned in virtually any early classic Rabbinic work, we may assume that Jewish scholars would have accepted them, because they are cited by the great commentator to the Mishnah, R' Yom Tov Lipmann Heller (Tosefos Yom Tov, Megillah 3:6), and by the great halachist R' Eliyah Shapiro of Prague in his magnum opus Eliyah Rabbah to Orach Chaim 671:1. I know of only three other relatively early Jewish scholars who had access to Maccabees: R' Azariah min HaAdomim (De Rossi) in his Me'or Einayim (Imrei Binah ch. 16, 25, 25, 51, 55); and the disciple of R' Moshe Isserles, R' David Ganz (in Tzemach David, part I, year 3590). Nevertheless, it is fair to assume that such scholars would not have cited the books of Maccabees unless they were convinced of its reliability.

The reader should bear in mind that the period of Scripture was sealed prior to the events of Chanukah. No later book, even if it were historically accurate and true to the underlying spiritual theme of events it chronicled, could have been canonized. Consequently, the status of Maccabees as an apocryphal work does not, in and of itself, prove that it is not reliable.

בקיצור: ער שרייבט אז די ספרי חשמונאים ווערן אנגענומען דורך גדולי עולם ווי דער בעל תוספות יום טוב, דער בעל אליה רבה, דער צמח דוד און דער ערוך השולחן.

יעצט קענען מיר זיך צוריקקערן צו דעם נס פך השמן. עס איז אינטערעסאנט אז די נס ווערט נישט דערמאנט נישט אין מקבים א', נישט אין מקבים ב' (וועלכע וואלט עס זיכער דערמאנט ווען ער וואלט געוואוסט דערפון), נישט דורך יוסיפין, נישט אין מגילת תענית, נישט אין משנה, נישט אין קיין ברייתות, נישט אין תלמוד ירושלמי, און נישט אין די נוסח פון על הנסים. די ערשטע מאל וואס מיר באגעגענען די נס פך השמן איז אין תלמוד בבלי. מען מוז בע"כ זאגן אז די נס פך השמן איז נישט געווארן אזוי מפורסם גלייך ווען ס'האט פאסירט און איז געפאלן אין שאטן פון די גרויסע נסים פון געוואונען די מלחמה. די נס איז אבער אריבער במסורה צו חכמים וועלכע האבן עס דערנאך אריינגעשריבן אין תלמוד בבלי. אגב איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז מקבים ב' געבט אן די טעם פון אכט טאג חנוכה, וויבאלד יענע יאר האבן די אידן פארפאסט צו פייערן סוכות, האבן זיי עס משלים געווען ביי חנוכת הבית. דער בני יששכר, צו פארענטפערן דעם בית יוסף'ס קשיא, ברענגט בשם די רוקח אז חנוכה איז אכט טעג ווייל עס איז כנגד סוכות!

ממי-שאמרו האט געשריבן:יוסיפון שעמט זיך נישט אז ער שרייבט לויב ווערטער אויפן אותו איש ימ"ש (קדמוניות יח). די קריסטליכע קירכע האט אסאך געבויעט אויף זיינע ווערטער, ווייל עס קומט פון א איד און ספעציעל פון אזא איד. דא שטעלט זיך שוין די גאר הארבע קשיא, ווי אזוי טרויט זיך א איד צו שרייבן דברי שיר ושבח אויף אזא קליפה? וואס די חכמים האבן גע'פסק'נט אז ער איז געווען א כישוף מאכער, א מסית ומדיח, א חוטא ומחטיא את הרבים און בנוסף צו אלע מעלות איז ער געווען א פשוטע ממזר על פי דת משה וישראל.

עס איז נישט אזוי פשוט, וויבאלד אסאך מפרשים, פארשער און חוקרים האלטן אז חז"ל רעדן פון גאר א צווייטן און נישט פון דעם מייסד דת הנצרות.

זייער אינטערעסאנט, אז דו קענטס מיר ביטע שיקן א מקור וואלט איך עס זייער דאנקבאר געווען (נישט סארקאסטיש, ערענסט גערעדט)

ממי_שאמרו האט געשריבן:עס איז אינטערעסאנט צוצוצייכענען א יערות דבש פונעם הייליגן רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל אויף פורים, ווי ער ברענגט א ראיה פון "הבייבל שלהם" כלשונו (ער מיינט מיט דעם די טמא'נער חיבור פונעם אותו האיש ימ"ש), און בנשימה אחת דערמאנט ער יוסיפון יוסיפון. וועט זיך דען איינער דאכטן אז וויבאלד דער הייליגע רבי ר' יונתן האט דאס אראפגעברענגט, מעג מען דען אפילו א בליק געבן דערין? ח"ו! נאר די גדולים האבן געהאט זייערע כוונות און מחשבות וואס קיינער וועט קיינמאל נישט קענען אנפאנגן צו פארשטיין.

