Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט

נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
165 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 581 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #633
דינסטאג מאי 15, 2012 9:31 pm#12458
נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט
אן אשכול מיוחד פאר קורצע נייעסן בעולם הוויסנשאפט, וואס, ווי דער אונטערקעפל פון דעם פארום לויטעט, איז כולל נאטור אין וויסנשאפט.
דינסטאג מאי 15, 2012 9:36 pm#12459
א נייע שטודיע ווייזט אז עסן טעיסט אנדערש ווען ס'איז קאלט ווי ווען ס'איז ווארעם. די שטודיע, וועלכע איז פובליצירט געווארן אינעם אקאדעמישן דזשורנאל "קעמאסענסארי פערסעפשאן", האט געגעבן פאר 74 מענטשן צו טרינקן ביטערע, זיסע, זויערע און אסטרינגענט געטראנקען צוויי מאל, איין מאל 5 צעלסיוס און נאך אמאל 35 צעלסיוס. ווי ס'שטעלט זיך ארויס האט די דעגרי פונעם געטראנק געהאט אן אפעקט אויף די ביטערקייט, אסטרינגענקייט און זויערקייט פון די געטראנקען, אבער נישט אויפן זיסען געטראנק.
דינסטאג מאי 15, 2012 9:44 pm#12463
מ'דארף א שטודיע דערצו? ס'איז דאך א דבר ידוע לכל אז עסן טעיסט אנדערש ווען ס'איז קאלט ווי ווען ס'איז ווארעם.
דינסטאג מאי 15, 2012 10:14 pm#12473
שמואל הלוי האט געשריבן:מ'דארף א שטודיע דערצו? ס'איז דאך א דבר ידוע לכל אז עסן טעיסט אנדערש ווען ס'איז קאלט ווי ווען ס'איז ווארעם.

אבער האסטו געוויסט אז נאר ביטער, זויער און אסטרינגעט טוישט זיך אבער נישט זיס?
דינסטאג מאי 15, 2012 10:24 pm#12475
וואס פונקטליך ווייזט די שטודיע, אז די עסן גופא טוישט זיך, אדער אז די מויל נעמט אנדערש אויף די טעם פון די עסן אלץ די סענסיטיווקייט פון די טעם-צעלן אין מויל?

די נפק"מ 'עט כאפן צו אנדערע מענטשן האבן די זעלבע חילוקים ציווישן קאלטס און ווארעמס.
דינסטאג מאי 15, 2012 10:30 pm#12478
יידל האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:מ'דארף א שטודיע דערצו? ס'איז דאך א דבר ידוע לכל אז עסן טעיסט אנדערש ווען ס'איז קאלט ווי ווען ס'איז ווארעם.

אבער האסטו געוויסט אז נאר ביטער, זויער און אסטרינגעט טוישט זיך אבער נישט זיס?

אה! דאס איז שוין יא א חידוש.
דינסטאג מאי 15, 2012 10:45 pm#12484
דבילה האט געשריבן:וואס פונקטליך ווייזט די שטודיע, אז די עסן גופא טוישט זיך, אדער אז די מויל נעמט אנדערש אויף די טעם פון די עסן אלץ די סענסיטיווקייט פון די טעם-צעלן אין מויל?

די נפק"מ 'עט כאפן צו אנדערע מענטשן האבן די זעלבע חילוקים ציווישן קאלטס און ווארעמס.

אט איז א ציטאט פון די שטודיע פאפיר:
For some individuals, temperature alone can elicit taste sensations. These individuals seem to be more sensitive to tastes in general. What our work shows is that, in addition to these sensitive individuals, the temperature of a specific taste can affect how intense it tastes
מיטוואך מאי 16, 2012 9:25 am#12561
ס'אינטערעסאנט אז מ'בעיזט די גאנצע סטאדי אויף 74 מענטשן.
מיטוואך מאי 16, 2012 9:33 am#12563
צוקער מאכט נאריש
א נייע שטודיע אויף ראטן ווייזט אז האבן א דיאטע פון הויך-פרוקטאז פאר אזוי ווייניג ווי 6 וואכן מאכט נאריש. עסן הויך-פרוקטאז אפעקטירט די מוח'ס טראכטן און געדענקען אייגענשאפטן, זאגן פארשער. די שטודיע איז פובליצירט געווארן נעכטן אין די דזשורנאל פון פיזיאלאגיע. די שטודיע איזדורכגעפירט געווארן אויף ראטן, אבער די פארשער טענה'ן אז די מוח כעמיסטריע פון ראטן איז זייער ענליך צו מענטשן.

