פארומס › שו"ת לא להלכה ולא למעשה

שו"ת לא להלכה ולא למעשה

107 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2502
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:20 pm#70241
ווי שרייבט דער הייליגער חתם סופר אזוי אויף אים.

אין תשובות אויף חו״מ שרייבט ער בנוגע פיוטים אז אלמלא הוא וואלט נשתכח געווארן, כידוע שעשה הרבה מאד בשביל פיוטים אין זיינע מחזורים שהוציא לאור, וואס אגב, דארט אין די מבוא קומט ער מיט זיין באמבע בנוגע דעם קליר
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:21 pm#70243
יעצט איז דיין רייע צו פרעגן
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:26 pm#70245
וועלכע גרויסע, אנגענומענע רב בישרא׳ שספריו מאד נפוצים אין אלע רייען פון כלל ישרא׳ איז פון די ערשטע שזכו ללמד באניווערסיטעט לימודים אקדמיים
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:27 pm#70246
שמשון ב''ר רפאל למשפחת הירש?
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:33 pm#70249
קאווע טרינקער, גאנץ גוט אבער ער איז דוקא נישט אזוי מקובל בכל תפוצות היימישע ישראל

סופר, איך רעש פון גאר גאר א באקאנטן מיט גרויסע ספרים, אויף ש״ס, תשובות, און א גרויסע חיבור אויף הלכה
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:34 pm#70250
ער מיינט עפעס א רב וואס ספריו נפוצים מאוד.
ר' י''ד הארפנעס / סענטס סטריט איניווערסיטעט?
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:35 pm#70251
לץ, פון די ערשטע
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:36 pm#70253
אל תוכח.
האק נישט, איך טראכט
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:39 pm#70254
שמואל!
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:43 pm#70255
אין ספר חכמי ישראל כרופאים, מוסד הרב קוק, געקויפט 2 חדשים צוריק.
איז ער מוכיח אזוי, אז שמואל האט געלערנט רפואה אין איניווערסיטעט אין די זעלבע תקופה ווי גליל (יידל, פאריכט מיר, כ'דענק נישט זיין נאמען פונקטליך)
מיט דעם איז ער מסביר עטליכע שוועריקייטן אין ש''ס, למשל מ'זעהט שמואל קריגט זיך מיט א משנה בענין רפואה בשבת און מ'נעמט אן כמותו להלכה, וה''ה בעניני טריפות מהאי טעמא
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:49 pm#70260
עניוועי, איך מיין מורינו הרב יעקב עטלינגער רבה של אלטונא, בעל מחבר ערוך לנר, שו״ת שיבת ציון, ביכורי יעקב על הל׳ סוכה

זיין תלמיד איז געוועהן ר׳ שמשון רפא׳ לבית הירש

ער האט שטודירט אין ווירצבורג אין א מאדערנע אוניווערסיטי
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:55 pm#70263
גראדע, כ'דענק אלץ קינד, מיין זיידע האט מיך פארהערט גמרא, און כ'האב "אויסגערעדט" א ערוך לנר..... מיין זיידע האט מיר איבערגעפרעגט און געזאגט אז ער האט פון דעם ספר קיינמאהל געהערט.
כ'האב זיך געוואנדערט מיט מיין קינדערישען שכל.
אבער דער אמת איז, פון ווי זאל א פשוט'ע (לאפוקי א ת''ח) אונגערישע איד וויסען פון דעם דייטשע גדול. יא, היינט איז שוין 70 יאר פון זיין ארויסגיין פון אונגארין, אבער דאן איז געווען קוים 50 יאר.....
דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 10:43 pm#70976
וועלכע רביס האבן נישט געהאט קיין בארד ?
דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 10:50 pm#70977
קאלוב/קראסטין
דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 10:56 pm#70980
די הייליגע רוזינער צדיק
דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 10:58 pm#70981
בעלזע רב ביים קריג
מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 10:34 am#71087
איך וועל פרעגען מעין הראשונה:
אונטער וועלכע אומשטענדן האט משה גאלדמאן פארפאסט דעם הערליכע ניגון אויף די ווערטער "אלוקי נשמה"?
מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 10:40 am#71088
לעמאן דזשוס
די הייליגע רוזינער צדיק

?
מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 1:13 pm#71139
קאווע טרינקער
איז ער מוכיח אזוי, אז שמואל האט געלערנט רפואה אין איניווערסיטעט אין די זעלבע תקופה ווי גליל (יידל, פאריכט מיר, כ'דענק נישט זיין נאמען פונקטליך)

מיינסט אודאי גלינוס/גאלען.
(גאלינוס איז געבוירן געווארן 129 למספרם און שמואל איז געבוירן געווארן בערך 165 למספרם.)
מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 1:54 pm#71155
[ציטאט אראפגענומען]