עס איז נישט פשוט. "לאדיך אפ" האט געברענגט דא אז הרב אביגדור מיללער ציטירט גאנצע שטיקער ברית החדשה. "לעיקוואד" צייכנט טאקע גלייך צו דעם יערות דבש. לכאורה לצורך היסטאריע אדער דע מה שתשיב מעג מען יא אריינקוקן אין ברית החדשה. ואגב, נישט אותו האיש האט דאס געשריבן נאר זיינע תלמידים.

צום לעצט וועל איך נאר צולייגן אן אינטערעסאנט שטיקל אין קדמוניות היהודים ווי יוסיפין איז טיילווייז מפקפק אין קריעת ים סוף! איך ברענג די ענגלישע איבערזעצונג וועלכע מ'קען ליינען בחנם דא. די שטיקל איז אין קדמוניות, ספר ב' פרק טז אות ה.

נו, וואס דארפסטו מיר? איז ער געווען א צדוקי אדער א חבר?

יוסיפין האט געשריבן:As for myself, I have delivered every part of this history as I found it in the sacred books; nor let any one wonder at the strangeness of the narration if a way were discovered to those men of old time, who were free from the wickedness of the modern ages, whether it happened by the will of God or whether it happened of its own accord; - while, for the sake of those that accompanied Alexander, king of Macedonia, who yet lived, comparatively but a little while ago, the Pamphylian Sea retired and afforded them a passage (33) through itself, had no other way to go; I mean, when it was the will of God to destroy the monarchy of the Persians: and this is confessed to be true by all that have written about the actions of Alexander. But as to these events, let every one determine as he pleases.


ואסיים מעין הפתיחה, ממי שאמרו איך בין אייך מור'דיג מעריץ פאר אייערע ידיעות און געוואלדיגע הבנה בקורות הדורות. אלעס וואס איך בין דא דן איז כתלמיד הדן בפני רבו, איך האף איר וועט זיך מתייחס זיין צו מיינע נקודות.


איך האף אז מיינע ווערטער וועלן דיר צופרידן שטעלן.
רבך אהובך:
ממי_שאמרו
דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:31 pm#70974
עס איז נישט אזוי פשוט, וויבאלד אסאך מפרשים, פארשער און חוקרים האלטן אז חז"ל רעדן פון גאר א צווייטן און נישט פון דעם מייסד דת הנצרות.


זייער אינטערעסאנט, אז דו קענטס מיר ביטע שיקן א מקור וואלט איך עס זייער דאנקבאר געווען (נישט סארקאסטיש, ערענסט גערעדט)

וועגן שני ישו היו איז שוין אסאך טינט פארגאסן געווארן. אין קורצן: אויב ישו איז געבוירן געווארן לויט ווי די קריסטן ציילן דעמאלט האט ער נישט געקענט זיין א תלמיד פון ר' יהושע בן פרחיה.
דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:41 pm#70975
ייש"כ יאיר. איך האב טאקע געוואלט ארויפלייגן לכבוד ניטול א גאנצע ארטיקל בנוגע דעם אותו האיש (איך האב נישט צו שטארק ליב אים צו רופן ביים נאמען). האסט מיר געגעבן נאך חומר לקריאה ולמחשבה. אגב דאס אז עס שטימט נישט מיט די יארן ווייסן זיי שוין היינט אויך' נאר עס פאסט זיי נישט עס צו טוישן. אזוי ווי יולי 4, רוב היסטאריקערס ווייסן אז עס האט גארנישט פאסירט אין יענעם טאג, אבער קיינעם פאסט עס נישט צו טוישן
m http://www.thedailybeast.com/articles/2 ... fraud.html m
m http://www.pressdemocrat.com/article/20 ... /120709888 m
m http://news.nationalgeographic.com/news ... july4.html m
m http://www.education.com/magazine/artic ... fallacies/ m
.
דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:51 pm#70978
ממי_שאמרו האט געשריבן:ייש"כ יאיר. איך האב טאקע געוואלט ארויפלייגן לכבוד ניטול א גאנצע ארטיקל בנוגע דעם אותו האיש (איך האב נישט צו שטארק ליב אים צו רופן ביים נאמען). האסט מיר געגעבן נאך חומר לקריאה ולמחשבה. אגב דאס אז עס שטימט נישט מיט די יארן ווייסן זיי שוין היינט אויך' נאר עס פאסט זיי נישט עס צו טוישן. אזוי ווי יולי 4, רוב היסטאריקערס ווייסן אז עס האט גארנישט פאסירט אין יענעם טאג, אבער קיינעם פאסט עס נישט צו טוישן .