בעפאר אנהייבן דעם עקספירימענט, האבן די פארשער אויסגעלערנט פאר די ראטן אדורכצוגיין א לאבירנט דורך נוצן וויזואע לענדמארקס (קאלירטע סימנים אינעם מאזע) דורך וועלכע די ראט האט געוויסט וויאזוי צו טרעפן די ריכטיגע וועג. דערנאך האבן די פארשער צעטיילט די ראטן אין צוויי גרופעס. איין גרופע האט אנשטאט איר וואסער אנגעהויבן באקומען בלויז -הויך-פראוקטאז קארן סירופ, די צווייטע גרופע האט אין צוגאב פון די קארן סירופ אויך באקומען אמעגא-3 פעטנס, וועלכע איז גוט פאר'ן מוח און הייסט אלס א טראכטען און געדענקען בוסטער.

נאך זעקס וואכן זיין אויף דעפ דיאטע האבן די פארשער אויספרובירט די מעגליכקייט פון די ראטן דורכצומאכן די לאבירנט. די רעזולטאטן פונעם שטודיע איז געווען אז די צווייטע גרופע וועלכע האט אויך באקומען אמעגא-3 פעטנס האבן דורכגעמאכט דעם מאזע פיל שנעלער ווי די ערשטע גרופע וועלכע איז געפיטערט געווארן בלויז קארן-סירופ.
מיטוואך מאי 16, 2012 8:13 pm#12765
ליציטאציע אויף נאטורליכע היסטארישע ארטיפעקטן
מאי 20 גייט פארקומען א ליציטאציע אויף היסטארישע נאטורליכע ארטיפעקטן, דורך העריטעדזש אוקשאנס. איינס פון די הייסטע חפצים אויף ליציטאציע איז די כמעט פולע סקעלעטאן פון א טיירענאסאורוס באטטאר. די סקעלעטאן איז בערך אכט פיס הויך און 24 פוס לאנג. עס ווערט געשאצט אז עס איז ווערד קרוב צו א מיליאן דאללער. די ליציטאציע גייט פארקומען אין צענטער 548, 548 וועסט 22 סטריט אין מאנהעטן ניו יארק. אלע ארטיפעקטען וועלכע וועלן ליציטירט ווערן, וועלן זיין אויף אויסשטעלונג פון מאי 17 ביז מאי 19.
בילד
מיטוואך מאי 16, 2012 8:26 pm#12773
שיין! וואו איז דער טי-רעקס געליגן ביז היינט?
מיטוואך מאי 16, 2012 8:56 pm#12790
יאנקל האט געשריבן:שיין! וואו איז דער טי-רעקס געליגן ביז היינט?

לויט די גארדיען ארטיקל דא, אין די גאבי מדבר אין מאנגאליע. אגב, לויט די ארטיקל איז דער טי-באטאר נאר א קוזין פאר טי-רעקס.
דאנערשטאג מאי 17, 2012 2:52 pm#13032
יידל האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:שיין! וואו איז דער טי-רעקס געליגן ביז היינט?

לויט די גארדיען ארטיקל דא, אין די גאבי מדבר אין מאנגאליע. אגב, לויט די ארטיקל איז דער טי-באטאר נאר א קוזין פאר טי-רעקס.

אה, הייסט דאס איז פריש אויסגעגראבענע סחורה. שיין.
בנוגע די אידענטיטעט פון דעם מין, זע דא אין וויקיפעדיע:

Tarbosaurus ( /ˌtɑrbɵˈsɔrəs/ tar-bo-sawr-əs; meaning "alarming lizard") is a genus of tyrannosaurid theropod dinosaur that flourished in Asia about 70 million years ago, at the end of the Late Cretaceous Period. Fossils have been recovered in Mongolia, with more fragmentary remains found further afield in parts of China. Although many species have been named, modern paleontologists recognize only one, T. bataar, as valid. Some experts contend that this species is actually an Asian representative of the North American genus Tyrannosaurus; if true, this would invalidate the genus Tarbosaurus altogether.
Tarbosaurus and Tyrannosaurus are considered to be at least closely related genera, if not synonymous.
Alioramus, also from Mongolia, is thought by some authorities to be the closest relative of Tarbosaurus. Like most known tyrannosaurids, Tarbosaurus was a large bipedal predator, weighing more than a ton and equipped with dozens of large, sharp teeth. It had a unique locking mechanism in its lower jaw and the smallest forelimbs relative to body size of all tyrannosaurids, renowned for their disproportionately tiny, two-fingered forelimbs.
דאנערשטאג מאי 17, 2012 2:57 pm#13038
יאנקל, צו טוסטו נישט מישן צווישן טיירענאסאורוס און טארבאסאורוס?
דאנערשטאג מאי 17, 2012 3:49 pm#13091
יידל האט געשריבן:יאנקל, צו טוסטו נישט מישן צווישן טיירענאסאורוס און טארבאסאורוס?

