פארומס › שו"ת לא להלכה ולא למעשה

שו"ת לא להלכה ולא למעשה

107 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2502
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 3:03 pm#68816
שו"ת לא להלכה ולא למעשה
שו"ת לא להלכה ולא למעשה

נתנה ראש ונשובה, לאמיר אפלאזען די אלע פלוידערייען. לאמיר אביסל קונה חכמה זיין.

(בעקבות יידל - וויסענשאפט איז זיין פעלד)


1) וועלכע רב בישראל (חוץ לארץ, חסידיש), איז שוין תופס מקום רבנותו קרוב ל60/70 שנים? לא די די נאמען פון זיין רבנות איז דאס זעלבע, נאר אפילו זיין בית מדרש, איז עומד וקיים מאז באותו מקום?

2) אונטער וועלכע אומשטענדן האט משה גאלדמאן פארפאסט דעם הערליכע ניגון אויף די ווערטער "הבן יקיר לי אפרים"?
דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 4:23 pm#68862
ס'ווערט מיר שפעט, דאס מאל וועט זיין א בחינה פון הוא מותיב והוא מפרק.

תשובות

א) הרב אלחנן הלפרין, יאריך ה' ימיו ושנותיו.

ב) תשעה באב ביינאכט, זייענדיג אין לופט-פעלד, נאך א דילעי. עלענד אליין, אן שיך.
דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 7:54 pm#68918
איך מיין אז הרב וואזנער האלט שוין אויך קרוב צו אזא ציפער.
מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 9:56 am#69140
וועגן דעם האב איך געשריבן אין די שאלה "חוץ לארץ".
מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 9:58 am#69141
וועלכע שול איז די עלצטע שול אין וויליאמסבורג?
מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 10:01 am#69144
פולישע שטיבל?
אדער נייטרא?
מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 10:03 am#69146
לכאורה נייטרא. פוילישע שטיבל קען זיין אז די געביידע איז עלטער (כ'ווייס נישט, כ'זאג נאר אז ס'קען זיין) אבער נייטרא שול איז אן עלטערע *שול*. (געווען סטאלין אמאל)
מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 10:04 am#69147
וועלכע שול איז די עלצטע שול אין בארא פארק?
מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 3:30 pm#69356
יידל
לכאורה נייטרא. פוילישע שטיבל קען זיין אז די געביידע איז עלטער (כ'ווייס נישט, כ'זאג נאר אז ס'קען זיין) אבער נייטרא שול איז אן עלטערע *שול*. (געווען סטאלין אמאל)

ר' יידל. דו דארפסט טוישן דיין ניק צו "היסטאריקער" אדער "ידען". במחילת כבוד תורתם הרמה.
מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 5:59 pm#69424
קאווע טרינקער
וועלכע שול איז די עלצטע שול אין בארא פארק?

לכאורה די ספרד'ישע שול אויף 14'טע עוועניו.
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 12:13 am#69543
קאווע טרינקער
וועלכע שול איז די עלצטע שול אין בארא פארק?

לויט די וועבסייט איז ליובאוויטש אויף 12'טע עוועניו די עלטסטע שול, געבויט אין 1902.


The Congregation Anshe Lubawitz of Borough Park was built in 1902 as Congregation Beth El, which moved to 15th Avenue in 1920. It’s the oldest synagogue building in Borough Park, though the portico with Doric columns was a later addition.
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 12:16 am#69545
געפילטע, זייער פיין. ריכטיג.
די שוהל גייט נאך אן מיט טעגליך מנין.

ווער ס'האט די ריכטיגע תירוץ, דארף פארלייגן די נעקסטע שאלה...
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 12:20 am#69547
אין די צייטונג באשרייבט איינער ''דרעזנער'' זייער שיין אלע עלטערערע שוהלן פון ב.פ.
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 9:56 am#69623
קאווע טרינקער
געפילטע, זייער פיין. ריכטיג.
די שוהל גייט נאך אן מיט טעגליך מנין.

ווער ס'האט די ריכטיגע תירוץ, דארף פארלייגן די נעקסטע שאלה...

