Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות

וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
100 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 180 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2500
דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 3:09 pm#68779
וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות
אן אשכול מיוחד פאר וויסנשאפטליכע רעטענישן, חידות, היכי תימצאס, איבעיות, זאכן וואס איר ווילט וויסן (נאר וויסנשאפטליכע, פאר אלגעמיינע זאכן וואס מ'וויל וויסן איז שוין דא אן אשכול), און סתם קושיות.

מיין ערשטע שאלה/רעטעניש/זאך וואס כ'וויל וויסן איז ווי פאלגנד:
פארוואס ווען מ'לייגט א בוך צו א שפיגל, ווערן די ווערטער ארומגעדרייט רעכטס צו לינקס, אבער נישט פון אויבן אראפ?
וואס איז אזוי ספעציעל איבער דעם האריזאנטעל ליניע (דאס הייסט די ליניע וואס לויפט פון לינקס צו רעכטס אדער פארקערט) אז דאס ווערט ארומגעדרייט, אבער די ווערטיקעל ליניע (דאס הייסט די ליניע וואס לויפט פון אויבן אראפ אדער פארקערט) וועט בלייבן די זעלבע?
דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 3:47 pm#68800
מסתמא פארשטיי איך נישט די עומק השאלה, אבער לדידי איז עס פונקט ווי די טינט פונעם ביכל זאל זיין נאס און מען רירט עס צו צו אן אנדערען פאפיר, דארט פארשטייסטו אויך נישט, אדער איז עס חלוק פון א שפיגל?
דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 3:51 pm#68807
עס איז טאקע די זעלבע זאך, די שאלה איז נאר געבויעט אויף דעם נקודה אז מענטשן כאפן נישט אז א שפיגל קאפירט פארנט צו הונטען (פונקט ווי א נאסע טינט) און נישט רעכטס צו לינקס, ודו"ק.
דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 3:58 pm#68813
לויט די שאלה, וואלט ווען א מענטש זיך געקוקט אין שפיגל, זיך געדארפט זעהן קאפ אראפ פוס ארויף
דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 4:08 pm#68821
אז מ'רעדט פון וויאזוי מ'קוקט אויס אין א שפיגל, שטודיעס צייגן אז מענטשן האבן בעסער ליב זייער אויסזען ווען זיי זעען א פארקערטן בילד פון זיך (אזויווי זיי זענען געוואוינט זיך צו זען אין שפיגל), און אנדערע האבן בעסער ליב יענעמ'ס אויסזען ווען זיי זעען א געהעריגן בילד.
דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 4:38 pm#68837
נאכן נאכפארשן די זאך האב איך געטראפן אז מיין שפיגל שאלה איז באקאנט (נישט צו באקאנט, אבער דארט ווי עס איז באקאנט, איז עס באקאנט) אלס "דער פעינמאן שפיגל פראבלעם". פעינמאן איז ריכארד פעינמאן, א איד וועלכער איז געווען איינער פון די וועלט'ס מערסט בארימטע סייענטיסטן. ער האט באקומען די נאבל פרייז פאר פיזיקס און ער האט געהאט א גרויס חלק אין דעוועלאפען דעם אטאם באמבע. ער האט אויך געהאט א געשליפן פיסקל מיט א פיינער סענס אף היומאר וועלכע איז אים גוט צוניץ געקומען צו קענען מסביר זיין קאמפליצירטע ענינים אויף א לייכטן אופן.



איך האב אויך אנדעקט אז איינער האט מייחד געווען א גאנצער וועבסייט צו דעם שאלה, און ער טוט דאס דורך לעומקה ולרחבה.
דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 8:50 pm#68914
לעצטנס איז ארויסגעקומען א בוך: פאראדאקס: די ניין גרעסטע פארהוילונגען אין פיזיקס. דער בוך איז מסביר א רייע פון באקאנטע סייענטיפישע פאראדאקסן און זייערע ענטפערס. ווי למשל אלבער'ס פאראדאקס, פארוואס עס איז נישט אינגאנצן לעכטיג ביינאכט צוליב די טריליאנען שטערנ'ס, אדער די זיידע פאראדאקס, אויב איינער וועט ערפינדן א צייט מאשין און צוריקפארן אין צייט צו ווען זיין זיידע האט נאך געלעבט און אים הרג'ענען, צו וועט ער אויפהערן עקזיסטירן. דער בוך איז זייער קלאר און רייך געשריבן.
מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 1:07 am#69057
מענין לענין, אין א לעפל זעהט מען זיך טאקע פון אויבן אראפ, איך גלויב אז די קוירוועטשער פונעם לעפל בייגן די שטראלן, אבער וואו וואס ווען ווייס איך נישט.

-------

p00p0v3q.jpg
p00p0v3q.jpg (18.34 KiB) געזען געווארן 5238 מאל

א הערליכע שקיעה, הא? קוקט'ס נאר ווי די רויטע זון שטראלן באלייכטן דעם העל-בלויען הימל...

אה, ס'איז נישט רויט און בלוי?