לאמיר איבערגיין די סוגיא פאמעליך.
אין טאקסאנאמיע (די חכמה פון וויסנשאפטליך איינטיילן משפחות פון בעלי-חיים) זענען פאראן ניין הויפט שטאפלען, ווי פאלגנד:
בילד
דער לעצטער שטאפל הייסט "ספישיס" (אין עברית: "מין", און אין דייטש "אַרט"), איין שטאפל פאר דעם איז "דזשינוס" (אין עברית "סוג", און אין דייטש: "גאַטונג").
"טי-רעקס" איז א ספישיס פון דעם דזשינוס "טיראנאסארוס". דער "טי-באטאאר" ווערט דורך מאנכע באטראכט ווי א ספישיס פון דעם דזשינוס "טארבאסארוס", און איך האב דאס געוואלט אויסקלארן. איך האב בטעות געשריבן דעם נאמען פון דעם ספישיס "טי-רעקס" אנשטאט דעם נאמען פון דעם דזשינוס "טיראנאסארוס". אבער יעצט איבערקוקנדיג זע איך אז פאקטיש האסטו געשריבן אז עס איז א טיראנאסארוס און נישט קיין טארבאסארוס, וואס איז יא אין איינקלאנג מיט וואס איך האב געמיינט.
דאנערשטאג מאי 17, 2012 4:51 pm#13110
אה, ישר כוח פארן אזוי שיין מסביר'ן.
זונטאג מאי 20, 2012 3:25 am#13477
יידל האט געשריבן:א נייע שטודיע אויף ראטן ווייזט אז האבן א דיאטע פון הויך-פרוקטאז פאר אזוי ווייניג ווי 6 וואכן מאכט נאריש. עסן הויך-פרוקטאז אפעקטירט די מוח'ס טראכטן און געדענקען אייגענשאפטן, זאגן פארשער. די שטודיע איז פובליצירט געווארן נעכטן אין די דזשורנאל פון פיזיאלאגיע. די שטודיע איזדורכגעפירט געווארן אויף ראטן, אבער די פארשער טענה'ן אז די מוח כעמיסטריע פון ראטן איז זייער ענליך צו מענטשן.

בעפאר אנהייבן דעם עקספירימענט, האבן די פארשער אויסגעלערנט פאר די ראטן אדורכצוגיין א לאבירנט דורך נוצן וויזואע לענדמארקס (קאלירטע סימנים אינעם מאזע) דורך וועלכע די ראט האט געוויסט וויאזוי צו טרעפן די ריכטיגע וועג. דערנאך האבן די פארשער צעטיילט די ראטן אין צוויי גרופעס. איין גרופע האט אנשטאט איר וואסער אנגעהויבן באקומען בלויז -הויך-פראוקטאז קארן סירופ, די צווייטע גרופע האט אין צוגאב פון די קארן סירופ אויך באקומען אמעגא-3 פעטנס, וועלכע איז גוט פאר'ן מוח און הייסט אלס א טראכטען און געדענקען בוסטער.

נאך זעקס וואכן זיין אויף דעפ דיאטע האבן די פארשער אויספרובירט די מעגליכקייט פון די ראטן דורכצומאכן די לאבירנט. די רעזולטאטן פונעם שטודיע איז געווען אז די צווייטע גרופע וועלכע האט אויך באקומען אמעגא-3 פעטנס האבן דורכגעמאכט דעם מאזע פיל שנעלער ווי די ערשטע גרופע וועלכע איז געפיטערט געווארן בלויז קארן-סירופ.

