פרייטאג אוגוסט 26, 2016 8:00 am#347364
ונבנתה העיר האט געשריבן:די 'וואויניטש' כתב יד איז א 600 יעריגע בוך וועלכע איז געשריבן אין א שפראך וואס קיינער קען, באצירט מיט פארשידענע מעלערייען.
אין 1912 איז עס אנטדעקט און אפגעקויפט געווארן דורך א בוך סוחר. זינט דאן מוטשענען זיך אויף דעם די גרעסטע קעפ, צווישן זיי די אמעריקאנער און בריטישע קאוד-ברעכער פון ביידע וועלט מלחמות, קיינער איז נאכנישט דערגאנגען דעם סוד.
דער בוך ליגט היינט ביי יעיל, וועלכע האט יעצט געגעבן רשות אפצודרוקען 898 גענויע קאפיס, מיט'ן האפענונג אז דער המון וועט עס קענען דורכברעכען. עס וועט זיך פארקויפען פאר ארום 8000 דאלער א שטיקל.
סודות התורה! אפשר וועט מען דארט געוואר ווערן דעם טעם הכמוס פון ר׳ מאטעלע׳ס גזירה אז מ׳טאר נישט טראגן מיטן עירוב, מ׳קען קיינמאל נישט וויסן...
