פארומס › נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט

נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט

584 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #633
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 9:38 pm#46168
וואס איז 'טונקעלע ענערגיע'?
דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 10:15 pm#46941
מ'האט אנדעקט אן אלטע כתב יד פון מצרים וואס רעפערירט צו יאשקע'ס ווייב. האט יאשקע געהאט א ווייב?! עס איז משמע אז טייל פריע קריסטן האבן אזוי געהאלטן. ליינט די נייעס אינעם ניו יארק טיימס http://www.nytimes.com/2012/09/19/us/hi ... ml?_r=3&hp
מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 11:16 pm#47996
מענער! ס'איז צייט צוצולייגן א האנט אינדערהיים!!

http://www.dailymail.co.uk/news/article ... l?ITO=1490
דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 10:37 am#48582
ראמני איז אן עם הארץ
סעפטעמבער 21 האט ען ראמני'ס עראפלאן געדארפט מאכן א עמערדזשענסי לענדינג ווייל עס האט געליטן פון א פארלוסט פון אקסיגען. ראמני האט אין א דרשה דערמאנט דעם אינצידענט און זיך אפגערעדט אז דאס נישט קענען עפענען די פענסטער כדי צו פארמערן די אקסיגען אינעם עראפלאן איז א גרויסע סכנה, און אן ערנסטער פראבלעם.

ראמני ווייסט אבער נישט אז עס איז פונקט פארקערט און די סכנה איז גאר אויב מען קען יא עפענען פענסטער. פארוואס? ווייל די עראפלאן דארף זיין פרעשורעזירט, און דאס קען מען נאר טון אויב די גאנצע עראפלאן איז "עירטייט" - קיין שום דרויסענדיגער לופט קען נישט אריינקומען. פארוואס מוז עס זיין פרעשורעזירט? ווייל צוליב גראוועטי איז דא מער לופט נעבן די ערד. ווי ווייטער פון די ערד, אלס ווייניגער לופט. דאס הייסט אז ווי נענטער מען איז צום אטמאספער, אלס דינער איז די לופט. כדי די מענטשן אויפן פליגער זאלן נישט פאר'חלש'ט ווערן פון די פארלוסט פון אקסיגען דארף די עראפלאן זיין פרעשורעזירט. אזוי אויך, לופט פרעשור איז געבינדען מיט די טעמפעראטור. ווי נידעריגער די לופט פרעשור, אלס קעלטער די לופט. ביי א הייך פון דרייסיג טויזענט פוס איז די דעגרי פון די לופט זעכציג אונטער זערא פערנהייט. פארשטייט זיך אז מענטשן שטארבן אויב זיי זענען אויסגעשטעלט צו אזא קעלט פאר מער ווי אפאר מינוט. האלטן די עראפלאן פרעשורעזירט, האלט די עראפלאן ווארעם.
דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 3:03 pm#48613
די מעשה גייט אז ראמני האט עקטשועלי געמאכט א וויץ, אבער די מידיא וואס האט נאר באקומען די טעקסט פון די דרשה האט נישט געכאפט די דזשאוק און זיי האבן זיך שנעל ארויפגעכאפט אויף עס צו מאכן ראמני אויסזען פוליש foolish. ס'עקטשועלי א ליבערעל מידיע געף...
דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 2:25 pm#48771
http://www.timesofisrael.com/beads-etch ... ern-israel

מען האט געטראפן אין א"י זאכן, טויזענטער יאר אלט.
📎 bowl-with-beads-II-635x357.jpg
פרייטאג אקטאבער 5, 2012 10:37 am#49465
פרישע גטראפענע חיות
📎 03dino-main-articleInline.jpg