ווייס איך נאך נישט צו אסאך צוקער מאכט נאריש אדער אמעגא 3 מאכט קלוג, פארוואס האט מען נישט פשוט איינגעטיילט די צוויי גרופעס צווישען גיווענליכע וואסער און פרוקטוס?
מאנטאג מאי 21, 2012 11:18 am#13863
די טיירענאסעראוס איז פארקויפט געווארן פאר אביסל מער ווי א מיליאן דאללער צו אן אנאנימער קויפער וואס האט עס געקויפט על תנאי אז די פארקויפער באקומען קאורט עפפראוועל דאס צו פארקויפן. דער מאנגאליען פרעזידענט Elbegdorj Tsakhia טענה'ט אז די דיינעסאור באלאנגט צו זיין לאנד, ווייל לויט די געזעצן פון מאנגאליע טאר מען נישט ארויסטראגן פון דארט א פאססיל וועלכע איז דארט געטראפן געווארן. ער האט אריינגעגעבן א קלאגע און געריכט אנטקעגן די ליציטירער פונעם דיינעסאור. מארק נארעל, א בארימטער פעלעאנטאלעגיסט פון די אמעריקאנע מוזעאם אויף נאטורליכע היסטארי האט זיך אנגענומען פאר די מאנגאלישע צד, זאגנדיג אז גנב'נען נאטורליכע אוצרות איז א פראבלעם וועלכע פלאגט אסאך לענדער און מוז ווערן אפגעשטעלט פאר אלע קאסטן.
מאנטאג מאי 21, 2012 11:24 am#13865
א נייע שטודיע פון אפריל 30, פובליצירט אנליין און דעם פרעסטיזשפולען זשורנאל "פאמיליע פסיכאלאגיע" לויטעט אז ווען א מאן און ווייב קריגן זיך מערקן זיי זייער גוט ווען איינער פון זיי ווייזט סימנים פון כעס אבער בו בזמן פארפאסן זיי צו באמערקן די געפילן פון טרויער וואס די מאן אדער ווייב האט צוליב דעם קריג. קייט סענפארד, דער פסיכילאג וואס האט אנטייל גענומען אינעם שטודיע זאגט, אז ווען די מאן אדער ווייב באמערקט אז דער אנדערער איז טרויעריג, קען דאס פירן צו א שנעלערער און שטערקער שלום. די עצה דעריבער איז, צו ווייזן אפענע סימנים פון טרויער בשעת א קריג, אזוי אז די מאן אדער ווייב זאל דאס נישט קענען פארפאסן.
מאנטאג מאי 21, 2012 12:54 pm#13885
ס'פשוט אזוי, האט איר שוין אמאל פראבירט זיך צו קריגען מיט א וויינעדיגע ווייב? ס'גייט נישט.
מאנטאג מאי 21, 2012 2:17 pm#13917
מצרישע צירונג פון ב'תרס געפינען געווארן אין ארץ ישראל
אין די ארכעאאלאגישע גרעבונגען אין תל מגידו אין עמק יזרעאל, צפון ארץ ישראל איז געפינען געווארן מצרי'שע צירונג פון בערך יאר ב'תרס (אין די צייטן פון דוד'ס מלוכה). ווי פארשער טענה'ן, האט די צירונג באלאנגט פאר א כנענישע משפחה.
GOLD-RING-ISRAEl.jpg
GOLD-RING-ISRAEl.jpg (75.51 KiB) געזען געווארן 7080 מאל
מאנטאג מאי 21, 2012 2:48 pm#13929
נקודה האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:א נייע שטודיע אויף ראטן ווייזט אז האבן א דיאטע פון הויך-פרוקטאז פאר אזוי ווייניג ווי 6 וואכן מאכט נאריש. עסן הויך-פרוקטאז אפעקטירט די מוח'ס טראכטן און געדענקען אייגענשאפטן, זאגן פארשער. די שטודיע איז פובליצירט געווארן נעכטן אין די דזשורנאל פון פיזיאלאגיע. די שטודיע איזדורכגעפירט געווארן אויף ראטן, אבער די פארשער טענה'ן אז די מוח כעמיסטריע פון ראטן איז זייער ענליך צו מענטשן.

בעפאר אנהייבן דעם עקספירימענט, האבן די פארשער אויסגעלערנט פאר די ראטן אדורכצוגיין א לאבירנט דורך נוצן וויזואע לענדמארקס (קאלירטע סימנים אינעם מאזע) דורך וועלכע די ראט האט געוויסט וויאזוי צו טרעפן די ריכטיגע וועג. דערנאך האבן די פארשער צעטיילט די ראטן אין צוויי גרופעס. איין גרופע האט אנשטאט איר וואסער אנגעהויבן באקומען בלויז -הויך-פראוקטאז קארן סירופ, די צווייטע גרופע האט אין צוגאב פון די קארן סירופ אויך באקומען אמעגא-3 פעטנס, וועלכע איז גוט פאר'ן מוח און הייסט אלס א טראכטען און געדענקען בוסטער.

נאך זעקס וואכן זיין אויף דעפ דיאטע האבן די פארשער אויספרובירט די מעגליכקייט פון די ראטן דורכצומאכן די לאבירנט. די רעזולטאטן פונעם שטודיע איז געווען אז די צווייטע גרופע וועלכע האט אויך באקומען אמעגא-3 פעטנס האבן דורכגעמאכט דעם מאזע פיל שנעלער ווי די ערשטע גרופע וועלכע איז געפיטערט געווארן בלויז קארן-סירופ.

ווייס איך נאך נישט צו אסאך צוקער מאכט נאריש אדער אמעגא 3 מאכט קלוג, פארוואס האט מען נישט פשוט איינגעטיילט די צוויי גרופעס צווישען גיווענליכע וואסער און פרוקטוס?

מען ווייסט ביידע. ווייל מען זעט אז די ראטן וועלכע האבן געטרונקען נאר פרוקטאז האבן געמאכט דעם וועג שטייטער נאך 6 וואכן טרונקען פרוקטאז. און די צווייטע גרופע וועלכע האט געטרונקען פרוקטאז מיט אמעגא-3 איז נישט אפעקטירט געווארן. די סיבה פארוואס מען האט געמאכט דעם שטודיע אזוי איז ווייל ס'הייסט אז אמעגא-3 פארשטארקערט די חלק המוח וועלכע ווערט אנגעבליך געשעדיגט דורך פרוקטאז.
מאנטאג מאי 21, 2012 2:50 pm#13931
יידל האט געשריבן:אין די ארכעאאלאגישע גרעבונגען אין תל מגידו אין עמק יזרעאל, צפון ארץ ישראל איז געפינען געווארן מצרי'שע צירונג פון בערך יאר ב'תרס (אין די צייטן פון דוד'ס מלוכה). ווי פארשער טענה'ן, האט די צירונג באלאנגט פאר א כנענישע משפחה.
GOLD-RING-ISRAEl.jpg