די חקירה איז שוין מן הסתם אדורכגעפלויגן ביי יעדן אין קאפ: ווער זאגט אז מיר זעהן די זעלבע קאלירן? אפשר וואס איך זעה אין בלוי הייסט ביי דיר גרין, און וואס דו זעהסט אין גרין רופט זיך ביי מיר בלוי, נאר אזוי ווי מען האט אונז ביידע געלערנט אז ווען מען זעהט דאס זאגט מען 'גרין', און ווען מען זעהט דאס זאגט מען 'בלוי', ממילא קריגן מיר זיך נישט ארום וואס איז וואס, אבער באמת זעהן מיר בכלל נישט די זעלבע קאלירן.

איז אזוי, צו זאגן אז באמת זעהן מענטשן דראסטיש אנדערע קאלירן איז לכאורה נישט מסתבר מצד די אפעקטן וואס זיי ברענגן אויפן נפש, דהיינו, אויב זענען מיר ביידע מסכים אז העל-בלוי איז א געשמאקע קאליר און ברענגט א רואיגקייט, און רויט איז א נערוועזע טאנצנדע קאליר, איז דאך לכאורה א ראי' שאין עלי' תשובה אז מיר זעהן ביידע גלייך, כ'מיין, ווען דו זעהסט ווען דעם הימל אין א טיף-רויטן קאליר וואלסטו דאך נישט ארויס אויפן גאס, נישט אזוי?

ניין, אפשר טאקע נישט אזוי, ווער זאגט אז בלוי איז בעצם א רואיגע קאליר און רויט נישט, אפשר איז דאס נאר א פסיכילאגישער אפעקט צו וואס מען האט אונז קאנדישענד פונעם געבוירן אז בלוי ברענגט מיט זיך רואיגקייט וכו', ממילא זעמיר צוריק ביי אל"ף, אפשר זעהסטו גאר א רויטער הימל [וואס איך רוף רויט], נאר אזוי ווי דו האסט אויפגעכאפט פון דיין סביבה אז דער קאליר איז א געשמאקער, ביסטו געווארן קאנדישענד אז עס זאל דיר ברענגן געשמאק?

אינעם ארטיקל וואס איך ברענג אונטן דערמאנט ער בתוך דבריו נאך א פסיכילאגישער\פילאזאפישער צד, ווער זאגט אז ווען מען איז קובע א מציאות דארף מען זיך רעכענן מיט אונזערע אינערליכע איבערלעבענישן? וואס מיין נפש שפירט ווען עס זעהט בלוי און וואס דיין נפש שפירט? ממילא - טענה'ט די סברא - זעהן מיר אלע די זעלבע, ווייל ווילאנג דו רופסט בלוי די זעלבע זאכן וואס איך רוף בלוי, מיר ביידע טיילן עס אפ פון די אנדערע קאלירן און מיר זענען ביידע מסכים אז דאס איז די קאליר פונעם הימל, זעהן מיר דאך טאקע די זעלבע! אט דאס הייסט געזעהן די זעלבע, אפי' אויב אונזער אינערליכע איבערלעבעניש איז אנדערש.

דא איז דער ארטיקל, גאנץ געשמאק.
מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 10:50 am#69135
הערליך אראפגעלייגט, ר' ונבנתה! עיקרן של דברים האב איך שוין געברענגט א צייט צוריק:
m http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=20758#p20758 m
מיטוואך יאנואר 02, 2013 9:18 pm#74866
דער שיינער שמועס וואס האט זיך אנטוויקלט איבער דער "מאנטי האל פראבלעם" האבן מיר אפגעטיילט צו א באזונדערן אשכול.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 11:41 pm#124895
איך האב זיך שוין עטליכע מאל באגעגענט אין א כלל 'יעדע זאך ריקט זיך פון סדר צו אומ-סדר', און אויב פארשטיי איך גוט איז דאס די Second law of thermodynamics.

מען באציהט זיך צו איהם ווי א 'חוק קדוש', עס האט עפעס די גלאריע פון א חוק בלי טעם, ער שטייט עפעס כשוה בין השוין צווישן די חוקים קדושים וואס שטעלן די יסודות הטבע, גראוויטי, ניוטאן'ס חוקים פון תנועה וכו'.

פארשטיי איך נישט, איז דאס נישט די פשוטע קאמען סענס פון פראבעביליטי? אז מען האט האלץ, איז דאך דא טריליאנען אופנים אז זיי זאלן זיך צוזאמען קומען און נישט פארמירן א טיש און נאר איינס אז יא, אז מאלפעס זאלן אויסקלאפן א שעיקספיער, דארף מען דען נישט טריליאנען מאלפעס און איך ווייס וויפיהל צייט?