http://www.nytimes.com/2012/10/04/scien ... .html?_r=0
פרייטאג אקטאבער 5, 2012 12:46 pm#49477
א אינגעלע אין רוסלאנד איז געגאנגען חול המועד האלטן אין וואלד, אזוי איז גאווען באשערט, און ער האט געמאכט א גאר אינטערעסאנטע דיסקאווערי. ער האט געטראפן אזא עלעפאנט וואס איז נישט מער בנמצא, פון די סארט וואס האט איוואלווד מיט האר ווי א גריזלי בער, ווייל רוסלאנד איז קאלט דארף מען דאך א מאנטל. די חיה איז שוין נישט געזען געווארן זייט די מבול, און איז איינע פון די פלענטעד ענימעלס וואס דער אייבערשטער האט אנגעפלאנצט אין די היילען אין רוסלאנד כדאי פערינא און די אנדערע גולשים אויפען נעט וואס זענען נישט הארכזאם צו די רבנים וואס האבען גע'אסר'ט די טריפה'נע אינטטערנעעעט זאל געפריווט ווערען מיט גרויסע שאלות <רב אביגדור מיללער ז"ל>. למעשה קוקט נישט אויס ווי די הייסע וואסער פון די מבול האט שולט געווען אויף מער ווי אויף האלב פון זיין גוף. עס איז צו האפן אז די סייענטיסטן וועלן טרעפן אפאר לעבעדיגע די. ען. עי. צעלען און מ'וועט קענען קלאונען די "נפלאות הבורא".

ווידיאו אין פיקטשערס

http://www.dailymail.co.uk/sciencetech/ ... d-boy.html
פרייטאג אקטאבער 5, 2012 1:29 pm#49479
מוראדיג!
געב עס א א הונדערט יאר און ס'וועט ווערן א פשוטער עלעפאנט.
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:03 pm#50099
א לעצטיגע שטודיע צייגט אז רעליעגעזע פרויען שפירן ווייניגער פרעשור פון זייער סאסייעטי צו האבן קינדער, אין פארגלייך צו אמאל.
פרייטאג אקטאבער 12, 2012 1:57 am#50575
הציץ ונפגע
א לעצטיגע שטודיע צייגט אז רעליעגעזע פרויען שפירן ווייניגער פרעשור פון זייער סאסייעטי צו האבן קינדער, אין פארגלייך צו אמאל.

לינק פליעז.
איך וויל פארשטיין וויניגער פרעשער יא צי האבן קינדער, אדער האבן וויניגער פרעשעראויב זיי האבן נישט קינדער?
פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:00 am#50616
נולד מאוחר
לינק פליעז.
איך וויל פארשטיין וויניגער פרעשער יא צי האבן קינדער, אדער האבן וויניגער פרעשעראויב זיי האבן נישט קינדער?

זוכענדיג אויף גוגל האב איך געטראפן א לעצטיגע שטודיע אז רעליגיעזע פרויען באקומען ווייניגער פרעשור פון סאסייעטי צו האבן קינדער.
פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:01 am#50617
מ'מעג שוין עסן וויניגער?
זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:47 am#50916
דאס מיינט אז אויב גייט מען קענען באווייזן אהין אנצוקומען וועט דיאמאנט זיין ביליגער ווי שטיינער?

אקעי כ'האב עס יעצט געלייענט. forever beyond human reach
דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 8:49 pm#53199
http://www.sciencedebate.org/debate12/
א געשריבענע דעבאטע צווישן באראק אבאמא און מיט ראמני איבער וויסנשאפטליכע שאלות.

מיין אפיניאן: ראמני האט בעסערע, און שטארק דעטאלירטע ענטפערס צו שאלות, כאטשיג כ'האב נישט געגליכן זיין ענטפער אויף גלאבעלע-אנווארעמנוג.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:04 am#55432
אן איטאליענישע קאורט האט 'גע'פסק'נט' אז סעלפאונ'ס געבן ארויס א שעדליכע מין ראדיאציע וועלכע קען פאראורזאכן מוח-קענסער. דאקטוירים ארום די וועלט האבן אויסגעפלאצט אין א הילכיגע געלעכטער נאכן הערן דעם פסק.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 2:52 pm#55533
יידל
אן איטאליענישע קאורט האט 'גע'פסק'נט' אז סעלפאונ'ס געבן ארויס א שעדליכע מין ראדיאציע וועלכע קען פאראורזאכן מוח-קענסער. דאקטוירים ארום די וועלט האבן אויסגעפלאצט אין א הילכיגע געלעכטער נאכן הערן דעם פסק.