ווער האט בכלל געגרינדערט די אומיווערזיטעטן אין איטאליע אויב נישט די רבנים פון מיטלאלטער?! אין די תקופה פון ר"ע מברטנורא און שפעטער, אויב נישט ער אליין. דאס איז געווען די פרנסה פון טייל רבנים וועלכע האבן זיך אונטערגענומען צו לערנען מיט די קינדער פון די רייכע גויים מאטעמאטיק, אסטראנאמיע און מעדיצין.
מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 2:05 pm#71161
לעמאן דזשוס
לץ, פון די ערשטע

איך ווייס נישט פון ווען דו רעכנסט די ערשטע אבער דער שאפראנער רב ז"ל און אויך ר' יעקב יצחק ניימאן ע"ה דער מאנטריאל פאפא רב האבן געהאט דיפלאמא'ס ווען זיי זענען אנגקומען לערנען אין ישיבה. די מעלה פון דעם איז אז אויב ס'קומט איינער אן אויפגעקלערטער און האט א וויכוח מיט'ן רב קען ער נישט אוועקמאכן און זאגן עה, ס'איז א פארכניאקטער רב.
מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 2:13 pm#71164
קאווע טרינקער
שמואל!

כ'האב שוין שיער געוואלט פרעגן וואס איז זיין לעצטע נאמען, וואו איז ער געווען רב? נעקסט טיים באשרייב אביסל פונקטליכער. זאג "דער אמורא שמואל"
מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 2:22 pm#71167
אויס מענטש
וועלכע רביס האבן נישט געהאט קיין בארד ?

דער בעל מסילת ישרים. ר' בונם פון פשיסחא, דער בעל שם פון לאנדאן און דער ראביי פון די לעקסינגטאן עוו. שול.
מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 3:01 pm#71186
berlbalaguleh
קאווע טרינקער
שמואל!

כ'האב שוין שיער געוואלט פרעגן וואס איז זיין לעצטע נאמען, וואו איז ער געווען רב? נעקסט טיים באשרייב אביסל פונקטליכער. זאג "דער אמורא שמואל"

נעקסט טיים ווען די שרייבסט "רביה"ק", שרייב אביסל פונקטליכער. זאג "רביה"ק מסאטמאר", כ'האב שיעור געמיינט אז דו רעדסט פון רבי יהודה הנשיא
פרייטאג יאנואר 11, 2013 11:36 am#79228
קאווע טרינקער
ס'ווערט מיר שפעט, דאס מאל וועט זיין א בחינה פון הוא מותיב והוא מפרק.

תשובות

א) הרב אלחנן הלפרין, יאריך ה' ימיו ושנותיו.



איך צו צוריק.
אין המודיע, ענין, איז געווען באשריבען א רב וואס האט געפייערט זיין 100'סע געבורסט טאג. לויט ווי ס'שטייט דארט, איז ער שוין רב אויף יענע פלאץ נאך פאר די קריג. ע"כ דארף מען מבקר זיין עוד הפעם, צו ער קען זיך פארמעסטן מיט ר' חנה. מי קודם למי.
פרייטאג יאנואר 11, 2013 11:39 am#79230
טעפל

אונטער וועלכע אומשטענדן האט משה גאלדמאן פארפאסט דעם הערליכע ניגון אויף די ווערטער "אלוקי נשמה"?

ווען אין קעמפ שלוה איז יוגעלע נעבעך אוועק. געדענק איך גוט?
זונטאג יאנואר 13, 2013 5:13 am#79413
קאווע טרינקער
טעפל

אונטער וועלכע אומשטענדן האט משה גאלדמאן פארפאסט דעם הערליכע ניגון אויף די ווערטער "אלוקי נשמה"?

ווען אין קעמפ שלוה איז יוגעלע נעבעך אוועק. געדענק איך גוט?

ניין, ער איז געקומען זינגען אין קעמפ שלוה און דארט איז געזעצען א נישט געזונט קינד אין א ווילטשעיר, און ער האט זיך נישט געקענט בארואיגען און אויפן וועג אהיים פארפאסט די ליד.
זונטאג יאנואר 13, 2013 6:30 pm#79605
א ענפער צום קעפל פון דעם אשכול

שו"ת התעוררות תשובה, אויף יעדן עמוד פון דעם תשובה ספר שטייט ארויף געדרירקט "להלכה ולא למעשה".