דו זאגסט מיר אז ווען איך צוברעך א גלאז גייט עס דוקא פון סדר צו אומ-סדר, דאס איז עפעס א חלות דין אז דער פארעם פון גלאז הייסט סדר און דער פארעם נישט און יעצט קומט עפעס א חוק און ריקט עס דוקא פון דעם צו דעם? פראקטיש איז נאר דא איין פארעם פון טריליאנען וואס דער גלאז וועט זיין ראוי צו טרינקן דערפון, ממילא זענען אייביג די טשענסעס אז ער זאל האבן איינע פון די אלע אנדערע פארעמען, ואדרבא, לאמיר דיר אנצייכענען א פונקטליכע וועג ווי אזוי די שטיקער גלאז זאלן זיך צושפרייטען אויף די ערד - איינע פון די טריליאנע אומ-סדר'דיגע אופנים, וועלן מיר זעהן אויב דו קענסט צוטרעפן אז עס זאל זיך אזוי צוברעכן.

וואט עם איי מיסינג?
פרייטאג יוני 14, 2013 12:57 am#124925
לויט די דוגמא וואס דו ברענגסט רעדסטו פון entropy. דאס איז אן אינטעגראלע קאמפאונענט אין די צווייטע law of thermodynamics, ווי אויך אין אנדערע laws און טעאריעס.

בנוגע דיין שאלה, די laws of nature זענען נישט דייקא קיין חק בלי טעם. אדרבא, רוב פון זיי האבן מאטאמאטישע ערקלערונגען, פונקט ווי דיין פראבעביליטי ערקלערונג. (איך מיין אז פראבעביליטי ווערט טאקע גענוצט אלץ באווייז סיי פאר entropy און סיי פאר thermodynamics.) די פאקט אז ס'האט א מאטאמאטישע חשבון מאכט נאר די געזעץ שטערקער.

דיסקלעימער: מיינט נישט אז איך בין אויסגעקאכט אין סייענס, בכלל נישט. כ'האב פונקט לעצטענס געליינט איבער דער נושא. לאמיר ווארטן ביז יאיר און אנדערע ידענים קומען און גיבן אביסל מער אינפא.
פרייטאג יוני 14, 2013 12:42 pm#125003
גוט געזאגט, הוגה. צו מאכן קלארער, די second law of thermodynamics איז א מציאות, יעדער קען דאס זען ביים אראפשטעלן א גלאז הייסע טיי אויפ'ן טיש, נאך עטליכע מינוט וועט די הייסע ענערגיע וואס ליגט אין די טיי זיך אויסמישן אין די לופט און עס וועט ווערן קאלט, און די לופט וואס איז בלויז עטוואס הייס וועט נישט אריינקריכן אין דעם גלאז טיי. די entropy principle זאגט אז די סיבה איז וויבאלד בכלליות וועט שטענדיג ווערן פון סדר אומ'סדר, און נישט פארקערט. יא, עס איז דא אמאל א ווייטע מציאות אז אקסיגען מאלעקולס אין א קליין ווינקל אין די לופט זאלן זיך פונקט אויסשטעלן אויף א שיינער סדר פאר א קורצע צייט, אבער אין ריעל לייף איז די פראבעביליטי לגבי ענערגיע אזוי אסטראנאמיש קליין אז מיר קענען זיין זיכער אז א גלאז טיי וועט אייביג ווערן קעלטער און נישט הייסער.
זונטאג יוני 23, 2013 2:57 am#127216
דרך אגב, אז מ'רעדט שוין פון די entropy principle. איז דאס נישט קיין סתירה צו עווילושאן און צו די big bang theory?
זונטאג יוני 23, 2013 9:42 am#127236
הוגה, דאס איז א באקאנטע קריעשאניסט טענה. זע דא m http://scienceblogs.com/evolutionblog/2 ... econd-law/ m
זונטאג יוני 23, 2013 2:00 pm#127287
יידל האט געשריבן:הוגה, דאס איז א באקאנטע קריעשאניסט טענה. זע דא http://scienceblogs.com/evolutionblog/2 ... econd-law/


יישר כח פאר די אינפארמאטיוו ארטיקל. למעשה האב איך אליינס געטראכט אז דאס איז לכאורה די תשובה בנוגע עווילושאן, נעמליך אז די דיקריס אין ענטראפי אויף earth געשעהט צוליב די אינקריס אין ענטראפי אין אנדערע פלעצער אין די יוניווערס כגון די זון אדער אפילו אין אנדערע געלעקסיס. איה''נ קיין proof דערויף קען מען נישט ברענגן אבער עס איז גענוג צו פארענטפערן די ענטראפי פרינציפאל און די צווייטע געזעץ פון טערמאדיינאמיקס. יעצט וועט יעדער (פארשטייט זיך) אננעמען לויט ווי זייער beleif לויטעט.

התינח עווילושאן, וואס טוסטו אבער מיט די ביג בענג טעאריע? דארט איז דאך נאר געווען א דיקריס אין ענטראפי אן קיין שום אינקריס?
זונטאג יוני 23, 2013 2:13 pm#127290
מיט די ביג בענג טעאריע בין איך נישט באקאנט, אבער גוגל האט מיר געהאלפן טרעפן דעם ארטיקל m http://machineslikeus.com/news/big-bang ... modynamics m וועלכע כ'האף אז דו וועסט טרעפן אינפארמאטיוו.
זונטאג יוני 23, 2013 2:27 pm#127296
דאס איז די תירוץ וואס זיי געבן:

The solution here is that because the universe is expanding it keeps getting shifted out of equilibrium, and in the drive to reach a new equilibrium state, you can get pockets of order occurring without violating the second law, because the maximum allowable entropy also keeps increasing.