אינטרעסאנטע באריכט.
אויף וואס איז זייער פסק באזירט?
מאנטאג אקטאבער 29, 2012 4:23 pm#56621
שמעקעדיג
יידל
אן איטאליענישע קאורט האט 'גע'פסק'נט' אז סעלפאונ'ס געבן ארויס א שעדליכע מין ראדיאציע וועלכע קען פאראורזאכן מוח-קענסער. דאקטוירים ארום די וועלט האבן אויסגעפלאצט אין א הילכיגע געלעכטער נאכן הערן דעם פסק.

אינטרעסאנטע באריכט.
אויף וואס איז זייער פסק באזירט?

ליין רויטער'ס באריכט דא. דא קענסטו ליינען פארוואס דאקטוירים ארום די וועלט האבן געלאכט א ביטערן געלעכטער פון דעם פסק, און דא וועסטו זען פארוואס עס איז פיזיש אוממעגליך פאר א סעלפאון צו פאראורזאכן מוח-קענסער.
מאנטאג אקטאבער 29, 2012 11:45 pm#56789
די סייענטיסטן הערן נישט אויף צו ארבעטן קעגן אונז, אידן. דער פרייליכסטער מענטש אין דער וועלט איז לויט זיי א בודהיסט מאנק. נישט אוועקצומאכן בודעאיזם, ס'איז זייער א מענטשליכער פריינטליכע רעליגיע, אבער דאך... פרייליכער פון מיר? א איד? דער עם הנבחר? נעווער!!

http://india.nydailynews.com/newsarticl ... ppiest-man
דינסטאג אקטאבער 30, 2012 3:59 pm#56959
אין כינע האט מען אנדעקט א מאסען-קבר פון 1,800 אור-אלטע טשוכעפאכעס, אנגעבליך פונעם דזשוראסיק פיריאד. לויט ווי די סייענטיסטן שאצן האבן די טשוכעפאכעס זיך פארזאמלט אין דעם לאך אויסווארטנדיג א רעגן נאך א לענגערן טרוקעניש. די רעגן האט אבער ווארשיינליך פארפעלט צו קומען אומברענגנדיג די הונדערטע חיה'לעך. די געפינס איז א גרויסע מציאה פאר די וויסנשאפטלער וועלכע וועלן יעצט קענען שטודירן די רעינדזש פון וואריאציעס אין איין מין.
מיטוואך אקטאבער 31, 2012 6:37 pm#57351
דעוועסטירנד!
די דעילי ניוז שרייבט אז מענטשן זענען נישט געווען די איינציגסטע קרבנות פון האריקעין סענדי. לויט אן אנאנימער באריכטער האט NYU מעדעצינישע שפיטאל פארלוירן טויזענטע מייזן וועלכע זיי האבן גענוצט פאר ריסוירטש. די מייזן זענען געהאלטן געווארן אין ניו יארק אוניווערזיטעט'ס שמילאו געביידע (Smilow Building), וואס איז שטארק פארפלייצט געווארן. די דעילי ניוז' מקור זאגט אז יארן פון ריסוירטש איז געגאנגען לאיבוד, און היות די הונדערטע פריזערס און ריפרידזשירעטארס אין וועלכע מען האט געהאלטן באצילן, ענזיימס, אנטיבאדיס, וואקסינען און ענליכס וועלכע מ'האט גענוצט פאר ריסוירטש זענען אויך געגאנגען שלאפן איז דעריבער די קלאפ פיל ערגער.
דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 4:15 pm#57724
אן עלעפאנט רעדט קאריען. פארשער ווייסן נישט וויאזוי זי טוט עס.
http://www.livescience.com/24458-elepha ... -loud.html
בי בי סי באריכט http://www.bbc.co.uk/news/science-environment-20142858
דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 4:24 pm#57727
צוויי מכשפות/מקובלים (סייקיקס בלע"ז) זענען אויספראבירט געווארן אין א סייענטיפישע טעסט און זענען דורכגעפאלן. די מכשפות טענה'ן אז די סייענטיסן זענען פארמאכטע מוחות וואס ווילן נישט איינזען די אמת.

