נאסא האט נעכטן באריכטעט אז זיי האבן געפונען א נייעם קאנדידאט פאר די ווייטסטע זאך אין די אוניווערס, א גאלאקסי פון שטערנס. עס איז 13.3 ביליאן ליכט יאר אוועק פון די וועלט. m http://www.nasa.gov/mission_pages/hubbl ... ecord.html m
א גרופע פארשער פון סטענפארד אוניווערזיטעט האבן אויסגעארבעט א נייעם אלגאריטם צו ערמעגליכן פאר א מענטש צו רוקן די מויזל אויפן סקרין בלויז מיט מחשבה (מקור). פאלגנד איז א ווידעא פון טעסט רעזולטאטן פון די נייע אלגאריטם. די טעסט זענען אויסגעפירט געווארן אויף מאלפעס. אויף די לינקע זייט האט די מאלפע גענוצט די אלטע אלגאריטם און אויפן רעכטע זייט האט די מאלפע גענוצט די נייע אלגאריטם:
יידל האט געשריבן:נאסא האט נעכטן באריכטעט אז זיי האבן געפונען א נייעם קאנדידאט פאר די ווייטסטע זאך אין די אוניווערס, א גאלאקסי פון שטערנס. עס איז 13.3 ביליאן ליכט יאר אוועק פון די וועלט.
סארי פאר מיין - מעגליך תמימות'דיגע - שאלה: זיי האבן אזעלכע שטארקע שפאקטיוון אז זיי קענען זעהן אזוי ווייט?
יידל האט געשריבן:נאסא האט נעכטן באריכטעט אז זיי האבן געפונען א נייעם קאנדידאט פאר די ווייטסטע זאך אין די אוניווערס, א גאלאקסי פון שטערנס. עס איז 13.3 ביליאן ליכט יאר אוועק פון די וועלט.
סארי פאר מיין - מעגליך תמימות'דיגע - שאלה: זיי האבן אזעלכע שטארקע שפאקטיוון אז זיי קענען זעהן אזוי ווייט?
שוין גארנישט אזא תמימות'דיגע שאלה. די תירוץ איז אז ניין. איי וויאזוי האבן זיי דאס געטראפן? די תירוץ איז אז זיי האבן גענוצט צוויי באזונדערע טעלעסקאפן דערפאר, און האבן מיט א געוויסעט טאקטיק אויסגעארבעט אז ווייטע שטערנס זאלן דינען ווי פארגרעסערונג גלעזער.
ווי זיי שרייבן אינעם ארטיקל:
NASA האט געשריבן:This find is the latest discovery from a program that uses natural zoom lenses to reveal distant galaxies in the early universe. The Cluster Lensing And Supernova Survey with Hubble (CLASH),an international group led by Marc Postman of the Space Telescope Science Institute in Baltimore, Md., is using massive galaxy clusters as cosmic telescopes to magnify distant galaxies behind them. This effect is called gravitational lensing.
Along the way, 8 billion years into its journey, light from MACS0647-JD took a detour along multiple paths around the massive galaxy cluster MACS J0647+7015. Without the cluster's magnification powers, astronomers would not have seen this remote galaxy.Because of gravitational lensing, the CLASH research team was able to observe three magnified images of MACS0647-JD with the Hubble telescope. The cluster's gravity boosted the light from the faraway galaxy, making the images appear about eight, seven, and two times brighter than they otherwise would that enabled astronomers to detect the galaxy more efficiently and with greater confidence.
"This cluster does what no manmade telescope can do," said Postman. "Without the magnification, it would require a Herculean effort to observe this galaxy."
איך ווייס אז דו גלייכסט נישט קיין וויקיפעדיע, אבער דא איז וויקיפעדיע איבער'ן טאקטיק "גרעוויטעשאנעל לענזינג".
יידל האט געשריבן:נאסא האט נעכטן באריכטעט אז זיי האבן געפונען א נייעם קאנדידאט פאר די ווייטסטע זאך אין די אוניווערס, א גאלאקסי פון שטערנס. עס איז 13.3 ביליאן ליכט יאר אוועק פון די וועלט.
סארי פאר מיין - מעגליך תמימות'דיגע - שאלה: זיי האבן אזעלכע שטארקע שפאקטיוון אז זיי קענען זעהן אזוי ווייט?
די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע וועט אדורכפארן ניו יארק סיטי מארגן פארטאגס 6:29 אינדערפרי. מען וועט עס זען פאר פיר מינוט. עס וועט דערגרייכן ביז א הייעך פון 47 דעגריס, עס וועט ערשיינען צפונית מערבית (NW) און וועט פארשווינדען ווערן אויף מזרחית פון צפונית מזרחית (ENE)
(צו רעכענען דעגריס: 0 דעגריס איז די האריזאנט, 90 דעגרי איז גראד העכער אונזער קאפ. אויב שטרעקסטו אויס דיין ארעם און די לייגסט אראפ דיין פויסט אויפן האריזאנט - אזוי ווי ווען מ'מעסט טפחים - וועט דיין היינט זיין בערך 10 דעגריס.)