ווען איך ווייס ווען אז ענטפערן קומט מיט אזא אחריות וואלט איך געטראכט צוויי מאל פאר'ן ענטפערן... 😉

כרגע קען איך נישט טראכטן פון א גוטס, אפשר דורכ'ן טאג, צו גאר ביי שמו"ע ביי מנחה גייט עפעס איינפאלן, אויף דערוויילע ווארטס נישט אויף מיר, שלאגט פאר אייער אייגענע שאלות.
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 11:32 am#69642
My great-great-grandfather Harav Yosef Yitzchok Parnes ZT"L moved to boro park in around 1915 and opened a shtiebel in circa 1920. The zaide was a heimishe yid from Poland. He went to live on the lower east side, probably the only person in the community with a bekitshe and gartel and the whole levush etc. The zaide tried to be mekarev yidden but it was heavily reform and the mafia didn't care for him and asked him to leave. He moved to Boro Park and opened up a Heimishe nusach sfard shul. He was known to pull people in off the street for a minyan and did not use electricity on shabbos because of Jews working in the utility companies.
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:31 pm#69658
א זוך אין גוגל שיקט מיר צו דעם.
Wikipedia

Yosef Yitzchok Parnes, the Brooklyner Rebbe, was also considered as such, arriving in Borough Park, Brooklyn in approximately 1913; due to the many non-observant Jews then working for the local utility companies, he did not use any electricity on the Sabbath. Many religious Jews in America in the early 1900s were his adherents.


האט ער געהאט א שול? קיינמאל נישט געוויסט אז ס'געווען אזא זאך ווי "ברוקלינע רבי".
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:43 pm#69665
ווער איז די עלסטער חסידישע איד און ניו יארק?
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:45 pm#69667
געפילטע פיש
א זוך אין גוגל שיקט מיר צו דעם.
Wikipedia

My great-great-grandfather Harav Yosef Yitzchok Parnes ZT"L moved to boro park in around 1915 and opened a shtiebel in circa 1920. The zaide was a heimishe yid from Poland. He went to live on the lower east side, probably the only person in the community with a bekitshe and gartel and the whole levush etc. The zaide tried to be mekarev yidden but it was heavily reform and the mafia didn't care for him and asked him to leave. He moved to Boro Park and opened up a Heimishe nusach sfard shul. He was known to pull people in off the street for a minyan and did not use electricity on shabbos because of Jews working in the utility companies.


האט ער געהאט א שול? קיינמאל נישט געוויסט אז ס'געווען אזא זאך ווי "ברוקלינע רבי".


איך אויך נישט אבער ער האט יא געהאט א שול. ס׳איז נאך דא. 16 אוועניו און 55 גאס.
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:52 pm#69668
אוי סארי, איך זע איך האב נישט ציטירט גוט, כ'האב עס פארראכטן.
ס'האט געברויכט זיין אזוי:
Wikipedia

Yosef Yitzchok Parnes, the Brooklyner Rebbe, was also considered as such, arriving in Borough Park, Brooklyn in approximately 1913; due to the many non-observant Jews then working for the local utility companies, he did not use any electricity on the Sabbath. Many religious Jews in America in the early 1900s were his adherents.


געוואלד געשריגן
איך אויך נישט אבער ער האט יא געהאט א שול. ס׳איז נאך דא. 16 אוועניו און 55 גאס.

ווי איז דא א שיל דארט?
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 2:00 pm#69670
It's ok. I never heard of him being called the Brooklyner Rebbe. It's in the building next to the fruit store.
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 2:45 pm#69689
וואס איז פארגעקומען יעצט ביים בי. קיא. אי. וואס האט צוזאמגעשלעפט מאסן מענטשן ביי לי עוועניא העכער די הייוועי צו א אריינקוק פארזאמלונג?
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 3:29 pm#69698
דר'עולם פארקריכט.

געפילטע האט נאך נישט געדאווענט היינט, ע"כ וועל איך מוזן מציע זיין א נייע שאלה.

וועלכע ספר, פון צוויי חלקים, לאזט די מחבר נישט איבערדריקען באזונדער. ביידע חלקים מוזן זיין אין איין באנד.
און אויב מ'טרעפט דאס ערשטע חלק וועט זיין א סימן אז די צווייטע חלק פעלט
וואס איז געווען זיי טעם?
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 3:35 pm#69702
דוכט זיך מיר דער בעל ספר הברית ווארנט אין זיין הקדמה, צווישן אנדערע ווארענונגען, אז מ'זאל נאר דרוקן ביידע חלקים אינאיינעם. די סיבה? אויב געדענק איך ריכטיג איז עס ווייל די צוויי חלקים זענען תלוי הא בהא.
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 3:38 pm#69703
יידל!
I LOVE YOU
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 3:39 pm#69706
נו, ווער האלט דיך צוריק פון דרוקן די I LOVE YOU קנעפל דארט אויבן?...
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 3:43 pm#69707
כן עשיתי.
יידל, יעצט דארפסטו פרעגן.
אבער פליז, ס'זאל עפעס וואס פשוט'ע אידן ווי מיר קענען ענטפערען
פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 2:01 am#69888
יידל
נו, ווער האלט דיך צוריק פון דרוקן די I LOVE YOU קנעפל דארט אויבן?...