איך בין קיין סייענטיסט, און איך בין זיכער אז עס פעלט מיר אסאך אינפארמאציע. במושכל ראשון זעהט מיר עס אויס ווי א באבע תירוץ. דאס הייסט אז אין געוויסע פעלער איז דא א יוצא מן הכלל ביי די ענטראפי פרינציפל. ווען? ווען כ'האב נישט קיין אנדערע תירוץ. דאס איז א טיפיקעל רעליגיעזע סטייל תירוץ.
זונטאג יוני 23, 2013 2:28 pm#127298
א mixer וואס דרייט א טייג כאפט א נפק"מ צו ער דרייט זייגער ווייז צו פארקערט?
זונטאג יוני 23, 2013 2:34 pm#127301
בנוגע עוואלוציע און די צווייטע געזעץ פון טערמאדינאמיקס, דארף מען געדענקען בעיקר צוויי פונקטן:
די אייזערנע ראיות פאר עוואלוציע זענען פונקט גענוג צו איבערצייגן אז עוואלוציע האט פאסירט. דהיינו, קאמפליצירטע באשעפענישן האבן זיך עוואלווד פון פשוט'ערע באשעפענישן וואס האבן זיך עוואלווד פון פשוט'ערע ארגאניזמס און צעלן. די פאסיל רעקארד און די ען עי באווייזן דערויף זענען אוממעגליך צו עקספלעינען אנדערש, און סייענטיסטן קענען זען מיט די אייגענע אויגן ווי אזוי באשעפענישן עוואלוון זיך כסדר. די שאלה איז נאר אויף די מעקאניזם, ווי אזוי ס'האט פאסירט. די סייענטיסטן טענה'ן אז ס'האט פאסירט דורך נאטורליכע סעלעקציע, די אינטעליגענט דעזיין באוועגונג טענה'ט אז ס'האט פאסירט דורך דעם וואס גאט האט זיך אריינגעמישט ביי יעדע שווערע סטעפ און "ארויסגעהאלפן" די פראצעדור פון עוואלוציע. כולי עלמא מודי אבער אז ס'איז געווען עפעס א גורם דערצו, אדער נאטורליכע סעלעקציע, אדער גאט. ממילא קומט די צווייטע געזעץ פון טערמאדינאמיקס בכלל נישט אריין דא.
איין שאלה קען מען יא פרעגן, ווי אזוי די ערשטע צעל איז באשאפן געווארן, אויב עס איז באשאפן געווארן ממש בלויז ביי טשענס, איז דאס טאקע א סתירה מיט די צווייטע געזעץ פון טערמאדינאמיקס. אבער כפי מיטב ידיעתי איז נישטא קיין איין סייענטיסט וואס האלט אז די ערשטע צעל איז פון זיך אליין ארויסגעוואקסן, ס'איז זיכער אז "עפעס" האט פאסירט, צו דורך די שטראלן פון די זון, וכדו' וואס האט געברענגט גענוג ענערגיע אז א געהעריגער צעל זאל באשאפן ווערן, (דאס איז זיכער אז די שטראלן פון די זון האבן געקענט באשאפן חלקים פון א צעל, אמינא עסידס) אדער עפעס אנדערש. און היות מיר האבן נישט קיין איבערבלייבענישן פון יענעם פראצעס, איז עס עס איינגעוויקלט אין א מיסטעריע.
בנוגע די ביג בענג, פארשטיי איך ווייטער נישט. מיר זעען דאך מיט די אייגענע אויגן ווי אזוי די אוניווערס עוואלווט זיך און עס ווערן כסדר באשאפן נייע שטערנס אוןאלטע שטערנס שטארבן, איז דאס איז זיכער אז די אוניווערס האט זיך עוואלווד און האלט זיך נאכאלס אינמיטן עוואלוון. אסטראפיזיקס גיבט זיך אפ מיט די נושא ווי אזוי די פראצעדור ארבעט פונקטליך. ווייטער אויב די שאלה איז ווי אזוי די ביג בענג האט לכתחילה פאסירט, ווי אזוי פון גארנישט איז געווארן א ביג בענג, אויף דעם איז טאקע נישטא קיין געהעריגער תירוץ, כאטש ס'איז דא געוויסע טעאריעס אין זייער אינפענסי.
זונטאג יוני 23, 2013 2:49 pm#127309
@יאיר,
דיין הסבר בנוגע עווילושאן שטימט אזוי ווי איך האב דא געשריבן.