שש משזר האט געשריבן:אלס בחור'ל, שפאצירנדיג מיט מיין פאטער אין די גאסן פון טאהשער שטעטל, וואו מיר זענען געווען איין מאל פאר 'א שבת אין טאהש', האב איך א פרעג געטאן מיין טאטן: די אידן וואס וואוינען דא, האבן דאך די געשמאקסטע לעבן. קיין דאגות האבן זיי נישט, זיי לעבן פון קהל, לעבן פאר א רבי'ן, האבן שיינע הייזער און געשמאקע לופט, זארגלאז און פראגע-לאז, מילא זיי ווייסן ס'פעלט זיי א שרייפל - ניחא, אבער זיי ווייסן ניטאמאל אז זיי זענען מצומצמים, אין זייערע אויגן זענען זיי העכסטס קלוגע מענטשן. אלזא, וואס האב איך פון מיין חכמה וואס קומט באגלייט מיט עגמת נפש נאנ-סטאפ, ענדערש לוינט צו זיין א שוטה - וואס כאפט ניטאמאל אז ער איז א שוטה, און האט א געשמאקע לעבן?!!!
קיין איינשטימיגע תירוץ איז אויף דעם נישטא, כמה מהלכים יש בזה. איך וויל ציטירן מיין טאטנס תשובה, וואס האט זיך איינגעקריצט אין מיין מח'ל: שלמה המלך, איז דער וואס האט געזאגט דעם מאמר 'יוסיף דעת, יוסיף מכאוב', און אף על פי כן ווען דער אייבערשטער האט געפרעגט שלמה'ן וואס ער וויל, אריכות ימים וכו', האט ער אים געענטפערט - 'חכמה'. אלזא, זעען מיר פון דעם אז ס'לוינט נאכאלס צו זיין א חכם אפילו ס'קומט באגלייט מיט מכאובים, ווי א שוטה וואס לעבט א געשמאקע לעבן... א שפיציגע תשובה, וואס בארואיגט נישט אייביג.
אגב, די תשובה איז לסבר את האוזן בלבד. שלמה האט געשריבן 'יוסיף דעת יוסיף מכאוב' נאכן בוחר זיין אין חכמה. אי הכי אפ"ל אז פארקערט, נאכן זוכה זיין צום חכמה האט ער געזאגט אז ס'האט גארנישט אויסגעפעלט, ווייל יוסיף דעת יוסיף מכאוב...
שש, די קשיא באדערט מיר יעדן איינציגסטע טאג אין מיין לעבן. וואס איז ליבערשט 'נישט צו וויסן אז מען ווייסט נישט', אדער 'ווייסן אסאאאך'. יוסיף דעת יוסיף מכאוב איז די שטערקסע שטער פאר חכמה. און די ראי' פון שלמה המלך איז נישט מוכרח אויף פארקערט. ווייל שלמה האט געקריגן א געטליכע חכמה. צווייטנס, שלמה האט געבעטן חכמה נאך בעפאר ער האט געוויסט די מושג פון יוסיף דעת וכו'.
דיין ערשטע פונקט איז נישט קיין הכרח, און דיין צווייטע פונקט האב איך שוין אויך געשריבן אויבן.
בנוגע דעם עצם דיון, ס'באלאנגט אין העמק דבר, אבער אויפן שפיץ פינגער איז די תשובה. אז אויב אזוי זיי מקנא דעם בהמה, וואס ווייסט אויך נישט אז ס'פעלט אים עפעס אין זיין לעבן. אלא מאי, דער בהמה איז א בהמה טאקע פאר דעם, און א מענטש - וואס מער ידע ער זאמלט איין אלס מער 'מענטש' איז ער. דאס איז דער נקודת השכל מיט וואס דער מענטש איז א 'יודע דעת עליון', און דערפאר מוטשעט ער זיך אפ טאקע צוליב זיין מאס שכל וואס ער מוז פארדייען מיט זיין בהמה'ישן גוף, משא"כ דער בהמה וואס טראכט ווי א בהמה, לעבט טאקע א זארגלאזע לעבן.
ומותר האדם מן הבהמה אין... לבד הנשמה הטהורה. וואס דער נשמה איז דאך דער נקודת השכל אינעם מענטש, 'נשמה שבמוחי'.
די אפאלאו אסטראונאטן האבן געהערט מיסטעריזע מוזיק ווען זענען געפארן נאנט צו די לבנה!!! Lost Tapes Reveal Apollo Astronauts Heard Unexplained ‘Music’ On Far Side Of The Moon
עקסיידינג סטאוף אויב איז עס אמת Physicists hint at a mysterious new 'particle X' messing with our Universe For months, physicists have been quietly freaking out over tantalising evidence of a brand new particle lying outside the standard model of physics. First seen as a 'blip' in Large Hadron Collider data, the hunt is now on to confirm its existence, which experts say would be "bigger than the [discovery of the] Higgs boson".
מ'רעדט נישט דא פון ראבאטן, מ'רעדט פון א הייבריד. מיט די צייט וועט מען קענען טוישן א הארץ אדער יעדע אלטע גוף חלק מיט די הייבריד טעכנעלאגיע. ווער וויל לעבן 1000 יאר?