נחום ראזענבערג.
פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 2:04 am#69889
איך האב זיך נישט צוריקגעהאלטן.
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:46 pm#70193
וועלעכע באקאנטע מחבר האט א נאמען געגעבן זיין תשובה ספר אויף זיין מאמע'ס נאמען?
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:55 pm#70198
צ׳יון ל׳נפש ח׳יה

מ׳ורינו ה׳רב ר׳ ש׳מואל א׳יידליס
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:57 pm#70200
יעצט פרעג איך,

וואס איז די פשוט׳ע באדייט פון א תשובה אדער שאלה וואס להלכה ולא למעשה (אויסער בנוגע פ.ס. וכדומה)
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:05 pm#70203
לעמאן, גוט, אבער כ'האב געמיינט א נאמען ממש, נישט נאר א רמז, ר''ת.
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:07 pm#70206
קאווע טרינקער
וועלעכע באקאנטע מחבר האט א נאמען געגעבן זיין תשובה ספר אויף זיין מאמע'ס נאמען?


רבי שאול בראך
ספר ליבא בעי
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:09 pm#70207
גוט, שטערן.
כ'האב געפרעגט פון א באקאנטע ספר.
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:10 pm#70209
קאווע טרינקער
גוט, שטערן.
כ'האב געפרעגט פון א באקאנטע ספר.


האסט געפרעגט פון א באקאנטע מחבר
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:11 pm#70210
לעמאן דזשוס
יעצט פרעג איך,

וואס איז די פשוט׳ע באדייט פון א תשובה אדער שאלה וואס להלכה ולא למעשה (אויסער בנוגע פ.ס. וכדומה)

אז ס'איז נישט קיין fixed הלכה, נאר relative.
ווען ס'איז נוגע למעשה וועט מען קענען מצרף זיין סניפים לקולא לויט די אומשטענדען
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:12 pm#70211
שטערן
קאווע טרינקער
גוט, שטערן.
כ'האב געפרעגט פון א באקאנטע ספר.


האסט געפרעגט פון א באקאנטע מחבר

אמת. געמיינט האב איך א באקאנטע חיבור...
שו"ת
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:19 pm#70215
שו״ת נפש חיה
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:21 pm#70216
גוט,
וואס איך מיין האט אויך דעם מחבר'ס נאמען.
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:39 pm#70225
חוות יאיר.
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:44 pm#70226
יידל אלצ-ווייסער.

ס'איז כאילו
חוה'ס יאיר.
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:49 pm#70227
וועלכע רב/רבי/דיין/מו"ץ אין ניו יארק איז שוין געווען א רב/רבי/דיין/מו"ץ אין אייראפע פארן קריג?
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:49 pm#70228
ר' פישעלע
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:51 pm#70230
קאווע אלצ-ווייסער

הג"ר אפרים פישל הערשקאוויטש, אב"ד האליין ודומ"ץ קלויזענבורג.
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:53 pm#70231
וואס איז ר' וואלף היידענהיים'ס ראיה אז ר' אליעזר הקליר האט געלעבט בזמן הגאונים?
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:57 pm#70233
כ׳מיין אז נישט קאווע און נישט יידל האבן עס ריכטיג

האליין איז א שטעטל אין עסטרייך ביים גרעניץ פון דייטשלאנד וואס איז נאכ׳ן קריג געוועהן א דיפי לאגער

אבער פארן קריג איז ער נישט געוועהן קיין רב
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:09 pm#70236
יידל
וואס איז ר' וואלף היידענהיים'ס ראיה אז ר' אליעזר הקליר האט געלעבט בזמן הגאונים?

יש אומרים שחי בתקופה שקידשו את החודש

כ'האב נישט געוואוסט, גוגל איז מיר מגלה.
ער האט א פייט "אאנין תשע מאות ועוד"
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:10 pm#70237
לעמאן דזשוס
כ׳מיין אז נישט קאווע און נישט יידל האבן עס ריכטיג

האליין איז א שטעטל אין עסטרייך ביים גרעניץ פון דייטשלאנד וואס איז נאכ׳ן קריג געוועהן א דיפי לאגער

אבער פארן קריג איז ער נישט געוועהן קיין רב

יאקע רב?
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:11 pm#70238
ווייל ער ברענגט רב האי גאון..אזוי שטייט אין א ספר בשמו

און ווייל אין די קינות אויף ת״ב שרייבט ער תשע מאות שנה וזה מכוון לתקופות הגאונים

אבער ער גייט דערמיט קעגן תוס׳ חגיגה י״ג, ושאר ראשונים

וכבר נדחו דבריו בכמה ספרים ותשובות ובתוכם עי׳ בשדי חמד אות אל״ף
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:14 pm#70240
אגב, ווען נישט אונזער חתם סופר שרייבט אז ווען נישט רוו"ה וואלט פארגעסען געווארן כמה גופי תורה, וואלט מען אין אייוועלט נישט געמעגט דערמאנען זיין נאמען