בנוגע די ביג בענג טעאריע, ווי אזוי עס איז געשעהן איז א מילדע שאלה, after all איך מוז נישט האבן אלע ענטפערס היינט. אבער אויב איז עס א סתירה מיט די laws פון די יונעווירס, די זעלבע געזעצן אויף וואס סייענס איז באזירט, דאס איז שוין א שווערע קושיא. ווי אזוי קען מען שטיצן א טעאריע וואס שטומט נישט מיט פאקטן?
זונטאג יוני 23, 2013 3:17 pm#127320
ונבנתה העיר האט געשריבן:מענין לענין, אין א לעפל זעהט מען זיך טאקע פון אויבן אראפ, איך גלויב אז די קוירוועטשער פונעם לעפל בייגן די שטראלן, אבער וואו וואס ווען ווייס איך נישט.

-------

p00p0v3q.jpg

א הערליכע שקיעה, הא? קוקט'ס נאר ווי די רויטע זון שטראלן באלייכטן דעם העל-בלויען הימל...

אה, ס'איז נישט רויט און בלוי?

די חקירה איז שוין מן הסתם אדורכגעפלויגן ביי יעדן אין קאפ: ווער זאגט אז מיר זעהן די זעלבע קאלירן? אפשר וואס איך זעה אין בלוי הייסט ביי דיר גרין, און וואס דו זעהסט אין גרין רופט זיך ביי מיר בלוי, נאר אזוי ווי מען האט אונז ביידע געלערנט אז ווען מען זעהט דאס זאגט מען 'גרין', און ווען מען זעהט דאס זאגט מען 'בלוי', ממילא קריגן מיר זיך נישט ארום וואס איז וואס, אבער באמת זעהן מיר בכלל נישט די זעלבע קאלירן.

איז אזוי, צו זאגן אז באמת זעהן מענטשן דראסטיש אנדערע קאלירן איז לכאורה נישט מסתבר מצד די אפעקטן וואס זיי ברענגן אויפן נפש, דהיינו, אויב זענען מיר ביידע מסכים אז העל-בלוי איז א געשמאקע קאליר און ברענגט א רואיגקייט, און רויט איז א נערוועזע טאנצנדע קאליר, איז דאך לכאורה א ראי' שאין עלי' תשובה אז מיר זעהן ביידע גלייך, כ'מיין, ווען דו זעהסט ווען דעם הימל אין א טיף-רויטן קאליר וואלסטו דאך נישט ארויס אויפן גאס, נישט אזוי?

ניין, אפשר טאקע נישט אזוי, ווער זאגט אז בלוי איז בעצם א רואיגע קאליר און רויט נישט, אפשר איז דאס נאר א פסיכילאגישער אפעקט צו וואס מען האט אונז קאנדישענד פונעם געבוירן אז בלוי ברענגט מיט זיך רואיגקייט וכו', ממילא זעמיר צוריק ביי אל"ף, אפשר זעהסטו גאר א רויטער הימל [וואס איך רוף רויט], נאר אזוי ווי דו האסט אויפגעכאפט פון דיין סביבה אז דער קאליר איז א געשמאקער, ביסטו געווארן קאנדישענד אז עס זאל דיר ברענגן געשמאק?

אינעם ארטיקל וואס איך ברענג אונטן דערמאנט ער בתוך דבריו נאך א פסיכילאגישער\פילאזאפישער צד, ווער זאגט אז ווען מען איז קובע א מציאות דארף מען זיך רעכענן מיט אונזערע אינערליכע איבערלעבענישן? וואס מיין נפש שפירט ווען עס זעהט בלוי און וואס דיין נפש שפירט? ממילא - טענה'ט די סברא - זעהן מיר אלע די זעלבע, ווייל ווילאנג דו רופסט בלוי די זעלבע זאכן וואס איך רוף בלוי, מיר ביידע טיילן עס אפ פון די אנדערע קאלירן און מיר זענען ביידע מסכים אז דאס איז די קאליר פונעם הימל, זעהן מיר דאך טאקע די זעלבע! אט דאס הייסט געזעהן די זעלבע, אפי' אויב אונזער אינערליכע איבערלעבעניש איז אנדערש.

דא איז דער ארטיקל, גאנץ געשמאק.

פארוואס איז די חקירה לימיטעד צו קאלירן דאס קען געפרעגט ווערן אויף יעדע פון די 5 חושים אויף יעדער געפיל קען דאך זיין אז א צווייטער נעמט אויף גאר אנדערש, ווער זאגט אז דער געפיל שמחה ברענגט ביי א יעדן די זעלבע געפיל? אפשר אן ״א״ קוקט אויס ביי אן אנדערן ווי א ״ב״.
און אויב ווייסן מיר נישט און מ׳וועט קיינמאהל אויסגעפונען איז פונקט ווי קאלירן למאי נפק״מ? און ס׳קען הייסן אז יעדער שפירט די זעלבע.
זונטאג יוני 23, 2013 7:45 pm#127369
הוגה האט געשריבן:@יאיר,
דיין הסבר בנוגע עווילושאן שטימט אזוי ווי איך האב דא געשריבן.