דעם ניגון "שמח נפש עבדך" פון ר' משה גאלדמאן האט ער פארפאסט אויף דער פארלאנג פון ר' חיים ארי' ליפשיץ פארענדיק אין א קאר, ר' משה ז"ל האט צוביסלעך אנגעהויבען צו זינגען פארשידענע תנועות, ביז ער האט געריקט איין תנועה פארענט דער אנדערע פון אונטען, צוביסלעך איז ארויס געקומען דער גאנצע ניגון, דערנאך איז געקומען דער צווייטע חלק פון ארויף לייגען ווערטער צום ניגון, ביז ער האט אנגעטראפען די ווערטער פון "שמח נפש עבדך", ס' האט גענומען בערך א שעה אין א האלב.
מאנטאג יוני 3, 2013 11:27 pm#121013
ווער איז דער איד אין דער בילד

רמז: ער וואלט געקענט זיין פון די מנהיגי ישראל
(יאנקל, זוך נישט אין גוגל)
📎 מי זה.jpg
מאנטאג יוני 3, 2013 11:35 pm#121018
נישט מרן רבינו הקדוש טוורעסקי זצ"ל?
מאנטאג יוני 3, 2013 11:37 pm#121023
ניין.
מאנטאג יוני 3, 2013 11:46 pm#121034
<a class="postlink" href="https://www.google.com/search?tbs=sbi:AMhZZiu-GCVDyIvYuUF203ChoYcoCEDP7kRpow591xupWuUyKzzeSVRy4ygTeGnuRehIdWRbmTRFJ1GT7kyiamUT16Q58D0j-5Pz0ehlUAYOb_1YUd8d6-IG0LIo2N3RS2-gN8VtfMpNhMFz4Wa-GvQo_1zdmxMi8-3gsoQF6PWJiNV58fL7UN5001rUu_1RLfoayVWA_17nl4rfy9vB_1lH8TTOV5G-GOAsB6HHk9DFM1C28bNmDc-kKQySfie003iACj38k-KSPbglvUsbTSZ_1Q_1XHBItno0u2bBR7KQvlysiiw1s_1WTFBmX-fk2G7-zOVfjKW24jHh9v3YaHETHRCUvT3aFCWb34Fyqxk5AdOJEQ2E-c78QlgLmKqLNaP8-_1mMcZXC7jmwnw7n--tsXCLI_1VHv5U_1CqvGO5FHWH5zxthuwmu34hDG04XaNwcU4pclJfv82KiG8r34PQfsgbHc4vRBlMjxXmKrvbwl96gL7fu0dFAo7AmC5y1uHIN86-QCeEPNwM898I4iNrxhW3qIgVGF1u-VJdyKZss8Tmc5YORfIhetGs5oyYMWPtj4BwRGY2PBD8o2RbAVMulYLidlnuyk0uHYm4cCR01tSkCyUQTroAm9tHdYR2gkYdTjFgQ2T0G5-vRkr19p33s0a_1b8dBSQBaA9CjLTwCznWkGwrwk_1VUoWpgwR_1o2Rn12kuN0a64aWI64L9Z6yB0EUjAWjDK2ytW-g_1jEBH2g6x90AzVdQu0fOS0qqeY9Gw9BX-xzjR-s91bRubcfmjuUwJTg_1d9WugMK50uuWnfPfG603eN3tE_1dVcHTo_1fSEDXgUulIh_1wryqTWb1VQ-RGst2d11Q5lCYlg24Ee6iLfRwA0AmCexEMNW1A5Oj_1kHd-Q_1Plq8p6XlM6kUIGwygOOvfXT283smAOQbjfkLlISqPl8u_1kajrFpC0z69A_1gdomljrSXBFRistAqvqsarqHLaEIgqowU8AeYNK-lJNQcIMralUxvSlJjs46GQgb8xYR4rACu3OJ0KG6a9JVeuf-xEeK8_1i-wtZ1qVE6tCMTL-CG9xYBu5TWs6nA6jrE7T3zGBtf--wJDRiPv4RvMDIqByYWAAiN8J3mmM7fqGCjMOYYcMMdQCfB6SS_1TKn_1emeVO565JwP7zB8kNQKxZKMWvEm3h4qUTfbdhcNAVfZnio6JCiLtwpr50r0-zRkfQF-iV5Zt09HdMN_1a1jqEI6vR2C2pHw6v-XQbjymGPC6M2I6F9lbqRvB4qEYJVvni-FC-Qb99AsfH2xhk66wv77tSkvvBRqrfrIUjhHzUgg3WhrCeqSOy0fAVNGV0Ey4c6A&width=250&height=188">https://www.google.com/search?tbs=sbi:A ... height=188</a>