http://www.independent.co.uk/news/scien ... 70025.html
דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 8:35 pm#57834
ארכעאלאגן האבן אנטדעקט די עלטסטע באוואוינטע ארט אין אייראפע, וואס גייט צוריק לויט זיי מיט ארום זעקס טויזנט יאר צוריק. אויף א קליין פלאץ וואס וואלט היינט געווען אפשר א קליין הייזקע, האט מען געפינען איבערבלייבענישן פון צימערן און שטארקע מויערן וואס האבן זיי ארומגענומען. וואס האבן די מויערן באהאלטן? דער פלאץ איז א נאטורליכע אוצר פון זאלץ, און דאס איז געווען גאר ווערדפול אין יענע צייטן. מען האט עס געמוזט היטן מיט דיקע שטיינערנע מויערן. די ארכעאלאגן האבן זיך אלעמאל געוואונדערט פארוואס מען טרעפט אין יענעם געגנט צירונג און גאלד. מען האט דארט געפינען אן אוצר פון איבער דריי טויזנט גאלד שטיקער, וואס איז באטראכט אלס די עלטסטע גאלד אוצר וואס איז נאר אמאל געפינען געווארן. זיי האבן נישט געקענט פארשטיין ווי אזוי עס קומט אזא עשירות צו פשוט'ע לאנדס ארבעטער. נאך דעם יעצטיגן אנטדעקונג איז דאס מער נישט קיין וואונדער, ווייל זאלץ איז געווען פונקט ווי גאלד אין יענע אור אלטע צייטן.
זונטאג נאוועמבער 4, 2012 10:55 am#58283
יידל
http://www.sciencedebate.org/debate12/
א געשריבענע דעבאטע צווישן באראק אבאמא און מיט ראמני איבער וויסנשאפטליכע שאלות.

מיין אפיניאן: ראמני האט בעסערע, און שטארק דעטאלירטע ענטפערס צו שאלות, כאטשיג כ'האב נישט געגליכן זיין ענטפער אויף גלאבעלע-אנווארעמנוג.

איך זע אז איך בין נישט דער איינציגסטער וואס האלט אז ראמני האט גענומען מער סיריעס דעם סייענטיפיק דעבאטע. למעשה זע איך אויך אז יענער איז בכלל סורפרייזט אז ראמני האט אנגענומען קלימאט טויש אלס פאקט.
זונטאג נאוועמבער 4, 2012 11:05 am#58286
האריקעין סענדי'ס וויקיפעדיע בלאט
אן אינטערעסאנטע שפיל האט זיך אפגעטון אויף האריקעין סענדי'ס וויקיפעדיע בלאט, ווען איינער מיט אן אנטי-קלימאט-טויש אגענדע האט געהאלטן אין איין פארמעקן אלע רעפערענצן צו גלאבאלע אנווארעמונג. די שפיל איז אנגעגאנגען א שיינע שטיק צייט, אבער אין די ענדע האבן די פרא קלימאט טויש שרייבער געוואונען, און גלאבאלע אנווארעמונג ווערט דערמאנט אלס מעגליכער אורזאך פונעם שטורעם. ליינט דעם אינטערעסאנטן ארטיקל דא.
מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 1:25 am#58606
אין אפצייכענוג פונעם צוועלעפטן יאהרטאג וואס דער אינטערנעשענעל ספעיס סטעישען איז באזעצט מיט מענטשן, שטעלט נאסא צו א נייעם סערוויס פון אימעיל אדער טעקסט אלערט'ס ווען איהר וועט קענען זעהן דעם סטעישען פון אייער הויז בשעת זי פארט אריבער 200 מייל אין דער הייעך.