בנוגע די ביג בענג טעאריע, ווי אזוי עס איז געשעהן איז א מילדע שאלה, after all איך מוז נישט האבן אלע ענטפערס היינט. אבער אויב איז עס א סתירה מיט די laws פון די יונעווירס, די זעלבע געזעצן אויף וואס סייענס איז באזירט, דאס איז שוין א שווערע קושיא. ווי אזוי קען מען שטיצן א טעאריע וואס שטומט נישט מיט פאקטן?

עס איז נישט קיין סתירה ווייל קיינער ווייסט נישט וואס איז געווען פאר דעם ביג בענג. קודם מוזטו וויסן אויב ס'איז נישט געווען קיין שום זאך וואס האט געקענט אנצינדן דעם ביג בענג כדי דו זאלסט קענען וויסן אויב דער ביג בענג איז א סתירה מיט די געזעצן וואס זי האט אליין באשאפן.
זונטאג יוני 23, 2013 7:49 pm#127370
הוגה האט געשריבן:@יאיר,
דיין הסבר בנוגע עווילושאן שטימט אזוי ווי איך האב דא געשריבן.

דאס וואס דו האסט געשריבן איז נישט קיין הסבר אויף עוואלושען, ס'איז א הסבר אויף די origin of life. די צוויי זאכן האבן נישט קיין שייכות. איך קען רואיג גלייבן אין די סייענטיפישע הסבר אויף עוואלושען און נישט גלייבן אין די סייענטיפישע הסבר אויף די origin of life, אויף וואס ס'איז נאך באמת נישטא קיין געהעריגע הסבר, ממילא קען יעדער גלייבן וואס ער וויל אן דעם וואס ער זאל סותר זיין סייענס.
זונטאג יוני 23, 2013 8:44 pm#127378
moti107 האט געשריבן:פארוואס איז די חקירה לימיטעד צו קאלירן דאס קען געפרעגט ווערן אויף יעדע פון די 5 חושים אויף יעדער געפיל קען דאך זיין אז א צווייטער נעמט אויף גאר אנדערש, ווער זאגט אז דער געפיל שמחה ברענגט ביי א יעדן די זעלבע געפיל? אפשר אן ״א״ קוקט אויס ביי אן אנדערן ווי א ״ב״.
און אויב ווייסן מיר נישט און מ׳וועט קיינמאהל אויסגעפונען איז פונקט ווי קאלירן למאי נפק״מ? און ס׳קען הייסן אז יעדער שפירט די זעלבע.

כ'מיין אז די חילוק צווישן קאלירן און געפילן איז טאקע דאס אז געפילן איז סוביעקטיוו צום מענטש וואס שפירט דאס. קיינער קען דיך נישט מסביר זיין וואס פונקטליך איז דאס שמחה, מען קען עס נאר מסביר זיין מיט אויסערליכע סממנים און vague הגדרות. ווידעראום קאלירן קען מען סייענטיפיש אפשאצן און מגדיר זיין, קאליר על מחנהו וקאליר על דגלו, יעדע איינציגסטע קאליר מיט זיין אייגענארטיגן שעיד פון בלוי, רויט און געל. דערפאר פאסט זיך ביי קאלירן חוקר צו זיין צו מיר עקספירענסען דאס די זעלבע, משא"כ געפילן וועלכע זענען מעיקרא סוביעקטיוו, און ווערן אויטאמאטיש עקספיריענסט אנדערש אויפן אינדיווידואלן שטאפל.

לגבי א און ב פארשטיי איך נישט וואס איז שייך חוקר צו זיין. צו באדייט דען נישט "א" אז א געוויסע סכום פיקסעלס איז שווארץ און די איבעריגע ווייס, און די אלע שווארצע פיקסעלס וועלן אלץ אנפילן די זעלבע קאארדינעיטס? וואס איז שייך חקר'ן אז ראובן זעט דאס אנדערש ווי שמעון (unless ראובן האט דיסלעקסיע)?
זונטאג פעברואר 01, 2015 9:40 pm#251180
שמעון וואלף האט געשריבן:די גמרא אין סוטה דף ל"ד זאגט אז טאמער האלט מען עפעס צוזאמען מיט נאך איינעם, קען מען האלטן דריי מאל מער ווי ווען מ'האלט עס אליין.

נישט פונקטליך דאס זאגט ד גמרא. די גמרא דארט זאגט ס"ה אז א מענטש קען "האלטן" אויף זיך א משא דריי מאל אזוי שווער ווי ער קען "אויפהייבן". דהיינו אויב מיטן אויפהייבן האט ער הילף דאן קען ער שוין שפעטער שלעפן דאס פעקל אפילו ער וואלט עס ווען נישט געקענט אליינס אויפהייבן.
זונטאג פעברואר 01, 2015 9:59 pm#251189
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין. ווען די צוויי מענטשן וואס דו האלסט לייגן ארויף זייער גאנצע וואג אויף דיר און דיין שכן מיט די ריכטיגע באלאנס (דו שפירסט נישט ווי זיי זענען "עפעס נישט אויפן ריכטיגן פלאץ") וואס געשעט דעמאלס ס"ה איז אז דו האסט ווי צוגענומען וואג. למשל דו וועגסט יעצט 175 פונט, טראכט אז חלילה איין טאג נעמסטו צו ביז דאפלט, 350 פונט נישט מער געדאכט. גייסטו אונטערברעכן? זענען דען נישט דא גענוג גראבע 350 פונטיגע מענטשן וואס גייען אויף די אייגענע פוס?