האב איך שוין א שטיקל השגה וויאזוי די רכוש מצרים און ביזת הים האבן אויסגעקוקט...
מאנטאג מאי 21, 2012 2:56 pm#13936
שמואל הלוי האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:אין די ארכעאאלאגישע גרעבונגען אין תל מגידו אין עמק יזרעאל, צפון ארץ ישראל איז געפינען געווארן מצרי'שע צירונג פון בערך יאר ב'תרס (אין די צייטן פון דוד'ס מלוכה). ווי פארשער טענה'ן, האט די צירונג באלאנגט פאר א כנענישע משפחה.
הקובץ המצורף GOLD-RING-ISRAEl.jpg לא זמין יותר.

האב איך שוין א שטיקל השגה וויאזוי די רכוש מצרים און ביזת הים האבן אויסגעקוקט...

נאך בילדער פון די מצרי'שע צירונג:
GOLD RING.jpg
GOLD RING.jpg (21.71 KiB) געזען געווארן 7069 מאל

GOLD.jpg
GOLD.jpg (35.92 KiB) געזען געווארן 7069 מאל
מאנטאג מאי 21, 2012 3:09 pm#13941
עסן אין באשטימטע צייט העלפט פארלירן וואג
א נייע שטודיע אויף מייז (פובליצירט געווארן מאי 17 אינעם אנליין זשורנאל "צעל מעטעבאליזם") ווייזט אז ווען מ'עסט אין א באשטימטע צייט העלפט עס פארלירן וואג. די שטודיע האט צעטיילט א גרופע פון מייז און צוויי. איין גרופע האט מען ערלויבט צו עסן ווען אימער, די צווייטע גרופע האט מער נאר געלאזט עסן 8 שעה אין טאג. כאטשיג די ביידע גרופעס האבן געגעסן די זעלבע הויך-פעטיגע עסן, מיט די זעלבע מאס קאלעריעס, האט די צווייטע גרופע געהאט אן 28 פראצענט ווייניגער וואג צונעמען ראטע. ווי די שטודירער ערקלערן, ארבעט די גוף פון א מייז (און אויך א מענטש, וועלכער האט זייער אן ענליכער סיסטעם צו א מייז), אז עס איז דא שעות וואס די מאגן און די געדערים ארבעטן גאר גוט, און אנדערע שעות ארבעט עס שוואכער. ווען א מענטש עסט אין א באשימטע צייט, ווייסט די ביאלאגישע זייגער פונעם מענטש זיך צוצושטעלן צו דעם סקעדזול. אנדערש איז אבער ווען דער מענטש האט נישט קיין באשטימטע צייט ווען ער עסט, וועט די גוף נישט וויסן וויאזוי אויסצושטעלן איר סיסטעם ווען עס זאל זיין "אויף" און ווען עס זאל "שלאפן".
דאנערשטאג מאי 31, 2012 9:08 pm#15402
שמירת עינים פארבעסערט שלום בית
א נייע שטודיע, פובליצירט נעכטן, צייגט אז קוקן פארנאגראפיע פאר'הרג'ט שלום בית. די סיבה איז על פי רוב ווייל די פרוי פילט ווי זי איז נישט גענוג גוט פארן מאן און ער זוכט בעסערס.
דאנערשטאג מאי 31, 2012 11:17 pm#15411
יידל האט געשריבן:א נייע שטודיע, פובליצירט נעכטן, צייגט אז קוקן פארנאגראפיע פאר'הרג'ט שלום בית. די סיבה איז על פי רוב ווייל די פרוי פילט ווי זי איז נישט גענוג גוט פארן מאן און ער זוכט בעסערס.

די ארטיקעל אליינס ברענגט ארויס די לעכער וואס די שטודיע האט:

But that doesn't prove that porn necessarily caused the women's self-esteem to drop. It's a chicken-and-egg problem, Stewart said: Women whose partners watch a lot of porn might begin to feel more insecure. Or women who feel bad about themselves might seek out or stay with porn-loving guys more often than secure women

ווי אויך אז די שטודיע איז געמאכט געווארן אויף א יונגע דעמאגראפיק און קורץ טערמיניגע רילעישאנשיפס.
פרייטאג יוני 01, 2012 12:21 am#15417
יידל האט געשריבן:נאך וואכן שווערע ארבעט מיט א גרופע פון מעכאנישע ענדזשענירען איז דעיוויד סמיט פון מיט (מעסעשוסעטס אינסטיטוט פאר טעכנעלאגיע) אויפגעקומען מיט א ספעציעלע coating פאר פלעשלעך וועלכע וועלן מאכן אז די קעטשופ און אנדערע געדעכטע פליודס (ווי האניג וכדו') זאלן פליסן פון פלישל פונקט ווי מילך און וואסער. די עיקט שוועריקייט איז געווען צו אויפקומען מיט א גליטשעדיגע קאוטינג וועלכע איז נאנ-טאקסיק און וועט ווערן עפראווד דורך די עף די עי. די נייע ערצייגטע קאוטינג הייסט "LiquiGlide". די אינגריעדינדס זענען א סוד, אבער ווי סמיט טענה'ט איז עס שוין עפראווד ביי די עף די עי, און האנדלונגען גייט אן מיט גרויסע קעטשופ פירמעס איבער א פרייז פאר די LiquiGlide.