זייענדיג די ליכטיגסטע זאך אויפן נאכט-הימל נאך די לבנה, קען מען איהר גרינג זעהן מיט'ן נאקעט'ן אויג, נאר אזוי ווי זי זעהט אויס ווי א פליהענדיגער עראפלאן איז כדאי צו וויסן פון פאראויס ווען זי וועט זיך באווייזן.
מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 1:44 pm#58692
טאם הארטספילד האט היינט פובליצירט אן ארטיקל אויף ריעל קליער סייענס ווי ער שאצט אפ די סייענטיפישע מיינונגען פון די פרעזידענטליכע קאנדידאטן, אבאמא און ראמני. לויט אים קומט עס אויס א טיי.
מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 6:16 pm#60798
פארשער וועלכע פארשן דאטא פון דעם LHC (לארדזש היידראן קאליידער) האבן היינט געמאלדן אז זיי האבן געפונען א גאר אויסנארדענטליכן פארטיקל וועלכע טוט צוקאליטשען דעם סופערסימעסטרי טעאריע.
מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 6:24 pm#60802
דאון-סינדראם פאסירט ווען א צעל ווערט איבערקאפירט מיט דריי קאפיעס פון כראמאזאם 21 אנשטאט די געווענליכע צוויי קאפיעס. א פארשער האט באוויזען צו ארויסנעמען דעם עקסטערן קאפיע פון א מענטשליכער צעל וועלכע האט געהאט דריי קאפיעס, דאס הייסט א דאון-סינדראם צעל, און עס פארוואנדלט אין א געזונטער צעל.
http://www.washington.edu/news/2012/11/ ... cell-line/
מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 3:29 pm#61529
יידל האט געשריבן:פארשער וועלכע פארשן דאטא פון דעם LHC (לארדזש היידראן קאליידער) האבן היינט געמאלדן אז זיי האבן געפונען א גאר אויסנארדענטליכן פארטיקל וועלכע טוט צוקאליטשען דעם סופערסימעסטרי טעאריע.

אויב גייט סופערסימעסטרי ארויס פון פענסטער, גייט סטרינג טעאריע און זיין פוסטריט.
פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 2:15 am#61984
ונבנתה העיר האט געשריבן:אין אפצייכענוג פונעם צוועלעפטן יאהרטאג וואס דער אינטערנעשענעל ספעיס סטעישען איז באזעצט מיט מענטשן, שטעלט נאסא צו א נייעם סערוויס פון אימעיל אדער טעקסט אלערט'ס ווען איהר וועט קענען זעהן דעם סטעישען פון אייער הויז בשעת זי פארט אריבער 200 מייל אין דער הייעך.

זייענדיג די ליכטיגסטע זאך אויפן נאכט-הימל נאך די לבנה, קען מען איהר גרינג זעהן מיט'ן נאקעט'ן אויג, נאר אזוי ווי זי זעהט אויס ווי א פליהענדיגער עראפלאן איז כדאי צו וויסן פון פאראויס ווען זי וועט זיך באווייזן.

באקומען די ערשטע אלערט:
SpotTheStation! Time: Fri Nov 16 5:08 AM, Visible: 3 min, Max Height: 54 degrees, Appears: NNW, Disappears: NE
פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 9:28 am#61998
כהאב אויך אויפגעסיינט אין היינט פארטאגס זוכה געווען צו קוקן.
פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:54 am#62037
ווי לאנג ארום וועט עס נאכאמאל דורכפארן העכער אונז?
פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 3:12 pm#62131
א נייע שטודיע אויף אלבערט איינשטיין'ס מוח וועלכע איז געווארן פרעזערווירט נאך זיין טויט, ווייזט אז ער האט געהאט אן אומגעווענליכע מוח, דאס הייסט עס האט אויסגעקוקט אנדערש ווי א נארמאלע מוח קוקט אויס. m http://www.scienceagogo.com/news/201210 ... _sys.shtml m
פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 3:19 pm#62133
דאס האט מען נישט גלייך געזען. מען דארף פארדעם א שטודיע?
פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 3:26 pm#62134
וויאזוי קען מען וויסן צו זיין מוח זעט אויס אנדערש אויב מען שטודירט עס נישט?

די אויפטו פון די שטודיע איז בעיקר צו וויסן וועלכע חלקים קאנטראלירן די פונקיציעס ווי איינשטיין איז געווען שטערקער ווי סתם א מענטש, לדוגמא מאטעמאטיקס.
פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 3:32 pm#62135
נאסא האט נעכטן באריכטעט אז זיי האבן געפונען א נייעם קאנדידאט פאר די ווייטסטע זאך אין די אוניווערס, א גאלאקסי פון שטערנס. עס איז 13.3 ביליאן ליכט יאר אוועק פון די וועלט. m http://www.nasa.gov/mission_pages/hubbl ... ecord.html m