איך בין נישט יאנקל מעג איך מאכען גוגל..
מאנטאג יוני 3, 2013 11:47 pm#121038
נישט א זין פון הרב ש"ך?
עפעס א מעשה פארציילן די חסידים אז הרב ש"ך האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אז דאס איז געקומען צוליב דעם וואס ער האט נישט געזינגען זמירות ביים שבת טיש, אבער יא אבער ניין.
דינסטאג יוני 4, 2013 12:44 am#121101
די מעשה גייט אז הרב שך האט געהאט א שכן א אדם פשוט (כמדומה לי דער טאטע פון הרב משה און הרב אלי' שטערנבוך), וואס האט זוכה געווען צו קינדער רבנים משא"כ הרב שך אליין, דערציילט מען אז ער האט געזאגט אז די חילוק צווישן מיר און אים איז, אז איך פלעג מיר יאגן ביי די סעודות שבת כדי עס זאל נישט זיין קיין "ביטול תורה", אבער ער האט עוסק געווען שעות אריכות און זמירות שירות ותשבחות, און דאס האט אריין געברענגט אין זיי א אהבה צו עבודת ה'.
צו די מעשה איז אמת צו נישט ווייס איך נישט, וואס איז זיכער איז אז פון די ליטווישע בני ישיבות וועט מען עס נישט הערן....
דינסטאג יוני 4, 2013 12:54 am#121111
שלום וברכה,

ר' משה שטערנבוך האט אלץ קינד געוואוינט אין לאנדאן. זיין טאטע איז אוועק ווען ר' משה איז געווען א קינד בגיל 9.

להעיר אז אפילו אויב די מעשה איז אמת האט דאס פאסירט אין ליטא, אינדערהיים, נישט אין בני ברק..

איך האב גראדע יא געהערט די מעשה פון מיין ליטווישע ראש ישיבה, וועלענדיג מיט דעם ארויסברענגען די וויכטיקייט פון פארברענגען מיט די קינדער, לאו דווקא זינגען זמירות איינמאל א וואך וכו'

אזוי צו אזוי, איז די מעשה נישט אמת מטעם הפשוט, ווייל אפרים הנ"ל איז געווען א מרביץ תורה ומחבר ספרים.
דינסטאג יוני 4, 2013 1:16 am#121134
אבער דאכט זיך אז זיין טאטע האט נישט געהאט קיין קשר מיט אים.
דינסטאג יוני 4, 2013 1:20 am#121137
ליין זיין ויקי בלאט.

א גוטע נאכט
דינסטאג יוני 4, 2013 1:22 am#121140
אינטערעסאנט, נישט געוויסט.
דינסטאג יוני 4, 2013 1:24 am#121141
פאר א סיבה האב איך געשריבען "כמדומה".
די מעשה קען זיין אמת, איך ווייס נאר נישט ווער דער שכן איז געווען.
דינסטאג יוני 4, 2013 2:03 pm#121290
א חתימה דא אין שטיבל וואס איז זיך סותר מיניה וביה...
מיטוואך יוני 5, 2013 11:58 pm#122127
ניין.
דאנערשטאג יוני 6, 2013 12:03 am#122133
יעפס...
זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 2:56 pm#151324
ווער איז דער מענטש?

זיין נאמען איז זייער באקאנט.
📎 who.jpg
זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:07 pm#151327
נישט געוואוסט.
זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:08 pm#151328
ניין.

זיין נאמען איז באקאנט פאר יושבי בית המדרש.
זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:16 pm#151333
ר' חיים מושקין
זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:56 pm#151346
מה טיבו?
זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 4:18 pm#151348
עפן כמעט-וועלכע ארצישראלי ספר, וועט איר זעהן דעם "עיצוב השער: חיים מושקין.
ער לעבט שוין נישט אויף די וועלט.
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 2:20 pm#151784
ימי קדם
די מעשה גייט אז הרב שך האט געהאט א שכן א אדם פשוט (כמדומה לי דער טאטע פון הרב משה און הרב אלי' שטערנבוך), וואס האט זוכה געווען צו קינדער רבנים משא"כ הרב שך אליין, דערציילט מען אז ער האט געזאגט אז די חילוק צווישן מיר און אים איז, אז איך פלעג מיר יאגן ביי די סעודות שבת כדי עס זאל נישט זיין קיין "ביטול תורה", אבער ער האט עוסק געווען שעות אריכות און זמירות שירות ותשבחות, און דאס האט אריין געברענגט אין זיי א אהבה צו עבודת ה'.
צו די מעשה איז אמת צו נישט ווייס איך נישט, וואס איז זיכער איז אז פון די ליטווישע בני ישיבות וועט מען עס נישט הערן....

געהערט אמאל פון א חשובע יוד א ליטוואק אז עס איז נישט געשטויגן די גאנצע מעשה, זיינע קינדער האבן זיך נישט געהאלטן ווייל זיין וויב איז געווען א געלערנטע פרוי און געהאט פייגלעך אין קאפ
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 2:39 pm#151791
משפחת הרב שך
משפחת בני הרב שך
imagesCAALTHOG.jpg imagesCABWUOL3.jpg imagesCATKR9L7.jpg NEWS1Y-549190700054169.jpg