גייט דאס דארפן אן השגחה?
פרייטאג יוני 01, 2012 10:11 am#15440
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:

איך שטעל מיך פאר אז דאס ווענד זיך צו די גליטישיקייט איז א טייל פונעם פלעשל, אדער עס איז נאר א איבערדעק וועלכע קען אראפקומען אין זיך אויסמישען מיט די קעטשופ. אין די היינטיגע וועלט פון ווערים אין אלעס, אין חזיר פעטנס אין די פאום קאפס בין איך זיכער אז מ'וועט פארלאנגען דערויף אן השגחה, אדער לכה"פ וועט פארקומען איבער דעם א העפטיגע דעבאטע איבער די בלעטער פון קובץ אור ישראל וכדו'.
פרייטאג יוני 01, 2012 10:13 am#15441
געפילטע פיש האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:א נייע שטודיע, פובליצירט נעכטן, צייגט אז קוקן פארנאגראפיע פאר'הרג'ט שלום בית. די סיבה איז על פי רוב ווייל די פרוי פילט ווי זי איז נישט גענוג גוט פארן מאן און ער זוכט בעסערס.

די ארטיקעל אליינס ברענגט ארויס די לעכער וואס די שטודיע האט:

But that doesn't prove that porn necessarily caused the women's self-esteem to drop. It's a chicken-and-egg problem, Stewart said: Women whose partners watch a lot of porn might begin to feel more insecure. Or women who feel bad about themselves might seek out or stay with porn-loving guys more often than secure women

ווי אויך אז די שטודיע איז געמאכט געווארן אויף א יונגע דעמאגראפיק און קורץ טערמיניגע רילעישאנשיפס.

נאך א לאָך וועלכע איך האלט אז די שטודיע האט איז אז אין די פעלער פון די שטודיע האט די פרוי געוויסט אז איר מאן קוקט שמוץ. א באזונדערע שטודיע פעלט זיך נאך אויס צו מברר זיין וואס איז אין די פעלער וואס די פרוי ווייסט נישט איבער דעם.
פרייטאג יוני 01, 2012 11:43 am#15458
נישט ממש וויסנשאפט, אבער א רעזולטאט פון א סוירוועי.
20% מענטשן זענען מודה אז זיי יורינירן אין פובליק סווימינג פולס.
m http://shine.yahoo.com/healthy-living/s ... 00688.html m
פרייטאג יוני 01, 2012 1:00 pm#15473
יאנקל האט געשריבן:נישט ממש וויסנשאפט, אבער א רעזולטאט פון א סוירוועי.
20% מענטשן זענען מודה אז זיי יורינירן אין פובליק סווימינג פולס.
http://shine.yahoo.com/healthy-living/s ... 00688.html

If pool operators maintain proper chlorine and pH levels, most waterborne germs are killed on contact.

און גיב נאר א קוק וואס ער שרייבט וועגן נעמען שאוערס בעפאר אריינגיין אינעם סווימינג פול. :אומגלויבליך:
פרייטאג יוני 01, 2012 3:29 pm#15482
שטודיע ווייזט אז רעליגיע מאכט קלענער דעם מח
פארשער אין דוק אוניווערסיטעט האבן נאכגעקוקט שינויים אין דעם היפאקאמפוס פון 268 ערוואקסענע פון ספעציפישע רעליגיעזע גרופעס אין לויף פון אכט יאר. דער היפאקאמפוס איז א חלק פון דעם מח וואס שפילט א ראלע אין געפילן און אין זכרון-פארמאציע. היפאקאמפוס-פארקלענערונג (וואס ווערט גערופן "אטראפי") איז שוין פארבינדן געווארן מיט דעפרעסיע, פארקאלעכונג, אלצהיימער'ס, און כראנישער סטרעס.
לויט דער שטודיע האבן מענטשן וועלכע זענען דורך ערנסטע רעליגיעזע שינויים אין לעבן געהאט מער פארקלענערונג פון דעם היפאקאמפוס ווי אנדערע.
עס דארף נאר אונטערגעשטראכן ווערן אז די גרויסקייט פון דעם מח האט נישט קיין שייכות צו דעם מאס פון קלוגשאפט וואס מ'פארמאגט.
m http://www.businessinsider.com/born-aga ... ize-2012-5 m
פרייטאג יוני 01, 2012 5:48 pm#15495
יאנקל האט געשריבן:פארשער אין דוק אוניווערסיטעט האבן נאכגעקוקט שינויים אין דעם היפאקאמפוס פון 268 ערוואקסענע פון ספעציפישע רעליגיעזע גרופעס אין לויף פון אכט יאר. דער היפאקאמפוס איז א חלק פון דעם מח וואס שפילט א ראלע אין געפילן און אין זכרון-פארמאציע. היפאקאמפוס-פארקלענערונג (וואס ווערט גערופן "אטראפי") איז שוין פארבינדן געווארן מיט דעפרעסיע, פארקאלעכונג, אלצהיימער'ס, און כראנישער סטרעס.
לויט דער שטודיע האבן מענטשן וועלכע זענען דורך ערנסטע רעליגיעזע שינויים אין לעבן געהאט מער פארקלענערונג פון דעם היפאקאמפוס ווי אנדערע.
עס דארף נאר אונטערגעשטראכן ווערן אז די גרויסקייט פון דעם מח האט נישט קיין שייכות צו דעם מאס פון קלוגשאפט וואס מ'פארמאגט.
http://www.businessinsider.com/born-aga ... ize-2012-5