בילד
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 10:41 am#62554
א גרופע פארשער פון סטענפארד אוניווערזיטעט האבן אויסגעארבעט א נייעם אלגאריטם צו ערמעגליכן פאר א מענטש צו רוקן די מויזל אויפן סקרין בלויז מיט מחשבה (מקור). פאלגנד איז א ווידעא פון טעסט רעזולטאטן פון די נייע אלגאריטם. די טעסט זענען אויסגעפירט געווארן אויף מאלפעס. אויף די לינקע זייט האט די מאלפע גענוצט די אלטע אלגאריטם און אויפן רעכטע זייט האט די מאלפע גענוצט די נייע אלגאריטם:

די פארשער פרובירן אויס די אלגאריטם:

בילד
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 3:33 pm#62673
דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 4:08 pm#63049
א נייע שטודיע, פובליצירט נעכטן, צייגט אז קלוגע מאלפעס ווי גארילעס און ארענגאטאנען האבן אויך מיד-לייף קריזיסן. לויט די פארשער וועלכע האבן דורכגעפירט די שטודיע, צייגט דאס אז א מיד-לייף קריזיס נעמט זיך נישט - ווי מ'האט געמיינט ביז היינט - פון סאציאלע אדער עקענאמישע פראבלעמען, נאר עס האט ביאלאגישע ווארצלן.

(ייש"כ פאר ידידי וידיד כל בית קאווע, ר' זר זהב שליט"א פארן צושיקן די פריידיגע בשורה איבערן שטודיע).
דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 4:44 pm#63060
יידל האט געשריבן:נאסא האט נעכטן באריכטעט אז זיי האבן געפונען א נייעם קאנדידאט פאר די ווייטסטע זאך אין די אוניווערס, א גאלאקסי פון שטערנס. עס איז 13.3 ביליאן ליכט יאר אוועק פון די וועלט.

סארי פאר מיין - מעגליך תמימות'דיגע - שאלה: זיי האבן אזעלכע שטארקע שפאקטיוון אז זיי קענען זעהן אזוי ווייט?

יידל האט געשריבן:פארשער אנטדעקן א נייע שמעק.

אוי, כ'דארף טוישן מיין ניק.
דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 4:49 pm#63062
יידל האט געשריבן:א נייע שטודיע, פובליצירט נעכטן, צייגט אז קלוגע מאלפעס ווי גארילעס און ארענגאטאנען האבן אויך מיד-לייף קריזיסן. לויט די פארשער וועלכע האבן דורכגעפירט די שטודיע, צייגט דאס אז א מיד-לייף קריזיס נעמט זיך נישט - ווי מ'האט געמיינט ביז היינט - פון סאציאלע אדער עקענאמישע פראבלעמען, נאר עס האט ביאלאגישע ווארצלן.

(ייש"כ פאר ידידי וידיד כל בית קאווע, ר' זר זהב שליט"א פארן צושיקן די פריידיגע בשורה איבערן שטודיע).

עס וואונדערט מיר זייער אז ר' זר זהב שליט"א האט א פריידיגע בשורה און ער שרייבט עס נישט אליין!!
דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 5:18 pm#63071
שמעקעדיג האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:נאסא האט נעכטן באריכטעט אז זיי האבן געפונען א נייעם קאנדידאט פאר די ווייטסטע זאך אין די אוניווערס, א גאלאקסי פון שטערנס. עס איז 13.3 ביליאן ליכט יאר אוועק פון די וועלט.

סארי פאר מיין - מעגליך תמימות'דיגע - שאלה: זיי האבן אזעלכע שטארקע שפאקטיוון אז זיי קענען זעהן אזוי ווייט?

שוין גארנישט אזא תמימות'דיגע שאלה. די תירוץ איז אז ניין. איי וויאזוי האבן זיי דאס געטראפן? די תירוץ איז אז זיי האבן גענוצט צוויי באזונדערע טעלעסקאפן דערפאר, און האבן מיט א געוויסעט טאקטיק אויסגעארבעט אז ווייטע שטערנס זאלן דינען ווי פארגרעסערונג גלעזער.

ווי זיי שרייבן אינעם ארטיקל:
NASA האט געשריבן:This find is the latest discovery from a program that uses natural zoom lenses to reveal distant galaxies in the early universe. The Cluster Lensing And Supernova Survey with Hubble (CLASH),an international group led by Marc Postman of the Space Telescope Science Institute in Baltimore, Md., is using massive galaxy clusters as cosmic telescopes to magnify distant galaxies behind them. This effect is called gravitational lensing.