ס'ליגט סאך מער אין דעם אבער דאס איז ווי אויפן שפיץ גאפל

און ווען איך אליין האלט איינעם אויף די אקסלען ?
זונטאג פעברואר 01, 2015 10:10 pm#251191
ס'איז די זעלבע זאך האלטן צוויי האלבע מענטשן ווי איין גאנצע מענטש. אויב ריכטיג באלאנסירט.
זונטאג פעברואר 01, 2015 10:24 pm#251194
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:ס'איז די זעלבע זאך האלטן צוויי האלבע מענטשן ווי איין גאנצע מענטש. אויב ריכטיג באלאנסירט.

ווען דו האלטסט איינעם אויף די אקסלען שפירסטו פשוט ווי א דיקליכער מענטש? א גראבע מענטש קען זיצן און שטיין מיטן גראבקייט א גאנצע טאג, דו קענסט אויכט?
זונטאג פעברואר 01, 2015 10:51 pm#251199
האסט שוין אמאל געזען א דיקע מענטש ווי ער שווויצט אוועק נאכן שפאצירן צוויי גאסן?
זונטאג פעברואר 01, 2015 11:45 pm#251209
ווען ס'פעלט אויס קען ער שטיין פאר לאנג, און עניוועי זיצעדיג קענסטו האלטן פיר שעה איינעם אויף די אקסלען?
זונטאג פעברואר 01, 2015 11:47 pm#251210
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:די גמרא אין סוטה דף ל"ד זאגט אז טאמער האלט מען עפעס צוזאמען מיט נאך איינעם, קען מען האלטן דריי מאל מער ווי ווען מ'האלט עס אליין.

נישט פונקטליך דאס זאגט ד גמרא. די גמרא דארט זאגט ס"ה אז א מענטש קען "האלטן" אויף זיך א משא דריי מאל אזוי שווער ווי ער קען "אויפהייבן". דהיינו אויב מיטן אויפהייבן האט ער הילף דאן קען ער שוין שפעטער שלעפן דאס פעקל אפילו ער וואלט עס ווען נישט געקענט אליינס אויפהייבן.


די גמרא זאגט אז ווען די אידן זענען אריבער די ירדן האט איין מענטש געהאלטן פערציג סאה און ביי די מרגלים, ווי מ'האט געהאלטן צוזאמען מיט אנדערע, האט יעדער געהאלטן 120 סאה.
תוספות בשם די ירושלמי רעדט וועגן דעם וואס די שרייבסט, אבער דאס איז נישט וואס שטייט דא אין גמרא.
מאנטאג פעברואר 02, 2015 12:03 am#251214
היינו האי, התוס' מפרש הגמ'. בירדן כל אחד הקים בעצמו בלי סיוע, משא"כ אצל המרגלים. (לשון הבבלי אי אפשר לפרש אחרת, ועיין רש"י)
מאנטאג פעברואר 02, 2015 11:11 am#251270
מיין השערה זאגט אז ס'איז נישט די זעלבע זאך דאס האלטן נאך 200 פונט אויפן אקסל נישט פראפארציאנאל, ווי צונעמן אליינס 200 פונט פראפארציאנאל אין גאנצן גוף.
מאנטאג פעברואר 02, 2015 12:56 pm#251292
עס איז נישט ממש די זעלבע, ווייל די סענטער אף גרעוויטי וועט זיין היבש העכער ווי נארמאל במילא איז שווערער זיך צו באלאנסירן, משא"כ א גראבער מענטש האלט די וואג שיין ארומגעפאקט.
דאך וועט האלטן א מענטש אויף די אקסל זיין פיל גרינגער ווי סתם שלעפן א שווער פעקל וואס דעמאלטס ווערט די סענטער אף גרעוויטי אינגאנצן פאריקט.

מאטי ביטע פארעכטן מיינע ספעלינג טעותים.
מיטוואך פעברואר 18, 2015 12:06 pm#254417
ווי אויך ביים האלטן אויפן אקסל לייגט די אויבערשטער מענשענ'ס פרעשור אויפן גאנצן גוף, די אקסלען און האלץ ביינער, די שדרה און רוקן ביינער, משא"כ א מענטש וואס נעמט צו אסאך וואג ליגט נישט די גאנצע וואג אויפן רוקן, נאר רוב דערפון לייגט נאר פרעשור אויף די פוס מוסקלען, וואס זענען די גרעסטע און פון די שטערקסטע מוקסלען וואס א מענטש פארמאגט.
מוצ"ש פעברואר 21, 2015 10:10 pm#255032
1- איינער האט געדינגען ארבייטער צו ארבעטן פאר אים 10 שעה און ער וועט צאלן $300 מיט א שיינעם זייגער, למעשה האט ער זיי פארשיקט נאך 6 שעה און באצאלט $140 מיט א זייגער. וויפיל איז די זייגער ווערד?