דיין קעפל איז אבער נישט ריכטיגץ די שטוידע ווייזט נישט אז רעליגיע פער סעי פאראורזאכט אטראפי, נאר אז א לעבנס-טוישענדע רעליגעזע עקספיריענס איז פארבינדען מיט מוח-פארקלענערונג.
זונטאג יוני 03, 2012 5:03 pm#15705
מער מענטשן נעמען אן קרעאציאניזם
א נייע שטודיע ווייזט אז 46 פראצענט פון די אמעריקאנע באפעלקערונג נעמט אן די שיטה פון קרעאציניזם ארויף פון 44 פראצענט אין 1984. 15 פראצענט גלייבט אין עוואלוציע אן קיין שום העכערע ערקלערונג (רח"ל) און 32 פראצענט גלייבן אין טעאיסטישע עוואלוציע, דהיינו אין א עוואלוציע וועלכער איז געפירט דורכן באשעפער. די שטודיע ווייזט אויך אז רוב רעפובליקאנער האלטן פון קרעאציניזם און אז גראדואנטס פון קאלעדזש זענען מער גענויגט צו עוואלוציע, כאטישג 49 פראצענט זאגן אז זיי גלייבן אין א גאט-געפירטע עוואלוציע.
זונטאג יוני 03, 2012 10:36 pm#15854
איך בין געווען סופרייזט אז נאר 7% זענען אנדיסיידעד.
מאנטאג יוני 04, 2012 7:56 pm#16020
יידל האט געשריבן:דיין קעפל איז אבער נישט ריכטיגץ די שטוידע ווייזט נישט אז רעליגיע פער סעי פאראורזאכט אטראפי, נאר אז א לעבנס-טוישענדע רעליגעזע עקספיריענס איז פארבינדען מיט מוח-פארקלענערונג.

עס איז נישט מיין קעפל, עס איז דאס קעפל פון דעם באריכט. איך האלט אויך ווי דו אז עס איז נישט אקוראט.
מאנטאג יוני 04, 2012 10:56 pm#16031
sun-damage-face-120604.jpg
sun-damage-face-120604.jpg (94.02 KiB) געזען געווארן 3014 מאל

די בילד, פובליצירט היינט אין די ניו ענגלאנד דזשורנא אויף מעדעצין, ווייזט א טראקטאר דרייווער וועלכע האט אלע יארן געהאט נאר איין זייט פון זיין פנים אויסגעדרייט צום ריכטונג פון זון. די בילד ווייזט די שאדן וואס די זון האט פאראורזאכט צו זיין פנים. די אינטערעסאנטע זאך איז אז דער מענטש פלעגט אייביג לייגן זון-סקרין שמיראכטס. און עס האט געהאלפן א מכה בדופן.
מאנטאג יוני 04, 2012 11:18 pm#16034
יידל האט געשריבן:די אינטערעסאנטע זאך איז אז דער מענטש פלעגט אייביג לייגן זון-סקרין שמיראכטס. און עס האט געהאלפן א מכה בדופן.

ווי אזוי ווייסטו וואס עס וואלט אויסגעקוקט אנדעם?
מאנטאג יוני 04, 2012 11:32 pm#16039
פאזעטיוו האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:די אינטערעסאנטע זאך איז אז דער מענטש פלעגט אייביג לייגן זון-סקרין שמיראכטס. און עס האט געהאלפן א מכה בדופן.

ווי אזוי ווייסטו וואס עס וואלט אויסגעקוקט אנדעם?