Along the way, 8 billion years into its journey, light from MACS0647-JD took a detour along multiple paths around the massive galaxy cluster MACS J0647+7015. Without the cluster's magnification powers, astronomers would not have seen this remote galaxy.Because of gravitational lensing, the CLASH research team was able to observe three magnified images of MACS0647-JD with the Hubble telescope. The cluster's gravity boosted the light from the faraway galaxy, making the images appear about eight, seven, and two times brighter than they otherwise would that enabled astronomers to detect the galaxy more efficiently and with greater confidence.

"This cluster does what no manmade telescope can do," said Postman. "Without the magnification, it would require a Herculean effort to observe this galaxy."

איך ווייס אז דו גלייכסט נישט קיין וויקיפעדיע, אבער דא איז וויקיפעדיע איבער'ן טאקטיק "גרעוויטעשאנעל לענזינג".

און ספעציעל פאר דיך, צוויי קליפס וועלכע ערקלערן דעם מעטאד:

דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 4:50 pm#63830
עס איז אן אלטע מחלוקות צווישן פילאזאפען, צו דער מענטש איז בעצם שלעכט און סעלפיש, אדער איז ער בעצם גוט און נאכגיביג. א סעריע פון לעצטיגע שטודיעס באשטעטיגט אז מענטשן זענען נישט בעצם סעלפיש. (גאר אינטערעסאנטע ארטיקל, לוינט זיך צו ליינען.) קרעדיט: זר זהב.
פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 1:08 am#64053
יידל האט געשריבן:א גרופע פארשער פון סטענפארד אוניווערזיטעט האבן אויסגעארבעט א נייעם אלגאריטם צו ערמעגליכן פאר א מענטש צו רוקן די מויזל אויפן סקרין בלויז מיט מחשבה rg]

מיינט דאס פאר אונז עווענטועל א "שבת'דיגע קאמפיוטער"? כ'מיין ס'דאך "הרהורים מותרים"...
פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 1:20 am#64055
שמעקעדיג האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:נאסא האט נעכטן באריכטעט אז זיי האבן געפונען א נייעם קאנדידאט פאר די ווייטסטע זאך אין די אוניווערס, א גאלאקסי פון שטערנס. עס איז 13.3 ביליאן ליכט יאר אוועק פון די וועלט.

סארי פאר מיין - מעגליך תמימות'דיגע - שאלה: זיי האבן אזעלכע שטארקע שפאקטיוון אז זיי קענען זעהן אזוי ווייט?

איידער'ן באוואונדערן וויאזוי זיי קענען זען מיט שפאקטיוון 13 ביליאן ליכט-יאר, באוואונדער אז דו קענסט זען ליכטיגקייט פון זאכן וואס זענען הונדערטער טריליאנען מייל אוועק - מיט'ן נאקעטן אויג. און עכט איז עס פיל מער ווי טריליאנען, נאר מסתמא קלינגט דאס בעסער ווי איך זאל זאגן קוואדריליאנען און קווינטיליאנען מייל. אבער דאס זענען זייער גרויסע נומערן. זייער.
פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 9:40 am#64105
ואס מיינסטע צו זאגן? אז פון די שטערנ'ס וואס איך זעה מיטן נאקעטן אויג זענען פאראן אזעלכע וואס זענען אזוי ווייט?
כ'גלייב שווער אז ס'קען זיין אמת.
פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 10:14 am#64112
קודם כל, שלום עליכם שרגא! שוין נישט געהערט פון כבודו א שטאק מיט צייט.

צום ענין, כ'פארשטיי נישט שמעקעדיג פארוואס דו וואונדערסט זיך אזוי? איין ליכט יאר איז בערך 6 טריליאן מייל. אין די נאכט הימל קענען מיר זען גאלאקסיעס פון שטערנס וואס זענען איבער 3 מיליאן ליכט יארן אוועק פון אונז (לדוגמא די טריאנגולום גאלאקסיע). מאך א חשבון
3 מיליאן (ליכט-יארן) מאל 6 טריליאן (מייל) = 18 קווינטיליאן מייל (די נומער 18 מיט 18 נאכפאלגענדע זעראס, אדער 18,000,000,000,000,000,000).
געפעלט דיר, הא?
(מקור)