2- אברהם איז אלט 4 יאר ווען זיין ברידער משה איז אלט 21 יאר, ווי אלט וועט אברהם זיין ווען משה וועט זיין אלט פינקט דאפעלט יארן פון אים?
מוצ"ש פעברואר 21, 2015 10:17 pm#255034
2 - 34/17

(די ערשטע שאלה פארשטיי איך נישט)
מוצ"ש פעברואר 21, 2015 10:27 pm#255036
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:2 - 34/17

(די ערשטע שאלה פארשטיי איך נישט)

גערעכט! וויאזוי האסטו עס אויסגערעכנט?
מוצ"ש פעברואר 21, 2015 10:35 pm#255039
כ'מיין אז ס'איז גרינגער ווי אויסטרינקן א האלבע קאווע. אויב ווען אברהם איז געבוירן איז משה געווען א זיבעצען יעריגע בחור איז נישט מער ווי יושר אז ווען אברהם גייט זיין א זיבעצען יעריגע ישיבה בחור זאל משה זיין פונקט דאפעלט אזוי אלט. האסט אן אנדערע solution?
מוצ"ש פעברואר 21, 2015 10:37 pm#255040
מיין קליינע טאכטער האט מיר גראדע געפרעגט אויב איך קען מאכן זי זאל אביסל שנעלער וואקסן ווייל זי וויל איבערכאפן איר עלטערע שוועסטער.
מוצ"ש פעברואר 21, 2015 10:41 pm#255041
די צווייטער שאלה איז פשוט, ווי דער מגיד זאגט. די ערשטע שאלה איז אויך פשוט צו טרעפן דער ענטפער מיט אביסל גרינגע אלגעברא.
מוצ"ש פעברואר 21, 2015 10:47 pm#255044
קול דודי האט געשריבן:די ערשטע שאלה איז אויך פשוט צו טרעפן דער ענטפער מיט אביסל גרינגע אלגעברא.

אוודאי, אז איך זאל ווען נאר פארשטיין די שאלה
מוצ"ש פעברואר 21, 2015 11:17 pm#255051
דאס זענען די ענטפערס אין אלגעברא:

chusid האט געשריבן:1- איינער האט געדינגען ארבייטער צו ארבעטן פאר אים 10 שעה און ער וועט צאלן $300 מיט א שיינעם זייגער, למעשה האט ער זיי פארשיקט נאך 6 שעה און באצאלט $140 מיט א זייגער. וויפיל איז די זייגער ווערד?

קאוד: וועל אויס אלע
(300+x)/10 = (140 + x)/6
(*30)
900 + 3x = 700+5x
200 = 2x
x = 100

(פאר די וואס קענען נישט אלגעברא: דער זייגער איז ווערד הונדערט דאלער).
2- אברהם איז אלט 4 יאר ווען זיין ברידער משה איז אלט 21 יאר, ווי אלט וועט אברהם זיין ווען משה וועט זיין אלט פינקט דאפעלט יארן פון אים?

קאוד: וועל אויס אלע
21 + x = 2(4 + x)
21 + x = 8 + 2x
21 = 8 + x
13 = x

x + 4 = 17 (אברהם)
21 + x = 34 (משה)
דינסטאג מערץ 10, 2015 4:59 pm#257787
שמעו נא רבותי דיינים מומחים, וואס האלט איהר אויף א רעדל כזה וואס האט מער וואג אויף די לינקע זייט, וועט זי זיך אליינס דרייען ביז די וואג וועט זיין בלאנסירט אויף ביידע זייטן אייניג אדער נישט.

אויב נישט, ביטע זייט עס מסביר אויף אידיש.
דינסטאג מערץ 10, 2015 5:00 pm#257788
עס וועט זיך דרייען ביז די שווערערע זייט וועט זיין מער פון אונטן וזהו
דינסטאג מערץ 10, 2015 5:21 pm#257791
עס וועט נישט - איך קען עס נאכנישט אויפווייזן מיט ווערטער.
דינסטאג מערץ 10, 2015 5:21 pm#257792
נישט דרייען, אויב אלע דריי טאבעס וועגן פונקטליך ס'זעלבע איז די רעדל פונקטליך באלאנצירט.
דינסטאג מערץ 10, 2015 5:22 pm#257793
עס וועט זיך נישט דרייען וויבאלד די טשוואק שטייט ביים סענטער אוו מעסס, אלע זייטן וועגן אייניג. איי אויף די לינקע זייט איז דא צוויי באליס? אבער וויבאלד זיי זענען נענטער צום צענטער ווי די רעכטע באלי וועגן זיי נישט איבער אזוי שטארק.
דינסטאג מערץ 10, 2015 5:30 pm#257795
געפילטע פיש האט געשריבן:אבער וויבאלד זיי זענען נענטער צום צענטער ווי די רעכטע באלי

?