דאס ענטפערט מען אויך ביי סגולות.
דאנערשטאג יוני 07, 2012 9:03 pm#16760
דער דיינעסאור קומט פון מאנגאליע!
אמעריקאנע און מאנגאלישע פעלענטאלעגיסטען האבן נאך פילע שטודיעס באשטימט אז די דיינעסאור "טיירענאסערוס טאבאאר" וועלכע איז פארקויפט געווארן אין א ליציטאציע אין ניו יארק פאר 1.1 מיליאן דאלער, קומט טאקע פון מאנגאליע און איז אומלעגאלערהייט ארויסגעשמוגעלט געווארן פון דארט אין די לעצטע צען יאר. די ליצטירער האבן אפגעזאגט פון קאמענטארן אויף די רעזולטאטן פונעם שטוידע, זאגנדיג אז זיי האבן נאך נישט געזען די ראיות אויף וואס די שטודיע איז באזירט, און אויב וועט פאר זיי קלאר אויפגעוויזן ווערן אז דאס קומט פון מאנגאליע וועלן זיי דאס גערן צוריקגעבן.
בילד
מוצ"ש יוני 09, 2012 10:50 pm#16926
עס איז מיטוואך געשטארבן דער בארימטער נאבל-פרייז געווינער אויף פיזיאלאגיע אנדרו האקסלי, אן אייניקל פון טאמאס הענרי האקסלי, בארימטער שטיצער פון טשארלס דארווינ׳ס טעאריע פון עוואלוציע.
מוצ"ש יוני 09, 2012 11:15 pm#16933
יאנקל האט געשריבן:עס איז מיטוואך געשטארבן דער בארימטער נאבל-פרייז געווינער אויף פיזיאלאגיע אנדרו האקסלי, אן אייניקל פון טאמאס הענרי האקסלי, בארימטער שטיצער פון טשארלס דארווינ׳ס טעאריע פון עוואלוציע.

ווער איז געווען דער שטיצער‚ אנדרו צו דער זיידע?
מוצ"ש יוני 09, 2012 11:29 pm#16936
דער זיידע. ער איז געווען באקאנט ווי ״דארווינ׳ס בולדאג״.
זונטאג יוני 10, 2012 5:40 pm#17116
גארנישט קען לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
מאנטאג יוני 11, 2012 10:35 pm#17368
נייע שטודיע צייגט אז קינדער ערצויגן ביי א נישט-טראדיציאנאלע (תועבה-מערידזש) משפחה קענען האבן דיסעטווענדעזש איבער קינדער ערצויגן אין נארמאלע משפחות. ווי ערווארטעט, האט די שטוידע געצויגן צו זיך אסאך קריטיק, סיי פון פרא-תועבה גרופעס, ווי אויך פון סאציאלע וויסנשאפטלער.
דינסטאג יוני 12, 2012 12:57 pm#17504
מזבח מוריד דמעות?
נאך 115 יאר צוזאמען האט א טשערפאכע פארפאלק מחליט געווען זיך צו צעטיילן. טראץ דער ארבעט פון די זאאלאגן אין דער עסטרייכישער זו - וואו זיי האלטן זיך שוין אויף פאר די לעצטע 36 יאר - זיי צוריק צוזאמענצושטעלן, ווייזן די טשערפאכעס ווייטער ארויס אפענע שנאה צווישן זיך.
m http://www.huffingtonpost.com/2012/06/0 ... 1339180818 m
דינסטאג יוני 19, 2012 4:30 pm#18668
מי האיש החפץ חיים
א באריכט אין ״ניו יארק טיימס״ ווייסט צו דערציילן איבער שטודיעס וואס באשטעטיגן אז לשון הרע און רכילות האבן פארשידענע בענעפיטן פאר דעם קוואליטעט פון דעם לעבן פון א מענטש. א באריכט פון 2009 האט געוויזן אז גאסיפ קען העלפן לעבן לענגער און געזונטער.
דאנערשטאג יוני 28, 2012 11:13 pm#20724
אפשר זענען דיינאסארס גאר געווען ווארים-בלוטיג!
m http://www.livescience.com/21215-dinosa ... ooded.html m
פרייטאג יוני 29, 2012 9:25 am#20758
האט איר זיך שוין אמאל אפגעשטעלט טראכטן אז אפשר ווערט די קאליר וואס איר זעט אלס רויט, גאר אנדערש געזען דורך אנדערע מענטשן, און אין זייערע אויגן איז רויט די קאליר וואס ביי אייך איז בלוי? אויב יא, זייט וויסן אז איר זענט נישט סתם א פילאזאפישער מאניאק. לעצטיגע שטודיעס ווייזן אז די מענטשליכע אויג נעמט נישט אויף ליכטיגקייט וואלן די זעלבע ביי יעדע מענטש. דאס מיינט אז אייער שיינע בלוי הימל איז וואס ביי מיר אז א רויטע הימל און פארקערט. דאך אבער, זאגן די סייענטיסטן, טוט נישט אונזער אינדיווידואלע פערסעפשאן פון קאליר אפעקטירן די וועג וויאזוי מיר שפירן וועגן געוויסע קאלירן.
m http://www.livescience.com/21275-color- ... tists.html m