זע דא וואו איך האב באריכטעט אז דער היינטיקער פויפסט, בענעדיקטוס דער זעכצנטער, איז מודה אין זיין נייעם בוך אז די קריסטלעכע רעכנונג איז נישט פינקטלעך.
מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 3:37 pm#71171
יישר כח ממי שאמרו פארן נעמען די מי זיך צו מתייחס זיין צו מיינע ארעמע הערות.

ממי_שאמרו האט געשריבן:די עיקר וואס איך האב געוואלט טוהן אז מסביר זיין זיין כאראקטער, זיין גאווה און חברותא בלב ובנפש מיט די רוימער. דאס איז געווען די יסוד וואס האט מיר אויפגעוועקט צו פרעגן אלע אנדערע קשיות

אייער עיקר נקודה האב איך טאקע מקבל געווען, איך בין היבש מסכים צו אייער אפשאצונג איבער זיין כאראקטער.

ממי_שאמרו האט געשריבן:אין לשון הקודש איז חבורה, זרם, קבוצה, כיתה, עדה, פלג, מגזר, קהילה, אגודה. דאס אלעס קען מען נוצן פאר א גרופע און א שטרעמונג ווי דו רופסט עס. כת איז אייביג געווען זייער א ביליג און נידעריגע אויסדרוק.

איך וועל מער מעיין זיין אין דעם נקודה אי"ה.

ממי_שאמרו האט געשריבן:א קליינע טעות, די חז"ל רופט זיך יא אנדערש פון כלל ישראל. זיי רופן זיך חברים (אזוי ווי חסידים אדער תלמידי הגר"א). און לאמיר טאקע נעמען א פרומע איד אין ארץ ישראל: ווען דו וועסט זעהן געשריבן די ווארט חרדי, קען עס זיין געשריבן אדורך א פרימע, און פונקט אזוי אדורך א פרייע. אבער ווען דו וועסט זיין שטיין "דוס", האסטו נישט קיין ספק ווער עס האט דאס געשריבן און נישט א פרומע איד.
ווען דו וועסט זעהן איינער שרייבן די ליטפאקעס, וועסטו האבן א ספק אז דאס האט געשריבן א מתנגד צו די ליטווישע?

אבער חז"ל אליינס רעפערירן צו זיך אלץ "פרושים" אין די קאנטעקסט פון ויכוחים מיט צדוקים. וואלטן מיר רעפערירט צו זיך אלץ "דוסים" אין סיי וואספארא קאנטעקסט? מיר דאכט זיך אז נישט.

עס איז אינטערעסאנט צוצולייגן וואס איך האב געפונען דא א ליקוט פון די ראשונים וויאזוי זיי האבן מסביר געווען דעם נאמען "פרושים" (קיין איינער פון זיי שרייבט נישט אז דאס איז א שם של זלזול),

הרב אלחנן שאפף האט געשריבן:בענין למה נקראו חכמי ישראל פרושים כתב הרע"ב בחגיגה ב ,ז מפני שאוכלין חולין בטהרה ופרושים ממגע ע"ה. ובפירוש המשניות להרמב"ם פ"ג דסוטה שקראו חכמים לעצמם פרושים מפני שפורשין מבני אדם עם מידות מגונות, ובערוך ערך פרוש איתא "והתואר פרוש מי שהבדיל עצמו והרחיק עצמו מהליכות והנהגות בני האדם הן לטוב הן לרעה (תוספתא סוטה ספט"ו רבו פרושים בישראל") ובסדר הדורות ג' אלפים ת"ס בשם פילון פ' שחלק מהם פרשו מנשותיהם ובניהם, [וע"ע מהרש"א קידושין עא. ד"ה נזיר בשם יוסיפון שהיה כת בזמן הבית שנקראו נזירים שהלכו להתבודדות כדי שלא לדבר בקלון בני אדם.] ובנצוצי אור לר' ראובן מרגליות (בריש ספרו) כתב מפני שתעודתם ותפקידם היה לפרש את התורה. וברמב"ן (ויקרא יט, ב) איתא דזה מלשון "פרושים תהיו."


ממי_שאמרו האט געשריבן:יוסיפין אליינס שרייבט איין מאהל(און איך ברענג עס נאך אינעם גרויסן ארטיקל) "דאס ליבשאפט פונעם פאלק איז צו די פרושים" (קדמוניות י"ג, י)

אמת, ווייל די רעשט פון כלל ישראל איז געווען צעשפליטערט און פארשידענע קליינע סעקטעס. דאס מיינט אבער נישט אז רוב פון כלל ישראל זענען געווען פרושים. עס איז נאר אז די גרעסטע שטרעמונג איז געווען פרושים. (אזוי ווי איינער זאל זאגן אז סאטמאר איז די גרעסטע קהילה, אבער איז נישט מער ווי א דריטל פון אלע קהילות אינאיינעם). איך האלט אויך אז יוסיפין'ס סטאטיסטיק פון "א דריטל" איז גאר שטארק אונטערגעשאצט, איך זאג נאר אז פון זיין אויסדרוק אז דאס ליבשאפט פון פאלק איז צו די פרושים איז נישט אזא ראיה.

ממי_שאמרו האט געשריבן:
הציץ ונפגע האט געשריבן:צום לעצט וועל איך נאר צולייגן אן אינטערעסאנט שטיקל אין קדמוניות היהודים ווי יוסיפין איז טיילווייז מפקפק אין קריעת ים סוף! איך ברענג די ענגלישע איבערזעצונג וועלכע מ'קען ליינען בחנם דא. די שטיקל איז אין קדמוניות, ספר ב' פרק טז אות ה.

יוסיפין האט געשריבן:As for myself, I have delivered every part of this history as I found it in the sacred books; nor let any one wonder at the strangeness of the narration if a way were discovered to those men of old time, who were free from the wickedness of the modern ages, whether it happened by the will of God or whether it happened of its own accord; - while, for the sake of those that accompanied Alexander, king of Macedonia, who yet lived, comparatively but a little while ago, the Pamphylian Sea retired and afforded them a passage (33) through itself, had no other way to go; I mean, when it was the will of God to destroy the monarchy of the Persians: and this is confessed to be true by all that have written about the actions of Alexander. But as to these events, let every one determine as he pleases.



נו, וואס דארפסטו מיר? איז ער געווען א צדוקי אדער א חבר?

ער איז געווען ערגעץ אין צווישן. ער אליינס האט געגלייבט אין קריעת ים סוף, און ער ברענגט אפילו א ראיה (פון אלכסנדר מוקדון) אז אזא זאך קען פאסירן, אבער ווארשיינליך צו געפעלן די 'אויפגעקלערטע' רומיים האט ער געשריבן אין אזא פארווע לשון אז ער שרייבט בלויז נאך וואס עס שטייט אין תנ"ך און אז עס איז גאנץ מעגליך עס זאל פאסירן און אז יעדער קען אליינס מחילט זיין צו קריעת ים סוף האט טאקע פאסירט אדער חלילה נישט. על כל פנים קיין "הרה"ג" און קיין "זצ"ל" קומט זיך אים זיכער נישט...

איבער שני ישו האף איך אז די לינק פון יאיר וועט אייך באפרידיגען, אז נישט וועל איך מער מאריך זיין. איבער דעם ענין צו מען מעג ארויסזאגן דעם נאמען פון אותו האיש, שרייבט שוין דער חוות יאיר (סי' א' השגה י"ב) אז דער עולם קוקט בייזוויליג אויף איינער וואס דערמאנט זיין נאמען, אבער לפי האמת איז נישט דא אין דעם קיין איסור. אויף די נאמען "ישו" אליינס איז דאך דא א שמועס צו דאס איז זיין נאמען. על פי פשטות איז זיין נאמען געווען ישוע, און ישו איז א שפעט-נאמען און איז ראשי תיבות י'מח ש'מו ו'זכרו, קומט אויס אז יש"ו קען מען נוצן לכולי עלמא.